☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער

לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער

108 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12220
בלאט: 1 2 3

yatzmachp » דינסטאג אפריל 10, 2018 10:41 pm

· #399423
היכי דמי
...

יעדע מאל וואס איך גיי אריין אין באנק שעם איך זיך פונעם ארבעטאר אז מיין אייגענע אונטערשריפט קען איך נישט שרייבן, פשוט ווייל די גוטע עדיוקעשן וואס אונז באקומען נישט. עס איז העכסט צייט אנצוהייבן לערנען מיט די קינדער לימודים וואס וועט זיי צוניץ קומען אויף א טאג טעגליכע פארנעם.

#!


דו ביזט אדער א שקרן (מגזם) אדער לערנינג דיסעיבעלד אדער סתם אזוי ריטארדעד. מן הסתם אלע דריי (אישתישבי)

אישתישבי » דינסטאג אפריל 10, 2018 11:38 pm

· #399429
הא הא. דאס ליצנות וואקסט פין מינוט צו מינוט. דער יצמח האלט עס נעבעך נישט אויס, און שיסט פין אונטען ארויס!!!!!

גיבט אלע א קוק וואס אונזערע מוסדות קענען צושטעלן, א יצמח, עטס הערט??? א יצמח, ניצט זיין מחילה צו שרייבען דא אויף קאווע שטיבל!!!! און עס קומט ארויס זיין גאנצע זאק מיט ספיבאלס וואס ער האט נישט באוויזן צו שיסן אויף דער ענגליש טיטשער.

לא די ער האט נעבעך נישט עפעס צו ענפערן, מוז ער מיך מאכן פאר א משכיל!!!! נעבעך, קיין בעסערע דעפענס ליניע האט ער נעבעך נישט!!!!! אבער להוסיף במחילתו לייגט ער צו פין זיין פאדערשטע טייל, אז איך רעד קיינמאל נישט צו דער זאך!!!!! אלץ פארוואס??? ווייל אונז האבן דא א דיסאגרימענט. נעבעך אויף אייך ר' יצמח.

צום שלוס, אזוי טענה'ט מען זיך נישט. האסט עפעס צו זאגן צום דבר, רעד, מיט טענות דורך מיר פערזענליך אראפ רייסען וועט איר נישט געווינען, אויסער ווייזען אז דער קאמפיין איז נעבעך גאר שטארק נוגע ללבך, עס טוט מיר לייד, אבער מען געווינט נישט אזוי!!!! ווילסט געווינען???? שרייב עפעס שיין. און געדענק איך רייס נישט אראפ קיינעם פאר האבן אן אנדערע מיינונג, און האלט דיר צו דעם אויב די ווילסט רעספעקט אויף דער ניק.

שבת אחים » מיטוואך אפריל 11, 2018 1:54 am

· #399435
yatzmachp
היכי דמי
...

יעדע מאל וואס איך גיי אריין אין באנק שעם איך זיך פונעם ארבעטאר אז מיין אייגענע אונטערשריפט קען איך נישט שרייבן, פשוט ווייל די גוטע עדיוקעשן וואס אונז באקומען נישט. עס איז העכסט צייט אנצוהייבן לערנען מיט די קינדער לימודים וואס וועט זיי צוניץ קומען אויף א טאג טעגליכע פארנעם.

#!


דו ביזט אדער א שקרן (מגזם) אדער לערנינג דיסעיבעלד אדער סתם אזוי ריטארדעד. מן הסתם אלע דריי (אישתישבי)


פארוואס זאגסטו אזוי? לויט זיין תגובה וואס ער האט געשריבן איז ער נישט ריטארדעד און נישט לערנינג דיסעיבעלד. ער שרייבט זייער נארמאל און שיין און ספעילט בעסער פון דיר און פון מיר. דו אטאקירסט אים סתם אזוי!

ער האט א שטארקע טענה. ער איז גערעכט. איך קען זייער אסאך אזויווי אים. רוב חסידים, מיך אריינגערעכנט קענען נישט געהריג שרייבן סקריפט. איך האב מיך הערשט ממש לעצטענס ביי די פערציג אנגעהויבן צו קענען ליינען און שרייבן סקריפט. אפילו כהאב געליינט שוין אסאך ביכער אין ענגליש און כמיין אז ענגליש קען אויך שוין היינט. נאכן זיך מוטשענען וואו א בהמה פאר יאהרן לאנג און זיך ברעכן די ציין אויף די ניו יארק טיימס יעדן טאג האב איך עס מעהר און מעהר געכאפט. אבער פארוואס איז נישט מעגליך וואס ער שרייבט? רוב חסידים קענען נישט די מינדעסטע ענגליש און אפילו זיי וואוינען דא שוין אפאר דורות רעדן זיי ענגליש ערגער ווי די אימגראנטן. דעס איז נישט נארמאל און נישט לטובת קיינעם. אז משיקט א קינד אין שולע דארף מען אים אויך אויסלערנען און אנגרייטן אויף שפעטער אין לעבן אז ווען ער גייט ארויס אויף די גאס צוברענגן פרנסה זאל ער כאטש וויסן וויאזוי אפצווישן די נאז און אין וועלכע בארא ער וואוינט. רוב אינגלייט וואס קומען ארויס פון די חרדישע סיסטעם האבן נישט קיין שום פיוטשער חוץ אויב זיי זענען פונקט געבוירן ביי רייכע עלטערן. סאיז א שרעק וואס גייט פאר. מאוסטער אהער מאוסטער אהין. מחלל שבת, שומר שבת. אלעס גיטע תירוצים. למעשה איז ער הונדערט פראצענט גערעכט. ענק שיסן די מעסענדזשער...

אידיש האט נאך א פראבלעם. יעדע שפראך קען מען היינט איבערטייטשן אויף גוגל. די אידיש וואס זיי נוצן איז עפעס א פוילישע יודישיסטע דילעקט וואס מהאט גענוצט 300 יאר צוריק. היינטיגע אידיש האט ניטאמאל א דיקשאונערי-גארנישט! וואס איך פלעג אלץ טוהן איז עס איבערטיישטן אויף עברית. און אז איינער קען נישט קיין עברית איז ער אויף צרות.

אייניקעל » מיטוואך אפריל 11, 2018 10:38 am

· #399446
עלטערן פעטיציע פאר א בעסערע חינוך
אט האט זיך געעפענט א נייע פעטיציע דורך עלטערן וואס ווילן אז זייער שטימע זאל געהערט ווערן
די חתימות קענען נישט געזען ווערן
כה לחי!

<a class="postlink" href="https://www.change.org/p/haredim-need-better-education">https://www.change.org/p/haredim-need-better-education</a>

yatzmachp » מיטוואך אפריל 11, 2018 12:04 pm

· #399452
אישתישבי
הא הא. דאס ליצנות וואקסט פין מינוט צו מינוט. דער יצמח האלט עס נעבעך נישט אויס, און שיסט פין אונטען ארויס!!!!!

גיבט אלע א קוק וואס אונזערע מוסדות קענען צושטעלן, א יצמח, עטס הערט??? א יצמח, ניצט זיין מחילה צו שרייבען דא אויף קאווע שטיבל!!!! און עס קומט ארויס זיין גאנצע זאק מיט ספיבאלס וואס ער האט נישט באוויזן צו שיסן אויף דער ענגליש טיטשער.

לא די ער האט נעבעך נישט עפעס צו ענפערן, מוז ער מיך מאכן פאר א משכיל!!!! נעבעך, קיין בעסערע דעפענס ליניע האט ער נעבעך נישט!!!!! אבער להוסיף במחילתו לייגט ער צו פין זיין פאדערשטע טייל, אז איך רעד קיינמאל נישט צו דער זאך!!!!! אלץ פארוואס??? ווייל אונז האבן דא א דיסאגרימענט. נעבעך אויף אייך ר' יצמח.

צום שלוס, אזוי טענה'ט מען זיך נישט. האסט עפעס צו זאגן צום דבר, רעד, מיט טענות דורך מיר פערזענליך אראפ רייסען וועט איר נישט געווינען, אויסער ווייזען אז דער קאמפיין איז נעבעך גאר שטארק נוגע ללבך, עס טוט מיר לייד, אבער מען געווינט נישט אזוי!!!! ווילסט געווינען???? שרייב עפעס שיין. און געדענק איך רייס נישט אראפ קיינעם פאר האבן אן אנדערע מיינונג, און האלט דיר צו דעם אויב די ווילסט רעספעקט אויף דער ניק.


דו ביזט הונדערט פראצענט גערעכט. חטאתי, עוויתי, פשעתי. זיי מיר מוחל.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 11, 2018 12:21 pm

· #399462
אייניקעל
אט האט זיך געעפענט א נייע פעטיציע דורך עלטערן וואס ווילן אז זייער שטימע זאל געהערט ווערן
די חתימות קענען נישט געזען ווערן
כה לחי!

<a class="postlink" href="https://www.change.org/p/haredim-need-better-education">https://www.change.org/p/haredim-need-better-education</a>

אט האט זיך געעפענט א נייע ארגאניזאציע פאר עלטערן וואס ווילן געבן אן עדוקעישן פאר זייערע קינדער
די איינגעשריבענע קענען נישט געזען ווערן. סטריקטלי קאנפידענטשל.
כה לחי!

<a class="postlink" href="http://www.wehnered.com/course-providers-overview/">http://www.wehnered.com/course-providers-overview/</a>

<a class="postlink" href="https://www.khanacademy.org/">https://www.khanacademy.org/</a>

#תהיה_חכם,_לא_צודק

#אם_אין_אני_לי_מי_לי

קורקלענד » מיטוואך אפריל 11, 2018 3:46 pm

· #399476
דיזע אשכול איז נישט אויפגעמאכט געווארן אויפצוקומען און אדורך צו שמיעסן פראקטישע אופנים וויאזוי אונזער אויפקומענדע יוגענט זאלן זיך קענען ערווארבן א בעסערע סעקולערע קענטעניס. דיזע אשכול איז נאר צו שטיצן מאסטער'ס טונקעלע אגענדע איינצופירן גזירות בכפיה ומסירה כנגד רצון הכלל.

קורקלענד » מיטוואך אפריל 11, 2018 11:08 pm

· #399506
שבת אחים

ער האט א שטארקע טענה. ער איז גערעכט. איך קען זייער אסאך אזויווי אים. רוב חסידים, מיך אריינגערעכנט קענען נישט געהריג שרייבן סקריפט. איך האב מיך הערשט ממש לעצטענס ביי די פערציג אנגעהויבן צו קענען ליינען און שרייבן סקריפט. אפילו כהאב געליינט שוין אסאך ביכער אין ענגליש און כמיין אז ענגליש קען אויך שוין היינט. נאכן זיך מוטשענען וואו א בהמה פאר יאהרן לאנג און זיך ברעכן די ציין אויף די ניו יארק טיימס יעדן טאג האב איך עס מעהר און מעהר געכאפט. אבער פארוואס איז נישט מעגליך וואס ער שרייבט? רוב חסידים קענען נישט די מינדעסטע ענגליש און אפילו זיי וואוינען דא שוין אפאר דורות רעדן זיי ענגליש ערגער ווי די אימגראנטן. דעס איז נישט נארמאל און נישט לטובת קיינעם. אז משיקט א קינד אין שולע דארף מען אים אויך אויסלערנען און אנגרייטן אויף שפעטער אין לעבן אז ווען ער גייט ארויס אויף די גאס צוברענגן פרנסה זאל ער כאטש וויסן וויאזוי אפצווישן די נאז און אין וועלכע בארא ער וואוינט. רוב אינגלייט וואס קומען ארויס פון די חרדישע סיסטעם האבן נישט קיין שום פיוטשער חוץ אויב זיי זענען פונקט געבוירן ביי רייכע עלטערן. סאיז א שרעק וואס גייט פאר. מאוסטער אהער מאוסטער אהין. מחלל שבת, שומר שבת. אלעס גיטע תירוצים. למעשה איז ער הונדערט פראצענט גערעכט. ענק שיסן די מעסענדזשער...

אידיש האט נאך א פראבלעם. יעדע שפראך קען מען היינט איבערטייטשן אויף גוגל. די אידיש וואס זיי נוצן איז עפעס א פוילישע יודישיסטע דילעקט וואס מהאט גענוצט 300 יאר צוריק. היינטיגע אידיש האט ניטאמאל א דיקשאונערי-גארנישט! וואס איך פלעג אלץ טוהן איז עס איבערטיישטן אויף עברית. און אז איינער קען נישט קיין עברית איז ער אויף צרות.


איך ווייס נישט אין וועלכע יאר הונדערט איר לעבט. אבער היינט צוטאגס לערענט מען שוין כמעט נישט 'סקריפּט' אין די סעקולערע וועלט אויך נישט. ס'נישט אפי' קיין חלק פון די 'קאמאן קאור' ספעציפיקאציעס. 'סקריפּט' איז א שטארק צוריק געשטאנענער מעטאדע פון שרייבן אדער לייענען, היינט צוטאגס איז אלעס עלעקטראניש, דאס ביסל וואס מ'שרייבט איז אין 'פּרינט'.

בנוגע גוגל טראנסלעיט אויף אידיש, איז עס גראדע יא גאנץ מאדערן און אהערגעשטעלט, ווי אויך איז עס גאנץ פיין בעהאווענט אין אונזער דייעלעקט. די פראבלעם איז א ענגליש פארמאגט פיל מער ווערטער ווי אידיש, און נישט אלע ענגלישע ווערטער האבן א ווארט אין אידיש.

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 1:36 pm

· #399573
זאגסט אז מען זאל אויסלערנען די קינדער ניצען טראנסלעיטער און פטור אן עסק?

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 1:43 pm

· #399574
אישתישבי
זאגסט אז מען זאל אויסלערנען די קינדער ניצען טראנסלעיטער און פטור אן עסק?

זאג נאר, אידיש האסטו יא געלערנט? ס'זעהט נישט אויס ווי דו פארשטייסט אידיש. וואו האב איך געזאגט אז ס'גענוג אז מען ניצט א טראנסלעיטער?

שלום על ישראל » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 4:09 pm

· #399584
קורקלענד
זאג נאר, אידיש האסטו יא געלערנט? ס'זעהט נישט אויס ווי דו פארשטייסט אידיש. וואו האב איך געזאגט אז ס'גענוג אז מען ניצט א טראנסלעיטער?

אגב, דאס איז א באזונדערע ווי-געשריי. פארוואס לערנט מען נישט קיין אידיש מיט אונזערע קינדער?! מ'זוכט א א.ט.ד. וואלענטיר וואס זאל ארויסקומען דערפאר, כדי די פוילע מעמבערס פון די מלמדים שטיבל זאלן קענען אפענטפערן אז יעצט איז נישט די צייט צו רעדן דערפון צוליב די אידישיסטן...

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 4:20 pm

· #399585
לשון קודש לערנט מען אויך נישט

שלום על ישראל » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 4:23 pm

· #399586
קאצקע ציקער
לשון קודש לערנט מען אויך נישט

דארט האט מען די אלערגיע פאר דוקדק... בקיצור, א תירוץ פאר אלעמען, יענער איז דער שונא ישראל אדער סעלף העיטינג...

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 4:39 pm

· #399590
און בכלל , די רגע מען ווערט בר מצווה אנדערע אביסל שפעטער ביי ישיבה קטנה לערנט מען נישט קיין ווארט קיין סעקולער לימודים פארוואס אין דער וועלט?
פארוואס זאל מען נישט לערנען אין די ישיבות ביזנעס און פונאנץ שרייבן קאמפיוטער פראגרעמס וכו' וכו'

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 4:56 pm

· #399593
קורקלענד
אישתישבי
זאגסט אז מען זאל אויסלערנען די קינדער ניצען טראנסלעיטער און פטור אן עסק?

זאג נאר, אידיש האסטו יא געלערנט? ס'זעהט נישט אויס ווי דו פארשטייסט אידיש. וואו האב איך געזאגט אז ס'גענוג אז מען ניצט א טראנסלעיטער?


בארואיגט אייך. כ'האב נאר מציע געווען, נישט געזאגט אז די זאגסט. האלסטו אז עס נישט קיין סאלושען? שרייב ניין און פארטיג. רעגט אייך נישט אזוי.

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 4:58 pm

· #399594
שלום על ישראל
קאצקע ציקער
לשון קודש לערנט מען אויך נישט

דארט האט מען די אלערגיע פאר דוקדק... בקיצור, א תירוץ פאר אלעמען, יענער איז דער שונא ישראל אדער סעלף העיטינג...


רוב אינגעלייט קומען ארויס בלא כתב ולשון. דער מיעוט וואס יא, איז עס פין שרייבן שיעורים, און זיי האבן זיך אליין געלערענט, די וואס פארשטייען נישט קיין שיעורים, אדער דארפען אנווייזונגען, פארגעס, זיי קענען נישט שרייבן קיין צוויי שורות פאר א בר מצוה פרעזענט.

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 5:37 pm

· #399601
שיעורים איז דאך א חלק פונעם סיסטעם. יעדער מיז לערנען שיעורים. ווי ווייט איך ווייס דארף יעדער שרייבן נאטעס פון די שיעורים. אויף די בחינות דארף מען ווידער קענען שרייבן. ס'איז מער ווי מיעוט וואס קען שרייבן.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 6:25 pm

· #399608
אישתישבי

רוב אינגעלייט קומען ארויס בלא כתב ולשון. דער מיעוט וואס יא, איז עס פין שרייבן שיעורים, און זיי האבן זיך אליין געלערענט, די וואס פארשטייען נישט קיין שיעורים, אדער דארפען אנווייזונגען, פארגעס, זיי קענען נישט שרייבן קיין צוויי שורות פאר א בר מצוה פרעזענט.

די חברה וועלן קיין אלדזעברע זיכער נישט פארשטיין, און זיי וועלן סייווי דארפן פאקן באקסעס פאר מינימום געהאלט.

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 7:23 pm

· #399620
קענען אלגעברע מאכט נישט אזוי אויס פארן געהאלט. וואס מאכט בעיקר אויס איז צו קענען קענען אלגעברע. א גרויסע חלק פון אונזער געזעלשאפט קוואליפיצירט צו קענען קענען אלגעברע.

היכי דמי » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:22 pm

· #399629
yatzmachp
היכי דמי
...

יעדע מאל וואס איך גיי אריין אין באנק שעם איך זיך פונעם ארבעטאר אז מיין אייגענע אונטערשריפט קען איך נישט שרייבן, פשוט ווייל די גוטע עדיוקעשן וואס אונז באקומען נישט. עס איז העכסט צייט אנצוהייבן לערנען מיט די קינדער לימודים וואס וועט זיי צוניץ קומען אויף א טאג טעגליכע פארנעם.

#!


דו ביזט אדער א שקרן (מגזם) אדער לערנינג דיסעיבעלד אדער סתם אזוי ריטארדעד. מן הסתם אלע דריי (אישתישבי)


יוי, איך ציטער ביז גאר, איינער יצמך אויף קאווע שטיבל האט געזאגט אז איך בין א שקרן... פון ווי קענסטו מיר? איך האב געשריבן עפעס וואס שמעקט דיר נישט, און די איינציגסטע וואס דו קענסט מיר ענטפערן איז אז איך בין א שקרן, לערנינג דיסעיבעלד.

איך קען ברוך השם גאנצ גוט ענגליש, אבער נאר ליינען און אביסל ספעלן, ווייל איך האב אלע יארן געליינט אסאך. אבער אין חדר האט מען נישט נארמאל געלערענט, מסתמא האט אונזער חדר האט נישט געוואלט אז איך זאל ח"ו קענען שרייבן א שיינע בריוו צום פרעזידענט, אדער קענען טוישן א ווארט מיט די קלינינג גוי...

החוקר » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:35 pm

· #399632
Re: לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער
דו קענסט ליינען און ספעלן אבער נישט שרייבן דיין אונטערשריפט???? זאג, רעדן קענסטו יא?

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:38 pm

· #399633
החוקר
דו קענסט ליינען און ספעלן אבער נישט שרייבן דיין אונטערשריפט???? זאג, רעדן קענסטו יא?

רוב חדרים לערנט מען נישט קיין סקריפט וואס דרייסטו דעם קאפ?

קורקלענד » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:43 pm

· #399634
רוב סעקולערע לערנען אויך נישט קיין סקריפט.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:46 pm

· #399635
איז וואס איז די בושה?

שלום על ישראל » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:55 pm

· #399636
פון די ווערטער געפעך דא (און אין אנדערע אשכולות), זעה איך אז אפשר דארפן מיט ערשט לערנען בעסיק ציוויליזאציע פאר מ'הייבט אן מיט שפראך, גראמער, רעכענען, וכדומה.

#HowCanYouHateMeIfYouDontKnowMe?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 10:08 pm

· #399646
קורקלענד
קענען אלגעברע מאכט נישט אזוי אויס פארן געהאלט. וואס מאכט בעיקר אויס איז צו קענען קענען אלגעברע. א גרויסע חלק פון אונזער געזעלשאפט קוואליפיצירט צו קענען קענען אלגעברע.

אישתיבי האט גע'טענה'ט אז רוב בחורים קענען נישט מיטהאלטן די שיעורים אין ישיבה. אויף דעם ארויף האב איך געזאגט, אז פאר א הייסקול דיפלאמע דארף מען קענען שווערערע זאכן ווי א שיעור אין ישיבה, צום ביישפיל אלדזעברע. מאכט סענס?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 10:26 pm

· #399650
שלום על ישראל
קאצקע ציקער
לשון קודש לערנט מען אויך נישט

דארט האט מען די אלערגיע פאר דוקדק... בקיצור, א תירוץ פאר אלעמען, יענער איז דער שונא ישראל אדער סעלף העיטינג...

איך טענה שוין פונלאנג אז די היימישע מוסדות זענען מער ווייניגער בעיביסיטינג.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 11:52 pm

· #399653
קוקרלענד סקען זיין דו ביסט גערעכט. הגם איך גלייב נישט וואס דו זאגסט אז מ׳לערנט נישט היינט קיין סקריפט. איך האב מיך באצויגן צו די תגובה וואו יצמח שרייבט אז ער איז ריטארעד און א ליגענער. האב איך אים געפרעגט פארוואס איז עס אזוי אומגלויבליך אז ער קען נישט שרייבן קיין סקריפט. קומסטו שוין מיט א גאנצע פשעטעל פאר גארנישט און פאר נישט. צווייטענס מיר באדערט זייער אז איך האב רוב פון מיין לעבן נישט געקענט ליינען אדער שרייבן סקריפט ווייל סאיז מיר אסאך מאל אויסגעקומען אז איך האב עס וויכטיג געדארפט.

או אינו » פרייטאג אפריל 13, 2018 12:56 am

· #399663
Re: לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער
קורקלענד
קענען אלגעברע מאכט נישט אזוי אויס פארן געהאלט. וואס מאכט בעיקר אויס איז צו קענען קענען אלגעברע. א גרויסע חלק פון אונזער געזעלשאפט קוואליפיצירט צו קענען קענען אלגעברע.
א מין נארישקייט. עס איז היינט א וועלט וואס אינטליגנציה אין פלייס מאכט געלט. די חסידים האבן א רייץ פאר געלט ממילא איז דא פלייסיגקייט. אבער אן וויסענשאפט אין פארגעשריטענקייט איז אחד מיני אלף מצליח דורך קויפן זיין חכמה מיט געלט (employees). ביי טעק איז אביסעל גרינגער לדוגמא קאמפיוטער סייענס, ווען די קינד אין קייט לערנט דאס וואלט קרית יואל געקענט אנגעריפען ווערן ירושלים דאמעריקע מיט די ערפינדינגען וואס זיי וואלטן ציגעשטעלט. די ווייסט וואספארא סיסטעםס זיי וואלטן ויין גיבויי מיט קוואנטום ?? די מנהיגים האבן מורא פין זייער פערסאנאלע פארלוסט

קורקלענד » פרייטאג אפריל 13, 2018 1:21 am

· #399667
שבת אחים
קוקרלענד סקען זיין דו ביסט גערעכט. הגם איך גלייב נישט וואס דו זאגסט אז מ׳לערנט נישט היינט קיין סקריפט. איך האב מיך באצויגן צו די תגובה וואו יצמח שרייבט אז ער איז ריטארעד און א ליגענער. האב איך אים געפרעגט פארוואס איז עס אזוי אומגלויבליך אז ער קען נישט שרייבן קיין סקריפט. קומסטו שוין מיט א גאנצע פשעטעל פאר גארנישט און פאר נישט. צווייטענס מיר באדערט זייער אז איך האב רוב פון מיין לעבן נישט געקענט ליינען אדער שרייבן סקריפט ווייל סאיז מיר אסאך מאל אויסגעקומען אז איך האב עס וויכטיג געדארפט.

מיר באדערט אז איך האב אלס קינד יא גענומען די מוה און פלאג זיך צו לערנען שרייבן און לייענען סקריפט און ס'איז מיר דערווייל נאכנישט געווען 'שטארק' נוגע. ווען איך לייג ווען אריין יענע צייט צו שטייגן אביסל העכער אין מאטעמאטיק און פינאנץ וואלט איך מער אויפגעטאן.

קורקלענד » פרייטאג אפריל 13, 2018 1:25 am

· #399668
או אינו
א מין נארישקייט. עס איז היינט א וועלט וואס אינטליגנציה אין פלייס מאכט געלט. די חסידים האבן א רייץ פאר געלט ממילא איז דא פלייסיגקייט. אבער אן וויסענשאפט אין פארגעשריטענקייט איז אחד מיני אלף מצליח דורך קויפן זיין חכמה מיט געלט (employees). ביי טעק איז אביסעל גרינגער לדוגמא קאמפיוטער סייענס, ווען די קינד אין קייט לערנט דאס וואלט קרית יואל געקענט אנגעריפען ווערן ירושלים דאמעריקע מיט די ערפינדינגען וואס זיי וואלטן ציגעשטעלט. די ווייסט וואספארא סיסטעםס זיי וואלטן ויין גיבויי מיט קוואנטום ?? די מנהיגים האבן מורא פין זייער פערסאנאלע פארלוסט

האסט א שפיץ. אבער לדעתי דארף מען פיל מער קוואליפיקאציעס ווי אינטעליגענץ, ס'וואלט טאקע געווען שיין ווען די מנהיגי העדה וואלטן אונז געשטעלט פאר זיי, אבער די מערהייט פון מענטשהייט לייגט זיך פאר יענעם. און דערפאר דארף יעדער זעהן צו טוהן פאר זיך, און זיך חלילה נישט פארלאזן אויף אנדערע.

טאמבל סאס » פרייטאג אפריל 13, 2018 2:20 am

· #399669
או אינו
קורקלענד
קענען אלגעברע מאכט נישט אזוי אויס פארן געהאלט. וואס מאכט בעיקר אויס איז צו קענען קענען אלגעברע. א גרויסע חלק פון אונזער געזעלשאפט קוואליפיצירט צו קענען קענען אלגעברע.
א מין נארישקייט. עס איז היינט א וועלט וואס אינטליגנציה אין פלייס מאכט געלט. די חסידים האבן א רייץ פאר געלט ממילא איז דא פלייסיגקייט. אבער אן וויסענשאפט אין פארגעשריטענקייט איז אחד מיני אלף מצליח דורך קויפן זיין חכמה מיט געלט (employees). ביי טעק איז אביסעל גרינגער לדוגמא קאמפיוטער סייענס, ווען די קינד אין קייט לערנט דאס וואלט קרית יואל געקענט אנגעריפען ווערן ירושלים דאמעריקע מיט די ערפינדינגען וואס זיי וואלטן ציגעשטעלט. די ווייסט וואספארא סיסטעםס זיי וואלטן ויין גיבויי מיט קוואנטום ?? די מנהיגים האבן מורא פין זייער פערסאנאלע פארלוסט

פון boolean algebra האבן אייך אמאל געהערט? סארא נארישקייטן. אהן algebra איז גארנישט דא.

שבת אחים » פרייטאג אפריל 13, 2018 2:53 am

· #399670
קורקלענד
שבת אחים
קוקרלענד סקען זיין דו ביסט גערעכט. הגם איך גלייב נישט וואס דו זאגסט אז מ׳לערנט נישט היינט קיין סקריפט. איך האב מיך באצויגן צו די תגובה וואו יצמח שרייבט אז ער איז ריטארעד און א ליגענער. האב איך אים געפרעגט פארוואס איז עס אזוי אומגלויבליך אז ער קען נישט שרייבן קיין סקריפט. קומסטו שוין מיט א גאנצע פשעטעל פאר גארנישט און פאר נישט. צווייטענס מיר באדערט זייער אז איך האב רוב פון מיין לעבן נישט געקענט ליינען אדער שרייבן סקריפט ווייל סאיז מיר אסאך מאל אויסגעקומען אז איך האב עס וויכטיג געדארפט.

מיר באדערט אז איך האב אלס קינד יא גענומען די מוה און פלאג זיך צו לערנען שרייבן און לייענען סקריפט און ס'איז מיר דערווייל נאכנישט געווען 'שטארק' נוגע. ווען איך לייג ווען אריין יענע צייט צו שטייגן אביסל העכער אין מאטעמאטיק און פינאנץ וואלט איך מער אויפגעטאן.


זעהט אויס ביסט יונגער פון מיר. מיין ערשטע דזשאב מיט צוואנציג יאר צוריק האט זיך אויסגעפעלט זייער אסאך מאל צוקענען סקריפט. איך זאג נישט פינאנץ און מאטאמאטיק איז זיכער וויכטיגער וואו סקריפט. מ׳דארף טאקע קענען ביידע. מאטאמטיק און פינאנץ האט מען בכלל נישט געלערנט ביי אונז אין חדר קוים די בעסיקס. אדער האט מען עס יא געלערנט און איך האב געחלומט אדער געווארפן עפעל אויפן טישטער (איך האב עס קיינמאל נישט געטוהן, נאר געקוקט ווי אנדערע ווארפן און מיטגעלאכט) ענגליש/לימודי חול איז געוועהן א דזשאוק אין מיינע צייטן. האלב פון די צייט האט מען נאך געלערנט נ״ך וואס עכט לימודי חול.

אישתישבי » פרייטאג אפריל 13, 2018 8:26 am

· #399680
רביה''ק זי''ע
קורקלענד
קענען אלגעברע מאכט נישט אזוי אויס פארן געהאלט. וואס מאכט בעיקר אויס איז צו קענען קענען אלגעברע. א גרויסע חלק פון אונזער געזעלשאפט קוואליפיצירט צו קענען קענען אלגעברע.

אישתיבי האט גע'טענה'ט אז רוב בחורים קענען נישט מיטהאלטן די שיעורים אין ישיבה. אויף דעם ארויף האב איך געזאגט, אז פאר א הייסקול דיפלאמע דארף מען קענען שווערערע זאכן ווי א שיעור אין ישיבה, צום ביישפיל אלדזעברע. מאכט סענס?



הגם עס איז א באזונדערע שמועס, רוב בחורים קענען מיטהאלטן, אבער זיי האלטען נישט מיט. שרייבען נישט שיעורים, די שיעורים ווערען נישט פארהערט אויף קיין שריפטליכע בחינות, איך רעד וועגען עיון שיעורים.

ישיבה קטנות געבען גאר ווייניג בחינות אויך, כל שכן ישיבה גדולות.

די עיקר סיבה, ווייל מען לערנט נישט מיט קיין ציל ווי מען דארף אנקומען, עס איז נישטא קיין אנגענומענער קאריקיולעם וואס מען דארף קענען. יעדער ישיבה לערנט אמאהל דער מסכתא אמאהל יענער, און איינער לערנט אביסל שולחן ערוך איינער מער, איינער טיפער, איינער מער אויבערפלעכליך.

אינדערהיים, זענען ישיבות געוועהן געאייגענט אויסשטעלן רבנים דיינים, האט מען געלערנט יורה דעה אורח חיים דערנאך חושן משפט, מיט אינגע בחורים האט מען געלערנט חולין און די בבות און מועד, מען האט עס געקענט אויסענווייניג, און מען האט זיך גענומען צו הלכה, משלים געוועהן אבן העזר, און האסט געהאט ביי די אכצען, די בחורים מיט כלים, האבן שוין געקענט האבן רבנות פאזיציעס און פסק'נן שאלות.

היינט איז אפיציעל די תכלית פין ישיבות צו לערנען "טראכטען", און ממילא איז דא די גאנצע ב"ש מיט שיעורים וכו', און אפילו די מוצלחים זענען אזוי האלב געבאקן אהן אסאך ידיעות. אוודאי איז דא יחידים וואס זענען מצליח, אבער עס איז אייגענע האראוואניע און לימודים, נישט די לימודים אין ישיבה.

יא יא, עס איז א פאקט, אונזערע ישיבות, חוץ וואס זיי לערנען נישט לימודי חול צוצוגרייטן די קינדער אויף א לעבען פין פרנסה אין די גוי'אישע וועלט, לערנט מען אויך נישט אויס וויאזוי צו זיין א איד, מיט גענוג ידיעה אין הלכות וואס זענען נוגע טאג טעגליך. מען לערנט? טראכטען!!!

און איך רעד שוין נישט וואס מען לערנט נישט אויס וויאזוי מען דארף האנדלען ווי א איד, ווען מען מעג יא טוהן א זאך וואס זעהט אויס ווי א צווייטער פארלירט, ווען נישט, ווען מען מען מוז האלטען ווארט, ווען עס איז לפנים משורת הדין, וכו' עס איז דא אהן א שיעור, און אינגעלייט קענען גיין אין ביזנעס, מיט גארנישט, נאר זייער קאנשינס, אמאהל איז דער קאנשינס מענטשלעך וועט ער זיין א מענטש, אמאהל איז דער קאנשינס אוממענטשליך, און מען ווינדערט זיך וויאזוי איז אויסגעוואקסן א רשע וואס פירן זיך אזוי אויף, און דער תירוץ איז, דער חינוך. קיינער האט אין קיינמאל נישט געזאגט אז אויסקראסען א אגענט צו דער זעלבער מוכר איז א שאלה.

קורקלענד » פרייטאג אפריל 13, 2018 8:48 am

· #399682
וואס וועסטו אויפטוען מיט צולייגן לימודי חול ווען קיינער/רוב האלט סייווי נישט מיט וואס מ'לערנט יא? ליבערשט ערשט דארף מען אריינלייגן ארבייט אז אונזערע קינדער זאלן בעסער מיטהאלטן.

אישתישבי » פרייטאג אפריל 13, 2018 9:07 am

· #399684
מען דארף צולייגען פרעשור אויף יעדער זאך וואס פעלט. ווייל דער שורש פין ביידע פראבלעמען איז איינס, אז אומאחריותדיגע מענטשען זענען אין טשארדזש פין אונזערע קינדער.

איך קען נישט גיין צו גאווערנער קאומא און אין מסביר זיין אז די לימודי קודש טויגען נישט, אבער ענגליש קען איך יא, און ווען ענגליש וועט זיין גוט, וועלען די לימודי קודש פין זיך אליין זיין בעסער.

שלום על ישראל » פרייטאג אפריל 13, 2018 9:16 am

· #399687
קורקלענד
וואס וועסטו אויפטוען מיט צולייגן לימודי חול ווען קיינער/רוב האלט סייווי נישט מיט וואס מ'לערנט יא? ליבערשט ערשט דארף מען אריינלייגן ארבייט אז אונזערע קינדער זאלן בעסער מיטהאלטן.

איך בין נישט זיכער מיט וואספארא מענטאליטעט דו זאגסט די ווערטער (ערנסט באזארגט אדער א אבי תירוץ), דערפאר וועל איך מיך באציען צו דיינע ווערטער; נישט צו דיר.

ערשטענס, די זעלבע קען געזאגט ווערן אויף אלע לימודים, און האט איז זיך אן אמת, אז אפילו מ'לערנט זיי מיט די תלמידים, מיינט נאך נישט אז יעדע תלמיד איז זי מקבל. נאר וואס דען? מיטן נישט לערנען, וועט קיינער זיכער נישט קענען, אבער מיטן פארלערנען, וועלן כאטש מקבל זיין די וואס ווילן\קענען (יעדער ווי ווייט ער שטעלט זיך צו). די זעלבע דארף געזאגט ווערן מיט לימודי חול: אונז זענען מחויב צו לערנען מיט זיי די לימודים, און זיי וועלן מקבל זיין, וויפיהל זיי קענען און ווילן.

נאך מער קען\דארף מען זיך לערנען פון די לימודי קודש. עס איז טאקע נישט גענוג - ספעציעל ביי די קלענערע יאהרגאנגן - אויב מ'שטעלט אראפ א קאפ-שטיק זאל פארלערנען, ובזה יצאתם ידי חובתם, נאר מ'דארף אראפשטעלן ערווארטונגען פון די בחורי חמד וואס עס פארלאנגט זיך פון זיי, האבן א השגחה צו מאכן זיכער אז זיי באטייליגן זיך אייגענטליך אין די קלאסן, בחינות (וואס ווי אויבן שוין גערעדט - דארף אויך א שטיקל תיקון) ענדע פיריאדע, און כסדר'דיגע אריינפאמפן אהבת התורה אין זייערע הערצער דורך דרשות, תעודות וכדומה. דאס זעלבע איז מיט לימודי חול. עס דארף טאקע זיין אינהאלט-רייכע שיעורים (נישט ווי היינטיגע ענגליש, ווען די תלמיד פארשטייט אליינס אז עס האט קיין בענעפיט נישט), אבער עס דארף זיין ערווארטונגען, השגחה, בחינות, סערטיפיקעטס, אויפקלערונגס (ספעציעל פון עלטערן) איבער איר וויכטיגקייט, ועוד.

דאס אלעס האב איך געשריבן אלס אנטווארט פאר די "זארג" צו סתם פארלערנען וועט העלפן. משא"כ פאר די צינישע אפענטפערס, וואלט איך געזאגט אז פאר לימודי קודש איז פארהאן נאך מער תירוצים פארוואס ס'לוינט נישט, טא לאמיר אפשיקן אונזערע קינדער צו פעלד-ארבעט און טויט פאר איטעלעקט!

קאך_לעפל » פרייטאג אפריל 13, 2018 9:32 am

· #399690
שבת אחים
קורקלענד
שבת אחים
קוקרלענד סקען זיין דו ביסט גערעכט. הגם איך גלייב נישט וואס דו זאגסט אז מ׳לערנט נישט היינט קיין סקריפט. איך האב מיך באצויגן צו די תגובה וואו יצמח שרייבט אז ער איז ריטארעד און א ליגענער. האב איך אים געפרעגט פארוואס איז עס אזוי אומגלויבליך אז ער קען נישט שרייבן קיין סקריפט. קומסטו שוין מיט א גאנצע פשעטעל פאר גארנישט און פאר נישט. צווייטענס מיר באדערט זייער אז איך האב רוב פון מיין לעבן נישט געקענט ליינען אדער שרייבן סקריפט ווייל סאיז מיר אסאך מאל אויסגעקומען אז איך האב עס וויכטיג געדארפט.

מיר באדערט אז איך האב אלס קינד יא גענומען די מוה און פלאג זיך צו לערנען שרייבן און לייענען סקריפט און ס'איז מיר דערווייל נאכנישט געווען 'שטארק' נוגע. ווען איך לייג ווען אריין יענע צייט צו שטייגן אביסל העכער אין מאטעמאטיק און פינאנץ וואלט איך מער אויפגעטאן.


זעהט אויס ביסט יונגער פון מיר. מיין ערשטע דזשאב מיט צוואנציג יאר צוריק האט זיך אויסגעפעלט זייער אסאך מאל צוקענען סקריפט. איך זאג נישט פינאנץ און מאטאמאטיק איז זיכער וויכטיגער וואו סקריפט. מ׳דארף טאקע קענען ביידע. מאטאמטיק און פינאנץ האט מען בכלל נישט געלערנט ביי אונז אין חדר קוים די בעסיקס. אדער האט מען עס יא געלערנט און איך האב געחלומט אדער געווארפן עפעל אויפן טישטער (איך האב עס קיינמאל נישט געטוהן, נאר געקוקט ווי אנדערע ווארפן און מיטגעלאכט) ענגליש/לימודי חול איז געוועהן א דזשאוק אין מיינע צייטן. האלב פון די צייט האט מען נאך געלערנט נ״ך וואס עכט לימודי חול.


האלב פון די צייט האט מען נאך געלערנט נ״ך וואס עכט לימודי חול


די שייגץ וואס די ביזט!

ובזה יצאתי מצות מחאה!

יעקב מענטש » פרייטאג אפריל 13, 2018 12:40 pm

· #399712
קורקלענד
אישתישבי

דא א איד, נפתלי מאסטער וואס האט זיך מקריב געוועהן פאר אונזערע קינדער, אלץ פאר דעם וואס ער האט מגלה געוועהן א חסרון אין אונזערע סיסטעם.

וואס פונקטליך האט מאסטער מקריב געווען פון זיך? מיר זעהט אויס ווי ער קויפט זיך איין כבוד און פרעסטיזש פון אזעלכע ווי אייך וואס מיינען אז ער מיינט טאקע דיין טובה. איך זעה נישט ביי איהם קיין שום מסירות נפש אדער סאקראפייס.

בכלל דיין התחלה איז פאלטש. שרייסט מי לה' אלי, זייט ווען רעפרעזענט מאסטער גאט'ס אגענדע? בעסער שריי מי למאסטער אלי..

נישט נאר כבוד און פרעסטידזש, נאר אויך פרנסה...

געמיינט האב איך אז ער גייט זיין א ראל מאדעל וויאזוי מ'קוקט אויס ווען מ'גייט ארויס פון די באקס, מ'נעמט א דעגרי אין סייקאלעדזשי (אזוי דענק איך) און א סטאדע פירמעס לויפן דיר נאך אין די גאסן צו געבן ארבעט. אדערווייל זעה איך אז ער שנארט ארום, נו? הזאת נעמי? ער וואלט דאך געקענט בארגן שניצלערס ר' מאיר בעל הנס בייטל און מאכן מער!

אויב איז מען אלען דערשאוויץ און מ'איז מצליח אויף די סעקולארע גאס, דעמאלטס זענען אונזערע מוסדות שולדיג אז ס'איז נישטא מער אזוינע. און אויב איז מען א מאסטער דורכפאל וואס טוט שנאר פאר פרנסה, זענען ווייטער אונזערע מוסדות שולדיג...

גיוו מי עי ברעיק...

או אינו » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 1:07 am

· #417025
Re: לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער
שוואנצנות האט אויך א שיעור, אין דאס איז איר פראבלעם. מודים רבנן שחייב אדם ללמדו אומנות אין דאס איז פארן המון עם. דער לאטערי געווינער מאכט שוין געלט אויף זיי. מאסטער קומט אסאך קרעדיט אין זיין בוחר זיין סייקאלאדשי איז וויל דאס איז זיין געפיהל אין אינערליכע רוף. געלט איז נישט די מעטריק צ'י מעסטן די הצלחה אין דערגרייכען א מטרה אין לעבן, נער אין אינסלוער קאמויניטעס ווי טאלאנט אין וויסענשאףט פארנעמט נישט קיין פלאץ.

Sent from my Pixel 2 XL using Tapatalk

הקטן » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 12:12 pm

· #417162
או אינו
בוחר זיין סייקאלאדשי איז וויל דאס איז זיין געפיהל אין אינערליכע רוף. געלט איז נישט די מעטריק צ'י מעסטן די הצלחה אין דערגרייכען א מטרה אין לעבן

דאס זאגט דער כולל אינגערמאן, אבער דער אויפגעלערטער קען דאס נישט פארשטיין.

או אינו » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 12:16 pm

· #417163
פארקערט! דער כולל אינגערמאן וואס וואקסט אויף אין אינסלוער קאמויניטעס איז אן הסתרה שבתוך הסתרה. און נאר געלט איז וואס פארנעמט פלאץ. איינשטיין אין קנייבסקי האט געלט קיין שווית.

הקטן » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 5:58 pm

· #417185
אפשר איז דא אזא כולל אינגערמאן אויך.
איך קען אינגעלייט וואס "זיצען ביים גמרא" איז זייערע מטרה אין לעבן.

איך קען אויך אינגעלייט וואס זיין וואו מער אינסלוער און אפגעזינדערד פין די פרייע גאס, דאס, איז זייער מטרה אין לעבן!

או אינו » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 6:13 pm

· #417186
Re: לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער
הוא אשר דברנו. אויב מטרה איז איינזאמקייט, אינצומאל ווען מפארשטייט יא וועט מען זיך באנעמוען ווי די בת היענה, האט מ'שוין דערגרייכט מטרה קודם שנולדה.

הקטן » פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 2:09 pm

· #417233
who are you to judge יענמס מטרה ?!?
אויך מיר אפען!

איז מעגליך דאס ווער עס דעגרייכט זיין מטרה איידער ער פארשטייט און דערהערט יחודא עילאה און יחודא תתאה האט דערגרייכט זיין מטרה קודם שנולדה?

אישתישבי » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 6:01 pm

· #417296
כולל איז פערפעקט, לעגאל, נישט געצווינגן.


מען רעדט דא לימודי חול פאר די קינדער. דער געזעץ איז ארויס, זעקס שעה לימודי חול, דאס איז א פראבלעם סיי פאר די אינגלעך סיי פאר די מיידלך, מען וועט מוזן צאלען געלט פאר אלע לויערס וואס זענען אדורך אונזער חינוך, צ.ב.ש. דערשאוויץ לעווין טווערסקי, און מען וועט מאכן א קאמפיין נאך פיל שטערקער ווי די אינטערנעט קאמפיין, אזוי אז די אינטערנעט קאמפיין ווען ווערען כננס על ענק, ולא יאמר עוד חי ד' אשר אסר האנטרנט, נאר חי ד' אשר אסר לימודי חול.

הכונו למערכה.

אביסעל שכל » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 6:35 pm

· #417298
נע ס'וועט גארנישט זיין. מ'וועט ציך צושטעלן ווי טאטעלעך. מ'וועט אריינקלערן אז 6 שעה איז נישט 6 שעה. נך אין חומש וועט פולן די היסטאריע . פעירל וועט ערלעדיגן א סייענס לעב. אין דע גמרא וועט זיין די ריגוריס קריטיקל טהינקינג. אין שפיל צייט וועט זיין די פישיקעל. די איבריגע 3.5 שעה וועט מען לערנען ענגליש אזויווי אין קאנאדע אין ס'וועט זיין א'מחיה. די טיטשערס וועלן זיין סאך בעסער מ'וועט מיזען פראדוסין. אויב נישט וועט די סקול ווערן געשפארט. רוב טאטעס פריוואט ווילן אזוי. די אידן קאנאדע זענען זעהר צופרידן. די בחוריםאין מיידלעך פון 18 זענען זעהר געלונגען דארט. די איינציגסטע וואס האבן קאפוויי זענען די מנהלים המוסד אין ד רבי'ס ...

אביסעל שכל » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 6:38 pm

· #417299
איך קען נישט ווארטן צי זעהן די נעקסטע גענירעטשון אונז וועל מיר זיך פילן ווי אימיגראנטן כלפי זיי.

אביסעל שכל » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 6:38 pm

· #417300
....

אביסעל שכל » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 6:47 pm

· #417301
וואלט מען געהאט שכל וואלט מען לכתחילה אזוי געטוהן אזוי ווי בא געווען רוב מוסדות ווען מ'איז געקומען קיין אמעריקע. 3 שעה ענגליש מיט גוישע טיטשערס ביז נאך הייסקול. אדער היינט אזוי ווי רוב מיידל סקולס. ס'דא פונקט אזויפיל דראפ אטס ביי די מיידלעך, זיי האבן נישט קאמפלענט וועגן עדיוקעישן. מאסטער טענות זענען ליידער אנגענומען ביי DOE ווייל ס'איז ליידער אמת.
בלאט: 1 2 3