האבענדיג Crohn's disease פאר יארן לאנג, און כמעט קיין איין מורה הוראה קען נישט די מציאות פון די פראבלעם, ממילא האלטן זיי זיך אפ פון פסק'ענען די סארט הלכות. (נישט אלע, געוויסע פסק'ענען אפילו זיי האבן נישט קיין אהנונג. נישט נאר אין דעם, נאר אסאך פסק'ענען זאכן וואס זיי קענען נישט די מציאות, אדער זאכן וואס זיי האבן נישט וועריפיי"ד אדער געזעהן מיט די אויגן. וכמה פעמים כבר אתי לידי חוכא וטלולא זייער פסקים ותשובות. דאס איז א ווייטאג פאר זיך ואכהמ"ל.
עיין ערך מאשין ציצית בדברי חיים, למה לא רצה לכתוב טעם האיסור, מפני שלא ראה מאשין זו בעיניו, ואם יאמר דבר ולא יהיה במציאות כמו שכתב, יהיה לחוכא וטלולא).
---
זייענדיג מעיין שבת ערב ת"ב קצת הלכות בענין חולה ומיחוש, און אויב מען זאל פאסטן יעצט אויף א ת"ב נדחה. האב איך געזעהן אין די פסקי תשובות שרייבן אזוי בענין חולה פאר סתם א ת"ב,
ובפרט מי שיש לו איזה מיחוש בחלל הגוף, אין להחמיר בשום אופן

און ער איז מציין אונטן נומער 34, די מקור דערפון,
שדי חמד מערכת בין המצרים, סימן ב' אות יג' בשם הפוסקים

נו, לאמיר אפיר נעמען די שד"ח און קוקען וואס ער שרייבט.

דהיינו ער ברענגט א מהר"ם מרוטנברג וואס איז מתיר, אבער די שד"ח אליינס איז מציין אויפ דעם, שלכתחילה אויב פחות פחות מכשיעור איז גענוג, זאל ער נאר טוהן אזוי. און נאך ברענגט ער א שיטה אז א חולה שוודאי אי בו סכנה אין היתר בת"ב.
זיך צו פארופן זיין פסק אויפן שד"ח, איז פשוט א טעות (אדער א ליגענט). די שד"ח ברענג א מחלוקת בזה, און ער איז מעתיק די לשון מהר"ם בשם די שד"ח "בשם הפוסקים".. און די שד"ח אליינס, אפילו אויב ער גייט אן נעמען ווי די מהר"ם, איז עס נאר אויב לכתחילה עסט ער פחות פחות מכשיעור.