לדעתי העניה,
* השפעה פון א נטור פון א מענטש איז נישט בהכרח אן השפעה אויף זיין אידיאולוגיא,
און דער כהן הפודה (וואס איז געוועהן זייער נערץ ביי אביו הגרשז"א וזקנו הרחי"ל אויערבאך ר"י שער-השמיים)
האט געהאט לכל הדעות א נטור פון שטארקע קיצוניות וואס באגרעניצט-זיך מיט קנאות נאר מיט אן אנדערע שיטה ווי זיינע בני-פלוגתא.
און אט דער נטור (מיין איך) האט דער נפטר געהאט משך כל המערכות וואס ער האט אנטייל גענומען אין זיי.
* שמועה שמעתי שהמסדר קידושין בנישואיו היה הרצי"ה (הרב-צבי-יהודה-הכהן-קוק) אך לא הובררה לי כהוגן אמיתה של עובדה זו,
אויב איינער קען דאס מברר זיין ביי די
@היסטאריקער'ס,
{דרך אגב, מעשה ידוע אז הגרשז"א איז א מאהל נתכבד געווארן מיט סידור קידושין און ער האט באמערקט אז מ'פלאנט צו נעמען פאר עדות ר' יוסף קאפח ז"ל
(א רב א ת"ח מיוצאי תימן, וואס האט איבערגעטייטשט כמה ספרים שיצאו לאור בתרגומים מערבית, און ער האט בעסער/ערגער פארטייטשט, און ער איז געוועהן מעדת ה
דרדעים,
וואס האבן [לויט געוויסע...] ניט געגלויבט אינעם זוהר הקדוש און נאך ספרי קבלה)
און הגרשז"א האט געהאלטן אז ער איז פסול לעדות, האט ער בחכמתו געמאכט א מחאה'לע אויף כבוד התורה פון הרב קאפח, היתכן צו עם געבן אזא שוואכע כיבוד ווי עדות בקידושין,
און הגרשז"א האט אוועקגעגעבן פאר הרב קאפח זיין כיבוד (דעם סידור-קידושין) און גענומען פאר זיך בלויז דעם עדות, און געראטעוועט דער פאר-פאלק פון לעבן אן קיין קידושין,
ס'איז דא א מקום צו זאגן אז אפילו אויב ער האט עם טאקע געגעבן סידור-קידושין איז דאס געוועהן מטעם הנ"ל, ועדיין יש מקום לברר האמת...}
* אין דער היינטיגער 'הפלס' ווערט געברענגט (נישט געליינט, מפי השמועה שמעתי...) אז בימיו האחרונים האט דער גדול אוועקגעשטעלט א קאמיסיע רבנים א שטייגער ווי דער מועצת גדולי התורה,
אינטערסאנט אויב ס'איז א בחינה פון: "אע"ג דאיהו לא חזא מזליה חזי" (אדער אע"ג דאיהו ומזליה לא חזו לבלריו קחזו 😈 )
און נאך מעהר אינטערסאנט אויב זיי קענען זיך פאראייניגן אונטער איין רב, ווייל ס'דא דארטן נאך אסאך חילוקי אינטערעסן ווי פאנאוויטש, כנסת, צייטונג און נאך, אלעס בעפאר די גזירת-גיוס-בנים-בנות-וכו'.
* א מערכת כשרות האט זיין ברודער ר' אברהם דוב אויערבאך טברי'נער רב (חתן הרב ורנר זצ"ל אב"ד דשם)
און אונטער זיין השגחה זענען דא 2 יקבים (
הרי הגליל און
רמת הגולן און אפשר נאך) וואס טראגן זיין טיקעט פון כשרות.
איך ווייס נישט פון א השגחה וואס דער נפטר האט געפירט,
און לקינוח דא האט איהר די דעקל פון די חרדישע צייטונגען אין ארץ ישראל (
קרעדיט)
📎 המודיע.jpeg📎 המבשר.jpg📎 יתד.jpg📎 הפלס.jpg📎 מועצת הפלס.jpg