☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12

דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12197
בלאט: 1 2

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 28, 2018 12:39 pm

· #398646
איך האב אנגעהויבען דער וועקער מיט די מאמר, און נישט טרעפענדיג קיין אשכול אויף די אינטערוויו, שרייב איך דא מיין איינדרוקען, ביזדערווייל.

די אינטערוויו איז א מייסטערווערק. דער שואל נעמט אונז דורך א רייזע פון ר' מאיר'ס לעבען, וויאזוי זיין גייסטישע און דענקסטליכע צוגאנג האט זיך אנטוויקעלט. א סאך בגלוי און א סאך ברמיזה, ברענגט ער ארויס וויאזוי עס ווערט באשאפען אזא מין מענטש ווי ר' מאיר. איך האב ווייניג געהערט פון איהם פאר דעם, אביסל געליינט דא דארט און געהערט האלבע ווערטער, און די אינטערוויו האט מיט אויפגעוועקט. זיי ברענגען ארויס וויאזוי א טאטע מאמע קענען האבען אן איינדרוק אויף א קינד און אין די זעלבע צייט זיין א חבר צום קינד. מ'קען אויפבויען די אינטרס'ן פון א קינד און אויך מחזק זיין זיין אייגענעם אינטרס'ן.

דער ענין פון דעבאטעס צווישען קינדער, וואס איז נישט איינגעפיהרט ביי אונז, איז גאר א וויכטיגען. לויט ווי איך הער, ביי פאבליק סקול'ס מאכען זיי א דעבאטירונג'ס פארמעסט. מ'זאגט די קינדער אז זיי גייען דעבאטירען א נושא, און מ'זאגט זיי נישט אויס וועלכע צד גייען זיי נעמען. ערשט ביים אריינקומען צום דעבאטע ווייסען זיי צו זיי רעדען בעד צו קעגען. דאס הייסט אז די קינד דארף פארשען ביידע צדדים און זיין גענוג באהאווענט און גרייט צו פארטיידיגען ביידער פון זיי. דאס טוט אויפבויען ביים קינד א געוואלדיגע פארשטאנד צו יענעם. ער לערנט זיך אויס צו זע'ען ביידע צדדים.

זיין שטיף טאטע, הגם אז ער רעדט פון איהם מיט ערע, איז נישט צו פיהל אין דער בילד. וואס איז ער געווען?

אינטרעסאנט, ווען ער באשרייבט די מענטשען וואס האבען געלאזט זייער איינדרוק אויף איהם, שרייבט ער בפרטיות. הרב דאנציגער מיט זיינס, הרב ד"ר לאם מיט זיינס וכו'. אבער ביים סקווערער רבי'ן איז עס נישט אזוי. ער רעדט פון אן אטמאספערע וכו', אבער קיין איין שטארקע נקודה זאגט ער נישט. נישט אויפ'ן היינטיגע און נישט אויפ'ן פריערדיגע. דער היינטיגע האט איהם אביסל געהאלפען גשמיות'דיג, אבער אלס א לעבענסלאנגיגע מוסטער שילדערט ער איהם נישט. עס זעט אויס אז די ערשטע ערנסטע אידישע פלאץ וואס ער האט געזען איז געווען סקווער, און ער האט ליעב געהאט די ערנסטקייט, א זאך וואס ער וואלט געקענט קונה זיין אין סיי וועלכע אידישע צענטער. ער וואלט געקענט אריין שפאצירען אין יעדער ישיבה אין נ.י. אדער אין סיי וועלכע ביהמ"ד. נאר פונקט האט ער געזען א מצב אין סקווער.

זייער אינטרעסאנט איז געווען צו ליינען זיין בליק אויף דער מאדערנעם וועלט. ביי אונז היימישע, ווען מ'ווערט אביסל אויפגעקלערט, קען זיך דאכטען אז די חילוק צווישען אונז און די מאדערן ארטאדאקס איז א שיטה אדער צוויי, אזוי ווי דער חילוק צווישען באבוב און בעלזא. דאס איז נישט ריכטיג. ביי א סאך פון זיי איז עס פשוט א קלות'דיגע צוגאנג צו אידישקייט. נישט אז זיי זוכען אן אנדערן אידישקייט, נאר אז זיי זוכען נישט אז עס זאל זיין אזוי וויכטיג. הרב שיללער, מיט זיין געשמאק אין יענער וועלט, האט עס גוט ארויסגעברענגט.

איך וועל ווייטער ליינען און האפעדיג ברענגען נאך איינדרוקען.

בן אדם » מיטוואך מערץ 28, 2018 3:12 pm

· #398653
ליטוואק פון בודאפעסט
עס זעט אויס אז די ערשטע ערנסטע אידישע פלאץ וואס ער האט געזען איז געווען סקווער, און ער האט ליעב געהאט די ערנסטקייט, א זאך וואס ער וואלט געקענט קונה זיין אין סיי וועלכע אידישע צענטער. ער וואלט געקענט אריין שפאצירען אין יעדער ישיבה אין נ.י. אדער אין סיי וועלכע ביהמ"ד. נאר פונקט האט ער געזען א מצב אין סקווער.

טאקע. א שאד ער איז אריין אין סקווער, ער זעט דאך אויס ווי א עכטע סקווערער, ווען ער וואלט לכתחילה געקומען קיין לעיקוואד וואלט ער כאטש אויסגעזען ווי א ליטוואק...

ליטוואק פון בודאפעסט

איך וועל ווייטער ליינען און האפעדיג ברענגען נאך איינדרוקען.

אדרבה...

פאלקמאן » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 10:28 am

· #398688
דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12
איך עפן דעם אשכול אלס פלאטפארם פאר קאמענטארן און אפשאצונגען איבער דעם אינטערוויו מיט ר' מאיר שיללער אינעם וועקער.

איך בין צופרידן צו זען דעם אינטערוויו אלס א מציאות אין אן אפגעדרוקטן פארמאט. איך בין שטארק דאנקבאר פאר דער רעדאקציע פאר'ן זיך אוועקגעבן אז ס'זאל ארויסגיין א דבר השלם.

הוגה » זונטאג אפריל 1, 2018 10:39 pm

· #398784
זייער א מקיפ'דיגע אינטערוויו. איך האף אז די אלע נושאים וואס ער פארשפרעכט צוריקצוקומען צו זיי וועלן געדעקט ווערן אין די קומענדיגע נומערן. מיר האט די מערסטע געכאפט זיין צוגאנג אז סאושעל טשעינדזש הייבט זיך אן אין די תחום פון דער יחיד. "פאליטיק מיינט צו טרעפן דעם ריכטיגן וועג פאר דער נשמה פונעם יחיד, און דאס וועט זיך שוין ממילא אויסדרוקן מיט דער צייט אין דער ברייטע ארענע."

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 2, 2018 8:00 am

· #398811
Re: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקע
אום יו"ט, האב איך געשמועסט מיט א שכן, און איך הער גאר אז יענער איז א ידיד נעורים זיינער, זיי האבען געלערנט צוזאמען אין בית שרגא. דער שכן זאגט מיר אז קרעיג שיללער איז גאר א גרויסע קאנסערוואטיוו, ביז צום היינטיגען טאג, אזש ער האלט אז מ׳דארף שיקען אלע טונקעל הויטיגע צו איין געגענט אין אמעריקא און זיי לאזען דארט. זיי זענען א סכנה פאר די מענטשהייט. עפעס וואס שטייט נישט אין דער אינטערוויו.
יענער זאגט מיר אויך אז ער איז אייביג געווען א וועלטס בעל כשרון. ער זאגט מיר אויך אז אלס בחור אין בית שרגא (מיין שכן קומט פון דעטרויט), פלעגט ער צומאל עסען שבת סעודות בבית שיללער. הייסט׳ס מאיר פלעגט אליינס קאכען\אנגרייטען זיין כשר׳ע עסען, און נישט נאר אז ער האט געהאלטען סעודות, ער האט אויך געהאט געסט, אלס יונגער בחור!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וחלופיהן » מאנטאג אפריל 2, 2018 10:32 am

· #398816
מאיר שילער אין זיינע אייגענע ווערטער.
<a class="postlink" href="https://www.amren.com/news/2010/10/separation_is_t/">https://www.amren.com/news/2010/10/separation_is_t/</a>

איך האב פארשטאנען רענעסאנס חסיד אויפן דעקל ווי אן איש האשכולות. יעצט קלער איך צי עס האט נישט געמיינט די עקסטרעמע רעכטע פון אמעריקאן רענעסאנס.

בכל אופן אן אינטערוויו וואס דעקט נישט אויך די ענינים אדער געט נישט לכה"פ די פרטים אין דער אריינפיר איז עיקר חסר מן הספר, צום ווייניקסטנס געזאגט.

שבת אחים » מאנטאג אפריל 2, 2018 1:38 pm

· #398821
פעך! א גרויל. ער באלאנגט טאקע אין Jewland סקווירא.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 2, 2018 2:35 pm

· #398826
Re: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקע
אל תהי בז לכל אדם. ביסט גערעכט אז די מיינונגען זענען גרויליג און נאאיוו ביז צו זיין מסוכן, אבער דער מענטש איז מער ווי איין מיינונג זיינער

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גדליה » מאנטאג אפריל 2, 2018 3:27 pm

· #398830
איך האב דורכגעליינט דעם אינטערוויו -וואס איז אייגנטליך א האלבע ביכל - עטליכע מאל. כ'האב עס דורכגעלערנט ממש ווי א מוסר ספר, און כאטש ס'איז נאר די לעבנס ביאגראפיע פון אים האב איך ארויסגעלערנט גאר אסאך. כ'קוק ארויס בכליון עינים אויף די קומענדיגע אינסטולאציע. ס'איז קענטיג אריין גאר אסאך ארבעט סיי מצד דעם אינטערוויוער און סיי מצד הרב שיללער זעלבסט.
די וואונדערליכקייט פון דעם קאלירפולן פערזאן איז די פילצאליגע סתירות וואס מען זעט אין זיין פערזענליכקייט, ממש ס'איז שווער צו גלייבן אז מ'רעדט דא פון איין מענטש. ווען ער רעדט איבער זיין התקשרות צום סקווערער רבי'ן ז"ל דאכט זיך אז דאס איז א סקווערער חסיד מבטן ומלידה וואס האט נאך קיינמאל נישט ארויסגעטרעטן אויזער די גרעניצן פון וואשינגטאן עוועניו און טעפט סטריט. אבער א מינוט נאכדעם שפעקולירט ער צו פראנץ ראזענצווייג האט משיג געווען זאכן וואס א פרומער איד קען נישט אליין דערגרייכן, און באלד נאכדעם איז ער א פראפעסיאנעלער ספארטס קענער. איין מינוט א ברייטהארציגער ליבעראל די צווייטע מינוט א שטרענגער קאנסערוואטיוו. ממש א פליאה עצומה ווי איין מענטש זאל האבן אזויפיל קעגנזייטיגע מיינונגען.
אפאר קורצע הערות. הרב שיללער באציט זיך צו מאטעמאטיק און אנדערה הארטע וויסנשאפטן ווי א "טויטער לימוד" אדער עכ"פ אזוי האט ער אמאל געקלערט. כ'מיין אז דאס איז א געוואלדיגע זלזול אין די חכמות אויף וואס די וועלט שטייט, און ס'איז א פליאה עצומה פאר איינעם וואס ווייקט זיך אין חסידות נישט צו פארשטיין אז די בריאה איז אייגנטליך א לעבעדיגע פלאץ און די געזעצן פון פיזיקס און מאטעמאטיקס זענען נישט קיין טויטע לימודים נאר גאר טיפע סודות הבריאה וואס מ'קען זיך אסאך אארויסלערנען אויף א פילאזאפישע און האומאניסטישע שטייגער, ס'איז א טעות פון די היינטיגע אטעאטיסטן אז זיי קוקן אן סייענס ווי א טויטע לימוד און זעען נישט גאט דערינען.
הרב שיללער שרייבט אז די סיבה פארוואס ער האט זיך אוועקגעצויגן פון סקווער איז ווייל ער האט זיך געצויגן אויף לינקס בעת סקווער האט זיך געצויגן אויף רעכטס. איך וואלט געוואלט הערן מער דערוועגן, ווייל עס זעט מיר ענדערש אויס אז נאכ'ן וואוינען דארט א לענגערע צייט און עלטער ווערן האט ער אנגעהויבן איינזען אז דער פלאץ איז נישט אזוי ספעקטאקולאר ווי ער האט געמיינט... כ'מיין דאס איז די זעלבע טעות וואס ער מאכט שפעטער ביים זאגן אז די מאדערן ארטאדאקסן לעבן נישט אין איינקלאנג מיט זייער אידעאל און די חסידים לעבן יא. ס'זעט מיך אויס ווי א טעות און בשעת חסידים זענען טאקע מער מקפיד אויף שולחן ערוך לעבט מען נישט באמת אפילו נאנט צו די אידעאל. ודי לחכימא.
על כולם איז מיר א גרויסע פליאה הלמאי ער איז געגאנגען פארלערנען גמרא אין מאדערן ארטדאקסישע מוסדות, בעת זיינע אייניקלעך (און קינדער?) גייען אין חסידישע מוסדות. ער געבט דאך קלאר אן די סיבה פארוואס ער איז געגאנגען צו מאדערן ארטאדאקסיע איז ווייל ביי אונז וואלטן זיינע אינערליכע השקפות נישט געהאט קיין חשיבות, איז וואס באגייט ער דעם זעלבן טעות און געבט פאר זיינע דורות א חסידישן חינוך וואס וועט זיי מורא'דיג באגרעניצן אין זייער מחשבה?
בכל אופן, ס'איז מיר געווען א אמת'ע עונג יום טוב דעם אינטערוויו, איך וועל דאס אוועקלייגן ווי א טייערע אוצר, ווייל לדעתי איז דאס ממש א רעוואלוציאנערישע ארבעט. און איך קוק שטארק ארויס אויף ווייטערדיגע שמועסן. א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן געהאלפן די אינטערוויו זאל צושטאנד קומען.
(א קליינע הערה וואס באלאנגט אייגנטליך פאר די ארויסגעבער בכלליות. ס'איז דא אזויפיל הערליכע בילדער אין דעם ארטיקל און אין די וועקער בכלליות, ס'איז ממש א שאד אז די בילדער זענען נישט קלאר צוליב די שוואכע דרוק. עס וואלט געווען א גרויסע ענין אויב מ'קען עפעס טון דערוועגן, נישט אז ס'קומט זיך, איך בין זיכער די ארויסגעבער ארבעטן אזוי אויך אימערמידלעך, מסתמא שלא על מנת לקבל פרס, כ'דערמאן עס נאר ווייל דאס וועט בלי ספק העכערן די קוואליטעט פון וועקער).

גדליה » מאנטאג אפריל 2, 2018 3:33 pm

· #398832
ליטוואק פון בודאפעסט

אינטרעסאנט, ווען ער באשרייבט די מענטשען וואס האבען געלאזט זייער איינדרוק אויף איהם, שרייבט ער בפרטיות. הרב דאנציגער מיט זיינס, הרב ד"ר לאם מיט זיינס וכו'. אבער ביים סקווערער רבי'ן איז עס נישט אזוי. ער רעדט פון אן אטמאספערע וכו', אבער קיין איין שטארקע נקודה זאגט ער נישט. נישט אויפ'ן היינטיגע און נישט אויפ'ן פריערדיגע. דער היינטיגע האט איהם אביסל געהאלפען גשמיות'דיג, אבער אלס א לעבענסלאנגיגע מוסטער שילדערט ער איהם נישט. עס זעט אויס אז די ערשטע ערנסטע אידישע פלאץ וואס ער האט געזען איז געווען סקווער, און ער האט ליעב געהאט די ערנסטקייט, א זאך וואס ער וואלט געקענט קונה זיין אין סיי וועלכע אידישע צענטער. ער וואלט געקענט אריין שפאצירען אין יעדער ישיבה אין נ.י. אדער אין סיי וועלכע ביהמ"ד. נאר פונקט האט ער געזען א מצב אין סקווער.

צומאל איז פארהאן עפעס וואס איז אזוי דורכנעמענד און אזוי מאכטפול אז מ'קען עס נישט שילדערן מיט ווערטער, נאר די איינדרוקען וואס מ'האט געקריגן. איך אליין בין ממש משוגע געווארן ווי אזוי הרב שיללער לייגט אראפ די סצענעס ביים סקווערער רבי'ן, ווי ער האט באטאפט מיט ליבשאפט די ענגלישע גמרא, ווי דער רחמיסטריווקער רבי איז געווען אזוי איבערגענומען פון דעם בעל שם אז ער האט נישט געקענט ארויסרעדן א ווארט, ווי ר' משה בטלן האט געשאכטן א הערינג. מ'זעט ווי די אצילות רוח און די ריינקייט פון די אידן האבן געלאזט אויף אים א אייביגע השפעה, און דאס איז נישט סתם א צייטווייליגע טינעידש פעיז. די פשוט'ע פערזענליכקייטן פון די מענטשן האט אים געטוישט זיין גאנצע מהלך החיים, דאס איז אסאך מער באדייטפול ווי הערן א שטיקל לומדות אדער עפעס א "שארף" ווארט.

גדליה » מאנטאג אפריל 2, 2018 3:34 pm

· #398833
שבת אחים
פעך! א גרויל. ער באלאנגט טאקע אין Jewland סקווירא.

אויב וואלט איר געליינט דעם אינטערוויו וואלט איר געזען אז אזא זאץ ווי איר האט דא געשריבן, כלומר'שט אין נאמען פון ליבעראליזם, פארשעמענדיג א גאנצע עדה אידן מיט זלזול, וואלט פאר הרב שיללער, דער "ראסיסט", אפילו נישט געקומען אין ווילדסטן חלום צו טראכטן, ווער רעדט נאך שרייבן אויף א פאבליק פארום ווי די באטרעפנדע קענען עס זען און זיך פארשעמען.

שבת אחים » מאנטאג אפריל 2, 2018 7:18 pm

· #398847
גדליה
שבת אחים
פעך! א גרויל. ער באלאנגט טאקע אין Jewland סקווירא.

אויב וואלט איר געליינט דעם אינטערוויו וואלט איר געזען אז אזא זאץ ווי איר האט דא געשריבן, כלומר'שט אין נאמען פון ליבעראליזם, פארשעמענדיג א גאנצע עדה אידן מיט זלזול, וואלט פאר הרב שיללער, דער "ראסיסט", אפילו נישט געקומען אין ווילדסטן חלום צו טראכטן, ווער רעדט נאך שרייבן אויף א פאבליק פארום ווי די באטרעפנדע קענען עס זען און זיך פארשעמען.

הייסט עס אז איך מעג נישט זאגן ׳מיין מיינונג׳ איבער שיללער? און וואס האב איך שוין געזאגט אויף
סקווירא אז איינער זאל זיך נעבעך אזוי פארשעמען? מ׳קען שוין מיינען...

איך האב געליינט חלקים פון די אינטערוויו אין די וועקער און איך האב מיך נאך פארעקעלט פון אים ווען ער זאגט אז ער האט קאמפיינט פאר דעם קאנסערוועטיוו בערי גאלדוואטער.

זיי געראכטן יעדער איינער וואס גייט זאגן וואס הרב שיללער זאגט אז איך און אלע נארמאלע מענטשען אויף די וועלט גייען זאגן פעך! גרויליג! נישט קיין חילוק ווער ס׳גייט עס זאגן! און די זעלבע גייט זיין ווען איינער גייט רעדן קעגן אידן, ווייסע קריסטן, אינדיאנער, כינעזער, יאפאנעזער, אראבער, ספאנישע, און איטאליענער, אאז״וו.

די סיבה פון אלע מלחמות, רציחות, רדיפות, בלוט פארגיסינג, גענאציד, אין די היסטאריע פון די לעצטע טויזנטער יאהרן זייט די וועלט שטייט איז נאר געקומען ווייל מענטשען (אומ-מענטשען) האבן געהאט אזעלכע גיטע איידיעס ווי הרב שיללער...

איך פערזענליך גרויל מיך פון אזעלכע נערישע גערעדאכץ וואס שטאמט פון פשוט נישט טראכטן! ווייל ווען מ׳טראכט אביסל לוינט זיך בעסער פאר אלע צדדים זיך צולעבן אין גיטן מיט אלע פעלקער און פרובירן אריינברענגן שלום אויף די וועלט אנשטאט וויסטע נערישע קינדערישע שנאה וואס ענדיגט זיך צום סוף זייער נישט גוט פאר קיינעם.

גדליה » מאנטאג אפריל 2, 2018 7:24 pm

· #398848
ווען איך וואלט געהאט א האלבע צד אז דא גייט זיך פירן א נארמאלע ויכוח וואלט איך אייך געענטפערט. אבער פון אייער שפראך זעט נישט אויס אז איר זענט אינטערעסירט אין א אויפריכטיגע דעבאטע, ווינטש איך אייך א גוטן מועד און א פרייליכן יום טוב. זייער אנגענעם געווען זיך צו באקענען.

שבת אחים » מאנטאג אפריל 2, 2018 7:27 pm

· #398849
גדליה
ווען איך וואלט געהאט א האלבע צד אז דא גייט זיך פירן א נארמאלע ויכוח וואלט איך אייך געענטפערט. אבער פון אייער שפראך זעט נישט אויס אז איר זענט אינטערעסירט אין א אויפריכטיגע דעבאטע, ווינטש איך אייך א גוטן מועד און א פרייליכן יום טוב. זייער אנגענעם געווען זיך צו באקענען.

איך זיך נישט קיין דעבאטעס. איך זאג מיין מיינונג. אז איינער שרייט מיך אן אדער פרעגט מיך פארוואס איך האלט אזוי בין איך יענעם גערן מסביר פארוואס איך האלט וואס איך האלט.

גדליה » מאנטאג אפריל 2, 2018 7:49 pm

· #398850
אקוראט אזוי. איר זאגט אייער מיינונג אן די מינדעסטע אינטערעסע צו הערן וואס א אנדערע האט צו זאגן. דאס איז א זיכערע וועג צו בלייבן אייביג גערעכט

פאלקמאן » מאנטאג אפריל 2, 2018 7:51 pm

· #398851
Re: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקע
איך בין נישט אינדערהיים ביים קאמפיוטער, און צו שרייבן דורכן טעלעפאן איז נישט אזוי גרינג, אבער איך וועל פרובירן ווי ס'איז. (מיט דעם וועל איך שוין יוצא זיין אויך דעם שינוי ביים שרייבן מפני קדושת המועד...) מ'זאל מיר נאר מוחל זיין ווען איך שפעטיג אביסל מיט אן ענטפער.

וחלופיהן
מאיר שילער אין זיינע אייגענע ווערטער.
<a class="postlink" href="https://www.amren.com/news/2010/10/separation_is_t/">https://www.amren.com/news/2010/10/separation_is_t/</a>

איך האב פארשטאנען רענעסאנס חסיד אויפן דעקל ווי אן איש האשכולות. יעצט קלער איך צי עס האט נישט געמיינט די עקסטרעמע רעכטע פון אמעריקאן רענעסאנס.

בכל אופן אן אינטערוויו וואס דעקט נישט אויך די ענינים אדער געט נישט לכה"פ די פרטים אין דער אריינפיר איז עיקר חסר מן הספר, צום ווייניקסטנס געזאגט.

א מענטש איז א מכלול פון מיינונגען און געפילן. ווי ברייטער דער מענטש איז, אלץ מער איז עס אומ'אחריות'דיג (סיי פאר אים און סיי פאר'ן צוהערער/ליינער) ארויסצונעמען איין פרט פונעם גאנצן מכלול, ווייל צוזאמען מיט ברייטקייט קומט אריין קאמפליצירטקייט און ניואנסן. מיין האפענונג איז צו דעקן דעם מענטש גענוג ברייט אז מיר זאלן קענען פארשטיין זיין פול-זייטיגע פערזענליכקייט, אפגעזען צי מיר וועלן ספעציפיש בארירן דעם נושא אדער נישט. איך האב מיך באצויגן צו דעם ציל אינעם אריינפיר.

איך ווייס נישט ווען איך וועל אנקומען עס אויסצופירן, ווייל צו דעקן זיין פאליטישן וועלטקוק (אויף וועלכן ער האט געשריבן א בוך אין זיינע בראשית יארן, און דערנאך זענען צוגעקומען נאך צענדליגער שיכטן אויף דעם, מיט הונדערטער ארטיקלען וואס ער האט פובליצירט) דארף זיין א קאלאסאלער פראיעקט. איך קוק שטארק ארויס אויף דעם, אבער פריער וויל איך צושטעלן אן אינטערוויו איבער טעמעס וואס זענען נוגע פאר אונז אלס אידן, אדער אלס היימישע אידן. אזוי האף איך ווייניגסטנס.

אגב, אין ראם פון מיינע באגעגענישן מיט הרב שיללער איז מיר אויסגעקומען צו הערן אביסל פון זיינע ערפארונגען מיט פארשידענע מענטשליכע גרופעס, און פערזענליך בין איך איבערצייגט אז ער פארמאגט א טיפע ליבשאפט צו יעדן צלם אלוקים, אפגעזען פונעם קאליר. איך וואלט געקענט צוברענגען אינטערעסאנטע אנעקדאטן אין שייכות מיט דעם, אבער איך פלאן עס אפצודרוקן שפעטער און איך וויל עס נישט ארויסגעבן פאר דער צייט... ווי געזאגט, איז דער מענטש זייער רייך אין זיין אינערליכער וועלט.

Sent from my XT1635-01 using Tapatalk

שבת אחים » מאנטאג אפריל 2, 2018 8:29 pm

· #398852
גדליה
אקוראט אזוי. איר זאגט אייער מיינונג אן די מינדעסטע אינטערעסע צו הערן וואס א אנדערע האט צו זאגן. דאס איז א זיכערע וועג צו בלייבן אייביג גערעכט

איך לאז דיר נישט זאגן דיין מיינונג??? זייט ווען?
דו זאגסט דאך דירעקט גארנישט! וואס זאגסטו? אדרבה לאמיר שוין הערן.

בד״וו די נאציס און אנטיסמיטן האבן אויך א מיינונג, לאז זיי אויך אויסרעדן....

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 2, 2018 8:54 pm

· #398853
Re: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקע
דער עיקר חילוק צווישען א קאנסערוואטיוו און ליבעראלע, בעצם יסוד דינם, איז ווי פאלגענד. א קאנסערוואטיוו האט עפעס וואס באגלייט יעדער מיינונג זיינער. דאס אז די מיינונג איז אמאל געווען אנגענומען און דער וועלטס גאנג. א ליבעראלע זאגט אז יעדער זאך מוז ווערען איבער געטראכט און געקלערט, גארנישט איז נישט ריכטיג ווייל אמאל האט מען אזוי געמיינט.

וביתר עומק, א קאנסערוואטיוו האט עקסטרא-פאקטואלישע נויגונגען צו די ווארהייט פון זיין מיינונג. א ליבעראלע איז נאר משועבד צום אמת.

נישט יעדער ליבעראלער איז אזוי אמת׳דיג, אבער דאס איז די יסוד פון די שיטה.

למשל, א מענטש זעט אסאך שווארצע\היספאנישע\אידען\פייגלעך וואס פיהרען זיך אויף אין א געוויסע וועג. ווען דער קאנסערוואטיוו טרעפט זיך מיט נאך א שווארצע\היספאנישע\אידען\פייגלעך, משפט ער די דאזיגע לויט די אנדערע שווארצע\היספאנישע\אידען\פייגלעך וואס ער האט באגעגענט. א ליבעראלע משפט איהם לויט זיין אייגענעם צושטאנד, נישט עפ"י די ארום און ארום.

ווען שבת אחים האט א פראבלעם מיט קאנסערוואטיווען, וואס איז זיין עיקר טענה? אז ׳אלע׳ האלטען עס פאר א גרויל? ביסט דאך די זעלבע קאנסערוואטיוו! אנשטאטס ברענגען א מקור מיניה וביה, ברענגסטו ווידער פון דערויסען! דאס איז פונקט ווי יעדער רעכטער וואס פארלייגט זיך אויף עפעס א מיתוס פון ׳אמאל׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פאלקמאן » מאנטאג אפריל 2, 2018 9:54 pm

· #398856

די דיכאטאמיע פון קאנסערוואטיוון-ליבעראלן וואס דו האסט אפגעמאלן קומט מיר פאר שטארק אויבערפלעכליך. אין ביידע צדדים זענען דא מענטשן וואס טראכטן און אנדערע וועלכע גייען פשוט מיטן שטראם. דער ליבעראל אין אמעריקע, דער קאנסערוואטיוו אין סאודי אראביע, פארמאגן על פי רוב דעם זעלבן מאטיוו: נאכגיין דעם שטראם. דעם אמת זוכן נאר יחידים, און זיי זענען שטענדיג קאמפליצירט. דאס איז אמת לגבי אידעאלאגן פון ביידע זייטן - און אט די מבקשי האמת וועלן אפט אויך זיין אומפארשטענדליך ביי ביידע זייטן.

בכל אופן איז דער אשכול פארקראכן פונעם ענין...

Sent from my XT1635-01 using Tapatalk

פאלקמאן » מאנטאג אפריל 2, 2018 10:52 pm

· #398857
Re: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקע
גדליה, א דאנק פאר דיין באדייטנדע אפשאצונג אויפן אינטערוויו. איך וועל מיך באציען צו די הערות וואס דו האסט געשריבן.

גדליה

אפאר קורצע הערות. הרב שיללער באציט זיך צו מאטעמאטיק און אנדערה הארטע וויסנשאפטן ווי א "טויטער לימוד" אדער עכ"פ אזוי האט ער אמאל געקלערט. כ'מיין אז דאס איז א געוואלדיגע זלזול אין די חכמות אויף וואס די וועלט שטייט, און ס'איז א פליאה עצומה פאר איינעם וואס ווייקט זיך אין חסידות נישט צו פארשטיין אז די בריאה איז אייגנטליך א לעבעדיגע פלאץ און די געזעצן פון פיזיקס און מאטעמאטיקס זענען נישט קיין טויטע לימודים נאר גאר טיפע סודות הבריאה וואס מ'קען זיך אסאך אארויסלערנען אויף א פילאזאפישע און האומאניסטישע שטייגער, ס'איז א טעות פון די היינטיגע אטעאטיסטן אז זיי קוקן אן סייענס ווי א טויטע לימוד און זעען נישט גאט דערינען.

איך וואלט געדארפט אריבערשיקן דיין פראגע צו אים. איך וועל אבער פרובירן צו ענטפערן וואס איך פארשטיי לענ"ד.

איך גלייב אז ער וועט מסכים זיין מיט דעם וואס דו שרייבסט. אין טעאריע שעצט ער זיכער די וויסנשאפט ווי א מענטשליכע קאמוניקאציע מיט די סודות פון דער בריאה. דאך, אין קאנטראסט צו אנדערע לימודים [און ערפארונגען] וואו ער קען זיך פערזענליך פארבינדן צו דעם, פילט ער עס נישט אין מאטעמאטיק. פאר מענטשן וועלכע אטעמען די גייסט וויסנשאפט (Humanities) שאפט זיך אפט א קעגן-רעאקציע צו די עקשנותדיגע נומערן וועלכע לאזן זיך נישט בייגן. ער האט בסך הכל אויסגעדרוקט זיין עמאציאנעלע באציאונג מיט מאטעמאטיק און נישט קיין פילאזאפישע אפשאצונג.

גדליה

הרב שיללער שרייבט אז די סיבה פארוואס ער האט זיך אוועקגעצויגן פון סקווער איז ווייל ער האט זיך געצויגן אויף לינקס בעת סקווער האט זיך געצויגן אויף רעכטס. איך וואלט געוואלט הערן מער דערוועגן

וואו האסטו דאס געזען? לינקס/רעכטס איז בכלל נישט געווען א טייל פונעם equation. ס'האט מיר אויסגעזען ווי ער גיט זיך אכטונג נישט צו פוגע זיין אין סקווירא (מיט וועלכע ער איז סוף כל סוף געבליבן נאנט אין הארצן) און ער האט געקליבן די ווערטער וויאזוי זיך אויסצודרוקן.

גראב גערעדט דארף עס אויסקומען אזוי: שיללער האט ליב געהאט די נשמה פון סקווירא, און ווען סקווירא בלייבט געטריי צו דער אייגענער נשמה וואלט ער דארט געבליבן - טראץ דעם וואס זיין וועלט איז ברייטער געווארן (והא ראיה אז ער האט עד היום נישט איבערגעלאזט "יענעם" סקווירא וואס ער האט געקענט פון אמאל). זיין פראבלעם איז געווען אז סקווירא האט פארלוירן די אריגענעלע אויפריכטיגקייט. זיי זענען אריבער א פראצעדור פון אינסטיטוציאנאליזירונג. ס'קען טאקע זיין אז ווען נישט די נייע האריזאנטן וועלכע האבן זיך אים געעפנט וואלט ער נאך מיטגעשטראמט ווי ס'איז, אבער דער שילוב פון ביידע זייטן האט אים ארויסגעשטופט פון סקווירא.

גדליה

עס זעט מיר ענדערש אויס אז נאכ'ן וואוינען דארט א לענגערע צייט און עלטער ווערן האט ער אנגעהויבן איינזען אז דער פלאץ איז נישט אזוי ספעקטאקולאר ווי ער האט געמיינט...

איך מיין אז פונעם אינטערוויו איז קלאר אז נישט דאס איז דער ענין. ער איז געבליבן צוגעבונדן צו סקווירא, און ער וואלט ווייטער געבליבן, ווען נישט געוויסע אומשטענדן וועלכע האבן זיך געטוישט. פארשטייט זיך, דא קומט אריין אן אנדער שמועס - אז יעדע באוועגונג גייט דורך שינויים, און דאס איז א טייל פונעם מענטשליכן מציאות. די פראגע ווערט אויפגעברענגט אינעם אינטערוויו און הרב שיללער אליין אנערקענט אז דאס איז א טעמע וואס קומט צוריק אין זיין לעבן א פאר מאל. דאך די סיבה צו דעם איז אן עקשנותדיגער אידעאליזם און נישט אן אזויגערופענע אנטוישונג, אדער אויגן-עפענונג.

פערזענליך האב איך שוין גערעדט מיט אים אביסל איבער זיין פאליטישער ביאגראפיע, וואלט איך דאס געקענט איבערווייזן פון דעם וואס ער האט שטענדיג ווייטער געזוכט (אין צייטן פון קריזיסן אין פאליטישע באוועגונגען) א ווינקל אין דער וועלט וואס איז יא געטריי צום עיקר נשמה פון דער אידעע אין וועלכער ער האט געגלייבט. זיין טראגעדיע, אויב מ'קען עס אזוי רופן, האט געשטעקט אין דעם וואס ער האט נישט געקענט צופאסן די אידעע צו מענטשליכע פשרות. ס'איז נישט שייך עס אנצורופן א טעות, נאר ס'איז א געוויסער קוק אויפן לעבן - וואס איז אפט פול מיט יסורים. ס'איז מיר א חידוש וויאזוי ער ראמאנטיזירט יעדע פון זיינע פיינפולע סטאנציעס אין לעבן און טראץ זיינע ווייטערדיגע רייזעס האט ער קיינמאל נישט אפגעלאזט די רוחניותדיגע רענצלעך וואס ער האט באגעגנט אונטערוועגנס.

גדליה

כ'מיין דאס איז די זעלבע טעות וואס ער מאכט שפעטער ביים זאגן אז די מאדערן ארטאדאקסן לעבן נישט אין איינקלאנג מיט זייער אידעאל און די חסידים לעבן יא. ס'זעט מיך אויס ווי א טעות און בשעת חסידים זענען טאקע מער מקפיד אויף שולחן ערוך לעבט מען נישט באמת אפילו נאנט צו די אידעאל. ודי לחכימא.

ער האט געלעבט מיט ביידע גרופעס אינאיינעם במשך רוב פון זיין לעבן. ער ערקלערט זייער שיין וואס ער מיינט ביים זאגן אז די מאדערן ארטאדאקסן זענען ווייט פונעם אידעאל. ער מיינט דערמיט דעם אנגעגעבענעם אידעאל פון ארטאדאקסיע - הלכה.

דאס אז הלכה איז נישט גענוג, און אז מיר פארמאגן פראבלעמען וואס די מאדערניסטן האבן נישט, איז ביי אים גענוג קלאר, ווי ס'לאזט זיך זען מערערע פלעצער צווישן די שורות, און בפרט אינעם ניינטן קאפיטל. איך האף אז ס'וועט נאכקומען א לענגערער המשך אויף דעם באריכות, אבער בכל אופן איז קלאר אז הרב שיללער איז דער לעצטער מענטש וואס זאל זיין בלינד צו אונזערע שוואכקייטן אין יהדות.

גדליה

על כולם איז מיר א גרויסע פליאה הלמאי ער איז געגאנגען פארלערנען גמרא אין מאדערן ארטדאקסישע מוסדות, בעת זיינע אייניקלעך (און קינדער?) גייען אין חסידישע מוסדות. ער געבט דאך קלאר אן די סיבה פארוואס ער איז געגאנגען צו מאדערן ארטאדאקסיע איז ווייל ביי אונז וואלטן זיינע אינערליכע השקפות נישט געהאט קיין חשיבות, איז וואס באגייט ער דעם זעלבן טעות און געבט פאר זיינע דורות א חסידישן חינוך וואס וועט זיי מורא'דיג באגרעניצן אין זייער מחשבה?

פונקט פארקערט. ער האט געוואלט ברענגען די אורות פון אונזער ערנסטער התחייבות צו הלכה, ווי אויך אונזער ווארעמער היימישקייט, צו דער מאדערנער וועלט. די סיבה פארוואס ער האט נישט געזוכט א שטעלע אין א חסידישער ישיבה איז וויבאלד זיי האבן זיך נישט גענויטיגט אין דעם.

Sent from my XT1635-01 using Tapatalk

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 2, 2018 11:29 pm

· #398858
יאך בין אביסעל אנטוישט פון דער אינטערוויו. אז מען פארשפרעכט אן אינטרוויו מיט אזא מענטש איש האשכולות א בעל דעה וואלט איך זיך גערעכנט אז דער עיקר זאל זיך רעדן איבער זיינע דעות, צו איבער יהדות צו איבער פאליטיק, און זאל ער פארציילען זיינע דעות און זיי מצדיק זיין, און אפשר אויך פון ווי ער האט עס באקומען. אזויווי עס איז דער אינטערוויו דריי פערטל איבער וואסארא באל ער האט געשפילט מיט זיין טאטע און וואסארא מזונות ער האט געגעסן מיט ר' משה בטלן, נו א שיינע ביאגראפיע וואס מען וואלט געקענט טרעפן אין משפחה איבער אן אינטרעסאנטע פארשוינ'ס לעבנס-געשיכטע. עס איז אבער גאנץ ווייניג אינטרעסאנט אויף אן אינטעלעקאלער פארנעם, וואס איז לכאורה דער עיקר אינטרעסאנקייט פאר אונז. סתם גרים און בעלי תשובה וואס האבן זיך געדרייט פארשידענע פלעצער איז 'א דיים א דאזען', און די סארט מעשיות קען מען טרעפן אין אן א שיעור חרדישע אויסגאבעס וואב האבן ליב אזעלכע זאכן. ווען איך וואלט געמאכט דער אינטערוויו וואלט איך אנגעהויבען אין דער סוף און איבערגעהיפט די אלע מעשיות.

דאס וואס ער זאגט וועגן די מ"א ווערזוס חסידים האב איך פארשטאנען ער מיינט אז אמת הרב סולובייציק אדער לאמם זענען עוסק אין פילאזאפיע וחקירה, אבער דער המון עם איז זיך עוסק אין בעיסבאל על פי רוב און מען טרעפט נישט ביי זיי זאל זיין נפוץ די סארט טיפשע חקירשישע אידישקייט וואס זייערע גדולים רעדן וועגן. משא"כ חסידים וואס דער רבי רעדט וועגן חאניאקשיקייט און די חסידים זענען אין גרעסטער טייל טאקע חאניאקיש. עס אבער אביסעל נישט פייר דער צושטעל ווייל אינטעקלקטואלער עומק איז אלעמאל אן ענין פאר יחידים און עס איז נישט קיין גרויסער חכמה אז דער רבי איז א נאר און אלע חסידים זענען אויך..

שבת אחים » מאנטאג אפריל 2, 2018 11:38 pm

· #398860
ליטוואק פון בודאפעסט
דער עיקר חילוק צווישען א קאנסערוואטיוו און ליבעראלע, בעצם יסוד דינם, איז ווי פאלגענד. א קאנסערוואטיוו האט עפעס וואס באגלייט יעדער מיינונג זיינער. דאס אז די מיינונג איז אמאל געווען אנגענומען און דער וועלטס גאנג. א ליבעראלע זאגט אז יעדער זאך מוז ווערען איבער געטראכט און געקלערט, גארנישט איז נישט ריכטיג ווייל אמאל האט מען אזוי געמיינט.

וביתר עומק, א קאנסערוואטיוו האט עקסטרא-פאקטואלישע נויגונגען צו די ווארהייט פון זיין מיינונג. א ליבעראלע איז נאר משועבד צום אמת.

נישט יעדער ליבעראלער איז אזוי אמת׳דיג, אבער דאס איז די יסוד פון די שיטה.

למשל, א מענטש זעט אסאך שווארצע\היספאנישע\אידען\פייגלעך וואס פיהרען זיך אויף אין א געוויסע וועג. ווען דער קאנסערוואטיוו טרעפט זיך מיט נאך א שווארצע\היספאנישע\אידען\פייגלעך, משפט ער די דאזיגע לויט די אנדערע שווארצע\היספאנישע\אידען\פייגלעך וואס ער האט באגעגענט. א ליבעראלע משפט איהם לויט זיין אייגענעם צושטאנד, נישט עפ"י די ארום און ארום.

ווען שבת אחים האט א פראבלעם מיט קאנסערוואטיווען, וואס איז זיין עיקר טענה? אז ׳אלע׳ האלטען עס פאר א גרויל? ביסט דאך די זעלבע קאנסערוואטיוו! אנשטאטס ברענגען א מקור מיניה וביה, ברענגסטו ווידער פון דערויסען! דאס איז פונקט ווי יעדער רעכטער וואס פארלייגט זיך אויף עפעס א מיתוס פון ׳אמאל׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

1)איך האב דאך דירעקט געזאגט פארוואס איך האלט אזוי קוק צוריק מיינע תגובות ביטע. איך האב עס שוין געשריבן מיליאן מאל דא אויף קאווע שטיבל. ביי מיר איז א ראסיסט פונקט ווי אנטיסמיט. כ׳זעה נישט די חילוק! ווייל איך בין א פונקט א איד? פיינט האבן יענעם ווייל ער איז געבוירן געווארן אין א געוויסע ראסע איז א אלטמאדישע צוריקגעשטאנענע אומשכלדיגע דערשיינונג וואס ברענגט נישט קיין שום גוטס אויף דער וועלט. ופשוט הוא.

2)כ׳ווייס נישט פון ווי די נעמסט אז איך גיי נאכן שטראם. שעפעלע טייערע נעם דיינע ברילן און קוק איבער וואס איך האב געשריבן. כהאב געשריבן אפאר מאהל אז דעס איז ״מיין מיינונג״. כהאב נאר געזאגט פאר @גדלי אז ער זאל זיין געראכטן אז ״איך״ מיט נאך אסאך נארמאלע מענטשען ווען איינער גייט רעדן אזויווי הרב שיללער גיין זיי שרייען ״גרויליג״ פונקט אזויווי ווען זיי הערן א נאצי רעדן אויף אידן.

3)מיט יעדע זאך וואס איך האלט אז די ליבעראלע זענען גערעכט בין איך גרייט דיר מסביר צוזיין פארוואס איך האלט אזוי. סאיז פערצופאל אז זיי זענען גערעכט מיט רוב זאכן. אפשר טאקע ווייל זייערע פאליסיס זענען נישט געבויעט אויף ״בלינדע-מסורה״ נאר זיי ׳טראכטן׳ אזויווי דו זאגסט.יעדע זאך צום ביישפיל גאן-קאנטראל, טויט שטראף, אבארושען, ענווייערמענט אאז״וו. האלט איך נישט אזוי ווייל די ליבעראלע זאגן אזוי נאר ווייל איך האב געטראכט און איך בין אנגעקומען צו די מסקנא איז זיי זענען גערעכט. און כבין גרייט צו דעבאטירן יעדע ענין און דיר ווייזן פארוואס כ׳האלט אזוי.

4)אויב סגייט זיין נאר איין מענטש אין אמעריקע וואס האלט אז מ׳טאר נישט זיין קיין ראסיסט, און אלע אנדערע מענטשען גייען האלטן פארקערט גיי איך נאכאלץ בלייבן ביי מיין מיינוג. נאך א מזל טאקע אז נישט נאר איך האלט אזוי נאר די גאנצע וועלט וואס ׳טראכטן׳ האלטן אויך ווי מיר. נאך איין מזל...

גדליה » מאנטאג אפריל 2, 2018 11:55 pm

· #398861
לעיקוואד
יאך בין אביסעל אנטוישט פון דער אינטערוויו. אז מען פארשפרעכט אן אינטרוויו מיט אזא מענטש איש האשכולות א בעל דעה וואלט איך זיך גערעכנט אז דער עיקר זאל זיך רעדן איבער זיינע דעות, צו איבער יהדות צו איבער פאליטיק, און זאל ער פארציילען זיינע דעות און זיי מצדיק זיין, און אפשר אויך פון ווי ער האט עס באקומען. אזויווי עס איז דער אינטערוויו דריי פערטל איבער וואסארא באל ער האט געשפילט מיט זיין טאטע און וואסארא מזונות ער האט געגעסן מיט ר' משה בטלן, נו א שיינע ביאגראפיע וואס מען וואלט געקענט טרעפן אין משפחה איבער אן אינטרעסאנטע פארשוינ'ס לעבנס-געשיכטע. עס איז אבער גאנץ ווייניג אינטרעסאנט אויף אן אינטעלעקאלער פארנעם, וואס איז לכאורה דער עיקר אינטרעסאנקייט פאר אונז. סתם גרים און בעלי תשובה וואס האבן זיך געדרייט פארשידענע פלעצער איז 'א דיים א דאזען', און די סארט מעשיות קען מען טרעפן אין אן א שיעור חרדישע אויסגאבעס וואב האבן ליב אזעלכע זאכן. ווען איך וואלט געמאכט דער אינטערוויו וואלט איך אנגעהויבען אין דער סוף און איבערגעהיפט די אלע מעשיות.

דאס וואס ער זאגט וועגן די מ"א ווערזוס חסידים האב איך פארשטאנען ער מיינט אז אמת הרב סולובייציק אדער לאמם זענען עוסק אין פילאזאפיע וחקירה, אבער דער המון עם איז זיך עוסק אין בעיסבאל על פי רוב און מען טרעפט נישט ביי זיי זאל זיין נפוץ די סארט טיפשע חקירשישע אידישקייט וואס זייערע גדולים רעדן וועגן. משא"כ חסידים וואס דער רבי רעדט וועגן חאניאקשיקייט און די חסידים זענען אין גרעסטער טייל טאקע חאניאקיש. עס אבער אביסעל נישט פייר דער צושטעל ווייל אינטעקלקטואלער עומק איז אלעמאל אן ענין פאר יחידים און עס איז נישט קיין גרויסער חכמה אז דער רבי איז א נאר און אלע חסידים זענען אויך..

הרב @לעיקוואוד,
מתחילה בין איך אויך אביסל אנטוישט געווארן. אבער ווען כ'בין איבערגעגאנגען די אינטערוויו צום צווייטן מאל האב איך געזען ווי מ'קען גאר אסאך ארויסלערנען פון זיינע מעשה'לעך אליין, ווי באקאנט פון צדיקים די גרויסקייט פון דערציילן סיפורים...
קודם דאס אליין ווי מ'זעט א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן מיט פוטבאל שפילער און מאווי סטארס און ווערט אינגאנצן איבערגענומען פון סקווערער רבי'ס א קוק, א שמייכל. דאס אליין איז ווערט צו דערציילן. עס געבט עפעס א שטיקל הגדרה אויף סקווערער רבי און חסידות בכלל. מ'קען זיך אביסל פארשטעלן ווי אזוי חסידות אין אייראפע האט איבערגענומען די מאסן, פשוט ס'האט פארקויפט עפעס ממשות וואס די גאס האט נישט געגעבן. טאקע די בליק און די שמעק און די רוק.
נאכדעם די מעשיות וואס ער דערציילט זענען גאנץ מערקווירדיג, עכ"פ פאר מיך. ער דערציילט נישט קיין אותות ומופתים, נאר אזעלכע דקות'דיגע זאכן וואס טאקע נאר א פרעמדער קען אפלערנען. למשל ווי אזוי די סקווערער רבי האט אזוי ליב געהאט די ענגלישע גמרא אפילו ער האט נישט געוואוסט אויף וועלכע זייט מ'עפנט דאס. ווי די בטלני'שע סקווערער האבן אפירגעקראצט א תלמוד בבלי המנוקד. ווי די טישן זענען געווען צוווארפן אין בית מדרש. ס'עפפנט אביסל דאס בליק אויף סקווערער רבי און סקווערע שטעטל, ווי אזוי ס'האט זיך אנטוויקלט וכדו'. (למשל מ'דארף אריינטראכטן צו היינט וואלט סקווערער רבי'ס זון צוגעשטעלט עסן יעדן טאג פאר עפעס א בעל תשובה).
דריטנס האב איך מיך אויסגעלערנט אז בעסקעט באל אויף אידיש איז קוישבאל.
בכל אופן, כמעט יעדע מעשה איז מיר געווען אינטרעסאנט. מ'דארף טאקע הערן מער איבער די אמונות ודעות זיינע און פארדעם קוק איך פאראויס צו די קומענדיגע שמועס. כ'האף אז פאלקמאן וועט טאקע מקיים פסק זיין.

מתחילה האב איך נישט אזוי פארשטאנען וואס באדייט דער חילוק צווישן מאדערן ארטאדאקס און חסידים, נאר יעצט אז פאלקמאן האט מסביר געווען פארשטייט איך אז ער רעדט פשוט פון דעם וואס ביי חסידים און חרדים בכלליות איז אידישקייט פשוט מער וויכטיג און מער צענטראל אין לעבן. דאס איז א פאקט וואס מ'קען נישט פארלייקענען אז א עוורעזש חסיד לעבט מער מיט גמרא און שלחן ערוך ווי א מאדערן ארטאדאקס. אפילו די גדולים זייערע זעט מען ווי ביי אונז איז דא די מושג פון אין לו בעולמו אלא ד' אמות של הלכה בלבד, און ביי זיי איז דאס כמעט נישט בנמצא.

גדליה » דינסטאג אפריל 3, 2018 12:05 am

· #398862
נאך א זאך איז מיר געווען מורא'דיג אינטרעסאנט ווי שטארק ער איז געווען אינוואלווד אין פאליטיק און אין וואספארא אידעאליסטישע וועלט מ'האט דעמאלטס געלעבט. ממש מ'האט זיך געדינגען צו דער שיטה איז ריכטיג צו יענע שיטה איז ריכטיג. היינטיגע צייטן איז אלס רעדיצירט ממש צו נארישע רעטאריק, אז כמעט יעדע בר דעת ווייכט אפ פון פאליטיק. ס'איז א פליאה עצומה ווי אזוי זאכן האבן זיך געטוישט, ווי אזוי מ'איז אנגעקומען צו א מצב אז דאס יונגווארג שלינגט טייד פאדס און שרייט מי-טו אנשטאט זיך אויסארבעטן דקות'דיגע פאליטישע חילוקי דעות, צו כאטש אפילו זיין א היפי און האבן עפעס א אידעאל און א האלב נארמאלע וועלט אנשויאונג.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 3, 2018 12:10 am

· #398863
אמת, קען זיין מיר איז עס נישט געווען אזא חידוש ווייל איך האב שוין לאנג אויסגעפרעגט עטליכע אידען וואס זענען נתקרב געווארען צו'ם אלטען סקווערען רבי'ן און האב שוין געהערט די זעלבער דקות וואס האט זיי געצויגען. איך האב אויך געהערט די זעלבע השתשלשות אמאל פון ר' שלמה היל ז"ל אליינס ביי א יארצייט אין סקווערער שטיבל. ר' שלמה האט געזאגט דאן אז ער איז געווארען א סקווערער ווייל די שמאלץ הערינג אין סקווער האט געהאט עפעס א טעם וואס ביי זיינע עלטערן אין קאנסערוועטיווער שול - אפילו זיי האבן אויך געהאט הערינג - איז עס אבער נישט צוגעקומען צו די סקווערער היימישער הערינג..

גדליה » דינסטאג אפריל 3, 2018 12:15 am

· #398864
אפשר קען איינער שאפן אביסל פון די סקווערער הערינג

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 3, 2018 12:17 am

· #398865
נעה מאיר זאגט דאך אז היינט איז סקווער שוין צו מאדערן..

אגב, לויט יענע אידן, און אויך לויט ר' מאיר'ן, קען מען נאך זעהן אביסעל דער געשטעל פון סקווערער רבי און ר' משה גבאי ביי ר' איציקל פון ראחמיסטריווקא - בארא פארק. זיי זאגן אז ער מאכט בעסער נאך זיין שווער ווי דער זון פון ניו סקווער.. אפשר האבן זיי נאך די פיש אויכעט..

גדליה » דינסטאג אפריל 3, 2018 12:21 am

· #398867
איך בין זיכער איינער א חסיד שוטה האט אוועקגעלייגט עפעס א אלט פעסל הערינג פון די בראשית יארן אין סקווער
טאמער נישט זאל איינער שוין איינזאלצן אביסל רחמיסטריווקא הערינג

וחלופיהן » דינסטאג אפריל 3, 2018 12:27 am

· #398868
פאלקמאן

א מענטש איז א מכלול פון מיינונגען און געפילן. ווי ברייטער דער מענטש איז, אלץ מער איז עס אומ'אחריות'דיג (סיי פאר אים און סיי פאר'ן צוהערער/ליינער) ארויסצונעמען איין פרט פונעם גאנצן מכלול, ווייל צוזאמען מיט ברייטקייט קומט אריין קאמפליצירטקייט און ניואנסן. מיין האפענונג איז צו דעקן דעם מענטש גענוג ברייט אז מיר זאלן קענען פארשטיין זיין פול-זייטיגע פערזענליכקייט, אפגעזען צי מיר וועלן ספעציפיש בארירן דעם נושא אדער נישט. איך האב מיך באצויגן צו דעם ציל אינעם אריינפיר.

איך ווייס נישט ווען איך וועל אנקומען עס אויסצופירן, ווייל צו דעקן זיין פאליטישן וועלטקוק (אויף וועלכן ער האט געשריבן א בוך אין זיינע בראשית יארן, און דערנאך זענען צוגעקומען נאך צענדליגער שיכטן אויף דעם, מיט הונדערטער ארטיקלען וואס ער האט פובליצירט) דארף זיין א קאלאסאלער פראיעקט. איך קוק שטארק ארויס אויף דעם, אבער פריער וויל איך צושטעלן אן אינטערוויו איבער טעמעס וואס זענען נוגע פאר אונז אלס אידן, אדער אלס היימישע אידן. אזוי האף איך ווייניגסטנס.

אגב, אין ראם פון מיינע באגעגענישן מיט הרב שיללער איז מיר אויסגעקומען צו הערן אביסל פון זיינע ערפארונגען מיט פארשידענע מענטשליכע גרופעס, און פערזענליך בין איך איבערצייגט אז ער פארמאגט א טיפע ליבשאפט צו יעדן צלם אלוקים, אפגעזען פונעם קאליר. איך וואלט געקענט צוברענגען אינטערעסאנטע אנעקדאטן אין שייכות מיט דעם, אבער איך פלאן עס אפצודרוקן שפעטער און איך וויל עס נישט ארויסגעבן פאר דער צייט... ווי געזאגט, איז דער מענטש זייער רייך אין זיין אינערליכער וועלט.

Sent from my XT1635-01 using Tapatalk

ווער רעדט דען פון ארויסנעמען איין פרט? אז מען געט אן אריינפיר און מען דעקט פון אים אזויפיל אויף בלעטער נאך בלעטער, ווי קען מען אויסלאזן אזעלכע עקסטרעמע דעות? אנטשולדיקט מיר אבער אז מיר רעדן פון אומ'אחריות'דיקייט איז עס אין אויסלאזן דווקא דעם פרט. איך רעד נישט דא פון אים נישט פלאטפארמען און אויך נישט פון נישט דערציילן זיין 'רייזע'. סך הכל אז בנוסף צו זיין א כמו בעל תשובה, א סקווירא חסיד, א מגיד שיעור, א בעל מחבר, א האקי קאוטש ועוד האט מען געדארפט זאגן אז ער איז אויך א בעל דרשן און א שרייבער מיט עקסטרעמע רעכטע דעות פאר עקסטרעמע רעכטע אדיענצן און אים פרעגן דעריבער. דאס צו פארהוילן איז בבחינת גניבת דעת.

גדליה » דינסטאג אפריל 3, 2018 12:42 am

· #398870
הרב וחילופיהן בחכם
איך פארשטיי נישט על מה יצא הקצף. הרב שיללער שטעלט זיך פאר אין דעם אינטערוויו אלס א שטארק רעכטע קאנסערוואטיוו. די אינטערוויוער שרייבט קלאר אז דאס איז נאר געווידמעט אויף די לעבנס געשיכטע פון הרב שיללער און נישט אויף זיינע פאליטישע אדער השקפה'דיגע שיטות. דאס וואלט איר מסתמא אויך מודה געווען אז סתם אריינווארפן א ווארט אן געבן קאנטעקסט וואלט אויך נישט געווען צו די זאך. איז וואס פארפירט איר.

וחלופיהן » דינסטאג אפריל 3, 2018 12:57 am

· #398873
זע דער אינטערוויו אין די לעצטע קאפיטלעך רעדט ער פון השקפה און אויך דורכאויס ווארפט ער דא און דארט אריין.

דא רעדט מען נישט פון סתם א קאנסערוואטיווער נאר א מענטש מיט גאר עקסטרעמער מיינונגן איז דערמאן זיי כאטש. דאטס אלל.

גדליה » דינסטאג אפריל 3, 2018 1:15 am

· #398877
איך כאפ נישט פארוואס ס'פעלט אויס צו דערמאנען ארויס פון קאנטעקסט.
דאס איז בערך ווי די ויכוח אין פאריגן וועקער וועגן רב קוק. לאמיר זאגן אז ס'איז טאקע א געפערליכע חטא צו שרייבן אז שפילן בעיסבאל איז א גילוי שכינה צו וואס, נו מוז מען עפעס דערמאנען די איין דעה ביי יעדן שמועס, צו פסק'נט דאס דען אפ דעם מענטש. יעדע מענטש וואס טראכט אביסל טיפער האט איינס צוויי דריי מאדנע דעות. ווען די ארטיקל איז געווידמעט אויף זיינע פאליטישע שיטות און מ'דערמאנט דאס נישט ביסטו גערעכט. אבער דאס איז דאך בעיקר געשטעלט אויף זיין לעבנס געשיכטע.
אגב אז ער שרייבט אז ער איז געווען א פייערדיגע אנהענגער פון בערי גאלדוואטער דארף מען שוין אליין פארשטיין אז ער איז גאר שטארק רעכט. ווי שבת אחים האט שוין דערמאנט. און די ארטיקל דערמאנט דאך אז ער האט געשריבן א בוך אויפצוואווייזן אז די קאנסערוואטיוון זענען נישט גענוג רעכט או משהו כזה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 3, 2018 8:50 am

· #398884
Re: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקע
איך בין אנטוישט פון לעיקוואד׳ס תגובה. אין אנדערע אויסגאבעס, באשרייבט מען בעלי תשובה מיט ווי ווייט זיי זענען געקראכען, צו ווייזען פון ווי ווייט זיי האבען געטראפען דער אויבישטער. דא איז געווען ממש פארקערט. מ׳האט אויסגערעדט די גאנצע אויפבוי פון דער מענטש. פון א טאטע וואס היט נישט קיין מצוות האט ער גאר באקומען די יסודות אויף וואס זיין אמונה איז געבויט. ער האט נישט בועט געווען אין זיין עלטערען, נאר גענוצט זייער ערציאונג אנצוקומען צו אמונה.
און פון די אנדערע ריכטונג אויך. אז מ׳וויל אויפהאדעווען קינדער וואס וועלען קענען זיך אליינס און אויפבויען די אייגענע אויסנאמליכקייטען, כל אחד כפי מה שהוא, קוק וויאזוי זיין עלטערען האבען דאס געטוהן.

זיין שיטות זענען דארט טאקע נאר געווען א צוגעלייגטע זאך צום סוף, זיי האבען באנומען צו ווייניג אן ארט אין דער אינטערוויו, אבער זיין אפשטאם און באל שפילען איז פונקט אזוי וויכטיג.

דאס ענין פון קוישבאל איז מיר אויך געווען א חידוש. אין חומש פרשת כי תבא, איז א ׳טנא׳ א קארב. אין מצה בעקעריי איז דער האלצענע באקס ווי מ׳לייגט די מצות א קויש. איך האב אלס געמיינט אז דאס האט מיט די מצה בעקעריי דזשארגאן, פונקט ווי א טייג וואס ווערט פארוואנדעלט אין א ׳מיירע׳ ווען מ׳גייט עס באקען לשם מצות מצוה. אפשר איז בעסקעט באלל ביי הרב שיללער אזא מצוה פונקט ווי מצה.

ווען איך האב געליינט וועגען זיין ספארטס קאריער, האט עס ביי מיר עפעס אויפגעוועקט. איך האב אייביג אנגעקוקט ספארטס ווי א קינדער שפיל פאר מענטשען מיט עלטערע קערפערס. א מענטש וואס האט קיינמאל נישט אויפגעוואקסען זיין קינדער שפילצייג, שפילט נאך פראפעסיאנאלער ספארטס. א מין טפשות, נאכצולויפען א באל צו ד׳ כנפות הפעלד, אלס כדי איהם צו כאפען איידער א צווייטען?! ממילא אז מ׳טוט עס פאר עקסערסייז, און מ׳לייגט צו אביסל פאן, מהיכי תיתי. אבער דאס נעמען אזוי ערנסט, מיט ליעג׳ס און מונדירען ועוד?! ער האט אריינגעגאסען אביסל תוכן אין דער זאך, אז די באציאונגען צווישען א גרופע מענטשען איז גאר די ציל דא. דאס האט מיר טאקע געגעבען אן אנדערע בליק. נאכצוגייען יענעמ׳ס ספארטס איז נאכאלס ביי מיר זייער נעריש, אבער עכ"פ שפילען אליינס דערהער איך שוין ווען איינער וועט זע׳ען א תכלית דערין.

(אגב, איך האב נישט געזאגט אז קאנסערוואטיווען גייען מיט די שטראם. איך האב געזאגט אז זייטיגע חשבונות זענען אפיציעל משפיע אויף זייער מיינונג. אדער וואס מ׳האט אלעמאל געהאלטען, אדער וואס אנדערע טוהן. ביידער האבען גארנישט מיט די מציאות לפנינו. און שבת אחים איז אין דעם די זעלבע קאנסערוואטיוו ווי בעררי גאלדוואטער. אוודאי נאכ׳ן פארהאלטען וועט מען פראבירען אנדערע חשבונות אויך, אבער ווען מ׳האלט זיי נישט פאר, זאגען זיי גאנץ קלאר וואס ליגט אונטער די מיינונג.)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » דינסטאג אפריל 3, 2018 4:20 pm

· #398899
גדליה
איך כאפ נישט פארוואס ס'פעלט אויס צו דערמאנען ארויס פון קאנטעקסט.
דאס איז בערך ווי די ויכוח אין פאריגן וועקער וועגן רב קוק. לאמיר זאגן אז ס'איז טאקע א געפערליכע חטא צו שרייבן אז שפילן בעיסבאל איז א גילוי שכינה צו וואס, נו מוז מען עפעס דערמאנען די איין דעה ביי יעדן שמועס, צו פסק'נט דאס דען אפ דעם מענטש. יעדע מענטש וואס טראכט אביסל טיפער האט איינס צוויי דריי מאדנע דעות. ווען די ארטיקל איז געווידמעט אויף זיינע פאליטישע שיטות און מ'דערמאנט דאס נישט ביסטו גערעכט. אבער דאס איז דאך בעיקר געשטעלט אויף זיין לעבנס געשיכטע.
אגב אז ער שרייבט אז ער איז געווען א פייערדיגע אנהענגער פון בערי גאלדוואטער דארף מען שוין אליין פארשטיין אז ער איז גאר שטארק רעכט. ווי שבת אחים האט שוין דערמאנט. און די ארטיקל דערמאנט דאך אז ער האט געשריבן א בוך אויפצוואווייזן אז די קאנסערוואטיוון זענען נישט גענוג רעכט או משהו כזה.

ווייל דו כאפטס נאכנישט וואס די גרויסע עוולה פון זיין א ראסיסט. דאס איז די מקור פון כמעט אלע פראבלעמען אין די וועלט זינט די וועלט שטייט. א איד זאל פיינט האבן יענעם ווייל ער איז געבוירן אין א אנדערע שבט? נאכדעם קומטס מיר נישט שרייען ״אנטיסמיט״ יעדן מאנטיג און דאנערשטיג אויף א צווייטן. אז דו האסט פיינט דעם שווארצן ווייל ער איז שווארץ און איז אנדערש פון דיר מעג דאך דער שווארצער פונקט אזוי דיך פיינט האבן ווייל דו ביסט אנדערש פון אים. געדענק: א מענטש׳ס פאליטיקס איז נאר אן עקסטענשאן פון זיינע ווירדן און מאראלן.

שבת אחים » דינסטאג אפריל 3, 2018 8:28 pm

· #398907
[ציטאט אראפגענומען]

דער מנחת אלעזר ווייסט איך נישט.
דער אהבת ישראל איז דאך ידוע וואס ער האט געהאלטן. מ׳טאר זיך נישט קריגן מיט קיינעם אפילו די נידערגסטע גוי. סאיז דא אסאך מעשיות פון אים מיט גוים און גלחים. זיי זענען אלע נתפעל געווארן וואספארא מענטשליכע מענטש ער איז געוועהן... די גוים פון שטאט האבן אים געהאלטן פאר א ״וואונדער-ראבינער״.

דער אהבת ישראל האט געזאגט זייערע א טיפע אמתע ווארט:

״מ׳דארף זיין גיט צו יעדעם איינעם אבער נישט מיט יעדעם איינעם״

דאס איז געוועהן זיין שיטה, און קיין ראסיסט איז ער זיכער נישט געוועהן! פיינטשאפט האט בכלל נישט עקזעסטירט ביי אים. ער האט ליב געהאט די באשעפערס בריאה וויאזוי ער האט עס געמאכט.

פליקער » מוצ"ש אפריל 7, 2018 11:00 pm

· #399043
Re: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקע
איך האב געליינט דעם אינטערוויא ארטיקל איבער ר' מאיר שילער, און עס אנטדעקט א סארט אידישער כאראקטער וואס וואלט היינט ציטאגס זיך נישט געקענט לכאורה איבערשפילן, היינט וואלט ער קיינמאל נישט געווארן מקורב צו סקווער אדער סיי וועלכער אנדערע חסידות, היינט וואלט ער געהאט א פנים ווי פילע אנדערע וואס זענען נעבעך אדורך אינזער סיסטעם כמו אלע ספארדיש אדער תימן'ע אפשטאמיגע וואס זענען געווען דאס לצנות פון די געגענט ווי זיי האבן זיך געפינען.

אז איינער זאל אזוי אויסשטייגען אין סקווער אוו אלל פלעיסעס און ווערן א מגיד שיעור ביי די מאדערענע, און נאך טוהן א שידוך ביט די 20, און שידוכים מיט די קינדער, און ארויסגעבען צוויי גויאישע ביכער איז עפעס לכאורה פון די זיבען ווינדער'ס פון גאט'ס בריאה.

אלענפאלס איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פונעם גאנצען מאמר און איך האף אויך אז דאס איז נאר געווען די התחלה פון א ערענסטען חלק ב' וואס זאל מער ארים נעמען זיינע שיטות ווי זיין לעבען.

שבת אחים » זונטאג אפריל 8, 2018 3:13 am

· #399055
איך האב אפגעליינט די ארטיקל. און איך זעה ממש גארנישט אינדעם חוץ א סעקיולער איד וואס איז געווארן א ״חסידישע רעדנעק״. כבין זיכער אז די שרייבער פון ״די וועקער״ האט געטוהן א געוואלדיגע ארבעט. און איך רעדט מיך ח״ו נישט אפ אויף זיי. זייטס נישט בייז; די עצם נאראטיוו פון הרב שיללער אליינס זאל מיר יעדער מוחל זיין קען מען פארציילן בעסיקלי אויף איין בלאט! 53 בלעטער אנגעפילט מיט ״סקווירער הערינג״ און ר׳ משה בטלן׳ס נעגל וואסער... גארנישט אינטערסאנט פאר מיר.

וואס יא. איך האף בלינ״ד אפשר צושרייבן א ענטפער אויף הרב שיללער וויסטע אטאקעס אין די ארטיקל. קעגן זיינע גאר רעכטע עקסטרעימע פאליטישע-אידאלאגיען. וואס ער ווארפט אריין אין די ארטיקל בקיצור דא און דארטן, און אסאך צווישן די שורות.

1) ער איז שטארק קעגן מולטי-קולטוריזים.

2)אז ער האלט די ״ווייסע ראסע״ איז העכער ווי די אנדערע. און אז ער איז א ״וויסטע ראסיסט״.

3)אז ער האלט נישט פון קיין Separation of church and state. און ער כאפט אפילו נישט די וויכטיגקייט אינדעם.

4)אז ער איז קעגן גאווערמענט-פראגראמען פאר די ארימע און ער רופט זיינע ארימע סקווירער ברודער און אלע אנדערע חסידישע-אידן וואס נעמען בעניפיטס פון די שטאט מיט אזא לשון זלזול-״וועלפעריזים״... בשעת פאר אים האבן די בחורים געדארפט גיין שנארען-פאר זיין שכר לימוד און הרב געלבמאן פון סקווירא (וואס איז געוועהן א ארימאן מיט א שטוב מיט קינדער) האט צוגעשטעלט פאר זייער משפחה פלייש און אנדערע אידן פון סקווירא האבן זיך געדארפט אפגעבן מיט אים און שטיצן זייער משפחה אין נויט... אבער ווען סאיז א צווייטער רופט ער עס ״וועלעפריזים״ פוי..! א גרויל...!

5)אז ער אטאקירט די היינטיגע אמעריקענע ״גימ״ל געזעצן״ און רופט עס אן ״א מאראלישע קריזיס״ 😕 בשעת סהאט ממש גארנישט מיט ״מאראלן״ צוטוהן! (און ברענגט נאך א שיינע ראי׳ פון קאשויער רב זצ״ל און הרב אביגדור מיללער, סירעסלי?)

6)וע״כ אז ער אטאקירט די סופרים קאורט׳ס פסק אז מ׳טאר נישט צווינגן די אמעריקאנע קינדער צו דאווענען אין ״פובליק שולע״ און רופט עס גאר אן די ״פארכאפונג פון די סעקיולער גאווערמענט״ בשעת די מעשה איז גאר פונקט קאפויער...

7)ס׳באדערט אים בכלל נישט אז זיינע קאנסערוועטיווע חברים האבן אייביג אראפגעדרוקט די ארימע און מינארטיס און פרובירט ווי זיי קענען נאר צו שניידן די בענעפיטס פאר זיינע סקווירער ברודער, אבער וואס דריקט אים יא איז אז סאיז פארהאנען ׳תועבות׳ אין די ווילעדזש אין מאנהעטן 😢 און אז די גוים און פארטא-ריקענס דאווענען נישט אין סקול. די היפקראסיע זיינע איז עד לב השמים.

8)ער זאגט נישט קיין שום סיבה פארוואס ער איז צוגעצויגן געווארן צו סקווירא. און ער קען נישט אנצייכענען וואס פונקטליך האט אים געמאכט באשלוסן זיך צו טוישן זיין לעבנסשטייגער און ווערן פון א פרייע איד, א ׳עקסטרעימער סקווירער חאניאק׳ נאכדערצו אז ער האט ניטאמאל פארשטאנען אידיש און ער האט נישט בככל געקענט געהעריג קאמיוניקעיטן מיט אלטן סקווירען רבין זצ״ל (וואס איז טאקע געוועהן א צדיק, א ריינער מענטש, איך מאך אים ח״ו נישט אוועק. אבער קיין סיבה פארוואס ער אלץ א סעקיולער איד איז צוגעצויגן געווארן קיין סקווירא זאגט ער נאכאלץ נישט)

9)אויף קיין איינע פון די נושאים געט ער נישט אן קיין אביעקטיוו סיבה פארוואס ער האלט אזויווי ער האלט. וויאזוי ער איז אנגעקומען צו די מסקנא און פארוואס ער איז גערעכט מיט זיין שיטה.

10)אז ער האלט (אזויווי אלע רעכטע) אז די "קאנסטיטוציע" פון די פאראייניגטע-שטאטן, געשריבן 230 יאהר צוריק דורך א גרופע נואפים, מענטשען וואס האבן געשטינקען פון ״פערדן צואה״ און האבן געוועלטיגט און געפייניקט אנדערע מענטשען וואס זענען נישט געוועהן פון די זעלבע מין הויט קאליר ווי זיי. און פארקויפט קליינע שווארצע קינדער פאר שקלאפן. גערצחט און גערודפט אלע מינארטיס (אריינגערעכענט אידן), מענטשען וואס האבן נאכנישט געחלומט אז פרויען דארפן האבן די זעלבע רעכטן ווי מענער. אט די ״וואונדערליכע דאקיומענט״ וואס איז געוועהן מוראדיג פאר 200 יאהר צוריק. טאהר מען ח״ו נישט אפדעיטן צו די היינטיגע סטאנדארטס און באדערפענישן פון די היינטיגע בירגער
ווייל סאיז ממש א בחינה פון זאת ״ה׳קאנסטיטוציע לא תהא מוחלפת״. כאילו סאיז עפעס ״תורה מסיני״.

קיין שום אינטערסאנטע זאך האב איך מיך אפגעלערענט פון דעם איד. אלע זיינע סעלפיש אומשכלדיגע ״טאלקינג פוינטס״ זענען ריינע טיפשות׳דיגע רעכטע עקסטרעים שיטות וואס כהאב שוין געהערט גענוג און נאך פון אלע רעכטע מתמול שלשום.

כהאב גארנישט קונה געוועהן פון אים. קיין שום חכמה קיין שום ידיעות. גארנישט! ער אטאקירט אפילו אונזערע ״היינטיגע חרדישע סיסטעם״ אבער קיין שום לעזונג האט ער נישט דערווייל.

כ׳זעה נישט קיין שום פיל-פארביקייט אין דעם איד כ׳זעה נאר איין פארב אין אים-ער איז ״רויט״ ווי אלע צוריקגעשטאנענע ״רויטע-האלזן״ נאר מיט א סקווירער אקצענט. ער לעבט אין די ״רעכטע באקס״ און כ׳זעה נאכנישט ווי דער ״גרויסער דענקער״ זאל בככל טראכטן אינדערויסן פון זיינע ד׳ אמות.

יעדען טאג טוישן זיך מענטשען זייערע רעליגעס און לעבנסשטייגער. איך זעה גארנישט ספעציעל אין זיין מעשה. גארנישט וואס זאל מיר געבן ״חומר למחשבה״. גארנישט וואס זאל מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ פון די קומענדיגע דורות. זעראו! גארניקס! זילטש! נאדע!

זייטס מיר אלע געזונט און שטארק.

ר׳ פאלקמאן אנטשולדיגט מיר. איך מיין אייך ח״ו נישט פערזענליך.

דבילה » זונטאג אפריל 8, 2018 1:06 pm

· #399080
גדליה
הרב שיללער באציט זיך צו מאטעמאטיק און אנדערה הארטע וויסנשאפטן ווי א "טויטער לימוד" אדער עכ"פ אזוי האט ער אמאל געקלערט. כ'מיין אז דאס איז א געוואלדיגע זלזול אין די חכמות אויף וואס די וועלט שטייט, און ס'איז א פליאה עצומה פאר איינעם וואס ווייקט זיך אין חסידות נישט צו פארשטיין אז די בריאה איז אייגנטליך א לעבעדיגע פלאץ און די געזעצן פון פיזיקס און מאטעמאטיקס זענען נישט קיין טויטע לימודים נאר גאר טיפע סודות הבריאה וואס מ'קען זיך אסאך אארויסלערנען אויף א פילאזאפישע און האומאניסטישע שטייגער, ס'איז א טעות פון די היינטיגע אטעאטיסטן אז זיי קוקן אן סייענס ווי א טויטע לימוד און זעען נישט גאט דערינען.

דאכט זיך אז הרב שיללער זאגט קלאר אז זיינע מיינונגען אין דעם ענין האבן זיך געטוישט, און ער זעט דעם (נישט) געפיל פאר מאטעמאטיק פון זיינע יונגע יארן מיט חרטה.

פאלקמאן » זונטאג אפריל 8, 2018 7:06 pm

· #399100
טייערער שבת אחים, איך זע אז דער נושא נעמט דיך שטארק איבער און איך וועל דערפאר רעאגירן מיט א פאר שורות. נאר א קורצע הקדמה פון פאראויס:

די וועלט פון השקפות איז זייער קאלירט און ברייט, אבער צומאל קען א געוויסער אספעקט פון השקפה בארירן דעם מענטש אין גאר א פערזענליכן אופן. ווי למשל, די טעמע פון ציוניזם אין סאטמאר, די טעמע פון ראסיזם אין דער ליבעראלער וועלט, א.א.וו. געווענליך זענען דא סאציאלאגישע סיבות וועלכע פארוואנדלען געוויסע השקפות אין א צענטראלן חלק פונעם פערזענליכן וועלטקוק, אבער סיי וואס די סיבה זאל נישט זיין איז קלאר אז ווען ס'האנדלט זיך פון אזעלכע טעמעס ווערט עס אנגעפולט מיט פולווער ווי נאר עפעס דאכט זיך אז ס'האט נאר סיי וועלכן שייכות מיט עפעס וואס שמעקט כאטש ענליך צו א קוזין פון עפעס וואס איז אפיליאירט מיט יענעם ענין. דאס מאכט זייער שווער צו פירן א פשוט'ן קולטורעלן שמועס איבער דעם נושא.

לאמיך ערקלערן בעסער וואס איך מיין. אין דער מינוט וואס עמיצער ווערט באשולדיגט מיט כפירה וועט נישט העלפן פאר יענעם זיך צו פארטיידיגן אדער זיך ערקלערן, ווייל מיט כפירה טאר מען זיך נישט באפאסן. ס'קען זיין אז מ'האט יענעם נישט ריכטיג פארשטאנען, ער האט בכלל געמיינט עפעס אנדערש, אבער מ'וועט אים אפילו נישט לאזן זיך פארענטפערן וויבאלד מ'וויל שוין נישט הערן. פארשטייט זיך אז אזא צוגאנג פארשליסט יעדע מעגליכקייט פאר דיאלאג, ס'גיט נישט די געלעגנהייט זיך צו פארשטיין, און ס'שאפט נאר א ריס צווישן מענטשן. די מייסדים פון אידעאלאגישע גרופעס זענען על פי רוב ברייטער פונעם המון-עם וואס נעמט די שיטות צו אזא עקסטרעם (וכמאמר החכם אז קארל מארקס איז נישט געווען קיין מארקסיסט), אבער דאס איז די טבע פון א מאסן-אידעאלאגיע.

דו האסט געליינט דעם אינטערוויו פון הרב שיללער און געזוכט מיט קנא'ישע ברילן וואו מ'קען דערווישן עפעס שבתאות... אין אזא פאל איז פשוט נישט מעגליך אז איך זאל קענען עפעס ענטפערן. די עמאציאנען וועלן איבערשרייען דעם דיאלאג. איך האב שוין געשריבן עטליכע מאל אז איך וועל מירטשעם דעקן די פאליטישע מיינונגען פון הרב שיללער, ווייל מאמענטאל בין איך איבערצייגט אז דער ליינער איז זייער רוי אין דעם. דער קאנטעקסט פון זיינע מיינונגען, און די עוואלוציע פון זיינע השקפות, זענען וויכטיג אויף צו קענען פארשטיין וואס ער האלט. איך קלער אבער אז דו וועסט נישט זיין אינטערעסירט צו ליינען זיינע השקפות אויפריכטיג וויבאלד ער איז א ראסיסט. וחוזר חלילה. זיי מיר מוחל אויב די ווערטער הערן זיך שארף, אבער איך פרוביר פשוט צו ערקלערן די דילעמע אין וואס איך געפין מיך ווען איך וויל רעאגירן אין דעם נושא.

צוליב דער סיבה האב איך מתחילה געקלערט צו לאזן אנדערע ענטפערן און איך וועל דערווייל בלייבן שטיין פון דער זייט. דאך היות דו האסט דיר גענומען די טירחא אפצושרייבן א לענגערע רעאקציע פיל איך א חוב דיר צו ענטפערן, נאר איך דערקלער אז איך בין נישט גרייט אויף קיין דעבאטע כל זמן מיר האלטן נישט נאך אן אויספירליכן אינטערוויו וואס געהערט צו פאליטישע השקפות, וועלכע איך האף משלים צו זיין בבוא העת, נאר איך וועל רעאגירן ווי ווייט ס'איז שייך פונעם שטאנדפונקט וואו מיר האלטן יעצט מיטן אינטערוויו. אין מערערע פלעצער זעט מיר אויס אז דו האסט אדורכגעליינט דעם ארטיקל שטארק ברפיון, וועל איך אויך צואווייזן וואו דו האסט אומריכטיג פארשטאנען לדעתי.

יעצט צו די הערות.

שבת אחים
איך האב אפגעליינט די ארטיקל. און איך זעה ממש גארנישט אינדעם חוץ א סעקיולער איד וואס איז געווארן א ״חסידישע רעדנעק״. כבין זיכער אז די שרייבער פון ״די וועקער״ האט געטוהן א געוואלדיגע ארבעט. און איך רעדט מיך ח״ו נישט אפ אויף זיי. זייטס נישט בייז; די עצם נאראטיוו פון הרב שיללער אליינס זאל מיר יעדער מוחל זיין קען מען פארציילן בעסיקלי אויף איין בלאט! 53 בלעטער אנגעפילט מיט ״סקווירער הערינג״ און ר׳ משה בטלן׳ס נעגל וואסער... גארנישט אינטערסאנט פאר מיר.

על טעם וריח אין להתווכח. ס'איז מיר אינטערעסאנט אז דו האסט גארנישט געטראפן אויסער ר' משה בטלנ'ס הערינג (וואס איז א זיסע געשיכטע פאר זיך). די סיבה פארוואס איך האב געשריבן 53 בלעטער איז וויבאלד איך האב געזען אין דעם עפעס מער, און מיין האפענונג איז אז אנדערע ליינער אויך.

1) ער איז שטארק קעגן מולטי-קולטוריזים.

איך בין נישט זיכער וואו דו האסט עס געזען אינעם ארטיקל, אבער מיין אפשאצונג איז אז דאס געהערט צו די יסודות הדת אין אונזער קולטורעלער סביבה, ממילא וועל איך עס לאזן אויף א שפעטערן שמועס.

2)אז ער האלט די ״ווייסע ראסע״ איז העכער ווי די אנדערע. און אז ער איז א ״וויסטע ראסיסט״.

ס'וואונדערט מיך וואו דו האסט געזען אזעלכע "ראסיסטישע" געדאנקען, ווייל אלס שרייבער געדענק איך נישט זען אזא זאך אפילו צווישן די שורות.

3)אז ער האלט נישט פון קיין Separation of church and state. און ער כאפט אפילו נישט די וויכטיגקייט אינדעם.

ס'איז אן אינטערעסאנטע פראגע צו דעבאטירן, און ס'וועט זיכער פיגורירן אינעם אינטערוויו איבער זיינע פאליטישע מיינונגען. צו זאגן אז ער "כאפט נישט די וויכטיגקייט" הערט זיך ווי אן אומ-ניואנסירטער ארגומענט.

4)אז ער איז קעגן גאווערמענט-פראגראמען פאר די ארימע און ער רופט זיינע ארימע סקווירער ברודער און אלע אנדערע חסידישע-אידן וואס נעמען בעניפיטס פון די שטאט מיט אזא לשון זלזול-״וועלפעריזים״... בשעת פאר אים האבן די בחורים געדארפט גיין שנארען-פאר זיין שכר לימוד און הרב געלבמאן פון סקווירא (וואס איז געוועהן א ארימאן מיט א שטוב מיט קינדער) האט צוגעשטעלט פאר זייער משפחה פלייש און אנדערע אידן פון סקווירא האבן זיך געדארפט אפגעבן מיט אים און שטיצן זייער משפחה אין נויט... אבער ווען סאיז א צווייטער רופט ער עס ״וועלעפריזים״ פוי..! א גרויל...!

זיי מיר מוחל, אבער אזוי זעט עס אויס ווען מ'ליינט דורך 53 בלעטער מיט אן אגענדע. דו האסט אומריכטיג פארשטאנען זיין ארגומענט, אבער האסט אויך נישט פארשטאנען זיין געשיכטע. וואו האסטו געזען אז מ'האט געדארפט שטיצן זיין משפחה אין נויט? אדער אז ס'איז נישט געווען קיין געלט אין שטוב פאר שכר לימוד? איך האב פארשטאנען אז די עלטערן זענען געווען גרייט צו אקאמאדירן זיינע אינטערעסן כל זמן ער האט זיך אליין מסדר געווען. מיר קענען דעבאטירן ווי ווייט עלטערן דארפן געבן פאר קינדער, אבער אין ערגעץ האט נישט אויסגעזען אז ס'האנדלט זיך פון א משפחה אין נויט.

כדי ארויסצוהאבן קלארער די פרטים האב איך טעלעפאנירט צו הרב שיללער. ער האט באשטעטיגט מיין השערה בנוגע דעם שכר לימוד, אבער נישט בנוגע דעם עסן וואס זיי האבן באקומען. זיין מאמע האט שטענדיג באצאלט פאר'ן פלייש, נאר זיי האבן זיך גענויטיגט אין סקווירא אויף די טעכנישע חלקים וויאזוי דאס צו באקומען. עווענטועל ווען זי האט זיך צוגעלערנט די מלאכה איז זי אליין ארויס איינקויפן דאס עסן און זיך באקאנט געמאכט מיט די היימישע סוחרים.

בנוגע זיין ארגומענט דאכט זיך מיר ווידער אז מ'קען זיך נישט טועה זיין ווען מ'ליינט עס אפ פארזיכטיג. זאגט דען נישט הרב שיללער קלאר אין יענעם זעלבן פאראגראף וואו ער רעדט וועגן "וועלפעריזם" אז ער שטיצט דעם מהלך פון רעגירונגס-הילף אין א נויטפאל פאר מענטשן וועלכע ארבעטן שווער צו פארדינען זייער געלט? בסך הכל איז ער נאר קעגן א "וועלפעריזם" וואס איז אן אפיציעלער וועג פון לעבן, א שטייגער ווי מיר לעבן אין דער היימישער וועלט למשל. ס'איז מיר א גרויסער חידוש אז שבת אחים גלייבט אז מיר דארפן טאקע אלע לעבן אפיציעל אויף דער רעגירונגס-קאסע.

5)אז ער אטאקירט די היינטיגע אמעריקענע ״גימ״ל געזעצן״ און רופט עס אן ״א מאראלישע קריזיס״ 😕 בשעת סהאט ממש גארנישט מיט ״מאראלן״ צוטוהן! (און ברענגט נאך א שיינע ראי׳ פון קאשויער רב זצ״ל און הרב אביגדור מיללער, סירעסלי?)

איך האב פארשטאנען אז "מאראלישע קריזיס" באציט זיך אין אלגעמיין צו א סך פארשידענע נושאים, פון וועלכע געי רעכטן אדער הפלה זענען בסך הכל ביישפילן. נאר אפילו ווען ער זאל מיינען ספעציפיש דיין ביישפיל איז דיין רעאקציע אומפארשטענדליך. דו ביסט אודאי באוואוסטזיניג צו דעם אז די מענטשליכע געזעלשאפט איז פארוויקלט אין א ויכוח איבער דער טעמע פון מאראלן "בין אדם למקום", און ס'איז נישט מער ווי נאטירליך אז די וואס גלייבן אין אזא רעאלם פון מאראלן וועלן באטראכטן דעם קאמף קעגן דעם ווי א מאראלישער קריזיס.

דעם קאשויער רב און ר' אביגדור מיללער האט ער נישט געברענגט אלס א ראיה צום שמועס פון געי רעכטן (וועלכע ער האט בכלל נישט דערמאנט מיט א קלארקייט), נאר אלס א ביישפיל פון פרומע גדולים וועלכע האבן געגלייבט אז אידן האבן אן אחריות אויך כלפי די מאראלן פון דער אלגעמיינער געזעלשאפט, אפגעזען פון וועלכן מאראלישן שמועס מ'רעדט. אודאי איז דער קאשויער רב רעלעוואנט דא, צו איבערווייזן אז א פרומער איד מעג טראכטן וועגן דעם רוחניות פון א גוי - אפילו לויט אונזער חרדישער השקפה.

6)וע״כ אז ער אטאקירט די סופרים קאורט׳ס פסק אז מ׳טאר נישט צווינגן די אמעריקאנע קינדער צו דאווענען אין ״פובליק שולע״ און רופט עס גאר אן די ״פארכאפונג פון די סעקיולער גאווערמענט״ בשעת די מעשה איז גאר פונקט קאפויער...

ער האט נישט גערעדט וועגן א סעקולערער פארכאפונג פון "גאווערמענט" נאר פון געזעלשאפטליכע אינסטיטוציעס, ווי די שולעס און טעאטערס, א.ד.ג. דו האסט אים לכאורה נישט פארשטאנען.

7)ס׳באדערט אים בכלל נישט אז זיינע קאנסערוועטיווע חברים האבן אייביג אראפגעדרוקט די ארימע און מינארטיס און פרובירט ווי זיי קענען נאר צו שניידן די בענעפיטס פאר זיינע סקווירער ברודער,

זאג מיר, דו האלטסט טאקע אז יאפפעד איז אן אנטי-ליבעראלע ארגאניזאציע? איך פארשטיי אז וועלפעיר איז דיין איינציגע לעזונג פאר די "סקווערער ברידער". אינטערעסאנט.

אגב, איך ווייס נישט וואס שיללער האלט וועגן יאפפעד. איך צייכן נאר אונטער ווי מאדנע ס'קומט מיר אויס דיין ארגומענט. מיר דארפן הערן פון שיללער אין קומענדיגן חלק [איבער זיינע מיינונגען אויפ'ן חרדישן לעבן] וואס ער איז מציע פאר אונז אלס א לעזונג פאר פרנסה.

8)ער זאגט נישט קיין שום סיבה פארוואס ער איז צוגעצויגן געווארן צו סקווירא. און ער קען נישט אנצייכענען וואס פונקטליך האט אים געמאכט באשלוסן זיך צו טוישן זיין לעבנסשטייגער און ווערן פון א פרייע איד, א ׳עקסטרעימער סקווירער חאניאק׳ נאכדערצו אז ער האט ניטאמאל פארשטאנען אידיש און ער האט נישט בככל געקענט געהעריג קאמיוניקעיטן מיט אלטן סקווירען רבין זצ״ל (וואס איז טאקע געוועהן א צדיק, א ריינער מענטש, איך מאך אים ח״ו נישט אוועק. אבער קיין סיבה פארוואס ער אלץ א סעקיולער איד איז צוגעצויגן געווארן קיין סקווירא זאגט ער נאכאלץ נישט)

או-ווא! דאס זאגסטו נאכ'ן דורכליינען? ער דערציילט א לאנגע געשיכטע, נישט א ליסטע פון סיבות. אין דער געשיכטע קענען מיר זען ווי ס'האבן געשפילט א ראלע פארשידענע פילמען אויף דער טעלעוויזיע, ווי אויך פאליטישע און פערזענליכע אנטוויקלונגען אין זיין לעבן.

9)אויף קיין איינע פון די נושאים געט ער נישט אן קיין אביעקטיוו סיבה פארוואס ער האלט אזויווי ער האלט. וויאזוי ער איז אנגעקומען צו די מסקנא און פארוואס ער איז גערעכט מיט זיין שיטה.

אודאי אזוי. ס'איז די רעדע פון א פערזענליכער ביאגראפיע. ווי געזאגט האף איך נאכצוקומען מיט א המשך וואס זאל באהאנדלען די שיטות. רוב פון די שיטות וואס דו באגעגנסט אינעם יעצטיגן אינטערוויו האבן זיך געקענט טוישן זייער דראסטיש פון זיין יוגנט.

10)אז ער האלט (אזויווי אלע רעכטע) אז די "קאנסטיטוציע" פון די פאראייניגטע-שטאטן, געשריבן 230 יאהר צוריק דורך א גרופע נואפים, מענטשען וואס האבן געשטינקען פון ״פערדן צואה״ און האבן געוועלטיגט און געפייניקט אנדערע מענטשען וואס זענען נישט געוועהן פון די זעלבע מין הויט קאליר ווי זיי. און פארקויפט קליינע שווארצע קינדער פאר שקלאפן. גערצחט און גערודפט אלע מינארטיס (אריינגערעכענט אידן), מענטשען וואס האבן נאכנישט געחלומט אז פרויען דארפן האבן די זעלבע רעכטן ווי מענער. אט די ״וואונדערליכע דאקיומענט״ וואס איז געוועהן מוראדיג פאר 200 יאהר צוריק. טאהר מען ח״ו נישט אפדעיטן צו די היינטיגע סטאנדארטס און באדערפענישן פון די היינטיגע בירגער
ווייל סאיז ממש א בחינה פון זאת ״ה׳קאנסטיטוציע לא תהא מוחלפת״. כאילו סאיז עפעס ״תורה מסיני״.

דו ביסט געבליבן שטעקן ביי א געשיכטעלע פון זיינע צען יאר אלט וואו ער האט געהאט א ויכוח מיט זיין טאטן. על כגון דא נאמר אז ס'איז נישט געווען קיין אינטערוויו איבער מיינונגען נאר איבער פערזענליכער ביאגראפיע. אינעם אינטערוויו גופא זעען מיר ווי זיין וועלטקוק האט זיך גענצליך געטוישט ביים אנטרעפן טאמאס מאלנאר און ברענט באזעל. דו ביסט אבער שטעקן געבליבן ביי גאלדוואטער...

אט דער פאליטישער שמועס איז פארצווייגט, אינטערעסאנט, און איך האף צוריקצוקומען צו דעם בלי נדר. דאך בין איך מציע אז מ'זאל עס ליינען מיט יישוב הדעת איידער מ'קאמענטירט אויף די מיינונגען.

ר׳ פאלקמאן אנטשולדיגט מיר. איך מיין אייך ח״ו נישט פערזענליך.

נישט גענומען פערזענליך. מיין האפענונג איז אז דו וועסט עס אננעמען אויפ'ן זעלבן אופן.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 8, 2018 7:38 pm

· #399105
👍 👍 👍 טויזענט לייקס פאר די הקדמה.

און דאס איז טאקע איינע פון די סיבות פארוואס איך האב פיינט אידעאלאגישע מענטשן, שנאת מוות ממש.

גדליה » זונטאג אפריל 8, 2018 8:13 pm

· #399110
רביה''ק זי''ע
:like 👍 👍 טויזענט לייקס פאר די הקדמה.

און דאס איז טאקע איינע פון די סיבות פארוואס איך האב פיינט אידעאלאגישע מענטשן, שנאת מוות ממש.

פאסט נישט פאר רביה"ק זי"ע

רימון » זונטאג אפריל 8, 2018 10:20 pm

· #399117
איך האב דורכגעליינט דעם לאנגן אינטערוויו מיט הרב שילער פון אנהויב ביזן סוף, זיין געשיכטע איז זיכער נישט דער אלגעמיינער חוזר בתשובה געשיכטע וואס לעיקוואד באצייכנט אז מיר האבן דערפון "א דיים א דאזען", פונקט פארקערט, ס'איז אפשר גאר א חוזר בשאלה געשיכטע, ווי א מענטש האט אדאפטירט די גאנצע חסידישע הערינג-און-קוגל-שטיבל לעבנסשטייגער און גלייכצייטיג געבליבן געטריי און מיט רעספעקט צו דער מאדערנער און סעקולערער וועלט און אויף א מאדנעם דרך לא דרך צוזאמגעשטעלט אט די אש און מים אין עפעס א אויסערגעווענליכן ברד. ס'איז א פאסיצינירדע געשיכטע. (בכלל טרעף איך לייכט אינטערעסע אין מעמאויר געשיכטע וואס זענען אינטערעסאנט געשריבן און רעפלעקטירן די מענטשליכע שוועריקייטן און נאוינסן פון לעבן פון לעבן. איך געדענק נאך ווען מנשה לוסטיג האט דא געשריבן אין שטיבל קאפיטלען פון זיין פשוטן יוגנט לעבן און ס'איז געווען אטעם פארכאפנד.)
נישט לאנג צוריק איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט א יונגערמאן וואס איז אויפגעוואקסן אין א מאדערן ארטאדאקסישע שטוב און איז געווארן א חסיד, ס'איז מיר געווען שאקירנד צו הערן אז דער יונגערמאן האט א געדאנקענגאנג ווי א טיפישער וויליאמסבורג געבוירענער און האט נישט איבערגעלאזט קיין שום שמץ פון השפעה פון זיין עבר. ער איז געווען איבערצייגט אויף הונדערט פראצענט אז ס'איז נישטא קיין שום בענעפיטן פון ארויסגיין בעפאר א שידוך ווייל דארט איז דא העכערע גט ראטעס, נישטא קיין שום בענעפיטן פון עדוקאציע ווייל חסידים מאכן אויך פרנסה וכו' וכו', זיינע ארגומענטן האבן זיך ארויסגעליינט ווי פון א ראדני האנט ביכל. כ'שעץ זייער איינעם וואס מאכט דרייסטישע באשלוסן און וועלט אויס א חסידישן ריינעם לעבנסשטייגער, אבער קיין איין געזעלשאפט איז נישט פערפעקט, איבעראל איז דא געוויסע מעלות און געוויסע חסרונות, אנטון א ביבערהיט מיינט נישט אז מ'מוז יעצט ווערן סוביעקטיוו אויף יעדער נושא אין דער וועלט און מ'מעג און מ'קען פארבלייבן מיט אנערקענונג פאר געוויסע עלעמענטן פון אן אריגינעלן ערציאונג.
הכלל, דאס אמאל זיכער אז דער אינטערוויו איז בלויז א האלבן ארבעט, הרב שילער איז א קאנטרעווערסיאלע פערשוין מיט מיינונגען וואס זענען אומפאפולער אין דער הייטיגער צייט-גייסט איבער אזעלכע טעמעס ווי ראסע ועוד, א שטייגער ווי ער ווארפט אריין א פלאקן איבער "די מאראלישע קריזיס" אין וועלכן מיר לעבן וואס דארף זיין א יעדן טאגיגער דאגה פאר יעדן חסידישן איד גענוי ווי די פראגראמען אין די ישיבות, און איך קוק ארויס צו ליינען דער צווייטער טייל פון דער אינטערוויו וואס וועט זיכער ערגענצן די ערשטע טייל.

פאלקמאן » זונטאג אפריל 8, 2018 11:05 pm

· #399124
@אנאנים, זע די הקדמה צום אינטערוויו אינעם וועקער.

די הקדמה ברענגט ארויס זיין אפיליאירונג מיט קנאישע קרייזן און מיט שלום אקטיוויסטן, אבער אויך מיט תלמידים פון חרד"ל ישיבות. וויאזוי קענען די סתירות שלום מאכן? דאס האף איך אז ס'וועט ערקלערט ווערן שפעטער.

ס'קען זיין אז איך בין געווען צו שטארק א פערפעקציאניסט און איך וואלט יא געקענט שרייבן מער, אבער אויף דעם קען מען דעבאטירן. למעשה האב איך עס אזוי אויסגעשטעלט אז די מיינונגען וועלן נאכקומען שפעטער, און ווער ס'וויל הערן אן אויסברייטערונג פון דעם וואס איך האב צוגעוואונקען אין דער הקדמה זאל אויסווארטן אויפ'ן המשך.

שבת אחים » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:00 am

· #399126
טייערער שבת אחים, איך זע אז דער נושא נעמט דיך שטארק איבער און איך וועל דערפאר רעאגירן מיט א פאר שורות. נאר א קורצע הקדמה פון פאראויס:

די וועלט פון השקפות איז זייער קאלירט און ברייט, אבער צומאל קען א געוויסער אספעקט פון השקפה בארירן דעם מענטש אין גאר א פערזענליכן אופן. ווי למשל, די טעמע פון ציוניזם אין סאטמאר, די טעמע פון ראסיזם אין דער ליבעראלער וועלט, א.א.וו. געווענליך זענען דא סאציאלאגישע סיבות וועלכע פארוואנדלען געוויסע השקפות אין א צענטראלן חלק פונעם פערזענליכן וועלטקוק, אבער סיי וואס די סיבה זאל נישט זיין איז קלאר אז ווען ס'האנדלט זיך פון אזעלכע טעמעס ווערט עס אנגעפולט מיט פולווער ווי נאר עפעס דאכט זיך אז ס'האט נאר סיי וועלכן שייכות מיט עפעס וואס שמעקט כאטש ענליך צו א קוזין פון עפעס וואס איז אפיליאירט מיט יענעם ענין. דאס מאכט זייער שווער צו פירן א פשוט'ן קולטורעלן שמועס איבער דעם נושא.

קודם יישר כח פארן נעמען די מוה צו ענטפערן אויף מיין תגובה.

לאמיר גיין שטייט.
איך וויל קודם פארשטיין לשיטתך איז ראסיזים די זעלבע זאך וואו ציוניזם אין סאטמאר? לאמיר דיך פרעגן אפען און גראב דו האסט נישט קיין פראבלעם מיט אים אז ער האט געשריבן ראסיסיטשע ביכער און ארטיקלן? ראסיזים איז עפעס א פערזענליכע וועלטקוק ביי דיר?

ווען טיימס אדער ניו-יארקער מאגאזין וואלט ארויפגעלייגט אויף זייער דעקל א ארטיקל פון 50 בלעטער פון איינער וואס האט געשריבן א בוך קעגן אידן וואלסטו געהאט א פראבלעם מיט דעם?

איין זאך קען איך אייך זאגן אויב דאס איז שוין די שרייבערס פון די ״לינקע וועקער״ איז די וועלט אויף געהאקטע צרות...

פיינט האבן איינעם ווייל ער איז אנדערש געבוירן ווי דיר איז נישט עפעס א פערזענליכע שיטה סאיז א עטישע און מאראלישע אישו. סאיז נישט די זעלבע וואו א די סאטמארער שיטה וואס מקען זיך דינגען דערויף און סאיז געוועהן אנדערע גרויסע רבנים וואס האבן געהאלטן אנדערש. דא ביי ראסיזים שטעל מען זיך אפ! און מזאגט ניין! אז ער רעספעקט נישט אלע מענטשען אויף די וועלט צוגלייך בין איך נישט נייגעריג וואס ער האט צוזאגן ער איז אפגעפרעגט אינגאנצן. דאס מיינט אז ער האט נישט געטראכט, נישט גוט אפגעליינט היסטאריע, נישט געלערנט די מינדעסטע פילאספיע, ס׳פרעגט אפ די מענטש אין מיינע אויגן אינגאנצן. פונקט ווי אלע וויסטע אנטיסמיטן און נאציס.

זאג מיר נאכמאל אויב דו מיט הרב שיללער האבן נישט קיין פראבלעם מיט ראסיזים. וועל איך גיין צו די נעקסטע פונקטן פונעם שמועס און פארוואס ער איז נישט גערעכט.

פאלקמאן » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:02 am

· #399127
רביה''ק זי''ע
:like 👍 👍 טויזענט לייקס פאר די הקדמה.

און דאס איז טאקע איינע פון די סיבות פארוואס איך האב פיינט אידעאלאגישע מענטשן, שנאת מוות ממש.

איך וויל דיר געבן א לייק פאר דיינע טויזנט לייקס. אבער בנוגע דיין הערה אויף אידעאלאגיעס פאדערט דאס א באזונדערער שמועס 🙂

איך בין זיכער מסכים מיט דיר אז אידעאלאגיע מוז ווערן אנגענומען מיט א געוויסער מאס פון באשיידנקייט, זאל זיין כאטש מיט א כמו-ספק, כדי צו ערמעגליכן פאר אנדערע מענטשן צו אטעמען. אבער דאס גופא קען דעבאטירט ווערן, וויבאלד ערגעץ מוזן מיר דאך פארמאגן א זיכערקייט וואס קען נישט מקבל זיין קיין פשרה. קענען מיר זיין טאלעראנט ווען ס'קומט צו די יסודות פונעם מענטשליכן מוסר למשל, ווי רציחה און גזילה?

למעשה אבער פאררופט זיך יעדע אידעאלאגיע אויף יענע זעלבע יסודות אין וועלכע מיר זענען נישט מסופק. קאמוניזם, פאשיזם, ליבעראליזם, קאנסערוואטיזם, אלע ווי איינער פאררופן זיך אויף הומאניסטישע יסודות, און אויף דעם סמך באטראכט יעדער אומ'פשרה'דיגער אידעאלאג זיין קעגנער ווי א רוצח/כופר וואס מ'טאר נישט אויסהערן.

דער סוף פסוק איז אז מענטשן מוזן פארמאגן אן אומ'פשרה'דיגקייט בנוגע די יסודות המוסר, כדי מ'זאל נישט צווייפלען צי רציחה איז מותר אדער אסור, אבער ווען ס'האנדלט זיך אין געזעלשאפטליכע פראגעס וואס זענען בלויז אומדירעקט פארבינדן מיט מאראל, מוז מען פארמאגן א געוויסע באשיידנקייט. וואס ס'איז ביי דיר רציחה איז ביי א צווייטן הצלת נפשות, און אזוי אויך פארקערט, ווי ווייטאגליך און מאדנע דאס הערט זיך. אין פראקטיק איז עס נאך שווערער וויבאלד ווען א מענטש באטראכט עפעס ווי רציחה דארף עס אים אויפשוידערן.

בקיצור, דער שמועס איז א לאנגער און קען נישט ווערן געשליכטעט אין ראם פון א קורצער רעאקציע. ממילא כאטש איך גיב דיר צוריק א טוץ מיט לייקס, לאמיר מסכים זיין אז די טעמע פאדערט א ברייטערע באהאנדלונג. 🙂

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:12 am

· #399130
פאלקמאן
אבער דאס גופא קען דעבאטירט ווערן, וויבאלד ערגעץ מוזן מיר דאך פארמאגן א זיכערקייט וואס קען נישט מקבל זיין קיין פשרה. קענען מיר זיין טאלעראנט ווען ס'קומט צו די יסודות פונעם מענטשליכן מוסר למשל, ווי רציחה און גזילה?

איך בין זייער טאלעראנט צו איינער וואס האלט אז רציחה און גזילה זענען אויסגעהאלטן, ווילאנג אנדערע מענטשן ליידן נישט פון זיינע קרומע דעות.

ביי אונז זאגט מען, אז דו ווילסט 'הרג'נען איינעם, דאן 'הרג'ע זיך אליין.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:16 am

· #399131
רביה"ק: ספעציעל ווען ס'קומט צוגעטשעפעט צו אן אגענדא. ווי למשל אפהיטן דעם כבוד פון דעם חסידות (נישט חסידות בכלליות.) אדער פון דעי עבודה זרה וועלכער ווערט אנגערופן ..."רעבי"...!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:26 am

· #399137
גדליה
רביה''ק זי''ע
:like 👍 👍 טויזענט לייקס פאר די הקדמה.

און דאס איז טאקע איינע פון די סיבות פארוואס איך האב פיינט אידעאלאגישע מענטשן, שנאת מוות ממש.

פאסט נישט פאר רביה"ק זי"ע
האב איך געזאגט עפעס שלעכט?

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:31 am

· #399139
דער אריגינאלער רביה"ק זי"ע האט אויכעט פיינט געהאט פארגלייבטע מענטשן אין א בשר ודם. עובדי עבודה זרה. ער האטציך א סאך מאל אויסגעדרוקט. אז א סאך רעבעס , אויב זיי וואלטן (ח"ו) מחלל שבת געווען און געפארן שבת מיט א וואגן, וואלטן די חסידים דאס פארענטפערט און מיט געטאנצט מיט'ן רעבי'ן... אבער מיינע חסידים... האט ער אויסגעפיהרט. אויב איך טוה עפעס שלא כהוגן וועללן זיי מיך אנשרייען...!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:42 am

· #399142
ער האט סתם אזוי פיינט געהאט פארגלייבטקייט און fundamentalism, וועגן דעם פלעגט ער לייקענען חסידישע מעשיות. לדעתי איז א חלק פון זיין התנגדות צו ציונות אויך געקומען פון דעם, ער האט עס אנגעקוקט בערך אזויווי דו קוקסט אן ISIS, ודו"ק.
בלאט: 1 2