☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קרית באר שבע לעבן קרית יואל

קרית באר שבע לעבן קרית יואל

107 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12345
בלאט: 1 2 3

די אנדערע זייט » פרייטאג אפריל 21, 2023 4:06 pm

· #522072
שערי יושר
זיין ציל מיט דעי דרשה איז אז פרעמדע קהילות זאלן זישט קומען וואוינען ארום ק"י
פארשטאנען אז דעס איז זיין ציל, אבער וואס גייט דעס אים העלפען? זיי גייען קומען און עס נישט רופען קרית יואל
בסך הכל גייט ער דערמאלס זיין חוזק מיט דע דרשה

מחונך » פרייטאג אפריל 21, 2023 4:32 pm

· #522075
די אנדערע זייט
מחונך
דהיינו?
ר' געציל איז זייער א חשובע דיין, אבער ווען עס קומט צו עני שאלה וואס האט צו טוהן מיט די קהילה נוצט ער בכלל נישט זיין דעת תורה,
מילא איז בכלל נישט קיין קשיא.
הא גופא קשיא. א איד וואס איז אינדערהיים בכל התורה כולה זאל זיך אזוי ביליג מאכן? איך האב א סך גערעדט מיט אים אין לערנען ער איז איבעראל אינדערהיים. ווי אזוי קען אזא איד זיין אזוי cheap?

פרנס החודש » פרייטאג אפריל 21, 2023 6:21 pm

· #522083
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
ווער האט אים אויסגעצאלט זיין דירה? חתונה געמאכט זיינע קינדער? מיר פארגעסן אז א מענטש איז סך הכל א מענטש.

שערי יושר » מוצ"ש אפריל 22, 2023 9:24 pm

· #522087
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
ר' געציל איז א חשובע מענטש אבער ער איז אייביג געווען א קאמפאני מען אן קיין אייגענע מיינונג

שמעון וואלף » זונטאג אפריל 23, 2023 2:19 am

· #522137
איך האב שוין לאנג צוריק געהערט אויף ר' געציל אז נאך ווען מ'האט אים אויפגענומען פאר דיין און אנגעהויבן דרייען א קאפ צו אינטערשרייבן פארשידענע פארטייאישע קול קורא'ס, האט ער געלאזט וויסן אז עני צעטל אויף וואס ריח"מ פרידמאן איז אינטערגעשריבן, קען מען אויטאמאטיש אויך צולייגן זיין נאמען. מיט דעם האט ער זיך זייער קליג ארויסגעדרייט אז יעדער איז צופרידן. די וואס ווילן די קו"ק, קענען לייגן זיין נאמען, און די וואס ווילן עס נישט, ווייסן אז זיין חתימה מיינט גארנישט.

מונטסורי » זונטאג אפריל 23, 2023 3:58 pm

· #522254
הלוואי איך קען אזוי טון אין ביזנעס, איך מעלד איין אז ווער עס וויל קען לייגן מיין חתימה, ווער עס וויל זיך איינרעדן אז ס׳מיינט עפעס זאל זיך פרייען דערמיט אבער מיינען מיינט עס נישט גארנישט, בבחינת ״מיין ווארט איז מער פון מיין אונטערשריפט, אז זאג איך געב איך נישט, מעגסטו מיר גלייבען געב איך נישט״ (קרעדיט ר׳ משה יושע פליישמאן ע״ה א סליחות נאכט אין קיעוו)

חב''ד הויזן » מאנטאג אפריל 24, 2023 4:01 pm

· #522418
איז דען ר' געציל מער פארקויפט פאר זיין קאמפעני ווי ר' ישראל חיים מנשה פאר זיין קאמפעני, ר' פישל הערשקאוויטש פאר זיין קאמפעני, אא''וו?

איך מיין אז ער איז געווען מער נייטראל (רעלאטיוו, פארשטייט זיך) ווי ר' ישראל חיים מנשה.

יין שרף » מאנטאג אפריל 24, 2023 4:30 pm

· #522421
חב''ד הויזן
איז דען ר' געציל מער פארקויפט פאר זיין קאמפעני ווי ר' ישראל חיים מנשה פאר זיין קאמפעני, ר' פישל הערשקאוויטש פאר זיין קאמפעני, אא''וו?

איך מיין אז ער איז געווען מער נייטראל (רעלאטיוו, פארשטייט זיך) ווי ר' ישראל חיים מנשה.
רבי פישעלע חלק על הדברי יציב תמידין כסדרן..

מחונך » דינסטאג אפריל 25, 2023 12:17 am

· #522549
אינטערעסאנט טאקע. קלויזנבורגער רב זצ"ל האט עס אוועקגעשטעלט אזוי אז ר פישעלע מעג חולק זיין.

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 25, 2023 12:38 am

· #522570
חב''ד הויזן
איז דען ר' געציל מער פארקויפט פאר זיין קאמפעני ווי ר' ישראל חיים מנשה פאר זיין קאמפעני, ר' פישל הערשקאוויטש פאר זיין קאמפעני, אא''וו?

איך מיין אז ער איז געווען מער נייטראל (רעלאטיוו, פארשטייט זיך) ווי ר' ישראל חיים מנשה.
מיר קוקט אויס אז ער איז נישט פארקויפט. נאר אין יעדע זאך אין וואס די קאמפעני נעמט א שטעלונג, רעקיוזט ער זיך, דהיינו ער האט נישט קיין מיינונג דערין. און גערעכט איז ער. וואס וועט ער האט פארדינען פון זאגן אנדערש ווי די קאמפעני פארלאנגט? זיי גייען זיך נישט טוישן וועגן זיין פסק.

חב''ד הויזן » דינסטאג אפריל 25, 2023 7:55 am

· #522617
מאכט סענס. (חוץ סידור קידושין ווי ער האט אנגעפירט די גאנצע סומאטוכע אפילו ווען די קאמפעני האט זיך שוין געוואלט אפלאזן דערפון אפשר וועגן ביי דעם איז ער די משנה למלך... )

ס'איז אבער נאך אלץ נישט אין פלאץ ארויסצופוינטן ר' געציל מער פון יעדע אנדערע דיין וואס שטיצט זיין קאמפעני מיט יעדע זאך.

שערי יושר » דינסטאג אפריל 25, 2023 9:13 pm

· #522723
ארויני האט זיך דערקלערט בעלות אויף אירע שכנים

https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230426/86c3a4efe4162cc4aa409688fe7f0118.jpg

אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:06 pm

· #523122
שמעון וואלף
חב''ד הויזן
איז דען ר' געציל מער פארקויפט פאר זיין קאמפעני ווי ר' ישראל חיים מנשה פאר זיין קאמפעני, ר' פישל הערשקאוויטש פאר זיין קאמפעני, אא''וו?

איך מיין אז ער איז געווען מער נייטראל (רעלאטיוו, פארשטייט זיך) ווי ר' ישראל חיים מנשה.
מיר קוקט אויס אז ער איז נישט פארקויפט. נאר אין יעדע זאך אין וואס די קאמפעני נעמט א שטעלונג, רעקיוזט ער זיך, דהיינו ער האט נישט קיין מיינונג דערין. און גערעכט איז ער. וואס וועט ער האט פארדינען פון זאגן אנדערש ווי די קאמפעני פארלאנגט? זיי גייען זיך נישט טוישן וועגן זיין פסק.
ר' געציל איז בכלל נישט נייטראל, ער האט סיי ווען אינטערגעשריבן ווען די קאמפעני האט געהייסן, ביי די סקול דיסטריקט, ביי סידור קידושין, און ווי נישט. ער רעקיוזט זיך שוין גארנישט.

אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:11 pm

· #523123
שערי יושר
ארויני האט זיך דעקלערט בעלות אויף אירע שכנים
דער ברך משה איז געווען מרא דאתרא פון קרית יואל, ווי עס שטייט אויפ'ן קאנסוס פון ר' אהרן אז ער גייט נאר זיין די ידא אריכתא און שליח פונעם טאטן, ממילא ווער עס איז סאטמארע רבי איז אטאמאטיש אויך רבי אויף קרית יואל, און היות ר' זלמן לייב איז די ממלא מקום פון זיין טאטע אלס סאטמארער רבי, איז ער בעל הבית און נישט ר' אהרן.

ר' אהרן קען זיין סך הכל די ידא אריכתא און שליח פון זיין ברודער ר' זלמן לייב. (אויב לאזט ער אים, און ער לאזט נישט).

אלעס איז טאקע קרית יואל, נאר קרית יואל האט א בעל הבית, דהיינו דער סאטמארע רבי וואס איז ממלא מקום פון די ברך משה ר' זלמן לייב טייטלבוים, און ער האט געפסקנט און מכריע געווען אז עס מעגן קומען אנדערע קהילות אויך אין קרית יואל, אזוי ווי ער האט קלאר געזאגט פאר וויזשניץ וויליאמסבורג און פאר נאך קהילות. ממילא קען ר' אהרן שרייען וויפיל ער וויל. ווייל די אמת'ע מרא דאתרא רז"ל טייטלבוים האלט אנדערש ווי אים.

נישט לחץ » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:42 pm

· #523139
פארוואס האט פוטין געדארפט גיין אין מלחמה מיט אקריינא ער האט פשוט געדארפט דערקלערן אז אלעס איז ראסלאנד אין שוין ?

חב''ד הויזן » פרייטאג אפריל 28, 2023 2:13 pm

· #523195
אינטערסאנטער
שערי יושר
ארויני האט זיך דעקלערט בעלות אויף אירע שכנים[img]

דער ברך משה איז געווען מרא דאתרא פון קרית יואל, ווי עס שטייט אויפ'ן קאנסוס פון ר' אהרן אז ער גייט נאר זיין די ידא אריכתא און שליח פונעם טאטן, ממילא ווער עס איז סאטמארע רבי איז אטאמאטיש אויך רבי אויף קרית יואל, און היות ר' זלמן לייב איז די ממלא מקום פון זיין טאטע אלס סאטמארער רבי, איז ער בעל הבית און נישט ר' אהרן.

ר' אהרן קען זיין סך הכל די ידא אריכתא און שליח פון זיין ברודער ר' זלמן לייב. (אויב לאזט ער אים, און ער לאזט נישט).

אלעס איז טאקע קרית יואל, נאר קרית יואל האט א בעל הבית, דהיינו דער סאטמארע רבי וואס איז ממלא מקום פון די ברך משה ר' זלמן לייב טייטלבוים, און ער האט געפסקנט און מכריע געווען אז עס מעגן קומען אנדערע קהילות אויך אין קרית יואל, אזוי ווי ער האט קלאר געזאגט פאר וויזשניץ וויליאמסבורג און פאר נאך קהילות. ממילא קען ר' אהרן שרייען וויפיל ער וויל. ווייל די אמת'ע מרא דאתרא רז"ל טייטלבוים האלט אנדערש ווי אים.
פארוואס אין וויליאמסבורג לאזט ר' זלמן נישט טון אנדערש ווי סאטמארע רבי מיט די עירוב און אין קרית יואל לאזט ער יעדן טון וואס מ'וויל?

משה חזקי » פרייטאג אפריל 28, 2023 2:45 pm

· #523203

איך פארשטיי נישט וואס דא קימט פאר? האט נישט געהייסן אז וויזניץ האט געסעטעלט מיט ר אהרן?
וואס איז דעע פרישע אראפרייסן וויזניץ?
בכלל דעע קאמפיין פין פארשפרייטן די דרשה סאונד זייער אונפראפעשינעל אין קינדעריש...

מיליאנער » פרייטאג אפריל 28, 2023 2:56 pm

· #523205

און פארוואס איז די ברך משה געווען מרא דאתרא אין קרית יואל? און פארוואס איז ער בכלל געווען ממלא מקום פון דברי יואל?

די תירוץ איז וועגן כמעט די גאנצע קהילה האט אים מקבל געווען פאר רבי און ממלא מקום (און ער איז גראדע נישט געווען מרא דאתרא אדער רב אין קרית יואל, ער איז געווען א רבי אויף די סאטמארע קהילה אין די גאנצע וועלט ובתוכם די קהילה אין קרית יואל). מהר''א איז נישט מרא דאתרא וועגן די ברך משה האט אים געמאכט פאר ידא אריכתא נאר וועגן רוב שטאט האט אים מקבל געווען פאר שטאט'ס רב אום תשמ''ה אויפן באפעל פון זייער רבי די ברך משה (און אפילו די היינטיגע זאליס האבן אים אנערקענט אלס רב במשך אלע יארן). און ס'איז נישטא קיין וועג אים צו מאכן פלוצלינג אויס רב, כל שכן ווען רוב שטאט איז אים ווייטער מקבל אלס רב. (ווען די זאליס וועלן איבערנעמען די ווילעדזש וועט מען קענען אנהייבן דיסקוסירן אויב ס'דא אזא זאך ווי ארויסוועלן א רב...)

אגב, מהר''א לאזט אלע קהילות קומען קיין קרית יואל - אזוי האט ער קלאר געזאגט ביים דרשה און ער האט עקשעלי געגעבן א ווארעמע הסכמה ווען ויזניץ וויליאמסבורג איז אים געקומען בעטן רשות פאר'ן קומען קיין בלומינגראוו (פארשטייט זיך אז אויב מהר''א האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט א פובליק דרשה קעגן ויזניץ וואלט ער צוויי מאל נישט געהאט קיין פראבלעם צו זאגן 'ניין' פריוואט) - אזוי לאנג ווי זיי פירן זיך אזויווי די מייסד העיר האט געוואלט.

משה חזקי » פרייטאג אפריל 28, 2023 2:59 pm

· #523206
נו, זיי פירן זיך ווי ער האט זיי געהייסן פאר כמעט צוויי יאר צוריק, וואס רודערט ער יעצט אקעגן זיי?

מיליאנער » פרייטאג אפריל 28, 2023 3:04 pm

· #523210
משה חזקי
חב''ד הויזן
אינטערסאנטער
שערי יושר
ארויני האט זיך דעקלערט בעלות אויף אירע שכנים[img]

דער ברך משה איז געווען מרא דאתרא פון קרית יואל, ווי עס שטייט אויפ'ן קאנסוס פון ר' אהרן אז ער גייט נאר זיין די ידא אריכתא און שליח פונעם טאטן, ממילא ווער עס איז סאטמארע רבי איז אטאמאטיש אויך רבי אויף קרית יואל, און היות ר' זלמן לייב איז די ממלא מקום פון זיין טאטע אלס סאטמארער רבי, איז ער בעל הבית און נישט ר' אהרן.

ר' אהרן קען זיין סך הכל די ידא אריכתא און שליח פון זיין ברודער ר' זלמן לייב. (אויב לאזט ער אים, און ער לאזט נישט).

אלעס איז טאקע קרית יואל, נאר קרית יואל האט א בעל הבית, דהיינו דער סאטמארע רבי וואס איז ממלא מקום פון די ברך משה ר' זלמן לייב טייטלבוים, און ער האט געפסקנט און מכריע געווען אז עס מעגן קומען אנדערע קהילות אויך אין קרית יואל, אזוי ווי ער האט קלאר געזאגט פאר וויזשניץ וויליאמסבורג און פאר נאך קהילות. ממילא קען ר' אהרן שרייען וויפיל ער וויל. ווייל די אמת'ע מרא דאתרא רז"ל טייטלבוים האלט אנדערש ווי אים.
פארוואס אין וויליאמסבורג לאזט ר' זלמן נישט טון אנדערש ווי סאטמארע רבי מיט די עירוב און אין קרית יואל לאזט ער יעדן טון וואס מ'וויל?
איך פארשטיי נישט וואס דא קימט פאר? האט נישט געהייסן אז וויזניץ האט געסעטעלט מיט ר אהרן?
וואס איז דעע פרישע אראפרייסן וויזניץ?
בכלל דעע קאמפיין פין פארשפרייטן די דרשה סאונד זייער אונפראפעשינעל אין קינדעריש...
ער האט נישט אראפגעריסן ויזניץ . ער האט אראפגעריסן די עסקנים וואס פראפעגאנדירן אז בלומינגראוו האט גארנישט מיט קרית יואל און יעדער קען קומען און טון וואס מ'וויל.

מ'פארשפרייט די דרשה ווייל די עסקנים צו וועם מהר''א האט גערעדט און די די אידן צו וועם די עסקנים אפעלירן האבן זיך נישט געפינען אין ביהמ''ד ביים דרשה.

משה חזקי » פרייטאג אפריל 28, 2023 3:07 pm

· #523212
הער איבער די דרשה

מיליאנער » פרייטאג אפריל 28, 2023 3:11 pm

· #523215
איך קען פיין די דרשה. ער האט אראפגעלייגט וויאזוי קרית יואל וועט אויסקוקן אויב לאזט מען יעדן קומען און טון וואס זיי ווילן.

יעצט אויפ'ן מינוט האט ער נישט קיין שום טענות אויף ויזניץ.

די אנדערע זייט » זונטאג אפריל 30, 2023 3:25 pm

· #523320
📎 photo_2023-04-30_12-20-07.jpg

נחום הסופר » זונטאג אפריל 30, 2023 9:02 pm

· #523364
מיליאנער
איך קען פיין די דרשה. ער האט אראפגעלייגט וויאזוי קרית יואל וועט אויסקוקן אויב לאזט מען יעדן קומען און טון וואס זיי ווילן.

יעצט אויפ'ן מינוט האט ער נישט קיין שום טענות אויף ויזניץ.
ער האט אבער דערמאנט וויזניץ מיט רחל דיין קליינע טאכטער (קרעדיט? ערגעץ דא אין שטיבל, כ'געדענק שוין נישט וואו)

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 1, 2023 12:32 am

· #523380
מהר"א האט אומוועלענדיג אריינגענומען די בית חב"ד פון מאנרא אין קרית יואל. ער האט א פראבלעם מיט וויזניץ ווייל דארט לאזט מען גיין צום כותל און לערנען חומש מיט מיידלעך, אבער מיטן בית חב"ד איז ער אקעי. גאו פיגער

צומישט און צוחישט » מאנטאג מאי 1, 2023 1:02 am

· #523384
די זאך איז, אז ווען מהר"א וואלט ווען געהאט א רעפוטאציע פון אויפטוהן קאנסטראקטיוו זאכן אין קרית יואל מער ווי אנדערע שטעט, וואלט ער געהאט א טענה אז מ'גייט אים צוגרונד לייגן זיינע יארן הארוואניע, אבער למעשה האט קרית יואל גארנישט זיך צו גרויסן איבער סיי וועלכע שטאט, נאר מיט איין זאך אז מ'האט דארט פראדוצירט האס און טעראר טאג און נאכט און אויפגעהאדעוועט גאצעטע דורות אלץ צוהיצטע בריונים, יא די שטאפלען פון העיט און פולווער שטייגן טאקע איבער יעדע אנדערע פלאץ (אה כ'האב פארגעסן אז זיי האבן אויך מער פאפקארן קוטשמעס...) און טאקע אויף דעם פרייען זיך די אלע עסקנים אז אין די נייע ווילידזשעס וועלן די זאכן אויסקוקן אנדערש האפענטליך, און טאקע אויף דעם איז יצא הקצף, ווייל מהר"א ווייסט זייער גוט אז איינמאל ארום און ארום וועט מען נישט קענען מוטיגן קיין טעראר לאזט זיך אויס די גאנצע לופט פון זיינע רעדער.

די אנדערע זייט » מאנטאג מאי 1, 2023 2:19 am

· #523385
ארום געפארן היינט,
ביטע נישט נעמען פרעזענליך
און אנדערע נייעס: עולמות עליונים ותחתונים ווארפן זיך מיט די דראמאטישע און הימלשטורעמישע צווייטמאליגע דברים קישורים לעניין, געזאגט געווארן דורך שר צבא אריאל מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א.
דער רבי האט ביי די לענגערע דרשה אויפגעפאדערט כלל ישראל אז היות קרית פאפא געפינט זיך אין וועסטשעסטער, און די לעצטע תקופה זענען פארגעקומען פארשידענע מכשולות, האט דער רבי אויפגעפאדערט שלומי אמוני ישראל, און שטאנדהאפטיג דערקלערט אז: גאנץ וועסטשעסטער קאונטי והסביבות איז קרית פאפא לכל הדינים.
מהיום והלאה איינער וואס ניצט וועסטשעסטער עירפארט זאל זאגן קהילות יעקב פאפא עירפארט.
און ווייטער זאגט די רבי, היות יעדער ווייסט אז די אלע וואס נוצן די וועלט בארימטע וועסטשעסטער שפיטאל איז נאר ווייל ס’איז בגלילות העיר פאפא, ממילא וועלן אלע מנהגי והלכות פאפא אינפארסירט ווערן אין אלע אפטיילונגען פון די שפיטאל.
דער רבי האט בקול אדיר ארויסגעברענגט אז מזעט בחוש עין תחת עין ווי די הקפדה טוט שוין אויף גדולות וצרורות, ווען לעצטענס זענען 2 אידן טראגיש אומגעקומען און א ערעפלאן קראך אין די גלילות, וואס פירן א פילאט איז אין שארפן קעגנזאץ פאר א חסיד פאפא.
קי יעקב יקרא שמך: אייוועלט וואס איז בדרך כלל נוטראל האט דאסמאל יא גענומען די שטעלונג, דא קומט נאכדעם וואס ביידע פאפא קהילות זענען אייגעגאנגען אין די נחיצות וחומר הענין.  דאס נעמט אריין סיי די צענטראלע פאפא קהילה און סיי קהלת פאפא בארא פארק.
זכור זאת לקהילת יעקב: די וועלט איז נאך אלס אינטערן רושם פון די הייליגע ווערטער, נאכדערצו ווען ס’איז קלאר די רבי’ס ציל איז בלויז מרבה צו זיין כבוד שמים, אזוי ווייט אז צענדליגע מענטשן אין טשיינע זענען צוגעקומע צו די שרייבער אין גערעדט פון די דרשה לטב ולמיטה.
טובו אוהליך יעקב: די דרשה האט א מאסיווע אפקלאנג ווען אין אלע חסד צימערן אין די קהילות יעקב שפיטאל זענען אויסגעליידיגט געווארן פון די גמרות מסכת סנהדרין וואס מען לערנט יעצט אין מסגרת והגית שע”י הקהילה. און אן עמערדשענסי סטעיטמענט האט הרב וועבער געמאלדן א פרישע התנדבות פאר נאך 100טער שטיק.
לא נחש ביעקב: אין אלע ציווילע שטובער אין די שפיטאל זענען אויפגעהאנגען געווארן טאוולען נעבן די מאסקעס טאוולען, וואס פארבאטן סמארטפאונס אן די פאפאנע מסונן הכשר.
לא הביט און ביעקב: אין די נייגעריפענע דרכי יעקב יחזקי’ HPN לופטפעלד, ווערן אלע סקרינס אראפגענומען, אזוי אויך ווערן די נישט כשרע דאנקין קאפע שאפ פארשלאסן דורך וועד הכשרות.
מי מנה עפר יעקב: די וועלט איז אויפדעטרייסלטש די צייטונגען רינען איבער, אלע האטליינס קראכן, נאך וואס ריבי רבבות מילי מיליאנען אידן און נישט אידן, האבן אזא אינטערעסע אין די נושא.
אתם אומרים פן, ואני אומר כן.

די אנדערע זייט » מאנטאג מאי 1, 2023 3:33 pm

· #523436
📎 IMG_20230501_152957_950.jpg

אלע צוזאמען » דאנערשטאג מאי 4, 2023 10:50 am

· #523748
די וואך אין די מאגאזינען.
📎 KIMG1228.JPG

כתב וקול » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:34 pm

· #536772
נייעס און בלומינג גראוו
ווילעדזש וואסער דעפארטמענט - דינסטאג ברכה

אין די פארגאנגענע צוויי טעג, האט די ווילעדזש אוו סאוט בלומינג גראוו וואסער דעפארטמענט דורכגעפירט פארשידענע מעינטענענס ארבעט אויף איינס פון די ווילעדזש וואסער קוועלער, ווי עס איז ערווארטעט אין די נעקסטע פאר טאג אלס רעזולטאט א העכערע מאס ״קלארין״ אין די וואסערן, אין די טעם און ווי אויך אין די שמעק. די קלארין אפעקט קען זיין מערקבאר, ספעציעל אין די געגנטער פון פיין הילל, האוטאורן, סטראבערי און גרין ראוד.

די וואסער איז געטעסט געווארן און איז פארזיכערט פאר סיי וועלכע באנוץ.

כתב וקול » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:35 pm

· #536773
נייעס און בלומינג גראוו
בלומינג גראוו ווילעדזש פירער באטייליגן זיך ביי ראש השנה צערעמאניע מיט גאווערנאר האקול אין מאנהעטען

פארגאנגענעם דינסטאג האזינו א׳, איז אפגעראכטן געווארן אין ניו יארק סיטי, אן אייגנארטיגע ראש השנה צערעמאניע, אראנדזשירט און פאררופן דורך די גאווערנאָר פון ניו יארק סטעיט יר״ה, וועלכע האָט אפגעהאלטן דעם אוונט, מיט דער באטייליגונג פון א געקליבענע צאל אידישע עסקנים און כלל טוער, וועלכע זענען פערזענליך געלאדנט געווארן דורך די גאווערנאר שטאב, צו אפצייכענען דעם אידישן יום טוב.

ביי דער אוונט, איז געווען קענטיג די אנוועזנהייט פון א צאל אישי הציבור, וועלכע שטייען אין שפיץ פון היימישע קהלות און מוניציפאליטעטן אין גרעיטאר ניו יארק. צווישן זיי, האָט די גאווערנאר אויך איינגעלאדנט די עסקני וראשי עירינו בלומינג גראוו, מיט וועמען די גאווערנאר האלט ב״ה אן א נאנטע צוזאמענארבעט, זינט ווען עס האט זיך געהאנדלט איבער אפשרייען די ״פרעזערוועישאן טעקס ביל״, וועלכע איז געצילט געווארן, צו באגרעניצן די אנוועזנהייט פון היימישע אידן, דא אין טאון אוו בלומינג גראוו.

ווי עס געדענקט זיך האט די גאווערנאר דעמאלט הילכיג וועטאאירט דעם ביל און דערמיט דערלאנגט א טויט קלאפ פאר די שענדליכע געזעץ פארשלאג. זייט דעמאלט איז פארשטארקערט געווארן דער קשר צווישן די ראשי העיר און דעם גאווערנאר מיט שטארקע פאזיטיווע באציאונגען, וואס איז אצינד נאכאמאל געקומען צום אויסדרוק ביי דעם אוונט.

גאווערנאר האוקול יר״ה, איז געווארן אויפגערופן מיט טרעפליכע ווערטער דורך הרבני ר׳ ישראל משה שפיצער הי״ו - מעיאר פון ניו סקווער, און האט ביי דעם פייערונג אויפגעטרעטן מיט א רעדע, אין וועלכע זי האט זיך זייער באדאנקט פאר די אלע עסקנים און געמיינדעס, וועלכע האלטן אן אזא נאנטע צוזאמארבעט מיט איר אדמיניסטראציע, זי האט פארשפראכן, צו ווייטער שטיין צו דער רעכטער זייט פונעם היימישן ציבור אין ניו יארק, אנצייגנדיג אויף איר רעקארד פון שטיצע פאר די אידישע געמיינדע, אין דער פארגאנגענהייט.

די גאווערנאר האט באהויפטעט, אז איר אדמיניסטראציע ארבעט אצינד אויף גרעסערע פינאנציעלע פאנדינג, צו באקעמפן דאס וואוקס פון האס פארברעכענס און אנטיסעמיטישע אטאקעס, וועלכע איז שטארק געשטיגן אין די לעצטע תקופה אין די ניו יארק סטעיט אומגעגנט און ווי איר שטאב איז אויך לעצטנס געשטאנען אין פארבינדונג מיט די לאקאלע עסקנים, נאך דעם העסליכן אינצידענט אויף בארנס ראוד.

דאן, האבן די אנוועזנדע אישי הציבור געהאט די געלעגנהייט צו רעדן פריוואט מיט׳ן גאווערנאר איבער די אקטועלע טעמעס וועלכע אפעקטירן אונזערע געמיינדעס.

די בעאמטע האבן זיך געזעגנט מיט גאר הארציגע באגריסונגען און ווארימע וואונטשן, ווי די גאווערנאר האט זיך ווידער אויסגעדרוקט, ווי זי שטייט שטענדיג נאנט מיט די עסקנים און אישי הציבור ארויסצוהעלפן, צו יעדע צייט.

Yesh » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 12:23 pm

· #536870
בלומינג גראוו האט נישט קיין שום פארבינדאנג מיט קרית באר שבע. אפשר מאכט מען א עקסטירע קעפעל

Yesh » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 12:32 pm

· #536872

כתב וקול » מאנטאג נאוועמבער 6, 2023 12:47 pm

· #538809
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
📎 IMG_3569 (1).jpg

כתב וקול » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 11:13 pm

· #538888
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל

כתב וקול » פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 1:14 pm

· #539015
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל

כתב וקול » פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 1:50 pm

· #539016
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל

כתב וקול » דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 4:17 pm

· #539574
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל

כתב וקול » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 4:08 pm

· #539703
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל

כתב וקול » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 3:06 pm

· #539798
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
פארמעקט

האחראי

כתב וקול » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 3:07 pm

· #539799
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
פארמעקט

האחראי

שמעקעדיג » מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 8:58 pm

· #539806
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
כתב וקול, די אשכול האט מיט באר שבע, נישט בלומינגראוו.

כתב וקול » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:04 pm

· #540154
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
פארמעקט

האחראי

כתב וקול » פרייטאג דעצעמבער 1, 2023 11:25 am

· #540245
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
פארמעקט

האחראי

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 7:04 am

· #540603
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
שמעקעדיג #
כתב וקול, די אשכול האט מיט באר שבע, נישט בלומינגראוו.
רבי, קענסט אידיש?

כתב וקול » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 4:09 pm

· #540711
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
פארמעקט

האחראי

כתב וקול » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 3:07 pm

· #540931
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
פארמעקט

האחראי

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 8:23 pm

· #540985
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
רעב איד! ביטע אויפהערן טראלן דעם אשכול. ווער עס דארף קריטיש וויכטיג דעם 'באריכט' ווייסט ווי עס צו טרעפן, און עס האט נישט קיין שום זינען צו ק/פ יעדע נארישע איימיל זייערע.

כתב וקול » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:55 pm

· #541195
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
פארמעקט

האחראי

כתב וקול » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 5:10 pm

· #541350
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
פארמעקט

האחראי
בלאט: 1 2 3