וועלכע רעליגיע איז געבעיסד אויף די פאוינט?
סליחות מיט ר' יואלי לעבאוויטש
57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12552
בלאט: 1 2
אידישקייט.
אינטרעסאנט. אלע רעליגיעז לאזען דער מענטש טראכטען וואס ער וויל. אידישקייט האט פיל טעקסטס און מקורות. ווי דארף דאס שטיין?
מיין תורה איז אויסדריקליך נישט געבעיסד אויף א ספיריטואלע עקספיריענס. די עקספיריענס איז די שכר פאר די עבודה, נישט די 'פאוינט'.
מיין תורה איז אויסדריקליך נישט געבעיסד אויף א ספיריטואלע עקספיריענס. די עקספיריענס איז די שכר פאר די עבודה, נישט די 'פאוינט'.
כ'האב נישט געזאגט ספיריטשעל עקספיריענס, דאס איז היפיזם. זיי זענען פאוקוסט אויף די עקספיריענס, אבער זיי ארבעטן נישט אויף זיך צו ווערן בעסערע מענטשן. איך האב גערעדט פון ספיריטשעל ענלייטמענט, וואו מ'נוצט די עקספיריענס אלץ אן אמצעי צוצוקומען צו שלימות.
איך רעד נישט אקעגן קיינעם ח"ו, אבער איך מיין אז דו מיססט אויכעט א פוינט. אין די ספה"ק (למשל יסושה"ע) רעדט מען אסאך ארום אז סתם זאגן סליחות איז גארנישט, מען טוט קיינעם נישט קיין טובה ווען מ'איז "יוצא" די מצוה פון סליחות, די מטרה פון סליחות איז זיך צו געבן א טרייסל וואו האלט איך אויף דער וועלט, אביסל חרטה על העבר און קבלה על העתיד, א שטיקל חשבון הנפש, וואס די אלע זאכן איז זייער שווער צו טון מיט מוזיק אדער לאוו, אוודאי דארף נישט זיין קיין נעגאטיווע אטמאספערע ביי סליחות, אבער פון דארטן ביז מוזיק איז א ווייטער מהלך.
שמעקעדיגדי מטרה פון סליחות איז זיך צו געבן א טרייסל וואו האלט איך אויף דער וועלט, אביסל חרטה על העבר און קבלה על העתיד, א שטיקל חשבון הנפש, וואס די אלע זאכן איז זייער שווער צו טון מיט מוזיק
קען זיין אז ביי דיר איז אזוי, ביי מיר איז פונקט פארקערט. געדענק, זאלסט קיינמאל נישט אונטערשאצן די כח פון מוזיק.
אויב וואלט איך דארט געווען ספעציעל אויב וואלט מיין נאמען ערגעצוואו ערשיינט וואלט איך אוואדאי געהאלטן שטארק געהאלטן דערפון אבער היות איך האב מיך באגענוגט מיטן אוועקגיין דאווענען צו א טראדיציאנעלע אשכנזישע שוהל אוואו מען שניידט האלב פון די סליחות און וואס מען זאגט יא זאגט מען נישט מיט גרעבעכצערייען און געקינצלטע אויסגעצויגענע שטימעס. אויך פארגעסט מען נישט פון א זייגער, פרעג איך,אויב צו ברעכן, פארוואס פעלט זיך אויס צו מאכן דערפון א קאנצערט?
בלאט: 1 2