דעם רבינס מהלך איז עפעס אז די גאס איז געפערליך פארדארבן און ממש מקען זיך נישט האלטן נאר אויב מען בויעט אויף א פארמאכטקייט און דורך זיין אפגעלאכט און שטארק פאטריאטיש
דאס איז דער מהלך פין יעדער עקסטרעמיסט. פארוואס ער מעג זיין מער עקסטרעם. לב טהור זאגט דער זעלבער דזאק. ווי אויך די עמטליכע קולט'יסטען פין גוים.
ווען מען הערט די סארט הצטדקות איז עס א רויטע פאן.
געווענליך ווען מען רעדט פון די "גאס" ביי אנדערע חצרות מיינט מען גוים,
וויזניץ מרכז האט איינגעפירט א נייע דערהער וואס גאס מיינט גאס מיינט אנדערע חסידות'ן דאס איז נאך א סימן פון א קולט פירער צו מאכן אלעס אינדערויסן פאר שרעקליך און נאר דא איז גיט
נעבעך!!
איך טראכט א מענדלע חסיד האט באמת א צופרידענע לעבן איך בין זיי אפשר אביסל מקנא
ער שרייט אז די עיקר וואס ער וויל איז, צו זיין אפגעזינדערט פון די גאס און שטיין וואס ווייטער פון די גאס. אבער אין די זעלבע צייט שעמט ער זיך נישט אויפצונעמען א שרייבערל, זיצן מיט אים קרוב צו דריי שעה, אים מסביר זיין די שיטה הקדושה, אז ער זאל דאס קענען רעפרעזנטירן פאר די גאס. דאס קומט נאך וואס גאנץ שבת איז ער יענעם מכבד, רעדט צו אים אין בית-המדרש און איז אים מכבד מיט א ברעטל, בכוונה אז ער זאל משנה זיין מנהג ויז'ניץ און זינגען ממקומך...
דאס הייסט געשטאנען ווייט פון די גאס.