☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » מילדע טעותים אין היימישע מידיא

מילדע טעותים אין היימישע מידיא

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12573

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 11:13 am

· #412785
מילדע טעותים אין היימישע מידיא
אזוי ווי מיר האבן שוין 2 אשכולות אויף "גראבע" טעותים און אויף "מאדנע, אויפפאלענדע" טעותים, און אסאך מאל טרעף איך נישט-אזעלכע-גראבע טעותים, און איך ישוב זיך כסדר וואו מען זאל עס אריינשטעלן, און יעדעס מאל מיט א דיסקלעימער א די טעות איז נישט א גראבע נאר א דארע, און נישט מאדנע נאר אינטרעסאנט, האב איך באשלאסן פיינעלי צו עפענען א נייע אשכול און פטור פון די אלע דילעמעס וואס/וואו צו שרייבן...

וזה החלי

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 11:16 am

· #412786
עפל האט נעכטן רעליעסט 3 נייע אייפאון מאדעלן.

📎 Yid_iPhone.JPG

איז אזוי.
קודם כל, מען רופט עס נישט "עקס-עס". דער X שטייט פאר נומ. 10, גענוי ווי אין זייער פריערדיגע מאדעל. לא כשאני נכתב אני נקרא. עס רופט זיך "טען-עס" (10-S)
נאכדעם די פרייז, די טייערסטע מאדעל הייבט זיך טאקע אן ביי ארום 1,100 דאלער, אבער די פרייז קען ארויפגיין ביז $1,449 (רח"ל).

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 10:08 am

· #417215
.
📎 DerYid_298478.jpg

איסר האטלקי » מוצ"ש נאוועמבער 24, 2018 11:46 pm

· #417256
איין פוס נישט צוויי

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 4:16 pm

· #461580
ביטע קלינגט אריין און לאזט איבער א קאמפלימענט!

.
📎 הודעה הודאה.JPG

נומער5 » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 5:30 pm

· #461584
איר זענט ראש הכולל דארט? א שיינע זאך צי באצאלען פאר לערנען חסידות

לך לך » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 5:47 pm

· #461587
שמעקעדיג
ביטע קלינגט אריין און לאזט איבער א קאמפלימענט!

.
כזעה גארנישט שלעכט דא

מנחם ציון » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 6:15 pm

· #461589
אין מאמענט פר' מקץ תש"פ (איך געדענק נאר די וואך, א בילד האבעך נישט) שרייבט וואזנער אין זיין קאלום עפעס א משל מיט א זעלנער אין נאפאליאן'ס ארמיי, און ער איז גלייכצייטיג א "שטאלצע עסטרייכישע זעלנער" (כלשונו)

בכלל האב איך א פולע לעדל מיט גרייזן און אמעראצעס פון אים. סיי אין אויסלייג, סיי און פאקטן, -היינטיגע ווי היסטארישע.
לדעתי איז ער א דיזעסטער פון א פירקלער המכונה קאלומניסט

נעגעל וואסער » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 6:27 pm

· #461590
Re: מילדע טעותים אין היימישע מידיא
לך לך
שמעקעדיג
ביטע קלינגט אריין און לאזט איבער א קאמפלימענט!

.
כזעה גארנישט שלעכט דא

זע דער נאמען פונעם פייל, וועסטו כאפן.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:48 pm

· #461605
לך לך
שמעקעדיג
ביטע קלינגט אריין און לאזט איבער א קאמפלימענט!

.
כזעה גארנישט שלעכט דא

ס'וואלט געדארפט שטיין..."הודעה"...מיט אן עיי"ן. וואס איז טייטש א מעסעדזש. משא"כ הודאה איז טייטש איינס פון 3 זאכן. זיך מודה זיין. א דאנק. א קאמפלימענט...!

כרם זית » מיטוואך מאי 4, 2022 2:01 pm

· #499262
Re: מילדע טעותים אין היימישע מידיא
דער איד טעגלעך📎 IMG_20220504_134553.jpg

היכי דמי » מיטוואך אקטאבער 12, 2022 7:23 pm

· #510172
📎 9855D405-3AA4-42DA-B2C0-D991F703FB85.jpeg 📎 C8D7A753-85B0-42E5-B20A-BBD305D23297.jpeg

חב''ד הויזן » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2022 12:14 am

· #510179
היכי דמי
📎 9855D405-3AA4-42DA-B2C0-D991F703FB85.jpeg9855D405-3AA4-42DA-B2C0-D991F703FB85.jpeg 📎 C8D7A753-85B0-42E5-B20A-BBD305D23297.jpegC8D7A753-85B0-42E5-B20A-BBD305D23297.jpeg
און דו האלט ווייטער אז ס'איז א מיסטעיק...

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2022 12:27 am

· #510181
דער וואס האט געזאגט מבינות אין דעם אנדער'ן אשכול איבער צואת שוורים פון א געוויסן שרייבער איז (זעהט אויס) גערעכט געווען.

טאמבל סאס » מוצ"ש אקטאבער 15, 2022 5:49 pm

· #510278
היכי דמי
📎 9855D405-3AA4-42DA-B2C0-D991F703FB85.jpeg9855D405-3AA4-42DA-B2C0-D991F703FB85.jpeg 📎 C8D7A753-85B0-42E5-B20A-BBD305D23297.jpegC8D7A753-85B0-42E5-B20A-BBD305D23297.jpeg

אשפגתי מאוד

אינגערמאנטשיקל » זונטאג יולי 23, 2023 9:00 am

· #531985
אין די עמי'ס אינטערוויו מיט נחמי' גאטליעב שטייט אויף האדמו"ר רבי לייבוש מפשעווארסק שליט"א "Sgan Huadmorim". (סגן במקום זקן)

אפילו אויפן צד אז די טעות איז ביי גאטליעב, וואלט אן עדיטער נאכאלץ געדארפט אויפפיקן אזא טעות.