☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » גזירת החינוך, על שום מה? (דרשת סאטמאר)

גזירת החינוך, על שום מה? (דרשת סאטמאר)

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12623
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 12:58 pm

· #414275
גזירת החינוך, על שום מה? (דרשת סאטמאר)
איך האב זיך אביסל געקווענקלט צי איך זאל עפענען דעם אשכול, אבער עס דרוקט מיר שוין אפאר וואכן, איך פיל די צורך ארויסצושרייען מיין בויך-וויי ברבים, החרש לא אוכל...

דעם פארגאנגענעם יוהכ"פ ביי די ערב יוהכ"פ דרשה, האט האדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר שליט"א מעורר געווען איבער דעם גזירת החינוך וועלכע שוועבט איבער אונזערע קעפ.

מיר וועלן איבערגעבן דעם מיקראפאן פאר אונזער אפיציעלער ווארטזאגער בחצר הקודש:

לאקש
יום הקדוש בצל הקודש:

אום פערטל צו 8 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די דרשה אנגעטון בבגדם של צדיקים, מיטן טלית, בעקישע און קיטל פון רביה"ק זי"ע, מיט די גארטל פון רביה"ק זי"ע בעל ברך משה.
דער רבי איז ארויף אויפ'ן ארון קודש געזאגט א תפילה קצרה, דערנאך אנגעהויבן די דרשה בקול דממה דקה...
במשך די דרשה האט די רבי מעורר געווען אויף די צניעות ביי די נשים, אז די אחריות ליגט אויף יעדע טאטע אכטונג צו געבן, אין עס איז א חלק פון די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך.

דערנאך איז ר' משה גבאי געגאנגען פתיחה און איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן די ספר תורה פונעם הייליגן צאנזער רב. דער רבי האט מעורר געווען נאכזאגנדיג פון צדיקים אז ווען די שלטון איז גוזר א גזירה איז עס א סימן אז מען איז נכשל אין די זאך, האט דער רבי געזאגט אז מען זעט אז די ממשלה איז גוזר גזירות אויפ'ן חינוך איז א סימן אז אונז האבן מיר א חסרון אין לימוד התורה.

איר לייענט וואס דא שטייט? מהרז"ל טענה'ט אז דער פראבלעם איז א חסרון אין לימוד התורה!

איין מינוט. לאמיר אריינטראכטן. דא רעדט א רבי וואס ער זעלבסט האט איינגעפירט אין זיין קהלה שיעורי תורה לייק נעווער ביפאר. און ער איז נישט די איינציגסטע, אזוי פיל קהלות טוען די זעלביגע, א שטייגער ווי דרשו ארגאניזאציע וכדו', און מען לערנט נישט נאר גמרא, נאר אויך הלכה און מוסר, די שולן זענען געפאקט עד אפס מקום, הונדערטער אידן לערנען און פארהערן זיך, און דער רבי זאגט אז יעצט האט דער רבש"ע געשיקט די גזירה ווייל עס איז פאראן א התרשלות אין לימוד התורה? אתמהה!

אחוץ אויב ער מיינט זיך זעלבסט, אז ער דארף א תיקון אין זיין התרשלות פון לימוד התורה...? דאן פארוואס איז די גזירה אויף גאנץ יהדות אמעריקע? 😉

לאמיר זעהן. השי"ת שיקט זיינע זאכן מדה כנגד מדה. דער רבי אליין האט דאס דערמאנט בתוך דבריו, נאכזאגענדיג "בשם צדיקים" אז ווען די שלטון איז גוזר א גזירה איז עס א סימן אז מען איז נכשל אין די זאך. נו, וואס האט "גזירת החינוך" שייכות מיט לימוד התורה? איז דען דא א גזירה אז אידן זאלן לערנען ווייניגער? מען זאל צענזורירן ספרים? מען זאל פארברענען ש"ס? עס איז דאך א "גזירת חינוך"!

לאמיר אנאליזירן און זעהן וואספארא חסרונות איז פאראן אין אונזער חינוך און וואס השי"ת וויל אפשר פון אונז.

[list]- אפשר איז עס די ענין פון זיך ווארפן מיט קינדער און בחורים אין די מוסדות וואס דארף א זאפארטיגן תיקון? נאר אננעמען מצויינים אדער בלויז קינדער פון אייגענע קהלות און לאזן אנדערע אויפן וואסער?
- אפשר איז עס די ענין פון אריינגעבן פאלשע אידישקייט און זיין כסדר ביזי בלויז מיט זייטיגע גדרים ווי צניעות און סמארטפאון'ס, אנשטאט אריינגעבן ווארעמקייט אין אידישקייט, א שבת ויו"ט, אביסל אמונה?
- אפשר אז מען איז נישט מקפיד אויף "חנוך לנער על פי דרכו" נאר מ'איז מחנך צענדליגער טויזענטער קינדער אין א וואן-סייז-פיט-אלל באקס וואס איז אוממעגליך נישט איבערצולאזן הונדערטער אוועקגעפאלענע און אומצופרידענע קינדער וואס האבן שפעטער פיינט אידישקייט?
- אפשר די וועג ווי אזוי מען איז זיך מטפל מיט איינעם וואס גייט נישט 100% אין שפאן, ווי מען ווארפט זיך מיט זיי כאילו זיי וואלטן געווען א הונט, און יעדער וואס וואגט זיך צו זאגן א ווארט אנדערש ווי די עסטאבלישמענט ווערן אפגע'פסק'נט לחרפה ולדראון עולם?
- און אפשר, אפשר, אויב מען מעג זאגן, אפשר די חינוך אליינס איז ליידער נישט כמו שצריך, מיט א פאלשן תירוץ פון נישט משנה זיין די מסורה, לערנט מען בלעטער גמרא א גאנצן טאג פון אלס קינד ביז די חתונה, אן לערנען אזויפיל אנדערע וויכטיגע זאכן? (כ'רעד נישט פון ענגליש, כ'רעד פון לימודי קודש!)[/list:u]

איך פארשטיי אז די אלע זאכן קען מען נישט מעורר זיין ביי א יוהכ"פ דרשה, ווייל דאס איז נישט די דאגה פון די אלע מתפללים, דאס איז די דאגה פון די ראשי עם הקודש, די רבנים און מנהיגים.... און קיינער איז זיי קיינמאל נישט מעורר...

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 1:00 pm

· #414276
איז דאס טאקע די איינציגסטע זאך צו מעורר זיין מוצאי יו"ט ביים באגלייטן?

עס איז אדורך א תשרי מיט אזויפיל געהויבענע מאמענטן, יעדער איד פילט עטוואס א דערהויבנקייט, אנשטאט צו מעורר זיין דאס ממשיך צו זיין אינעם יאר, רעדן פון לעבן ווייטער מיט א נאנטקייט צו השי"ת, גייט מען גלייך צוריק צו די נארישע פעיוואריט סובזשעקט?

.
📎 Phones-no-moms.jpg

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 1:16 pm

· #414277
איר פרעגט גוטע קשיות
אבער איך האלט נאך פריער.
פארוואס איז משה גבאי געגאנגען פתיחה, נישט דא קיין חשובערע אידען וואס האבען נישט געטרינקען דאס בלוט פון אומשולדיגע מענטשען לאנגע יארען?
וואס א חילוק וועמענס גארטל מ'גייט אנגעטאן יום כיפור, ס'העלפט אז די תפילות זאלען ארויפפארן גרינגער?
פארוואס דארף מען באגלייטען א רבי, ער קען נישט אליינס אהיימגיין?
אפשר ווען איר וועט פארענטפערען די אלע קשיות וועט מען זיך נעמען צו די איבריגע

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 2:18 pm

· #414283
די גארטעל פארשטיי איך גראדע, וויבאלד א גארטל איז צו מאכן דער הפסק, און יום כיפור איז דא א גרעסערע יצר הרע, ווי עס שטייט אז פארדעם ליינט מען פרשת עריות יום כיפור, גייט ער א גארטל פין א צדיק, אז די זכות זאל אים ביישטיין און ער זאל מאכען א גוטע הפסק בין לבו לערוה און נישט נכשל ווערן חלילה.

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 2:32 pm

· #414285
בקיצור זאגסטו אויב דער שלטון איז גוזר מען זאל לערנען בעסער ענגליש איז דאס א סימן אז מען לערנט נישט גוט קיין ענגליש אין די מוסדות. איך הער 😂 😂 😂

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 4:43 pm

· #414300
לעיקוואד
בקיצור זאגסטו אויב דער שלטון איז גוזר מען זאל לערנען בעסער ענגליש איז דאס א סימן אז מען לערנט נישט גוט קיין ענגליש אין די מוסדות. איך הער 😂 😂 😂

חחח
פשט איז אז באמת וואלטען מיר געדארפט טון די מינימאלע און אויסלערנען די קינדער די בעיסיק זאכען ווי ענגליש וכדו'
נאר אזוי ווי מ'שטעלט זיך נישט צו האט די רעגירונג זיך גענומען נאך שטרענגער ותוצאותיו מי ישורנה, מ'קען נאך ח"ו אויכעט מוזען לערנען אביסל פיזיקע און מאטעמאטיקע

וואלווי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 5:00 pm

· #414301
ראביי שמעקעדיג, אונז הער מער אלע דיין טענה און וויי געשריי, אונזערע הערצער רינט בלוט אויף די צרת רבים וואס איז ניטאמאל א חצי נחמה. די ווייסט פארוואס? ווייל אלעס וואס די זאגסט איז אמת ויציב, ביסט אן איש אמת, אזוי ווי אונז אלע עמך יודען וואס לעבן אמת'דיגערהייט בהאי עלמא מיט ביידע פיס.

אבער וואס איז די שאק? די ברענד נעים מנהיגים לעבן דאך אבער אין עלמא דשיקרא פון קאפ ביז פוס. אז ער האט נאכגעזאגט עפעס א חצי מאמר פון צאנזער רב האט עס עפעס מיט דער אמת? ס'דארף בכלל שטימען מיט די טאג טעגליכער מציאות? די גאנצע הייפט אפ כל נדרי דרשה מיינט עפעס חוץ פון אימעדזש?

נעם למשל דער בעל המאמר צאנזער רב זי"ע, וואס פלעג זיך נישט לייגען ביינאכט מיט קיין פרוטה אין טאש! זיין אייגען שטוב איז מען געגאנגען אנגעטוהן צוריסען און מ'האט געהונגערט. פיקטשער דיך די עובדא וואס מיכאל זינגט אויף נשמה פלאם די מעשה פון צאנזער רב מיט די אלמנה מיט די עפעלאך. וואלט היינט איינער, חאטש איינער, פון די צדיקי הדור אויף געהויבן זיין מחול הצדיקים אריינגעגאנגען אין א געשעפט פון א יוד וואס מוטשעט זיך און געהאלפן ריקען סחורה אז יענער זאל קען ארויס קריכען פון טאג טעגליכער חובות?

די איינציגסטע מאל וואס מ'זעט דע ליידיגערס אין א געשעפט איז ווען אלעס איז קעמרא רעדי ביי א קביעת מזוזה, זיי זעצן זיך אויף א גרויסע לעדערנע בענקל, זיי שאשקענען אריין, פארגלייזן די אויגען, און ועל כולם מ'צאלט זיי צו אויכעט פאר דעם.

פארוואס זאל זיין קיא נאוט אדרעסס פון ימים נוראים בכלל מיינען עפעס אמת, אדער ח"ו עפעס א צורך פון דער טאג טעגליכער מענטש. ס'איז איין גרויסע שטיק PR, א פשוטע כבוד עצמו הוא דור"ש. דער מר בר רב אשי טוט נישט קיין זאך מיט'ן טאג חוץ פון זיך פעמפערען. א טאג נאך שמחת תורה איז ער שוין אין מיאמע, ווייקט זיך און טרוקענט זיך ביז סוף ווינטער, נאך שבועות פארבראכט ער האלב זומער און ענגלאנד, די אנדערע האלב אין א זומער הויז און סוואן לעיק, פון דארט גראד אלס רועה צאן נאמן און געטרייער פאסטעכער לכבוד חודש תשרי.

און די עקספעקסט ער זאל ביי די הייעך פון די הייליגע טעג אינזין האבן אונז פשוטע מענטשען?

חלמא טבא חזיתא...

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 5:02 pm

· #414302
לעיקוואד
בקיצור זאגסטו אויב דער שלטון איז גוזר מען זאל לערנען בעסער ענגליש איז דאס א סימן אז מען לערנט נישט גוט קיין ענגליש אין די מוסדות. איך הער 😂 😂 😂

איך זאג דאס? דער רבי זאגט דאס בשם צדיקים....

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 5:10 pm

· #414303
גראדע ר' זלמן לייב איז באקאנט אלץ א רבי וואס שאפט גרויסע געלטער פאר נצרכים.
איך האלט די גאנצע רבנים בעשינג איז נישט ריכטיג, ואכמ"ל

וואלווי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 5:31 pm

· #414307
גדליה
גראדע ר' זלמן לייב איז באקאנט אלץ א רבי וואס שאפט גרויסע געלטער פאר נצרכים.
איך האלט די גאנצע רבנים בעשינג איז נישט ריכטיג, ואכמ"ל

ס'דא א קאמאן טעות ווען ס'קומט צו די צדקה נושא. מ'דארף טאקע אייביג מכיר טוב זיין די מעשה הצדקה פון סאטמאר, סיי די קהילה, און סיי די בני הקהילה, אויב מ'איז נישט מכיר טוב פעלט עס אין בעסיק מענטשליכקייט. אבער צדקה מיט גוטסקייט איז צוויי אנדערע זאכען. א מענטש קען זיין א בעל צדקה און א רשע אויף די זעלבע מינוט. די געדאנק פון האלטען די פאלק דערשטיקט ווייל אונז מוזען צוקומען צו מוסדות התורה, פאלגען עקסטרעמע תקנות, וואוינען און טייערע געגענטער, נישט קענען זיך אן עצה געבן מיט פרנסה, איז א רשעות שאין כמהו. אודאי ווען ס'נישט דא אויף חתונה צו מאכן וועט מען צו לייגען א היינט. נאך שיין, בא'גנב'ע דעם פאלק א גאנץ לעבן, דערנאך טייל אויס פרייע מאלצייטן.

קענסט דען נישט ווייניג מענטשען וואס זענען נעסטי און שלעכטע בעלי בתים צו זייערע היימישע ארבעטורערס, אבער און די זעלבע צייט, שיינע יודען וואס טיילען גרויסע צדקות אין בית מדרש?

די מידת הצדקה איז א געוואלדיגע גוטע זאך. אבער פארגעס נישט אז די די רשעות איז אויך א געפרליכע זאך.

גדליה » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 5:32 pm

· #414308
איך זעה נאכנישט ווי איר זעהט אז ר' זלמן לייב צו ר' אהרן איז א רשע
כ'פארשטיי אז ער קומט נישט העלפען די אלמנה פארקויפען עפלעך, אבער איר טוהט דאס אויכעט נישט, איז וואס האט איר טענות

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 5:39 pm

· #414309
עס איז דא א ביכעל וואס רופט זיך the federal register. אפיציעל איז עס א באשרייבונג פון אלס וואס האט זיך געטון אין קאנגרעס יעדען טאג. למעשה קען מען אריין שטעלען זאכען דארט וואס איז בכלל נישט געשען. א סענאטאר קען האלטען א רעדע און דערנאך גייט עס אריין אין די register. ער האט נאך אן עצה, ער קען שרייבען די דרשה און מ׳וועט אריין לייגען די ווערטער אין די register אן דעם וואס ער זאל עס האבען געהאט געזאגט. עס דארף נאר בלייבען אין די ספר הזכרונות.

א כל נדרי דרשה איז בערך אויך אזוי. איך ווייס נישט צו ער האט עס געזאגט, קען זיין ער האט עס נאר געשיקט צו לאקש דאס אראפ צו לאקשען אויף אונז. עס האט נישט קיין זין צו קיין ווערד, דברים בטלים ומבוטלים. נישט אנדערש ווי דרשות ביי כינוסים, ווי די בילדער ווייזען אונז שלאפעדיגע באטשיס און לאנגווייליגע יונגעלייט.

וואלווי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 5:49 pm

· #414312
גדליה
איך זעה נאכנישט ווי איר זעהט אז זלמן לייב צו אהרן איז א רשע
כ'פארשטיי אז ער קומט נישט העלפען די אלמנה פארקויפען עפלעך, אבער איר טוהט דאס אויכעט נישט, איז וואס האט איר טענות

קודם איך האב נישט געלעבלט קיין יחיד א רשע דא נישט מהר"א און נישט מהרז"ל.

כ'האב נאר ארויס געברענגט אז אסאך פון די חברה לעבן א שוואויל טאג פון אלע לוקסוס וואס א נארמאלע מענטש האט נישט דער חוצפה זיך צו חלומ'ן, ווייל זייער אימעדזש און זייער גשמיות איז אסאך מער ווערד ווי די רוחניות, און אזעלעכע מענטשען וואס זענען אויט אוו טאטש פונ'ם אמת איז ווערטלויז זייער דעה אויף וואס אונז דארפן זיך פארעכטן.

און סורפרייז, אסאך פשוטע יודען טוען וואס צאנזער רב האט דעמאלטס געטוהן בימיו. ס'פעלט מענטשען וואס טוען חסד בגופן אום שוויצען אוועק א טובה צו טוהן אדער ראטעווען א צווייטער יוד? דעס זענען מענטשען וואס זענען גוט בעצם און נישט מענטשען וואס מאכען החלוטות בעיסד אויף אימעדזש און געלט לעקעריי.

ועוד יותר, וויפיל גוטס איז ארויס געקומען פון פרייוועט דזשעט פליערס און די לעצטע 50 יאר?

כמעט א יעדע גוטע זאך ביי יודען האט זיך אנגעהויבן דורך די פשוטע מיניווען דרייווערס...

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:57 pm

· #414325
וואלווי
ראביי שמעקעדיג, אונז הער מער אלע דיין טענה און וויי געשריי, אונזערע הערצער רינט בלוט אויף די צרת רבים וואס איז ניטאמאל א חצי נחמה. די ווייסט פארוואס? ווייל אלעס וואס די זאגסט איז אמת ויציב, ביסט אן איש אמת, אזוי ווי אונז אלע עמך יודען וואס לעבן אמת'דיגערהייט בהאי עלמא מיט ביידע פיס.

אבער וואס איז די שאק? די ברענד נעים מנהיגים לעבן דאך אבער אין עלמא דשיקרא פון קאפ ביז פוס. אז ער האט נאכגעזאגט עפעס א חצי מאמר פון צאנזער רב האט עס עפעס מיט דער אמת? ס'דארף בכלל שטימען מיט די טאג טעגליכער מציאות? די גאנצע הייפט אפ כל נדרי דרשה מיינט עפעס חוץ פון אימעדזש?

נעם למשל דער בעל המאמר צאנזער רב זי"ע, וואס פלעג זיך נישט לייגען ביינאכט מיט קיין פרוטה אין טאש! זיין אייגען שטוב איז מען געגאנגען אנגעטוהן צוריסען און מ'האט געהונגערט. פיקטשער דיך די עובדא וואס מיכאל זינגט אויף נשמה פלאם די מעשה פון צאנזער רב מיט די אלמנה מיט די עפעלאך. וואלט היינט איינער, חאטש איינער, פון די צדיקי הדור אויף געהויבן זיין מחול הצדיקים אריינגעגאנגען אין א געשעפט פון א יוד וואס מוטשעט זיך און געהאלפן ריקען סחורה אז יענער זאל קען ארויס קריכען פון טאג טעגליכער חובות?

די איינציגסטע מאל וואס מ'זעט דע ליידיגערס אין א געשעפט איז ווען אלעס איז קעמרא רעדי ביי א קביעת מזוזה, זיי זעצן זיך אויף א גרויסע לעדערנע בענקל, זיי שאשקענען אריין, פארגלייזן די אויגען, און ועל כולם מ'צאלט זיי צו אויכעט פאר דעם.

פארוואס זאל זיין קיא נאוט אדרעסס פון ימים נוראים בכלל מיינען עפעס אמת, אדער ח"ו עפעס א צורך פון דער טאג טעגליכער מענטש. ס'איז איין גרויסע שטיק PR, א פשוטע כבוד עצמו הוא דור"ש. דער מר בר רב אשי טוט נישט קיין זאך מיט'ן טאג חוץ פון זיך פעמפערען. א טאג נאך שמחת תורה איז ער שוין אין מיאמע, ווייקט זיך און טרוקענט זיך ביז סוף ווינטער, נאך שבועות פארבראכט ער האלב זומער און ענגלאנד, די אנדערע האלב אין א זומער הויז און סוואן לעיק, פון דארט גראד אלס רועה צאן נאמן און געטרייער פאסטעכער לכבוד חודש תשרי.

און די עקספעקסט ער זאל ביי די הייעך פון די הייליגע טעג אינזין האבן אונז פשוטע מענטשען?

חלמא טבא חזיתא...

וואלווי, כ'בין טיילווייז מסכים צו דיר, אבער ווי גדלי' זאגט, מהרז"ל איז נישט ידוע פאר סתם א אנדרייער און פייניגער, כ'פארשטיי מען דארף מעורר זיין זיין יוהכ"פ אידישע קינדער, דאס איז טאקע זיין פליכט, און מיין פליכט איז מעורר צו זיין די רבנים... אופס. 😛
איך האב טאקע נישט ערווארטעט אז ער זאל זאגן זאכן זיך אליינס צו באשולדיגן, אבער כ'האב נישט געוואלט אז מדשתקו שמעקעדיג וחבריו ש"מ ניחא להו, כ'האב געזעהן די הודעה פון לאקש און געפילט פאר וויכטיג צו מעורר זיין, נאר צו טון און נישט צו אויפטון און נאר אראפצונעמען די חרון אף וכו' וכו', גענוי ווי רביה"ק האט אונז געלערנט אן קיין שינוי זיז כל שהוא.
א ליגנט ווערט אפגעקויפט פון אסאך מאל איבער'חזר'ן כידוע, ממילא דארף מען צושטערן די ליגנטס און ארויסשרייען דעם אמת מיט מסירות נפש......

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 7:46 pm

· #414335
גראדע באגלייטן איז א מהרי''ל. די יעקעס און היינטיגע צייטן אפילו די ליטווישע מאכן עס אויכעט, לעצטענס האט ישיבת תפרח (פילץ) אפילו אנגעהויבן ארויסנעמען די ספרי תורה ביים באגלייטן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 7:50 pm

· #414336
גדליה
גראדע ר' זלמן לייב איז באקאנט אלץ א רבי וואס שאפט גרויסע געלטער פאר נצרכים.
איך האלט די גאנצע רבנים בעשינג איז נישט ריכטיג, ואכמ"ל

גדליה: און ר' אהרן איז אויכעט נישט הינטערשטעליג ווען ס'קומט ארויסצוהעלפן יחידים ביי א שמחה וכדומה...!

איסר האטלקי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 7:57 pm

· #414339
נעקסטע פאר תגובות:

לאקש: בערל, שטותים. רז"ל שאפט סאך מער.

סיינאוט: מהר"א שאפט 4.5 מיליאן חודש'ליך.

גאנצל: תשרי און ניסן קומט עס אן צו 7.8 מיליאן און ז"ל גארניט

איש את רעהו: רז"ל טוט עס בסתר ממילא זענען די נאמבערס באהאלטן

היסטאריקער: רז"ל שאפט נאר פאר צרפת

ימים ידברו: 14 טויזנט אלמנות זענען אויף די ליסטע יעדן ראש חודש

המשך יבא...

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:03 pm

· #414349
איסר, אוי זאגסטו גוט....

שמעון וואלף » פרייטאג אקטאבער 12, 2018 12:24 am

· #414357
שמעקי,
כ'האב הנאה געהאט פון דיין פשעטיל און די ברענגסט ארויס גוטע פאינטס אבער די אמת איז אז קשיא מעיקרא ליתא. די גזירה וואס מ'האט מורא איז אז די גאווערמענט וועט פארלאנגן צו לערנען אלגעמיינע לימודים מער שעות פער טאג און אויך אפשר אז ס'זאל זיין די ערשטע העלפט טאג ווען די מוח איז קלארער. דאס וואלט בלי ספק גורם געווען צו לערנען ווייניגער למודי קודש.

לגבי חבורת זכרו, דרשו, יסודי התורה ביסטי גערעכט אז מ'לערנט אפשר מער ווי פאר 10-15 יאר צוריק, אבער די מצב איז נאכאלץ זייער שוואך. וויפול יונגעלייט עפענען נישט קיין ספר דורך די וואך? און די וואס לערנען יא, וויפול גיבן א כיפער אפ דעם ארטסקרול אן וויסן בחייכון וביומיכון? בקיצור ס'דארף נאך א תיקון גדול.

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג אקטאבער 12, 2018 2:57 am

· #414360
גדליה
גראדע ר' זלמן לייב איז באקאנט אלץ א רבי וואס שאפט גרויסע געלטער פאר נצרכים.
איך האלט די גאנצע רבנים בעשינג איז נישט ריכטיג, ואכמ"ל

האסט מכוון געווען צו א מפורש'ע פסוק, ווי שטייט דארט "על כל פשעים תכסה צדקה"

אגרות צפון » פרייטאג אקטאבער 12, 2018 6:00 am

· #414364
איך אויך
גראדע באגלייטן איז א מהרי''ל. די יעקעס און היינטיגע צייטן אפילו די ליטווישע מאכן עס אויכעט, לעצטענס האט ישיבת תפרח (פילץ) אפילו אנגעהויבן ארויסנעמען די ספרי תורה ביים באגלייטן.
ווי פונקטליך אין מהרי"ל שטייט עס?
און וועלכע יעקישע קהילה טוט עס?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 12, 2018 8:28 am

· #414368
אין לעיקוואד ישיבה איז דא עפעס א באגלייטונג, איך בין נישט זיכער די פרטים. ליל שמחת תורה ברענגט מען אלע ספרי תורה צום בית המדרש ווי מ׳גייט טאנצען, און דאס קומט מיט א באגלייטונג. דאס פלעגט מען טון נאך בימי ר׳ אהרן קוטלר.

אבער באגלייטען א בשר ודגים איז נישט קיין מנהג ביי ליטווישע, כפי מיטב ידיעתי.

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 11:04 am

· #418471
דער רז"ל געבט נישט אויף, די גזירת חינוך ווערט ליידער בלויז ערגער, אבער אנשטאט מתקן זיין די חינוך אין די אייגענע מוסדות בלעימט מען ווידער די עלטערן מיט זייערע סמארטפאונ'ס, אז דאס איז די עוולה פון חינוך וואס "על כן באה אלינו הצרה הזאת"...

(פון די כ"א כסלו דרשה, ווי דער עולם לויפט הערן דעם "דבר השם").

.
📎 Kuf_Alef_Kislav.jpg

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 11:13 am

· #418472
פארוואס עס רעגט מיך אויף, ווייל איך ווייס נישט צי מאז היתה ישראל לגוי איז שוין געווען א דור ווי היינט וואס די עלטערן זענען געווען אזויפיל אריינגעטון אין די חינוך פון די קינדער, אויף טריט און שריט, סיי מצד די עלטערן זעלבסט וואס זענען ארייגעמישט אין יעדע דעטאל כמעט, פיזיש און עמאציאנאל, און סיי מצד די מוסדות וואס פרובירן אנקניפן קשרים מיט די עלטערן, א שטייגער ווי מאכן אסיפות, PTA. זענען אונזערע עלטערן אמאל געגאנגען צו פי.טי.עי.'ס? רוב טאטעס האבן קוים געוואוסט ווער דער מלמד איז... בלויז אזויפיל האט מען געוואוסט, אז אויב דאס קינד האט געכאפט מכות אין חדר (ווי דער שטייגער איז געווען מדי יום ביומו), מיינט עס אז דער טאטע דארף צוגעבן נאך א חלק אינדערהיים... היינט איז דא אבות ובנים, וויפיל האבן אונזערע עלטערן געלערנט מיט אונז? וכדומה וכדומה.

אודאי איז עס נישט קיין נחלת הכלל, געוויס זענען אמאל געווען גוטע עלטערן, און ווארשיינליך זענען היינט דא פארנאכלעסיגטע עלטערן וועלכע דארפן אפאר גוטע פעטש; אבער בכלליות איז היינט א דור ווי די עלטערן קאנעקטן מיט די קינדער אויף א אופן וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען, יא, אפילו עלטערן מיט סמארטפאונ'ס שטייגן איבער אונזערע עלטערן אין דעם הינזיכט, עס איז ממש אכשר דרא מיט דעם, און דא קומט מען אונז ווידעראמאל בלעימען, אלץ זעמיר אונז שולדיג, פאר יעדע גזירה האבן מיר עפעס געזינדיגט, קיינמאל נישט די רבנים.... וואס האקט מען אין קאפ? וואס וויל מען פון אונזער לעבן האבן?

גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 11:48 am

· #418476
שמעקעדיג איר זענט הייליג גערעכט.
אונזערע עלטערען - אן די סמארטפאונס - האבען נישט געהאט קיין שום קשר מיט די קינדער. ס'איז סתם א ביליגע הוצאת לעז פון מיטליעריגע מענטשען וואס פילען זיך ווי דורעכפעלער, האבען גארנישט אויפגעטוהן אין זייער לעבען, האבען געפייניגט די קינדער אלע יארען, און יעצט שרייען זיי וועגען חינוך הבנים. וועלכע פון אונזערע טאטעס האט אמאל געהאט א אפענע שמועס מיט א קינד? וועלכע טאטע פון ביז צען יאר צוריק האט אמאל אינטרעסירט אויסצולערנען פאר זיין בחור'ל וואס דאס באדייט פובערטי?
די אלע נארישע קרטיק פון בעלי דרשנים קעגען די היינטיגע יונגעלייט קומט פון א גרויסע אכזבה נעבעך, זיי גייען דורעך א מידלייף קרייסעס און ווי שטענדיג איז די יונגע דור צו בלעימען.
ווער רעדט נאך ווען א אדמו"ר רעדט וועגען חינוך הבנים... ווער ס'ווייסט אביסעל וויזוי ס'גייט צו ביי רבי'שע שטיבער, האבען די אדמורים אין בעסטען פאל גאנץ קנאפ א שייכות מיט די קינדער, און אין ערגסטען פאל רייסען זיי זיך ארום.
בכלל ס'איז מורא'דיג פאני ווי אויף אלע גיטע זאכען נעמען די מוסדות קרעדיט. אבער אויף די דורעכפעלער זענען זיי קיינמאל נישט שולדיג. אלץ איז עס די עלטערען, די פרויען, די סמארטפאונס, יעדער איז שולדיג. אבער אז די מוסדות צו די רבי אליין איז גאר שולדיג, דאס איז אים נאך קיינמאל נישט איינגעפאלען.
מר. טייטעלבוים, מיר ווייסען אז איר האט גע'ירש'נט אייער שטוהל צוליב אייער לעצטע נאמען און נישט צוליב אייערע פעהיגקייטען, ווען גייט שוין זיין די צייט וואס איר וועט זאגען אויף זיך אליין "אבל אשמים אנחנו"? ווען גייט איר שוין מודה זיין אז צו קענען פירען א קהילה דארף מען האבען נאך זאכען אויסער הייסען טייטעלבוים?

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 11:55 am

· #418477

ווי צום ביישפיל? מ'דארף קענען פוטבאל? אדער גאר פיזיקס?

גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:00 pm

· #418478
קאך_לעפל

צו זיין א מנהיג פון אזא גרויסע עדה אידען וואלט איך ערווארטעט אז מ'ברויך קענען כאטשיג גאנץ ש"ס און שו"ע. אויך דארף מען זיין א שטיקעל מעביר על מידותיו. די סאטמארע רביס קענען זיך נישט אויסקומען מיט זייערע אייגענע געשוויסטער, ווי אזוי זאלען זיי קענען פירען א קהילה אידען?

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:06 pm

· #418481

זאגט ווער? די האסט דער פארבאגענער מענועל פון די זאכן וואס מנהיגים דארפן קענען אדער באזיצן? ווער מאכט אפ וואס פאר א טאלאנטן אדער פעאיגייטן א מנהיג דארף האבן?

גיי אריין אין הופער שמחות תורה וועסטו טרעפן עטליכע טויזענט מענטשען וואס זאגן אז זייער מנהיג פארמאגט די נויטיגע טאלאנטן און קוואליפעקאציעס וואס פאדערט זיך פאר א מנהיג. די וועסט נאך אפילו טרעפען אזעלכע וואס וועלן דיר זאגן אז אפילו מיט א שמיץ אריבער.

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:07 pm

· #418484
ממש איצט געטראפן דעם מאנועל:

וַיְדַבֵּר מֹשֶׁה אֶל ה' לֵאמֹר: יִפְקֹד ה' אֱלֹהֵי הָרוּחֹת לְכָל בָּשָׂר אִישׁ עַל הָעֵדָה: אֲשֶׁר יֵצֵא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יָבֹא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יוֹצִיאֵם וַאֲשֶׁר יְבִיאֵם וְלֹא תִהְיֶה עֲדַת ה' כַּצֹּאן אֲשֶׁר אֵין לָהֶם רֹעֶה: (במדבר כז טו-יז)

גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:10 pm

· #418485
גיי אריין אין מעקא וועסטו טרעפען א ביליאן מוסלימענער וואס גלויבען אז מוחמד איז א נביא

גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:15 pm

· #418487
קאך_לעפל
ממש איצט געטראפן דעם מאנועל:

וַיְדַבֵּר מֹשֶׁה אֶל ה' לֵאמֹר: יִפְקֹד ה' אֱלֹהֵי הָרוּחֹת לְכָל בָּשָׂר אִישׁ עַל הָעֵדָה: אֲשֶׁר יֵצֵא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יָבֹא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יוֹצִיאֵם וַאֲשֶׁר יְבִיאֵם וְלֹא תִהְיֶה עֲדַת ה' כַּצֹּאן אֲשֶׁר אֵין לָהֶם רֹעֶה: (במדבר כז טו-יז)

אין דעם פסוק שטייט אז די טייטעלבוים ברידער דארפען געוועלטיגען אויף סאטמאר?
אויב עפעס לערנען מיר זיך פון דעם פסוק אז שררה גייט נישט אריבער בירושה צו די קינדער.

שלי שלך » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:25 pm

· #418489
Re: גזירת החינוך, על שום מה? (דרשת סאטמאר)
גדליה
וועלכע טאטע פון ביז צען יאר צוריק האט אמאל אינטרעסירט אויסצולערנען פאר זיין בחור'ל וואס דאס באדייט פובערטי?

וואס מיינט פובערטי?

גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:29 pm

· #418492
שלי שלך
גדליה
וועלכע טאטע פון ביז צען יאר צוריק האט אמאל אינטרעסירט אויסצולערנען פאר זיין בחור'ל וואס דאס באדייט פובערטי?

וואס מיינט פובערטי?

Puberty

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:31 pm

· #418493
קאך_לעפל
ממש איצט געטראפן דעם מאנועל:

וַיְדַבֵּר מֹשֶׁה אֶל ה' לֵאמֹר: יִפְקֹד ה' אֱלֹהֵי הָרוּחֹת לְכָל בָּשָׂר אִישׁ עַל הָעֵדָה: אֲשֶׁר יֵצֵא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יָבֹא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יוֹצִיאֵם וַאֲשֶׁר יְבִיאֵם וְלֹא תִהְיֶה עֲדַת ה' כַּצֹּאן אֲשֶׁר אֵין לָהֶם רֹעֶה: (במדבר כז טו-יז)

קאך לעפל:נאכאמאל. ווער האט גערעדט צו וועים...? די אייבישטער צו משה רבנו. אדער משה רבנו צו דעם אייבישטן. ביטע מאך נישט אויף קיין נייע פסוקים...!

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:34 pm

· #418496
מיין נקודה איז:

א סארט מנהיג ווי משה רבינו, יושע בן נון, שמואל הרמתי, עתניאל בו קנז, רבינו הקדוש (נישט דער סאקמארער) האבן באזיצט יעדע סארט מעלה וואס מ'קען זיך בלויז פארשטעלן.
אזא סארט מנהיג איז שוין ליידער נישט פארהאן. היינט ווענדט זיך אלעס אין די קעלבער. אויב די קעלבער זענען ווירקליך צופרידן מיט זייער געטרייער פאסטוך, דאן ווער זענען די קעלבער פונעם אנדערען פאסטוך אריין צו רעדן צו זייער פאסטוך באזיצט ווירקליך די געפאדערטע פאכטוכישע איינגשאפטן? אלע קעלבער האלטן אז זייער פאסטוך איז דאס בעסטע. אין באווייז אז זיי לויפן אים נאך ווי די קעלבער.

גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 1:31 pm

· #418500
קאך לעפעל,
אפשר זענען די חסידים טאקע קעלבער אבער די היינטיגע מנהיגים זענען נישט קיין פאסטוכער נאר וועלף.

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 1:41 pm

· #418503
גדליה
קאך לעפעל,
אפשר זענען די חסידים טאקע קעלבער אבער די היינטיגע מנהיגים זענען נישט קיין פאסטוכער נאר וועלף.

זאגט ווער? די קעלבער? די פאסטעכער? די קעלבער זאגן אז זייער פאסטוך איז גאר ג-ט, און די פאסטוכער זאגט דאס זעלבע, אז זיי זענען ג-ט. און יעדער איז ב''ה פיין צופרידן, די קעלבער האבן בלויז פראבלעמען מיט די אנדערע פאסטוכער...אבער נשט מיט זייער איייגענע....

דאס אז די היינטיגע מנהיגים זענען וועלף, דאס איז פילייכט דיין אייגענע מיינונג? שטומט?

גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 1:51 pm

· #418506
דער העלבראנץ פון לב טהור האט אויך קעלבער וואס גלויבען אין אים. דער אכזר און רוצח קים יאנג אן איז אויכעט פארגעטערט אין זיין מדינה.
דאס וואס א דיקטאטאר האט קעלבער וואס גלייבען אין עם געבט עם נאכנישט קיין רעכט צו טוהן וואס ער וויל.
נ. ב. אלץ וואס איך שרייב איז מיין אייגענע מיינונג. אנדערש ווי די טייטעלבוים ברידער פארמאגט איך נישט קיין דיירעקט ליין צו ג-ט

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:05 pm

· #418508
עכט נאריש די גאנצע נושא. די אלע זאליס האבען א ברירה? האבען זיי געהאט א שטימע אריין צו וויילען ווער זאל זיין זייער גייסטישע פירער? ט'קענען זיי פראקטישעהייט אפלאזען די זאך?

זאת ועוד, דאס אז מ'רעדט זיך אפ איז אויף דעם גופא, אז מענטשן גיין צו א מנהיג וואס האט נישט די נויטיגע פעאיגקייטן.

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:30 pm

· #418513
ליטוואק פון בודאפעסט
עכט נאריש די גאנצע נושא. די אלע זאליס האבען א ברירה? האבען זיי געהאט א שטימע אריין צו וויילען ווער זאל זיין זייער גייסטישע פירער? ט'קענען זיי פראקטישעהייט אפלאזען די זאך?

זאת ועוד, דאס אז מ'רעדט זיך אפ איז אויף דעם גופא, אז מענטשן גיין צו א מנהיג וואס האט נישט די נויטיגע פעאיגקייטן.

דאס וואס איך זאג, זיי האלטן אז ער האט יא.

גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:34 pm

· #418515
קאך_לעפל
ליטוואק פון בודאפעסט
עכט נאריש די גאנצע נושא. די אלע זאליס האבען א ברירה? האבען זיי געהאט א שטימע אריין צו וויילען ווער זאל זיין זייער גייסטישע פירער? ט'קענען זיי פראקטישעהייט אפלאזען די זאך?

זאת ועוד, דאס אז מ'רעדט זיך אפ איז אויף דעם גופא, אז מענטשן גיין צו א מנהיג וואס האט נישט די נויטיגע פעאיגקייטן.

דאס וואס איך זאג, זיי האלטן אז ער האט יא.

אויב אסאך מענטשען זאגען איבער א שקר אסאך מאל ווערט עס נאכנישט אמת.
איר האלט אין איין רעפערירן צו די טויזענטער אידען ביי הקפות און ביי פראטעסטען. איר פארפעלט צו אנערקענען אז ביליאנען מענטשען גלייבען אין כל מיני נארישקייטען און זיי ווערען נישט אמת צוליב דעם. האק דיך שוין ארויס פון קאפ די פראפאגאנדע און קום צום טעם פון אנערקענען די אמתדיגקייט פון די קליינע הייפעלע אידען שלא כרעו לעבודה זרה דמיתקריא טייטעלבוים והאלבערשטאם וטווערסקי

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:35 pm

· #418516
קאך_לעפל
ליטוואק פון בודאפעסט
עכט נאריש די גאנצע נושא. די אלע זאליס האבען א ברירה? האבען זיי געהאט א שטימע אריין צו וויילען ווער זאל זיין זייער גייסטישע פירער? ט'קענען זיי פראקטישעהייט אפלאזען די זאך?

זאת ועוד, דאס אז מ'רעדט זיך אפ איז אויף דעם גופא, אז מענטשן גיין צו א מנהיג וואס האט נישט די נויטיגע פעאיגקייטן.

דאס וואס איך זאג, זיי האלטן אז ער האט יא.

פון וואנעט ווייסטו אז זיי האלטען אזוי?

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:39 pm

· #418518
יענקי: רבי, בערל האט מיך געוואלט שלאגן. רבי: פון ווייסטו וואס ער האט געוואלט? יענקי: ווייל ער האט!

די קעלבער לויפן נאך דעם פאסטוך. דאס איז א מציאות, און די קעלבער וואס ווילן פאשן אויף די פריי וו.צ.ב.ש. די אנגעבליכע אויפגעקלעטע, לויפן נישט נאך דעם פאסטוך.

גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:41 pm

· #418519
קאך_לעפל
יענקי: רבי, בערל האט מיך געוואלט שלאגן. רבי: פון ווייסטו וואס ער האט געוואלט? יענקי: ווייל ער האט!

די קעלבער לויפן נאך דעם פאסטוך. דאס איז א מציאות, און די קעלבער וואס ווילן פאשן אויף די פריי וו.צ.ב.ש. די אנגעבליכע אויפגעקלעטע, לויפן נישט נאך דעם פאסטוך.

וויפיל זאליס לויפען נאך ר' זלמן לייב? אפשר פינעף פערצענט

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:43 pm

· #418521
גדליה
קאך_לעפל
יענקי: רבי, בערל האט מיך געוואלט שלאגן. רבי: פון ווייסטו וואס ער האט געוואלט? יענקי: ווייל ער האט!

די קעלבער לויפן נאך דעם פאסטוך. דאס איז א מציאות, און די קעלבער וואס ווילן פאשן אויף די פריי וו.צ.ב.ש. די אנגעבליכע אויפגעקלערטע, לויפן נישט נאך דעם פאסטוך.

וויפיל זאליס לויפען נאך ר' זלמן לייב? אפשר פינעף פערצענט

אזלא פינף פראצענט האלטן אז רבי זאלמן האט די פעאיקייטן צו זיין א מנהיג? קאן זיין, איך בין נישט אזוי גוט מיט סטאסטיקס. כ'וועל דיר מוזן גלייבן אויפן ווארט...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:47 pm

· #418523
איך האב דיר שוין געענטפערט אויף דעם.

גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:50 pm

· #418524
רעב קאך לעפעל, אלץ אהרוני וואלט איר געדארפט האלטען אז רז"ל האט נישט קיין איין חסיד... איך בין שוין א ברייטהארציגע.
אבער לאמיר פארגעסען פון חסידים וואס איז שווער צו מעסטען. איר ווייסט אפשר ווי אזוי רעב זלמן לייב איז געווארען אויפגענומען אלץ רבי? און ווי אזוי איז רעב אהרן געווארען אויפגענומען אלץ רבי? וויפיל מענטשען האבען זיי געהאט ביי די וואלען? וויפיל שטימען האבן זיי באקומען?

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:55 pm

· #418525
גדליה
רעב קאך לעפעל, אלץ אהרוני וואלט איר געדארפט האלטען אז רז"ל האט נישט קיין איין חסיד... איך בין שוין א ברייטהארציגע.
אבער לאמיר פארגעסען פון חסידים וואס איז שווער צו מעסטען. איר ווייסט אפשר ווי אזוי רעב זלמן לייב איז געווארען אויפגענומען אלץ רבי? און ווי אזוי איז רעב אהרן געווארען אויפגענומען אלץ רבי? וויפיל מענטשען האבען זיי געהאט ביי די וואלען? וויפיל שטימען האבן זיי באקומען?

וואס כ'ווייס איז איין זאך, און וואס איך וויל דיסקאסירן מיט דיר איז א צווייטע זאך. נעמליך, כ'ווייס נישט וואס דיינע ווירקליכע מאטיוון זענען, ווי איך שטעל מיך פאר זענען זיי נישט צו קיין גינסטיגע, דערפאר נעם איך איין א מויל פול מיט וואסער.

הצלחה

גדליה » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 3:09 pm

· #418527
קאך לעפעל, געוואלדיגע דיבורים. כהאף איר זענט נישט ברוגז כהאב עס פארוואנדעלט אין מיין אינטערשריפט

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:26 pm

· #418579
גדליה
רעב קאך לעפעל, אלץ אהרוני וואלט איר געדארפט האלטען אז רז"ל האט נישט קיין איין חסיד... איך בין שוין א ברייטהארציגע.
אבער לאמיר פארגעסען פון חסידים וואס איז שווער צו מעסטען. איר ווייסט אפשר ווי אזוי רעב זלמן לייב איז געווארען אויפגענומען אלץ רבי? און ווי אזוי איז רעב אהרן געווארען אויפגענומען אלץ רבי? וויפיל מענטשען האבען זיי געהאט ביי די וואלען? וויפיל שטימען האבן זיי באקומען?

גדליה: מ'האט געשטימט מיט די הענט און די פויסטן. און אפשר מיט די פיס אויך. נישט אין די קלפי...! כל דאלים גבר...!
בלאט: 1 2