☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער

לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער

108 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12220
בלאט: 1 2 3

אישתישבי » דינסטאג אפריל 10, 2018 8:47 am

· #399288
לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער
מי לד' אלי!!!!

דא א איד, נפתלי מאסטער וואס האט זיך מקריב געוועהן פאר אונזערע קינדער, אלץ פאר דעם וואס ער האט מגלה געוועהן א חסרון אין אונזערע סיסטעם.

יעצט ווען שמחה פעלדער האט געטוהן וואס זיינע ערוועהלער האבן אים געהייסן, און מאנופעלירט די סיסטעם אז די געזעץ זאל נישט אדורך במילואו, רייסען קאקערס אויף טוויטער, זעלבסט געקרוינטער קאקערס, אראפ נפתלי מאסטער מיט כל מיני בזיונות, פריוואטע און נישט פריוואטע, אלץ להגדלת הקאקערי שלהם, כאילו זיי זענען לטובתינו, און נפתלי מאסטער איז קעגן אונז.

אונז אלע ווייסן, אז נפתלי מאסטער וואלט געהאט אפענע סאפארט פין אסאך פין אונז, פין יעדער וואס וויל זיינע קינדער זאלען האבן א בעסערע עתיד, נאר עס איז דא א פחד פין די זאלסט קאקערס וואס רייסן אראפ נפתלי, זיין זאלען זיך נעמען צו אונז אלץ יחידים.

ממילא, ווען מען קען זיין אנאנים, דארפען אונז ארויס ווייזען שטיצע פאר די אמביציעס פין נפתלי מאסטער, און אים זאגן כה לחי.

א. נפתלי מאסטער איז גערעכט.

ב. אונז ברויכן בעסערע ענגליש.

ג. אונזערע מנהיגים זענען עצלנים.

ד. אונז לעבן מיר א לעבען פין פחד און אינטערדריקען

ה. קאקער שמחה פעלדער האט נאר זיין אייגענע דזשאב א דאנק זיין ענגליש.

ו. נפתלי מאסטער איז נישט אונזער וועג ווייזער, אבער ער האט געטוהן א זאך וואס וועט אים ברענגען עולם הבא זיכער. עולם הזה האט ער נישט פין דעם.

ז. ווער עס קען צולייגען א ווארט חיזוק פאר נפתלי מאסטער זאל עס טוהן. ווערט נישט המשך נאך אפאר סטופיד קאקערס וואס זענען נאר דא פאר זייער מינוט פין כבוד. אינוועסטירט אין די עתיד פין אייערע קינדער. אם אין אני לי מי לי, קיינער פין די קאקערס אדער רבי'ס וועלען אייך נישט העלפען ווען אייער זוהן וועט אייך פרעגען ביי די פינף און צוואנציג, טאטי וואס קען איך טוהן פאר פרנסה חוץ שלעפען באקסעס.

כוכב » דינסטאג אפריל 10, 2018 9:01 am

· #399291
ס'איז דא א בארעכטיגטע זארג ווען אזא איינעם ווי מאסטער וכת דילי' וויל רעפארמירן די חרדישע עדוקאציע, ווייל זיין פאראכט גייט פיל ווייטער ווי בלויז עדוקאציע נאר אויפן גאנצן לעבנסשטייגער, ממילא פארשטיי איך זייער גוט די אנטריסונג און קאנטער קאמפיין, בפרט וואס מאסטער שטעלט זיך אפן ארויס מיט אן אומגינסטיגן בליק אויף חרדים בכלל, א שטייגער ווי זיין טוויט אז אפשר איז עמבער טעמבלין יא גערעכט.
מיין העשטעג וואלט געלאפן ווי פאלגנד: מאסטער_דאזענט_ספיק_פאר_מי_באט_הי_דעפענעטלי_העז_עי_פוינט_ענד_אוער_עדיוקעישאן_סיסטעם_סאקס_ענד_איז_לאדעקריס_ענד_דעינזשרעס

תורה ומדע » דינסטאג אפריל 10, 2018 9:05 am

· #399294
נפתלי מאסטער איז א מחלל שבת, און זיינע מעשים זענען גענוי דאס זעלבע ווי אללע משומדים לדורותיהם. ער רעדט נישט פאר קיינעם, און האט קיינעם נישט אינזינען, נאר נקמה צו נעמען אין זיין חסידות און משפחה. פאררעכטען אונזערע פראבלעמען איז א חוב קדוש, וביניהם איז פרנסה און שכר לימוד, חתונה מאכען, מוסדות התורה און ישיבות, וכו וכו. עדוקעישען איז גאר גאר וויכטיג, אבער נאכאלץ נאר איין חלק פון לעזען דעם פראבלעם. כידוע, אז אפילו דאקטורים און אדוואקאטען קענען נישט אויס האלטען צעהן קינדער און זיי חתונה מאכען בלי שום דאגה.

שושן פורים » דינסטאג אפריל 10, 2018 9:41 am

· #399297
תורה ומדע
נפתלי מאסטער איז א מחלל שבת, און זיינע מעשים זענען גענוי דאס זעלבע ווי אללע משומדים לדורותיהם. ער רעדט נישט פאר קיינעם, און האט קיינעם נישט אינזינען, נאר נקמה צו נעמען אין זיין חסידות און משפחה.

ווען א געוועזענע תפיסה זיצער עפנט א ארגאניזאציע צו העלפן יושבי חושך פארשטייען מיר אז ער מיינט בלויז זייער טובה.
ווען א געוועזענע חולה עפנט א ביקור חולים ארגאניזאציע העלפן מיר ארויס ווייל ער מיינט בלויז זייער טובה.

אבער ווען א געוועזענע סטודענט פון אונזערע אנשטאלטן פרובירט צו פארבעסערן א פראבלעם וואס מיר זענען אלע מודה אז עס עקזיסטירט אין גרויסן מוז מען איהם אונטערברענגען ווייל א מחלל שבת מיינט זיכער בלויז נקמה און זיכט אונז אונטערצוברענגען .........

שבת אחים » דינסטאג אפריל 10, 2018 9:43 am

· #399299
תורה ומדע
נפתלי מאסטער איז א מחלל שבת, און זיינע מעשים זענען גענוי דאס זעלבע ווי אללע משומדים לדורותיהם. ער רעדט נישט פאר קיינעם, און האט קיינעם נישט אינזינען, נאר נקמה צו נעמען אין זיין חסידות און משפחה. פאררעכטען אונזערע פראבלעמען איז א חוב קדוש, וביניהם איז פרנסה און שכר לימוד, חתונה מאכען, מוסדות התורה און ישיבות, וכו וכו. עדוקעישען איז גאר גאר וויכטיג, אבער נאכאלץ נאר איין חלק פון לעזען דעם פראבלעם. כידוע, אז אפילו דאקטורים און אדוואקאטען קענען נישט אויס האלטען צעהן קינדער און זיי חתונה מאכען בלי שום דאגה.


נא, דארף מען זוכן א "שומר שבת״ וואס זאל טוהן די זעלבע וואו מאוסטער. ווער וויל דען דעס טוהן? נאכדערצו אויב טובלט ער זיך אין די סיסטעם? כמעט קיינער נישט!

אונטער חכם » דינסטאג אפריל 10, 2018 10:15 am

· #399303
Re: לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער
שושן פורים
תורה ומדע
נפתלי מאסטער איז א מחלל שבת, און זיינע מעשים זענען גענוי דאס זעלבע ווי אללע משומדים לדורותיהם. ער רעדט נישט פאר קיינעם, און האט קיינעם נישט אינזינען, נאר נקמה צו נעמען אין זיין חסידות און משפחה.

ווען א געוועזענע תפיסה זיצער עפנט א ארגאניזאציע צו העלפן יושבי חושך פארשטייען מיר אז ער מיינט בלויז זייער טובה.
ווען א געוועזענע חולה עפנט א ביקור חולים ארגאניזאציע העלפן מיר ארויס ווייל ער מיינט בלויז זייער טובה.

אבער ווען א געוועזענע סטודענט פון אונזערע אנשטאלטן פרובירט צו פארבעסערן א פראבלעם וואס מיר זענען אלע מודה אז עס עקזיסטירט אין גרויסן מוז מען איהם אונטערברענגען ווייל א מחלל שבת מיינט זיכער בלויז נקמה און זיכט אונז אונטערצוברענגען .........

ווען א מחלל שבת וואלט פרובירט צו העלפן אידן אין תפיסה אדער חולים וואלסטו אפשר גערעכט געווען , אבער ווען ער פרובירט צו טוישן אונזער עדיוקעישאן מעג מען אננעמען אז ער מיינט אונזער גאנצער לעבנסשטייגער, וואס לשיטתו איז עס דאך נישט וויכטיג, און נאכדערצו ווען ער טוהט נאך זאכן וואס ווייזן אז ער האט אונז פיינט.

קורקלענד » דינסטאג אפריל 10, 2018 10:32 am

· #399308
אישתישבי

דא א איד, נפתלי מאסטער וואס האט זיך מקריב געוועהן פאר אונזערע קינדער, אלץ פאר דעם וואס ער האט מגלה געוועהן א חסרון אין אונזערע סיסטעם.

וואס פונקטליך האט מאסטער מקריב געווען פון זיך? מיר זעהט אויס ווי ער קויפט זיך איין כבוד און פרעסטיזש פון אזעלכע ווי אייך וואס מיינען אז ער מיינט טאקע דיין טובה. איך זעה נישט ביי איהם קיין שום מסירות נפש אדער סאקראפייס.

בכלל דיין התחלה איז פאלטש. שרייסט מי לה' אלי, זייט ווען רעפרעזענט מאסטער גאט'ס אגענדע? בעסער שריי מי למאסטער אלי..

שושן פורים » דינסטאג אפריל 10, 2018 10:42 am

· #399311
אונטער חכם
שושן פורים
תורה ומדע
נפתלי מאסטער איז א מחלל שבת, און זיינע מעשים זענען גענוי דאס זעלבע ווי אללע משומדים לדורותיהם. ער רעדט נישט פאר קיינעם, און האט קיינעם נישט אינזינען, נאר נקמה צו נעמען אין זיין חסידות און משפחה.

ווען א געוועזענע תפיסה זיצער עפנט א ארגאניזאציע צו העלפן יושבי חושך פארשטייען מיר אז ער מיינט בלויז זייער טובה.
ווען א געוועזענע חולה עפנט א ביקור חולים ארגאניזאציע העלפן מיר ארויס ווייל ער מיינט בלויז זייער טובה.

אבער ווען א געוועזענע סטודענט פון אונזערע אנשטאלטן פרובירט צו פארבעסערן א פראבלעם וואס מיר זענען אלע מודה אז עס עקזיסטירט אין גרויסן מוז מען איהם אונטערברענגען ווייל א מחלל שבת מיינט זיכער בלויז נקמה און זיכט אונז אונטערצוברענגען .........

ווען א מחלל שבת וואלט פרובירט צו העלפן אידן אין תפיסה אדער חולים וואלסטו אפשר גערעכט געווען , אבער ווען ער פרובירט צו טוישן אונזער עדיוקעישאן מעג מען אננעמען אז ער מיינט אונזער גאנצער לעבנסשטייגער, וואס לשיטתו איז עס דאך נישט וויכטיג, און נאכדערצו ווען ער טוהט נאך זאכן וואס ווייזן אז ער האט אונז פיינט.


דר מארטין לוטער קינג הצעיר ז"ל האט לכאורה אויך נאר געמיינט נקמה צו נעמען אין זיינע עלטערן וועלכע זענען געזעצן אינעם אינטערשטן טייל פונעם אויטאבאס.

וואלווי » דינסטאג אפריל 10, 2018 10:50 am

· #399317
מיר קענען נאך איינעם וואס דער נעים זמירות ישראל רימט אויס אלס א נוקם...

אונטער חכם » דינסטאג אפריל 10, 2018 11:14 am

· #399322
Re: לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער
שושן פורים


דר מארטין לוטער קינג הצעיר ז"ל האט לכאורה אויך נאר געמיינט נקמה צו נעמען אין זיינע עלטערן וועלכע זענען געזעצן אינעם אינטערשטן טייל פונעם אויטאבאס.


אויב האט ער פארפירט אז די רעגירונג דארף צווינגען די שווארצע צו געבן בעסערע עדיוקעישן האט ער אפשר טאקע דעיס געמיינט.

אישתישבי » דינסטאג אפריל 10, 2018 11:37 am

· #399336
קורקלענד
אישתישבי

דא א איד, נפתלי מאסטער וואס האט זיך מקריב געוועהן פאר אונזערע קינדער, אלץ פאר דעם וואס ער האט מגלה געוועהן א חסרון אין אונזערע סיסטעם.

וואס פונקטליך האט מאסטער מקריב געווען פון זיך? מיר זעהט אויס ווי ער קויפט זיך איין כבוד און פרעסטיזש פון אזעלכע ווי אייך וואס מיינען אז ער מיינט טאקע דיין טובה. איך זעה נישט ביי איהם קיין שום מסירות נפש אדער סאקראפייס.

בכלל דיין התחלה איז פאלטש. שרייסט מי לה' אלי, זייט ווען רעפרעזענט מאסטער גאט'ס אגענדע? בעסער שריי מי למאסטער אלי..


ער האט מקריב געוועהן זיין עתיד. ער וואלט געקענט מצליח זיין אין זיין פאך וואס ער האט זיך געלערנט. און ער איז עס מקריב פאר די וויכטיגע אגענדע פין דער נושא.

מיר איז נישט קיין חילוק צו ער האט פניות, שמחה פעלדער האט אפשר פניות לשם שמים, און אזוי אויך די פאר יורשים מנהיגים מיט מדות מגונות. איז טאמער זארגט איר פאר די כוונה פין דער מענטש, הייבט אהן צו זארגען אויף די כוונה פין שמחה פעלדער און ר' אהרן טייטלבוים.

און אויף דיין צווייטע הערה, נעמט אין אכט, איך זאג נישט מי לד' אל מאסטער,נאר מיט לד' אלי. מאסטער העלפט מיר און מיינע קינדער, דער אנגעריסענער שמחה פעלדער מאכט קאלע דער עתיד פין מיינע קינדער. און אזוי אויך די פאר רבי'ס.

און צום שלוס
SIMCHA_FELDER_DOES_NOT_TALK_FOR_ME

AND FOR MANY MANY OTHERS, AND NEITHER FOR THE BEST INTEREST OF MY CHILDREN

I WILL NOT VOTE FOR HIM AGAIN, AND I WILL TRY TO THE BEST OF MY POWER TO DISCOURAGE OTHERS FROM VOTING FOR HIM

קורקלענד » דינסטאג אפריל 10, 2018 12:11 pm

· #399341
נישט מאסטער און נישט פעלדער קענען רעדן פאר מיר. קיינע פון זיי רעפרעזענטירן נישט מיין אדער דיין אינטערעסע. ווידער אבער לדעתי טאר מען נישט אוועקנעמען סיי וועמענס פרייהייט אויף סיי וועלכע נושא. א טאטע דארף האבן רעכט מחנך צו זיין זיינע קינדער וויאזוי ער וויל. ווען די קינד ווערט עלטער מעג ער זיך וועלן וואס ער וויל. א טאטע זאל נישט געצווינגן ווערן אין סיי וועלכע פאל וויאזוי און מיט וואס מחנך צו זיין זיינע קינדער.

מאסטער וויל אוועקנעמען אונזער פרייע רעכטן. ווידער אין דער פאל האט פעלדער געברענגט מער פרייהייט צום טיש. איי וועסטו שרייען אז ס'נישט גוט פאר די עתיד פון דיינע קינדער, דעס איז נאר ווייל די האסט זיך אליין אויסגעוועהלט אריינצולייגן דיינע קינדער אין אזא מוסד. ס'דא אנדערע מוסדות וואס טוהן אַנדערש. נו אויב אזוי לייג זיי אריין אין א מוסד ווי זיי האבן א בעסערע עתיד. ביסט איבער אכצן און ס'דיינע קינדער, קיינער קען דיר נישט צווינגן ווי די זאלסט שיקן דיינע קינדער. ווילסט דווקא חסידיש, מאך אויף א חסידיש מוסד וואס טוהט אזויווי דיר געפעלט.

אישתישבי » דינסטאג אפריל 10, 2018 12:32 pm

· #399347
You hit the nail on it's head

אונז אלע חסידים זענען געצווינגן צו שיקען אונזערע קינדער אין אונזערע מוסדות ווי מען ציט זיי אויף צו זיין אזוי ווי אונז ווילען

דאס וואס מען לערנט נישט לימודי חול אין די מוסדות איז ריין פוילקייט, נישט ווייל טאטעס האבן עס פארלאנגט, און נישט ווייל עס האט מיט אידישקייט אדער חסידות.

ממילא האט שמחה פעלדער נישט געגעבען פרייהייט פאר עלטערען, נאר פרייהייט פאר אפאר ראשי העם אוועק צורויבען דער צוקנופט פין אונזערע קינדער.

דער סארט פרייהייט איז בכלל נישט קיין מעלה.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 10, 2018 12:33 pm

· #399348
אישתישבי: ייש"כ. איך האב נאכנישט אויספיעט אדורכצוליינען וואס די אנדערע מגיבים האבן געזאגט. אבער איך האב א קליינע באמערקונג. די אלע רבנים און מנהיגים און אנדערע מאכערס וועלכע זענען אזוי שטארק אקעיגן דעם פראגראם וואס נפתלי מאסטער וויל איינפיהרן צו פארבעסערן אונזערע עלעמענטארע ידיעות אין ענגליש און מאטעמאטיקס. און אנדערע וויכטיגע ידיעות וואס א מענטש דארף צו האבן כדי צו קענען עקזיסטירן אין די היינטיגע וועלט. אט די אלע מענטשן טראכטן אפילו נישט אריין אז די הויכע פראצענט פון גניבה און שווינדל וועלכע קומט פאר אויף פארשידענע שטאפלען ביים היימישן עולם, האט עפעס א שייכות מיט דעם מצב וואס א היימישער יונגערמאן האט כמעט נישט קיין אויסזיכטן צו ברענגען פרנסה און לעבן בהיתר ולא באיסור. הויפטזעכליך ווייל די מעגליכקייטן פון א גוט באצאלטן דזשאב זענען כמעט אינגאנצן פארמאכט פאר איהם. צוליעב זיין נישט האבן די עלעמענטארע בילדונג וואס מ'דארף צו האבן אין די היינטיגע טעכאנלאגישע אינדוסטריאלע וועלט...! זיי ברענגען נארישע און אומ-רעלעוואנטע ראיות פון דעם און יענעם גביר וועלכער איז אן אנאלפאבעט.

זיי ברענגען טעארעטישע משלים פון ביידע זייטן פון די מטבע. איינס, אז מ'קען זיין א געשוואלענער עם הארץ אין מילי דעלמא און דאך זיין אן עושר. פון די אנדערע זייט ברענגען זיי מעשיות פון שטארק עדיוקיר'טע מענשטן וועלכע דרייען זיך ארום אן פרנסה....! די אלע מעשיות קענען אפילו זיין טיילווייז אמת. אבער דאס איז געמאכט פאר א יוצא מן הכלל. אן עוורידזש, נארמאלער יונגערמאן וועלכער האט די ריכטיגע עדיוקעישן קען באקומען א גוט באצאלטן דזשאב. א מלאכה נקיה וקלה...!

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 10, 2018 12:44 pm

· #399349
אישתישבי
You hit the nail on it's head

אונז אלע חסידים זענען געצווינגן צו שיקען אונזערע קינדער אין אונזערע מוסדות ווי מען ציט זיי אויף צו זיין אזוי ווי אונז ווילען

דאס וואס מען לערנט נישט לימודי חול אין די מוסדות איז ריין פוילקייט, נישט ווייל טאטעס האבן עס פארלאנגט, און נישט ווייל עס האט מיט אידישקייט אדער חסידות.

ממילא האט שמחה פעלדער נישט געגעבען פרייהייט פאר עלטערען, נאר פרייהייט פאר אפאר ראשי העם אוועק צורויבען דער צוקנופט פין אונזערע קינדער.

דער סארט פרייהייט איז בכלל נישט קיין מעלה.

ולא פליגי. קורקלענד וויל אז איש תשבי זאל עפענען די מוסד און איש תשבי וויל אז קורקלענד זאל עפענען די מוסד.

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 10, 2018 12:46 pm

· #399350
דא אזעלכע וואס נעמען די שולד אויף זיך און אנדערע וואס לייגן אן די שולד אויף די מוסד. דער אמת איז אבער אז ס'איז זייער א דקות'דיגע ליין צווישן ווער ס'איז דער 'דיר' און ווער ס'איז דער 'מוסד'. איך זאג אין בינינך אלא עצלות בלבד.

אישתישבי » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:06 pm

· #399351
איך פארשטיי באמת נישט וואס די זאגסט, איך דארף עפענען א מוסד? פארוואס? זאל דער רבי וואס דאס איז זיין ליין, עס טוהן ווי עס באדארף צו זיין.

איך האב נישט קיין ספק, אז ווען עס וועלען זיך עפענען היימישע מוסדות וואס לערנען לימודי חול, וועלען די זעלבע רשעים פירען א קאמפיין קעגען די מוסדות און זיי רופען מאסטער מוסדות וכו'.

די רשעים דארף מען באמת עוקר מן השורש זיין, זיי זענען נביאי שקר, זאגען כאילו די תורה לאזט נישט לערנען לימודי חול, און עס איז פאטאלער ליגענט נאר עס צו מאכען גרינגער פאר זיי זעלבסט.

קורקלענד » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:12 pm

· #399353
טאמבל סאס

ולא פליגי. קורקלענד וויל אז איש תשבי זאל עפענען די מוסד און איש תשבי וויל אז קורקלענד זאל עפענען די מוסד.

קורקלענד גייט נישט אן וואס תשבי טוהט מיט זיינע בנים, זאל ער טוהן וויאזוי ער פארשטייט. וואס גייט איהם יא אהן אז תשבי זאל נישט דיקטירן מוסדות וואס זענען נישט זיינע. און אוודאי נישט דיקטירן דורך מאכן די רעגירונג צווינגן אונזערע מוסדות און מחנכים אויף זייערע סטאנדארטן. אז תשבי וכת דיליה ווילן אנדערש זאלן זיי זיך וועלן אן אנדער מוסד וואס שטימט לויט זייערע סטאנדארטן, אויב קען ער נישט טרעפן אזוינס קען ער אליינס מאכן איינס מיט די כת זיינע.

קאך_לעפל » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:15 pm

· #399354
איינער שיק מיר אצינד אין אישי אז 'אישתישבי' איז בגמטריא 'נפתלי מאנסטער'.

כ'האב נישט געהאט קיין געדולד אצינד עס אויסצורעכענען, אבער לדעתי דארף דער חשבן ניטאמאל זיין ריכטיג....

שושן פורים » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:37 pm

· #399358
קורקלענד
טאמבל סאס

ולא פליגי. קורקלענד וויל אז איש תשבי זאל עפענען די מוסד און איש תשבי וויל אז קורקלענד זאל עפענען די מוסד.

קורקלענד גייט נישט אן וואס תשבי טוהט מיט זיינע בנים, זאל ער טוהן וויאזוי ער פארשטייט. וואס גייט איהם יא אהן אז תשבי זאל נישט דיקטירן מוסדות וואס זענען נישט זיינע. און אוודאי נישט דיקטירן דורך מאכן די רעגירונג צווינגן אונזערע מוסדות און מחנכים אויף זייערע סטאנדארטן. אז תשבי וכת דיליה ווילן אנדערש זאלן זיי זיך וועלן אן אנדער מוסד וואס שטימט לויט זייערע סטאנדארטן, אויב קען ער נישט טרעפן אזוינס קען ער אליינס מאכן איינס מיט די כת זיינע.


כולי עלמא מודה אז אויב אין די ברוקלינע אומגעגנט אדער אפילו אין ווייטן טעקסעס זאל זיין א מוסלומענע מוסד וואס לערנט זשיהאד מיט די קינדערליך זאל די רעגירונג זיך אריינמישן נגד רצונם פון די עלטערן וואס האלטן אז דאס איז די בעסטע טובה פאר זייער קינד.

און ניין, איך קאמפעיר נישט אונזערע מוסדות צו דזשיהאד ניטאמאל אין חלום, אבער יעדער האלט אז ביי א געוויסע פונקט קען מען נישט צולאזן אז געוויסע זאכן זאלן אנגיין, און דאס מוז זיין באזירט אויף הארטע פאקטן און נומערן

נקודת-אמת » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:41 pm

· #399359
@אישתשבי
ווען נפתלי מאסטער וואלט טאקע נאר געוואלט אז אונזערע יואלי'ס זאלן קענען א פראפעשיאנאל ענגליש וואלסטו אפשר גערעכט געוועהן מיט'ן זיך אננעמען פאר עם
(ס'איז שוין א-אור-אלטע דרך צו מאכן דער רודף פאר א נרדף, {זעקת הקוזק הנגזל})

אבער אויף דעם וואס ער בעט מ'זאל פארלאנגען פון די היימישע מוסדות, ביטע בעט נישט אין נאמען פון אויבערשטן מ'זאל דיר העלפן.
(אפשר יאשקעלע וואלט זיך געפרייט ווען דו בעטסט דאס אין זיין נאמען... אפשר ער אויכעט נישט)

אנדערע וואס נעמען זיך אן פאר מאסטער וועגן די פראבלעמען וואס זענען פארהאן אין די מוסדות'ן
איז די זעלבע ווי זיך אננעמען פאר חיזבאללא ווייל זיי האבן אויכעט פיינט די ציונים...

גאנצל » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:43 pm

· #399360
איך זעי אז די גאנצע אישו איז דא איבער קענען ענגליש

איך מיין אז מען זאל ענדערש מאכן א קאמפיין אז אלע עלטערן זאלן זיך מאכן צייט און לערנען מיט די קינדער די ענגלישע שפראך והכל על מקומו יבוא אדער עכ"פ איבער גיין מיט די קינדער וואס זיי לערנען יא אין קלאס מער פון דעם זאל איינער עפענען פרייוועט סקולינג צוויי אדער דריי מאל א וואך

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:43 pm

· #399361
קורקלענד
טאמבל סאס

ולא פליגי. קורקלענד וויל אז איש תשבי זאל עפענען די מוסד און איש תשבי וויל אז קורקלענד זאל עפענען די מוסד.

קורקלענד גייט נישט אן וואס תשבי טוהט מיט זיינע בנים, זאל ער טוהן וויאזוי ער פארשטייט. וואס גייט איהם יא אהן אז תשבי זאל נישט דיקטירן מוסדות וואס זענען נישט זיינע. און אוודאי נישט דיקטירן דורך מאכן די רעגירונג צווינגן אונזערע מוסדות און מחנכים אויף זייערע סטאנדארטן. אז תשבי וכת דיליה ווילן אנדערש זאלן זיי זיך וועלן אן אנדער מוסד וואס שטימט לויט זייערע סטאנדארטן, אויב קען ער נישט טרעפן אזוינס קען ער אליינס מאכן איינס מיט די כת זיינע.

איך ווייס נישט אויב זיי זענען נישט זיינע. מוסדות געהערן נישט צו יחידים!

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:46 pm

· #399364
גאנצל
איך זעי אז די גאנצע אישו איז דא איבער קענען ענגליש

איך מיין אז מען זאל ענדערש מאכן א קאמפיין אז אלע עלטערן זאלן זיך מאכן צייט און לערנען מיט די קינדער די ענגלישע שפראך והכל על מקומו יבוא אדער עכ"פ איבער גיין מיט די קינדער וואס זיי לערנען יא אין קלאס מער פון דעם זאל איינער עפענען פרייוועט סקולינג צוויי אדער דריי מאל א וואך

אלץ הייבט זיך אן ביי זיך אליינס. ווערן זעלבסטשטענדיג און עקספעקטן ווייניגער. זאלן עלטערן זיך מאכן א צייט צו לערנען זיך אליינס ענגליש און רעכענען. זיך זוכן א דזשאב אין פעטמארק. און אויב ווארפט מען זייערע קינדער ארויס פון די מוסדות, זוכן פאר זיי אויך א דזשאב אין פעטמארק.

אישתישבי » דינסטאג אפריל 10, 2018 2:28 pm

· #399368
מכאן ראי' אז די גאנצע קאמפיין האט גארנישט מיט מאסטער, די רגע וואס איך זאג אז מאסטער איז גערעכט הייבט זיך אהן א קאמפיין קעגען מיר זעלבסט.

דער האט א גימטריא אויף מיין ניק, (די נענסטע ער קען גיין)
דער זאגט די מוסדות זענען נישט מיינע.

ומאלה נפוצו.

פלאצען זאלען ענק יושבי חושך, אבער איך מיט רוב טאטעס ווילען יא א חינוך הראוי וואס איז לעת עתה אריין געפאלן בגניבה צו יושבי חושך.

או די רגע וואס א גרופע עלטערען וועלען ארויסקומען עפענטליך קעגען די גניבה וועלען אלע יושבי חושך פאלען ווי די פליגן.

יושבי חושך איז בגימטריא נישט לערנען ענגלישע לימודים.

און בדרך אגב, די מוסדות זענען יא מיינע. גרייטס ענק צו פאר א שווערע קאמף, איך זיך עלטערען וואס זענען גרייט צו גיין צו די באאמטע רעדן וועגן דער מצב.

מי לד' אלי.

אונטער חכם » דינסטאג אפריל 10, 2018 2:37 pm

· #399370
Re: לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער
אין בארא פארק און אין מאנסי זענען דא מוסדות ווי מען לערנט אויס א גוטע ענגליש און אין וויליאמסבורג איז מסתמא אויך דא מוסדות וואס זענען בעסער אין דעם הינזיכט, די איינציגסטע עלטערן וואס האבן די רעכט זיך אפצורעדן זענען די מאנדראוער.

קורקלענד » דינסטאג אפריל 10, 2018 2:39 pm

· #399371
די ביסט נישט געקומען אהער שרייען אז מ'דארף בעסערע סעקולערע עדיוקאציע. ביסט געקומען שרייען יחי מאסטער, אויב אזוי מאי שנא תשבי מ'מאסטער?

אישתישבי » דינסטאג אפריל 10, 2018 2:46 pm

· #399374
אזוי? למשל ווי?

הייב אהן אין מיין הייליגע שטאט ווילי

קאך_לעפל » דינסטאג אפריל 10, 2018 2:51 pm

· #399375
[ציטאט אראפגענומען]


נישט ריכטיג:

ווען ערליכע אידן וואלטן אנגעהויבן א שטולע און רואיגע פארלאנג פאר די הנהלת המוסדות אז מ'זאל לערנען מער ענגליש, צוליב פרנסה אורזאכן אין שטארק מעגליך אז ס'וואלט ווען געווען דראסטישע ענדערונגען אין דעם הינזיכט.

דער פראבלעם איז: אז די עלטערן זיצן שטיל. און די משכילים, קאווע שטיבל שרייבער, מאנסטער, תשבי אד''ג מאכן די געוואלד. דאס שטינקט שוין פון פארדארבענע פיש איינגעווייקט אין איבער גענעכטיגטע מי רגלים.

דער לעזונג: די משכילים און טיפשים ווי מאנסטער שר''י מיט תשבי זאל גיין אין לעזזאל אריין. און די ערליכע עלטערן זאלן אנהייבן א תורה'דיגע און יושרדיגע קאמפיין, אן קיין מסירה, מידיע, אויפמערזאם-זיכעריי אד''ג.

אישתישבי » דינסטאג אפריל 10, 2018 3:07 pm

· #399377
די גיי לעזאזל

יעדער ווייסט וואס א ליגנער די און דיינס גלייכען זענען.

ווען עלטערן וואלטען פארלאנגט, בלא בלא, איך האב נייעס פאר דיר, איך און אנדערע האבן פארלאנגט.

און דא קען יעדער זעהן וואס די רופסט מיר א משכיל נאר פאר דער חטא פין פארלאנגען לימודי חול, איז וויאזוי קענען ערליכע עלטערען דאס פארלאנגן???? זיי ווערען תיכף געלעיבעלט דורך די רשעים פאר משכילים!!!!

עס איז נישטא קיין אנדערע מהלך נאר אױס רעדן אונזער וויי געשריי פאר די גאווערנמענט!!!!!


!!!!!!!מי לד' אלי!!!!!!

ווער עס וויל העלפען צו די חינוך פין אונזערע קינדער זאל זיך ווענדן צו אונז אין אישי, מען דארף נאר צען מענטשען!!!!!!

און די זאך וועט האבן א שטארקע תיקון אי"ה.

קורקלענד » דינסטאג אפריל 10, 2018 3:11 pm

· #399378
טאמבל סאס

איך ווייס נישט אויב זיי זענען נישט זיינע. מוסדות געהערן נישט צו יחידים!

ווער זאגט?

קורקלענד » דינסטאג אפריל 10, 2018 3:25 pm

· #399379
אישתישבי
אזוי? למשל ווי?

הייב אהן אין מיין הייליגע שטאט ווילי

האסט די פרייהייט צו שיקן צו סיי וועלכע מוסד. ווי אויך האסטו די פרייהייט צו גיין וואוינען און זיך באַזעצן אין סיי וועלכע שטאט די ווילסט. דעריבער אויב קענסטו נישט טרעפן אין ווילי א מוסד וואס איז איינשטימיג מיט דיינע סטאנדארטן דאן ביסטו פריי צו גיין וואוינען אין אן אנדער מקום מיט מוסדות וואס פיטן דיינע סטאנדארטן. פארגעס אויך נישט אז דו האסט אייביג די ברירה אויפצושטעלן אייגענע מוסדות.

קאך_לעפל » דינסטאג אפריל 10, 2018 3:26 pm

· #399380
אישתישבי
די גיי לעזאזל

יעדער ווייסט וואס א ליגנער די און דיינס גלייכען זענען.

ווען עלטערן וואלטען פארלאנגט, בלא בלא, איך האב נייעס פאר דיר, איך און אנדערע האבן פארלאנגט.

און דא קען יעדער זעהן וואס די רופסט מיר א משכיל נאר פאר דער חטא פין פארלאנגען לימודי חול, איז וויאזוי קענען ערליכע עלטערען דאס פארלאנגן???? זיי ווערען תיכף געלעיבעלט דורך די רשעים פאר משכילים!!!!

עס איז נישטא קיין אנדערע מהלך נאר אױס רעדן אונזער וויי געשריי פאר די גאווערנמענט!!!!!


!!!!!!!מי לד' אלי!!!!!!

ווער עס וויל העלפען צו די חינוך פין אונזערע קינדער זאל זיך ווענדן צו אונז אין אישי, מען דארף נאר צען מענטשען!!!!!!

און די זאך וועט האבן א שטארקע תיקון אי"ה.


ניין איך גיין נישט אויף קיין שום פאל קיין לעזאזל!

די ווייסט וואס ס'האט פאסירט מיט די ציגעלע יוה''כ ווען מ'האט אים געטראגן קיין לעזאזאל? ולא היה מגיע לחצי ההר, עד שנעשה איברים איברים...

קאך_לעפל » דינסטאג אפריל 10, 2018 3:28 pm

· #399381
"ווען עלטערן וואלטען פארלאנגט, בלא בלא, איך האב נייעס פאר דיר, איך און אנדערע האבן פארלאנגט."

אמת. ווייל די האסט פארלאנגט...דערפאר האט מען זיך אויסגעמכינט אויף דיר... קומענדיגע מאל שיק אן ערליכער איד....

אישתישבי » דינסטאג אפריל 10, 2018 3:44 pm

· #399383
הוא הדבר אשר דיברתי.
מען וויל לימודי חול, ווערט מען אויס ערליכער איד.


און איך האב נייעס פאר דער, די און דיינע יושבי חושך קליקע באשטימען נישט ווער עס איז א ערליכער איד. די תורה באשטימט.

די ביסט נישט בעסער ווי א נביא שקר, די ווייסט אז דיין רבי איז ראנג און נפתלי מאסטער איז גערעכט, ביסט נעבעך א קיצוני וואס האלט אז לתועלת ה'זאך מעג מען פרעדיגען שקרים.

שקר איז די יסוד פין די יושבי חושך.

קאך_לעפל » דינסטאג אפריל 10, 2018 3:46 pm

· #399384
אישתישבי
הוא הדבר אשר דיברתי.

און איך האב נייעס פאר דער, די און דיינע יושבי חושך קליקע באשטימען נישט ווער עס איז א ערליכער איד. די תורה באשטימט.

די ביסט א נביא שקר, די ווייסט אז דיין רבי איז ראנג און נפתלי מאסטער איז גערעכט, ביסט נעבעך א קיצוני וואס האלט אז לתועלת ה'זאך מעג מען פריעדיגען שקרים.


יעך הער וואס די זאגסט...

אלענפאלס, העוו עי נייס דעי...

קורקלענד » דינסטאג אפריל 10, 2018 4:39 pm

· #399388
אישתישבי

אונז אלע חסידים זענען געצווינגן צו שיקען אונזערע קינדער אין אונזערע מוסדות ווי מען ציט זיי אויף צו זיין אזוי ווי אונז ווילען

ווער צווינגט ענק חסידים?

אישתישבי

דאס וואס מען לערנט נישט לימודי חול אין די מוסדות איז ריין פוילקייט, נישט ווייל טאטעס האבן עס פארלאנגט, און נישט ווייל עס האט מיט אידישקייט אדער חסידות.

האסט געטראפן א שוואכקייט און אונזערע אנטשטאלטן קענסטו מאכן אייגענס. זעה צו די קענסט טוהן בעסער. איך בין זיכער אז די וועסט זיין זייער סוקסעספול אויב די האסט א מוסד וואס איז אידיש, חסידיש און די פארוואלטונג איז נישט פויל.

אישתישבי

ממילא האט שמחה פעלדער נישט געגעבען פרייהייט פאר עלטערען, נאר פרייהייט פאר אפאר ראשי העם אוועק צורויבען דער צוקנופט פין אונזערע קינדער.

די עלטערן'ס פרייהייט האט ער קיינמאל נישט גערירט, האסט אייביג געקענט טוהן וואס דו ווילסט און די קענסט ווייטער. איצט האבן די ראשי עם אויך פרייהייט. אז ס'דיר נישט גוט ווער אויך פון די ראשי ים.

אישתישבי

דער סארט פרייהייט איז בכלל נישט קיין מעלה.

יעדע סארט פרייהייטקען זיך ארויסשטעלן אלס א מעלה אבער א חסרון. די שאלה אויף פרייהייט איז נישט אנגעהאנגן אויף דעם צו ס'איז א חסרון אבער א מעלה, פרייהייט איז א נעסעסיטי! און פרייהייט קומט מיט אחריות, אז איינער האט נישט קיין אחריות אדער אויב איינער קען זיך נישט איבערקומען צו טוהן ריכטיג איז עס זיין פערזענליכע פראבלעם.

ביבער » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:01 pm

· #399389
אישתישבי
די גיי לעזאזל

יעדער ווייסט וואס א ליגנער די און דיינס גלייכען זענען.

ווען עלטערן וואלטען פארלאנגט, בלא בלא, איך האב נייעס פאר דיר, איך און אנדערע האבן פארלאנגט.

און דא קען יעדער זעהן וואס די רופסט מיר א משכיל נאר פאר דער חטא פין פארלאנגען לימודי חול, איז וויאזוי קענען ערליכע עלטערען דאס פארלאנגן???? זיי ווערען תיכף געלעיבעלט דורך די רשעים פאר משכילים!!!!

עס איז נישטא קיין אנדערע מהלך נאר אױס רעדן אונזער וויי געשריי פאר די גאווערנמענט!!!!!


!!!!!!!מי לד' אלי!!!!!!

ווער עס וויל העלפען צו די חינוך פין אונזערע קינדער זאל זיך ווענדן צו אונז אין אישי, מען דארף נאר צען מענטשען!!!!!!

און די זאך וועט האבן א שטארקע תיקון אי"ה.


וואס גייסטו טהון מיט די צען מענטשן?

אישתישבי » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:10 pm

· #399390
די מוסדות זענען בכלל נישט פריוואטע מוסדות, עס געהערט לנו ולבנינו, זיי זענען געפאנדעד דורך דער פאבליק און געהערט פאר די פאבליק.

ממילא זאג איך פארקערט, טאמער איינער איז פויל און וויל דווקא פירען א מוסד אהן ענגלישע לימודים זאל ער זיך אפטראגן פין די הנהלת המוסדות און זיך גיין זוכען עפעס אנדערש פאר פרנסה, לאז אונז און אונזערע קינדער געמאכט.

קורקלענד » דינסטאג אפריל 10, 2018 5:38 pm

· #399393
אישתישבי
די מוסדות זענען בכלל נישט פריוואטע מוסדות, עס געהערט לנו ולבנינו, זיי זענען געפאנדעד דורך דער פאבליק און געהערט פאר די פאבליק.

ממילא זאג איך פארקערט, טאמער איינער איז פויל און וויל דווקא פירען א מוסד אהן ענגלישע לימודים זאל ער זיך אפטראגן פין די הנהלת המוסדות און זיך גיין זוכען עפעס אנדערש פאר פרנסה, לאז אונז און אונזערע קינדער געמאכט.


איך ווייס נישט פארוואס די טראכסט אז די מוסדות זענען נישט פריוואט, אדער פון וואו די נעמסט אז ס'געהערט לנו ולבנינו. דארט ליגט דיין טעות. נעם עס דיר גוט אריין אין קאפ וועסטו עס אסאך בעסער פארשטיין. די מוסדות זענען יא פריוואט, די מוסדות זענען בעיקר באזירט אויף רעליגיעזע לימודים. און אז ס'געפעלט דיר נישט מאך א מוסד וואס באלאנגט פארן ציבור.

דעס אז די ציבור פאנדעט זיי מיינט בכלל נישט אז ס'ווערט נכסי ציבור.

גלויבער » דינסטאג אפריל 10, 2018 6:47 pm

· #399399
גא''מ צו די ווערטער פונעם פותח האשכול. מיר דארפן א בעסערע עדיוקעישן פאר אונזערע קינדער.
פאר מאסטער קומט זיך קרעדיט פארן טוהן. יישר כח וכה לחי.
פונקט ווי איך גיב קרעדיט פאר נחום ראזענבערג פארן טוהן עפעס וואס איז וויכטיג נישט קיין חילוק צו איך האלט יא פון זיין וועג צו נישט, די זעלבע געב איך קרעדיט פאר מאסטער פארן טוהן עפעס וואס יעדער נארמאלער מענטש האלט אז ס'איז וויכטיג נאר מען האט מורא צו טוהן

איך אויך » דינסטאג אפריל 10, 2018 6:56 pm

· #399401
'יושבי חושך' הממ סאונד עפעס גאר קענטיג...מיין שאלה איז וויפיל נאך ניקס דער טיפש מרחם אנטיסעמיט וועט נאך דארפן עפענען ביז ער וועט איינזעהן אז קיין ערליכע איד גיבט נישט קיין שטילע צו ער האלט יא פון עפעס אדער נישט.

בן אדם » דינסטאג אפריל 10, 2018 7:03 pm

· #399403
.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 10, 2018 7:05 pm

· #399404
טאמבל סאס

אלץ הייבט זיך אן ביי זיך אליינס. ווערן זעלבסטשטענדיג און עקספעקטן ווייניגער. זאלן עלטערן זיך מאכן א צייט צו לערנען זיך אליינס ענגליש און רעכענען. זיך זוכן א דזשאב אין פעטמארק. און אויב ווארפט מען זייערע קינדער ארויס פון די מוסדות, זוכן פאר זיי אויך א דזשאב אין פעטמארק.

👍 👍 👍
ענדליך רעדט דא איינער צום זאך.

yatzmachp » דינסטאג אפריל 10, 2018 7:18 pm

· #399405
אישתישבי
איך פארשטיי באמת נישט וואס די זאגסט, איך דארף עפענען א מוסד? פארוואס? זאל דער רבי וואס דאס איז זיין ליין, עס טוהן ווי עס באדארף צו זיין.

איך האב נישט קיין ספק, אז ווען עס וועלען זיך עפענען היימישע מוסדות וואס לערנען לימודי חול, וועלען די זעלבע רשעים פירען א קאמפיין קעגען די מוסדות און זיי רופען מאסטער מוסדות וכו'.

די רשעים דארף מען באמת עוקר מן השורש זיין, זיי זענען נביאי שקר, זאגען כאילו די תורה לאזט נישט לערנען לימודי חול, און עס איז פאטאלער ליגענט נאר עס צו מאכען גרינגער פאר זיי זעלבסט.


איך וויל מקדים זיין, פאר דו ניצט דיינע שיינע לשונות וואס מען האט דיך אויסגעלערנט אין ישיבה, אז דו ביזטו אייביג גערעכט און אויב דו זעסט עפעס קעגן דיר בין איך מבטל מיינע רייד פאר דיר.

על פי סוד זאלסטו וויסן אז עס איז דא מער ווי איין חסידישע מוסד וואס לערנט אסאך לימודי חול, און זיי וועלן גערן ארייננעמען דיינע קינדער.

yatzmachp » דינסטאג אפריל 10, 2018 7:23 pm

· #399406
שושן פורים
קורקלענד
טאמבל סאס

ולא פליגי. קורקלענד וויל אז איש תשבי זאל עפענען די מוסד און איש תשבי וויל אז קורקלענד זאל עפענען די מוסד.

קורקלענד גייט נישט אן וואס תשבי טוהט מיט זיינע בנים, זאל ער טוהן וויאזוי ער פארשטייט. וואס גייט איהם יא אהן אז תשבי זאל נישט דיקטירן מוסדות וואס זענען נישט זיינע. און אוודאי נישט דיקטירן דורך מאכן די רעגירונג צווינגן אונזערע מוסדות און מחנכים אויף זייערע סטאנדארטן. אז תשבי וכת דיליה ווילן אנדערש זאלן זיי זיך וועלן אן אנדער מוסד וואס שטימט לויט זייערע סטאנדארטן, אויב קען ער נישט טרעפן אזוינס קען ער אליינס מאכן איינס מיט די כת זיינע.


כולי עלמא מודה אז אויב אין די ברוקלינע אומגעגנט אדער אפילו אין ווייטן טעקסעס זאל זיין א מוסלומענע מוסד וואס לערנט זשיהאד מיט די קינדערליך זאל די רעגירונג זיך אריינמישן נגד רצונם פון די עלטערן וואס האלטן אז דאס איז די בעסטע טובה פאר זייער קינד.

און ניין, איך קאמפעיר נישט אונזערע מוסדות צו דזשיהאד ניטאמאל אין חלום, אבער יעדער האלט אז ביי א געוויסע פונקט קען מען נישט צולאזן אז געוויסע זאכן זאלן אנגיין, און דאס מוז זיין באזירט אויף הארטע פאקטן און נומערן


זייער גוט. די פונקט איז די זעלבע פונקט ווי די פרייהייט פון רעדן און שרייבן. די סופרים קארט האט שוין אויף דעם געפסקנט אז די פונקט איז, רופן פאר גוואלד טאטן אין פאקט. דאס איז א זאך וואס איז זייער קלאר צו פארשטיין און עס האט נישט קיין גרעי עריעס. ביז אהין דארף מען זיין בארעכטיקט זיך צו פירן ווען און ווי אזוי מען וויל.

yatzmachp » דינסטאג אפריל 10, 2018 7:26 pm

· #399407
גאנצל
איך זעי אז די גאנצע אישו איז דא איבער קענען ענגליש

איך מיין אז מען זאל ענדערש מאכן א קאמפיין אז אלע עלטערן זאלן זיך מאכן צייט און לערנען מיט די קינדער די ענגלישע שפראך והכל על מקומו יבוא אדער עכ"פ איבער גיין מיט די קינדער וואס זיי לערנען יא אין קלאס מער פון דעם זאל איינער עפענען פרייוועט סקולינג צוויי אדער דריי מאל א וואך


איך האב שוין געשריבן אויף אן אנדער פלאץ. א אינגערמאן וואס זאגט אז די איינציגסטע זאך וואס האלט אים אפ פון ווערן אן ענדזשעניר איז די שפראך, באלאנגט אויף וועל פעיר. פעריאד.

yatzmachp » דינסטאג אפריל 10, 2018 7:35 pm

· #399409
אישתישבי
מכאן ראי' אז די גאנצע קאמפיין האט גארנישט מיט מאסטער, די רגע וואס איך זאג אז מאסטער איז גערעכט הייבט זיך אהן א קאמפיין קעגען מיר זעלבסט.


מאכסט א גרויסן טעות, איר זענט זייער קאנפיוזד. די מערכה קעגן אייך איז אן אלטער, פשוט ווייל איר רעדט געווענליך נישט צום זאך. אין קיין שום ענין נישט דווקא יעצט. איר שרייבט אן שום לאגיק און שכל. רוב פון אייערע מסקנות איז נישט קאנעקטעד צו לאגיק און עס איז זייער שווער צו פארשטיין, און נאך שווערער אייך צו ענטפערן. מיט אייך איז אלעס, טענו לו בחיטין, והודו לו בזכר קדשו. עס האט זיך נישט אנגעהויבן ביי דיזען טעזע.

אויב עס געפעלט אייך נישט וואס איך שרייב, צו איך צוריק פון וואס איך האב געשריבן ווייל איר זענט ממילא גערעכט. והשם הטוב יכפר לי. איך בעט אייך איבער.

yatzmachp » דינסטאג אפריל 10, 2018 7:43 pm

· #399410
קאך_לעפל
"ווען עלטערן וואלטען פארלאנגט, בלא בלא, איך האב נייעס פאר דיר, איך און אנדערע האבן פארלאנגט."

אמת. ווייל די האסט פארלאנגט...דערפאר האט מען זיך אויסגעמכינט אויף דיר... קומענדיגע מאל שיק אן ערליכער איד....


נישט נאר דאס, ווען ער וויל ווען אמתדיג וואלט ער פשוט געהייערט א פראפעשענעל זאל קומען צו זיין היים פון פיר ביז זעקס יעדן נאכמיטאג, און זיינע קינדער וואלטן געווארן גאונים און שפעטער עשירים, ער וואלט זיך קיינמאל נישט געדארפט שפארן געלט פאר רעטייערמענט ווייל מיט אזעלכע רייכע קינדער וואלט ער געקענט פרי רעטייערן.

היכי דמי » דינסטאג אפריל 10, 2018 9:35 pm

· #399419
אז די עדיוקעישן איז שוואך איז א פאקט! מאנכע האלטן אז אזוי קומט און אנדערע האלטן אז עס דארף א פארבעסערונג. יעדער איז בארעכטיגט צו האלטן וויאזוי ער וויל, אבער נוץ נישט קיין שקרים צו קאנווינסען מענטשן זאלן האלטן ווי דיר, צו די פאקט איז א גוטע אדער נישט.

עס טוט מיר באמת וויי אז מען איז צוגעקומען צו אזא מאמענט ווי עס הערשט אזא צוריסעניש אין כלל ישראל, און די גאנצע מחלוקה איז פשוט ווייל עס שמעקט אונז נישט ווער די לוחם איז. דאס הייסט אז יעדער וויל אדער קען באשטיין אז מען זאל לערנען מער, אבער אינעם איצטיגן תקופה טאר מען נישט רעדן אדער האלטן אזוי ווייל איינער נפתלי מאסטער האט א קאמפיין, און אונז האלטן נישט פון די פארשוין מאיזה סיבה שהוא...

יעדע מאל וואס איך גיי אריין אין באנק שעם איך זיך פונעם ארבעטאר אז מיין אייגענע אונטערשריפט קען איך נישט שרייבן, פשוט ווייל די גוטע עדיוקעשן וואס אונז באקומען נישט. עס איז העכסט צייט אנצוהייבן לערנען מיט די קינדער לימודים וואס וועט זיי צוניץ קומען אויף א טאג טעגליכע פארנעם.

#מאסטער רעדט נישט פאר מיר אבער די עסקנים אויך נישט!
בלאט: 1 2 3