הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנדאן
171 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12450
הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנדאן
עס איז ענדליך געבראכן געווארן די נייעס אז מעלבורן האט ברוך ה' געטראפן א רב וואס איז מסכים איבערצולאזן זיין קהילה, קהל פאפא ב''פ וואו ער דינט אלס דומ''ץ, און וועט זיך אריבערציען קיין אוסטראליע און פרובירן אנצוהייבן א פרישן בלעטל אין לעבן.
כעת האט ער נאכנישט געגעבן זיין זיכערער ענטפער, עס קוקט אבער אויס ווי ער רישט זיך שוין דערפאר.
בייגעלייגט דער מודעה אויפן וואנט פון בית המדרש אין אוסטראליע.
📎 IMG-20180717-WA0098.jpg
אין בפ האט ער גארנישט, ס'נישט זיינס, אלעס באלאנגט פאר פאפא און ער האט גארנישט קיין אייגענע חסידים. אין מעלבורן באקומט ער אן אייגענעם מלוכה אין האנט אריין, אויב ס'וועט געלונגען.....
אין פאפא ב''פ האט ער גארנישט, קיינער קוקט כמעט נישט אויף אים דארט. צווישן די דיינים אין בארא פארק איז ער יא ארויפגעקוקט, ווייל למעשה פארטרעט ער א קהילה. אפשר אין וויליאמסבורג קוקט מען יא אויף אים? קען זיין.
דאכט זיך מיך אז דער ווייס איז א שטארק פאפולערע דיין אין ב"פ
ווער גייט איהם איבערנעמען אין פאפא?
ס'האט געהייסן לעצטע וואך אז ער פארט שבת נחמו פאר פראבע
א בילד?
גוגל געט מיר דאס
📎 WhatsApp-Image-2018-07-18-at-13.12.40.jpeg
לך לךדאכט זיך מיך אז דער ווייס איז א שטארק פאפולערע דיין אין ב"פ
ווער גייט איהם איבערנעמען אין פאפא?
לכאורה איינער פונעם רבי'נס קינדער.
זיי זענען גוט די פאפא'נע, אין מאנסי האבן זיי פארשיקט דעם טערצאלער, יעצט שיקן זיי דעם דיין. דער רבי האט גראדע חשובע קינדער.
עס איז מצד הגאון דומץ פאפא א גאלדענע זאך, ער וועט זיצען ברומו של עולם א הערליכע קהלה הערליכע ציבור א ערליכע און ריין פון פאליטיק און לשון הרע ממש א מחי', אבער עס ווינדערט מיך מצד מעלבארן, וואס האבען געהאט ענקי עולם גדולי ישראל, זאלן מחליף זיין מיט א מו"צעל, ווען זיי נעמען ווען א איד, וואס איז שולט און כאטש צוויי חלקים און שו"ע, אדער א חכם, אדער א געוואלדיגער ירא ד', ער איז באמת א פיינע מו"ץ פינקט גיט פאר פאפא, אבער פאר מעלבראן במקום גדולים, ווי סבאקרוינט געווען מיט א רב ווי הרב יצחק יעקב ניימאנן, אדער הרב בצלאל שטערן, אדער הרב אלימלך אשכנזי, אדער די לעצטע רב זצוקללה"ה, וואס כולם כאחד זענען געווען גדולי תורה ועמודי הוראה בעלי דרשנים נפלאים,
אבער הרב משה מנחם ווייסס גיט צו זאגען שלוש סעודות תורה.... נישט דער געוואלדיגער ת"ח ... נישט דער בעל הוראה... נישט דער גרויסער ירא ד'.. נישט פיל מער ווי א געווענדליכער כולל יונגערמאן, וואס איז ער מער פון הרב יודל כץ? ראשי קהלה פון מעלבראן איה חכמתכם? איה בינתכם?
ווען למשל הרב צבי האלפרין דיין וויען הער איך, א ת"ח גדול לייגט איין הרמ"מ און קליינעם פינגער... א בעל דרשן... אדער הרב מנחם פישער דיין וויען א רב ווי אין דער אלטער היים, אפי' הרב משה חייים שנעבאלג ממאנסי, א ירא ד' א ת"ח מיט א חיות א וויזניצער ברען, א דרשן וידען נפלא, א בן הרב הער איך אז איר ווילט קאנדיטאטען סדא שיינע קאנדיטאטען און אמעירקע אירופע ארצה"ק פינקט הרב משה מנחם ווייס דאס איז א ווינדער!
איך וויל אויסרעכנען קאנידאטאען וואס זענען לכאורה פיל מער פאסיג,
הרב נפתלי ניסבוים ארצה"ק א גאון עולם
הרב עמרם העניג אנטווערפין שולט ון ד' חלקי שו"ע א פשטן
הרב משה קעסלער וויזניץ מאנסי א גרויסער בעל הוראה וירא ד' מרבים
הרב שלעזינגער די ברידער פון הרי"ד פון מאנסי א ת"ח א בעל תפלה א רעדנער, אלע מעלות ועל כולם עניוות להפליא
הרב משה שאול קליין א ריזגיער בעל הוראה אין בניברק א תלמיד פון שבט הלוי ויד ימינו
פונקט הרמ"מ ווייס פון די שוואכסטע רבנים און בארא פארק ? ? ? תיקו
ימים ידברועס איז מצד הגאון דומץ פאפא א גאלדענע זאך, ער וועט זיצען ברומו של עולם א הערליכע קהלה הערליכע ציבור א ערליכע און ריין פון פאליטיק און לשון הרע ממש א מחי', אבער עס ווינדערט מיך מצד מעלבארן, וואס האבען געהאט ענקי עולם גדולי ישראל, זאלן מחליף זיין מיט א מו"צעל, ווען זיי נעמען ווען א איד, וואס איז שולט און כאטש צוויי חלקים און שו"ע, אדער א חכם, אדער א געוואלדיגער ירא ד', ער איז באמת א פיינע מו"ץ פינקט גיט פאר פאפא, אבער פאר מעלבראן במקום גדולים, ווי סבאקרוינט געווען מיט א רב ווי הרב יצחק יעקב ניימאנן, אדער הרב בצלאל שטערן, אדער הרב אלימלך אשכנזי, אדער די לעצטע רב זצוקללה"ה, וואס כולם כאחד זענען געווען גדולי תורה ועמודי הוראה בעלי דרשנים נפלאים,
אבער הרב משה מנחם ווייסס גיט צו זאגען שלוש סעודות תורה.... נישט דער געוואלדיגער ת"ח ... נישט דער בעל הוראה... נישט דער גרויסער ירא ד'.. נישט פיל מער ווי א געווענדליכער כולל יונגערמאן, וואס איז ער מער פון הרב יודל כץ? ראשי קהלה פון מעלבראן איה חכמתכם? איה בינתכם?
ווען למשל הרב צבי האלפרין דיין וויען הער איך, א ת"ח גדול לייגט איין הרמ"מ און קליינעם פינגער... א בעל דרשן... אדער הרב מנחם פישער דיין וויען א רב ווי אין דער אלטער היים, אפי' הרב משה חייים שנעבאלג ממאנסי, א ירא ד' א ת"ח מיט א חיות א וויזניצער ברען, א דרשן וידען נפלא, א בן הרב הער איך אז איר ווילט קאנדיטאטען סדא שיינע קאנדיטאטען און אמעירקע אירופע ארצה"ק פינקט הרב משה מנחם ווייס דאס איז א ווינדער!
איך וויל אויסרעכנען קאנידאטאען וואס זענען לכאורה פיל מער פאסיג,
הרב נפתלי ניסבוים ארצה"ק א גאון עולם
הרב עמרם העניג אנטווערפין שולט ון ד' חלקי שו"ע א פשטן
הרב משה קעסלער וויזניץ מאנסי א גרויסער בעל הוראה וירא ד' מרבים
הרב שלעזינגער די ברידער פון הרי"ד פון מאנסי א ת"ח א בעל תפלה א רעדנער, אלע מעלות ועל כולם עניוות להפליא
הרב משה שאול קליין א ריזגיער בעל הוראה אין בניברק א תלמיד פון שבט הלוי ויד ימינו
פונקט הרמ"מ ווייס פון די שוואכסטע רבנים און בארא פארק ? ? ? תיקו
איהר וואונט אין בארא פארק און מאכט זיך אומוויסענד אדער פלעין האסט שלשול פון פינגער ארויס
ר' מ"מ איז פון ב"פ גרעסטע דיינים זיצט אויפ'ן ועד פון הצלה בוני עולם ועודער הייסט א ת"ח איך ווייס אז באבובער דיין סקווערער דיין און קארלסבורגער רב הצעיר שיקען אלע צו אים אסאך מאהל
ממילא א בקשה צו דיר איך האב געדענק וואס אונזערע חכמים לערנען אונז THINK BEFORE YOU SPEAK-WRITE
שוין מ'רעדט שוין פון איינעם שיין דארף דער שוויין קומען מיט זיינע פוסקייטן
כ'האב אמאל געהערט א שיעור פון איהם, ער זאגט גוט. בכלל איז ער אן אקטיווער מענטש און ער איז עוסק אין אלע היינטיגע שאלות למשל שייטלעך מיט פרידיזשערס וכדו'
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס גאב"ד מעלבורן אוסטראליע
.
כבוד ידידי הרב גאנצעל וכל שאר המעררים,הרב משה מנחם ווייס איז א פיינער מורה הוראה, אבער בכלל נישט אויף די לעוועל פון די רבני מעלבראן פינטעל, איך פרעג אייך, ער איז אזא פוסק הדור ווי הרב שטרנבוך יא צו ניין? ער איז וואס ער איז, ער איז אבער בכלל נישט אזא גאטנוג רב ווי די פריערדיגע, וואס זענען געווען אלע משכמם גבוה, יא אין בארא פארק מהיכי תיתי צווישען די דיינים,
אדרבה פרעגט אייך נאך ביי הנהלה פון בוני עולם למשל, ווי ער איז א דיין צווישען די דיינים, צו ער פארשטייט די שיחות חולין פון די דיינים הרב חיים דוד כץ אדער הרב אברהם הערש וואזנער, ער איז נישט זייער בן גיל בכלל!
ווען איינער זאגט אז הרב יעקב מענדל יארוויטש אין די עדה איז נישט ווי הרב אלישיב איז ער א מחוצף? איז ער א שייגעץ?
איך זאג די סימפאל מציאות, ער איז נישט קיין געליגענע מורי הוראה, ער איז נישט קיין געוואלדיגער ת"ח, ער איז נישט קיין הרב בנימין לאנדא, ער נישט יוניק און קיין שים וועג, ער איז פיין, אבער בכלל נישט שארף, בכלל נישט געלינגען, מאך מיך נישט זאגען זאכען וואס איך האב נישט געזאגט!
איך פיל סדא געלגענע סדא פאסיגערע פאר אזא פרעסטיזשפיל פאסטען, איך בין מער מחשיב די פאסטען, ווי זיי אליינס!
איך האלט גראדע ימים איז גערעכט. זיי וואלטן געקענט טרעפן עפעס שענער ווי א פשוטער מורה הוראה.
פון דער ליסט וואס דו רעכסנט אויס האט מסתמא קיינער נישט געהאלטן ביים פארן אהין, חוץ ער.
איך האף אויך ער בלייבט אין פאפא! דארט פאסט ער דארט בלאנגט ער! נישט חס ושלום מזלזל בפאפא! ער איז פאסיג צו זיין דארט א חשובע קהלה מיט א וואילע דיין נו האבען זיי נישט דעם פוסק הדור אבער טלית שאינו שלו במעלבראן איז פינקט ווי דער אדמור מפאפא זאגט א דרשה אין פאנוויעזש וועגען גיוס, הגם א חשובער אדמורר האט אים איינגלאנדעט!
די זעלבע איז טראץ וואס אדמורים האבען מייעץ געווען די ראשי קהלה צו נעמען הרב משה מנחםף, ער באלאנגט נישט אויף די פאסטען ואין מה להוסיף איך זאג דעתי העניה והקטנה יעדער מעג זיך קריגען
קאווע שטיב איז אפלאץ ווי מעג זאגען א דעה, וועם עס געפעלט נישט זאל זיך קריגען, רעד אבער נישט קיין דברי נבלה רעד צום זאך, פארוואס א הער פארוואס א הין אויב ממעג נישט זאגען א מיינוג נוטראל זייטס מיר געזינט, מיין מיינוג צום לעצטען מאל קורץ און שארף, הרב ווייס איז א פיינע מו"ץ פון די התאחדות ליסוטע, נאטניג מעידעדזשער און מעלבראן קען טוען בעסער, סדא פיל שענער און פיל בעסער, כאפט נישט הייסע לאקשען!
האט א מעלה אז ער איז גאנץ יונג
ווי טראמפ האט געזוכט ביים סופרים קאורט - להבדיל..
אגב איז די פאריגע רב הרב בעק געווען א מורה הוראה בכלל? מייניך אז נישט
לך לךהאט א מעלה אז ער איז גאנץ יונג
ווי טראמפ האט געזוכט ביים סופרים קאורט - להבדיל..
אגב איז די פאריגע רב הרב בעק געווען א מורה הוראה בכלל? מייניך אז נישט
איך מיין אז יא!
אין אורוגווי איז ער געווען דיין/רב
ימים ידברוקאווע שטיב איז אפלאץ ווי מעג זאגען א דעה, וועם עס געפעלט נישט זאל זיך קריגען, רעד אבער נישט קיין דברי נבלה רעד צום זאך, פארוואס א הער פארוואס א הין אויב ממעג נישט זאגען א מיינוג נוטראל זייטס מיר געזינט, מיין מיינוג צום לעצטען מאל קורץ און שארף, הרב ווייס איז א פיינע מו"ץ פון די התאחדות ליסוטע, נאטניג מעידעדזשער און מעלבראן קען טוען בעסער, סדא פיל שענער און פיל בעסער, כאפט נישט הייסע לאקשען!
דא זאגטסע דיין מיינונג נארמאל, דארט שרייבסטו שלעכטס אויף אים ווי אז ער איז נישט דער גרויסער ירא ד'. ווער נישט ווילד אז מ'האט טענות
די שאלה איז וויאזוי די רבנים ניימאן, שטערן, אשכנזי, און בעק, זצוקללה"ה האבן אויסגעקוקט בשעת זיי זענען אנגעקימען קיין מעלבארן. פארשטייט זיך היינט צוטאגס זענען זיי אלע באקאנט אלץ גדולי עולם אבער וואס איז געווען בעפאר דעם.
לדעתי איז הרב ווייס א שטארקע קאנדידאט פאר מעלבארן, קהל עדת ישראל איז א קהילה צוזאמגעשטעלט פון אלע קרייזן וועלכע אין אנדערע מקומות קומען זיך נישט אזוי גוט אויס, און כדי דאס צו קענען צוזאמהאלטן ברויך מען מער ווי א ריזן ת"ח אדער שיינע בעל דרשן, די פיפטע חלק איז אסאך מער רעלעוואנט ווי די ערשטע 4. קענענדיג אביסל ר' משה מנחם אלץ צוגעלאזענע פערזאן מיט א אפענעם קאפ, בנוסף זייענדיג א שטארקע ת"ח, פלאס ער פירט שוין א קהילה טאקע בנשיאות א צוויטן אבער בראשותו פאר א צוויי צענדליג יארן, איז ער די פאסיגסטע קאנדידאט.
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס גאב"ד מעלבורן אוסטראליע
א ידיד מיינער וואס האט גענומען שימוש פאראיאר און ער איז אפגעזעצן שעות און טעג ביי כמה וכמה רבנים, טענה'ט מיר אז ר' משה מנחם איז די צווייט גרעסטע משיב אין בארא פארק ( נאך ר' מיכל שטיינמעטץ). עס ווייזט נישט קיין סאך אבער א בעל הוראה איז ער.
ס'איז דא א חילוק צווישן א מורה הוראה/דיין/מו"ץ מיט א שטאט'ס רב.
עס זענען דא גרויסע רבנים פון קהילות, וואס האבן קיינמאל נישט עוסק געווען אין הוראה (אין יתכן קיינמאל גענדיגט אפילו איין חלק פון שו"ע), און זיי זענען זייער מצליח מיט זייער קהילה, צו עס פירן שטארק, און אויפהייבן אויף א העכערן ניווא וכדו'. מען דארף האבן דערפאר פירערשאפט סקילס, נישט א מח עצום.
למשל רבי משה וואלפסאן, ר' י"ד שלעזינגר (אויך זיין ברודער אין מאנסי) ר'בנימין אייזענבערגער וכו' וכו'. זיי זענען שיינע ת"ח, נאטינג מעיזשאר, אבער זיי קענען פירן א קהילה (hopefully..).
א כולל אינגערמאן, מעג ער קענען אפילו דריי אדער פיר חלקים פון שו"ע, אן די כח ההנהגה, קען ער קיין רב נישט זיין. לכל היותר א מורה הוראה.
איך קען נישט די פאפא ב"פ דיין, ווי עס הייסט קען ער א געוואלד, און איז זייער פראקטיש אין הלכה יומית, און אפילו אין די שווערע (stupid) שאלות וואס קומען ארויס פון bored ארבייטסלאזע פארשוינען. דהיינו זייער צוגעפאסט צו זיין א דיין.
אויב קען ער פירן א קהילה פון חסידים, ליטאים און חב"ד אלס אויסגעמישט, לנהגם כראוי, כנגד רוחם של כל אחו"א. איז ער א פאסיגער קאנדידאט.
---
מ'האקט אין זעצט..
קפה נמסא ידיד מיינער וואס האט גענומען שימוש פאראיאר און ער איז אפגעזעצן שעות און טעג ביי כמה וכמה רבנים, טענה'ט מיר אז ר' משה מנחם איז די צווייט גרעסטע משיב אין בארא פארק ( נאך ר' מיכל שטיינמעטץ). עס ווייזט נישט קיין סאך אבער א בעל הוראה איז ער.
ער איז נישט גרעסער פון ר' בנימין לאנדאו, נישט גרעסער פון ר' חיים יעקב טויבער, נישט פון ר' אשר עקשטיין און אויך נישט פון ר' חיים דוד כץ.
יא, ער איז גרעסער פון ר' משה ראטה און ר' יצחק שטיין, אבער ער איז נאכנישט אויף די ליסטע פון די סאמע גרעסטע.
ימים ידברואדער א געוואלדיגער ירא ד'
מיט די ווערטער האסטו מיר פארלוירן, דו מעסט יענעמס יראת שמים? און דו שרייבסט עס אויף קאווע שטיבל! מסתמא האסטו א פערזענליכע שנאה קעגן אים, אדער א נגיעה צו די אנדערע מאנסיער חברה וואס זענען דיינע קרובים/שכנים.
אויב איך מעג אריינווארפן מיינע צוויי צענט:
לאמיך מקדים זיין, אז איך קען ר' משה מנחם היבש פון די נאנט א שיינע פאר יארן, הגם כ'האב קיין שייכות מיט פאפא, אבער מיט אים פערזענליך האב איך א פארבינדונג (נישט קיין קרוב משפחה). אזוי ארום ווייס איך אביסל איבער זיינע כשרונות אלס דיין צי רב.
די וויכטיגסטע TOOL פון א סוקסעספולע רב איז צו קענען זיין מעורב בין הבריות. דאס נעמט אריין שכל הישר, איידעלע באנעמונג, געלאסענע שפראך, שמייכל אויפן פנים, גרייט צו העלפן אנדערע אין יעדן פאל. צווישען די בארא פארקע רבנים גלייב איך אז ער שטייט אויפן סאמע שפיץ. זיין איידלקייט און מידות פאקן איין ר' מיכל שטיינמעץ, ר' חיים דוד כ"ץ, און נאך א שורה רבנים אין לינקן טאש. זיין שכל הישר און צוגעלאזנקייט וואלט איבערגעלאזט ר' חיים יאנקל טויבער און ר' יהושע העשיל קאצבורג שפראכלאז. ער איז דער סאמער נארמאלסטער דיין וואס כ'האב באגעגענט (אויב מ'רעכענט נישט אריין ר' הערשל היילפרין און ר' בנימין לאנדא, וואס ביידע פון זיי זענען נישט אויסגעצייכענט מיט גאונות בד' חלקי שו"ע, נאר ענדערש מיט ספעציפישע אייגנשאפטן וואס אנדערע באזיצן נישט)
די צווייטע זאך איז ידיעת התורה, צו קענען קריגן א נאמען פון א חשובע רב. ר' משה מנחם איז אפשר נישט דער גרעסטער גאון פון שטאט, ר' מיכל שטיינמעץ, ר' שרגא האגער, און ר' חיים לייב כ"ץ קענען זיכער מער לערנען פון אים, אבער צווישן די אנדערע נעמען קען ער זיך זיכער פארמעסטן. ער איז בפשטות א גרעסערע ת"ח ווי די בעלזע דיינים, וויזניצע דיינים, געוויס גרעסער פון ר' חיים יאנקל טויבער, און קען זיך אפשר נאך פארמעסטן מיט ר' חיים דוד כ"ץ און ר' גבריאל צינער. ער איז אביסל איידעלער פון רוב אויבנדערמאנטע, און דערפאר ווערט זיין נאמען נישט אזוי פאליטיזירט ווי אנדערע נעמען. אבער צווישן רבנים זעלבסט טראגט זיין מיינונג א גרויסע געוויכט, און צוליב דעם איז ער א חבר פון כמעט יעדע קהל'ישע אנגעלעגענהייט - הגם פאפא אין ב"פ איז נישט אזא גרויסע קהילה, ווייל ר' משה מנחם האט א שטערקערע נאמען.
ער איז אויך א גרויסער ירא שמים, הולך בתמים, גאר אן ערנסטער מענטש, זייער א גוטע בעל דרשן, האט אייביג וואס צו זאגן, קריכט נישט מענטשן אויף די נערוון, הערט אויס א צווייטן ביזן סוף, און ווען קיינער זעט נישט - האט ער ברייטע פלייצעס אויך וד"ל. ער האט אויך אנדערע טאלאנטן, ער איז א גוטע מוהל, און ער איז שוין יארן צוריק געווען א בעל מכשיר אויף קאמפאניס. היימישע רבנישע פאליטיקלעך עקלט אים עד כלות.
א בליק אויף צוריק, אין מעלבוירן, וועט ווייזן אז לא הרי זה כהרי זה. ר' יעקב יצחק ניימאן מקוטשי פאפא איז אפשר געווען דער איינציגסטער וואס האט זוכה געווען סיי צו אן אמת'ער כתר תורה און סיי צו אן אמת'ער כתר שם טוב. הרב שטערן איז בעיקר געווען א כתר תורה, הרב אשכנזי איז געווען א שיינע בעל דרשן, און הרב בעק איז געווען א געוואלדיגער מעורב בין הבריות. די איבעריגע טיטלען זענען מיטגעקומען וויבאלד זיי האבן פארמאגט זייער ספעציעלער אייגנשאפט, און אויב מ'צייכנט זיך אויס כאטש ערגעץ באקומט מען שפעטער א נאמען.
די לעצטע צוויי רבנים אין מעלבוירן זענען אויסדריקליך נישט געווען די גרעסטע קאנאנען אין הוראה, און נישט דאס האט אויסטראליע וויכטיג געדארפט האבן. וויבאלד זיי האבן אבער פארמאגט די מעלות וואס רבנים דארפן באזיצן, זענען די טיטלען שוין מיטגעקומען.
ר' משה מנחם איז נאך אזא גוטע בעל דרשן ווי הרב אשכנזי, און נאך אזא בעל מידות ווי הרב בעק, און ער איז פון די שיינע ת"ח אין ב"פ, וואס אנקומענדיג קיין אויסטראליע ווייס איך נישט צי הרב אשכנזי און הרב בעק האבן געהאט מער א נאמען אלץ גאון, ווי ר' משה מנחם האט יעצט. ווארטס אפאר יאר, ווען ער וועט נעמען קוויטלעך אין אוסטראליע און פירן טיש, און אלע רבי'ס וואס קומען אהין וועלן מאכן א וויזיט ביי אים אין שטוב, און איבעראל וועט שטיין הגאון הגדול ר' משה מנחם ווייס, און די קהילה וועט זיך ערלויבן צו דרוקן זיינע ספרים לכבוד ולתפארת, און דאן וועט ער טראגן אזא חשוב'ע נאמען ווי הרב בעק האט געטראגן די לעצטע פאר יאר.
איך וואונטש אים אסאך הצלחה, נישט נאר ווייל ס'קומט זיך אים, נאר אויך - און בעיקר - כדי ס'זאל דינען אלס דערמאנונג פאר די היימישע דיינים און רבנים, אז מ'זוכט א מעורב בין הבריות וואס העלפט אנדערע און זוכט נישט צו בויען א ברענד אויף יענעמס בלוט, און דווקא דורכן זיין א הולך בצדי דרכים קען מען צומאל באקומען אזא חשובע אמט.
איז עס טאקע אזוי ערענסט אז ער נעמט עס ? די קעפל איז זייער פארפירעריש
אז ער וועט זיך אפזאגן וועט מען טוישן קעפל.
ער גייט אהינפארן בקרוב, דערנאך וועט פארקומען א גענעראל פארזאמלונג און די רעשט איז היסטאריע....
דאס איז זיכער אז ער האט שוין לאנג פארדינט אן אייגענע אשכול
רבי משה מנחם איז בכלל נישט אינטער שטעליג פון די פריעדיגע רבנים פון מעלבורן.
נישט פון הרב בעק ז״ל ווען מ׳האט אים געברענגט פון ארוגוויי, ער האט דעמאלס נישט געהייסן בכלל אין די דרגא ווי רמ״מ הייסט היינט.
און זיכער נישט פון רבי אלימלך אשכנזי ז״ל וואס אפילו נאכן צירוק קומען פון דארט איז ער נישט געווען אין די דרגא
איסר האטלקיאז ער וועט זיך אפזאגן וועט מען טוישן קעפל.
ער גייט אהינפארן בקרוב, דערנאך וועט פארקומען א גענעראל פארזאמלונג און די רעשט איז היסטאריע....
Wishfull thinking
איך גלייב נישט ער גייט גיין
כבוד הרב ארי נוהם און אלע אנדערע שרייבער ניקים וכל שם וחניכה דאית להו, מיין ציל איז נישטא צו קליין מאכען הרב מ"מ ווייס ווויסענדיג זייער גיט אז מרעד דא פון א וואילער איד א שיינער דיין, אבער וואס איך מיז יא מוחה זיין מאכען פון אידען וואס האבען געשאקעלט די וועלט ווי הרב בעק וואס דער שבט הלוי האט מעיד געווען אז אלע וואס האבען זיך פארהערט ביי אים האט קיינער נישט גקענט אזוי גיט ווי הרב בעק, מיט זיין גרויסע צידקות ויראת שמים וואס דער אור מרדכי האט כמה פעמים געזאגט אז דאס איז געווען די שענסטע וואס וויזניץ האט ארויסגעגעבען, און גראדע וויזניץ האט פארמאגט זייער שיינע תלמידים כידוע, נעמען א היינטיגע "שוואכע דיין" און זאגען ער פארמעסט זיך מיט אים איז חירוף וגידוף! איי וועסטו זאגען ווי נעמט דער עזות פנים צו זאגען אויף הרמ"מ ווייס שוואכע דיין וועל איך דיר זאגען זייער קלאר, ער איז טאקע זייער שיין און גיט און הלכות מעורב בין הבריות אבער פסק הלכה? הוראה? פראקטישקייט? רעדנער? ווי קימט צו אייך אזא נערישע שכל זאגען אז די עיקר איז מעוריב בין הבריות, עס דומה ווי איינער וועט זאגען אויף א גראסרי מאן ער איז א שיינע בעל תפלה, דאס פעלט זיך אויס פאר א גראסערי מאן? . די זעלבע ביי א דיין אויסקימען מיט מענטשען איז א שיינע זאך וויכטיגע זאך אבער דער עיקר איז פסקנן שאלות פארשטיין שכל האבען צו ארויסהאבען א סיכסוך פראקטישקייט, יא יא אבער נאר דאס? און ווייטער מעירוב בין הבריות לאמרי כאפען א שפאציר אין פאפא, וויפול אידען זיצען זיי זיינע שיעורים? וויפול אידען רעדן זיך דורך מיט די דיין סנישטא ווער עס זאל לאכען, איך מיין אז פאפא רבי איז דער ואוס איז ממליץ ווייל ער וויל פטור ווערען אויף א שיינעם וועג,
ווייטער די רבני מעלבראן הרב אשכנזי איז געווען א וועלטס רעדנער, נישט איינער וואס רעד און די וועלט אריין, ווי איז די פארגלייך הרב ווייס צו אשכנזי ווי א מורטשיקע צון א עלעפאנט, ממש!
הבר שטערען איז געווען שולט אין ד' חלקי ווי אשרי יושבי הרב ניימאן איז געווען א חכם מחוכם, איך זעה נישט איין זאך וואס דער רב האט און זיך ער איז א שוואכע ת"ח א שוואכע בעל הוראה , פראקטישקייט און פארשטאנד זערא וואס ברענגט ער צום טיש א שמייכעל ? נאכאמאל מעלבראן זיינט נישט מחליף א ענק הרוח מיט א שוואכע רב!
איך קען נישט ר' משה מנחם, און איך קען אויך נישט ימים ידברו
אבער די 3 תגובות וואס ר' ימים האט געשריבן אין דעם אשכול, זענען א דוגמא לנו ולבנינו אויף די מאמר חז"ל 'השנאה מקלקלת השורה'
איך האב נישט קיין אנדערע הגדרה צו דאס מסביר זיין.
איך קען נישט און וויל נישט זיך דינגען אויך יעדע פרט ופרט מתכונותיו של הדיין ד'פאפא,
און ס'קען טאקע זיין אז הרב בעק איז געוועזן גרעסער ווי עם, און במילא מפני כבודו פון הרב בעק טאהר מען יעצט ניט נעמען קיין קלענערע ת"ח ווי עם.
אבער מיט'ן משל פונעם גראסערי-מאן וואס איז בלויז א שיינע-בעל-תפילה, אויס-צו-משל'ן צום עניין אז דער עיקר וואס א רב פון א קהילה דארף קענען איז דאס פיפטע חלק שו"ע,
האט איהר מיר אינגאנצן פארלוירן.
די משל וואלט געמעגט זיין אויב א בעה"ב פון א גראסערי זוכט איינער זאל זיין אחראי אויף זיינע ארבעטער, און ער טרעפט איינעם וואס איז נישט אזא געלונגענע Accountant
אבער ער האט א גוטע מוד און א יעדער גלייכט זיינע נאטורן און זיינע גוט מארגן וועט אריינברענגען אין גראסערי א בעסערע עטעטוט צווישען די ארבעטער,
דאס איז א מורא'דיגע געלונגענע פאסיגע מעלה.
איך בין נאכ-א-מאהל מדגיש אז איך קען ניט ר' משה מנחם, און קען זיין אז וואס ימים זאגט קומט בלויז פון די שורה שנתקלקלה
אבער על הצד אז אין זיינע הגדרות אויף דער עצם פון ר' משה מנחם איז ער גערעכט, קען ער ניט אוועק מאכן א דבר ברור ופשוט לכל.
דרך-אגב,
הגה"צ ר' אליעזר דוד פרידמאן שליט"א (ביז נישט לאנג צוריק געדינט אלט'ס רב פון בעלזא ביהמ"ד 99 {מכנובקא בעלזא} אין לאנדאן, לעצטנ'ס איז ער אין ארץ-ישראל ביי זיינע קינדער)
האט געוואינט אסאך יאהרן אין מעלבארן, און האט געהאט עפעס א שיינע פאסטן דארט [וואס ער האט דארט געוואוינט ספעציעל פאר דעם]
איך פארשטיי אז ער איז ניט געוועהן רב פון שטאט ווייל קיינער ברענגט ניט זיין נאמען צווישן די מעלבארנע רבנים לשעבר.
כמדומני איז ער געוועזן: 'ראש הכולל ד'מעלבארן', אבער איך בין ניט זיכער. (יעך האב דערהאלטן א קובץ של"ס-תורות זיינע וואס די מעלבארנע קהילה האט ארויסגעדרוקט)
איינער וואס קען די קהילה דארט קען מסביר זיין,
1. וואס איז געוועהן פונקטליך ר' אליעזר דוד'ס תפקיד,
2. אויב איינער האט איבערגענומען דעם תפקיד.
3. אויב יא, ווער איז זיין ממלא מקום וכו'...
ייש"כ.
אויף צו דינען אלץ רב אין אורוגוויי און מעלבארן, איז 'מעורב בין הבריות' א פריאריטעט גאנץ נאנט צום שפיץ
ווען איינער זאגט אז רבי משה גרין ר"י דמאנסי איז נישט אזוי ווי רבי עקיבא אייגער איז ער פאר הרב משה גרין א שונא?
ווען איינער זאגט אז הרמ"מ ווייס איז ראוי למלא מקום הרב אשכנזי מיט הרב בעק דער ווייסט נישט ווער זיי זענען געווען און קען נישט שאצען א רב בכלל!
און א וודאי איז הרב הערשל האלפרין נישט הרב בעק אויכעט, אבער ער איז דער יפתח פון די דור אקעגין הרב בעק, אבער הרב משה מנחם ווייס אקעגין הרב בעק איז פינקט ווי איך וועל זאגען אז די היינטיגע וויענע רב איז ראוי צו זיין רב נאך הרב יונתן שטייף איינמאל און דער מיט איז געווען האדאהאזער רב, איז ער שוין ראוי, אבער שפרינגען פון הרב בעק צו הרב ווייס, ווען און יעדן שטאט איז דא צען רבנים וואס זענען מער פאסיג פאר צען אנדערע סיבות, מיינט נישט אז הרב ווייס איז נישט א שיינע שטיבעל דיין פון פאפא חס ושלום, אבער נישט מער און פערטיג סנישטא קיין ידידות און שנאה, סדא הערכה צו די פאסטען פון מעלבראן זייענדיג א יוצאי מעלבארן וויסענדיג די שיינקייט פון די קהלה, אגאב כהאב געהערט אמאל פון הרב יחיאל טויבער זצ"ל מפליא זיין די שיינקייט פון די קהלה מעלבראן ארומפארענדיג און פיל שטעט און קהלות זאגענדיג אז מעלבראן בימים ההם בימי הרב אשכנזי והרב בעק איז א יחיד במינו די ציבור די אחדות די ראשי קהלה די אלעס, און סקימט זיי פיל שענער ווי הרב משה מנחם ווייס הגם ער איז פיין און וואיל ער וואלט געפאסט צו זיין דארט א מורי הוראה נישט די העכסטע אטריטעיט,
יעצט צו הרב אליעזר דוד פרידמאן, ער איז געווען צוויי מאל אויף לאנגע יארען און מעלבראן זייענדיג דער ראש הכולל, און משפיע, פארלערנדיג חומש רשי פראווענען מלוה מלכה'ס בימי הרב אשכנזי און בימי הרב בעק,יקטיס טאקע אן הרא"ד זייענדיג א עובד ד' א חסידישע איד א ת"ח אבער נישט קיין בעל הוראה נישט קיין פוסק איז ער געועון א שיינער משפיע ראש הכולל מגיד אבער נישט רב, ווייטער צוריק צו הרב ווייס פאסיג צו זיין די דיין הקהלה ניטש מער
ווען דו שרייבסט ווען מתחלה אזוי ווי די דאזיגע ערשטע שורה איז אויך יש להתווכח
אבער שרייבן נישט קיין גרויסע תח נישט קיין גרויסע ירא שמים דאס הייסט לופטיג אטאקירט
תלמיד חכם האב איך אים נאך נישט פארהערט
יראת שמים זעיט ער גראדע אויס איינס
גאנצעל! איז די יראת שמים פון הקוה"ט מהר"א מבעלזא די זעלבא יראה ווי הרב הגאון ר'יעקב שלמה מייזליש? ביידע זענען ירא השם אבער יעדר פארשטייט די חילוק איז הימעל און ערד, יא הרב משה מנחם ווייס איז ירא ד' אבער נישט אפי' קיין משל צו הרב בעק, ממילא ווען איך רעד בנוגע רבנות און מעלבראן רעד מען פון די רבנים דארט און לויט יעדער פון זיי איז מען דן נישט חס ושלום צו זאגען אז ער איז נישט קיין ירא השם ער איז יא אבער נישט דער ירא השם וואס איז יחיד במינו, איך האב מיך גמשלט אז זיי זאלן נעמען א רב ווי הרב שמואל זאב ליכטער, לדוגמא! איך פארשטיי אז הרב ליכטער איז נישט שייך אבער סדא געניק שיינע געליגענע רבנים למשל הרב שאול יודא פריזענט איז א פאסיגע קאנדידאט! וכדומה עשרות עשרות!
אפשר ביסטו מסביר דיין פארמולע צו מעסטן יראת שמים? כ'וואלט געקענט באשטיין צו וויסן
תנחום! איז הרב משה פיינשטיין די זעלבער ירא שמים ווי הרב מלכיאל קוטלער? דיי פארשטייסט סדא א חילוק פון א איד וואס איז קודש לשם ווי הרב חיים קניבסקי צו א בעל הבית וואס לערינט עין יעקב סדא א פשויטע מעסטער וואס איז דא, אוודאי איז דא כלפי שמיא אנדערע מעסטערס ווייל אלקים יראה ללבב! אבער זאגען א הערכה אויף איינעמס ירא שמים מיינט ווי אזוי סזעהט זיך אן ברשות הרבים, און געווענליכע מענטשען זעהן און פארשטיין די מדריגה און יראה פון א בחור בעל הבית כולל אינגערמאן, מזהעט זיין דאווענען זיין לערנין זיין האנדלען זיין באנעמונג זיין שמירת עניים זיין זהירות במצוות זיין דקדוק ומעשה מתן בין אדם לחבירו ובין אדם למקום, לויט דעם איז הרב ווייס א פיינער מורי הוראה בכלל נשיט קיין משכמו למעלה גבוה מכל האדם, הרב שמואל זאב ליכטער זעהט זיך אן א יראת שמים! הרב זלמן לייב פילאפף זעהט מען עס אויף אים זעהט מען ווי א געוונדליכע וואילער איד נישט חס ושלום מזלזל אבער נישט מורה'דיג
ימים ידברו: אמאל האב איך מיך גערעגט אויף דיר. אבער היינט לאך איך פון דיר. ווייל חוץ דיין אומ-מענטשליכקייט און שמאל-קעפיגקייט ביסטו אויכעט א טיפש איום ונורא...!
איך וועלל מיך נאר שטעללן אויף איין נקודה וואו דו באווייזט דיין גרויס חכמה. דו זאגסט... ער איז א שוואכע(ר) דיין און א שוואכע(ר) תלמיד חכם. דו האסט איהם שוין פארהערט...?! אדער בעסער געזאגט דיך אליינס געלאזט פארהערן אין די ד' חלקי שו"ע אז דו זאלסט קענען זאגן מבינות אויף הרב משה מנחם ווייס שליט"א. דיך דארף מען אפילו נישט פארהערן צו זעהן וואפארא תענית חלום דו ביסט...דו האלטסט אין איין שרייבן דאס ווארט.."מעורב עם הבריות"... פארגרייזט...! דו קענסט שרייבן און ספעללן אזוי ווי הרב הגאון ר' שלום ראזנבערג זכרונו ליבראכעה פון די צייטונגען...! און מ'האלט נאכנישט ביי שו"ע...! איין זאך ביסטו א גרויסער. אן עיי"ן ה"א...!
,אויך זעה איך אז דו קענסט נישט מבחין זיין צווישן א לשון זכר און א לשון נקיבה...!
berlbalagulehאויך זעה איך אז דו קענסט נישט מבחין זיין צווישן א לשון זכר און א לשון נקיבה...!
דער פאפא דיין איז א נקיבה רח''ל?
איסר האיטלקי: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...!
ר'בערל געדענקסט עים אין ישיבה?
ימים: איך הייב אן מלמד זכות זיין אויף דיר, ווי דו שרייבסט ביזטו א יליד מעלבארן, אויב איז דאס אמת פארשטיי איך דיר אביסל, ווי עס שיינט ביזטו א אינגערמאן/בחור אין די פריע צוואנציגער יארן, געבוירן ביזטו אין מעלבארן און אויפגעוואקסן אונטער די נשיאות פון הרב בעק, די רב האט געפירט די קהלה און איז געווען דיין ראו'ל מאדע'ל און געשעצט אין די גאנצע קהילה, פון די פריערדיגע רבנים האסטו זיך אנגעהערט גדולות ונצורות פון אלע ארומיגע. דערנאך ביזטו אנגעקומען קיין אמעריקע און דו דערזעהסט זיך אז נישט מער און נישט ווינציגער מען גייט אויפנעמען עפעס א דיין פון א קהילה צו ריפלעיסן דיינע גדולים וקדושים, היו לא תהיה און דו שטעלסט א קאמפ.
וויל איך דיר זאגן ימים'ל טייערער, אז הגם איך פארשטיי דיר ביזטו אבער נישט גערעכט. די פריערדיגע רבנים האבן אויך אנגעהויבן קליינערהייט, רבי משה מנחם האט די רבנישע קוואליפיקאציעס און וועט גאנץ שנעל אריינוואקסן אין די שיך, און אי"ה נאך זיינע הונדערט און צוואנציג וועלן דיינע ארטיגע קרובים אין דיין איצטיגן יארגאנג פירן דעם זעלבן קאמפ אויפן קומענדיגן ממלא מקום.
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס גאב"ד מעלבורן אוסטראליע
אויב איז ימים טאקע א יליד מעלבוירן פארענטפערט עס אסאך זאכן.
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס גאב"ד מעלבורן אוסטראליע
ווי שרייבט ער אז ער איז א יליד מעלבורן?
קאצקע ציקערר'בערל געדענקסט עים אין ישיבה?
קאצקע ציקער: יא. זיין ברודער, חיים יואל איז געווען מיין..."תלמיד"...א יעדן מיטוואך און דאנערשטיג פאר'ן פארהער האט ר' יודל וועבער מיך געבעטן אז איך זאלל איבער חזר'ן די גמרא מיט איהם...!
אונטער חכםאויב איז ימים טאקע א יליד מעלבוירן פארענטפערט עס אסאך זאכן.
אונטער חכם: ניין. ביי מיר נישט. מ'דארף זיין א מענטש. סיי ווי מ'איז געבוירן. איך בין געבוירן אין ארץ ישראל. און איך פרוביר צו זיין א מענטש. צו פארגינען פאר א צווייטן רב. רבי, און חסידות. אפילו איך בין נישט דירעקט קיין חסיד פון זיי...! ווען א רבי קומט צו א שטאט צו זיינע חסידים. דארף איך נישט זוכן פעילערס אויף איהם און מקטרג זיין אן אויפהער. ער איז נישט געקומען צו מיר. און איך פארגין אז זיינע חסידים פרייען זיך. ס'איז זייער שמחה...!
און ווען מ'גייט אויפנעמען א נייעם רב אין א קהילה דארף מען נישט יענעם מבזה זיין און קליין מאכן. אפילו וועם מ'קען נישט. אזוי ווי איך קען הרב משה מנחם ווייס שליט"א. וואס ער איז א גרויסער בעל הוראה. און אן איידעלער יונגערמאן. דארף מען אויכעט פארגינען...!
berlbalagulehאונטער חכםאויב איז ימים טאקע א יליד מעלבוירן פארענטפערט עס אסאך זאכן.
אונטער חכם: ניין. ביי מיר נישט. מ'דארף זיין א מענטש. סיי ווי מ'איז געבוירן. איך בין געבוירן אין ארץ ישראל. און איך פרוביר צו זיין א מענטש. צו פארגינען פאר א צווייטן רב. רבי, און חסידות. אפילו איך בין נישט דירעקט קיין חסיד פון זיי...! ווען א רבי קומט צו א שטאט צו זיינע חסידים. דארף איך נישט זוכן פעילערס אויף איהם און מקטרג זיין אן אויפהער. ער איז נישט געקומען צו מיר. און איך פארגין אז זיינע חסידים פרייען זיך. ס'איז זייער שמחה...!
און ווען מ'גייט אויפנעמען א נייעם רב אין א קהילה דארף מען נישט יענעם מבזה זיין און קליין מאכן. אפילו וועם מ'קען נישט. אזוי ווי איך קען הרב משה מנחם ווייס שליט"א. וואס ער איז א גרויסער בעל הוראה. און אן איידעלער יונגערמאן. דארף מען אויכעט פארגינען...!
דו כאפסט נישט די געדאנק.
עס איז נישט אז עס גיבט גערעכט, פונקט אזוי ווי ווען א אינגע מענטש גייט פון די וועלט און מען טראגט אן א שידוך פאר זיין אלמנה, אפילו עס איז די פאסיגסטע שידוך און אלע ארומיגע האלטן עס איז ענבי הגפן בענבי, דאך מאכט זיך אסאך מאל אז די קינדער די יתומים שטעלן א קאמפ. נישט שכלדיג נאר עמאציאנעל, דער זכר גייט איבערנעמען טאטי'ס פלאץ? היל"ת!
לאמיר זאגן אז הרב מ"מ ווייס איז נישט אזוי גרויס ווי די פריערדיגע רבנים דארט מיינט עס אז ער מעג נישט זיין רב דארט?