@קאוועקריטיק מיר ווארטן פאר א איבערזיכט.
אין יו"ט'דיגן קיאסק
82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12589
בלאט: 1 2
די גאנצע קריטיק זשאנער איז מיר אביסל נישט ניחא לעצטנס, איך זע אויף אייוועלט ווי דער עולם גיסט צאם קיתון של שופכין מיט טענות און מענות סתם געזויגן פון פינגער, וואס רובא דמינכרא זענען סתם צר עין און זוכן יענעמס חסרונות און וואס צו קריטיקירן מיט לעכט, און איך וויל נישט אריינפאלן אין דעם לאך און זיין ווי זיי, ווייל אין א געוויסן זין, איז נישט אינטערעסאנט צו קריטיקירן. פינטל.
אז דו האלטסט דו קענסט בעסער, אדרבה, שארץ דיך ארויף די ארבל און ווייז וואס דו קענסט.
פון דער אנדערער זייט פאדערט זיך איבערזיכט אויף טאלאנט און קונסט און ליטערארישע ווערק מוזן איבערגעקוקט ווערן מיט א קריטישן אויג, בפרט ווען מ'זעט מאגאזינען וואס באגייען קלאסישע טעותים און טוען טפשות'ער וואס איז ממש א ווייטאג, איז עס נישט ריכטיג צו איגנארירן. דערפאר בין איך סקעפטיש, אהער און אהין, יא שרייבן נישט שרייבן. פסח האב איך טאקע כמעט נישט געשריבן מהאי טעמא. כ'זוך נישט סתם אראפצורייסן מאגאזינען און כ'ווייס נישט צי מ'נעמט מיך ערנסט אדער מ'קומט מיך אן ווי איך קוק אן די קריטיקירער אויף אייוועלט.

בקהילה האט מען זיך באלעקט די פינגער (מליצה) חוץ פון די פאליטישע מוסף.
קאווע קריטיקדי גאנצע קריטיק זשאנער איז מיר אביסל נישט ניחא לעצטנס, איך זע אויף אייוועלט ווי דער עולם גיסט צאם קיתון של שופכין מיט טענות און מענות סתם געזויגן פון פינגער, וואס רובא דמינכרא זענען סתם צר עין און זוכן יענעמס חסרונות און וואס צו קריטיקירן מיט לעכט, און איך וויל נישט אריינפאלן אין דעם לאך און זיין ווי זיי, ווייל אין א געוויסן זין, איז נישט אינטערעסאנט צו קריטיקירן. פינטל.
אז דו האלטסט דו קענסט בעסער, אדרבה, שארץ דיך ארויף די ארבל און ווייז וואס דו קענסט.
פון דער אנדערער זייט פאדערט זיך איבערזיכט אויף טאלאנט און קונסט און ליטערארישע ווערק מוזן איבערגעקוקט ווערן מיט א קריטישן אויג, בפרט ווען מ'זעט מאגאזינען וואס באגייען קלאסישע טעותים און טוען טפשות'ער וואס איז ממש א ווייטאג, איז עס נישט ריכטיג צו איגנארירן. דערפאר בין איך סקעפטיש, אהער און אהין, יא שרייבן נישט שרייבן. פסח האב איך טאקע כמעט נישט געשריבן מהאי טעמא. כ'זוך נישט סתם אראפצורייסן מאגאזינען און כ'ווייס נישט צי מ'נעמט מיך ערנסט אדער מ'קומט מיך אן ווי איך קוק אן די קריטיקירער אויף אייוועלט.
איך רעספעקטיר אייער ספיקות, נישט אפשר וויי צו טון אנדערע. מען קען נישט שרייבן אן קיין קריטיק? איר קענט שרייבן וואס איר האט הנאה געהאט, און מכלל הן אתה שומע לאו...
נו, ווער הייבט אן מיט די רעצענזיעס?
האמת אגיד, די אינטערוויו אין מאמענט מיט הרב ח"צ טייטלבוים, בן הגה"צ דער וויליאמסבורגער רב וועגן זיין קהילת ראצפערט אין בארא פארק, איז זייער שיין און קלאר באשריבן.
אבער עפעס עפעס אין דעם ארטיקל מאכט מיר קלערן אז דאס איז באצאלט. עס איז מיר שווער צו אנצייגן פונקטליך. אולי די בריוו פון זיינע קינדער. אפשר די בילדער פון אלע עסקני הקהילה.
איז דא נאך איינער מיט ענליכע געפילן?

און אז כ'האב שוין די מייק אין די האנט. די מאמענט איז א געלונגענע אויסגאבע דאס מאל. די ארטיקל אויף דער הייליגער וואלפסאנער רב שליט"א איז מורא'דיג פראפעשענעל און רייך.
די פינטו מאשין ארבייט שווער ברוך השם אריינגעשטיפט צווי מאגאזינען דעם יום טוב
דער שריפט און עמי דאכט זיך
דער שריפט און עמי דאכט זיך
פינטו איז דער גרעסטער פראפאגאנדע מאשין בדורינו.
אינגערמאנטשיקלאון אז כ'האב שוין די מייק אין די האנט. די מאמענט איז א געלונגענע אויסגאבע דאס מאל. די ארטיקל אויף דער הייליגער וואלפסאנער רב שליט"א איז מורא'דיג פראפעשענעל און רייך.
אין מיינע אויגן איז עס געווען די שוואכסטע. זייער טרוקן באשריבן, ס'האט זיך געשפירט ווי איך ליין וויקיפידיע.
און איך בין חושד אז אלע אינפארמאציע זענען גענומען געווארן פון דעם אשכול פון @יין שרף.
אפי' די קעפלעך זענען מער ווייניגער די זעלבע. נעקסט טיים זיי מער קריעטיוו.
אייי געס אונז האמיר אנדערע טעיסט באדס.
קיינמאל נישט באמערקט די אשכול, טאקע א שאנדע.
קיינמאל נישט באמערקט די אשכול, טאקע א שאנדע.
אינגערמאנטשיקלפינטו איז דער גרעסטער פראפאגאנדע מאשין בדורינו.
דער נוכל גיבט נישט קיין סניז אן דעם וואס א דאזן באצאלטע טוויטערערס זאלן עס קאווערן.
כ'הער ער צאלט פיין, אפשר זאל זיך איינער דא איינשפאנן און כאטשיק לייזן עפעס דערפון.
מפיל קינדאינגערמאנטשיקלאון אז כ'האב שוין די מייק אין די האנט. די מאמענט איז א געלונגענע אויסגאבע דאס מאל. די ארטיקל אויף דער הייליגער וואלפסאנער רב שליט"א איז מורא'דיג פראפעשענעל און רייך.
אין מיינע אויגן איז עס געווען די שוואכסטע. זייער טרוקן באשריבן, ס'האט זיך געשפירט ווי איך ליין וויקיפידיע.
און איך בין חושד אז אלע אינפארמאציע זענען גענומען געווארן פון דעם אשכול פון @יין שרף.
אפי' די קעפלעך זענען מער ווייניגער די זעלבע. נעקסט טיים זיי מער קריעטיוו.
איך האב זיך שוין אויסגעלערנט אז עס קען זיין אז יין שרף האט געשריבן דעם ארטיקל פארן מאמענט.
פונקט ווי ווען ראזען האט באשריבן אין מאמענט איבער אן אינטערוויו וואס ער האט געהאט מיט מארגערעטן, וואס איז קיינמאל געשעהן. ביז איך האב געכאפט אז ער מוז זיין דרעזנער פון קול מבשר.
אינגערמאנטשיקלהאמת אגיד, די אינטערוויו אין מאמענט מיט הרב ח"צ טייטלבוים, בן הגה"צ דער וויליאמסבורגער רב וועגן זיין קהילת ראצפערט אין בארא פארק, איז זייער שיין און קלאר באשריבן.
אבער עפעס עפעס אין דעם ארטיקל מאכט מיר קלערן אז דאס איז באצאלט. עס איז מיר שווער צו אנצייגן פונקטליך. אולי די בריוו פון זיינע קינדער. אפשר די בילדער פון אלע עסקני הקהילה.
איז דא נאך איינער מיט ענליכע געפילן?
אינטרעסאנט, איך האב געהאט די זעלבע געפיל ביים ליינען ווען איך האב געזעהן ווי זיי שרייבן די נעמען פון די עסקנים און גבאים פון די קהילה ביי די בילדער. אבער עס איז א גאר גוטע ארטיקל אז עס באדערט מיר נישט אפילו עס איז באצאלט. עס איז געווען זייער אויפפרישענד פאר מיר צו ליינען איבער די נייע יונגע קהילה, און זייער רב וואס פארשטייט אזוי גוט די היינטיגע באדערפענישן.
כלל ישראל האט שוין א רב וואס פארשטייט אונזערע באדערפענישן? נישט ממש, נאר ס'איז געבוירן א בנש"ק וואס האט פערצופאל די זעלבע באדערפענישן ווי אונז...
בת קולמפיל קינדאינגערמאנטשיקלאון אז כ'האב שוין די מייק אין די האנט. די מאמענט איז א געלונגענע אויסגאבע דאס מאל. די ארטיקל אויף דער הייליגער וואלפסאנער רב שליט"א איז מורא'דיג פראפעשענעל און רייך.
אין מיינע אויגן איז עס געווען די שוואכסטע. זייער טרוקן באשריבן, ס'האט זיך געשפירט ווי איך ליין וויקיפידיע.
און איך בין חושד אז אלע אינפארמאציע זענען גענומען געווארן פון דעם אשכול פון @יין שרף.
אפי' די קעפלעך זענען מער ווייניגער די זעלבע. נעקסט טיים זיי מער קריעטיוו.
איך האב זיך שוין אויסגעלערנט אז עס קען זיין אז יין שרף האט געשריבן דעם ארטיקל פארן מאמענט.
פונקט ווי ווען ראזען האט באשריבן אין מאמענט איבער אן אינטערוויו וואס ער האט געהאט מיט מארגערעטן, וואס איז קיינמאל געשעהן. ביז איך האב געכאפט אז ער מוז זיין דרעזנער פון קול מבשר.
איר מיינט חיים יעקב גרין
איך אויךאינגערמאנטשיקלפינטו איז דער גרעסטער פראפאגאנדע מאשין בדורינו.
דער נוכל גיבט נישט קיין סניז אן דעם וואס א דאזן באצאלטע טוויטערערס זאלן עס קאווערן.
כ'הער ער צאלט פיין, אפשר זאל זיך איינער דא איינשפאנן און כאטשיק לייזן עפעס דערפון.
אגב ווען איז ער געקרוינט געווארן אלץ מאראקא הויפט ראבינער? ביז לעצטנס איז ער דאך געווען מדוכה ביסורין אין די שפיטעלער דאהי
די קעניג פון מאראקא האט אים געקרוינט אפאר יאר צוריק
ער איז נאר געווען 'מדוכא' איעדעס מאל ער האט געדארפט אויפשטייגן אויפן פליגער כדי צו עומד במשפט זיין אויף די קאראפציע און שוחד באשולדיגונג (אויף וואס ער איז טאקע סוכ''ס געפונען געוורן שולדיג און געזעצן א יאר אין תפיסה). ווי א זייגער איז ער הארט ביים פליגער 'צאמגעפאלן' און גלייך דערנאך צוריק אריין אינעם לימוזין צום באגילדעטן מאנהעטן פענטהאוז, ער האט געמאכט דעם שפיל אפשר א דאזן מאל ביז די ישראלים האבען מחליט געווען אז גענוג איז גענוג.
דער אפיציעלער מאראקאנער רב הראשי האט לעצטענס געשריבן א בריוו אקעגן דעם נוכל ווי ער בעהט און איז מתרה ער זאל אויפהערן צו פארנארן מענטשן ווייל קיינער האט עם דארט נישט געקרוינט אויף גארנשט.
דער אפיציעלער מאראקאנער רב הראשי האט לעצטענס געשריבן א בריוו אקעגן דעם נוכל ווי ער בעהט און איז מתרה ער זאל אויפהערן צו פארנארן מענטשן ווייל קיינער האט עם דארט נישט געקרוינט אויף גארנשט.
די מאגאזינען צייטונגען למיניהם זענען אלע אינדרויסן מיט פארגרעסטע ביילאגעס און פארמערטע צאל בלעטער ווי קיינמאל בעפאר.
איך בין ממשיך דעם אשכול פאר אן איבערזיכט אין קיאסק, א קריטישע אויג אויף די ליטערארישע ווארע פון היי יעריגן פסח סעזאן.
שעמט אייך נישט מיטצווטיילן אייערע הערות'לעך, קריטיק אבזערוואציעס אדער אייער הנאה פון סיי וועלכן ארטיקל, פראיעקט, קאלום, ביילאגע איר ליינט אין סיי וועלכן יו"ט נומער פון סיי וועלכן אויסגאבע, אנגעהויבן פון דאס אידישע ליכט און געענדיגט ביי יסודות.

ליפא: איך פיהל מיך שטארק געטראפן. דעם הויפט און וויכטיגסטן, און הייליגסטן חודש'ליכן זשורנאל האסטו בכלל נישט דערמאנו. ה"ה, מעלות. ארויסגעגעבן דורך אונזערע הייליגע באבעס. אין וועמענ'ס זכות א האלבע וועלט שטייט. אלע זייערע מענטשעלעך אין די באשרייבונגען זענען אזוי ריין און הייליג ווי אדם הראשון (און, להבדיל, זיין ווייב (רח"ל) חוה פאר'ן חטא פון עץ הדעת.) אויך. אלע קינדער אין זייערע באשרייבונגען האבן נישט קיין מאמעס. נאר טאטעס. אויך. נישט (ח"ו) קיין שוועסטערס. נאר ברודערס. ווער ס'באקט אפ די קאקאאש קעיק און די ראפאגאש בארכעס פארציילט מען נישט. או.קעי. מ'פארציילט יא. נאר זיי עקזיסטירן נישט. הס מלהזכיר.
איך האב בעסיעקלי קאפי פעיסט דעם ערשטן תגוב פון דעם אשכול מיט אפאר מיינאר שיניום
ליפא: ס'איז אין ארדענונג. מיין מחאה איז נאר געווען מן השפה ולחוץ.
איך האב דאך נאכנישט געליינט די צייטונגען און אנדערע אויסגאבעס פון יו"ט פסח הבעל"ט. נאך יו"ט וועללן מיר בעז"ה געבן א פולן באריכט (מיט שבחים אדער קריטיק) פון אלע באשרייבונגען...!
איך האב דאך נאכנישט געליינט די צייטונגען און אנדערע אויסגאבעס פון יו"ט פסח הבעל"ט. נאך יו"ט וועללן מיר בעז"ה געבן א פולן באריכט (מיט שבחים אדער קריטיק) פון אלע באשרייבונגען...!
איך האלט נאך פארן עפענען די פלעסטיקס, אבער פון די קאווערס האב איך געזעהן אז די אמרי חיים ווערט באשריבן אין אסאך אויסגאבעס, פון די דעקלעך שטארט די מאמענט ארויס ביי די אידישע מאגאזינען, מיט די מערסטע סחורה, די מאגאזינען זענען שטארק ארויף מיט די פרייזן, און אלע זענען דיק ווי טעלעפאון ביכער, און אז די ליטווישע פאליטישע פירערשאפט האט זיך גענומען איבער ר' גרשון אדלשטיין, מ'גייט אים קרוינען אלץ מרן, ער איז אויפן דעקל פון עטליכע ישראלישע מאגאזינען, און אגב האב איך שוין געזעהן בילדער ווי מ'האט צוגעבויעט טרעפ ביי זיין הויז פאר די פלייץ פון באזוכער דעם קומענדיגן יום טוב.
תרמב: ביי מיר איז שוין הגר"ג (כלשון ה'מגזינען בא"י) פון לאנג א ..."מרן"... נאר מיין פלאץ ביי די טרעפ פון מרן הגר"ג'ס הויז קענסטו נעמען. ווייל איך האב אנדערע פלענער פאר דעם יו"ט און חוה"מ הבעל"ט...גאנץ ווייט. אפילו נישט אין תחום שבת פון מרן הגר"ג שליט"א תמ"ל...!
אלס נישט א סאטמארע וועלכע איז מער אינטערעסאנט
דער איד?
דער בלאט?
דער איד?
דער בלאט?
היות דעי יום טוב האבן זיך די ליין מאטריאל קאמפעניס זיך משוגע שיין צוגעשטעלט מיט הערליכע ארטיקלען סיי די שריפט און סיי די שטיבל און סיי די מאמענט אלע מיט קלאסישע ארטיקלען וואלטן מיר זייער געוואלט בעטן אז די הויעכגעשעצטע חכם חקרן וידען הרב @קאווע קריטיק זאל אריינקימען מיט א באריכט וועגן די ארטיקלען
קאצקע ציקערהיות דעי יום טוב האבן זיך די ליין מאטריאל קאמפעניס זיך משוגע שיין צוגעשטעלט מיט הערליכע ארטיקלען סיי די שריפט און סיי די שטיבל און סיי די מאמענט אלע מיט קלאסישע ארטיקלען וואלטן מיר זייער געוואלט בעטן אז די הויעכגעשעצטע חכם חקרן וידען הרב @קאווע קריטיק זאל אריינקימען מיט א באריכט וועגן די ארטיקלען
וועקער
כ'ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע פלאץ צו פרעגן
סקומט א נייר וועקער לכבוד פסח ?
סקומט א נייר וועקער לכבוד פסח ?
קיין איינס פון די דעקלעך זעהט מיר פערזענליך נישט אויס זייער ציענדיג. מאמענט'ס אינטערוויו מיט יואל גאלד איז געווען די איינציגסטע זאך וואס האט מיר געצויגען.
אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו. לאמיר זעהן וואס עס דא אין די שווערע זעקליכע מאגאזינען.
גוט יו"ט!
אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו. לאמיר זעהן וואס עס דא אין די שווערע זעקליכע מאגאזינען.
גוט יו"ט!
איך האב זייער הנאה געהאט פון די מאמענט די וואך זיי האבן אינטערוויוד א "ליטווישער" המכנה את עצמו "ישיבישער" יוד.
די ליטווישע הלוך ילך איז זייער א אינטערעסאנטע טון פיל ברייטער ווי איך האב געמיינט, זיי האבן זייער אייגן סיסטען און משוגעתן, ומצד שני שטייען זיי אויף זייער אייגענע פרינציפן בד"כ לאפוקי...... שוין לאמיר נישט פארקריכן, איך האב שטארק הנאה געהאט.

קהל'ס נעראיך האב א געפיל אז דער שרייבער איז שמעון שלמה זילבער איינער איז מיט מיר?איך האב זייער הנאה געהאט פון די מאמענט די וואך זיי האבן אינטערוויוד א "ליטווישער" המכנה את עצמו "ישיבישער" יוד.