☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » Is It Chassidish To Eat Out?

Is It Chassidish To Eat Out?

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1243
בלאט: 1 2

real jew » דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:04 pm

· #28830
Is It Chassidish To Eat Out?
Is it Chassidish for a couple to go eat out once every few months and find a quite corner in a semi empty restaurant where no one recognizes them? If it isn’t what do you think about eating out while on vacation in Europe or Israel does it make it more Chassidish and why? If that's not good enough for you whats with a hotel ballroom, weekdays and shabbosim?

If you have any good restaurants in the NY Metro area where I won’t find my next door neighbor please list it, thanks.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:20 pm

· #28843
Is it chassidish to go get an oil change for my car? If not where is there a good mechanic in the NY metro area where I won't meet my next door neighbor?

Dude, you've got issues!

פריינדליך » דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:28 pm

· #28847
ביסט פאריקט?

א מאן מיט א פרוי? אינאיינעם? עסן אויך? און פובליק? רח"ל!

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:30 pm

· #28850
Is it Chasidish that a "real jew" should type English, the TUME'NE language? Unbelievable how low we became

איך מיין פשוט צו בעטן אז איך וויל אידיש.
עס זענען פאראן גענוג ענגלישע פארומ'ס.
איך צוברעך מיר די ציינער יעדע מאל וואס איינער שרייבט דא ענגליש.
אקעי, נישט די ציינער. אבער די הענטלעך פון מיינע ברילן פאלן אראפ............ 🤓 🤓

און געפילטע - האסט מיר געמאכט לאכן מיט דיין ענטפער...

real jew » דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:50 pm

· #28871
שמעקעדיג
Is it Chasidish that a "real jew" should type English, the TUME'NE language? Unbelievable how low we became

איך מיין פשוט צו בעטן אז איך וויל אידיש.
עס זענען פאראן גענוג ענגלישע פארומ'ס.
איך צוברעך מיר די ציינער יעדע מאל וואס איינער שרייבט דא ענגליש.
אקעי, נישט די ציינער. אבער די הענטלעך פון מיינע ברילן פאלן אראפ............ 🤓 🤓

און געפילטע - האסט מיר געמאכט לאכן מיט דיין ענטפער...


I believe that since the internet is a TUME'NE invention you should not be using the holy אָלֶף־בֵּית

אוֹת א' - אַלּוּפוֹ שֶל עוֹלָם

עָמְדָה אוֹת א'
וְלא נִכְנְסָה לְפָנָיו.
אָמַר לָה הקב"ה :
"אַָלֶף אָלֶף,
לָמָה אֵין אַת נִכְנֶסֶת לְפָנַי
כִּשְאַר כּל הָאוֹתִיוֹת?"
אָמְרָה לְפָנָיו:
"רִיבּוֹן הָעוֹלָם,
כִּי רָאִיתִי שֶכּל הָאוֹתִיוֹת
יָצְאוּ מִלְפָנֶיךָ בְּלִי תוֹעֶלֶת,
וּמַה אֶעֱשֶׂה שָם אֲנִי.
וְעוֹד,
כִּי כְּבָר נָתַתָ לָאוֹת ב'
אֶת הַמַתָנָה הַגְדוֹלָה הַזוֹ,
וְאֵין רָאוּי לַמֶלֶך הָעֶלְיוֹן,
שֶיַעֲבִיר אֶת הַמַתָנָה
שֶנָתַן לְעַבְדוֹ,
וְלָתֵת אוֹתָה לְאַחֵר."
אָמַר לָה הקב"ה:
"אָלֶף אָלֶף,
אַף עַל פִּי שְבָּאוֹת ב' נִבְרָא הָעוֹלָם,
אַת תִהְיִי ראש לְכל הָאוֹתִיוֹת,
אֵין בִּי יִחוּד אֶלָא בָּך,
בָּך יַתְחִילוּ כּל הַחֶשְבּוֹנוֹת,
וְכל מַעֲשֵׂי בְּנֵי הָעוֹלָם.
וְכל הַיִחוּד אֵינוֹ אֶלָא בָּאוֹת א'."

יידל » דאנערשטאג יולי 26, 2012 1:03 pm

· #28877
אוי, די אשכול האט מיך געמאכט שמייכלען אין די 9 טעג.

gehlungen » דאנערשטאג יולי 26, 2012 2:05 pm

· #28910
געפילטע פיש
Is it chassidish to go get an oil change for my car? If not where is there a good mechanic in the NY metro area where I won't meet my next door neighbor?

Dude, you've got issues!

Gefilte wow you don't even know how good you answered him.Because they say eating out husband & wife is sort of like an oil change to a Marriage

גאלד » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:09 pm

· #28936
ארויס גיין אין א רעסטוראנט מיט די פרוי איז נישט לפי כבודו פון א אדם חשוב,

אויסערדעם איז דא א פראבלעם פון תערובות, נישט קיין געפערליכער, איך בין מקיל,

אבער איך האב אן אנדערע שאלה,
וואס האלט דער עולם פון פארפעלקער - נישט קרובים - זיצן ביי שבת סעודות אינאיינעם, ווי די מענער אין פרויען זיצן ביי איין טיש און האבן קאווערסעישנס,

איך בין איינמאל איינגעליידענט געווארן צו א יו"ט סעודה פון חבר, און איך האב אפגעזאגט, איך האב מיך נישט געשפירט באקוועם פאר אזא איידיע, ס'קראסט א ליין און מיינע אויגן,

וואס האלט דער ציבור,

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:20 pm

· #28940
ס'איז נישט קיין לכתחילה, אבער ס'איז זייער איינגעריסן היינט, בפרט ביי יאנג קאפעלס.
ס'איז זיי געשמאקער ווי צו זיצן ביי די עלטערן און אויסהערן זייערע תורות אויף די פרשה.
ענדערש זיצן זיי אן די שטריימל (און אן די בעקישע, לפי הנוהגים כן) און שמועסן פאליטיקס, און מען קייעט ניסלעך מיט ביער....

אבער כ'מיין אז מ'פארפארט פונעם ענין. אפשר מאכן א עקסטערע אשכול.

נס קאווע » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:27 pm

· #28942
צוריק צום ענין איך ווייס נישט אויס עס איז א לכתחלה אבער איך פיהר מיך אזוי און איך טוה אסאך זאכן וואס זענען נישט קיין לכתחלה הגם ס' נישט קיין תירוץ און מיין טאטע האט זיך אויך אזוי געפיהרט ווען ער'ט נישט געהאט קיין ברירה

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:30 pm

· #28944
נס קאווע
צוריק צום ענין. איך ווייס נישט אויב עס איז א לכתחלה, אבער איך פיר מיך אזוי


ווי אזוי?

ידען » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:31 pm

· #28945
שמעקעדיג
ס'איז נישט קיין לכתחילה, אבער ס'איז זייער איינגעריסן היינט, בפרט ביי יאנג קאפעלס.
ס'איז זיי געשמאקער ווי צו זיצן ביי די עלטערן און אויסהערן זייערע תורות אויף די פרשה.
ענדערש זיצן זיי אן די שטריימל (און אן די בעקישע, לפי הנוהגים כן) און שמועסן פאליטיקס, און מען קייעט ניסלעך מיט ביער....

אבער כ'מיין אז מ'פארפארט פונעם ענין. אפשר מאכן א עקסטערע אשכול.

שוין דא א אשכול וועגן couple friends

ידען » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:37 pm

· #28947
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/17346">viewtopic.php?f=22&t=828&p=17346</a><!-- l -->

גאלד » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:41 pm

· #28952
ידען
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=22&t=828&p=17346


קיין ערלויבעניש, למה?

נס קאווע » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:49 pm

· #28954
שמעקעדיג
נס קאווע
צוריק צום ענין. איך ווייס נישט אויב עס איז א לכתחלה, אבער איך פיר מיך אזוי


ווי אזוי?

דו ווארטסט אויף א תירוץ?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:51 pm

· #28955
יא. אבער כ'ווארט מיך נישט איבער. איך האב מיך שוין אראפגעזעצט.

כ'וויל פארשטיין צי דו מיינסט אז דו פירסט זיך צו עסן אין רעסטאראנט, אדער דו רעדסט וועגן קאפעלס ביי די סעודה, אדער גאר עפעס אנדערש.

איך אליין טוה ביידע, אבער אויף אן איידעלן אופן.

נס קאווע » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:58 pm

· #28959
עסן אין רעסטוראנט צו גאר ר"ל אויף די גאס, עסן מיט פרעמדע קאפלס האב איך מיר דערווייל נישט מתיר געווען, דערווייל האלט איך אז עס איז נישט פאסיג

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:33 pm

· #28993
איך וויל צוריקציען. איך עס אויך נישט מיט קיין פרעמדע קאפלס.

נס קאווע » דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:36 pm

· #28994
קענסט פארעכטן דיין אויבערשטע תגובה just kidding...

זר זהב » דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:37 pm

· #28996
איך בין איינמאל ארויס עסן א שבת סעודה צו א חבר און ס'האט זיך נישט געענדיגט גוט, בלייב בעסער אינדעהיים און עס וואס די ווייב קאכט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:48 pm

· #29001
זר זהב
איך בין איינמאל ארויס עסן א שבת סעודה צו א חבר "און ס'האט זיך נישט געענדיגט גוט"


ווילסט נישט ארויסגעבן מער פרטים?..........

זר זהב » דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:52 pm

· #29005
איך וויל יא!

מיין חבר'ס ווייב קען נישט קאכן און איך בין אהיים א הונגעריגער!

(סארי פאר'ן דיך מאכן אזוי עקסיידעט פאר פלעין... 🙂 )

שרגא » דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:22 pm

· #29099
מעגליך האט דער שואל באקומען די איידיע אז חסידים גייען נישט עסן אין קיין רעסטוראנטס פון מרת פעלדמאן וואס האט אזוי געשריבן אין איר בוך (אפילו זי בכבודה ובעצמה איז פלענטי ארויס עסן, נאר ווי אנדערע פונקטן וואס זי האט געזוכט צו מאכן דעם מערסט ראדיקאלן איינדרוק אויף חסידים, אנשטאט זיך האלטן צו פאקטן.
ווי אנדערע איינרעדענישן אויף אידן וואס האבן זיך אנגעהויבן פון ביכער (און פילמס), קען דער אשכול דינען אלס דער ערשטער סימן פון דער פרישער איינרעדעניש וואס האט זיך מעגליך אנגעהויבן. שרייבער און פארשער אויף חסידים אינעם צוקונפט וועלן מעגליך צוברענגען פון די געוועזענע חסיד'קע וואס שרייבט אזוי. דארפן זיי דען א בעסערע באווייז ווי איינע וואס האט ארויסגעגעבן די אינערליכע סחורה האט דאס געשריבן. פרוביר לייקענען.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:36 pm

· #29110
שרגא
מעגליך האט דער שואל באקומען די איידיע אז חסידים גייען נישט עסן אין קיין רעסטוראנטס פון מרת פעלדמאן וואס האט אזוי געשריבן אין איר בוך (אפילו זי בכבודה ובעצמה איז פלענטי ארויס עסן, נאר ווי אנדערע פונקטן וואס זי האט געזוכט צו מאכן דעם מערסט ראדיקאלן איינדרוק אויף חסידים, אנשטאט זיך האלטן צו פאקטן.
ווי אנדערע איינרעדענישן אויף אידן וואס האבן זיך אנגעהויבן פון ביכער (און פילמס), קען דער אשכול דינען אלס דער ערשטער סימן פון דער פרישער איינרעדעניש וואס האט זיך מעגליך אנגעהויבן. שרייבער און פארשער אויף חסידים אינעם צוקונפט וועלן מעגליך צוברענגען פון די געוועזענע חסידקע וואס שרייבט אזוי. דארפן זיי דען א בעסערע באווייז ווי אייינע וואס האט ארויסגעגעבן די אינערליכע סחורה האט דאס געשריבן. פרוביר לייקענען.


וועגן דעם איז וויכטיג קלאר צו מאכן ווען עפעס איז סארקאזם. אין פיר הונדערט יאר ארום גייען די היסטאריקער קענען מיינען אז מאכן א אויל טשעינדזש פלעגט זיין א אפגעפרעגטע זאך אין איין און צוואנציגסטע סענטרי חסיד'יסיזם. (ווער ווייסט צי סארקאזם גייט נאך בכלל עקזיסטירן דעמאלס?)

zurich » דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:27 pm

· #29158
שמעקעדיג
זר זהב
איך בין איינמאל ארויס עסן א שבת סעודה צו א חבר "און ס'האט זיך נישט געענדיגט גוט"



און רבותי ס'געווארן פרייליך!!! 😂 [קרעדיט נ.ראזע...

אשכנ » דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:36 pm

· #29161
פארשטייט זיך אז "חסידיש" אין דעם ענין מיינט אויב עס איז אנגענומען אין די חסידישע געזעלשאפט, מוז די שואל זעהן וואס "חסידישע אידן" כערכו טוהן. אני הקטן בין איך נישט אזוי באקוועם מיט עס, אבער איך קען פארשטיין די וואס זענען אמאל מקיל.

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 27, 2012 1:15 am

· #29167
חסיד'יש? וואס דארף מען מער, די גרינדער פון חסידים פלעגן אריינפאלן אפט אין קרעטשמע טועם זיין איבערנעכטיגן. איך גלייב נישט אז די מאשקע האט יעדן ארויסגעשיקט ווייל דער רבי קומט.
אפשר טאקע נישט מיט די ווייב, איך ווייס נישט.

משכיל » פרייטאג יולי 27, 2012 1:41 am

· #29173
חסידים פון ווישניץ מאנסי גייען נישט מיט די ווייבער עסען און דרויסען, אבער רוב אידן וואס גייען צום סיום הש"ס עסען יא דרויסען מיט די ווייבער, דער חילוק איז וויפיל אינערליכע איידעלקייט מען האט,י

NAVY SEAL » מוצ"ש יולי 28, 2012 8:30 pm

· #29388
גאלד
ידען
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=22&t=828&p=17346


קיין ערלויבעניש, למה?



?????????????????????

דבילה » זונטאג יולי 29, 2012 3:24 am

· #29414
NAVY SEAL
גאלד
ידען
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=22&t=828&p=17346


קיין ערלויבעניש, למה?



?????????????????????


דער לינק ציט אריין צום פריוואטן פארום. פרעגט ביי די מנהלים פאר רשות נאך וואס איר האט געשטעלט דעם מינימום פון 75 זאכליכע תגובות.

אלדד » מאנטאג יולי 30, 2012 5:03 am

· #29704
משכיל
חסידים פון ווישניץ מאנסי גייען נישט מיט די ווייבער עסען און דרויסען, אבער רוב אידן וואס גייען צום סיום הש"ס עסען יא דרויסען מיט די ווייבער, דער חילוק איז וויפיל אינערליכע איידעלקייט מען האט,י

א נייע מעשה... נאך מיט א הנחה... פון ווי נעמסטו דאס?

איז וויזניץ-מאנסי די איינציגסטע חסידות וואס (לדעתך) גייען נישט די אינגעלייט ארויס מיט די ווייבער אין רעסטעראנטן?

וויפיל איך קען וויזניץ-מאנסי אינגעלייט, איז דא פלענטי וואס גייען ארויס עסן מיט די ווייבער - ביג טיים!

דולה ומשקה » מאנטאג יולי 30, 2012 1:30 pm

· #29822
כאפ נישט, איהר פרעגט חסידיש לויטן אמאהליגע אמת'ע באדייט פון חסידיש לכאורה נישט מטעם חסידות.
לויטן היינטיגען באגריף חסידיש אויך נישט, ווייל דער סיסטעם עט דיר אנקוקען קרום.
הלכה'דיג גערעט לויט חסידישע השקפות אפשר יא.

דאס אז די געפונט זיך רעסטאוראנט מיטן בני בית, מאכט דיר נישט אויס חסיד, אבער איינער וואס פירט זיך אויף מיט א אמת'דיגייט חסידיש (כ'רעד נישט פון פרום אדער געמאכטע פרום, כ'רעד חסידיש) וואלט נישט געגעסן ווייל זיין מהות פארלאנגט נישט ער זאל דאס טוהן.
ווידער די פרומע אדער געמאכטע פרומע' וואלט יא געקענט באשטיין עכ"פ מפעם לפעם, נאר זיי קלאפן אן די שאלה פון "מה יאמרו הבריות". דאס מיינט זיי טוהן דאס נישט נאר וועגן יענער וועט זעהן, אבער נישט וועגן זייער אייגען חסידישע באוועגונג.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 9:55 am

· #32455
דאס איז איינער פון די פראלעמען פארוואס עס איז דא אזויפיל אפגעפארענע. ווייל גארנישט מעג מען.
עסן מיט די ווייב? ניין
שפאצירן מיט ווייב? פוי
רעדן מיט ווייב? רח"ל
פארן אין א קאר צוזאמען? ל"ע
וכו'
יא יא, פיינע רע-בנים

אשכנ » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 10:00 am

· #32458
ציבעלע-קיגל
דאס איז איינער פון די פראלעמען פארוואס עס איז דא אזויפיל אפגעפארענע. ווייל גארנישט מעג מען.
עסן מיט די ווייב? ניין
שפאצירן מיט ווייב? פוי
רעדן מיט ווייב? רח"ל
פארן אין א קאר צוזאמען? ל"ע
וכו'
יא יא, פיינע רע-בנים


איר זענט אביסל מגזם. אין טויזענטער היימישע משפחות איז מען "מקיל" אויף די אויבן-דערמאנטע, אן זיך ח"ו ווערן אפגעפארן.

שלמה_דיין » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 3:37 pm

· #32596
שרגא
מעגליך האט דער שואל באקומען די איידיע אז חסידים גייען נישט עסן אין קיין רעסטוראנטס פון מרת פעלדמאן וואס האט אזוי געשריבן אין איר בוך (אפילו זי בכבודה ובעצמה איז פלענטי ארויס עסן, נאר ווי אנדערע פונקטן וואס זי האט געזוכט צו מאכן דעם מערסט ראדיקאלן איינדרוק אויף חסידים, אנשטאט זיך האלטן צו פאקטן.
ווי אנדערע איינרעדענישן אויף אידן וואס האבן זיך אנגעהויבן פון ביכער (און פילמס), קען דער אשכול דינען אלס דער ערשטער סימן פון דער פרישער איינרעדעניש וואס האט זיך מעגליך אנגעהויבן. שרייבער און פארשער אויף חסידים אינעם צוקונפט וועלן מעגליך צוברענגען פון די געוועזענע חסידקע וואס שרייבט אזוי. דארפן זיי דען א בעסערע באווייז ווי אייינע וואס האט ארויסגעגעבן די אינערליכע סחורה האט דאס געשריבן. פרוביר לייקענען.


שרגא שטעלט אראפ כאילו דבורה פעלדמאן האט דא עפעס געזויגן פון פינגער. דבורה פעלדמאן איז מגזים אין איר נעגאטיווקייט אויף אונזער ציבור, און קעגן דעם איז געווארן א נייע באוועגונג פון מגזים זיין אין אפּפרעגן דבורה פעלדמאן. דער שילדערונג פון דעם היימישען ציבור אלץ צוריקגעצויגן פון עסן אין רעסטוראנטן מענער און ווייבער איז זיכער אמת ויציב. ביי גאטליב אין וומסב"ג וועסטו אפילו טרעפן א מחיצה. ביי היימישע האטעלן און קעמפס וועסטו טרעפן די דיינינג רום פאר די משפחות ווערט פלוצלינג קיטוניות קיטוניות, און דאס איז זיכער נישט נאר פאר די מטרה פון נישט זען דיין שכנ'ס געראנגל מיט די לאנגע לאקשן.

כאפ א בליק אין דיין געווענליכע רעסטוראנט און זעלטן וועסטו טרעפן א מאן און א ווייב זיצן צוזאם און עסן אדער פיטערען די קינדער. זיכער וועסטו טרעפן די געהאקטע בערד זיצן אינאיינעם מיט די דענים סקירטס, און צומאל פיטערן זיי א קינד אדער צוויי, אבער דער חברה זענען "נישט" א חלק פון די געווענליכע היימישע ציבור וואס שיקט די קינדער אין אידיש רעדנדע מוסדות. אויב טרעפסטו יא מענער משלנו זיצן, איז דאס בדרך כלל דאנערשטאג ביינאכט ווען די מענער זיצן באקוועם אין די ווייבער שפרינגן כאילו זיי זיצן אויף מורישקעס, און טאמער פאקסטו שוין יא א היימישע קאפל שפרינגן זיי ביידע.

למעשה צו מ'מעג יא אדער נישט ע"פ תורה זיצן מיט די ווייב אין א רעסטוראנט קען מען דן זיין לכאן ולכאן. אויף פארשידענע אופנים קען מען זיכער מקיל זיין, למשל א זיווג שני דעיט, וואס זיצן אין א היימישען רעסטוראנט איז זיכער ענדערש ווי ערלויבן די היימישע גרושים זיך גיין טרעפן אין אויסגעלאסענע ערטער. אבער אפילו דארט ווי א אינגערמאן פילט אז ס'איז וויכטיג פאר שלום בית אד"ג דארף ער לכאורה שטארק נעמען אין באטראכט די וואס וועלען זיך ח"ו אפלערנען פון עם און גיין אין רעסטוראנטן צוזאמען מיט די ב"ב אפילו ווען ס'איז נישט אזוי דרינגענד. לכאורה איז דערפאר מער כדאי פאר אן אויסגעהאלטענעם אינגערמאן וואס פילט אז ער מוז מחמת סיבה גיין מיט די ווייב, אז ער זאל גיין קיין קראון הייטס אדער פלעטבוש, וואס דארט וועט ער נישט מכשיל זיין אנדערע תמימי לב וואס וועלן זיך אפלערנען פון עם.

נס קאווע » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 6:41 pm

· #32672
איך בין אין גאטליבס א עוורידזש פון צוויי מאל א וואך כ'האב נישט געזען קיין מחיצה דארט און אפילו ווי ס יא דא א מחיצה איין זייט עסן די פאמיליעס און איין זייט עסן די מענער וואס קומען כאפן א ברעקפעסט אדער א לאנטש איין זייט די מאן און איין זייט די פרוי האב איך נאך אויך נישט געזען
והשלישית עס איז אמת אז אונזערע גייען נישט יעדן שני וחמישי ארויס עסן מיט די ווייב ממילא ווערט עס א שטיקל ענין און ווען מ'גייט זוכט מען עפעס בעסער ווי גאטליבס און גרינס און פארדעם זעהסטו עס נישט אסאך

קאנצעפט » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 7:17 pm

· #32684
שלמה_דיין

למעשה צו מ'מעג יא אדער נישט ע"פ תורה זיצן מיט די ווייב אין א רעסטוראנט קען מען דן זיין לכאן ולכאן. אויף פארשידענע אופנים קען מען זיכער מקיל זיין, למשל א זיווג שני דעיט, וואס זיצן אין א היימישען רעסטוראנט איז זיכער ענדערש ווי ערלויבן די היימישע גרושים זיך גיין טרעפן אין אויסגעלאסענע ערטער. אבער אפילו דארט ווי א אינגערמאן פילט אז ס'איז וויכטיג פאר שלום בית אד"ג דארף ער לכאורה שטארק נעמען אין באטראכט די וואס וועלען זיך ח"ו אפלערנען פון עם און גיין אין רעסטוראנטן צוזאמען מיט די ב"ב אפילו ווען ס'איז נישט אזוי דרינגענד. לכאורה איז דערפאר מער כדאי פאר אן אויסגעהאלטענעם אינגערמאן וואס פילט אז ער מוז מחמת סיבה גיין מיט די ווייב, אז ער זאל גיין קיין קראון הייטס אדער פלעטבוש, וואס דארט וועט ער נישט מכשיל זיין אנדערע תמימי לב וואס וועלן זיך אפלערנען פון עם.


קענסט ביטע מער ארויסברענגען דעם צד לאיסור על פי תורה?

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 7:26 pm

· #32687
שלמה, איך טריי צו זען אויב אפשר ביזטו סארקאסטיש, אבער ס'גייט נישט.

איך ווייס נישט וועגן גאטליעבס, אבער ווי איך וואוין איז נארמאל ארויסצוגיין מיט די ווייב, און מ'זעט היימישע קאפעלס, מיט פולע אומגעהאקטע בערד, און נאן-דענים געקליידעטע, עסן ארויס אין רעסטאררנטען לרוב.

דולה ומשקה » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 8:33 pm

· #32709
מגייט צום רעסטעראונט, א טייל זיצען איינער קעגן די צווייטע, ויש אומרים איינער לעבען דער אנדערע,
דיע וואס זיצען לעבען דער אנדערע פשוט זיי ווילען זיך אנקוקען, ביידע אינאיינעם האלטן דעם גרויסען פעיפער קאפ אין ארינקען פונעם שטרוי בשעת זייער אויגען איז איינער צום צווייטען, אונטערן טיש זענען דא וואס זענען זיך ונהג צו געבען א בריקע מיט די פוס.

זיצען איינער לעבען דער אנדערע, ווייסט אויף דער נאהנטשאפט בבחינת וכעין דוגמת 'ודבק', זיי ווילען זיך נישט אפשיידען, איז דא כאפט דער חילוק זענען זייער גופים גענויגט איינער צום צווייטען אדער קוקען זייער אויגען גלייך, דאס מיינט אז זיי קוקען אויף כל דבר מה. ויש לעיין טובא באופן של ה'זיץ'.

חסידות וואלט לכאורה נישט געדארפט אריין קומען דא אהער, נאר דער עולם גולם האט דאס אריין געשלעפט אזוי, "אה, כ'האב איהם געזען עסן צוזאמען מיט זיין ווייב, אין א רעסטעראונט", ס'איז נישט אזוי ווייט דער דגוש אויפן ווארט 'רעסטעראונט' ווי אויפן ווארט "זיין ווייב". די צוויי ווערטער "זיין ווייב" איז א איסור חפצא לויט די היינטיגע סטאנדארט פון דער 'היינטיגע חסידות'.

קווארטין » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 11:26 pm

· #32758
מיר גייען פון צייט צו צייט אין מילכיגע רעסטאנען, כ'טרעף יונגעלייט מיינס גלייכן, מיינס גלייכן מיינעך צו זאגן, מיר נעמען מיט די קינדער, אליינס ארויס צו גיין מיטן ווייב, ווי למשל פארן קיין מאנסע, אדער קיין ניו גערזי, קאניך צום באדויערען נישט, ווייל אויף וועמענס פליגלען זאלעך לאזן מיינע קינדער.
בימים ראשונים האבעכמעך יא דאס געקאנט ערלויבן. אלנספאל אז מ'וויל עסן א גוטן וועטשערע, פארוואזשע נישט.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 8:30 pm

· #33145
האט איינער געהערט/געגעסן אמאל פון/אין CARLOS AND GABE רעסטאראנט אין פלעטבוש?
מעקסיקען סטייל.

יידל » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 10:21 pm

· #33202
איך לעב לכאורה אין אן ענליכן פלאנעט צו יאנקל'ס און דעם דיין'ס. א רעסטאראן איז נאר מותר ווען מ'איז אויף וואקאציע, אבער אויך נאר ווען קיין איין אנדערער חסידישער איד איז נישט אויף וואקאציע אינעם זעלבן שטאט.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 10:29 pm

· #33206
איך האב א וואוילען חשוב'ן קרוב, א תורה'דיגער בעה"ב. ער קען זיך אריינזעצן אין א (פענסי) רעסטאראנט עסן א זופ ווען ער איז הונגעריג.
איך מיין ס'איז א בחינה פון אדם מכבד את מקומו.

Espresso » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 11:03 pm

· #33220
קאם אן, בי אונז אין וויליאמסבורג ביסטו גערעכט, אבער אין מאנסי ב.פ. לעיגוואד פלעטבוש זעט מען פלענטי געהעריגע חסידישע קאפעלטס, טאקע נישט די גרויסע געלע טלית קטן, אבער די אום באשערטע בארד, די ראקפארט שיך, זי מיט די געהעריגע תומר דבורה קלייד, און אפילו סיעמס, עסען א פיינע וועטשערע.

דולה ומשקה » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:20 pm

· #56473
ווי אזוי קען יענער זעהן ווי אדזוי איך דער צדיק עסט, אין זיך קענען לערנען פון מיינע מידות, דאס איז נאר אויב איך גיי אין רעסטאוראנט, קען יענער צוקוקן צו מיין עבודת האכילה, וואס איז במקום קרבנות, ושלחן דומה למזבח.
ווען איך גיי צו א רבי'ס טיש זעה איך נישט זיין גרויסע א עבודה ווי אזוי ער עסט א האט-דאג אדער פיצא אדער סתם אנדערע ערליי מאכלים נאר די געווענדליכע צימעס, האב איך גענומען אויף זיך צו עסן 'אינדרויסען', יעצט קענסטו זיך אפלערנען אין וויסן ווי אזוי א א איד עסט באמת.

קליינע רעבעלע » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 7:56 pm

· #57042
אני כשלעצמי וואלט איך שוין געגאנגען מיט מיין ווייב אין א רעסטראנט נאר מיין ווייב זאגט מיר זי האט מורא פאר איר פאסטען
עכ"פ אזוי טרייט זי מיר איינצירעדען

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:41 pm

· #57097
real jew
Is it Chassidish for a couple to go eat out once every few months and find a quite corner in a semi empty restaurant where no one recognizes them? If it isn’t what do you think about eating out while on vacation in Europe or Israel does it make it more Chassidish and why? If that's not good enough for you whats with a hotel ballroom, weekdays and shabbosim?

If you have any good restaurants in the NY Metro area where I won’t find my next door neighbor please list it, thanks.

But if he is going to list that restaurant, your neighbor will read it and go there.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:46 pm

· #57100
נס קאווע
צוריק צום ענין איך ווייס נישט אויס עס איז א לכתחלה אבער איך פיהר מיך אזוי און איך טוה אסאך זאכן וואס זענען נישט קיין לכתחלה הגם ס' נישט קיין תירוץ און מיין טאטע האט זיך אויך אזוי געפיהרט ווען ער'ט נישט געהאט קיין ברירה

נישט ווייל ר'האט נישט געהאט קיין ברירה, נאר ווען ער איז געווען דיין עידזש. 😂

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:48 pm

· #57102
קליינע רעבעלע
אני כשלעצמי וואלט איך שוין געגאנגען מיט מיין ווייב אין א רעסטראנט נאר מיין ווייב זאגט מיר זי האט מורא פאר איר פאסטען
עכ"פ אזוי טרייט זי מיר איינצירעדען

וואס איז די פאסטן. א יודיש טיטשער אין... סקול? 😳

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:52 pm

· #57104
משכיל
חסידים פון ווישניץ מאנסי גייען נישט מיט די ווייבער עסען און דרויסען, אבער רוב אידן וואס גייען צום סיום הש"ס עסען יא דרויסען מיט די ווייבער, דער חילוק איז וויפיל אינערליכע איידעלקייט מען האט,י

הא בהא תליא. די יודן וואס גייען נישט מיט די ווייבער עסן אין רעסטאוראנט גייען אויך (בדרך כלל) נישט צום סיום הש"ס.
בלאט: 1 2