☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » הרב דר. אהרן טווערסקי נעמט זיך אהן פאר זיינע ברודער

הרב דר. אהרן טווערסקי נעמט זיך אהן פאר זיינע ברודער

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12047
בלאט: 1 2

תורה ומדע » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 2:30 pm

· #392454
הרב דר. אהרן טווערסקי נעמט זיך אהן פאר זיינע ברודער
<a class="postlink" href="http://www.crainsnewyork.com/article/20171227/OPINION/171229970/the-war-against-yeshivas">http://www.crainsnewyork.com/article/20 ... t-yeshivas</a>
ער שרייבט אז מיר ברויכען נישט זיין אפאלג׳עטיק פאר אונזער חינוך. אפילו עס איז ניט פרפעקט און דארף אן אפגרעיד.
ער דערמאנט מיר פון דאס וואס דער חזו״א האט געזאגט פאר אן אויבער חכם וואס האט איהם געפרעגט צו ער ווערט ניט נתפעל פון די אללע טעכנעלעגישער ענפינדונגען. ״זיי בויען מאשינען, אין מיר בויען מענשען״ ודפח״ח.

טאמבל סאס » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 3:17 pm

· #392461
Now we know another industry they can go into = lying about yeshivos. Maybe the job prospects aren't so bad after all

תורה ומדע » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 3:49 pm

· #392465
ציניסעזים איז גוט צום לאכען, אמת איז, אבער, אז מיר האבען אסאך פאכען.

תורה ומדע » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 3:59 pm

· #392467
אונזער חינוך ציעלט ארויסצוגעבען אזא מאדע פערזאנא וועלכער איז:
א גוטער מאן,
א גוטער טאטע,
האט אסאך קינדער אויב ער קען,
דאווענט דריי מאהל א טאג,
איז קובע עיתים לתורה,
היט שבת מיט רגשי קודש,
מאכט פרנסה בהיתר ובכבוד,
לערנט מיט זיינע קינדער,
מאכט חתונה קינדער, און גיט זיך אפ מיט זיי נאכהער,
געבט צדקה,
טוט חסד,
ועוד.
וועלכער נאך מוסד קאללעדש,יוניווערסיטי, לאו סקול, מעדיקל סקול האט דאס אינזינען?

אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 4:10 pm

· #392469
סמי מכאן "מאכען פרנסה בהיתר ובכבוד"

טאמער איינער מאכט פרייע בהיתר ובכבוד האט ער זיך אדער צוגעלערנט א פאך, אדער זיך גוט געמוטשעט אליין. די מוסדות האבען נישט קיין שייכות מיט דעם.

תורה ומדע » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 4:51 pm

· #392476
אישתישבי
סמי מכאן "מאכען פרנסה בהיתר ובכבוד"

טאמער איינער מאכט פרייע בהיתר ובכבוד האט ער זיך אדער צוגעלערנט א פאך, אדער זיך גוט געמוטשעט אליין. די מוסדות האבען נישט קיין שייכות מיט דעם.

אבער דער מוסד און עלטערן האבען אין איהם אריינגעלייגט די ערכים פון האנדלען ערליך און זיך מפרנס זיין בכבוד עד כדי כך אז ער איז געגאנגען זוכן א פלאן דערצו. ווען נישט וואלט ער דאך אויסגעזעהן ווי די שחורים אין הארלעם.
לא ימלט אז א קינד זאל לערנען סוגיות השס פון נשים נזיקין, אדער פרשת משפטיםוכדו׳ יאהר נאך יאהר, און ער זאל זיך נישט אנזאפען מיט די וועליוס פון אהבת משפט וצדק וועלכער טריפן פון די הייליגע בלעטער גמרא. אלא מאי די מוסדות קענען נישט אלץ דעליווערן מחמת קוצר הבאדשעט אדער מחמת חסרון אין קאפאציטעט אינעם משפיע. אבער דער אווועראאל מיסיע בלייבט ווי געשריבן פריער.

שבת אחים » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 5:16 pm

· #392482
תורה ומדע
אבער דער מוסד און עלטערן האבען אין איהם אריינגעלייגט די ערכים פון האנדלען ערליך און זיך מפרנס זיין בכבוד עד כדי כך אז ער איז געגאנגען זוכן א פלאן דערצו. ווען נישט וואלט ער דאך אויסגעזעהן ווי די שחורים אין הארלעם.

פארוואס גלייכסטו צו אידן צו שחורים אין הארלעם? טשולדיגט מיין טייערער, גלייך זיי ענדערש צו צו די פרייע אידן אין אמעריקע און נישט צו קיין שחורים וואס זענען געגאסן פון אנדערע טייג און אויפגעוואקסן אין גאר א אנדערע קולטור ווי אונז פאר טויזענטער יאהרן.

די פרייע אידן אין אמעריקע זענען גאר שטארק מצליח! קיין איין פאלק אויף דער וועלט האט נישט אזא הצלחה ראטע! אף אחד! זיי זענען די גרעסטע דאקטוירים, לאיערס, פראפעסארן, סייענטיסן, ביזנעסלייט אין אמעריקע. זיי טוען אלעס פאר זייערע קינדער וואס דו רעכענסט אויס פלאס א א נארמאלע עדזשיוקעישאן אן קיין שום פרעשור.

תורה ומדע » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 6:00 pm

· #392484
דער פרייער איד איז ליידער געווארען א חטיבה אחת מיטן אמעריקאנער גוי און זיין קולטור. דער אמעריקאנער חלום איז צו גיין אין קאללעדזש לערנען א ווייסער קאלנער פאך, און דערנאך לעבען זיך א גוטן טאג. דער חרידישער אינגעלע איז אפגעהאקט פונעם טריפה׳נעם אמעריקאנער וועליו סיסטעם. נאר וואס, זיין נטיה צו ישרות אין נישט זיצען אויף יענעם קומט פון א טיעפע קאננעקשען צו תורה און אמונה אינעם מענש זעלבסט. אזוי ווי מיר זאגען ביים בענטשען ונא אל תצריכנו וגו׳ כי אם לידך וגו׳ שלא נבוש וגו׳

שבת אחים » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 11:01 pm

· #392504
דיין סובדשעקטיוו מיינונג וועגן לעבן א שטרענגע רעליגעיזע ארטאדאקסישע לעבן פארענטפערט נישט וואס איך האב געפרעגט.

דו האסט אראפגעלייגט א סליפי סלאופ ארגיומענט:

דו האסט געשריבן:
אבער דער מוסד און עלטערן האבען אין איהם אריינגעלייגט די ערכים פון האנדלען ערליך און זיך מפרנס זיין בכבוד עד כדי כך אז ער איז געגאנגען זוכן א פלאן דערצו. ווען נישט וואלט ער דאך אויסגעזעהן ווי די שחורים אין הארלעם.

אונזערע מוסדות און אין אונזערע קולטורן האט מען ליידער בכלל נישט געלייגט קיין דגוש אויף האנדלן ערליך..! פארקערט, די חרדים האבן מעהר אדאפטירט אזא ערשיינונג אז וואס מער מ'קען כאפן פון די גאווערמענט (אן ווערן געכאפט) איז א לכתחילה. אונזער פילאסאפיע איז מער-ווייניגער "טעות עכו"ם איז מותר" - און "ווען מ'כאפט דיך איז ביטער"... אונזער לעבנסשטייגער איז אויסגעשטעלט אז מיר חרדי'שע אידן דארפן לעבן אין די טייערסטע געגענטער אין אמעריקע און אונזערע גרויסע משפחות פארלאנגען גאר אסאך געלט אויסצוהאלטן, הענס די גרויסע ראטע פון חרדים וואס לעבן מער-ווייניגער אויף די גאווערמענטס חשבון, און הענס די גרויסע קרימינאל ראטע בתוכינו.

דיין סטעטמענט איז איין גרויסע פרעכע ליגענט. איך געדענק נישט אז אין חדר זאל א מלמד רעדן כמעט וועגן האנדלען ערליך. מיינע קינדער לערנען אויך גארנישט אין חדר וועגן די סובדזעשעקט ווי ווייט איך ווייס.

דו האסט אראפגעלייגט א הנחה אז אונז חרדים שטרעבן צו האנדלען ערליך און אונז לייגן אריין חינוך אין די קינדער צו זיין גראדע אנשטענדיגע מענטשן, און ווען נישט אונזער פרומע חינוך וואלטן מיר אויסגעקוקט ווי די כאלאזן פון הארלעם.
אויף דעם ארויף האב איך געפרעגט:

פארוואס גלייכסטו צו אידן צו שחורים אין הארלעם? אנדערש גלייך זיי צו צו די פרייע סעקיולער אידן וואס מאכן יא א לעבן.

האסטו געשריבן א סובדזעשקטיוו תגובה ווי די פרייע זענען דאך גוים אדער קוקן אויס ווי גוים. אפילו לאמיר זאגן אז יא פארענטפערט עס נישט מיין קשיא אויף דיין תגובה:

פארוואס גלייכסטו זיי נישט צו צו פרייע אידן נאר צו שווארצע אין הארלעם.

דערווייל איז די קשיא נאכאלץ שווער. אין דיין סובזעשקטיוו תגובה אז אונז חסידים האבן די ריכטיגע וועגן וויאזוי צו מחנך זיין אונזערע קינדער אויפן דרך הישר און זיין נארמאלע ביזנענסלייט איז דערווייל נאכנישט פארוויקליכט געווארן. הלוואי וואלסטו געוועהן גערעכט. דערווייל איז עס פונקט פארקערט פון וואס דו קלעימסט, די תפיסות זענען איבערגעפילט מיט חרדים ליידער און רוב חרדים אין ניו יארק מוטשענען זיך שטארק צו ענדיגן די חודש.

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 11:19 pm

· #392507
שבת אחים

ענדליך שרייבט דא איינער צום זאך.
וואס זאל איך דיר זאגן ס'אשאד די צייט מיט די חברה. זיי האבן מיט'ן אמת, אזויווי מרים-יוזל'ס מאמע, האט מיט מרים-אהרן'ס שוועסטער, ניטאמאל דאס אויך נישט, און יא, ווען איך רעג זיך זייער שטארק קען איך רעדן שטותים.

תורה ומדע » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 11:42 pm

· #392511
איך פארשטיי נישט גענוי דיין ארגומנט. איך זאג איין זאך: עס ליגט טיעף אריינגעבאקען אינעם רעליגעזער איד א רצון זיך מפרנס זיין בכבוד מיגיע כפו. עסקומט סיי פון לימוד ש״ס ופוסקים בענייני ממונות און סיי פון מוסר און דברי חז״ל. דער איד וואס זאפט אין זיך איין די מוסרי התורה און די הלכות פון משפט וצדק, לפנים משורת הדין, ועשית הישר והטוב וכדו׳ פון די גמרא איז נאטירליך צוגעצויגען צו א צד ישרות און גלאטטקייט נישט ווייניגער ווי ווען ער זעהט א דבר טמא און ער קוקט אוועק אינסטינקטיבלי.
דאס וואס דו זאגט אז סמאכען זיך עוברי החוק וכדו׳ טושט נישט דער ריעליטעט פון די טיעפע קאננעקציע וואס אידישקייט האט מיט ישרות און צדק. אפילו נניח אז אין די לעצטע צוואנציג יאהר איז געווארען א מין נעשה כהיתר בענין זו קען דאס נישט טוישען די פונדאמענטען פון תורה. עס זענען פארהאנען אנדערע סיבות לזו אשר אין כאן מקומם לפורטם.

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 1, 2018 12:39 am

· #392522
דערווייל זענען די פאקטן קעגן דיר. די פרייע אידן האבן שענער פרנסה ווי די פרומע, זיי שטייען בעסער ווי אונז אין יעדע הינזיכט. דעס נישט סובדזשעקטיוו סאיז אבזעשקטיוו-סאיז א פאקט! די פרייע אידן זענען די רייכסטע מינארטי פון עני מינארטי אויף די וועלט. האלב פון די פארבס ליסטע זענען פרייע אידן, די מערסטע געלערנטע און אינטעליקטיולס זענען פרייע אידן. ווידער די פרומע זיצן אויף קעסט ביים פעטער און קלעימן אז ״זייער חינוך״ ווי מלערנט ממש גארנישט מיט די קינדער פון די ״היינטיגע קריקלום״ וואס איז קריטיש וויכטיג צו אקטיולי קענען פארדינען א ברייטע געהאלט אויסצוהאלטן א גרויסע פאמילע מיט קינדער. אבער דערווייל טוהן זיי פארקערט און קלעימן נאך אז זייער וועג איז די בעסטע ווייל אויב נישט וועט מען אויסקוקן ווי די נידערטרעכטיגע ביליגע ניגערס אין די בראנקס איז קלאר פשוטע פראפעגאנדע וואס איז זייער ווייט פון די מציאות און פון ריעלעיטי.

בן אדם » מאנטאג יאנואר 1, 2018 1:03 am

· #392525
דר. אהרן טווערסקי איז פרומער געווארן די לעצטע פאר יאר. אויך זענען צוויי פון זיינע זון מנהיגי המוסדות פון באבוב 48 סאו ס'נישט קיין וואונדער אז ער האט זיך געלאזט שרייבן אזוינס.

טאמבל סאס » מאנטאג יאנואר 1, 2018 2:29 am

· #392526
איך בין נישט באזארגט אז ער וועט עמיצן פארנארן, איך בין זיכער אז יעדער וואס לייענט דר אהרן טווערסקי, וואונדערט זיך וואס איז געקומען קודם? זיין טראגע אדער זיינע השקפות...?

ער רעדט ווי אזא פאץ! ס'קוקט אויס וו ער זעלבסט איז נאכנישט ארויס געקראכן פונעם מאראנץ צו קוקן אויף די vastness פון די וועלט. ער לייגט אראפ ווי לאגיק איז אלץ. ווי כאילו אנאליטיקעל סקילס איז די סוד פון הצלחה. סאושעל סקילס, פראפעשאנעל אינטערעקשן מיט אנדערע מענטשן, וויסן ווי אזוי צו סאושעלייזן איז פונקט אזוי וויכטיג אויב נישט מער, יא מיר ווייסן ווי אזוי צו סאושעלייזן מיט 'אנדערע' - פאפא'נע און בעלזע אבער א חדר אינגל ווייסט נישט בחייכון ווי אזוי זיך אויפצופירן אין די מאדערנע ביזנעס וועלט.

אויב איז דא א לימוד, חוץ פון די STEM לימודים וואס שארפן אויס די יעניגע מענטל פאקולטיס וואס מ'דארף האבן צו קענען מצליח זיין אין די STEM סובדזשעקטס, איז גמרא די לעצטע לימוד דערפאר. ער האב בכוונה אויסגעמיטן 'געזעץ', (כאטש ער האט עס דערמאנט ווען ער האט געזאגט אז מען דיעלט אסאך מיט לויערס - האהא מיר ווייסן גאנץ גוט פארוואס...) ווייל לויערס זענען גענוג פארפיינטעט שוין היינט און Law ווערט שוין באלד א נושא סינאנימעס מיט אידן אזוי ווי אמאליגע צייטן Usury (נאר אמאליגע צייטן??). וטוב שבעורכי דינים לגיהנום.

הקטן » מאנטאג יאנואר 1, 2018 10:01 am

· #392530
שבת אחים
האלב פון די פארבס ליסטע זענען פרייע אידן

האלב פון די פארבס ליסטע זענען פרייע אידן אדער האלב פין די פרייע אידן זענען אויף די פארבס ליסטע?

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 1, 2018 11:34 am

· #392538
שבת אחים
דערווייל זענען די פאקטן קעגן דיר. די פרייע אידן האבן שענער פרנסה ווי די פרומע, זיי שטייען בעסער ווי אונז אין יעדע הינזיכט. דעס נישט סובדזשעקטיוו סאיז אבזעשקטיוו-סאיז א פאקט! די פרייע אידן זענען די רייכסטע מינארטי פון עני מינארטי אויף די וועלט. האלב פון די פארבס ליסטע זענען פרייע אידן, די מערסטע געלערנטע און אינטעליקטיולס זענען פרייע אידן. ווידער די פרומע זיצן אויף קעסט ביים פעטער און קלעימן אז ״זייער חינוך״ ווי מלערנט ממש גארנישט מיט די קינדער פון די ״היינטיגע קריקלום״ וואס איז קריטיש וויכטיג צו אקטיולי קענען פארדינען א ברייטע געהאלט אויסצוהאלטן א גרויסע פאמילע מיט קינדער. אבער דערווייל טוהן זיי פארקערט און קלעימן נאך אז זייער וועג איז די בעסטע ווייל אויב נישט וועט מען אויסקוקן ווי די נידערטרעכטיגע ביליגע ניגערס אין די בראנקס איז קלאר פשוטע פראפעגאנדע וואס איז זייער ווייט פון די מציאות און פון ריעלעיטי.

שבת אחים: דו מאכסט דא א שטיקל טעות. ס'קען זיין איבער דיין פרע-דזשודיס. אדער סתם אומוויסנהייט פון די פאקטן. די קו החוצה צווישן מאכן ברייט פרנסה אין א פראפעסיע און לעבן בצימצום . טיילווייז אויפ'ן פעטער'ס חשבון, איז נישט אויב איינער איז רעליגיעז אדער נישט. נאר אויב ער/זי האט געלערנט די העכערע לימודי חול און גראדואירט פון א קאללעדזש אדער גרעדזשועיט סקול. איך האב נישט דא די סטאטיסטיקס אבער דער פאקט ווייזט אז ס'זענען דא טויזנטער רעליגיעזע אידן, מענער און פרויען ועלכע פראקטיצירן אין די פרייע פראפעסיעס. און נאכדעים איז דא גענוג אינדיוויד

ואלן וועלכע זענען קלעסיפייד אלס או.טי.די., וועלכע האבן מכח איזה סיבה שהיא נישט עררייכט די העכערע לימודים. און זיי מוטשען זיך טאקע אויף פרנסה. זיי ארבעטן ביי צווייט און דריט ראנגיגע דזשאבס...! אזוי אז דער עקאנאמישער מצב פון אן אינדיווידואל אדער גרופ האט גארנישט צו טון דירעקט אדער אומדירעקט מיט זיין/ איהר קאממיטמענט (פארפליכטונג) צו רעליגיע...!

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 1, 2018 7:51 pm

· #392572
berlbalaguleh
שבת אחים
דערווייל זענען די פאקטן קעגן דיר. די פרייע אידן האבן שענער פרנסה ווי די פרומע, זיי שטייען בעסער ווי אונז אין יעדע הינזיכט. דעס נישט סובדזשעקטיוו סאיז אבזעשקטיוו-סאיז א פאקט! די פרייע אידן זענען די רייכסטע מינארטי פון עני מינארטי אויף די וועלט. האלב פון די פארבס ליסטע זענען פרייע אידן, די מערסטע געלערנטע און אינטעליקטיולס זענען פרייע אידן. ווידער די פרומע זיצן אויף קעסט ביים פעטער און קלעימן אז ״זייער חינוך״ ווי מלערנט ממש גארנישט מיט די קינדער פון די ״היינטיגע קריקלום״ וואס איז קריטיש וויכטיג צו אקטיולי קענען פארדינען א ברייטע געהאלט אויסצוהאלטן א גרויסע פאמילע מיט קינדער. אבער דערווייל טוהן זיי פארקערט און קלעימן נאך אז זייער וועג איז די בעסטע ווייל אויב נישט וועט מען אויסקוקן ווי די נידערטרעכטיגע ביליגע ניגערס אין די בראנקס איז קלאר פשוטע פראפעגאנדע וואס איז זייער ווייט פון די מציאות און פון ריעלעיטי.

שבת אחים: דו מאכסט דא א שטיקל טעות. ס'קען זיין איבער דיין פרע-דזשודיס. אדער סתם אומוויסנהייט פון די פאקטן. די קו החוצה צווישן מאכן ברייט פרנסה אין א פראפעסיע און לעבן בצימצום . טילווייז אויפ'ן פעטער'ס חשבון, איז נישט אויב איינער איז רעליגיעז אדער נישט. נאר אויב ער/זי האט געלערנט די העכערע לימודי חול און גראדואירט פון א קאללעדזש אדער גרעדזשועיט סקול. איך האב נישט דא די סטאטיסטיקס אבער דער פאקט ווייזט אז ס'זענען דא טויזנטער רעליגיעזע אידן, מענער און פרויען ועלכע פראקטיצירן אין די פרייע פראפעסיעס. און נאכדעים איז דא גענוג אינדיווידידואלן וועלכע זענען קלעסיפייד אלס או.טי.די., וועלכע האבן מכח איזה סיבה שהיא נישט עררייכט די העכערע לימודים. און זיי מוטשען זיך טאקע אויף פרנסה. זיי ארבעטן ביי צווייט און דריט ראנגיגע דזשאבס...! אזוי אז דער עקאנאמישער מצב פון אן אינדיווידואל אדער גרופ האט גארנישט צו טון דירעקט אדער אומדירעקט מיט זיין/ איהר קאממיטמענט (פארפליכטונג) צו רעליגיע...!

איך מאך א טעות? איך בין אומוויסענד? איך קען נישט די פאקטן???

אנטשולדיגט סאיז דא דאטא און פאקטן אויף דעם.

דיין קרית יואל-מאנרא איז די ארימסטע זופ-קאוד אין די גאנצע יונטיידעט סטעטס...! זיי נעמען די מערסטע שטאטישע הילף! סאיז געוועהן ברייט באריכטעט אין די מידעא.
און די זעלבע זענען אלע חרדים! אנטשולדיגט מיר. מיר געבן נישט די מינדעסטע עדזשיוקעישאן פאר די קינדער און סאיז כמעט נישט שייך פאר אונז בכלל צו קענען באקומען א דעגרי ווייל אונז האבן חתונה יונג. היינט איז דא אפאר חרדים וואס האבן עס געבראכן מיט מסירת נפש און געגאנגען אביסל שטודירן, אבער ווען איך בין אויפגעוואקסן מאן דכאר שמיה.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 1, 2018 8:51 pm

· #392576
שבת אחים: איך האב דיך זייער שטארק ליעב. איך מעג קריטיזירן דיין אינטעלעקטואליזם?!. למשל דו קענסט נישט אדער ווילסט נישט מבחין זיין צווישן זופ (יויך) און א זיפ קאוד. אדער מעל זיפ/ל. און אפשר א זיפ/ער אויכעט...!

איך האב רעספעקט פאר א מענטש , א איד ווי א גוי וועלכער קען מבחין זיין אין די דקות'דיקע חילוקים פון ווערטער וועלכע האבן פארשידענע מיינונגען. און קענען אפליינען א ווארט ריכטיג. למשל פרעזידענט קלינטאן האטציך קיינמאל ננישט טועה געווען אין איינס פון זיינע ספיטשעס. דורך נישט ריכטיג ארויסזאגן א ווארט אדער אויסמישן מיט אן אנדער, ענליך ווארט. אפילו נישט פרעזידענט באראק אבאמא. משא"כ פרעזידענט דזשארדזש דאבליו. בוש האט צוקאליעטשעט א סאך ווערטער אין ענגליש. פאר נוקלעאר האט ער געזאגט נו-קיללער...! אן אנדערער, א טי.ווי. פערסאנאליטי, אן אפרא-אמעריקאנער וועלכער האט זעהט אויס באקומען זיין פאזיציע צוליעב זיין הויט קאליר, האט אויסגעמישט סיסטעמיק מיט סיסטעמאטיק. אויך האט ער נישט געקענט מבחין זיין צווישן סירהאסיס (אוו דהע ליווער) מיט די הויט מחלה (פ)סארייעסיס...!

נ.ב.: מיין קאמענט האט א דירעקטע שייכות מיט עדיוקעישן. (און דער חיסרון דערפון)...The lack of it...!

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 2, 2018 12:05 am

· #392580
כפארשטיי נישט דיין תירוץ? ווי קומט דא אריין מיין נערישע ספעלינג מיסטעיקס? באראק אבאמא, דשורזש בוש, גאנדי און די בלעז״ן פון מסכת כינים. האלט דיך צו די נושא, דו קלעימסט עפעס וואס איז גענצליך שקר און פארקערט פון די מציאות. און ווען איך זאג דיר א פאקט אז דיין מאנרא איז די ארימעסטע שפרונגסטו צו ספעלינג מיסטעיקס? און דו שרייבסט אז איך בין אומוויסנד.

רעב איד לאמיר דיר קלאר מאכן עפעס. איך האב קיינמאל נישט געקלעימט אין מיין לעבן אז איך בין עפעס קלוגער פון א צווייטן, און אז איך קען גוט ספעלן אדער אז איך בין א געלערנטער מענטש. איך בין א מארמארישער פויער וואס קען קוים עברי. איך האב קיינמאל נישט באקומען די מינדעסטע עדזשיוקעישאן. איין זאך יא אבער, Happens to be אז איך בין א נייגעריגער מענטש און איך וויל יא וויסן געוויסע זאכן. היסטאריע, פילאסאפיע און סייענס אינטערסירט מיך שטארק. Chemistry האב איך אליינס געלענרט אויף קהאן אקאדעמיע. נאך א פאקט וועגן מיר איז אז איך בין זייער א opinionated מענטש און אויף כמעט יעדע זאך האב איך געפאורמעט מיין אייגענע opinion אן אינדערויסנדיגע בייעסטי.

צוריק צו די נושא, איך בין אומוויסענד וועגן די היימישע קאמיונטי אדער דו ביסט אומוויסענד? דעס איז דו קענסט בעסער ספעלן קומט נישט אריין דא.

איך בין זיכער אז מיין אומוויסענדקייט קומט ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין דיין קאמיונטי ווי מ׳געט דוקא נישט די קינדער די מינדעסטע עדזשיוקעישאן, ווען מיין טאטע זאל וועין זיין א דאקטער אין מאנהעטן אויף פארק עווניא וואלט איך געוועהן בעסער עדיוקירט דערווייל בין איך דאך אויפגעוואקסן ביי א וועזנשניצער מיט ווייסע זאקן, ווייסט וואס כמיין?

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 2, 2018 3:34 am

· #392587
שבת אחים: אנטשולדיג. אבער מיין קאמענטאר האט דווקא יא א שייכות צו דעם סאבדזשעקט וואס מ'דיסקוטירט דא. ווייל דו פערזענליך האסט שוין געהאט הונדערטער טשענסעס זיך אויסצושלייפן אין די ענגלישע שפראך (לכה"פ). און דו בלעימסט נאכאלץ דיין אומעפעקטיווע עדיוקעישן וואס דו האסט באקומען אין חדר.

איך האב עס נאר אויפגעברענגט אז מיין סימן פאר אן אינטעלעקטואל איז, אז ער קען מבחין זיין צווישן די פארשידנארטיגע, ענליכע ווערטער אין סיי וועלכע שפראך. ס'איז פארהאן למשל, א מענטש וועלכער איז אמאל געווען א חסידיש'ער בחור און יונגערמאן וואס האט באקומען דעם זעלבן, חאניאקיש'ן, אומעפעקטיוון חינוך ווי דו און אנדערע. אבער נאכדעים וואס ער האט אפגעלאזט די רעליגיעזע פראקטיס, איז ער געגאנגען שטודירן די ענגלישע שפראך. און היינט איז ער א גרויסער שרייבער. דאס איז שלום דיען (דער עכטער).

ווי ווייט נפתלי מאסטער האט פארראכטן די פעלערס אין זיין וועלטליכע עדיוקעישן, וועלכע ער האט באקומען אין זיין יוגנט, ווייס איך נישט. אבער, א טשענס דאס צו טון האט ער זיכער געהאט. אנשטאט נאר האלטן אין איין קאמפלעינען און באוויינען דעם היימישן חינוך סיסטעם און איהרע פעילערס, דארף מען די ערשטע זאך פארריכטן די אייגענע באקירצונגען.

איך האב אמאל געשריבן (אויף אן אנדער'ן בלאג) צו איינעם וואס איז געווארן אן או.טי.די. אבער געשריבן ענגליש האט ער ווי א חסידיש'ער בחור. אז נאכדעים וואס ער האט אויפגעגעסן זיין ערשטן העם סענדוויטש אדער טשיעזבורגער, וואלט ער געדארפט נעמען א קורס אין רעמידיעל ענגליש...!

אבער צוריק צום נושא. ווען איך בין געווען א יונגל/בחור האט פאר די וועלטליכע עדיוקעישן וואס מ'האט באקומען אין חעידער גארנישט געפעהלט. מ'האט געלערנט 2 שעה א טאג לימודי חול (ענגליש אדער אן אנדער שפראך) פון דעם איז געווען 1 שעה מוקדש פאר מעטה. און 1 שעה פאר ליינען און שרייבן...!

קיין פראפעסארן איז קיינער נישט אויסגעוואקסן. אבער די בעיסיקס וואס א מענטש דארף צו האבן כדי צו פונקציאנירן אין די אלגעמיינע וועלט האט מען יא געהאט...!

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 2, 2018 5:38 am

· #392588
berlbalaguleh
שבת אחים: אנטשולדיג. אבער מיין קאמענטאר האט דווקא יא א שייכות צו דעם סאבדזשעקט וואס מ'דיסקוטירט דא. ווייל דו פערזענליך האסט שוין געהאט הונדערטער טשענסעס זיך אויסצושלייפן אין די ענגלישע שפראך (לכה"פ). און דו בלעימסט נאכאלץ דיין אומעפעקטיווע עדיוקעישן וואס דו האסט באקומען אין חדר.

און ווער זאגט אז איך האב מיך נישט אויסגעשלייפט אין די ענגלישע שפראך? ווייל כהאב געשריבן זופ קאוד אנשטאט זיפ קאוד? מוראדיגע ראי׳.

איך האב מיך אסאך אויסעשלייפט אין ענגליש, איך האב געליינט מעהר ענגלישע ביכער ווי מיינע עלעף חסידישע סיבלינגס צוזאמען, עכ״ז איז זיכער אז ווען איך וואלט וועין באקומען א סעקיולער עדיוקעישאן וואלט איך זיכער געוועהן מעהר עדיוקעיטעט. ופשוט הוא.

הערסט נישט אויף איבערצוקייען די זעלבע קאשע, נאכאמאל און נאכאמאל מיט דיין אבסעסיע מיט שלום דין... אין דיין בוך דארף יעדע אט״ד אויסקוקן ווי שלום דין...עפעס אזוי...

נאך איין מאל:
דו קלעימסט אז דיין חינוך/חסידישע חינוך קען מען אויסהאלטן א גרויסע פאמיליע? און דיין ראי׳ איז אז דו ביסט אויפגעוואקסן אן קיין עדזשיוקעישאן און ביסט למעשה א חכם עטיק מיט אלע בלעז״ן פון רש״י און ביסט געווארן א באס דרייווער? פארוואס ביסטו נישט כאטש ווי הערשל שרייבער אדער משה שמואל זופניק? פונקט ווי דו פרעגסט מיך צום טויזענטער מאל פארוואס איך בין נישט אזויווי שלום דין????

למעשה ר׳ בערל בין איך גערעכט!

די פרייע און מאדערנע אידן וואס שטופן די קינדער צו באקומען א סעקיולער עדזשיוקעישאן זענען שטארק מצליח און האבן געווענטליך שיין פרנסה ווידער די פרומע חסידישע וואס עדיוקעטען נישט די קינדער קוועטשן די באנק אין מקוה און רוב פון זיי זענען שנארערס וואס געבן זיך נישט קיין עצה...

פלוז קום מיר נישט ענטפערן אז איך האב געמאכט א ספעלינג מיסטעק אדער אז איך בין נישט אזוי קלוג ווי מאוסטער אדער שלום דין, כ׳ברעך שוין פון די גערעדאכץ, האלט דיך צו די נושא.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 2, 2018 11:29 am

· #392599
שבת אחים: לויט ווי איך זעה האסטו פארפאסט די נקודה וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען. דוקא נישט איבער מיר פערזענליך און מיין לעוול פון עדיוקעישן. דאס אלעס איז נאר געברענגט געווארן כבדרך אגב. אז אפילו איינער ווי איך וועלכער האט נישט באקומען קיין קאלעדזש און גרעדיועיט סקול עדיוקעישן קען אויך ב"ה פונקציאנירן אין די היינטיגע וועלט. נאר די הויפט , נקודה איז אז, דער לעוול פון עקאנאמישע ערפאלג (סוקסעס, בלע"ז) האט גארנישט צו טון דירעקט אדער אומדירעקט מיט רעליגיע און איהר פראקטיס. נאר מיט דעם לעוול פון העכערע עדיוקעישן וואס מ'האט יא, אדער נישט באקומען אין די יונגע יארן. ווייל ס'זענען פארהאן (ב"ה) צענדליגער טויזנטער פראפעסיאנאלן וועלכע זענען 100% רעליגיעז. און זיי שטייען אויף א הויכע עקאנאמישע מדרגה. פון די אנדערע זייט זענען פארהאן זייער פיהל נישט רעליגיעזע מענטשן וועלכע זענען אין א שוואכע עקאנאמישע פאזיציע. פאר די איינציגע סיבה אז זיי האבן נישט באקומען א צופרידנשטעללנדן העכערן עדיוקעישן...!

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 2, 2018 11:37 am

· #392600

רבש״ע! אוואדי איז דא רעליגעזע מענטשען וואס זענען רייך און האבן שיין פרנסה. זיכער אזוי! אבער נישט אזוי קוקט מען אויף סטאטיסטיקס. רוב חרדישע אידן זענען ארימלייט! רוב פרייע אידן האבן שיין פרנסה. סאיז דא דאטא אויף דעם. דו כאפטס זיך אן אויף יחידים און אינדיווידזשיולס וואס האבן פונקט מצליח געוועהן. רוב חרדים מוטשענען זיך מוראדיג שטארק, און כמעט פאר א יעדען דארף מען גיין שנארען ווען זיי מאכן חתונה.

נעקסט קעיס.

אייז קריעם » דינסטאג יאנואר 2, 2018 6:14 pm

· #392625
געב פאר איין פרייע יוד 10 קינדער, לאמיר זעהן צו מ'וועט נישט דארפן שנארערן

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 2, 2018 6:32 pm

· #392627
אייז קריעם
געב פאר איין פרייע יוד 10 קינדער, לאמיר זעהן צו מ'וועט נישט דארפן שנארערן

כבין נישט אזוי זיכער. לכאורה יא, א עוורידזש פרייע איד אין אמעריקע פארדינט מסתם פיר הונדרעט טויזנט דאללער אדער מעהר א יאר וואס דאס איז לכאורה גענוג צו לעבן מיט 10 קינדער, אדער אפשר נישט?, כ׳ווייס נישט.

די ארגיומענט דא איז נישט ממש וועמנס לעבן קומט אויס בעסער. די ארגעימענט איז אויב געט מען פארן קינד א ״סעקיולער עדזשיוקעישאן״ צי ער וועט קענען מיט די דעגרי פארדינען מעהר געלט א יאר. איך זאג אז יא והא ראי׳ די פרייע און מאדערענע וואס האבן א דעגרי פארדינען אסאך אסאך מעהר ווי די גאר פרומע חסידים וואס געבן נישט קיין עדזשיוקעישאן, די עוורידזש פרומע איד איז א ארימאן אפילו ער האט נאר איין קינד, כ״ש אז ער האט נאך א שטוב מיט קינדער איז ער ממש אויף געהאקטע צרות ווידער די עוורידש פרייע אידן זענען ממש די גרעסטע עשורים אין אמעריקע. קוק אויף די עוורידזש אינקאום פון די פרייע אידן און דערנאך גלייך עס צו צו די אינקאום פון די חסידים, פאר די קאלקאלעישאן פון אסאך קינדער.

די lack of education איז לכאורה א דירעקטע תוצאה פון נישט עדיוקירן די קינדער...

איז אפשר טאקע זאל מען נישט מאכן אזויפיל קינדער? להלכה דארף מען נאר האבן א יונגל מיט א מיידל אדער לויט די אנדערע שיטה צוויי יונגלעך און צוויי מיידלעך צו יוצא זיין די מצוה פון פרי ורבי׳, בקיצור פיר קינדער איז גענוג.

אייז קריעם » דינסטאג יאנואר 2, 2018 6:41 pm

· #392628
1. די עוורידש פרייע יוד מאכט נישט קיין 400,000. אפילו אויב זיין ווייב ארבעט. מיין פאך איז פיינענשיל סערוויסעס סאו איך ווייס דאס מתוך נסיון.

2. די ארומע פרימע האבן א ברירה זיך צו לערנען א פאך-זיי ווילן פשוט נישט. די ווילסט זיי צווינגען צו מאכן געלט? It doesn't begin to make sense.

א בעל בתישער מענטש האט היינט א פראבלעם מיט שידוכים. וואס א גרעסערע לא יצלח אלס שענערע שידוכים טיט מען. Again מתוך נסיון.

קורקלענד » דינסטאג יאנואר 2, 2018 6:46 pm

· #392629
שבת אחים
די פרייע און מאדערענע וואס האבן א דעגרי פארדינען אסאך אסאך מעהר ווי די גאר פרומע חסידים וואס געבן נישט קיין עדזשיוקעישאן, די עוורידזש פרומע איד איז א ארימאן אפילו ער האט נאר איין קינד, כ״ש אז ער האט נאך א שטוב מיט קינדער איז ער ממש אויף געהאקטע צרות ווידער די עוורידש פרייע אידן זענען ממש די גרעסטע עשורים אין אמעריקע. קוק אויף די עוורידזש אינקאום פון די פרייע אידן און דערנאך גלייך עס צו צו די אינקאום פון די חסידים, פאר די קאלקאלעישאן פון אסאך קינדער.

איר רעכענט פארן צאלן פאר די חובות וואס ער האט זיך אנגעזאמעלט דורכאויס זיינע יארן פון שטודירן אדער נאך דעם?

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 2, 2018 6:49 pm

· #392630
סאיז אזוי גרינג צו גיין לערנען א פאך ווען מהאט חתונה ביי די אכצען און מהאט גלייך קינדער? איך האב עס נישט געקענט טוהן אפילו כוואלט געוואלט שטארק איך האב געהאט א דזשאב און געדארפט ברענגן פרנסה, סאיז געוועהן אוממעגליך.

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 2, 2018 6:54 pm

· #392631
קורקלענד
שבת אחים
די פרייע און מאדערענע וואס האבן א דעגרי פארדינען אסאך אסאך מעהר ווי די גאר פרומע חסידים וואס געבן נישט קיין עדזשיוקעישאן, די עוורידזש פרומע איד איז א ארימאן אפילו ער האט נאר איין קינד, כ״ש אז ער האט נאך א שטוב מיט קינדער איז ער ממש אויף געהאקטע צרות ווידער די עוורידש פרייע אידן זענען ממש די גרעסטע עשורים אין אמעריקע. קוק אויף די עוורידזש אינקאום פון די פרייע אידן און דערנאך גלייך עס צו צו די אינקאום פון די חסידים, פאר די קאלקאלעישאן פון אסאך קינדער.

איר רעכענט פארן צאלן פאר די חובות וואס ער האט זיך אנגעזאמעלט דורכאויס זיינע יארן פון שטודירן אדער נאך דעם?

די פרייע אידן האבן דאך נאר צוויי דריי קינדער קענען זיי אוועקלייגן געלט פון אלץ קליין קינד פאר א קאלעדזש פאונד. די פרייע אידן אין מאנהעטן האבן געוונטליך נישט קיין חובות פאר קיין קאלעדזש, די עלטער באבע לייגט אוועק ׳מעות קדימה׳ פארדעם נאך פאר זיי זענען געבוירן. די נייע אידישע רוסישע עולים אדער אונז חסידים האבן חובות פאר קאלעדזש ווייל אונזער זיידעס און באבעס האבן נישט געלייגט קיין דגוש פארדעם און נישט געהאט קיין געלט פאר די שטותים.

ברוך שפינוזה » דינסטאג יאנואר 2, 2018 7:14 pm

· #392633
שבת אחים
אדער לויט די אנדערע שיטה צוויי יונגלעך און צוויי מיידלעך צו יוצא זיין די מצוה פון פרי ורבי׳, בקיצור פיר קינדער איז גענוג.

ווער האלט אזוי?

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 2, 2018 8:39 pm

· #392641
שבת אחים
סאיז אזוי גרינג צו גיין לערנען א פאך ווען מהאט חתונה ביי די אכצען און מהאט גלייך קינדער? איך האב עס נישט געקענט טוהן אפילו כוואלט געוואלט שטארק איך האב געהאט א דזשאב און געדארפט ברענגן פרנסה, סאיז געוועהן אוממעגליך.

שבת אחים: ביי דיר איז עס געווען (כדבריך) א מער פונדאמענטאלע פראבלעם. ס'האט דיר געפעלט א גוטע עלעמענטארע עדיוקעישן אלס הכנה/בעקגראונד צו נעמען א העכערע עדיוקעישן. דער הויפט פאקטאר דא איז נישט געווען צייט (ווען צו נעמען העכערע בילדונג) נאר נישט האבן א גוטע באזע/צוגרייטונג. אפילו דו וואלסט שוין געטראפן די צייט. אבער מיט גאר א שטארקן רצון און אמביציע צו זיין סוקסעספול, וואלסטו געקענט נעמען רימידיעל קאורסעס אין בעיסיק ענגליש, מעטה, געאגראפיע און סאוש'ל סטאדיעס. היינט איז דא קאורסעס פאר אלע סאבדזשעקטס און אויף אלע לעווללס....!

אנטשולדיג אז איך צוקלאפ דיר אזוי שטארק דיין עגא...!)

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 2, 2018 8:45 pm

· #392643
שבת אחים
קורקלענד
שבת אחים
די פרייע און מאדערענע וואס האבן א דעגרי פארדינען אסאך אסאך מעהר ווי די גאר פרומע חסידים וואס געבן נישט קיין עדזשיוקעישאן, די עוורידזש פרומע איד איז א ארימאן אפילו ער האט נאר איין קינד, כ״ש אז ער האט נאך א שטוב מיט קינדער איז ער ממש אויף געהאקטע צרות ווידער די עוורידש פרייע אידן זענען ממש די גרעסטע עשורים אין אמעריקע. קוק אויף די עוורידזש אינקאום פון די פרייע אידן און דערנאך גלייך עס צו צו די אינקאום פון די חסידים, פאר די קאלקאלעישאן פון אסאך קינדער.

איר רעכענט פארן צאלן פאר די חובות וואס ער האט זיך אנגעזאמעלט דורכאויס זיינע יארן פון שטודירן אדער נאך דעם?

די פרייע אידן האבן דאך נאר צוויי דריי קינדער קענען זיי אוועקלייגן געלט פון אלץ קליין קינד פאר א קאלעדזש פאונד. די פרייע אידן אין מאנהעטן האבן געוונטליך נישט קיין חובות פאר קיין קאלעדזש, די עלטער באבע לייגט אוועק ׳מעות קדימה׳ פארדעם נאך פאר זיי זענען געבוירן. די נייע אידישע רוסישע עולים אדער אונז חסידים האבן חובות פאר קאלעדזש ווייל אונזער זיידעס און באבעס האבן נישט געלייגט קיין דגוש פארדעם און נישט געהאט קיין געלט פאר די שטותים.

שבת אחים: לאמיר מאכן נאך איין באמערקונג: די נייע רוסישע עולים (2'טע דור) אלס קלאס, האבן זיך פיין אריינגעדרייט אין די וועלט פון ביזנעס און פראפעסיעס מיט קאלעדזש און גרעדיועיט סקול דעגריעס...!

אישתישבי » מיטוואך יאנואר 3, 2018 12:10 am

· #392666
דער עיקר ליצנות פין א בריוו פין א ד"ר אז מען ברויך נישט קיין בעסערע ענגליש עדיוקעישן איז מרפסן איגרי און ווייזט אויף חרידישע איגנארענץ. פארוואס?

מה נפשך, איז עדיוקעישן גארנישט, איז וואס ברענגט איר מיר א ראי' פין א ד"ר וואס זיין גאנצע מעלה איז אז ער האט א סעקולארע עדיוקעישן?

ווי אזוי וואלט א לץ געזאגט? מען ברויך מאכען אלע אונזערע קינדער דאקטוירים, ווייל אויב נישט, ווער וועט שרייבען א בריוו פאר אונזערע אייניקלעך אז מען ברויך נישט קיין עדיוקעישן?

איי איי איי, חריידיזים במילואה, מען רעספעקטירט א היימישער ד"ר וואס איז געגאנגען אין קאלעדזש, עד כדי כך, אז ווען ער זאגט אז מען ברויך נישט מאכען אונזערע קינדער דאקטוירים, נעמט מען עס אהן פאר גוט געלט.

הא גופא אז מען האט די העזה צו מאכען פון אונז פאטאש אזוי ווייט, אהן מורא האבען פין אונזער רעספאנס, ווייזט ווי אונטערדריקט אונז זענען פין די יושבי חושך.

דריקט נאך אפאר סמארט קארטלעך, און דער אויבערשטער וועט העלפען, און אראפ נעמען די חרון אף.

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 1:49 am

· #392772
תורה ומדע
אונזער חינוך ציעלט ארויסצוגעבען אזא מאדע פערזאנא וועלכער איז:

א גוטער מאן,
א גוטער טאטע,

וואס עפעס? ס'האט מיט "אונזער" מוסדות החינוך? גוטע מענער, גוטע טאטעס, און גוטע מענטשען בכלל איז נאר דא ביי ארטאדאקסישע יודען אדער ביי יודען בכלל?

ס'דא שלעכטע מענטשען איבעראל און גוטע מענטשען איבעראל, יודען און גויים צוגלייך, פרום צו נישט פרום, ארים צו רייך, נישט קיין חילוק די עטנישע פאלק און נישט קיין חילוק צו מ'איז געגאנגענען אין א בית חינוך. גוטסקייט לערנט מען זיך נישט אין קיין מוסד נאר פון די שטוב, און אויך נאר דעמאלטס אויב מ'איז טאקע א גוטער אדער מ'ארבעט אויף זיך צו ווערען א גוטער.

תורה ומדע

האט אסאך קינדער אויב ער קען,

OMG - ווי שבת האט שוין באמערקט. זייט ווען איז האקען קינדער א גוטע זאך? ס'איז א פיינע ענין אויב מ'קען עס דערהייבען. ב"ה היינט איז דער עולם אביסעל אראפ פון בוים און געווארען מער רעאליסטיש דערוועגען, אבער נאך אלס נישט גענוג. ס'דא עפעס אן ענין צו גיין מיט'ן קאפ אין וואנט און זיך כאפען אז ס'איז צרות נאך א הויפן קינדער? עקרי הלכה לחוד והשקפה לחוד. צו יוצא זיין שולחן ערוך איז איין זאך און צו זיין א חסיד לפנים משורת הדין איז א צווייטע זאך. פונקט פארקערט, כמעט קיין איין פאר פאלק איז נישט געהעריג אנגעגרייט פון א אמת'ן פסייקאלאדזשיקעל שטאנדפונקט צום לעבן נאך די חתונה, וואס מ'לערנט שוין יא איז עפ"ר אביסל השקפה אבער ווייט צו ווייניג וואס מיינט די ערענסטקייט פון באמת פירן א שטוב מיט א שלום בית, און ח"ו אז מ'ברענגט ארויס די מציאות פון האבן קינדער פון א וועלטליכע שטאנדפונקט. ווען איינער האט א הארץ קאנדישען ל"ע באפעלט די תורה צו גיין צו א דאקטער און נישט זיין א לא תעמוד על דם רעך. השקפה איז זייער א פיינע זאך אבער די עיקר וואס אונזער חינוך פארפעלט איז די פיקוח נפש'דיגע מציאות פון האקן קינדער רעכטס און לינקס לכתחילה און שפעטער לויפען זיכען הילף.

תורה ומדע

דאווענט דריי מאהל א טאג,
איז קובע עיתים לתורה,
היט שבת מיט רגשי קודש,

גערעכט. דאס אפשר קען זיין די איינציגסטע זאך וואס האט מיט "פרומע" חינוך, ווייל צו זיין פרום און ערליך פארלאנגט זיך א פרומע חינוך. אבער אזוי פריער דערמאנט די חינוך העלפט על פי רוב נאר אז מ'זעט עס אין שטוב אויך, אבער אה"נ, צו זיין אן ערליכע יוד דארף מען האבן אן ערליכע יודישע חינוך.

תורה ומדע

מאכט פרנסה בהיתר ובכבוד,

אנטשולדיגס, אבער אזוי ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט, איפכא מיסתברא. וואס? ווען? ווי? בחורים וואס לערנען נישט וואלט מען אויפ'ן פלאץ געדארפט שיקען ארבעטען עד כדי כך אז ס'זאל זיין אן עקסעפטעד נארם אזוי ווי ס'איז אמאל געווען, אז זיי וועלען נאך קובע עתים זיין און זיך פירן ווי ערליכע מענטשען וועט זיין א גרויסע טובה פאר זיי. מי יתן אז דאס זאל זיין איינגעפירט געהעריג און מ'זאל זיך נישט דארפען שעמען דערמיט. אז מ'וועט מחזיר זיין עטרה ליושנה וועט זיין נישט נאר אז דאס נישט "זיצען אין די מוסדות החינוך" וועט זיי נישט שאטן און באגראבען זייער מענטשהייט, נאר דעמאלטס וועלען זיי קענען ברענגען פרנסה בדרך כבוד.

און דאס איז געזאגט געווארן פאר בחורים, וואס טוט זיך אבער מיט דעם שגעון וואס הייסט כולל וואס אונזער חינוך לויפט אויף. דאס איז רצחת גם ירשת פון אונזער לעבן, נישט גענוג אז אונזערע מוסדות געבן אונז נישט א געלעגענהייט צו האבן פרנסה, קומען זיי נאך און שטיצען א גייסט צו דערשטיקען די דורך שניטליכער יונגערמאן יארן נאך די חתונה אויך כידוע, אז ער זאל לעבן נישט בהיתר און נישט בכבוד, ועל כולם אן קיין פרנסה סוף טאג.

תורה ומדע

לערנט מיט זיינע קינדער,

א דאנק פאר די נייע קוואליפיקעשען צו זיין א מלמד אז מ'דארף זיך אויסקענען מיט מייקראסטפט ווארד כדי צו קענען אהיים שיקען די צעטלעך סוף וואך און צירוק ברענגען אז טאטי האט געלערענט מיט מושי.

ייש"כ מוסדות החינוך!...

תורה ומדע

מאכט חתונה קינדער, און גיט זיך אפ מיט זיי נאכהער,

יא יא. נאכדעם וואס מ'האט ארויסגעטראסקעט א דאזען קינדער אויפ'ן גאס בעירום וחוסר כל אן קיין פרנסה בכלל צו קענען שטיין אויף די אייגענע פיס איז מען מזכה די עלטערען צו חתונה מאכן די דאזען פלאס קינדער און זיך אפגעבען מיט זיי נאכהער העלפען צאלן רענט און ווערען באגליקט מיט אנגעשטרענגטע געזונט.

פשיהה! שטעל דיך פאר, אן אונזער מוסדות החינוך סיסטעם וואס פארא טעם וואלט דען געהאט דאס לעבען?...

תורה ומדע

געבט צדקה,
טוט חסד,

ווייטער אמת אז פרומע יודען געבען זייער אסאך צדקה און טוען אסאך חסד. אבער דאס האט אויך מיט דער געזעלשאפט און וואס מ'זעהט צו אינדערהיים. און נאכמער, טוען חסד און געבען צדקה האט גארנישט צו טוהן מיט פערזענליכע מידות און גוטסקייט, מ'קען זיין די זעלבע מינוט אנגעפילט מיט שלעכטסקייט אויך.

אבער ס'איז דאך א גוטע זאך וואס יודען זענען געשאנקען מיט, זיי זענען נתבעים ונותנים און מ'דארף געבען קרעדיט where it's due.

תורה ומדע

ועוד.

whatever that means

תורה ומדע

וועלכער נאך מוסד קאללעדש,יוניווערסיטי, לאו סקול, מעדיקל סקול האט דאס אינזינען?

סך הכל, generally speaking קיינער זאגט נישט אז אונז האבן שוואכע מוסדות החינוך, אבער מיט מענטשהייט האט עס זילטש. די סיבה איז ווייל א מוסד החינוך געט נישט צו צום פערזענליכקייט פונ'ם מענטש בכלל און רוב פון די זאכען וואס די רעכענסט אויס איז פערסאנעליטי טרעיטס נישט קוואליטי פון די מוסד. ר' אהרן טווערסקי זאל נישט זיין קיין איפכא מיסתברא ווייל ער און זיינע ברידערס האבען געמאכט א קעריער און זענען געווארן עדיוקעטעד פון קאלעדזשעס און יונעווערסיטי און זייער פערסאנעלטי קומט נישט פון מוסדות בכלל. ס'קומט פון דערהיים אדער פון זייער היומעניסטיק ערליכקייט, אדער ווי אזוי מ'זאל עס נאר אנרופען. אונזער יודישע חינוך סיסטעם העלפט אונז נישט צו שטארק אויף פערסאנעלעטי אדער פרנסה, ווייל אן עדיוקענשינעל אינסטיטושען העלפט נישט אויף דעם. וואס העלפט יא א יודישע חינוך? אויף יודישקייט און דרך התורה, ענד דעטס אבאוט איט.

קורקלענד » זונטאג יאנואר 7, 2018 2:05 am

· #392898
שבת אחים

די פרייע אידן האבן דאך נאר צוויי דריי קינדער קענען זיי אוועקלייגן געלט פון אלץ קליין קינד פאר א קאלעדזש פאונד. די פרייע אידן אין מאנהעטן האבן געוונטליך נישט קיין חובות פאר קיין קאלעדזש, די עלטער באבע לייגט אוועק ׳מעות קדימה׳ פארדעם נאך פאר זיי זענען געבוירן. די נייע אידישע רוסישע עולים אדער אונז חסידים האבן חובות פאר קאלעדזש ווייל אונזער זיידעס און באבעס האבן נישט געלייגט קיין דגוש פארדעם און נישט געהאט קיין געלט פאר די שטותים.

אונז ליידער האבן נישט די אוועקגעלייגטע קאסע פון די עלטער באבע דעריבער וועלן מיר זיך דארפן אנבארגן, וואס וועט גורם זיין גרויסע צינזן, און קליינע רווחים......... ממילא איז אייער לעזונג נישט קיין קאָנקרעטע פאר אונזער געזעלשאפט.

אישתישבי » זונטאג יאנואר 7, 2018 8:26 pm

· #392951
אייז קריעם

א בעל בתישער מענטש האט היינט א פראבלעם מיט שידוכים. וואס א גרעסערע לא יצלח אלס שענערע שידוכים טיט מען. Again מתוך נסיון.

האסט געטוהן גאר שיינע שידוכים הייסט עס?

תורה ומדע » פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:22 am

· #393783
גוטער פאינט אינעם היינטיגען וואל סטריט דזשורנעל. אויב די סטעיט וויל זיך אריינמישען וועלען זיי מוזען געבען $14000 א קינד. נישט קיין שלעכטער איידיע און סאלושען פאר די טואישען קריזיס.
<a class="postlink" href="https://www.wsj.com/articles/new-yorks-bid-to-control-religious-schools-1516320189">https://www.wsj.com/articles/new-yorks- ... 1516320189</a>

תורה ומדע » פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:49 am

· #393790
<a class="postlink" href="https://www.dentons.com/en/avi-schick">https://www.dentons.com/en/avi-schick</a>
זעהט אויס אן איש מכובד

שמערל » פרייטאג יאנואר 19, 2018 1:10 pm

· #393795
אבי שיק איז א באצאלטער איינגעשטעלטער ביי PEARLS.

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 19, 2018 2:57 pm

· #393805
אישתישבי
דער עיקר ליצנות פין א בריוו פין א ד"ר אז מען ברויך נישט קיין בעסערע ענגליש עדיוקעישן איז מרפסן איגרי און ווייזט אויף חרידישע איגנארענץ. פארוואס?

מה נפשך, איז עדיוקעישן גארנישט, איז וואס ברענגט איר מיר א ראי' פין א ד"ר וואס זיין גאנצע מעלה איז אז ער האט א סעקולארע עדיוקעישן?

ווי אזוי וואלט א לץ געזאגט? מען ברויך מאכען אלע אונזערע קינדער דאקטוירים, ווייל אויב נישט, ווער וועט שרייבען א בריוו פאר אונזערע אייניקלעך אז מען ברויך נישט קיין עדיוקעישן?

איי איי איי, חריידיזים במילואה, מען רעספעקטירט א היימישער ד"ר וואס איז געגאנגען אין קאלעדזש, עד כדי כך, אז ווען ער זאגט אז מען ברויך נישט מאכען אונזערע קינדער דאקטוירים, נעמט מען עס אהן פאר גוט געלט.

הא גופא אז מען האט די העזה צו מאכען פון אונז פאטאש אזוי ווייט, אהן מורא האבען פין אונזער רעספאנס, ווייזט ווי אונטערדריקט אונז זענען פין די יושבי חושך.

דריקט נאך אפאר סמארט קארטלעך, און דער אויבערשטער וועט העלפען, און אראפ נעמען די חרון אף.

אישתישבי: איךבין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר. אמאל קען זיין די עדות'שאפט פון א דאקטער וואס האט עס שוין געמאכט. און ער איז אנגעקומען. און ער זאגט אז ס'פעהלט נישט אויס די הויכע עדיוקעישן פאר הצלחה אין לעבן, דארף מען איהם גלייבן...!

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 19, 2018 3:09 pm

· #393806
שמערל
אבי שיק איז א באצאלטער איינגעשטעלטער ביי PEARLS.

שמערל: וואסי א חילוק...?! ער רעדט צו די זאך. ער זאגט עפעס וואס איז לטובתינו. די הנהלת הישיבות וועללן זיך זיכער צו כאפן דערצו. כ'האב מורא אז זיי וועללן נאך איינגיין אויף א פולל עדיקעישן פאר די חסיד'ישע קינדער און בחורים. דו קענסט מאלטיפללייען וויפיל $1,400 טיימס 150 איז...?! אפילו סאטמאר. ערשט סאטמאר וועללן אריינהייבן פערצן אלפים א יאר לויט די קאפצאל פון די תלמידים ותלמידות. א פאר מנהלים אין אפיס פלאנירן שוין זייערע וואקאציעס און די אייניקלעך'ס חתונות אויף דעם חשבון...!

אישתישבי » פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:19 pm

· #393812
ר' בערל

איך גלייב אים, עס פעלט נישט אויס זיין עדיוקעישן, נעם עס אוועק פין אים, בלייבט א שוטה פין די ערשטער קלאס וואס קיינער הערט נישט אויס זיין אלף בית.

החוקר » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 7:28 pm

· #393817
berlbalaguleh
דו קענסט מאלטיפלליען וויפיל $1,400 טיימס 150 איז...?! אפילו סאטמאר. ערשט סאטמאר וועללן אריינהייבן פערצן אלפים א יאר לויט די קאפצאל פון די תלמידים ותלמידות. א פאר מנהלים אין אפיס פלאנירן שוין זייערע וואקאציעס און די אייניקלעך'ס חתונות אויף דעם חשבון...!

בערל, אין וועלכע שטאט פירסטו אן אוטובוס? ביי דיר אין שטאט איז די קאפצאל אין סאטמאר נאר 10 תלמידים???

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 8:09 pm

· #393823
החוקר: דו ביסט טאקע א חוקר. אבער דו האסט פארזעהן פשוט פשט. דא רעדט מען פון צוויי אנדערע ישיבות. איך האב אנגעכאפט א קליינע ישיבה פון 150 תלמידים. וואס אפילו ביי זיי איז $1,400 פאר א יעדן תלמיד א סכום הגון. און כש"כ סאטמאר. זיי מדייק. איך האב געזאגט לויט די קאפצאל פון זייערע תלמידים ותלמידות. די ערשטע נאמבער גייט נישט ארויף אויף זיי. ווי גייט נאר דער אויסדרוק אין די גמ'..."אגף חורפיה משבשתא"...!

איך האף אז דיינע איבריגע חקירות סיי אין די גמרא און סיי סייענס אדער עקאנאמיע זענען מער גרונטליך...ואיתך הסליחה...!

תורה ומדע » זונטאג יאנואר 21, 2018 10:06 am

· #393864
berlbalaguleh
שמערל
אבי שיק איז א באצאלטער איינגעשטעלטער ביי PEARLS.

שמערל: וואסי א חילוק...?! ער רעדט צו די זאך. ער זאגט עפעס וואס איז לטובתינו. די הנהלת הישיבות וועללן זיך זיכער צו כאפן דערצו. כ'האב מורא אז זיי וועללן נאך איינגיין אויף א פולל עדיקעישן פאר די חסיד'ישע קינדער און בחורים. דו קענסט מאלטיפללייען וויפיל $1,400 טיימס 150 איז...?! אפילו סאטמאר. ערשט סאטמאר וועללן אריינהייבן פערצן אלפים א יאר לויט די קאפצאל פון די תלמידים ותלמידות. א פאר מנהלים אין אפיס פלאנירן שוין זייערע וואקאציעס און די אייניקלעך'ס חתונות אויף דעם חשבון...!

ער זאגט 14,000 ניט 1,400…

תורה ומדע » זונטאג יאנואר 21, 2018 12:00 pm

· #393882
נו, א״כ אפשר פיילט מען א קלעסס עקשן לאוסוט צו ריקאופען די 14 אלפים פון נ״י סטעיט פאר יעדען קינד אין פרייוועט סקול, וכך יהרגו שני עופות באבן אחת. נפתלי מאסטער יסתתמו טענותיו וליהודים היתה אורה. מען וועט ענדליך האבען א סאלושען צום טואישן קריזיס און פרנסה קריזיס.

תורה ומדע » זונטאג יאנואר 21, 2018 12:07 pm

· #393884
[ציטאט אראפגענומען]

אוודאי נישט. מאסטער איז כוונתו להזיק.
אבער למעשה טענ׳ט ר׳ אבי שיק גוט אז עס קומט די ישיבות אסאך מער געלדט, לכה״פ 14000 דאללער א יאהר. אויב מען קען דאס אויף ווייזען אין קארט, קען דאס זיין א ישועה גדולה. ויבוא הישועה מ״מ.

תורה ומדע » זונטאג יאנואר 21, 2018 12:12 pm

· #393885
$14000.00 פער קינד. דאס איז פאר א יעדע קלאססרום פון דרייסיג תשב״ר א טאטאלל 420,000$. עס וועלען אויפשפרונגען נייע ת״ת און מיידל סקולס ווי די שוועמלן.

שבת אחים » זונטאג יאנואר 21, 2018 12:34 pm

· #393886
תורה ומדע
[ציטאט אראפגענומען]

אוודאי נישט. מאסטער איז כוונתו להזיק.
אבער למעשה טענ׳ט ר׳ אבי שיק גוט אז עס קומט די ישיבות אסאך מער געלדט, לכה״פ 14000 דאללער א יאהר. אויב מען קען דאס אויף ווייזען אין קארט, קען דאס זיין א ישועה גדולה. ויבוא הישועה מ״מ.

תורה ומדע
נו, א״כ אפשר פיילט מען א קלעסס עקשן לאוסוט צו ריקאופען די 14 אלפים פון נ״י סטעיט פאר יעדען קינד אין פרייוועט סקול, וכך יהרגו שני עופות באבן אחת. נפתלי מאסטער יסתתמו טענותיו וליהודים היתה אורה. מען וועט ענדליך האבען א סאלושען צום טואישן קריזיס און פרנסה קריזיס.

Maybe I'm missing something
איך וויל פשוט פארשטיין וואספארא ישועה גדולה גייט עס זיין אז די מוסדות וואס האלטן נישט ביים געבן קיין נארמאלע עדזשיוקעישאן גייען האבן מעהר געלט?

געלט איז די פראבלעם אדער די lack of education?

אז זיי גייען האבן מעהר געלט גייט זיין וואס פונקטליך? ליהודים היתה אורה???

תורה ומדע » זונטאג יאנואר 21, 2018 12:47 pm

· #393888
אויב די סטעיט איז מכיר אין די סעקולארער עדוקעשנעל צרכים פונעם חרדישע געזעלשאפט, און איז מסכים אי צובאצאהלען פאר דעם רבי געלדט וואס דאס איז מינימום דער טשערטערסקול פרייז פון 14 אלפים דאללער א יאהר פער קינד, און וועט אויך צו צושטעלען אדווייזערס און אויפזעערס, אזוי ווי מר שיק שרייבט אינעם וואל סטריט דשורנאל, וועלען עלטערן אויף שטעלען אייגענע סקולס בהדרכת ובהתייעצות מעסיגע רבנים און אדמורים, און די מוסדות וועלען צושטעלען א נארמאלע, באלאנסירטען חינוך. והכל על מקומו יבוא בשלום. פרנסה וועט זיין גרינגער. מלמדים וועלען קענען לעבען גלאט כשר מיט א פענסיע. עלטערן וועלען קענען מקיים זיין ״ולערב אל תנח״ מיט א רוהיגקייט. ישיבות וועלען ניט גנבנען. ועל כולם, דער נעקסטער דור וועט קענען גיכער זיך מפרנס זיין בכבוד ובהיתר.
בלאט: 1 2