מ'האט געמאכט א פשרה געהערט פון איינע פון ירושלימער רבי'ס אייניקליך
ער קען נישט אויפגעבן די רביסטיווע נאר ער קען גיין אליינס אין גאס מיט נאך צוויי זאכען
שטעקן, אן גבאים און דארף נישט אונטערשרייבן הק'.
די גאס רעט מען ווען ער גײַט אין מאנהעטען וועגען עסקנות-שפיטאל.
רבי,קוויטליך, יא.
גאלדענע בעקעטשע מיין איך אז נישט.
שלומה
גאלדענע בעקעטשע מיין איך אז נישט.
וואס איז ער קען נישט גיין אין שפטאל מיט א גאלדענע בעקיטשע?
אדער פשוט ווייל ער האט נישט געטראפן די קאלער אין דיזיין וואס ער האט ליב?
אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי-מאנסי האט געוויילט די פארגאנגענע שבת אין גיבערס און געפראוועט אין די ישיבה כמנהג אביו וואס פלעגט ארויספארן צו די ישיבה אין די דריי וואכן. זיין ברידער אדמו"ר מ'וויזניץ-מאנסי-גיבערס איז זיך געקומען משתתף זיין ביים באטע נאכדעם וואס ער האט געענדיגט פירן טיש אין ביהמ"ד הגדול אין שטעטל.
ספעציעלע לעקטערס זענען אויסגעשטעלט געווארן אויף די גאסן וואס פירן צום שטעטל, צו באלייכטן די וועג פאר אידן וואס קומען צום טיש פרייטאג צונאכטס. א באטייליגטע וואס האט מיטגעהאלטן דארט גאנץ שבת גיט מיר איבער אז די ליפט איז געווען הייס און ס'האט זיך געשפירט אז ס'פעלט נאר אויס איינער זאל צולייגן א שוועבעלע און דאס גאנצע פלאקערט אויף.
פון די אנדערע זייט הער איך אז די וויזניץ-מאנסי-גיבערס רבי האט זיך אפגערעדט פאר'ן ברידער אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי-מאנסי אז די טאטע פלעגט אים גיבן יעדע חודש 12,000 דאללער פאר די מוסדות און איצט אז דאס האט זיך אויפגעהערט מיטשעט מען זיך געפערליך. האט די ברידער געזאגט אז איין מאל א וואך זאל ער קומען קיין מאנסי פראווען דעם עולם און אויפטרייבן געלט.
זייער שיין
ווי אויך האט מען געמאכט אן עירוב ביז אריבער די 42 ראוד פאר די ארומיגע קאלעניס זאלן קענען קומען מיטהאלטן דעם שבת
שמעון וואלף שרייבט אבי אין די לופט... די לופט איז געווען הייס, אויסגעפעלט א שוועבל... לא דובים ולא יער, הויבט זיך נישט אן. די אחדות און געשמאק אויף דעם ארט איז אין לשאר, יעדער גייט כפי אוות נפשו, מען גייט אהער און אהין און אלעס פארט געשמאק.
די וואך פרייטאג צו נאכטס נאכן דאווענען, איז דער גיבערס רבי אראפגעקומען אין ישיבה זאגן גוט שבת פאר זיין עלטערע ברודער. די בחורים האבן דעמאלס געהאלטן אינמיטן זינגען שלום-עליכם, בשעת דער רבי איז געזעצן אינמיטן. דער גיבערס רבי איז אריינגעקומען און מאנסי רבי האט זיך אויפגעשטעלט לכבודו. עס איז געווען אן ערהאבן בילד צו זען, ווי אזוי די בחורים זינגען אשת חיל און די צוויי ברידער שטייען אינמיטן, זיך אנכאפנדיג בחביבות און שמועסן צווישן זיך. ר' חיים מאיר - דער זוהן פון מאנסי רבי - איז צוגעגאנגען צום פעטער פרעגן צי מען זאל ברענגען א בענקל און ער וועט זיך אראפזעצן, אבער דער גיבערס רבי האט עס אפגעזאגט.
שפעטער האט מען געהערט, אז עס האט געהייסן אז דער מאנסיער רבי וועט צוגיין צום טיש פון זיין יונגערע ברודער אין גיבערס, דעריבער איז דער גיבערס רבי געקומען בעטן פון זיין עלטערע ברודער אז ער זאל נישט קומען, וויבאלד עס פאסט נישט און עס איז נישט לפי כבודו אז ער זאל צוקומען.
איך האב גערופן א חבר מיינער וואס וואוינט אין גיבערס און איך האב אים געפרעגט צי סאיז אמת אז די לופט איז געוועהן הייס? זאגט ער אז ער ווייסט גארנישט דערוועגן, פונקט פארקערט אלץ איז זייער שיין און אחדות׳דיג. קיינער אין וויזניץ ווייסט נישט צוזאגן וועגן אזעלכע פוסטע אויסגעטראכטע מעשיות. ר׳ מאטעלע׳ס קינדער גייען זיך נישט קריגן איינער מיטן צווייטן... איך האב דאס שוין געשוואוירן 25 יאר צוריק ווען מ׳פלעגט מיר זאגן ״וועסט שוין זעהן ווען די רבי וועט שטארבן ווי זיי גייען זיך ארומקריגן״... זיי זענען נישט די קריגערישע טייפ... שמעון וואלף קום אויף מיט בעסערע מעשיות... ר׳ ישראל איז נאכאלץ אין גיבערס ער איז דארט פאר די דריי וואכן און אלעס איז בשלום ובשלוה.
שבת, געב אכט וואס דו זאגסט! ס'קען אויסברעכן יעדן טאג, זיי נישט קיין צועק לשעבר...
שבת אחיםאיך האב גערופן א חבר מיינער וואס וואוינט אין גיבערס און איך האב אים געפרעגט צי סאיז אמת אז די לופט איז געוועהן הייס? זאגט ער אז ער ווייסט גארנישט דערוועגן, פונקט פארקערט אלץ איז זייער שיין און אחדות׳דיג. קיינער אין וויזניץ ווייסט נישט צוזאגן וועגן אזעלכע פוסטע אויסגעטראכטע מעשיות. ר׳ מאטעלע׳ס קינדער גייען זיך נישט קריגן איינער מיטן צווייטן... איך האב דאס שוין געשוואוירן 25 יאר צוריק ווען מ׳פלעגט מיר זאגן ״וועסט שוין זעהן ווען די רבי וועט שטארבן ווי זיי גייען זיך ארומקריגן״... זיי זענען נישט די קריגערישע טייפ... שמעון וואלף קום אויף מיט בעסערע מעשיות... ר׳ ישראל איז נאכאלץ אין גיבערס ער איז דארט פאר די דריי וואכן און אלעס איז בשלום ובשלוה.
איך האב הנאה צו הערן אז דאס וואס איך האב געשריבן איז נישט אמת,איך האב בלויז נאכגעשריבן וואס איך האב געהערט פון איינער וואס איז דארט געווען אויף שבת.
וויזניץ מאנסי האט ביי מער א soft spot און ס'וואלט מיר זייער וויי געטון ווען מ' פארטראגט זיך נישט דארט
איסר האטלקישבת, געב אכט וואס דו זאגסט! ס'קען אויסברעכן יעדן טאג, זיי נישט קיין צועק לשעבר...
איך גלייב נישט אז זיי גייען זיך אמאל קריגן.