☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען

פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען

70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12399
בלאט: 1 2

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:53 am

· #406848
פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
דער ספר פסקי תשובות איז זייער א פאפולערע ליקוט על סדר המשנה ברורה. בד בבד מיט די פארשפרייטונג פון די ספר, דרייען זיך ערנסטע טענות פון גרייזען און פראבלעמען. איך האב געהערט דריי סארט פראבלעמען דערמיט, און איך בעט דער עולם זאל צולייגען פרטים און זייער אייגענע ערפארונג דערמיט.

א. די מראה מקומות זענען אפט פארגרייזט. דאס מיינט הן אז די סימנים זענען נישט אקוראט, און הן אז ער ברענגט אראפ פאלש וואס עס שטייט אין יענער ספרים און הן אז ער שטעלט צו א תשובה פון איין נושא ווען עס האט נישט קיין שייכות מיט די נושא.

ב. ער האט אגענדעס, עפ"י רוב צו פארענטפערען די פוילישע חסידישע אויפפיהרונגען. ווען ער שרייבט א ספר מיט די ציל, איז עס אויסגעהאלטען. יעדער פארטיי דינגט אפ יונגעלייט זיך צו פארטיידיגען להלכה, און זיי זענען נישט ווייניגער. אבער א ליקוט אויף הלכה איז גאר אן אנדערע נידון.

ג. ער האט נישט קיין משקל וויאזוי צו ברענגען תשובות און ספרים. א ליקוט פון א יונגערמאן אין שיכון סקווער האט דער זעלבע משקל ווי א פסק פון הרב נסים קרליץ וואס האט דער זעלבע משקל ווי א תשובה אין חתם סופר.

איך ווייס אז די אלע טענות זענען מעגליך נישט קיין פירכא אויף דער מענטש, ער האט נאך אלס געטוהן אסאך גוט'ס אין זיין לעבען און מ'קען איהם פערזענליך פארטיידיגען. אבער די פלאץ וואס זיין ספר פארמאגט אין דער וועלט, אויף די טישען פון אלע מורי הוראות און יונגעלייט וואס זוכען א שארט קאט צו קענען פסק, איז נישט בארעכטיגט טאמער די טענות זענען אמת.

טאמער איינער האט לעצטענס געלערנט א סימן אין או"ח און ער האט ווא סמעורר צו זיין מיט מראה מקומות, ביטע אפיר ברענגען.

ביטע האלטען די אשכול אויף די רעלסען און נישט ברענגען אומרעלעוואנטע טענות און עניינים.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 21, 2018 12:05 pm

· #406850
די צווייטע טענה וואס דו זאגסט איז זייער אינטערעסאנט. איך מיין אז יעדע ספר איז געשריבן מיט נגיעות, אבער די פסקי תשובות איז עפעס מער ווי נארמאל. כ'האב טאקע באמערקט אפאר מאל אז ווען ס'קומט צו געוויסע חסידישע געפירעכטס ווערט ער אינגאנצן ווילד און נעמט זיך רעדן זייער שארף קעגן די וואס האבן טענות. קען זיין אז טאקע ווייל ער ברענגט געווענליך אסאך מראי מקומות קוקט עס נאר אויס אזוי, אבער ס'זעט אויס זייער נישט גוט. למעשה גערעדט, איך ווייס נישט פארוואס איינער זאל האבן טענות אויף איהם ס'איז אלץ בעסער אזא ספר מיט גרייזן, ווי בכלל נישט מאכן. אדרבה, אויב איינער האט טענות לאמיר זען וואס ער קען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 21, 2018 12:42 pm

· #406855
איך וועל ברענגען די ערשטע זאך וואס איך האב באמערקט יארען צוריק.

אין די ספר אשי ישראל פכ"ה אויף הל' תפלה, ברענגען ער פון הרב משה פיינשטיין ביי א מענטש וואס געפונט זיך אין א מנין וואס זאגט נישט קיין תחנון, אן קיין עמטליכע הלכה'דיגע מקור, זאל ער זאגען תחנון ברבים און נישט אננעמען דער 'מנהג'. און אזוי אויך ברענגט פון הרב אלישיב. איך האב נישט די ספר פאר מיר, און עס איז מעגליך אז נאר איינער פון זיי ברענגט עס מיט די שארפקייט אז מ'קומט מוחה זיין אויף די נישט אויסגעהאלטענע אויפפיהרונג, אבער אזוי שטייט עס דארט.

יעצט טוט'ס א קוק אין פסקי תשובות ח"ב עמ' סד - סה, ווי ער ברענגט די שיטה. ער ברענגט נאר הרב אלישיב און ער פארדרייט די סברא 'שבימינו שנתקבצו בכל עיר ועיר שבטי ישראל לעדותיהם ומנהגיהם, ושינויי הנוסחאות ידועים, ואין מקפידים כ"כ, ובפרט בבתי כנסיות שיש בהם מנינים הרבה אחד אחר השני או בכמה חדרי תפילה, וכשיחיד אינו נופל על פניו ניתן לתלות שהוא מתפלל עם מנין אחר וכיו"ב, לכן יכול כל אחד לנהוג כמנהגו לענין נפילת אפים, אך ישתדל עד כמה שאפשר שיהיה בצינעא ובאופן שלא יהיה ניכא שינוי מנהגו ממנהג המקום'. און די מקור אין אות 43 איז די ספר אשי ישראל בשם הגרש"ז אויערבאך און הגרי"ש אלישיב.

איהר הערט א פארדרייטע פסק? ניין, זיי זענען נישט מתיר נישט צו זאגען תחנון אויף דיין רבינ'ס יארצייט אין א בית המדרש ווי מ'זאגט יא, און זיי הייסען נישט זאגען בצנעא. אבער פאר זיין צוועק האט ער אזוי געמוזט שרייבען.

אישתישבי » דאנערשטאג יוני 21, 2018 12:53 pm

· #406856
רב ליטוואק

כדי צו פארגרינגערן די ארבעט, ברענגט א סנעפשאט פין פסקי תשובות און פין דער ספר אשי ישראל, אזוי אז דער וויכוח זאל נישט זיין צו די פירסט דיך גאר מיט דעם וואס די טוסט באשולדיגן דער פסקי תשובות זעלבסט.

אישתישבי » דאנערשטאג יוני 21, 2018 12:56 pm

· #406857
לענין עיקר השאלה,

מען דארף צוטיילען די זאך,

א. תחנון איז א רשות אדער א חוב.

ב. איז דא לא תתגודדו צו זאגען תחנון ווען דער בעל תפילה זאגט נישט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 21, 2018 1:12 pm

· #406858
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
איך וועל שפעטער פראבירען ארויף צו לייגען. איך זאג נאכאמאל אז די אשי ישראל זאג איך פון זכרון.

איך ווייס נישט צו די רשות פון תחנון מיינט אז מ׳מעג עס כיפערען פאר סיי וועלכע טעם. עס מיינט מסתמא רשות כלפי די חיוב פון שמונה עשרה.
הרב אלישיב האלט קלאר אז מ׳האט נישט קיין רעכט צו באקען מנהגים פון ארבעל ארויס, און דעריבער דאס וואס תחנון ווענדט זיך אין מנהגים, מיינט מנהג וותיקין, אזוי ווי די וואס האבען נישט געזאגט עשרת ימי תשובה וכדו׳. לא תתגודדו גייט נישט אן ביים מוחה זיין אויף אן עוולה, כמובן מאליו.

גראדע, איז עס אינטרעסאנט צו זע׳ען וויאזוי ער האט די זאכען אנגעקוקט. איך האב ערגעץ געליינט אז מ׳האט איהם געפרעגט צו מ׳מעג ענטפערען קדושה פון א מנין מנחה נאכ׳ן שקיעה, האט ער געזאגט ניין. האט יענער געפרעגט "אפשר האלט די מנין ווי ר"ת, און ממילא איז עס נאך טאג". האט ער געזאגט "ווער זענען זיי צו האלטען? די מנהג איז נישט ווי ר"ת".

דער וואס פארשטייט, איז געלאדענט מסביר צו זיין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 21, 2018 1:37 pm

· #406862
ליטוואק פון בודאפעסט

ווער זענען זיי צו האלטען? די מנהג איז נישט ווי ר"ת".

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מנהג ביי וועם?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 21, 2018 1:48 pm

· #406864
ביי רוב כלל ישראל. אלע ספרדים, אלע ליטווישע, אלע מאדערנע, און רוב חסידים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 21, 2018 4:18 pm

· #406876
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
דאס איז די ספר תפלה כהלכתה. איך האב געדענקט אז עס איז נישט קלאר וואס הרב משה פיינשטיין האט געהאלטען. אבער הרב אלישיב איז קלאר וואס ער האלט. מ׳דארף זיך נישט באהאלטען, נאר אדרבא, זיי זענען נישט גערעכט דערמיט.

דער יביע אומר (ח"ג יא) ברענגט די מראה מקומות קעגען כיפערען תחנון אויף א יארצייט, און ער פיהרט אויס ׳ולכן אם נזדמן לאחד להתפלל בבהכ"נ של הנוהגים כן, ואין בידו למחות, צריך שיאמר נפ"א לבדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יין שרף » דאנערשטאג יוני 21, 2018 5:49 pm

· #406885
ליטוואק פון בודאפעסט
איך וועל ברענגען די ערשטע זאך וואס איך האב באמערקט יארען צוריק.

אין די ספר אשי ישראל פכ"ה אויף הל' תפלה, ברענגען ער פון הרב משה פיינשטיין ביי א מענטש וואס געפונט זיך אין א מנין וואס זאגט נישט קיין תחנון, אן קיין עמטליכע הלכה'דיגע מקור, זאל ער זאגען תחנון ברבים און נישט אננעמען דער 'מנהג'. און אזוי אויך ברענגט פון הרב אלישיב. איך האב נישט די ספר פאר מיר, און עס איז מעגליך אז נאר איינער פון זיי ברענגט עס מיט די שארפקייט אז מ'קומט מוחה זיין אויף די נישט אויסגעהאלטענע אויפפיהרונג, אבער אזוי שטייט עס דארט.

יעצט טוט'ס א קוק אין פסקי תשובות ח"ב עמ' סד - סה, ווי ער ברענגט די שיטה. ער ברענגט נאר הרב אלישיב און ער פארדרייט די סברא 'שבימינו שנתקבצו בכל עיר ועיר שבטי ישראל לעדותיהם ומנהגיהם, ושינויי הנוסחאות ידועים, ואין מקפידים כ"כ, ובפרט בבתי כנסיות שיש בהם מנינים הרבה אחד אחר השני או בכמה חדרי תפילה, וכשיחיד אינו נופל על פניו ניתן לתלות שהוא מתפלל עם מנין אחר וכיו"ב, לכן יכול כל אחד לנהוג כמנהגו לענין נפילת אפים, אך ישתדל עד כמה שאפשר שיהיה בצינעא ובאופן שלא יהיה ניכא שינוי מנהגו ממנהג המקום'. און די מקור אין אות 43 איז די ספר אשי ישראל בשם הגרש"ז אויערבאך און הגרי"ש אלישיב.

איהר הערט א פארדרייטע פסק? ניין, זיי זענען נישט מתיר נישט צו זאגען תחנון אויף דיין רבינ'ס יארצייט אין א בית המדרש ווי מ'זאגט יא, און זיי הייסען נישט זאגען בצנעא. אבער פאר זיין צוועק האט ער אזוי געמוזט שרייבען.

פון זכרון ארויס, איז דא א תשובה אין אגרות משה, אז אויב איז מען ביי א מנין ווי מען לאזט אויס תחנון שלא כהלכה (יארצייט וכד') זאל מען זאגן תחנון נאכדעם אינדערהיים.
און הגאון רבי שלמה זלמן זצ"ל איז חולק, אז אפילו אזא מנהג חסידים קלוש, אויב מען האט עס אויסגעלאזט בכוונה אלס מנהג און נישט אלס טעות זאל מען נישט זאגן תחנון נאכדעם ביחידות.

אי"ה וועל איך זיין שפעט ביינאכט אינדערהיים, און אויב וועל איך געדענקן, וועל איך עס נאכקוקען.

אישתישבי » דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:00 pm

· #406886
איך האב שוין לאנג נישט געלערנט קלא, אבער עפעס געדענק זיך אז מען קען נישט פאלען תחנון טאמער מען האט מפסיק געוועהן נאך שמונה עשרה.

אישתישבי » דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:06 pm

· #406887
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז די ספר תפלה כהלכתה. איך האב געדענקט אז עס איז נישט קלאר וואס הרב משה פיינשטיין האט געהאלטען. אבער הרב אלישיב איז קלאר וואס ער האלט. מ׳דארף זיך נישט באהאלטען, נאר אדרבא, זיי זענען נישו גערעכט דערמיט.

דער יביע אומר (ח"ג יא) ברענגט די מראה מקומות קעגען כיפערען תחנון אויף א יארצייט, און ער פיהרט אויס ׳ולכן אם נזדמן לאחד להתפלל בבהכ"נ של הנוהגים כן, ואין בידו למחות, צריך שיאמר נפ"א לבדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ביטע ברענגן די פסקי תשובות און די מראה מקומות וואס ער ברענגט פאלש, דאס איז די עיקר טעמע פין די אשכול.

עס איז אינטרעסאנט און מען דארף אביסעל מבחין זיין די שנאה פין ליטאים צו חסידים און פארקערט, ווי עס איז מעביר דער מענטש מדעתו נישט צו וועלען פארשטיין יענעם'ס מנהגים, לעומת די אייגענע.

נעם תחנון, תחנון איז א רשות, רשות מיינט רשות אזוי ווי מעריב, און אזוי ווי אן אנדערע רשות, וואס מאכען די ליטאים א צימעס דערפון? ווייל די חסידים טוהן עס!!! איך זאג נישט, חסידים טוהן די זעלבע צו ליטאים, זיי גייען נישט קיין גארטעל קעגען שולחן ערוך, ועוד מנהגים.

דא זעהט מען גרויסע לייט, ר' אלישיב ועוד וואס ווערען אנגעהייצט קעגען א מנהג, ווייל חסידים טוהן עס, כאטש עס איז גאר לייכט צו פארענטפערן דער מנהג.

יין שרף » דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:06 pm

· #406888
back to the original subject.
איך נוץ גאר אסאך די ספר פאר מראה מקומות, overall א גאר גוטע ליקוט פון שו"ת ספרים. עכ"פ פאר (B4) די search engine עפאכע איז עס געווען ריזיג. אסאך דימוי מלתא למלתא וואס רוב מורי הוראה נעמען פון אים פאר היינטיגע שאלות. אבער
1) זיך קיינמאל פארלאזן אויף זיין שיקול הדעת!! ער איז א דיין ווי אלע דיינים, און געמאכט די ספר לויט וויאזוי ער וויל פסק'ענען/ ער איז אויפגעוואסקן. עס איז גארנישט wrong דערמיט, אבער עס איז גרויס לאו דוקא ע"פ הלכה כשו"ע כפשוטו. נאר ווי סיי וועלכע מורה הוראה, וואס האט הוראות און קבלות וכד'.

2) אלעמאל מוז מען נאכקוקן די אריגינעלע מראה מקום! אגב ריהטא האט ער א גוטע פאר מאל פארזעהן בטעות (האפענטליך..) די ריכטיגע כוונה פון א ספר. ספעציעל ווען ער ברענגט פון אונטן גאנצע ליסטעס פון ספרים וואס שרייבן כך וכך, אסאך מאל מישט ער און חושט ער כדבעי. (למשל בענין ביעור פירורי חמץ פחות מכזית, מביא הרבה מראי מקומות לזה, אבל מערב בה שיטות בענין פירורים ממש על הרצפה, שזהו ממילא בטלי, כמו שהביא המג"א כמה פעמים, עם פירורים קצת יותר גדול, ואם הם על הרצפה אשר הולכים שם, או לאו, און ביי אים איז אלעס איין גרויסע טשולענט).

אמאל זיך גע'טענה'ט מיט א מורה הוראה מובהק שוין פאר איבער 20 יאר, אויב א געוויסע שו"ת שרייבט אזוי אדער פארקערט. און ער האט מיר געזאגט אז די פסקי תשובות ברענגט עס. האב איך עס נאכגעקוקט, און ער ברענגט טאקע די ערשטע האלב פון יענע ספר אזא צד, אבער יענע ספר בלייבט מיט די מסקנה פארקערט.. ושמע מינא תלת...

יין שרף » דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:09 pm

· #406890
אישתישבי
איך האב שוין לאנג נישט געלערנט קלא, אבער עפעס געדענק זיך אז מען קען נישט פאלען תחנון טאמער מען האט מפסיק געוועהן נאך שמונה עשרה.

כפי זכרוני ברענגט די משנה ברורה קלאר אז נישט מספסיק זיין איז נאר לכתחילה, אבל בדיעבד אם הפסיק פשיטה שצריך נפ"א.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:11 pm

· #406891
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
דאס איז אן עקסטער זאך. איך ווייס נישט פארוואס הרב אלישיב האט אזוי געהאלטען.

איך האב פריער געברענגט די לשון פון דער פסקי תשובות, נא דיר דער ספר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:14 pm

· #406892
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
ייש"כ יין שרף.

טאמער דו קענסט ברענגען משלים, וואלט עס געהאלפען.

דער ספר איז אזוי איינגעדרייט אלס א חלק פון די הלכה׳דיגע קולטור, אזש מ׳דארף שווער ארבעטען אויסצורייסען פונ׳ם ציבור. דאס איז אן עכטע ספר שאינו מוגהה, און ערגער ווי אלע אנדערע ליקוטים. שמירת שבת כהלכתה האט נישט העלפט די גרייזען וואס ער האט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יין שרף » דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:18 pm

· #406893
שמירת שבת כהלכתו איז רבי שלמה זלמן אליין איבערגעגאנגן סוף ימיו זיינע אייגענע פסקים, ווייל ער האט געזעהן אז מענטשן פארלאזן זיך בלינדערהייט אויך דעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 21, 2018 6:26 pm

· #406894
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
די תפלה כהלכתה איז פון תשמ"ט, דער אשי ישראל ברענגט פון איהם און ער ברענגט גאר אן אנדערען הלכה. דער אשי ישראל רעדט פון מענטשען וואס האבען אן אנדערען סדר אין זאגען תחנון, נישט וואס זאגען נישט קיין תחנון בכלל. די פארשידענהייט פון סדרים איז תלוי במנהג וותיקין, עס איז נישט קיין רעבישע מעשהס. און ער ברענגט עס פון אן אנדערען פלאץ אין די אשי ישראל אן אנדערען פסק פון הרב אלישיב, נישט וואס איך האב פריער געברענגט.

גראדע, אז מ׳וועט נאכקוקען וועט מען כאפען א מיסטעיק אין דער תפלה כהלכתה אויך, ווי ער ברענגט הרב אלישיב מיט א פארדרייטע כוונה.

אישתישבי » פרייטאג יוני 22, 2018 9:21 am

· #406942
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז אן עקסטער זאך. איך ווייס נישט פארוואס הרב אלישיב האט אזוי געהאלטען.

איך האב פריער געברענגט די לשון פון דער פסקי תשובות, נא דיר דער ספר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יעצט בין איך אביסל צומישט.

דאס וואס די פסקי תשובות ברענגט אין אות 42 בשם ר' משה פיינשטיין אז מען קען זאגן תחנון אפילו טאמער דער מנין זאגט נישט איז נישט ריכטיג מעתיק געווען? ווי איז דער טעות?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 22, 2018 10:00 am

· #406947
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
ניין.

42 דארף צו זיין די מקור צו וואס ער שרייבט אויבען. און דאס איז נישט אמת. ער שרייבט ביי די מנהג פון נישט זאגען תחנון, אז מ׳מעג זאגען, טאמער מ׳טוט עס בצנעא. זיין מקור זאגט אז ווען די מנהגים זענען אנדערש אין די סדר התחנון, מעג מען טוהן כמנהג האבות נישט די מנהג המקום. הרב אלישיב האט געהאלטען אין זיין פאל, אז מ׳זאל זאגען תחנון און זיך נישט באהאלטען, דלא כמו שהביא בשמו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 22, 2018 3:05 pm

· #406965
ליטוואק פון בודאפעסט: די טענה וואס דו ברענגסט אין אות..."ג"...איז, לפענ"ד די שטערקסטע און גרעסטע חיסרון פון דעם ליקוט. וויבאלד אז דער מלקט איז נישט מדגיש דעם חילוק אין משקל צווישן א תשובה אדער חוו"ד פון א ר' עקיבא אייגר אדער חת"ם סופר מיט עפעס א כולל יונגערמאנטשיק'ל איז עס דאך נישט מער ווי א חוכא וטלילא. דאס הייסט אז דער ספר איז אומנוצבאר. שיין וועט א מורה הוראה אויסזעהן ווען ער וועט פסק'נען אויפ'ן סמך פון עפעס א יונגערמאנ'ס חוו"ד. לעומת א פסק פון א ר' עקיבא אייגר, חת"ס אדער צאנזער רב. אויך. אויב ער האט זיינע אייגענע אגענדעס און ער זאגט נישט אזוי ארויס בפירוש אין די הקדמה. איז דער ספר גארנישט ווערד להביא ראיה ממנו...!

נאר ביי מיר פערזענליך, האטציך געענדיגט די סעריע פון עכטע ספרים אויף שו"ע או"ח מיט'ן משנה ברורה. אלעס נאך איהם איז ארטיפישיעל. געקינצלט...!

אישתישבי » פרייטאג יוני 22, 2018 3:44 pm

· #406967
berlbalaguleh

איך זעה נאכנישט ווי דער פסקי תשובות האט דער זעלבע משקל פין חוות דעת און חתם סופר צו א כולל יונגערמאנטשיקעל.

אישתישבי » פרייטאג יוני 22, 2018 3:46 pm

· #406968
ליטוואק פון בודאפעסט
ניין.

42 דארף צו זיין די מקור צו וואס ער שרייבט אויבען. און דאס איז נישט אמת. ער שרייבט ביי די מנהג פון נישט זאגען תחנון, אז מ׳מעג זאגען, טאמער מ׳טוט עס בצנעא. זיין מקור זאגט אז ווען די מנהגים זענען אנדערש אין די סדר התחנון, מעג מען טוהן כמנהג האבות נישט די מנהג המקום. הרב אלישיב האט געהאלטען אין זיין פאל, אז מ׳זאל זאגען תחנון און זיך נישט באהאלטען, דלא כמו שהביא בשמו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ר' ליטוואק איך בין אנטוישט, ער ברענגט דער ר' משה, און ער פירט אויס אמנם ר' שלמה זלמן האלט אזוי ווי ער זאגט אין דער פנים, אז מען זאל נישט טוהן אנדערש ווי דער מנין. וועמען ברענגט ער שלעכט אראפ?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 22, 2018 3:55 pm

· #406970
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
איך דארף עס נאכאמאל איבערחזר׳ן?

הרב אלישיב, הרב אלישיב, הרב אלישיב, הרב אלישיב,הרב אלישיב,הרב אלישיב,הרב אלישיב,

גענוג פאר דיר? קוק עס נאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קפה נמס » זונטאג יוני 24, 2018 1:42 am

· #407000
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
כמדומני אז רב וואזנער זצ"ל האט צוריקגעצויגן פון זיין הסכמה נאכ'ן זעהן עטליכע הלכות ווי ער פסק'נט שלא כדין..

קרא » זונטאג יוני 24, 2018 4:23 am

· #407010
ווען עס איז ארויס שמירת שבת כהלכתה האט די ווילי גערעעשט עס איז געווען דעמאלס גדולים אמיתיים די סטייפלר און נאך וואס האבן געשריגן אוי הרב נויבירט המחבר איז באמת א גאון דא קומט איינער וואס מיינסטו די תורה איז א חסידישע מעשהביך און ער איז מתיר איסורי סקילה כלאחר יד און עס איז קיינער ניט נוחה השם יתברך ירחם

berlbalaguleh » זונטאג יוני 24, 2018 5:23 am

· #407013
קרא: ביטע קום אריין קלאר. דער עולם איז דא אינגאנצן דיסקאמבאביולעיטעד...אויב דו האסט שוועריגקייטן זיך אויסצודריקן אין די אידיש דייטשע שפראך, קענסטו ביטע זאגן אין סיי וועלכע אנדערע שפראך דו ביסט גוט. אפילו רוסיש. אויסער מאנדארין כינעזיש, קארעאן און יאפאנעזיש. דערווייל האמיר נאכנישט קיין טרענסלעיטארס אויף די דאזיגע שפראכן. אבער אונגאריש איז איינס פון די הויפט שפראכן וועלכע ווערן פארשטאנען אין אונזערע געגנטן. אויך ספאניש. מיט'ן מעקסיקאנער אדער ארגענטינער אקסענט. אפילו מיט די שפה הטמאה קענסטו זיך אויך באנוצן. (אונזער סדרן וועט דיך, האפענטליך נישט מעקן פאר דעם איינציגן חטא פון שרייבן אויף די שפה הטמאה. רחמנא ליצלן מהאי דעתא.) ענגליש אדער פראנצויזיש איז אויך אקצעפטירבאר. נאר , ביטע שרייב נישט אזוי צו קאליטשעט ווי דו שרייבסט. ווייל דו גייסט פאר מענטשן אויף די נערוון. הגם דו ביסט אין גוטע קאמפאני. ווי דיףף און אונזער חשוב'ער נייער מעמבער אברם בן אברהם פון ענגלאנד...! א דאנק...!

קרא » זונטאג יוני 24, 2018 6:59 am

· #407015
לכבוד רבי בערל אכתוב בלשון הקודש כשיצא הספר שמירת שבת כהלכה היה רעש גדול הסטייפלר ועוד גדולים מחו נגד הרב נויבירט והוא באמת גאון כאן קם אחד שחושב התורה הוא מעשה ביך מוציא סימן רמ מהתורה. מתיר איסורי סקילה בהלכות שבת. לקח מחשב אוצר החכמה ומציין דברים שלא דומים למשל כתיבה על מחשב בשבת מציין ספרים שמדברים מכתיבה בחול המועד ובגודל טיפשותו מדמה כתיבה בחול המועד שהרבה אנשים מקילים לגמרי ומדמה לכתיבה בשבת לאיסור סקילה ועוד כמה דברים שלא דומים

בן ישי » זונטאג יוני 24, 2018 7:12 am

· #407016
קרא
לכבוד רבי בערל אכתוב בלשון הקודש כשיצא הספר שמירת שבת כהלכה היה רעש גדול הסטייפלר ועוד גדולים מחו נגד הרב נויבירט והוא באמת גאון כאן קם אחד שחושב התורה הוא מעשה ביך מוציא סימן רמ מהתורה. מתיר איסורי סקילה בהלכות שבת. לקח מחשב אוצר החכמה ומציין דברים שלא דומים למשל כתיבה על מחשב בשבת מציין ספרים שמדברים מכתיבה בחול המועד ובגודל טיפשותו מדמה כתיבה בחול המועד שהרבה אנשים מקילים לגמרי ומדמה לכתיבה בשבת לאיסור סקילה ועוד כמה דברים שלא דומים

אפשר לכתוב דוגמאות?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 24, 2018 9:07 am

· #407018
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
די התנגדות צו שמירת שבת כהלכתה איז נישט געווען אזוי אפען. מ׳האט געוואוסט וואס טוט זיך, אבער אפיציעל האט מען נישט געחתמ׳ט קיין צעטל אדער בריוו מיט שם הספר. עס איז דא פון הרב דוב לאנדא א קונטרס השגות אויף איהם.

אבער צו פסקי תשובות קומט עס נישט.

דוגמאות איז אבער די בעסטע וועג דאס ארויס צו ברענגען. ביטע ברענגען א קאפי פון כתיבה במחשב און די פארגרייזטע צושטעלס זיינער

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קפה נמס » זונטאג יוני 24, 2018 11:27 am

· #407023
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
גראדע ר"מ האט ער נישט ארויסגענומען, ער האט עס געדרוקט באזונדער.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 24, 2018 1:25 pm

· #407029
קרא
לכבוד רבי בערל אכתוב בלשון הקודש כשיצא הספר שמירת שבת כהלכה היה רעש גדול הסטייפלר ועוד גדולים מחו נגד הרב נויבירט והוא באמת גאון כאן קם אחד שחושב התורה הוא מעשה ביך מוציא סימן רמ מהתורה. מתיר איסורי סקילה בהלכות שבת. לקח מחשב אוצר החכמה ומציין דברים שלא דומים למשל כתיבה על מחשב בשבת מציין ספרים שמדברים מכתיבה בחול המועד ובגודל טיפשותו מדמה כתיבה בחול המועד שהרבה אנשים מקילים לגמרי ומדמה לכתיבה בשבת לאיסור סקילה ועוד כמה דברים שלא דומים

לכבוד הרב קרא שליט"א: אני אומר לך תודה מראש על תגובת ההבהרה שלך. ב"ה הבנתי את הנקודה. מה שלא היה אפשרי לפני כן.

אני גם מתנצל על הסגנון שלי שהיה נשמע כאילו אני מתבדח על החשבון שלך...!

לא להתרברב. אבל אני ב"ה מתמצא (פחות או יותר.בטח פחות..) בשש שפות...!

רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 24, 2018 1:26 pm

· #407030
אונגאריש, אידיש, עברית, ענגליש, וואס נאך?

berlbalaguleh » זונטאג יוני 24, 2018 1:42 pm

· #407031
רביה"ק: איך שעם מיך צו זאגן...קוק איבער מיין אריגנאלע תגובה. ייש"כ...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 24, 2018 2:45 pm

· #407037
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
berlbalaguleh
קרא
לכבוד רבי בערל אכתוב בלשון הקודש כשיצא הספר שמירת שבת כהלכה היה רעש גדול הסטייפלר ועוד גדולים מחו נגד הרב נויבירט והוא באמת גאון כאן קם אחד שחושב התורה הוא מעשה ביך מוציא סימן רמ מהתורה. מתיר איסורי סקילה בהלכות שבת. לקח מחשב אוצר החכמה ומציין דברים שלא דומים למשל כתיבה על מחשב בשבת מציין ספרים שמדברים מכתיבה בחול המועד ובגודל טיפשותו מדמה כתיבה בחול המועד שהרבה אנשים מקילים לגמרי ומדמה לכתיבה בשבת לאיסור סקילה ועוד כמה דברים שלא דומים

לכבוד הרב קרא שליט"א: אני אומר לך תודה מראש על תגובת ההבהרה שלך. ב"ה הבנתי את הנקודה. מה שלא היה אפשרי לפני כן.

אני גם מתנצל על הסגנון שלי שהיה נשמע כאילו אני מתבדח על החשבון שלך...!

לא להתרברב. אבל אני ב"ה מתמצא (פחות או יותר.בטח פחות..) בשש שפות...!

אני מודה לך מראש עבור תגובת ההבהרה שלך.ב"ה הבנתי את הנקודה, דבר בלתי אפשרי לפני כן.

אני מתנצל גם על הסגנון שלי, שהיה נשמע כאילו אני מתבדח על החשבון שלך...!

אני לא מתכוין להתרברב, אבל אני מסתדר ב"ה בשש שפות.

בערעל, איך האב עס פארראכטען פאר דיר. נעקסטע מאל בעט איך געלט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג יוני 24, 2018 2:51 pm

· #407040
ליטוואק: מ'קען זיך דינגען איבער דעם. אבער, בכל אופן א יישר כח. איך האב א סאך ארבעט. איך זוך א מגיה. ווייל איך שרייב אויף לשה"ק, ענגליש, אונגאריש
..!און ספאניש...! ביזסט גרייט...איך צאהל זעכציג מינוט א שעה

berlbalaguleh » זונטאג יוני 24, 2018 2:52 pm

· #407041
א העיסאפעה צו די פריער'דיגע תגובה. כ'האב פארגעסן פון אידיש...!

אבער לאמיר האלטן דעם אשכול אויף די רעלסן...ייש"כ...!

אישתישבי » זונטאג יוני 24, 2018 3:47 pm

· #407048
ליטוואק פון בודאפעסט
איך דארף עס נאכאמאל איבערחזר׳ן?

הרב אלישיב, הרב אלישיב, הרב אלישיב, הרב אלישיב,הרב אלישיב,הרב אלישיב,הרב אלישיב,

גענוג פאר דיר? קוק עס נאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ר'ליטוואק, אנטשולדיגט איך בין נישט א חריף ווי דיר, אבער וואס איז מיט הרב אלישיב?

אישתישבי » זונטאג יוני 24, 2018 3:53 pm

· #407050
אויף אלע קיצורים איז געווען טענות, אריין גערעכענט דער רמ"א, , צום סוף זענען די ספרים אנגענומען געווארען, מיט איין תנאי, אויב זיי זענען גוט. פסקי תשובות איז נישט אנדערש.

עס קען יעדער זאגען ער פארדרייט זאגט פאלש וכו', דער אשכול האט שוין צוויי בלעטער, און עס איז נישטא קיין דוגמאות.

הערט אויף האקען אין קאפ, האסט עפעס צו ווייזן? אדרבה. מינאי ומינך תסתיים שמעתתא. סתם האקען אין דער וועלט אריין, איז ווייל מען פארגינט נישט עפעס א איד פאר שרייבן א פעסטע ספר.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 24, 2018 3:59 pm

· #407052
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
קיינער איז נישט שולדיג אז דו קענסט נישט ליינען. איך האב געברענגט א קלארער דוגמא, ווי ער ברענגט הרב אלישיב קעגען זיין מיינונג און אויף אן אנדערען נושא. האסט א תירוץ?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קרא » זונטאג יוני 24, 2018 4:15 pm

· #407053
ליטואק איני יודע היאך להעלות דפים אבל ראיתי בסימן שמ מספר הגה 41 וכן בהלכות חול המועד הלכות כתיבה איך שמדבר מהלכות חמורים מאד כתיבה בשבת בסתירות עצומות ובשטחיות נורא עיין בספר חיי עולם תניינא להסטייפלר אריכות גדול נגד שמירת שבת כהלכתה שיש שחושבים שחילול שבת היא צחוק

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 24, 2018 4:18 pm

· #407054
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
דארפסט רעדען קלארער. וועלכע תשובה ברענגט ער וואס איז נישט אויסגעהאלטען?

ביסט גערעכט אז דער סטייפלער אי געווען קעגען דער שש"כ, אבער מ׳האט עס געהאלטען מיט א plausible deniability, איך ווייס נישט פארוואס.

אגב, עס איז דא א זאך וואס הייסט punctuation, גאר א וויכטיגע זאך. עס קען זאגאר ראטעווען א מענטשנ׳ס לעבען. לייג א פסיק ווי עס באלאנגט, ותראה ישועות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » זונטאג יוני 24, 2018 8:13 pm

· #407067
ליטוואק פון בודאפעסט
קיינער איז נישט שולדיג אז דו קענסט נישט ליינען. איך האב געברענגט א קלארער דוגמא, ווי ער ברענגט הרב אלישיב קעגען זיין מיינונג און אויף אן אנדערען נושא. האסט א תירוץ?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רב ליטוואק

קען איך דער בעטען א טובה??????

וואס ברענגט דער פסקי תשובות פין הרב אלישיב אויף דער בלעטעל וואס די האסט געשטעלט אויף דער פריעדיגער דף?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 24, 2018 8:21 pm

· #407069
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
ווען איך האב א הו"א אז איך וועל קענען ברענגען די ווערטער זיינער און דו וועסט דערפון פארשטייען, וואלט איך עס געטוהן. נאר וויבאלד איך האב שוין אלסדינג געברענגט, אלס איז דא אין די ציטוטים אויבען, זעי איך נישט קיין שום וועג וויאזוי עס דיר מסביר צו זיין. אפשר לשוה"ק פארשטייסטו נישט, אפשר וויאזוי צו עפענען א בילד אויף די סייט. בכל אופן, האט׳ס א גוטען טאג. ווען דו האסט עפעס זאכליך צוצולייגען, קום צוריק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » זונטאג יוני 24, 2018 11:18 pm

· #407084
זייער פיין ר' ליטוואק, לדעתי קלעטערט איר אויף גראדע ווענט.

איך גיב אויף אויף אייך, טאמער איז דא א צווייטער דא וואס פארשטייט וואס דער ליטוואק ווייל פין פסקי תשובות איז ער געבעטן מסביר צו זיין.

טאמער שרייבט קיינער נישט איז א ראי' אז די האסט דיך אביסל פאררעכענט מיט דיין טענה אויף דער פסקי תשובות, און עס פאסט דיר נישט צוריק צו ציען, ואין כל חדש, שוין געווען מיט אייך אסאך מאל.

אויפצופרישען דער ענין, ליטוואק האט אנגעהויבן דער אשכול צו ווייזן דוגמאות ווי דער פסקי תשובות ברענגט אראפ פאלשער מראה מקומות, ווייל ער האט און אגענדע, גאר א שטארקע באשולדיגונג, דערווייל האט ער געברענגט א קאפי פין די פסקי תשובות ווי ליטוואק טענה'ט אז ער איז פאלש מעתיק א ר' אלישיב. טאמער איינער טרעפט עס דארט, זאל ער טוהן א טובה פאר ר' ליטוואק און עס ווייזען דא.

ארי נוהם » מאנטאג יוני 25, 2018 2:23 am

· #407095
ליטוואק איז ביטער גערעכט.
די מאס תאוסימ וואס געפונען זיך אין פסקי תשובות זענען אומגלויבליך.

איך האב ביי מיר א קובץ פון מאמרים וואס אידן ת"ח האבן געשריבן לאחר העיון בפסקי תשובות, ווי זיי ווייזן אן אז דער ספר איז פול מיט אפענע שרעקליכע גרייזן, אבער כ'האב נישט קיין רשות עס מפרסם צו זיין.

פאר דער וואס האט נאכנישט געהערט פון די ריזן מאס טעותים ואי-הבנה אינעם ספר פסקי תשובות, קען אנהייבן אין דעם ריזן אשכול אין פורום אוצר החכמה, וואו לאורך גאנצע זיבן בלעטער זענען אראפגעברענגט געווארן צענדליגע צענדליגע דוגמאות פון עמי-הארצישע טעותים אינעם ספר. זעט דא: <a class="postlink" href="http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=7&t=30065">http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=7&t=30065</a>

אישתישבי » מאנטאג יוני 25, 2018 8:58 am

· #407101
ביטער גערעכט???????????

אנטשולדיגט, ער באשולדיגט אים ספעציפיש מיט תחנון, און ער קען נעבעך נישט ווייזען ווי זיין פאלשער מראה מקום איז. האסט א חיבור???? שטעל עס אהער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 25, 2018 9:12 am

· #407102
Re: פסקי תשובות - אנציקלופדיה, אגענדאס און גרייזען
איך ווייס נישט צודאס איז זיין כוונה, אבער עס קומט א געוואלדיגע לימוד זכות פון די תגובות פון אישתשבי אין דער אשכול.

מיט א הנחה אז ער האט נישט קיין אדזשענדע, זעט מען אז אפילו די ווערטער זענען קלאר שווארץ אויף ווייס, זעט ער עס נישט. דער פסקי תשובות ברענגט דער ספר אשי ישראל בשם הגרשז"א ויבלחט"א הגרי"ש אלישיב, און אין אשי ישראל זאגט ער גאר עפעס אנדערש, וועגען א צווייטע נושא. און דאס איז אויך א גרייז ווייל די מקור פון דער אשי ישראל איז דער תפלה כהלכתה וואס זאגט גאר א דריטע זאך. און פון דעסטוועגען האט עס אישתשבי נישט געטראפען. קען גאר זיין אז הרב בעל פסקי תשובות האט די זעלבע אויגען פראבלעם, און ער איז נישט שולדיג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » מאנטאג יוני 25, 2018 9:15 am

· #407103
און דער וואס קוקט אין דער אוצר החכמה פורום קען ער זעהן אז די קשיות דארט זענען צנומות דקות, סתם אפאר פארקראכטע ליטוואקעס.

אישתישבי » מאנטאג יוני 25, 2018 9:21 am

· #407104
ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט צודאס איז זיין כוונה, אבער עס קומט א געוואלדיגע לימטד זכות פון די תגובות פון אישתשבי אין דער אשכול.

מיט א הנחה אז ער האט נישט קיין אדזשענדע, זעט מען אז אפילו די ווערטער זענען קלאר שווארץ אויף ווייס, זעט ער עס נישט. דער פסקי תשובות ברענגט אשי ישראל בשם הגרשז"א ויבלחט"א הגרי"ש אלישיב, און אין אשי ישראל זאגט ער גאר עפעס אנדערש, וועגען א צווייטע נושא. און דאס איז אויך א גרייז ווייל די מקור פון דער אשי ישראל איז דער תפלה כהלכתה וואס זאגט גאר א דריטע זאך. און פון דעסטוועגען האט עס אישתשבי נישט געטראפען. קען גאר זיין אז הרב בעל פסקי תשובות האט די זעלבע אויגען פראבלעם, און ער איז נישט שולדיג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די ביסט דער וואס האט ליב צו רעדן אין סערקעלס, קענסט נעבעך נישט זאגען וואס ער ברענגט נישט ריכטיג, קודם ר' משה, נאכדעם ר' אלישיב, און צום סוף ר' שלמה זלמן.....

פסקי תשובות ברענגט אשי ישראל בשם הגרשז"א ויבלחט"א הגרי"ש אלישיב, און אין אשי ישראל זאגט ער גאר עפעס אנדערש, וועגען א צווייטע נושא.

יעדער קען זעהן אין פריעדיגער עמוד אז דער גאון (פאר דיר) דער פסקי תשובות ברענגט רשז"א פין הליכות שלמה, נישט אשי ישראל, דער ספר ניצט ער נאר פאר ר' משה פיינשטיין, נישט ר' אלישיב, ר' אלישיב זעה איך מיט מיינע אויגן און גאנצען נישט דארט.

ביסט א קאפ פארדרייער, גארנישט מער. סארי.
בלאט: 1 2