☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנדאן

הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנדאן

171 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12450
בלאט: 1 2 3 4

נעגעל וואסער » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:12 am

· #418786
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנד
וואס איז פשט? ער האט באקומען קאלטע פיס, אדער עפעס א זייטיגע סיבה?

אוהב ספרים » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:07 am

· #418794
איסר האטלקי
האדמו''ר מהר''א געפינט זיך יעצט אין לאנדאן לרגל דעם גרויסן ''שבת הכתרה'' פון הגרמ''מ ווייס פאר אב''ד סאטמאר לאנדאן. מוצאי שבת האט געדארפט פארקומען דעם פרעכטיגן מעמד הכתרה, אבער....

אין א לעצט מינוטיגע דראמאטישע געשעעניש איז מען געוואויר געווארן אז דער ניי-אויפגענומענער רב וועט נישט פארן אויף שבת קיין לאנדאן צו זיין אייגענעם הכתרה. דער מעמד איז שנעל פארטוישט געווארן מיט א הכנסת ספר תורה.

פרטים יבואו


דער שבת איז געווען געפלאנט און מפורסם נאך פאר מען האט געוויסט פון א ההכתרה

אוהב ספרים » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:07 am

· #418795
נעגעל וואסער
וואס איז פשט? ער האט באקומען קאלטע פיס, אדער עפעס א זייטיגע סיבה?


ער דארף דארך גייען א פראסידזשער אויפן הארץ.

ימים ידברו » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 11:28 am

· #418822
ברוך השם איין סאטמאר רב מיט א הארטץ!

לך לך » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 12:19 pm

· #418823
אפשר די פאפאנא לאזן איהם נישט פארן...? 🙄

גדליה » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 1:02 pm

· #418825
לך לך
אפשר די פאפאנא לאזן איהם נישט פארן...? 🙄

ניין, סארי אבער סקומט נישט קיין דזשוסי גאסיפ
די פאפא האבען שוין א גאר פאסיגע קאנדידאט פאר די דיינות אין ב"פ
ער הייסט גרינוואלד אדער איז א משפחה מיט גרינוואלד.

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 1:33 pm

· #418830
נישט א דיין האבן זיי, נאר א רב, אויפן וועמען זיי קוקן שוין ארויס א לענגערע צייט, הגה''צ ר' לוי יצחק גרינוואלד שליט''א, חדב''ן כ''ק אדמו''ר מבורשטין שליט''א.

בהשגחה פרטית איז דער צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין, און נאר אזוי האט מען זיך דערוואוסט איבער דעם גרויסן אור וואס וועט בעז''ה פירן די קהילה על מי מנוחות. ווען נישט וואלטן זיי געדארפט העקען די אוסטראלישע קהילה אימעיל צו גנב'נען א קאנדידאט.

גדליה » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 2:11 pm

· #418835
ס'איז א שיינע זאך אז מטוישט אויף א סוקסעספולע דיין מיט א אייגענע זון. בפרט אז ער הייסט גרינוואלד און ער וואוינט נאך איןצבארא פארק, איז דאך דאס ממש פאסיג.
נישט אומזינסט האט רעב אהרן (אליינס א וועלט'ס חכם) מגדיר געווען די גאנצע סיטואציע אין איין סטעיטמענט: פאפא רב זאגט זייער א קלוגע זאך.

לך לך » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 2:35 pm

· #418836
איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?

גדליה » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 2:50 pm

· #418838
מיינסט די בורשטינער האט אים עפעס סתם אזוי גענומען אלץ איידעם?

פיינע קאווע » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 5:58 pm

· #418867
מען גייט צו מען האט אים געלייגט לעצטענס א טאוב פארן הארץ בעצת זיין דאקטאר זאל ער נישט פליען אויף א עראפלאן יעצט. ער וועט אי"ה פארן בקרב הימים און פירן על מי מנוחות עד ביאת משיח

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:59 pm

· #418896
פיינע קאווע
מען גייט צו מען האט אים געלייגט לעצטענס א טאוב פארן הארץ בעצת זיין דאקטאר זאל ער נישט פליען אויף א עראפלאן יעצט. ער וועט אי"ה פארן בקרב הימים און פירן על מי מנוחות עד ביאת משיח

ביסט זיכער אז ער גייט אונז פירן קעגן משיח??

כ'האב מיך שוין געלאזט נארן צופיל מאל, ביי מהרנ''ץ פון באבוב, ברך משה מסאטמאר, וויזשניצער רבי. איך וויל נישט נאכאמאל בלייבן אויסגעשפילט!

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:02 pm

· #418897
לך לך
איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?

פערצופאל האט ער פיינע קינדער, איך קען דריי פון זיי, פאפא מאנסי, חדב''ן בורשטין און איינער אן איידעם ביי הגר''א הלברשטאם רב דקהל מנחת חינוך, אלע זענען גאר חשובע אינגעלייט, דער איידעם ביי הלברשטאם איז א מתמיד עצום, כ'ווייס נישט אויב בארא פארק האט נאך 10 אזעלכע מתמידים.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:09 pm

· #418925
איסר האטלקי
לך לך
איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?

פערצופאל האט ער פיינע קינדער, איך קען דריי פון זיי, פאפא מאנסי, חדב''ן בורשטין און איינער אן איידעם ביי הגר''א הלברשטאם רב דקהל מנחת חינוך, אלע זענען גאר חשובע אינגעלייט, דער איידעם ביי הלברשטאם איז א מתמיד עצום, כ'ווייס נישט אויב ברוקלין האט נאך 10 אזעלכע מתמידים.

דער שכן » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 10:11 pm

· #418931
איסר האטלקי
לך לך
איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?

פערצופאל האט ער פיינע קינדער, איך קען דריי פון זיי, פאפא מאנסי, חדב''ן בורשטין און איינער אן איידעם ביי הגר''א הלברשטאם רב דקהל מנחת חינוך, אלע זענען גאר חשובע אינגעלייט, דער איידעם ביי הלברשטאם איז א מתמיד עצום, כ'ווייס נישט אויב בארא פארק האט נאך 10 אזעלכע מתמידים.


פערצופאל מיין פיס...

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 11:47 pm

· #418934
דיין פיס האט אויך פיינע קינדער?

איסר האטלקי » פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 3:38 pm

· #418970
[ציטאט אראפגענומען]

כ'מיין די בילדער מאגאזין...

יין שרף » פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 3:41 pm

· #418971
די מתמיד פון "כל העולם כולו" איז נישט קיין צו חשוב'ע טיטל..

חיים יואל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 10:43 am

· #419238
אוהב ספרים
איסר האטלקי
האדמו''ר מהר''א געפינט זיך יעצט אין לאנדאן לרגל דעם גרויסן ''שבת הכתרה'' פון הגרמ''מ ווייס פאר אב''ד סאטמאר לאנדאן. מוצאי שבת האט געדארפט פארקומען דעם פרעכטיגן מעמד הכתרה, אבער....

אין א לעצט מינוטיגע דראמאטישע געשעעניש איז מען געוואויר געווארן אז דער ניי-אויפגענומענער רב וועט נישט פארן אויף שבת קיין לאנדאן צו זיין אייגענעם הכתרה. דער מעמד איז שנעל פארטוישט געווארן מיט א הכנסת ספר תורה.

פרטים יבואו


דער שבת איז געווען געפלאנט און מפורסם נאך פאר מען האט געוויסט פון א ההכתרה

גערעכט.

דער שבת איז געווען געפלאנט לכבוד חנוכת ה''היכל התורה החדש''.

חיים יואל » זונטאג מאי 19, 2019 10:20 am

· #430725
הגה"צ ר' משה מנחם ווייס איז יעצט אין לאנדאן אויף א באזוך

נעגעל וואסער » מיטוואך אקטאבער 30, 2019 10:52 pm

· #437719
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנד
איינער האט מיר געשיקט א רעקארדינג פון א הספד וואס ער האט געזאגט אויף א אינגע מאמע וואס האט איבערגעלאזט 7 קליינע קינדער רח"ל, שוין לאנג נישט געהערט אזא הארץ רייסענדע הספד, עס האט מיר געקאסט א שיינע פאר טרערן. צווישן אלע אנדערע מספידים האט ער גערעדט זייער צו דער זאך.
בלאט: 1 2 3 4