☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » Is It Chassidish To Eat Out?

Is It Chassidish To Eat Out?

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1243
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:58 pm

· #57106
ציבעלע-קיגל
דאס איז איינער פון די פראלעמען פארוואס עס איז דא אזויפיל אפגעפארענע. ווייל גארנישט מעג מען.
עסן מיט די ווייב? ניין
שפאצירן מיט ווייב? פוי
רעדן מיט ווייב? רח"ל
פארן אין א קאר צוזאמען? ל"ע
וכו'
יא יא, פיינע רע-בנים

טאקע פון וואו ציבעלע קוגל קומט (גאנץ א פיין מאכל). דארט איז דא קעפעידעס אויף די אלע זאכן. עיין שלום דיען.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:11 pm

· #57111
berlbalaguleh
real jew
Is it Chassidish for a couple to go eat out once every few months and find a quite corner in a semi empty restaurant where no one recognizes them? If it isn’t what do you think about eating out while on vacation in Europe or Israel does it make it more Chassidish and why? If that's not good enough for you whats with a hotel ballroom, weekdays and shabbosim?

If you have any good restaurants in the NY Metro area where I won’t find my next door neighbor please list it, thanks.

But if he is going to list that restaurant, your neighbor will read it and go there.

קודם כל ר' בערל, איר מעגט ענטפערן אין אידיש, טראץ דעם וואס יענער האט געשריבן ענגליש.
לענינינו, טאמער דער צווייטער לייענט אויך קאווע שטיבל, און גייט אויך אין רעסטוראנט, איז נישט אזא פראבלעם. נישט פון די אידן שעמט ער זיך אדער ער האט א פראבלעם.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:20 pm

· #57115
שמעקעדיג

אמת. אבער אויב יענער שרייבט אויף ענגליש איז מער אין פינטל אפצוענטפערן אויף ענגליש. לענינינו. פון איינער וואס קומט אין קאווע שטיבל האט ער זיך טאקע נישט וואס צו שעמען. מען שמועסט נאר אויב ער מאכט דעם אנשטעל פון "א שיינער איד".

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 4, 2013 12:48 pm

· #121262
לעצטנס איז "סושי משונה" אויף דרייצען עווניו געוורען ביינאכט א אומאפציעל מענס אנלי, ס'איז אנגעפאקט מיט חסידישע אידן.

הירשל ציג » דינסטאג יוני 4, 2013 1:51 pm

· #121283
לדעתי איז קופקעס נשים אדער מענער ערגער ווי א מאן און ווייב

פידלער » דינסטאג יוני 4, 2013 7:51 pm

· #121444
הירשל ציג
לדעתי איז קופקעס נשים אדער מענער ערגער ווי א מאן און ווייב

קופקעס מענער, מילא. אבער קופקעס פרויען זענען אינגאנצן כשר.

Chasidishmashpia » זונטאג יוני 16, 2013 12:16 pm

· #125213
Hi
I think its very healthy for husband and wife to go and eat out once in a while, although i never did it yet. . .

איך אויך » זונטאג יוני 16, 2013 12:28 pm

· #125217
הו הא מיר האבען א נייע משפיע בתוכינו.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 16, 2013 12:46 pm

· #125223
I'm all for healthy relationships, but how do I get to the restaurant? Is it chassidish to walk together on the street? I mean, I don't mind having a relationship, but I'm not ready to flaker in gehenoim for it.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 17, 2013 8:46 pm

· #125620
געפילטע פיש
I'm all for healthy relationships, but how do I get to the restaurant? Is it chassidish to walk together on the street? I mean, I don't mind having a relationship, but I'm not ready to flaker in gehenoim for it.

איכ'ל דיר ענטפערן אויף אידיש, אפילו דו האסט געשריבן ענגליש, כעצת הרב שמעקעדיג שליט"א. פאר גיין אין א רעסטאוראנט עסן מיט די אייגענע ווייב האט נאך קיינער נישט געפלאקערט אין גהינום. פאר גיין.... וד"ל... חוץ דעים. קענמען פאהרן אין א קאר און די רעבעצין זיצט אין בעק סיט. פרעיג נאר ביי שלום דיען. ער האט א סאך צו פארציילן איבער די עניינים.

דולה ומשקה » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:50 pm

· #183628
ב"ה דער פיצא געשעפט האט ארויף געלייגט א מחיצה ביים פענסטער,
איז אזוי דער וואס האלט חסידים טארן נישט ארויסגיין עסען - דער זעהט מיר נישט
דער וואס קומט אריין - פון דעם גייט מיר נישט אן אז ער זעהט מיר.

כ'האב נאר א פראבלעם אויב נעמנט ער ארויס זיין קעמרא...
בלאט: 1 2