תכלה שנה וקללותיה
איך האב א פשוטע שוועריגקייט מיט די אחות קטנה תפילה.
וויאזוי קענען מיר בעטן אז תחל שנה וברכותיה ווען מיר ווייסן קלאר אז נישט קיין חילוק וויאזוי די יאר וועט זיך אויסלאזן שטייט שוין אריינגעדריקט אין מחזור אז קומענדיגן יאר וועט מען סיי ווי זאגן תכלה שנה וקללותיה אויף דעם זעלבן יארע וואס מיר בעטן איצט תחל שנה וברכותיה
Re: תכלה שנה וקללותיה
ניין, משיח וועט קומען און מיר וועלען זינגען נייע לידער, ונודה לו על גאולתינו ועל פדות נפשינו
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
שושן פוריםאיך האב א פשוטע שוועריגקייט מיט די אחות קטנה תפילה.
וויאזוי קענען מיר בעטן אז תחל שנה וברכותיה ווען מיר ווייסן קלאר אז נישט קיין חילוק וויאזוי די יאר וועט זיך אויסלאזן שטייט שוין אריינגעדריקט אין מחזור אז קומענדיגן יאר וועט מען סיי ווי זאגן תכלה שנה וקללותיה אויף דעם זעלבן יארע וואס מיר בעטן איצט תכל שנה וברכותיה
שושן פורים: ס'איז דאך נאר אתפילה. א געבעט און א האפענונג אז דאס קומענדיגע יאר וועט זיין בעסער ווי די פארגאנגענע יאר. אונז דארפן מיר אלעס מקבל זיין באהבה. אזוי ווי די גמ' זאגט על כל גל וגל...אויף א יעדן וואלל פון וואסער בייגט מען זיך אראפ דעם קאפ און מ'איז עס מקבל באהבה. און מיר האפן אז דאס קומענדיגע יאר וועט זיין בעסער . סיי בגשמיות און סיי ברוחניות...!
שושן פורים: במושכל שני האביך געטראכט אז די גאנצע ..."אחות קטנה"... איז נישט מער ווי א פאעמע. און מ'דארף עס נישט נעמען אזוי ערנסט. ווייל סוכ"ס ווען איך מאך דעם חשבון הנפש פונ'ם פארגאנגענעם יאר האביך ב"ה זייער א סאך צו דאנקען פאר השי"ת. און איך בעט און בין מתפלל אז דאס קומענדיגע יאר זאלל זיין לכה"פ אזוי גוט ווי דאס פארלאפענע יאר. אבער, ס'מעג און ס'קען זיין בעסער...!
איך וועלל אויסזאגן א סוד פאר גאנץ בראד. איך זאג עס טאקע נישט. איך קוק אריין אין א ספר ווען מ'זאגט עס...!
די ברכות פון דעם יאהר זענען די קללות פונעם נעקסטן יאהר. ודו"ק
איך פרעג די זעלבע קשיא, וויאזוי קען איך בעטן "חננו מאתך חכמה בינה ודעת", ווען איך זעה דאך בחוש ווי וואס א טאג מער גייט אריבער אלץ נארישער ווער איך? ואפשר ליישב.
ס'איז געווען איין יאר וואס ס'נישט געווען קיין שום צרות קיין איין עקסידענט און ר' שלמה לייב האט געפסקנט מ'זאל נישט זאגן תכלה שנה וקללותיה
אויך האט מען יענע יאר געמעגט גיין שמאלע געפאסטע קליידער ווייל קיינער איז סייווי נישט געשטארבן
נאך א פשט קען מען זאגן, ערענסט גערעדט, "תכלה שנה וקללותיה" = אז די יאר זאל זיך ענדיגן און אוועקטראגן מיט זיך אירע קללות, סוף כל סוף געשעען דאך ליידער געוויסע זאכן כסדר, זאל דאס אלעס בלייבן א פארגאנגענהייט, און די שלעכטע זאלן מאכן פלאץ פאר "תחל שנה וברכותיה" = אז ס'זאל שוין אריינקומען די גוטע זאכן פון נייע יאר. אין הכי נמי אויב ס'וועט ח"ו ח"ו עפעס זיין נישט גוט אינעם נעקסטן יאר, וועלן מיר עס פארשיקן דערנאך
דער דריקער פונעם מחזור האט עס אריינגעלייגט פאר יענע יאר מיט די האפענונג אז קומענדיגע ר"ה וועט מען שוין זוכה זיין עס צו קענען אויסלאזן. ער וואלט טאקע געדארפט צושרייבן אז "בשנה שאין קללות לא יאמרו תפלה זו".