☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דער בחור דארף העלפ...

דער בחור דארף העלפ...

95 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12387
בלאט: 1 2

טשילער » מאנטאג יוני 18, 2018 5:43 pm

· #406395
דער בחור דארף העלפ...
זיצט זיך א בחור פון 15 יאר אלט אין ישיבה. צופיל נערווען אויסציהערן זיין מגיד שיעור מיט'ן לאנגן בעיזעם בארד פארלערנען א שטיקל "נתיבות" האט ער נישט. ער האט שוין נישט קיין טעם צי דעם היינטיגן טאג - ער האט שוין געכאפט א פסק פאר'ן קומען שפעט. 8:30 אנשטאט 6:30... די בחינה דעי וואך גייט ער שוין נישט אזוי גיט קענען. עכ"פ קיין מאד האט ער נישט. און קיין געדולד צי זיצן איבער דעם דיקן רויטן "בבא קמא" גמרא נאך א סדר אויך נישט. ער האלט ווייניגער און ווייניגער מיט פון טאג צי טאג.
ס'גייט נישט אריבער אפאר טעג, באקומט שוין זיין טאטע א טעלעפאון קאלל "דיין זיהן דארף העלפ"! עפעס איז מיט איהם...
ס'הייסט אזוי. צישטעלן עפעס אקטיוועטיס אין ישיבה איז דאך חס מלהזכיר. ווער רעדט נאך פון טוישן "סאבדשעקטס" צי אביסל וועלטליכע לימודים. ס'איז נארמאל צי זיין משוגע און זיצן א גאנצן טאג און "לערנען", און ער קען נישט, גייט ער שוין דארפן באלד נעמען פילס... די קשיא איז אויף אלע בחורים וואס זענען יא נעבעך 'מסוגל' צום שטרענגן "סדר היום" פון ישיבה. ניין דעי בחור האט נישט קיין איי קיו 0-, ער וויל נישט גיין לערנען אין א שוואכע ישיבה. זיין טאטע וויל זיכער נישט. יעדער וויל זיין א חלק פון די נארמאלע סאוסייעטי.

אוי וויפיל דער בחור גייט דארפן ליידן.

יין שרף » מאנטאג יוני 18, 2018 6:03 pm

· #406397
וועלכע נתיבות? נתיבות שלום? גאנץ א געשמאקע ספר..

קורקלענד » מאנטאג יוני 18, 2018 6:11 pm

· #406398
די תורה איז טאקע זייער גרויס אין ברייט. ס'נעמט אריין מערערע נושאים אין זיך אזוי אז כמעט יעדער זאל זיך קענען דארט טרעפן דאס פלאץ. ס'פארהאן תורה, נביאים, כתובים, משנה, גמרא, הלכה, אגדה, מדרש, דרושים, ראשונים, אחרונים, סדר הדורות. און אפי' די אלע זענען קענען אויך ווערן צוטיילט אין באזונדערע קאטעגאריעס. ס'דא מערערע מהלכים און אופנים צו לערנען אלע תורה'דיגע סאביעקטן. ס'דא א פלאץ פאר כמעט יעדער איינער. און יעדער איינער וואלט זיך געדארפט קענען טרעפן דאס פלאץ אין ישיבה. די פראבלעם איז נאר אז די ישיבות אונזערע האבן גע'פסל'ט רוב פון די תורה. מ'קען נאר קוואליפיצירן אז מ'לערנט שטייט, מיט א גרויסע קובץ און אסאך זוץ פלייש צו קענען זיצן און שפעקולירן אויף א קשיא און טראכטן און טראכטן ביז מ'ווערט א חתן. דערנאך איז מען פריי.

ס'שוין הויך צייט אז אונזערע ישיבות זאלן אביסל אויסברייטערן די תורה'דיגע קוריקולים אזוי אז אונזער יוגנט זאל בילדן און אויסוואקסן מיט עטוואס עפעס מער ווי עם הארצות. מ'מעג אויך לערנען חומש רש'י און משניות אלץ א ישיבה גדולה בחורים. ווי אויך וואלט מען אויך געדארפט לערענען און פארהערן און געבן הוראה אין הלכה וואס איז פראקטיש נוגע אויף א טאג טעגליכע פארנעם. ווי איידער צו גרייכן א סערטיפיקאט פארן שטיין גענוג לאנג פארטיעיפעווט אין א בלעטל פון צרות ערגעץ וואו אין יבמות.....

תורה ומדע » מאנטאג יוני 18, 2018 6:35 pm

· #406399
אין אמת׳ן איז ביז פאר פופציג יאהר צוריק ניט געווען איינגעפיהרט אז יעדער איינציקער בחור גייט אין ישיבה אריין. דאס איז א מאדערענער המצאה וואס איז געשאפען געווארען מציל זיין בחורים פון דער גאס. נאר וואס דען, דעם אור אלטען איסטיטוציע פונעם ישיבה קען מען דאך ניט טוישען מפאת דעם אז די בעלי כשרון קענען דאך יע זיצען און לערנען און קונה שלימות זיין פון לימוד גפ״ת. בלייבט טאקע א גרויסער פראצענט א רחמנות. אין א געוויסער הינזיכט זענען אבער די חסידישע ישיבות אבער בעסער ווי די ליטויישע, מיט דעם אז אין א חסידות זענען דא ניגונים, טישן, שבתות ויום טובים, חתונות, פארענטשעס, פאליטיק, נסיעות, שרייבעריי, היסטאריע, ושאר ירקות, וואס גיבן דעם בחור אן אאוטלעט. אין די ליטווישער און כלל חסידי וועלט איז דאס ניט אזוי בנמצא.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 18, 2018 6:39 pm

· #406400
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=ik22yDzlwU8">https://www.youtube.com/watch?v=ik22yDzlwU8</a>

קורקלענד » מאנטאג יוני 18, 2018 6:52 pm

· #406402
@תורה ומדע: פאר פופציג יאר צוריק זענען די תורה'דיגע קוריקולים'ס אין רוב ישיבות געווען אסאך ברייטער. מיט די יארן האט מען כמעט פארשניטן אלעס. ס'נישטא היינט קיין אמת'ע ישיבה למציונים פון וואנעט מען זאל קענען אויסוואקסן א ערענסטע כלי. די אלע אזוי גערופענע אויסדערוועלטע ישיבות למציונים האבן א קוריקולים פון ווייניקער ווי צעהן בלאט א זמן. מ'פארהערט זיך נישט קיין מסכתות אדער נושאים. מ'לערנט ניטאמאל חומש רש'י און משניות. ס'פעלט די בעסיק'ס. פרעגט נאר אן אזוי גערופענער מציון וויאזוי מ'קניפט א ציצית.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 18, 2018 7:06 pm

· #406403
ער וויל נישט לערנען, און ער וויל נישט גייען צו א 'שוואכע' ישיבה, און די ישיבה איז גאר שולדיג!

קומזיץ » מאנטאג יוני 18, 2018 7:52 pm

· #406405
נישט די "ישיבה" איז שולדיג די "ישיבות" זענען שילדיג, א בחור וואס איז עם שווער זיך צו מתרכז זיין א גאנצע טאג אויף לערנען אבער איז א קליגער בחור מיט גיטע כשרונות האט נישט וואס צו טועהן אין ישיבה און אז מ'איז מובטל ברענגט עס צו אנדערע פראבלעמען.

קורקלענד » מאנטאג יוני 18, 2018 8:15 pm

· #406406
ס'איז דא גוטע בחורים מיט שטארקע כשרונות וואס וואלטן געקענט שטייגן זייער הויך אין לערנען ווען די ישיבות וואלטן נישט געווען אזוי לימיטעד צו פיטן אין סטענסיל'ס.

בן ישי » מאנטאג יוני 18, 2018 8:39 pm

· #406408
ווילאנג דאס איז די סיסטעם איז אויב דער בחור באלאנגט נישט אין קיין שוואכע ישיבה דארף מען זעהן ער זאל באקומען דער טעם אין א שטיקל גמרא.
ליידער אסאך בחורים היינט באקומען נישט די געשמאקייט פון אפלערנען א שטיקל גמרא, די בחור קען באמת מצליח זיין אויב ער וועט באמת כאפן דער מהלך הגמרא און זעהן ווי די גמרא בויט אזוי שיין אויף א סוגיא.
לעצטענס איז געווען א שטיקל שמועס דערוועגן אין מאמענט דורך א מלמד אין זיין וועכענטליכן קאלום וואס לייגט אזוי שיין אראפ די מציאות אז ס'טוישט ממש די וועג ווי אזוי מ'קיקט אן די גמרא.

קורקלענד » מאנטאג יוני 18, 2018 8:51 pm

· #406410
די פראבלעם איז לכאורה נישט אז די בחור קען נישט האבן א טעם אין די גמרא, ליבערשט איז די פראבלעם אז רוב בחורים קענען נישט האבן קיין טעם אין די דרך הלימוד מיט וואס מ'באנוצט זיך היינט אין רוב ישיבות.

בן ישי » מאנטאג יוני 18, 2018 9:02 pm

· #406411
אסאך בחורים האבן נישט ארויס די מהלך פון א גמרא וויאזוי ס'ארבעט און דאס מאכט די קאפ שווינדלען ווען מ'זעהט זיך זיצן איבער דער אומפארשטענדליכע ספר אזויפיל שעה אין טאג

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 18, 2018 10:06 pm

· #406424
Re: דער בחור דארף העלפ...
איך פארשטיי נישט די טענה. איינער האלט אז עס איז דא בחורים וואס זענען נישט געאייגענט צו לערנען גמרא תוספות? מתחלת הוולדו דארף ער נאר לערנען חומש און משניות? אין שו"ע הרב דערמאנט ער נישט אזא היתר.

טאמער איינער האט א מקור צו פטר׳ן געוויסע מענטשען פון לערנען תורה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, וואס דאס מיינט גמרא תוספות וכו׳, ביטע אפיר ברענגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קורקלענד » מאנטאג יוני 18, 2018 10:24 pm

· #406426
די פראבלעם איז נישט אז מען דארף לערנען גמרא תוספות. די פראבלעם איז די אנגענומענע דרך הלימוד אין רוב ישיבות. ס'גייט מיר זיין זייער שווער עס צו געבן פאר אייך צו פארשטיין. בערך אזוי שווער ווי ס'איז איבערצורעדן א סאטמארער איבער די רבי זכרוינעליווראכע'ס שיטה.

גמרא פארשטיי איך אז יעדער דארף פרובירן. אבער תוספות? מהיכי תיתי?

קורקלענד » מאנטאג יוני 18, 2018 11:24 pm

· #406431
די מהר''ל פון פראג האט שוין געשריבן אויף תוספות בשעתו.

איך וועל ציטירן א קליין חלק. ס'רעשט קענסטו טרעפן דא.

ומכל שכן כי אז יאמרו שהם מחדדין אין זה אלא שמטפשין טפשות גמור והרי עינינו רואות החדוד הזה ומה שהעלו בידם, והנה הבחורים דכי השנים אם היה בהם גרסא דינקותא אץ ספק בלל שהיו רגילים ויודעים כמה וכמה מסבתות קודם שיבגסו לחופה לישא נשים, ועתה אץ להם מאומה בידם. והכל בשביל שלמודם תוס׳ דבר שהוא הוספח וכי לא היה טוב יותר שיקנה גוף התלמוד קודם, והכל בשביל שנדפסו התוספות אצל הגמרא. ואלו נדפסו פסקי הרא״ש ושאר חרושים שחברו האחרונים מנוחתם כבוד אצל הגמרא היו הכל לומדים ,על שטת ההלכה אף הנערים הקטנים, כי מה לנערים •אל דברים אלו שדבר זה גורם לו שאינו עומד על שטת ההלכה על בוריד״ כי איד הגדולים והקטנים ישוו יהד בלמודם


לסוף געדענקט מען נישט די אלע מפרשים און ר' חיים'ס, און די גמרא וואס וואלט ווען געדארפט זיין די עיקר האט מען קיינמאל נישט געקענט.

די שלחן ערוך הרב דערמאנט גארנישט וועגן תוספות, די לשון זיינע איז כמעט ווערבּאטים פונעם רמב''ם, און די רמב''ם רעדט נאר פון גמרא. דאכצעך מיר אז די רמב''ם האט אויך נישט געלערנט קיין תוספות, און דאך איז אויסגעוואַקסן א רמב''ם.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 19, 2018 12:15 am

· #406434
אז דו האסט שוין דערמאנט די מהר"ל. תוספות איז די צווייט בעסטע פירוש אויף גמרא נאך רש"י, ווען איך האב א קשיא קוק איך די ערשטע אין תוספות און רוב קשיות ווערן פארענטפערט במישרין אדער בעקיפין. אבער צו לערנען תוספות על הסדר איז ממש אבסורד, ס'גארנישט אנדערש ווי לערנען רשב"א אדער ריטב"א על הסדר.

קורקלענד » דינסטאג יוני 19, 2018 12:19 am

· #406435
ס'איז די צווייט בעסטע אויפן בלאט. קיין דריטע איז סייווי נישטא אויפן בלאט. די בעסטע איז לכאורה ארטסקרול, און די צווייט בעסטע איז רש''י......

די סיבה פארוואס איר קוקט גלייך אין תוספות איז ווייל עפעס אנדערש האט איר נישט.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 19, 2018 12:26 am

· #406436
פארשטייט זיך אליין אז איך רעד אויסער ארטסקרול, ארטסקרול איז א ליקוט ספר ס'איז שוין כולל אין זיך רש"י און תוספות אויך. קען זיין אז ס'דא אנדערע ראשונים וואס זענען בעסער ווי תוספות, קען זיין אז ס'טאקע אזויווי דו זאגסט אז ווייל ס'אויפן פעידש קוק איך געווענליך דארט.

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 19, 2018 12:30 am

· #406437
ליטוואק פון בודאפעסט
ער וויל נישט לערנען, און ער וויל נישט גייען צו א 'שוואכע' ישיבה, און די ישיבה איז גאר שולדיג!


די ישיבה איז גארנישט שולדיג, אבער די וואס האלטן זיך פאר כלל ישראל'ס פארזארגער אויף זיי איז די תביעה. טאמער מיינסטו טאקע אויפצוטון פאר אידישקייט, זיי נישט ביזי מיט גיוס אין אר"י ווען א גרויסע פראצענט אמעריקאנע בחורים געפינען זיך נישט דאס פלאץ אין ישיבה.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יוני 19, 2018 12:47 am

· #406440
'

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יוני 19, 2018 12:50 am

· #406443
ליטוואק פון בודאפעסט
איך פארשטיי נישט די טענה. איינער האלט אז עס איז דא בחורים וואס זענען נישט געאייגענט צו לערנען גמרא תוספות? מתחלת הוולדו דארף ער נאר לערנען חומש און משניות? אין שו"ע הרב דערמאנט ער נישט אזא היתר.

טאמער איינער האט א מקור צו פטר'ן געוויסע מענטשען פון לערנען תורה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, וואס דאס מיינט גמרא תוספות וכו', ביטע אפיר ברענגען.

אז דו דערמאנסט שוין דעם שו"ע הרב לגבי לערנען גפ"ת, איז אויך כדאי צו דערמאנען וואס ער זאגט דארט אינעם זעלבן סעיף אין הל' ת"ת, די וועג ווי אזוי מ'ברויך צו לערנען. די ערשטע פינף יאר מקרא, דהיינו תורה נביאים כתובים און איבערגיין אסאך מאל, און די נעקסטע פינף יאר משניות, און נאך פינף יאר צו לערנען גמ' און וויסן די טעמים פון הלכות און פארשטיין ווי אזוי מ'לערנט עס ארויס פון תורה שבכתב, עיי"ש.

יעצט, אויב לערנט מען ווען אויף דעם אופן וואלטן ווען אסאך מער בחורים פארשטאנען לערנען, מ'וואלט ווען געוואוסט ווי אזוי די י"ג מידות שהתורה נדרשת בהן ארבייט, מ'וואלט ווען געוואוסט מער הלכות, און ווען ס'געקומען די צייט צו לערנען גמ' וואלט יעדע בחור אדער כמעט יעדע בחור שוין געהאט ביי זיך מוח אסאך אינפארמעשאן מיט וואס צו גיין ווייטער. און יעדע בחור כפי הבנתו וואלט געשפירט א געשמאק אין לערנען.

און דער שו"ע הרב איז נישט דער איינציגסטער וואס האט געהאלטן אזוי, נאר רוב אדער אפילו אלע פריערדיגע האבן אזוי געהאלטן און פראקטיצירט.

למעשה אבער היינט צוטאג איז מען אבער אסאך קלוגער, און ווען א קינד איז אלט צען יאר לערנט מען שוין גמ' ווי א גרויסע טאטע, וואס א חוץ פון דעם וואס ער האט נאך זייער ווייניג אינפארמאציע, איז זיין מוח נאך נישט גענוג דיוועלאפט צו לערנען און פארשטיין גמ'. יא כ'ווייס קינדער לאזן זיך פארהערן גאנצעטע פרקים, אבער ס'אהנע עכטע פארשטאנד, און ווען מ'איז א בחור דרייט מען שוין מיט פינגער ארויף און אראפ, און מ'דרייט זיך ארום מיט ר' חיים סטענסיל, מיט שמחה און שטאלץ, און דערנאך גייט מען אריין אין די ישיבה סיסטעם און יעדע זמן לערנט מען בערך פיר ביז זעקס בלאט, מיט אפאר ווערטער ווי "דין/חלות/חפצא און גברא", וואס ווייזט וואספארא למדן דער בחור איז, און די בחורים וואס האט נישט פארשטאנען אדער פשוט נישט געהאלטן ביים נאכטאנצן די ווערטער געיעג פון "דין/חלות/חפצא/גברא" וכו' פאלן אטאמאטיש ארויס און זיי האבן ניטאמאל א טשאנס צו לערנען גמ' און זיי הייסן שוין אטאמאטיש די שוואכערע.

און לאמיר אפיר נעמען די אזויגערופענע למדנישע בחורים, און זיי נעמען אויף א פארהער אויף פשוטע פראקטישע הלכות, אזוי @קורקלענד זאגט, פרעג נאר אזא איינעם ווי אזוי מ'קניפט א ציצית.

שבת אחים » דינסטאג יוני 19, 2018 4:08 am

· #406453
קורקלענד
@תורה ומדע: פאר פופציג יאר צוריק זענען די תורה'דיגע קוריקולים'ס אין רוב ישיבות געווען אסאך ברייטער. מיט די יארן האט מען כמעט פארשניטן אלעס. ס'נישטא היינט קיין אמת'ע ישיבה למציונים פון וואנעט מען זאל קענען אויסוואקסן א ערענסטע כלי. די אלע אזוי גערופענע אויסדערוועלטע ישיבות למציונים האבן א קוריקולים פון ווייניקער ווי צעהן בלאט א זמן. מ'פארהערט זיך נישט קיין מסכתות אדער נושאים. מ'לערנט ניטאמאל חומש רש'י און משניות. ס'פעלט די בעסיק'ס. פרעגט נאר אן אזוי גערופענער מציון וויאזוי מ'קניפט א ציצית.


אמאל זענען רובא דרובא בחורים בכלל נישט געגעאנגען לערנען אין קיין ישיבות. צווייטענס דאס וואס דו טענהסט אז אמאל האט מען געלערנט מעהר איז לכאורה פונקט פארקערט פון די מציאות. היינט לערנט מען אסאך מעהר, און דאס איז אמאל זיכער אז די היינטיגע סדר הלימודים איז אסאך מעהר שעה׳ן ווי אמאל.

א-שופר-איז-א-שופר » דינסטאג יוני 19, 2018 4:29 am

· #406458
ליטוואק פון בודאפעסט
ער וויל נישט לערנען, און ער וויל נישט גייען צו א 'שוואכע' ישיבה, און די ישיבה איז גאר שולדיג!


יא יא, די ישיבה איז שולדיג, זיי וואלטען געדארפט ארייןבאקען א אהבת התורה אנטשטאט אהבת המצויינים

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 19, 2018 8:56 am

· #406467
Re: דער בחור דארף העלפ...
די ווערטער ׳איינבאקען אהבת התורה׳ זענען, אין מיין אויגען, א לאזונג אן קיין זאך שייכות צו די ווערטער.

די חינוך אין תורה מוז קומען פון אן אינערליכע פארשטאנד וואס מ׳זוכט צו טוהן מיט די תורה. לערנען תורה איז נישט קיין סגולה אויף יראת שמים, נישט סתם א מצוה וואס מ׳דארף טוהן, נישט קיין הכנה אויף א גוטען שידוך און נישט קניין וועג זיך מקשר צו זיין מיט די צדיקים די בעלי המימרות. יא, די אלע זענען מעגליך ריכטיג, אבער נישט צו דעם צילט מען. לימוד התורה איז פשוט דער וועג וויאזוי צו קענען וואס דער אויבישטער וויל פון אונז. יעדער ׳קליינער׳ פרט איז גאר גאר וויכטיג, ווייל דאס וויל דער אויבישטער. ווען א בחור לערנט רצופות לשם התמדה, און בראש כל מעייניו איז ׳וויפיהל שעה האב איך אריין געכאפט׳, איז ער כמעט גענצליך אפגעהאקט פון די אמת׳ער תכלית פון וואס מ׳זוכט ביים לערנען. עס איז מעגליך אז מתטך שלא לשמה בא לשמה, אבער דאס דארף האבען א פארשטאנד וואס איז די לשמה צו וואס מ׳שטרעבט. ליידער זעט מען פיהל מתמידים וואס לערנען לשם התמדה צו לשם אנפיהלען שעות צו לשם מצוה, און דעריבער זעט מען בכלל נישט אויף זיי קיין חכמת התורה. ווייל זיי לערנען נישט אויף צו קענען תורה.

דער ישיבה קען שטעלען א גייסט פון די וויכטיגקייט פון פשוט קענען תורה, פארשטייען וואס מ׳לערנט און זוכען צוצוקומען ערגעץ אין קענטעניס (ניין, קניפען ציצית איז נישט קיין חלק דערפון. דאס איז פונקט גוט פאר מיידלעך קעמפס) און צוגעבונדענקייט צום לערנען. דאס דארף אויך אבער קומען פון שטוב. נישט מיט לאנגע דרשות און פוסטע לאזונגען, נאר מיט א הנהגה וואס שעצט קענען תורה און נישט קיילע מאכען דורך חוזק מאכען פון תלמידי חכמים און חכמה. ווען איך הער ווי איינער שרייט אן א קינד צו א בחור ׳דיין לערנען איז גארנישט ווערט, ווייל דו פיהרסט זיך אויף אזוי׳, וויל איך גלייך אוועק שלעפען די קינד\בחור פון די דברי נבלה.

און טאקע, ווען איינער ווייסט נישט פארוואס ער לערנט און צו וואס ער צילט, איז עס אן עבודת פרך און פלוצלונג האט ער נישט קיין זיץ פלייש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » דינסטאג יוני 19, 2018 8:57 am

· #406468
א סדר היום אין מיין ישיבה וואלט געווען בערך אזוי.

730 שחרית, 9 ביז 9:30 א שיעור אין ראשית חכמה אדער שבט מוסר אדער אורחות צדיקים פאר שוואכע.
9:30 ביז 1030 א שיעור פשוט אויף די שיעור עיון, די וואס קענען עס טוהן מיט א חברותא, הרי טוב.

10:30 הפסקה

1045 ביז צוועלעף שיעור עיון.

12-1 חזרה און כתיבה פין דער שיעור עיון.

פרייטאג איז דא א טעסט אויף דער שיעור עיון, מען מוז קענען יעדער קצות נתיבות רשבא וואס מען האט גערעדט.

הפסקה ביז דריי.

דריי ביז 4:30 שיעור שולחן ערוך מג"א ט"ז אדער יו"ד ח"א , חברותות פאר די וואס קענען אליין. דער טעסט איז זונטאג. מען מוז קענען די הלכות היוצאות, לאו דוקא די שווערע אומפארשטייבארע פלפולים פין ט"ז, אדער אלע מראה מקומות פון מג"א.

4:30 ביז 5:00 מנחה און הפסקה.

5 ביז זיבען שיעור בקיאות גמרא. שיעור אדער חברותות.

דער טעסט איז יעדער וואך דינסטאג. מען מוז קענען די הלכות וואס קומען ארויס פין די גמרא רש"י תוס',. נישט לויט די הוה אמינא, און תוס' קשיא אויף די גמרא אין די משנה לויט רש"י.


מיט דעם איז געלעזט בחורים וואס האבן נישט חברותות און טאטעס ברויכען צאלען טויזענטערס פאר בחורים זיצערס.

נקודת-אמת » דינסטאג יוני 19, 2018 10:01 am

· #406470
ליטוואק פון בודאפעסט
די ווערטער ׳איינבאקען אהבת התורה׳ זענען, אין מיין אויגען, א לאזונג אן קיין זאך שייכות צו די ווערטער.

די חינוך אין תורה מוז קומען פון אן אינערליכע פארשטאנד וואס מ׳זוכט צו טוהן מיט די תורה.
לערנען תורה איז נישט נאר קיין סגולה אויף יראת שמים,
נישט נאר סתם א מצוה וואס מ׳דארף טוהן,
נישט נאר קיין הכנה אויף א גוטען שידוך
און נישט נאר קניין וועג זיך מקשר צו זיין מיט די צדיקים די בעלי המימרות.
יא, די אלע זענען מעגליך ריכטיג, אבער נישט צו דעם צילט מען.
לימוד התורה איז פשוט דער וועג וויאזוי צו קענען וואס דער אויבישטער וויל פון אונז.
יעדער ׳קליינער׳ פרט איז גאר גאר וויכטיג, ווייל דאס וויל דער אויבישטער.
ווען א בחור לערנט רצופות לשם התמדה, און בראש כל מעייניו איז ׳וויפיהל שעה האב איך אריין געכאפט׳, איז ער כמעט גענצליך אפגעהאקט פון די אמת׳ער תכלית פון וואס מ׳זוכט ביים לערנען.
עס איז מעגליך אז מתוך שלא לשמה בא לשמה, אבער דאס דארף האבען א פארשטאנד וואס איז די לשמה צו וואס מ׳שטרעבט.
ליידער זעט מען פיהל מתמידים וואס לערנען לשם התמדה צו לשם אנפיהלען שעות צו לשם מצוה, און דעריבער זעט מען בכלל נישט אויף זיי קיין חכמת התורה. ווייל זיי לערנען נישט אויף צו קענען תורה.

דער ישיבה קען שטעלען א גייסט פון די וויכטיגקייט פון פשוט קענען תורה, פארשטייען וואס מ׳לערנט און זוכען צוצוקומען ערגעץ אין קענטעניס (ניין, קניפען ציצית איז נישט קיין חלק דערפון. דאס איז פונקט גוט פאר מיידלעך קעמפס) און צוגעבונדענקייט צום לערנען. דאס דארף אויך אבער קומען פון שטוב. נישט מיט לאנגע דרשות און פוסטע לאזונגען, נאר מיט א הנהגה וואס שעצט קענען תורה און נישט קיילע מאכען דורך חוזק מאכען פון תלמידי חכמים און חכמה. ווען איך הער ווי איינער שרייט אן א קינד צו א בחור ׳דיין לערנען איז גארנישט ווערט, ווייל דו פיהרסט זיך אויף אזוי׳, וויל איך גלייך אוועק שלעפען די קינד\בחור פון די דברי נבלה.

און טאקע, ווען איינער ווייסט נישט פארוואס ער לערנט און צו וואס ער צילט, איז עס אן עבודת פרך און פלוצלונג האט ער נישט קיין זיץ פלייש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ס'איז מיר אינטערסאנט צו אין די ליטא צו אין בוד"א-פעש"ט האט מען געזאלט זאגן אזוינס...
קען זיין אז ס'קען אביסל שטימען מיט'ן תורה לשמה לשם התורה פון שיטת הגר"ח ד'וואלאזשין זיע"א
אבער ס'שמעקט מעהר ווי דע חסידישער טייטש פון לשמה,
ואילו לא באתי בשערי בית הקאווע הזה אלא לשמוע שהודו לדברי חכמי החסידות אנשי ליטא ופעסט, די.
דאס איז 1 לייק וואס ס'קומטזיך דיר.
דעם דאפעלטען האב איך אייך געגעבן וועגן דעם געוואלדיגן הבחנה אז אין בין ללמוד ע"מ שאהיה ירא שמים או גוטע שידוך או להתקשר לבעל המימרא גרידא או לתפוס שעות רצופות רבות,
להלומד ע"מ שיקראוני רבי או שאהיה גדול בישראל, ואלו נקראו בדברי חז"ל העושה תורתו קורדום לחפור בה.

ייש כח @ליטוואק פון בודאפעסט שהנחת דעתי ודעת רבותי והנחת את יד החסידים על העליונה... 🙄 😂 😈 😛

תורה ומדע » דינסטאג יוני 19, 2018 10:46 am

· #406474
אישתישבי
א סדר היום אין מיין ישיבה וואלט געווען בערך אזוי.

730 שחרית, 9 ביז 9:30 א שיעור אין ראשית חכמה אדער שבט מוסר אדער אורחות צדיקים פאר שוואכע.
9:30 ביז 1030 א שיעור פשוט אויף די שיעור עיון, די וואס קענען עס טוהן מיט א חברותא, הרי טוב.

10:30 הפסקה

1045 ביז צוועלעף שיעור עיון.

12-1 חזרה און כתיבה פין דער שיעור עיון.

פרייטאג איז דא א טעסט אויף דער שיעור עיון, מען מוז קענען יעדער קצות נתיבות רשבא וואס מען האט גערעדט.

הפסקה ביז דריי.

דריי ביז 4:30 שיעור שולחן ערוך מג"א ט"ז אדער יו"ד ח"א , חברותות פאר די וואס קענען אליין. דער טעסט איז זונטאג. מען מוז קענען די הלכות היוצאות, לאו דוקא די שווערע אומפארשטייבארע פלפולים פין ט"ז, אדער אלע מראה מקומות פון מג"א.

4:30 ביז 5:00 מנחה און הפסקה.

5 ביז זיבען שיעור בקיאות גמרא. שיעור אדער חברותות.

דער טעסט איז יעדער וואך דינסטאג. מען מוז קענען די הלכות וואס קומען ארויס פין די גמרא רש"י תוס',. נישט לויט די הוה אמינא, און תוס' קשיא אויף די גמרא אין די משנה לויט רש"י.


מיט דעם איז געלעזט בחורים וואס האבן נישט חברותות און טאטעס ברויכען צאלען טויזענטערס פאר בחורים זיצערס.

אנשטשאטס שו״ע לייגט אריין אן ענגליש דיפארטמענט צו קאווערן היי סקול און בעיסיק קאללעדש קרעדיטס אין ישיבות גדולות . ס׳וועט זיין הנאה להם והנאה לעולם.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 19, 2018 11:06 am

· #406477
וואס עפעס? שולחן ערוך איז גאר וויכטיג! אן דעם ביסטו א איד אן קיין אינסטרוקציעס!

א חורבן היינטיגע צייטן אז מען איז ליידער מזלזל אין לימוד שו"ע. לכה"פ א קורצער שיעור הלכה למעשה זאל מען געבן.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 19, 2018 11:06 am

· #406478
לפי עניות דעתי הקלושה דארף די סדר היום אין ישיבות בלייבן די זעלבע ווי ביז היינט, און איינער וואס האט נישט קיין זיץ פלייש זאל גיין ארבעטן, אזויווי אידן האבן געטון אין אלע דורות.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 19, 2018 11:07 am

· #406480
שמעקעדיג
וואס עפעס? שולחן ערוך איז גאר וויכטיג! אן דעם ביסטו א איד אן קיין אינסטרוקציעס!

א חורבן היינטיגע צייטן אז מען איז ליידער מזלזל אין לימוד שו"ע. לכה"פ א קורצער שיעור הלכה למעשה זאל מען געבן.

פון שלחן ערוך קען מען גארנישט ארויסנעמען הלכה למעשה, עכ"פ נישט מער ווי פון גמרא. פאר הלכה למעשה דארף מען לערנען קיצור שלחן ערוך.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 19, 2018 11:09 am

· #406482
רביה''ק זי''ע
לפי עניות דעתי הקלושה דארף די סדר היום אין ישיבות בלייבן די זעלבע ווי ביז היינט, און איינער וואס האט נישט קיין זיץ פלייש זאל גיין ארבעטן, אזויווי אידן האבן געטון אין אלע דורות.

רבינו, זאג, דו האסט שוין בחורים?
דו ווייסט אין וועלכע וועלט מיר לעבן היינט?
אפילו בתוככי די ישיבה ווענט דארף מען רחמים, על אחת כמה וכמה אויף די גאס.
מען מוז מאכן א ישיבה עפארדעבל "ברוחניות" פאר א יעדן בחור!

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 19, 2018 11:12 am

· #406483
רביה''ק זי''ע
פון שלחן ערוך קען מען גארנישט ארויסנעמען הלכה למעשה, עכ"פ נישט מער ווי פון גמרא. פאר הלכה למעשה דארף מען לערנען קיצור שלחן ערוך.

נישט מער פון גמרא? אין גמרא זענען די ביסל הלכות צוזייעט און צעשפרייט לכל אורך הש"ס, אין שולחן ערוך איז דאך סימן וסימן על אופנו, הלכות ציצית, תפלה, ברכות, און ווייטער חלק ב' הל' שבת א.א.וו.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 19, 2018 11:46 am

· #406488
שמעקעדיג

רבינו, זאג, דו האסט שוין בחורים?
דו ווייסט אין וועלכע וועלט מיר לעבן היינט?
אפילו בתוככי די ישיבה ווענט דארף מען רחמים, על אחת כמה וכמה אויף די גאס.
מען מוז מאכן א ישיבה עפארדעבל "ברוחניות" פאר א יעדן בחור!

די אמאליגע וועלט איז געווען אסאך ערגער, א אינגל וואס איז געגאנגען ארבעטן האט זיך געדרייט מיט די שמוציגסטע גוים. ברוך ה' אכשר דרא היימישע אידן האבן היינט אן אייגענע מארקעט, איך זע נישט וואס קען זיין שלעכט אז פופצן יעריגע בחורים זאלן לערנען א האלבע טאג און ארבעטן א האלבע טאג.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 19, 2018 11:48 am

· #406489
שמעקעדיג
נישט מער פון גמרא? אין גמרא זענען די ביסל הלכות צוזייעט און צעשפרייט לכל אורך הש"ס, אין שולחן ערוך איז דאך סימן וסימן על אופנו, הלכות ציצית, תפלה, ברכות, און ווייטער חלק ב' הל' שבת א.א.וו.

איך רעד פון מיין עקספיריענס, קען זיין אז דו 'פסק'נסט זיך יא פון שלחן ערוך ארויס. אויב יא מוזטו זיין א גרויסע תלמוד חכם, איך מיין אז רוב אידן קענען דאס נישט.

קורקלענד » דינסטאג יוני 19, 2018 11:53 am

· #406490
רביה''ק זי''ע
לפי עניות דעתי הקלושה דארף די סדר היום אין ישיבות בלייבן די זעלבע ווי ביז היינט, און איינער וואס האט נישט קיין זיץ פלייש זאל גיין ארבעטן, אזויווי אידן האבן געטון אין אלע דורות.

אזוי? מ'מעג נאר לערנען אויב מ'האט אזויפיל זיץ פלייש צו קענען זיצן זעקס חדשים אויף פינף בלאט? און אז איינער וויל לערנען פופציג בלאט א זמן באלאנגט ער נישט אין ישיבה?

ווילסט מיר זאגן אז ס'קען זיין בחורים וואס פילן באמת א טעם אין גמרא זאלן זיי אבער גיין ארבעטן ווייל זיי פיטן נישט אונזערע ישיבות פון די לעצטע צוואנציג יאר?

ווייסטו אז פון די יעצטיגע סיסטעם קומט גארנישט ארויס? א בחור זיצט פינף+ יאהר אין ישיבה און קומט ארויס מיט ווייניגער ווי פופציג בלאט וואן מ'רעכנט צוזאמען אלע יארן אינאיינעם! ניטאמאל איין סיום מסכתא? מיט וואס אפּליקעבּיל קומט א בחור ארויס מיט נאך גאנצע פינף יאהר אין ישיבה??????

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 19, 2018 11:56 am

· #406491
רביה"ק זי"ע: דער קיצור שו"ע איז זייער גוט צו וויסן בעיסיק הלכות. אבער די פרטי הלכות, למשל ביי דיני מוקצה אום שבת. אז מ'מעג מטלטל זיין א האמער אדער א צווענגל לצורך א מלאכת היתר. אדער, אז א טייער שטיקל פעיפער, וואס ארטיסטס נוצן, קען אמאל זיין מער מוקצה ווי א באנקנאט...!

איך וועיס נישט (אזוי ווי די העיליגע רעבא פון ראקלענד קאונטי.). איך האב עס יעצט נישט נאכגעקוקט אין קיצור שו"ע. איך רעד נאר סתם אין די וועלט אריין...!

קרא » דינסטאג יוני 19, 2018 12:07 pm

· #406493
עיין שות דברי חיים קבלתי מחמי לא לעשות ישיבות

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 19, 2018 12:12 pm

· #406494
קורקלענד
אזוי? מ'מעג נאר לערנען אויב מ'האט אזויפיל זיץ פלייש צו קענען זיצן זעקס חדשים אויף פינף בלאט? און אז איינער וויל לערנען פופציג בלאט א זמן באלאנגט ער נישט אין ישיבה?

ווילסט מיר זאגן אז ס'קען זיין בחורים וואס פילן באמת א טעם אין גמרא זאלן זיי אבער גיין ארבעטן ווייל זיי פיטן נישט אונזערע ישיבות פון די לעצטע צוואנציג יאר?

ווייסטו אז פון די יעצטיגע סיסטעם קומט גארנישט ארויס? א בחור זיצט פינף+ יאהר אין ישיבה און קומט ארויס מיט ווייניגער ווי פופציג בלאט וואן מ'רעכנט צוזאמען אלע יארן אינאיינעם! ניטאמאל איין סיום מסכתא? מיט וואס אפּליקעבּיל קומט א בחור ארויס מיט נאך גאנצע פינף יאהר אין ישיבה??????

איך ווייס נישט וואס דיר צוזאגן, איך האב געהאט זייער גוטע עקספיריענס אין ישיבה. בכל אופן די וועג וויאזוי די ישיבות זענען היינט אויסגעשטעלט, אז ס'איז א בחינה ווי א מושב זקנים, וואו די יונגווארג זיצט און פארברענגט ביז די חתונה, האט נישט קיין שום פשט.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 19, 2018 12:19 pm

· #406496
קרא
עיין שות דברי חיים קבלתי מחמי לא לעשות ישיבות

א גוטן אייך הרב Avrom דיףף קרא, מאכט אייך באקוועם און הייבט אן שיסן מראי מקומות.

קומזיץ » דינסטאג יוני 19, 2018 12:20 pm

· #406497
רביה''ק זי''ע
שמעקעדיג

רבינו, זאג, דו האסט שוין בחורים?
דו ווייסט אין וועלכע וועלט מיר לעבן היינט?
אפילו בתוככי די ישיבה ווענט דארף מען רחמים, על אחת כמה וכמה אויף די גאס.
מען מוז מאכן א ישיבה עפארדעבל "ברוחניות" פאר א יעדן בחור!

די אמאליגע וועלט איז געווען אסאך ערגער, א אינגל וואס איז געגאנגען ארבעטן האט זיך געדרייט מיט די שמוציגסטע גוים. ברוך ה' אכשר דרא היימישע אידן האבן היינט אן אייגענע מארקעט, איך זע נישט וואס קען זיין שלעכט אז פופצן יעריגע בחורים זאלן לערנען א האלבע טאג און ארבעטן א האלבע טאג.


די פופצן יעריגע בחור איז קוים בר מצוה געווארן און די געבסט עם נישט קיין שאנס ער זאל טוישן און זיך זעצן לערנען , א פופצן יעריגע בחור בדרך כלל ווייסט נאך נישט וואס ער וויל
איז די אחריות אויף די עלטערן , ישיבה, עם צו העלפן אויסשטייגן די בעסטע לויט זיין מצב ,
אז סאיז א לכתחילה צו שיקען ארבעטן ווייל ער האט נישט אזויפוהל זיץ פלייש אדער אנדערע
שוועריקייטן וועלן אסאך בחורים קיינמאל נישט אויסניצען זייער פאטענציאל און נישט קונה זיין עפעס וואס זאל זיי באגלייטען שפעטער און לעבן ווען מ'דארף באמת ג'יין ארבעטן .

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 19, 2018 12:25 pm

· #406498
סארי, איך פארשטיי בכלל נישט די שפראך פון 'קונה זיין עפעס אין לעבן'. איך זע נישט פארוואס א בחור זאל דארפן לערנען מער פון אן ערוואקסענער.

קורקלענד » דינסטאג יוני 19, 2018 12:46 pm

· #406507
זאג'סט אז האסט געהאט א זייער א גוטע עקספיריענס. וואס מיינט א גוטע עקספיריענס? אז מ'האט געלאזט שפילן באל? גיין אין וואלד? מ'האט דיר נישט געכאפט רויכערן? האסט געמעגט קומען שפעט? בכלל נישט געווען קיין פארטאגס? מ'האט געטשילט?

קורקלענד » דינסטאג יוני 19, 2018 12:50 pm

· #406510
שבת אחים

דאס וואס דו טענהסט אז אמאל האט מען געלערנט מעהר איז לכאורה פונקט פארקערט פון די מציאות. היינט לערנט מען אסאך מעהר, און דאס איז אמאל זיכער אז די היינטיגע סדר הלימודים איז אסאך מעהר שעה׳ן ווי אמאל.

אמאל איז די קוריקולים געווען אסאך גרעסער, אבער היינט באשטייט עס פון עטוואס פינף בלאט און הונדערט פישקעס ציגארעטן א זמן.

מעגליך טאקע אז ס'דא מער שעות אפיציעלע סדר א טאג, אבער דאס עצם לערנען איז אסאך שוואכער.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 19, 2018 1:11 pm

· #406514
קורקלענד
זאג'סט אז האסט געהאט א זייער א גוטע עקספיריענס. וואס מיינט א גוטע עקספיריענס? אז מ'האט געלאזט שפילן באל? גיין אין וואלד? מ'האט דיר נישט געכאפט רויכערן? האסט געמעגט קומען שפעט? בכלל נישט געווען קיין פארטאגס? מ'האט געטשילט?

כ'על איבערזאגן מיט אן אנדערן נוסח. איך געדענק נישט פונקטליך די סדר הלימוד ביי אונז אין ישיבה, און אויך נישט וויפיל בלאט מ'האט געלערנט אין איין זמן, איך געדענק נאר אז איך האב געלערנט און קיינער האט מיר נישט משוגע געמאכט. איך ווייס נישט אין וועלכע ישיבות דו האסט געלערנט, אבער וואו איך האב געלערנט האט מען נישט ארויסגעווארפן א בחור וואס האט געלערנט, אפילו ער האט זיך נישט אינגאנצן צוגעשטעלט צום סדר הלימוד. אין די ישיבות וואו איך האב געלערנט איז טאקע נישט געווען קיין סדר אויף די אלע זאכן וואס דו רעכנסט אויס, אבער ווער ס'האט געוואלט לערנען אנדערע זאכן האט מען נישט געשטערט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 19, 2018 1:24 pm

· #406518
קורקלענד איז מגזים. אפילו די טעקסט וואס מ'דעקט אפיציעל אין א סדר, איז בערך פופצן א יאר פאר יעדע סדר, וואס קומט אויס דרייסיג א יאר. און דאס נעמט נישט אין חשבון די אלע אנדערע סוגיות וואס מ'לערנט צו פארשטיין די סוגיות וואס מ'האלט דארט. איינער וואס נוצט אויס זיין צייט, קען שטייגען אין ישיבה, אן שטערן די סדרי הישיבה.

אפשר איז די מהלך פון זיבן דף א זמן א סדר נישט פאר יעדן, און מ'וואלט געקענט אנקומען צו די זעלבע מאס הבנה אויף אן אנדערן אופן, וע"ז צעקו אסאך גדולי ישראל, ולית דחש להו.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 19, 2018 1:26 pm

· #406519
תיקון טעות 'ואית דחשו להו'. הרב שך איז עפעס א חדר אינגל?!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 19, 2018 1:46 pm

· #406520
איך מיין אז מ'דארף צוטיילן דעם אשכול. איין חלק צו דן זיין איבער הרב טשילער'ס טענות, און די אנדערע אויף הרב קורקלענד'ס טענות. די זענען צוויי אנדערע סוגיות, און ווען איינער זאגט עפעס ווייסט מען נישט אויף וועמענס ווערטער ער באציט זיך, און ס'ווערט א גאנצע 'טענה'ריי על לא דבר.

מרדכי ישראל » דינסטאג יוני 19, 2018 1:52 pm

· #406521
די גמרא וואס איך האב געלערנט אין חדר און ישיבה האט מיך גארנישט ציגעגעבן צי מיין לעבן משא"כ די לימודי חול וואס מען לייגט נישט א שטארקע דגוש האט מיר אסאך מער ציגעגעבן

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 19, 2018 1:56 pm

· #406523
אזעלכע אידן ווי דיר האבן טאקע נישט וואס צו לערנען.

בן ישי » דינסטאג יוני 19, 2018 2:23 pm

· #406527
שיקן יונגע בחורים היינט ארבעטן איז א סכנה ברוחניות ובגשמיות.
ליידער ביודעי ומכירי קאמינא, אמאל איז געווען סאך גרינגער אין דעם נושא.
בלאט: 1 2