חצה"ק וויזניץ גיבערס - האדמו"ר הגה"ק מוהרמ"מ שליט"א
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12172
חצה"ק וויזניץ גיבערס - האדמו"ר הגה"ק מוהרמ"מ שליט"א
דא וועט מען בעז"ה מעלדן נייעס און באריכטן פון חצר הקודש, בית רבינו, די ישיבה הקדושה, עיר החסידות און פון אנ"ש ארום די וועלט.
זאכן וואס באלאנגען נישט דא ביטע נישט אריינברענגען, וד"ל.
קודם דארף מען וויסן די נאמען. גייט ער הייסן אדמו"ר מ'וויזניץ-גיבערס אדער וויזניץ-מאנסי-גיבערס?
די ישיבה איז נישט זיינס
יעדער פון די רביס גייען האבן אן אייגענעם ישיבה?
גיבערס איז גראדע א פיין פלאץ האפנטליך וועט דאס נישט צוזאמפאלן.
הרה"ק רבי מנחם מענדיל אדמור מוויזשניץ גיבערס שליט"א איז די דריטע זון פון להבחל"ח הרה"ק רבי מרדכי זיעועכי"א און איידעם ביי זיין פעטער און שווער הרה"ק מראכמיסטריווקא שליט"א ב"פ
הרה"ק מגיבערס איז א זעלטענע עובד ד' הארוויעט אויף תורה יומם ולילה, בלעטער גמרא ושולחן ערוך מיט הארוואניע,
זיין דאווענען איז א פלאם פייער מיט כוחות ויגיעות, ער רייסט שטיקער פון זיך חוץ עבודת ד' האט ער נישט גארנישט,
ער קען פיל חסידישע ספרים בעל פה,
ער מאנט פון זיינע חסידים עבדות ד' באופן יוצא מהכלל, דערפאר איז זייער שווער צו זיין מקושר לו,
ער איז א פאברענטע חסיד פון זיין סקווירא זיידע זי"ע און אזוי אויך פון זיין גרויסען וויזניצע זיידע האמרי חיים זי"ע וואס און זייערע מוסדות איז ער נתחנך געווארען,
א הייסע חסיד פון זיין גרויסע טאטען זי"ע,
ער איז געווען אלטץ אינגערמאן מנהל רוחני אין וויזניצע ת"ת אין מאנסי דערנאך איז ער געווארען וויזניצער רב אין מאנטריאל און דערנאך איז ער געקימען צוריק קיין מאנסי בצל אביו ביז ער איז נתמנה געווארען צו זיין רב און שיכון וויזשניץ גיבערס
מזמן לזמן ובפרט בשמחות איז ער געקימען צום שווער הרה"ק מראכמיסטריווקא שליט"א ווי אויך אוז געווען תקיפות וואס זיין שווער איז געווען זימער און גיבערס אויף אפריה,
ער האט אוועקגשטעלט א הערליכע שטוב בנין וחתנין רבנין, בניו הרב חיים מאיר חתן דודו הרב הצדיק רבי אברהם דוד מראחמיסטריווקא מאנסי -הרב יעקב יוסף חתן דודו כ"ק אדמור מקאסאן 18 בנו הרב אברהם יושע העשיל חתן דודו כ"ק אדמור מבארניב מאנסי בנו הרב ישראל חתן דודו כ"ק אדמור מוויזניץ בית שמש הרב דוד חתן דודו כ"ק אדמו"ר וויזניץ ווילאמסבורג ועוד תניו הרב בריעף- הרב דוד טווערסקי מטשערנאביל בני ברק -הרב מרדכי פנחס בן הרב ד"מ מראחמיסטריווקא -ועוד
עס איז צו האפען אז בעלי דעת וועלן פארשטיין די זכות צו האבען אזא גרויסען הייליגען רבין בחיר הבנים פון זיין גרויסען הייליגען טאטען זי"ע ועל כל ישראל אכיה"ר
ימים ידברו
עס איז צו האפען אז בעלי דעת וועלן פארשטיין די זכות צו האבען אזא גרויסען הייליגען רבין בחיר הבנים פון זיין גרויסען הייליגען טאטען זי"ע ועל כל ישראל אכיה"ר
נו נו, קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא
גארנישט קיין בחיר הבנים, א גרויסע בעל דמיון און א אומ-רעאליסטישע עקסטרעמיסט.
נישט אומזיסט איז ער געפלויגן פון מאנטריאל ווי א הינט.
ווען גאט רעדט זיך ווען דורך מיט איהם באשאפט ער נישט חוה
נישט געוואוסט אז איך גיי דארט טרעפן ימים יחזרו, קומענדיגן שבועות אין גיבערס. איך ציה צוריק און לע"ע פלאן איך נישט צו פארן.
איסר האקטולי בלייבזשע און קרי
@ימים די גאנצע ערליכקייט פון ר' מענדל איז אויס טראך ער האט אויפגענומען ביי נחום אבלים נישט קיין צווייטן ווי פרוש ער פירט זיך פונקט ווי זיין טאטע עס איז גארנישט ר' ישראל עס איז אלע ברודער
ימים ווי גייט מען פון דא און ווייטער ?
איך האב א פראבלעם אז מנעמט אויף פרוש? זינט ווען? ווער צאלט אייך צו לייגען ווערטער און מיין מויל?
סארי פאר'ן אריין לייגן ווערטער אין דיין מויל......
נאך פאר די ענפערסט כדרכך וועל איך זאגען מיין שטעלונג נאכאמאל צום טויזענסטן מאל, איך מיט פיל נאך חסידי וויזניץ מהר"י מהרמ"מ מהרי"י וכו' האלטען אז מאיר פרוש איז נישט קיין וויזניצער חסיד! ער האט געהאלפען וויזניץ אין בית שמש און ממילא האט ער געזיכט א פלאץ צו כשרן זיינע שייגעץ שטיק,
ממילא מוזעס איז א וויזניצער חסיד נישט אז ער האט געטון אלעס כרצונו פון רבינו הק' ממילא מען קען זאגען ער נעמט רשות ביים רבין און ארץ ישראל החרשתי,
ווייטער פרוש. איז טאקע א עסקן בעניני כלל, און דערפאר האט רביה"ק אים מכבד געווען אזוי ווי ער איז מכבד עסקנים וכו', וויל בעריש פרייליך מיט משה דוד נידערמאן מיט חיים דוד צוויבעל ועוד.. אבער טוען זאכען שלא ברצון חכמים, און זאגען ער איז דבוק און רבין איז לדעתי ולדעת מאות ואלפי חסידי רבינו הק' געווען א פאברעך פון אים, ליידער איז די רבי נישט געווען בכח צו מאכען א עק אויף דעם,
סאיז נישט קיין ספק אז די רבי וואלט אים אים געבעטען קום נישט ווען עס איז א גערודער, כדרכו בקודש פונקט ווי ער האט געבעטען הגאון רבי יחזקאל רוטה זאל נישט גיין קיין קרי ווען זיי האבען געמאכט א חילול השם, און דאס האט נישט געהייסען זיך ברעכען פאר טעראריסטען.
נאכאמאל עס איז זיייער נישט שיין געווען פון פרוש זיך מקנח זין ביי אונז ווען די רבי האט אים ליידער נישט גקענט אפשטעלען,
ווייטער מצידנו איז ער א עסקן וואס טוט זאכען אן קיין הסכמה פון איין גדול בישראל פונקט ווי הרב משה בער בעק שליט"א וואס די רבי שליט"א האט געהאלטען אז ער טוט עוולה'ס ווייל ער הערט נישט צו קיין דעת תורה... און טוט אויף זיין אייגענע האנט,
ווידער מויזעס, אייכלער ליצמאן האבען א דעת תורה זיייערע רביס ואכמ"ל
כמיין סזייער קלאר
און אצינד, איסר האקטולי איך פאר נישט און ערגעץ שבועות, מיר איז זייער גיט אדמור מהרי אין מאנסי, ווי די רבי האט געוואלט, דאס איז געווען רצון קדשו און איך פאלג די רבי ער האט פארשטאנען און געוויסט בעסער פון מיר און פון דיר...
כהאף אז פרוש וועט זיך זיכען גליקען און כבוד ערגעץ אנערשט...
און אויב נישט ער וועט יא וועלן קומען דא וועל איך צו מאכען מיין מויל און נאעז און דאווענען און לערנין און קיקקען די רבינס צורה און אים נישט מכבד זיין וכו'. א וודאי וועל איך נישט שרייען און געבען כבוד און נעגאטטיוו איטענשען, אבער כזאג קלאר מיר זענען נישט נייגעריג און אים ...
נאך אלץ איז רבי מענדל פיל א גרעסער עובד ד' אבער וואס האט איינס מיט איינס
אקעי אינטערסירט מיך גאנץ ווינציג די גאנצע פרוש חאזעריי
סאו לגבי דעם איז ר' ישראל מיט ר' מענדל אייניג טאמער פארשטיי איך גוט
עניוועי איך וויל נישט אנחזרען די אשכול לויטן בקשה פונעם פותח
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז נתכבד געווארן דורך זיין ברודער אדמו"ר במאנסי שליט"א היינטיגן אווענט ביים פאראייניגטן סעודת הילולא אין מאנסי, מיטן זאגן דעם קדיש לע"נ מרן בעל אמרי חיים זי"ע.
אנ"ש איבער די וועלט גרייטן זיך אויפן גרויסארטיגן שבת שמיני "שבת נאך פסח", אין קרית מלך גיבערס, בראשות מרן רבינו הגה"ק שליט"א, צום ערשטן שבת'דיגן טיש בהיכלא דמלכא קדישא.
איסר האטלקיכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז נתכבד געווארן דורך זיין ברודער אדמו"ר במאנסי שליט"א היינטיגן אווענט ביים פאראייניגטן סעודת הילולא אין מאנסי, מיטן זאגן דעם קדיש לע"נ מרן בעל אמרי חיים זי"ע.
אנ"ש איבער די וועלט גרייטן זיך אויפן גרויסארטיגן שבת שמיני "שבת נאך פסח", אין קרית מלך גיבערס, בראשות מרן רבינו הגה"ק שליט"א, צום ערשטן שבת'דיגן טיש בהיכלא דמלכא קדישא.
די טיש פארידע וואך שב"ק איז נישט גיווען אין גיבערס?
ווער זענען זיינע גבאים?
וועלכע פון די חשוב'ע ויז'ניצע חסידים גייען אריבער צו אים?
שבת הגדול איז נאכנישט געווען אפיציעל, מען האט נישט געלאזט קיין געסט קומען צו פארן. דער רבי שליט"א האט געפראוועט אינאיינעם מיט אחיו האדמו"ר מירושלים שליט"א דעם גאנצן שבת. ביידע האבן געזאגט תורה פרייטאג צו נאכטס אויך האבן ביידע געטיילט שריים אינאיינעם.
איסר האטלקישבת הגדול איז נאכנישט געווען אפיציעל, מען האט נישט געלאזט קיין געסט קומען צו פארן. דער רבי שליט"א האט געפראוועט אינאיינעם מיט אחיו האדמו"ר מירושלים שליט"א דעם גאנצן שבת. ביידע האבן געזאגט תורה פרייטאג צו נאכטס אויך האבן ביידע געטיילט שריים אינאיינעם.
פארוואס האט האדמו"ר מירושלים גיווען שבת דייקא ביי איהם?
Re: חצה"ק וויזניץ גיבערס - האדמו"ר הגה"ק מוהרמ"מ שליט"א
בפשטות וואס איך טראכט, ווייל ער איז די איינציגסטע פון די ברודערס, וואס האבן נישט אפיציעל געפירט, און דער ירושלימ'ע רבי האט נישט געוואלט שטערן ביי די אנדערע ברודער, כנלפענ"ד הקלושה. ודפח"ח.
איך ווייס נישט אויב די אנדערע ברודערס וואלטן אים אזויפיל געגעבן. אבער נישט דאס איז די סיבה ווייל ער דארף גארנישט. לכורה איז עס אזוי ווי א איד זאגט.
ער איז געווען פסח אין מאנסי און געהאט דארט כבוד מלכים, אפשר נאך מער ווי אין גיבערס.
און ס'קומט א מעגא שבת שמיני בקרית מלך גיבערס, דער ערשטער שבת בצילא דמהימנותא קדישא, הונדערטער געסט ערווארטערט פון אלע געגנטער אין ניו יארק און קאנאדא.
און ס'קומט א מעגא שבת שמיני בקרתא דירושלים, דער ערשטער שבת בצילא דמהימנותא קדישא, הונדערטער געסט ערווארטערט פון אלע געגנטער - אפילו פון ניו יארק און קאנאדא.
(איסר, לאמיר זיך שלאגן אביסל... ס'איז צי שטיל צווישן די ברידער...)
חקרןאון ס'קומט א מעגא שבת שמיני בקרתא דירושלים, דער ערשטער שבת בצילא דמהימנותא קדישא, הונדערטער געסט ערווארטערט פון אלע געגנטער - אפילו פון ניו יארק און קאנאדא.
(איסר, לאמיר זיך שלאגן אביסל... ס'איז צי שטיל צווישן די ברידער...)
אין ארץ ישראל איז דאס שבת תזריע-מצורע
ער גייט פראווענען א שבת אין בניין פון ביהמ"ד סלאנים אויף רח' דורש-טוב קארנער שפע-חיים
ווי ס'איז ערוואטערט צונויף צו קומען א גרויס ארטיגן עולם וואס וועט זוכה זיין מיט צו האלטן די ברייט-באקאנטע-סעפיציעלע פראוועריי ביים רבי'ן זז"ג
(נישט קיין דזשאוק)
[אנטשולדיג פאר'ן שרייבן שלא ממין קעפל האשכול, אבער ווי האט דער רבי געזאגט: "ער האט אנגעפאנגען..."]
דער ירושלימ'ער רבי גייט מסתמא פראווען פון די שענסטע ויזניצ'ע טישן. זיין רעדן און זינגען איז זייער ווארים און נוסח וויזניץ במלוא הדרו.
איך מיין מ'זאל טוישן די קעפל צו חצה"ק ויזניץ-חצרות האחים האדמורים שליט"א און פאר אדערווייל ווען אויף יעדער איינס איז נאך נישטא קיין סאך נייעס וועט איין אשכול זיין גענוג
ויזניץ מאנסי רבי איז ארומגעגאנגן נעכטן אויף ביקורי גומלין קיין סקולען ראחמיסטריווקא באבוב באבוב 45 און סאטמאר
ויזניץ לאנדאן רבי רומט קיין אמעריקא די וואך גייט וויילן שבת אין קאנטרי זיין זון אן איידעם ביים קייאמישע רבי מאכט א ברית ביים זיידן אין ראחמיסטריווקא
און זונטאג וועט ער ארויפגיין צום ציון הק' לרגל די שלושים
חקרןאון ס'קומט א מעגא שבת תזריע - מצורע בקרתא דירושלים, דער ערשטער שבת בצילא דמהימנותא קדישא, הונדערטער געסט ערווארטערט פון אלע געגנטער - אפילו פון ניו יארק און קאנאדא.
(איסר, לאמיר זיך שלאגן אביסל... ס'איז צי שטיל צווישן די ברידער...)
כפי השמועה וועט דער לאנדאנער רבי זיין אין מאנסי צוזאמען מיט זיין ברודער פון מאנסי
לויט ווי עס קוקט אויס וועט ער האבן א גרויסע געפראוועכטס וויבאלד ער איז דער איינציגסטע פון די ברידער וואס נעמען אויף פרויען
דער ירושלימער רבי וועט פראווען שבת אין סלאנים
דאס איז א היסטאריע פאר זיך וויבאלד דער אמרי חיים האט אויך געפירט שבת אין סלאנים ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל
עס איז באקאנט וואס ר מאטל סלאנים האט געזאגט ווען ער האט געזען דעם טיש
אז ויז'ניץ איז א המשכה פון דרך הבעל שם
דער רבי פון בית שמש פארט אוועק אויף שבת צו זיין שווער דער רבי פון בני ברק וואס האלט זיך אויף אין צפת
דערמיט גיבט ער א געלעגנהייט פאר די חסידים מיטצוהאלטן דעם שבת מיט זיין ברודער פון ירושלים
ער זעלבסט שיקט אויך זיינע קינדער מיטצוהאלטן דעם שבת
אין גיבערס קייעמישע גרייט מען זיך אויך אויף א ריזיגער שבת
אלע הייזער זענען שוין פארכאפט און עס איז קוים דא פלאץ פאר די געסט
דער רבי פון מאנסי שיקט זיינע צוויי קינדער מיטצוהאלטן דעם שבת אין גיבערס
סקרן
ויזניץ לאנדאן רבי רומט קיין אמעריקא די וואך גייט וויילן שבת אין קאנטרי זיין זון אן איידעם ביים קייאמישע רבי מאכט א ברית ביים זיידן אין ראחמיסטריווקא
און זונטאג וועט ער ארויפגיין צום ציון הק' לרגל די שלושים
די וויזניצע רבי'ס האבן א פראבלעם נישט קענענדיג זיין אין אן אנדערע שטאט פאר שבת ווייל ער וויל דאך נישט זיין קיין קאמפעטישאן פאר די ארטיגע רבי
איך מיין אז מ'טאר נישט פירן באטעס אין א צווייטע שטאט די ערשטע צוויי דריי יאר. און א וויזניצער רבי קען נישט דורכמאכן א שבת אן א באטע כמובן, אויב יא איז ער א געהעריגער גוי שלא שבת....
ויזניץ מאנסי רבי גייט זיין נעקסטע וואך ביי זיך אין ישיבה וואס געפונט זיך אין גיבערס
סקרןויזניץ מאנסי רבי גייט זיין נעקסטע וואך ביי זיך אין ישיבה וואס געפונט זיך אין גיבערס
דאס מיינט אז עס הייבט זיך אן א מחלוקה'לע?
אויף ענגליש הייסט עס
Groundbreaking
Ribbon Cutting
אינטערסאנטערסקרןויזניץ מאנסי רבי גייט זיין נעקסטע וואך ביי זיך אין ישיבה וואס געפונט זיך אין גיבערס
דאס מיינט אז עס הייבט זיך אן א מחלוקה'לע?
It says in the tzavaha that the yeshiva property should be sold and money divided
ווער גייט עס דען קויפן טאמער נישט וויזניץ-גיבערס? און טאמער האבן זיינישט קיין געלט אדער ווילן עס נישט קויפן?
אזוי האט דער רבי געהייסן! ווער וואגט זיך דען צו פרעגן קשיות נאך אין די שלושים יום?!
נעכטן האט דער רבי שליט'א זיך באטייליגט ביים דין תורה וואו מען האט דן געווען אויב האדמו''ר מוויזניץ ירושלים מעג אפטרעטן פון זיין רבנות. די דיינים זענען געווען מרן רבינו בעל האשכול שליט''א, מרן מקאסוב שליט''א און מרן מקאסאן (18) שליט''א.
צד א' ה''ה כ''ק מרן ר' אליעזר וועלוול שליט''א מלפנים וויזניץ ירושלים האט געוואונען דעם דין תורה און האט מער נישט קיין דין פון א רבי, ער מעג גיין אין גאס אן קיין גבאים און אנעם שטעקן און ער דארף נישט נעמען קיין קוויטליך.
צד ב' האט פארלוירן, לע''ע איז נישט באקאנט ווער דאס איז, וויבאלד ער איז למעשה נישט אנגעקומען צום דיון. לכאורה פון די חסידי וויזניץ ירושלים.
מרן רבינו הגה''ק בעל האשכול שליט''א וועט היינט נאכט זיין אין בארא פארק ביים סעודת הילולא פון אחיו מרן הגרפ''ש בעל אור שלום מוויזניץ זצוק''ל, וואס וועט פארקומען באולם בית אסתר בהשתתפות האחים האדמורי''ם שליט''א ובראשות בן אחיהם יבלח''ט האדמו''ר מוויזניץ בארא פארק שליט''א.
Re: חצה"ק וויזניץ גיבערס - האדמו"ר הגה"ק מוהרמ"מ שליט"א
א ברודער איז דאך פסול לדון
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אפילו אויף אזא דין תורה? נישט דין און נישט תורה..
Re: חצה"ק וויזניץ גיבערס - האדמו"ר הגה"ק מוהרמ"מ שליט"א
און אז איז געשען בכלל ביסטו יא איבערגעצייגט?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק, אז דו ווילסט לייקענען נייעס, כל הכבוד. איך קויף בדרך כלל נישט אפ קיין שטותים און שמועות פון שאולזאן, האסידיק און פון בחדרי אויך נישט. וואס איך שרייב איז קראנט. האסט די ברירה מברר צו זיין אליין וואס דו גלייבסט נישט.
פאר וועלכע זייט ביסטו געווען טוען?
הלואי ווען איך קען מיך אננעמען פאר צד ב'. לענ''ד איז ער א פארטיגער רבי, א ווארימקייט און קאך נאך מער פון רוב פון זיינע ברידער. ער איז איין שטיק וויזניץ. נאכדערצו אזא בעל חסד און פשטן אין דעם איז ער ממש א חד בדרא, די דור איז נישט זוכה.
Re: חצה"ק וויזניץ גיבערס - האדמו"ר הגה"ק מוהרמ"מ שליט"א
אויב האט ער נישט געוואלט זיין רבי פאר וואס האט ער עס מתחילה אנגענומען?
Re: חצה"ק וויזניץ גיבערס - האדמו"ר הגה"ק מוהרמ"מ שליט"א
אויך האב איך א ספק צו ער האט אויך פארלוירן די מדריגות, אדער ער בלייבט שוין א בעל רוה"ק פאר לייף.
Re: חצה"ק וויזניץ גיבערס - האדמו"ר הגה"ק מוהרמ"מ שליט"א
אז עס איז ׳געשען׳, איז עס נייעס? דו רעדסט פון שטותים מיט נאנסענס, עס איז פאבריצירטע נייעס. עס באלאנגט מיט דיבוקים און פאראדען אין גאס.
נייעס לשם נייעס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk