☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן

נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12042
בלאט: 1 2

ימים ידברו » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 11:44 am

· #392209
נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
איינער האט מיר געזאגט אז ס'דא א רעדיו שאו וואס ווערט געפירט דורך איינער הרב דוד ליכטענשטיין איך ווייס נישט ווער דאס איז, וואס פירט א דעבאטע צו הרב שטיינאמן האט יא געשטיצט נחל חרדי צו נישט, ער ברענגט די בריעף צו הרב דן סעגאל אז נחל חרדי איז נאר פאר חייבי כריתות ולעומת זה ברענגט ער עדות נאמנות וואס ווייסען אז ראי"ל שטיינמאן האט געשיקט אפי' נישט חייבי כריתות, און די אשכול איז די פלאטץ צו ברענגען ראיות יא צו ניין, נישט אריינגיין צו הרב שטיינמאן איז א גדול אדער נישט, נאר די פאקט האט ער געהאלטן אז שוואכע בחורים זאלן גיין צו די מילטער יא צו ניין, יעדער איז מכובד אריינצוקימען און זאגען וואס ער ווייסט, נישט וואס ער שפעקלירט,
דערנאך איז א נייע דעבאטע אויב לויט איינעם'ס אפמאך איז כך וכך און איינער האלט נישט ווי יר וואס מעג מען טוען,

גאנצל » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:08 pm

· #392210
איך האף אז דער פותח האשכול וועט נישט ברוגז זיין ווען איך גיי צולייגן צוויי קשיות

1) ואם תמצי לומר אז ער האט געהאלטן אז חייבי כריתות דארפן גיין אין מיליטער איז דאס געווען א שיטה יחידאה וואס ער האט ארויפגעצוואונגען אויף אנדערע אדער אלע האבן אנגענומען ווי אים ווי יעדע אנדערע ענין

2) דער אפאזישען פירער הרב שמואל אויערבאך איז דעמאלט געשטאנען מיט הרב שטיינמאן אדער איז ער דעמאלט אויך געווען אקעגן אים

ימים ידברו » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:14 pm

· #392211
גאנצעל! די גייסט שוין צו ווייט , יעצט איז דא אפען טיש איין זאך די מיינוג פון הרב שטיינמאן ווער עס מעג זיין א חלק פון די ארמעי! עס איז דא א סתירה און איך וויל דער ציבור זאל זעהן די פאקטען און אליינ'ס דן זיין, ווייטער דערנאך איז די דיבאטע את"ל ער האט יא געהאלטען פון א שוואכע בחור און ארמעי, און א אנדערע ת"ח האלט נישט אזוי, וויפול און וואס מעג מען זאגען האלטען איינער לגבי די צווייטער,

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:15 pm

· #392212
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
מ׳האט שוין אנגעהויבען מיט שקר. אין דער בריוו שטייט נישט אז עס איז פאר חייבי כריתות. און מיין נישט אז מ׳האט סתם נישט מדקדק געווען, דער פותח האשכול, המלומד בשקרים, האט בכוונה פארדרייט די בריוו, במילתא דעבידא לאיגלויי.

לאמיר זע׳ען צו ער וועט מודה זיין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:20 pm

· #392214
סדא צוויי בריעפען איינס צו הרב דן סעגאל און איינס צו הרב שטערנבוך ביטע ברענג עס אהער... וירא הקהל וישפוט....

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:24 pm

· #392215
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
שוין די ערשטע הודאה. נישט אין די בריוו צו ר׳ דן, נאר צו הרב שטרנבוך. לויט די געדרוקטע הספד איז דאס נאך א קלענערע מקור צו דיר.

עכ"פ דו האסט עפעס געזאגט. אדער זיי מודה, אדער זיי מפרנס. איך געדענק אז אין אנדערע אשכולות האבען אזעלכע ultimatums דיר צום סוף פארשוויגען, בבחינת שתיקה כהודאה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:41 pm

· #392216
דא האט איהר די בריווען.

איך ברענג זיי אראפ פאר די וואס וועלען זיך נישט באמיען, לראות למי החותמת ולמי הפתילים.
📎 מכתב הרב שטיינמן להרב דן.jpg

📎 מכתב הרב שטיינמן להרב שטרנבוך.jpg

גאנצל » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:46 pm

· #392217
ימים ידברו
גאנצעל! די גייסט שוין צו ווייט , יעצט איז דא אפען טיש איין זאך די מיינוג פון הרב שטיינמאן ווער עס מעג זיין א חלק פון די ארמעי! עס איז דא א סתירה און איך וויל דער ציבור זאל זעהן די פאקטען און אליינ'ס דן זיין, ווייטער דערנאך איז די דיבאטע את"ל ער האט יא געהאלטען פון א שוואכע בחור און ארמעי, און א אנדערע ת"ח האלט נישט אזוי, וויפול און וואס מעג מען זאגען האלטען איינער לגבי די צווייטער,


געאנטווארט נארמאל נקבל

ימים ידברו » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:19 pm

· #392223
ליטוואק פון הודו נאנא די קענסט לשון הקודש אדער זשארגאן? קיק איבער די בקבריעף און זאג מיר צו עס איז ליגענט וואס גייט דא פאר בין איך און מארס? שרייבט ער נישט פאר חייבי כריתות אין די בריעף צו הר"ד סגל? וואס איז מיט דיר? מקען מיט דיר פארהאנדלען בכלל?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:30 pm

· #392224
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
שאין לנו כח למונעו

ישאלו לגדולי ישראל

ווען האט ער געזאגט אז עס איז פאר זיי? נאר אזוי האסטו געבויט דיין שקר, מיט א קליינע שינוי דא און דארט, כאילו די שאלה איז נאר פאר וויפיהל האט ער מתיר געווען, בשעה שלא התיר מעולם.

ער האט קיינמאל נישט מתיר געווען, אוו זיכער נישט געמאכט קיין נחל, נאר די מלומדי שקרים אין מיטל מזרח האבען איינגערעדט די ציבור אין אמעריקא, ומכאן יקיש לשאר הבליהם.

וכאן המקום להעיר. עס האט געגרינדעט א וועדה ציבורית להצלת הציבור החרדי מהתבוללות ומסלולי הגיוס בארה"ב, פון א גרופע גרושים און עלטערע בחורים, און זיי האבען פארפלייצט די געסער יום ולילה מיט צעטליך קעגען נחל וכדו׳. זיי האבען געמאכט הפגנות, מיט רשות און אן, מיט די עדה חרדית און אן זיי. זיי האבען כלומרש׳ט זיך געשלאגען מיט דער נחל. בימי בחרותי, בין איך געווען ביי א הפגנה אין זופניק, און הרב דן האט געוואלט פארליינען די אויבענדערמאנטע בריוו. די ליידאקעס האבען איהם נישט געלאזט. נמצא אז לצורך די מערכה קעגען הרב שטיינמן, זענען זיי געווען גרייט צוגרונט לייגען די מערכה אויף נחל. דאס איז א דבר פשוט אז ווען זיי וואלטען מפרסם געווען די בריוו השכם והערב, וואלט עס געראטעוועט פיהל מער בחורים פון נחל, ווי אלע קנאישע בריווען וואס זיי האבען יא פארשפרייט. נאר כאמור, נחל איז זיי נישט אנגעגאנגען, זאל יעדער גייען אין מיליטער, אבי זיי זאלען טשעפערען הרב שטיינמן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:33 pm

· #392225
נאכאמאל אין די בריעף זאגט ער פאר הר"ד סגל אז ער איז זייער קעגען מילטער, ווען עס האנדעלט זיך א בחור א בן תורה ויר"ש, די מדובר איז נאר בנוגע מחללי שבתות און חייבי כריתות,,, קלאר אזוי שרייבט ער פאר הרב סגל, און ער זאגט געווענדליך דרייט ער זיך ארויס פון די גאנצע שאלה און ער איז נישט מקושר מיט די מייסדי הנחל ונצח יהודה וכו' וכו', זייער א שטארקע בריעף ווי עס פאסט פאר א גדול בישראל...ארויס צו קימען קעגין מילטער מיט וועליכע נאמען נאר...
די קשיא איז ביי הרב ליכטענשטיין אויף זיין פראגראם רעדט ער בפירוש מיט די מנהל פון נצח יהודא יוחנן דנציגער הייסט ער און ער זאגט צוויי זאכען אנדערשט,
א' אז נצח יהודה איז נאר פאר בני תורה ויראת שמים,
ב' אז זיי האבען געקריגען די גרעסטע חיזוק ועידוד פון הגראי"ל שטיינמאן,
איז דא צוויי ברירות
אדער איז דנציגער א פאלנער שקרן אדער די בריעף שקר, מיין קשיא איז צו ליטוואק טייערער תלמיד אני וללמוד אני צריך מה הי דעתו הגדולה של הגראי"ל זצוקללה"ה והאיך יתקיימו שניים נאר די פאקטען, איז ער געווען מחזק נצח יהודא, פאר די עלעמענט וואס דנציגער זאגט, אדער נישט?
ליכטענשטיין אויף זיין פראגראם נעמט אן מיט א פעסטקייט אז הרב שטיינמאן איז געווען בראש פון נחל חרדי, הרב שטיינמאן מיט באי ביתו לייקענען פרעג איך ליטוואק פון בודאפעסט? וואס איז אמת? איך זאג דאך שקר און איך בין פארשוויגען געווארן פון דיפף און טראלל, און איך קען מיך נישט עפנען די מויל מיט די הענט, סימפיל קוועשאן אמת אדער שקר ביטע.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:35 pm

· #392226
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
ביז ווילאנג דו ביסט נישט מודה אויף דיין שקר, וועט מען זאגען אז אלו ואלו אומרים אז ימים ידברו איז א שקרן. נישט ׳דער מדובר איז׳, נאר אויף דעם זאגט ער ׳אין לנו כח למונעו׳, און ער שטיצט עס נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:37 pm

· #392227
טייערע באליבטע ליטוואק, איך גיי אויס פאר דיין אמת, ואני וביתי שקרנים דורות, איך הער צו הרב דוד ליכטענשטיין ביטע נעם א פאר מיניט הער אים אויס, און טענה דיך מיט אים, ער זאגט און אזוי איז מאשר יוחנן דנציגער אז הרב שטיינמאן האט געגעבען פאר זיי עידוד וחיזוק אויף די העכסטע גראד, איך וויל גלייבען די בריעף שכוח פאר ברענגען א הער, אבער וואס טוט מען דא שרייב נישט איך בין דער שקרן, אמת איך זאג שקר וואס איך הער פון יוחנן דנציגער,

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:45 pm

· #392228
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
און נאכאלס נישט. שרייב אין דיין ווערטער וואס דער בריוו זאגט, צו עס זאגט סיי וועלכע היתר. ברענג די צוויי צדדים דיינער בדקדוק און מיט אמת. הער אויף דרייען א קאפ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:57 pm

· #392229
ס'איז מיר א בישה זיך צו בעטען ביי דיר, איך פרעג א סימפעל קשיא, איך זעה א סתירה איך גלייב און איך וויל גלייבען אז מורינו הגאון הצדיק יחיד הדור ואין בדומה לו רב הדומה למלאך א' צבאות קדוש ישראל זקן הרבנים רבי ארי' לייב שטיינמאן זי"ע, איז געווען אמת ותורתו אמת וכל דבריו כאש גחלת, אבער עס איז דא א סתירה ער שרייבט זייער קלאר קעגין נחל חרדי וכל חניכא דאית להו, און זיינע באי ביתו זענען מעיד שמים וארץ אז ער איז געווען זייער דערקעגין און ער האט נישט געהאט קיין שום שייכות צו מילטער וכו' וכו'
ויעקלא כהן ודעמי' בדאי הוא שקרנים ווילען נאר אינטעררייסען גדול הדור ימח שמם...
אבער עס איז קאומיש, אז די פירער פון נצח יהודא זאגען אז הרב שטיינמאן האט זיי געשיקט בחורים, וואס לשיטתם זענען בני תורה ויראה, פרעגט אני הקטון השקרן, הטראל, הדיפף, וואס ווערט שטיל ווען ליטוואק מיט בערל און גאנצעל ענטפרין מעכטיג גיט קליג שיין שטארק,
פרעג איך נישט מער האמת אם מי? קען איך באקימען א ענטפיר פאר איך ווער שטיל?

גאנצל » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 2:13 pm

· #392230
פון די אויבנדערמאנטע בריוו זעיט זיך קלאר אז הרב שטיינמאן איז נישט געשטאנען מיט נחל חרידי און אוודאי נישט מייסד געווען

יעצט וואס איז די אנדערע צד הרב ימים ?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 2:15 pm

· #392231
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
היכי לידייני להאי מילתא, וויאזוי לייזט מען אזא שאלה. לאמיר קוקען אויף די עדות.
מצד אחד, האט מען א געחתמ׳טע בריוו זיינער.
מצד שני האט מען א מענטש וואס זאגט אז ער האט באקומען שטיצע פון איהם.

קען מען ערשט טראכטען, וואס מיינט שטיצע? וואס טייטשט דער מנהל פון נחל אלס די ווארט שטיצע?

און וואס איז זיין נאמנות בכלל? ווען מיר וואלטען געהאנדעלט זיין מיינונג, איז ער מער באגלויבט. אבער ווי זאל א צווייטע זיין באגלויבט אויף זיין מיינונג מער ווי איהם אליינס? און דאס איז איידער מ׳טראכט אריין אז דאס איז דאך זיין פרנסה, איז דען א בעקער באגלויבט אן א הכשר? וואס איז ער אנדערש?

נאר אפילו אן די בריוו. געוויסט מענטשען, ואין אני בתוכם, וואלטען געטוהן פונקט ווי הרב שטיינמן הייסט. ווען ער הייסט שפרינג, שפרינגען זיי. די חברה זענען נאר אינטרעסירט אין זיין מיינונג. אנדערע פאלגען נאר ווען עס געפעלט זיי. ווער איז מער אינטרעסירט צו וויסען זיין מיינונג אויפ׳ן אמת? דער צווייטע וואס צו איהם מאכט עס א קלענערע נ"מ? אדער דער ערשטע וואס ער וויל נאר זיין מיינונג?

לכאורה איז ליכטנשטיין בכלל נישט קיין מ"ד, און דנציגר גאנץ ווייניג. בשעה אז לווינשטיין, וואס האט נאר געדינט זיין רבי, און אויף גארנישט געקוקט, בבחינת מרדכי חנה פוקס ביים אהבת ישראל. איך מיין אז זיין עדות (נישט זיין שיקול הדעת) איז די מערסטע נייטיג פאר דער וואס וויל וויסען דער אמת. אנדערע קענען נאר זאגען השערות, אבער באגלויבט זענען זיי נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 3:14 pm

· #392234
שכוח פאר ענטפירן, די זאגסט בערך, אז מ'מוז אננעמען די בריעף, נישט די עדיות פון ראש נצח יהודא וואס זאגט אז ער פערזענדליך האט גרעדט מיט מרן,
איך האב הנאה, איך שעץ דיין דעה, איך וויל אויכעט אזוי עס זאל זיין, אבער... האיך החי יכול להכחיש החי?
מ'מוז הערען פון אנדערע וואס זיי ווייסען בהענין וואס זיי האלטען, ווייל ס'איז קלאר א תקופה פון בערך צוואנציג יאר די נחל חרדי עפאכע, נ" ו בערך ביז ע"ו ,
ס'איז דא מסתמא נאך פיל צענדליגער עדות, אין דער זאך, אדרבה ניתי ספר.. לאז יעדער ברענגען וואס ער ווייסט,
דעיס אז יעקלע כהן האט גדרשנט, אדער צימערמאן האט געשריגען, און א אנדערע משיגענער האט געלייגט פאשקווילען און געווארפען שטיינער, איז נישט קיין ראי' הגם דוד ליכטענשטיין נעמט עס יא אן אלץ א ראי', דאס איז טאקע א קשיא אויף אים...
אבער עפעס א טעות גייט דא ארום , מענטשען נעמען עס פון ערגעץ, אויף הרב טובי' ווייס איז קיינער נישט חושד ער האט געשטיצט נחל.. הלוא דבר הוא.
עס איז דא סתירה 'דיגע שפראך וואס מען דארף פורש זיין השמלה און זעהן למי החותמת ולמי הפסילים, וואס האט ער געהאלטען, באמת ברבים וביחיד,
וואס יעדער ווייסט ער האט געהאלטען אז מטאר ניש מאכען אלימות קעגין די ממשלה, מהומות מחאות, נאר איין איינציג מאל ווען מען האט צו גענימען די תקציבים האט ער נאר געלאזט א תםלה ברבים, דעיס זאגט יא אז זיין גישה איז געווען אז מען דארף דורש זיין בשלומו של מלכות, מנוגד צו פיל אנדערע גדולי אגודה מילד געזאגט ואוס האבען אויף כמה בבות געהאלטען אז מדארף ארויסגיין בחרב וחנית,
עס איז דא א רב אין מאנסי הרב יוסף זלמן בלאך וואס האלט עראיז געווען א מסית ומדיח, איך ווייס נישט צו ער איז א בר פלוגתא מיט הרב שטיינמאן בכלל, ער איז דער פאסיגער מענטש צו זאגען א דעה, פארט זאגט ער אזוי, וויל איך וויסען בשל מה פארוואס האלט ער אזוי, א וודאי נישט וועגען גיין צו בחירות אדער נעמען געלט, ווייל זיין רבי הרב שך איז נישט געווען אנדערשט בענין בחירות וגעלט, וואס האט אים באוויגען צו זאגען וואס ער האט געזאגט, כהאב גהערט אז הרב ראזענבלום זצ"ל וואס איז געווען א גרויסער מעריץ פון הרב שטיינמאן האט געזאגט אז הרב בלאך מיינט לשם שמים, סוי וואס טוט זיך דא?

גאנצל » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 3:19 pm

· #392235
סאו דיין שאלה איז פארוואס מ'זאגט דאס אויף אים ?

אבער דאס איז זיכער אז פון די בריוו איז דא א שטארקע צד צו זאגן אז די אלע ווייסן נישט וואס זיי רעדן

איך מיין אז ווי לאנג דו האסט נישט קיין בריוו פארקערט אדער א ריקארדינג פון שטיינמאן פארקערט איז דערווייל קלאר אז הרב שטיינמאן האט נישט מייסד געווען נחל חרידי

בין איך גערעכט אדער נישט ?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 4:43 pm

· #392237
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
מ׳זעט דער אויפריכטיגקייט פון דער ימים נאכאמאל. מ׳איז געאגנגען לתפלת רבים צוליעב תקציבים? די פרעכע ליגענט פון פיליפ מעגסטו לאזען ביי פיליפ אין מחילה (אויף די קליינע צד אז דו ביסט נישט פיליפ).

אנדערע ׳רבנים׳ פון דער אגודה, מסתמא אן נעמען, ׳האלטען׳ אז מ׳דארף ארויסגייען מיט לאזונגען (דמתקרי ׳חרב וחנית׳), אבער הרב שטיינמן האט זיך געדינגען. דאס קומט פון שאולזוהן?

עס איז דא א חינוך וואס זאגט אז וואס ווייניגער קאמפליצירט אלס בעסער. און ווען די מציאות איז קאמפליצירט, קוקט מען נאר אויף איין פשוט׳ען פרט, און עס איז שוין נישט קאמפליצירט. דאס מעגליכקייט פון אויסמישען א געזעצליכע הפגנה, וואס איז אפיציעל געווידמעט צו ווייזען די רעגירונג אז דאס איז נישט עפעס א קליינעם שטיבעל ערגעץ, נאר א ריזיגע ציבור וואס האלט אז קרימינאלע סאנקציעס קעגען לימוד התורה איז א מלחמה קעגען זיי פערזענליך (און לדעתי מער א פורקן עצבים כדי מ׳זאל נישט חרב וחנית׳ן), מיט א פראוו צו פארדרייען די קאפ פון גענוג בירגער פון מדינת ישראל אזש זיי וועלען זיך בייגען, קען מען נישט באשולדיגען די חינוך. דאס איז שקרנים לשמם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 10:53 pm

· #392254
איך בין זיכער אז הלכה כמותו צו יא צו ניין, איך בין זייער מסופק ווייל עס איז דא למעשה א כתב יד פון אים אז ניין, און פון אלע זייטען איז דא עדיות אויף יא, און אויב יא איי אים וויט הים, עס זעהט נאר אויס ווי מען באהאלט, דאס וויל איך קלאר מברר זיין, אדער קען זיין אז ווי אזוי האט דער קלויזענבורגע רב געזאגט בין איך דען א בהמה היינט עס איך זיפ און מארגען פלייש איך מיז עפעס עסען יעדע טאג שטרוי. עס קען זיין אז בדרך כלל האט ער געהאלטען דערקעגין און מזמן לזמן האט ער ארויסגעוויזען א קירבות פאר די מייסדי הנחל ווייל ער האט געהאלטען אז סדא א צד אויף יא, סקימט אים גארנישט, סנאר די מציאות הדברים, וואס איז בערפל,
אבער דיר ליטוואק טייערער וואס בייסט די אזוי? וואס ביסטו נישט במנוחה דא? וואס שטערט דיך? , ווי אזוי האט א בעלזא חסיד געזאגט ווען מיין רבי הייסט קישען די צלם פאלג איך, וואס ביסטו נישט ראויג? ענטפער מיר מיין טייערע ליטוואק!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 5:03 am

· #392263
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
דיין נאכאנאנדיגע שקרים זענען נישט נאר דיינס, נאר זיי גייען אריין אין מענטשענ׳ס געוויסען. עס איז נישט דא פילע עדות׳ן, נאר פיהל מענטשען וואס זענען מפרסם זייערע מיינונג. קיינער קען נישט נאכזאגען קיין ווארט וואס ער האט געזאגט פון שטיצע.

עס זעט אויס ווי איינער נעמט ארויס א ספר המצוות, און ער זאגט אויף יענעם אז ער האט עובר געווען יעדער ל"ת. זאגט דער צווייטע להד"ם. זאגט דער ערשטע "קומסט דא פארענטפערען יעדער זאך", כאילו ווען מ׳קומט מיט אזויפיהל תירוצים, מוז זיין עפעס נישט אין דער ארדנונג.

און דאס איז די כוונה פון די שקרני הדור, צו מאכען אזא מצב כאילו עס איז תירוצים, בשעה אז עס האט נישט קיין קורטוב אמת, גארנישט. עס איז נישט דא קיין קשיא אז מ׳זאל דארפען זוכען א תירוץ. און ווילאנג דו ברענגסט נישט קיין עדות, איז עס ניטאמאל קיין נושא צו רעדען. נישט די איינדרוק וואס ליכטנשטיין האט, נישט ׳שטיצע׳ צו אנדערע ווערטלאזע דמיונות, נאר אן עדות פון א פאזיטיווע זאך וואס הרב שטיינמן האט געזאגט אויף דער נחל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 10:39 am

· #392370
ביי די שיעור פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א עשרה בטבת זאגט ער א זייער מערקווירדיגע טענה, אז די פאשקווילען האבען געשריבען צוואנציג יאר שקר און דערנאך שרייבען זיי נאך די פרייע צייטונגען, און יעצט שרייען די פאשקווילען שרייבער , קיקט וואס אפי' די פרייע זאגען אז ער איז פאר צבא און אקדעמיע, די טענה איז זייער שטארק, אבער זייער אינטערסאנט, האלט הרב מנשה רייזמאן טאקע אז די הארץ מיט די מעריב האבען נאכגעשריבען פלעין יצחק ווייס מיט יעקלע כהן? זענען זיי אזוי משיגע, אזוי ווייניג פארלעסליך יכול להיות? ממילא ווען זיי שרייבען נאך גאנצעל מיט ליטוואק מיט בערל ראש הקהל ענטשולדיגט בעל העגלה, פארשטיי איך זיי זענען קליג און געריבען זענען אייביג אויף די ריכטיגע דעה קיינמאל נישט קיין טעות, צום זאך ווי מעזאגט, אבער פרייע שרייבער קויפען לאקשען פון אפגעריסנע סיקריקם? אויב יא דאן בלייב איך שוין א סיקריק! זיי הערען און גלייבען אונז!
דוד ליכוטענשטיין מיט דנציגער זענען סטארי מעיקרעס, זיי ווילען איינרעדען די זעלבע ווי די סיקריקים, אבער ליטוואק מיט בערל געבילדטע קליגע מעכטיגע קעף וואס זיי קען מען נישט איינ נערן זיי ווויסען און שמעקען פונקטליך אשרינו ומה טוב חלקינו

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 11:20 am

· #392373
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
ביסט הונדרעט פערצענט גערעכט. א מענטש איז נישט באגלויבט אויף זיך, עדים זענען נישט באגלויבט, ראיות אויך נישט. די איינציגסטע באגלויבטע זאך איז די פרייע פרעסע. נאר זיי פארשען א זאך אן נגיעות, נאר זיי פארשטייען ווי צו דערגייען די אמת און נאר זיי זוכען בלויז די ריינע אמת. אמת איז זייער הויפט ווירדע, און ווי דער אמת נעמט זיי, גייען זיי במסירות נפש. מ׳עט טאקע אז די אלע פרייע לעבען נישט קיין שוואוילטאג, זיי עסען ווייניג און לעבען בדחקות, אלס גיבען זיי אוועק פאר דער אמת. אלע אנדערע זאגען ליגענט און זענען נישט אינטרעסירט אין דער אמת. פרומע עסען אלס וואס זיי זע׳ען און לעבען א לעבען פון זיך, נישט פון אמת. און די קנאים האבען דאס אפגעלערנט פון די פרייע טאקע.

דאס איז טאקע א לשיטתיה, ווייל די קנאישע גלויבונג איז טאקע געבויט אויף די פרייע גלויבונג און לייטער פון ווירדען. דער ענין אז מאכט מאכט רעכט, דער ענין אז די ציל פארהייליגט די מיטלען, דער ענין פון דערשטיקען מענטשליכע און תורה׳דיגע געפיהלען פאר דער שיטה"ק, זיי זענען אלע פון די יסודות וויאזוי מ׳האט געגרינדעט די מדינה. זייער תלמידים פון די קנאישע לאגער האבען זיך פיין אפגעלערנט.

מ׳זעט טאקע נאך א יסוד. ביים גרינדונג פון די מדינה, האט זיך געפארעמט צוויי לאגערס ביי די פרומע. רוב פון די פרומע האבען מחליט געווען אז מ׳מוז זיך שלאגען מיט זיי און זייער איינפלוס אויף די פרומע אידען. מ׳דארף זארגען זיי אפצושטעלען מיט זייער אנטי תורה געזעצען און ראטעווען דער געלעגענהייט צו זיין א פרומע איד אין א"י. א קליין הייפעלע קניען האבען געזאגט אז זיי בלייבען אינדערויסען. זיי וועלען לאזען די פרייע טוהן וואס זיי ווילען, זיי וועלען זיך גארנישט באמיען זיי אפצושטעלען. זיי האבען נישט געשיקט קיין שתדלנים, נישט זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה, און קיין שום געזעץ האבען זיי נישט אפגעווארפען. זיי האבען זיך באנוצט מיט די ארבעט פון די ערשטע גרופע, און זיך געשפילט ווא"ר געימ"ס, אבער קיין ציפ נישט געטוהן צו די פרייע פירערשאפט. און צוליעב דער זיך נישט שלאגען מיט זיי, זענען זיי מושפע געווארען פון זיי. יעצט האבען זיי טאקע ענדליכע ווירדען און טראכטסגאנגען, די קנאים מיט די פרייע. נאר די וואס האבען זיך געשלאגען מיט זיי פון די ערשטע מינוט, דורך גייען אין בחירות און שיקען פרומע אהין, און דורך טוישען געזעצען פון אינעווייניג, זיי זענען באשיצט פון די סארט השפעות, אמת׳ער ברכיים אשר לא כרעו לבעל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 12:20 pm

· #392374
ענטשולדיג מר ימים דו האסט געבעטן יעדער זאל ברענגען ראיות האט מען דיר געברענגט א בריוו וואס פארשטארקט צד א

האסט א בריוו אדער א רעקארדינג פון הרב שטיינמאן פארקערט יא אדער ניין ?

אלעס איבריגס איז נישט רעלעוואנט

ימים ידברו » פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 1:27 pm

· #392379
שכוח ליטוואק און גאנצעל פאר זיך אראפלאזען און ענטפערען, די סך הכל איז פון איירע תירוץ מיר ווילען נאר וויסען פון איין זאך סהאט גארנישט מיט הרב שטיינמאן ווייל עס איז דא א כתב יד קדשו! אמת דאס שטייט און זיין כתב יד פאר הר"ד סגל און אזוי האט בני ביתו געזאגט פאר הר"א לייטנער ז"ל און אזוי שרייבט נאמן ביתו פאר הר"מ שטרנבוך שליט"א
און עס איז אמת די פרייע זענען נישט נאמן, ממילא אראף מיט די שרייבעריי פון די פרייע צייטנגען!, אמת להבדיל אלף הבדלות די סיקריקים זענען נישט נאמן ווייל זיי זיכען צו פאבריצערען מעשיות, אמת ויציב! זיי זענען שקרנים בעלי דמיון ובעלי לשון הרע ורכילות על צדיק עתק בגאוה ובבוז!
וטואס טוט זיך מיט דוד ליכטענשטיין ער איז פריי ? ניין ער איז א סיקריק ניין אבער ער איז נישט באגלייבט פרעג ליטוואק פארוואס, ווייטער הגאון הרב דנציגער שליט"א א תלמיד פון בית מדרש גבוהה און ראש ישיבה און נצח יהודה, וואס ער פארציילט בדידי הווי עובדא אינו נאמן פרעג ליטוואק פארוואס. איך קען נישט ליכטענשטיין איך קען ניטש דאנציגער, אבער איך האב גהערט זייער מדובר, און עס זעהט אויס אמת, עס זעהט נישט אויס אז זיי זענען ארבטער פאר די פרייע אדער פאר די סיקריקים,
סוי דא איז די מציאות אזוי
שטייט א איד ווי הרב בנימין ראבנאוויטש ז"ל און זאגט מ'דארף אינזינען האבען הרב שטיינמאן ביי ותשפילם ווייל ער האט אריינגברענגט די נחל חרדי, ער איז א פאלנע סיקריק
שטייט א איד ווי הרב שמואל אורבאך א ליטוואק פון זיין חדר און שרייט אז דא פארט מען לינק נישט ווי מיר האבען מקבל געווען פון הרב שך ער זיכט כבוד מסתמא, ער וויל זיין דער מרן,
יא ס'דא נתי גראסמאן ממש א שם רשעים ירקב, איי האסט געליינט און געגלייבט כל המוצא מפיו עד היום,,,,? תיקו!
קומט א מאדערנע דוד ליכטענשטיין ווייטער א שקרן מיט דנציגער פרעג ליטוואק פארוואס, און גאנצעל פארוואס מקען נאר אננעמען די כתב יד במקום שיש בני חי וואס שרייען אז יא ער האט דאס געשטיצט בפירוש! און נישט פאר חייבי כריתות נאר פאר חרדים ממש אזוי זאגט דנציגער, אזא שקרן
און טאמער איך אלץ אינסיענד ביישויער פרעגט איינמאןל און נאכאמאל מוז זיין איך בין אויף פעיראל ביי אורבאך דעטס די וועי,
שטייט א איד ווי ר"י חיים בערלין הרב אהרן שכטער און זאגט עס טויג נישט , מסתמא גלייבט ער דער איד וואס רייסט אראף יעדע זאך פון דארט, וואס דען? איז די תירוץ
מיט אלע ראשי ישבות הרב וואכטפויגעל מיט קוטלער אלעס אומפארגינער פאר די פארטיי פון דגל התורה האמיתי, באמת ווילען זיי ווערען אליינס די מרן'ס נאר על כל פנים גם לך וגם לי לא יהי'
איך בין מחיוב צו גלייבען נאר איין קרייז די דגל התורה מיט אגו"י, והשאר כולם בדאים, איך קען נישט און יארע 2018 אזוי טוען וואס זאל איך טוען, סזייער אינטערסאנט ווען אזוי פיל זייטען זאגען איין זאך און איין זייט שטייט און זאגט ניין און איך בין דער משיגענער, און אגאב קיין האר קלענער ווערט ער נישט ביי מיר, ווי אזוי האט א איד געזאגט פאר א שוטה וואס האט גרעדט קעגין רבי ארי' לייב, האט ער געזאגט אזוי ער עסט א יאר וויפול די און אייןטאג און לערינט א טאג וויפול די און א יאר, סוי איך אהב נישט קיין פראבלעם מיט א שיטה פון א גדול אמיתי, אבער פארוואס טאר מען נישט זיין אמת'דיג???


קומט די פרייע זאגט הרב הגאון רבי מנשה רייזמאן אז זיי ארבעטען פאר די פאשקווילען אפיס,

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 6:47 pm

· #392388
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
איך גלויב נישט אז מ׳דארף שוין ענטפערען. די נידון איז שוין פיין אויפגעוויזען, אלע טענות דיינע זענען שוין פארענטפערט. נאר דו ביסט נישט איבערגעצייגט. שוין, דאס איז נישט די נושא. די אומשולדיגע וואס ליינט פאשקעווילען און מעשה׳לעך, קען שוין וויסען דער אמת. און איך גלויב נישט אז ער וועט האבען א קשיא הלמאי אן אמעריקאנער וואס ווייסט נישט בחייכון וביומיכון גלויבט עפעס, און אוודאי וועט דאס נישט זיין קיין סתירה צו זיין אייגענעם בריוו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 8:51 pm

· #392396
ווידער מאל ביסטו א מחוצף, ווען וועסטו האבען דרך ארץ פאר גדולי תורה? וואס מיינסטו אז די פארשטייסט בעסער? היתכן אנצורפען גדולי ישראל מען קען זיי איינרעדען! אפשר רעדסטו דיך אן? האסט שוין געטראכט, אז מען קען דיך אויך פארנערן?

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 9:08 pm

· #392400
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
און שוין ווידער מיא די ליגענט.

ר׳ אליה בער האט געזאגט אז הרב שטיינמן האט מתיר געווען נחל? ר׳ אהרן שכטר האט אזוי געזאגט? ר׳ שמואל אויערבאך? קענסט ווייזען ווי זיי האבען עס געזאגט?

נאך א שקר געזויגען (האפעדיג) פון פינגער. און יעצט וועט מען זע׳ען נאך ווערטער שפילען און ליצנות זיך אויסצודרייען פון א פשוט׳ן הודאה על האמת.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 9:16 pm

· #392402
איך האב דאס געזאגט? ווער איז דא דער שקרן ליין איבער דיין תגובה און זאג פשט ווער איז דער עמירקאנער וואס ווייסט נישט בחייכון? אויף דעם קומט די טענה צו דיר!
ווייטער, זיי אלע ווייס איך בכלל נשיט בנוגע נחל, זיי האלעטן אלע אז די פארטיי אונטער גדולי הדגל האלטען ביים פארהאנדלען איבער צבא, איך פסקן נישט בכלל דא, איך בין נאר מחשיב יעדע דעה איינוג,
אבער בנוגע נחל, איז די סתירה גרויס, און אומפארשטענדליך, און איך גלייב נישט בלינד די כתב יד, ווען דער מנהל הנחל זאגט אנדערשט, עס קען זיין הרבשטיינמאן האט געהאלטען אז מדארף שרייבען אזוי און טוען למעשה פארקערט, און מיט דעם אלעם בין איך בייז אויף דער וואס דערואוגט צו רעדען שלא בכבוד אויף אזא גדול וקדוש, און הלמאי טאקע אין אמעירקע בארא פארק לעיקוואד מאנסי פלעטבוש איז נשיטא קיינע הספדים כראוי וכיאות לכבודו של תורה היתכן?

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 9:28 pm

· #392403
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
דו קענסט נישט האלטען קאפ? איך האב געזאגט אז מ׳האט איינגערעדט די אמעריקאנער וואס דו האסט דערמאנט. נעמליך, ליכטנשטיין. ביסטו אריינגעשפרינגען מיט קוטלר שכטר ווכטפויגל. זיי האבען גארנישט געזאגט אויף דער טעמע, נאר דו האסט געמאכט כאילו זיי האבען עפעס געזאגט און איך האב געזאגט אז זיי זענען איינגערעדט. אז דו ווילסט צוריק ציען, קענסטו. אבער שרייב נישט נאך שקרים צו פארדעקען די פריערדיגע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 9:39 pm

· #392405
ליטוואק, ווייסטו וואס אקעי די האסט געמיינט ליכטענשטיין ער איז דער עמירקאנער וואס גליייבט אלעס,
סאיז מורה 'דיג מיט דיר קימט א מילטער מאן מיט זיין נאמען משה לובלער זאגסטו די מעשה איז להדם
קומט דנציגער די מנהל פון נצח יהודא, זאגסטו להדם
קומט ליכטענשטיין, זאגסטו א אמערקאנער גלייבער
די ראשי ישיבות זענען וואס? זיי זענען קעגין די הסכמים פון חברי כנסת, זיי מאכען מיטינגס און האלטען דרשות ברבים וביחיד א קעגין די החלטה פון רבינו הגראי"ל וואס זענען זיי?
די צייטונגעו די ניו יארק אטיימס מיט הארץ האבען געשריבען די סיקריקים מיט אלע פאשקווילען שרייבער,
עס זעהט אויס ווי איינער צאלט ידר געלט 24 7 זאלסט האלטען די דעה אז הרב הגה"ק רבי ארי' ליב האט געהאלטען שארף קעגין פשרות מיט מילטער, סנישט אמת פינטעל, און ער איז א צדיק און א קדוש וואס האלט אנדערשט, איך גיי נישט קויפען פארטיישע לאקשען, איך האב ב"ה אויגען און אויערען און איך זעה און איך שמעק, און איך זאג דיר קיינער קויפט נישט דיינע לאקעשן און קריך אראף,
ער מעג האלטן פון פשרות און ער מיז נישט זיין גערעכט, און ער בלייבט גרויס הייליג ערליך מיט א טעות, אזוי ווי ער האט אליינס געזאגט אויף הרב קוק מען קען זיין גרויס און מאכען טעותים וכן הי' עמו און איך בין מיט דינושא פערטיג א גיטע וואך

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 9:49 pm

· #392408
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
בקיצור, דאס איז די גרעסטע הודאה וואס עס איז דא צו האפען פון דיר. ביזדערווייל האסטו נישט קיין איין ראש ישיבה צו אדם גדול וואס זאגט אז ער ווייסט אז הגראי"ל האט מתיר געווען מיליטער פאר סיי וועמען. הער אויף איינטיילען ׳כבוד התורה׳ מחאות פאר דייוויד ליכטנשטיין.

יא, אנדערע ראש ישיבות האלטען אנדערש ווי הגראי"ל. אבער נישט וועגען מתיר זיין נחל, נאר אויף אנדערע נושאים. און זיי האלטען אז עס פארט לינק, און פונדערווייטענס מעג מען זאגען א דעה. זייער פיין. יעדער קען זאגען זיין דעה, און אפילו גלויבען יענעמ׳ס. דער וואס וויל גלויבען אז פונדערווייטענס ווייסט מען וואס טוט זיך, מעג זאגען וואס ער וויל.

אבער ביזדערווייל האט מען נישט קיין לידת הספק. קיינער קען נישט ברענגען קיין איין מענטש וואס הגראי"ל האט געשיקט אין מיליטער צו אפילו מייעץ געווען אהין צו גייען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 9:57 pm

· #392412
משה לובלער?
יוחנן דנציגער?

גאנצל » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 1:16 pm

· #392451
סאו דו ווילסט איך זאל גלייבן ליכטנשטיין און נישט קוקן אויף די בריוו

און איך זאג אז איך גלייב די בריוו אונטערגעשריבן דורך הרב שטיינמאן בעצמו און נישט ליכטנשטיין וואס זאגט עפעס נאך פון איינעם אקעגן א לעבעדיגע בריוו פון דעם דאזיגן פארקערט (בכלל נעמענדיג אין באטראכט די ווערטער אין בריו מאכט דאס אסאך סענס אז די בריוו איז אמת ער שרייבט נישט דארט אז מ'טאר נישט גיין אין צבא -כשיטת רביה"ק מסאטמאר זצ"ל- ער שרייבט אז ער קען נישט זאגן אהער און נישט אהין א ריכטיגע ליטווישע אגודיסטישע מהלך פון די לעצטע 70 יאר )

יעצט לייג אראפ מיט טעם דיין סברא פ"וו דו האלטסט אז מ'זאל ענדערש גלייבן ליכטנשטיין און נישט די בריוו

איי הרב בנימין האט יא אדער נישט געזאגט אז מ'דארף אינזין האבן הרב שטיינמאן ביי ותכניעם דארף מען דאך הערן וואס הרב בנימין איז אינפארמירט געווארן און ווער עס זענען זיינע מענטשן ארום דעטס אלל איך זעי זיין הרב חיים איז אויך געגאנגען קעגן הרב שטערנבוך ביי די בית שמש קברים נאר ווייל ער האט א שוואכקייט צו ר"ד שמידל זיי זענען תמימי לב ויראי השם אבער קיין פירכא איז דאס נישט

ימים ידברו » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 2:31 pm

· #392455
גאנצעל איך בעט דיר די ווילסט בלייבען ביים בריעף נאו פראבלעם, אבער דאס מיינט די ווילסט נישט דעגרינדווען די אמת, דעוויד ליכטענשטיין ברענגט יעדע וואך שוין די דריטע און א ציה, עדיות וואס פארציילען איבער די שייכות פון הרב שטיינמאן זצוקללה"ה מיט נחל החרדי,
ס'איז זייער נעריש און אומרעכט צו טוען וואס ליטוואק טוהט און זאגט איך מאך צו מיינע אויגען, און איך קיק נאר אויף די בריעף וואס איז דא כתב יד קדשו, אלע מענטשען פון נחל וואס פארציילען עבודות זענען פאלנע שקרנים,? סהאלט שוין ביי פיר מענטשען, די וואך ברענגט ער שוין א תלמיד וואס זאגט שוין עפעס מער אהער און אהין, יענער זאגט בערך אזוי אז הרב שטיינמאן האט געשיקט בחורים וואס זענען אראף פון די וועג, וואס לויט די בריעף איז נישט אזוי ער איז שוין א מודה במקצת, און ליכטענשטיין בהויפטעט סנישט מסתבר, ווייל נחל חרדי איז נישט געמאכט פאר אזוי שוואך ווי יענער לייגט עס אראפ, סוי ליכטענשטיין זעהט שוין א אפענע סתירה ,
ס'קלאר אז די בריעף איז נישט די מציאות,
איך ענדיג צו, איך האב נישט קיין פראבלעם אויב ער האט אזוי געהאלטען, איך וויל נאר די אמת'ע אמת, ווער פארקויפט ליגענט, דאס איז די שאלה, ס'דא א אפענע סתירה, לאמיר נישט זיין פארקלאפטע קעף און גיין כצאן לטבח,
יעצט צו ממעג זינגען אויף זיין פטירה, ניין חס ושלום, מ'מעג האבען חלוקי דעות, יא הונדרעט טויזענט פראצענט, א סאטמאר איד וואס גייט נישט צו זיין לוי', כל הכבוד, אבער מספר זיין אחר מטתו אדער מזלזל זיין איז א מבזה ת"ח,
ליטוואק האט א פראבלעם, נישט איך, מיר איז ער אקעי מיט א טעות אויכעט, און ער בלייבט גרויס און הייליג, מיט א קשיא פארפאלט נאך נישט הונדרעט פיר יאר הארוואניע תורה וקדושה וגדלות ניין בשום אופן,
אז די ווילסט באמת וויסען, איך האב א שטערקער קשיא ווי נחל, ער איז כל ימיו ביז קרוב לתשעים נישט געגאנגען צו קיינע בחירות, מסתמא האט ער נישט געהאלטען אז מ'דארף פאר בחירות מבטל תורה זיין, ישיבת גאון יעקב האט ער נישט געלאזט נעמען געלט פון די רעגירונג, מיין שכון אין מאנסי א סיקריק האט געמאכט יארען א מסיבה לטובת גאון יעקב ווייל זיי זענען על טהרת הקודש, וואס האט פאסיריט שפעטער, די לעצטע בחירות האט ער געוואקט ביז די קלפי, צו ווייזען פאר יעדען די חוב קדוש ומצוות היות, אז מען איז מחיוב מבטל תורה זיין, און גיין צו פיס מיט מסירת נפש! איז פשט בפשטות ער האט אנערקענט אז ער האט געהאט כל ימיו א טעות, אדער ניין ווי לאנג הרב שך האט געהייסען האט עס אים נישט מחייב געווען היינט ווען ער איז אויף די רידער איז ווייסט ער בעסער, די פרשנות וועל איך לאזען פאר א צווייטען, אבער ס'דא פאר אונז א אינטערסאנטע מענטש מיט אינטערסאנטע דעה'ס מ'וועט נאך שרייבען פיל אקעדעמישע ביכער צו דערגיין זיין שיטה זיין מהלך זיין דרך,
ביז דערווייל איז א גדול בישראל הלך למניחות ואותנו עזבו לאנחות, און מען דארף מספיד זיין כהלכה,
און יעצט צו גאנצעל געב איבער פאר בערל בעל עגלה ער זאל אהער קימען מיך שעלטען, און געב איבער פאר ליטוואק זאל שרייען שקר וכזב
ווי אזוי האט נאר מהר"א מסאטמאר געזאגט יעלה ויבוא ויגיע, אין איך בין שוין מגלה דעת אסרא לא איסורי און האטס מיר א גיטען טאג

גאנצל » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 2:41 pm

· #392457
סאו בקיצור נמרץ פון די גאנצע תגובה וואס דו האסט דא געשריבען

דו האסט מחליט געווען אז די בריוו איז נישט די מציאות נאר ליכטענשטיין וואס רעדט שוין די דריטע וואך וואס ער זאגט דאס איז די מציאות (דעס אליין דארף א פשט פ"וו עפעס רעדט ער דריי וואכן זעיט מער אויס ווי א פראפעגאנדע מיניסטער.........)

איך בין מסכים צו דיין החלטה

אבער איך האלט מיך נאך אלס צו וואס איך זעי אפגעשריבען פון הרב שטיינמאן ווי איידער אויסהערן איינער וואס ער רעדט בשמו משום כמה טעמים

סאו דיסקאשן אי זמער ווייניגער געשלאסן ווייל אויב א געשריבענע בריוו פון איינעם איז נישט קיין באווייז אבער דאמירן בעלמא פון א צווייטן איז יא א באווייז אויפ'ן ערשטן קען נישט זיין קיין דיסקאשען

מיין קשיא יעצט צו דיר איז פ"וו דו באטיטולסט מיך אז איך וויל מיך נישט דערגרונטעווען דעם אמת ? איך ווייז דיר דאך שווארץ אויף ווייס א בריוו און איך זאג דיר אויב דו האסט א בריוו פארקערט אדער דו האסט א ריקארדינג פון הרב שטיינמאן זעלבסט פארקערט בין איך דיר גלייך מודה אז סאמטינג איז פישי נאר איך האלט נישט ביים צוהערן צו א דריטע כלי ווילאנג איך האב א שטעקעקרע באווייז אנטקעגן טא פ"וו זאגסטו איז איך וויל נישט זעין דעם אמת ?

ימים ידברו » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 2:56 pm

· #392458
גאנצעל ביסט טאקע אזא נער? אמת דער בריעף איז אמת ויציב, אבער ס'דא נישט דעוויד ליכטענשטיין, נאר עדות חיים וואס פארציילען הוראות פערזענדליך צו זיי, ועוד די וואך איז דא א תלמיד פון הגראי"ל וואס זאגט א וועריסיע נישט ווי די בריעף און נישט ווי נחל , די הייליגע חז"ל זאגען מודה במקצת חייב שבועה פארוואס? ווייל ס'נישט אזוי און נישט אזוי,איז דאס א מודה במקצת, יעדער וואס רעדט פון נאנטע דארט זענען א חלק שוין מודה במקצת, יעצט פאדערט זיך שוין א שבועה א בריעף איז נישט געניק,
יעצט צום הייליגען בריעף, דארף מען דערגיין ווען און פארוואס האט ער עס געשריבען, וואס איז די סטארי בעהיינד די בריעף
דעגרינטווען מיינט נישט צו מאכען די אויגען און אויערען קיין איין סעקאנד, וועלן באמת וויסען די אמת, יא ס'געווען א געפערליכע פרעשיור ער זאל רעדען קעגין נחל החרדי, ער האט זייער געוואלט איינשטילען די געמיטער, האט ער געשריבען א פריוואטע בריעף צו הר"ד סגל און באמת האט ער מדריך געווען נחל חרדי נישט פאר חרדי ממש נאר חצי חרדי, און דא קימט נחל חרדי זאגט יא חרדי ממש, עס גייט ארויסקימען די פילע אמת דאנט ווארי, זיי נישט קיין נער, די ווילסט וויסען אזוי ווי עס שטייט אין בריעף, איך האב לכתחילה אויך געוואלט , אבער נישט ווען עס איז דא צו סאך פארקערט פערזענדליכע עדית, וואס זיי זענען נישט קיינע שקרנים, אמתע מענטשען וואס האבען אליינס גערדט מיט אים און פארציילען א אנדערע מעשה,
בכלל יעדע מענטש באזיצט סתירות, די היילגער סאטמאר רבי זי"ע איז אויך דא סתירה'דיגע מעשיות, יעדע האט א תירוץ וואס איז אויסגעהאלטען אבער א מענטש איז קאמפלציריט! ס'נישט שווארץ אדער ווייס! זיין מהלך צו בחירות און נעמען געלט איז פיל שווערער און מער סותר! אדרבה ענטפער מיר דאס,

גאנצל » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 3:05 pm

· #392459
גארנישט טרייבט מיך נישט צו האלטן אז די בריו איז נישט אמת

איי דו זאגסט אז ער האט געהאט פרעשור צו גיין קעגן נחל איז עס ווידער א אייגענע סברא וואס איך דארף אן נעמען און דא ווידער האב איך נאך נישט געטראפן גענוג א שטארקע זאך גענוג א שטארקע סתירה צו קענען זאגן אקעי איך מוז אן נעמען די סברא

די איינציגסטע זאך נגד איז ליכטענשטיין וואס ווידער זעי איך נישט וואס זאל מיך טרייבן אים צו גלייבן איך קען נישט זיינע מאטיוון און איך קען אים נישט איך בין נישט קיין נער אויב איך גלייב אים נישט קיין איין ווארט פונקט ווי דו פארלאנגסט נישט פון מיר איך זאל גלייבן יעדע מעשה פון משה גבאי אדער פון יצחק ראה"ק אין סאטמארע פאליטיק

דאס איז אמאל זיכער אז די בריוו איז א שטערקערע טאל ווי ליכטנשטיין

אדרבה קענסט מיר אויפווייזן פארקערט איך האב נישט קיין פראבלעים אז דו זאגסט אז ס'גייט נאך ארויסקומען נא יעלה ויבא לאמיר זעין וואס עס גייט ארויסקומען ווען ס'וועט ארויסקומען וועל איך דעמאלט דיבעיטן אדרבה

לגבי דיינע אנדערע טענות אויף הרב שטיינמאן קען איך דיר נישט ענטפערן ווילאנג איך האב נישט אויטענטיש אז ער האט געטוישט מיינונג איבער דעם

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 3:54 pm

· #392466
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
ממש מאויבי תחכמני, ווי דער פיליפ זאגט נאכאנאנד. דער ימים רעדט פאר מיר, ער ווייסט וואס איך וויל. און איך בלייב גאר שולדיג דערפאר! איך קען נישט פארשטייען אז הרב שטיינמאן קען מאכען א טעות, ממילא.....
דאס קען איהם נישט בייפאלען אז איך מיין טאקע אז קיין שום באווייז איז דא אויף זיין שטיצע.
נאר פוו דעם קען ער זיך אויסלערנען א צווייטע זאך. פונקט ווי ימים שטופט מיא אריין אין זיין באקס, אוי אויך האבען די געסט פון דער גביר ליכטנשטיין אויך געטוהן צו הרב שטיינמן. און אזוי זענען אלע קשיא׳ס פארענטפערט.

אבער הייליגע חז"ל האבען געזאגט מודה במקצת, דאס איז ממש א קשיא. אינטרעסאנט אז מ׳האט פארזען א גמרא מפורשת וואס פרעגט, וואונדער אויף וואונדער, מפני מה אמרה תורה מודה במקצת ישבע. ווייזט זיך אויס אז די הייליגע חז"ל האבען נישט אזוי געטראכט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » מאנטאג יאנואר 1, 2018 10:59 am

· #392536
ליטוואק וועלקאם בעק, מהאט שוין א לאנגע צייט נישט גהערט פון דיר, מיט נאך אזא לומדות! די האסט קיינמאל נישט גהערט א רב בישראל אדער א גדול זאגט א דרשה און טוט אליינס דערנאך קאפויער? זאל איך דיך דערמאנען? אז די ווייסט נישט פרעג דיין קאלעגא גאנצעל, מיט הרב החכם רבי בערל שליט"א, וואס געהערן זיך אן מיט אט דעם מנהיג יחדאה בדורינו הזה,
יעצט צו פיליפ יאך קאן אים נישט, זאגסט ער איז זיך מחי' מיט מיר, עס איז מיר ניטאמאל א קאמפלעמינט, אבער אפשר לשיטתך ארבעט ליכטענשטיין מיט דנציגער לובלער מיט אלע געסט דארט, מיט אלע נחליתטן אויכעט פאר פיליף?
איך הייב אן צו טראכטען פילף אמת ואתם בדאי!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 1, 2018 11:18 am

· #392537
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
טראכט ווייטער אזוי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נקודת-אמת » מאנטאג יאנואר 8, 2018 10:12 pm

· #393048
שיטת מרן הגראי"ל שטיינמן זצ"ל בדבר הגיוס לצבא
אויב איך מעג צוזאמנעמען מיט מיינע ווערטער מעהר-ווייניגער די הלוך-ילך פון די לעצטע 42 הודעות אינעם אשכול איז כדלהלן:

צד א' (@ליטוואק פון בודאפעסט, @גאנצל, און @ימים ידברו בשם @BERLBALAGULEH):
הגראי"ל התנגד בכל כוחו לגיוס לצ.ה.ל. כמפורש אין זיין באקאנטען בריוו, און אזויי ווי רוב מניין ובניין פון אנשי ביתו ותלמידיו זאגן נאך פון עם, און פאלגן עם (און גייען נישט אין מיליטער) עד דורנו השפל הזה.

איי, ס'איז דא מענטשן וואס טענה'ן אז ער האט געהאלטען אנדערש (כמובא להלן צד ב') זיי זענען שקרנים, וואס האבן געהאט א ציל צו זיך אויפהענגען אויף איינער וואס האט מתיר געוועהן צו גיין, און פאר דעם ליגיאנערזירען זיי משמי'.
(ס'איז דא פון 2 סיבות צו מתיר זיין בשמו,
א' די וואס האבן געגייגנגען דארפן האבן אן-עלה-תאנה צו פארדעקן זייער שריט בתליה על אילן גדול,
ב' די לוחמי המערכה דארפען האבן איינעמס פיקטשער צו שרייבען דערויף מיט רויטע טינט "אָשֵׁם-Guilty")

צד ב' (@ימים ידברו, און נאך אסאך יידעלעך וואס איך קען):
הגראי"ל הסכים אי בשתיקה אי בידיים במעשה ממש כהוראות דייקא יא צו גיין צו די נחל החרדי פראגראמען פון מיליטער, אזוי ווי ס'ווערט געברענגט דארך כמה וכמה עדויות פון מענטשן וואס האבן דערהאלטן אזעלכע הוראות,
און ראשי מערך הנחל וואס זענען אויך מעיד אז זיי האבן געהאט שטיצע פון עם.

איי, ער האט דאך געשריבען א בריוו שווארץ אויף ווייס, אז קיין שייכות פון עם צום נחל איז ניט פארהאנען,
און אויב ער האט געשוויגען איז דאס געוועהן ווען חייבי כריתות גייען יענטסמאהל איז: "אין לנו כח למנעו" ,אבער ווען פרומע גייען, אדער איינער איז מסית פרומע צו גיין איז א "עון בל יכופר"
און זיין גבאי האט געשריבען א לענגערע בריוו צום בן הראב"ד מיט הסברים אויף וואס האט ער געשוויגען און וואס אסר'ט ער בפה מלא.
דאס אלטץ איז נאר מן השפה ולחוץ, וועגן די שווערע פרעשור וואס עסקנים מתנגדי הגיוס האבן אונטער געלייגט קעגן דעם גדול המתיר וואס האט געמוזט זיך פארענטפערן און משנה זיין מן האמת.

דאס איז מעהר-ווייניגער תמצית הויכוח (וי"א ניצוח) ווייל די פאקטן זענען די בריוו און הוראות אנשי ביתו מצד א', און עדויות פון יחידים און ראשי הנח"ל און פרייע מידיע און די עקסטרעיימע רבני העדה"ח לדורותיהם מצד ב'.

אויפ'ן וועג צום @נקודת-אמת פון אט דער סוגיא חמורה.

וועלן מיר זיך אפשטעלן וועגן די קנאות פון הרב שטיינמן ברוב ימיו, עד סוף ימיו שאז שינה את טעמו, וואס ר' @ימים האט געשריבן דא איז א חידוש שלא שמעתי מעודי,
הרב שטיינמאן איז נישט געגיינגען צו בחירות מסתמא משום ביטול תורה? פון וואנעט נעמט איהר די קישקישקריא?
בשעת ווען 'גאון יעקב' נעמט נישט קיין רעגירונג-פראגראמען עד היום הזה, לעבט די אנדערע ישיבה ארחות תורה וואס איז אסאך גרעסער און נעמט יא די אלע תקציבים.
דא האט איהר די וועב-זייטל פונעם Associations Registrar ישיבת ארחות תורה ישיבת גאון יעקב, און דא האט איהר אין וויקי ישיבת ארחות תורה ישיבת גאון יעקב
מצורף בזה דף ד' פונעם גיליון כאיל תערוג 189 פר' משפטים-שקלים ה'תשע"ז 📎 ישיבת גאון יעקב עמ' 4 בגיליון 189.pdf

יעצט, צום פוינט, אויב הרב שטיינמן וואלט געהאלטן אז ס'איז זענען דא געוויסע סארטן חרדים וואס זענען נישט מוכשר צו זיצן על התורה ועל העבודה יומם ולילה און בדרך ממילא דארף מען זיי שיקן צו די מיליטער,
א' וואלטן מיר געברויכט זעהן דארטן גרעסערע נאמבערס פון וואס מרכזי-ההצלה האבן אונז אויפגעוויזן שווארץ-אויף-ווייס-פאקטען,
ב' און וואס איז דא צו זיך שעמען מיט אזא שיטה?
ועוד והוא העיקר, פארוואס האט ער ווייטער אריינגעארבעט למעלה מכוחותיו אויפצושטעלן ישיבות און בעיקר כוללים וואס זייערע עיקר ציהל איז אז יעדער זאל קענען זיצן און לערנען אין כולל אן קיין חקירות ובדיקות עד היכן מסירות נפשו לתורה, אתמהה.

איצטער וועל איך דערציילן א מעשה וואס חלקים פון די מעשה האב איך אליין מיטגעהאלטען בשעתה,

אין ארץ ישראל איז פארהאן א מוסד וואס רופט זיך מעייני ישראל, דאס איז א מרכז פון חסידישע יונגעלייט פון היימישע קהילות וואס האבן זיך פארליבט אין תורת חב"ד.
(די געדאנק פון היכל מנחם פון רב אבערלענדער פון מאנסי אבער אויף אסאך א גרעסערער פארנעם)
זיי פארמאגן בתי מדרשים וכוללים ללימוד תורת חב"ד צוגעשטעלט פארן היימישען ציבור, און זיי פירן פארשידענע פראגראמען צו מפיץ זיין אט דער עניין.
די מוסדות ווערן געפיהרט דורך חסידישע-חב"ד'סקע יונגערלייט, בהכוונת ירושלימ'ע-חב"דסקע משפיעים, כדוגמת ר' חיים שלום דייטש, ר' יקותיא' פרקש, ר' זלמן גופין און נאך.
אין זייערע מרכז אין עיה"ק ירושלים (רח' אהלי יוסף, ארונטער שידלובצא, געגנט פון ביהמ"ד שבט הלוי, הרי"מ מארגענשטערן, און ישיבת עמק התלמוד)
האבן זיך געדרייט א געוויסע תקופה עטליכע א.ג. 'פייגעלעך' וואס האבן געזוכט זייערע וועג, און ס'איז געוועהן עטליכע יונגערלייט וואס האבן זיך איבערגעגעבן מיט זיי, און מיט זייערע שווערעקייטן,
איינער פון די עסקנים, (א וויזשניץ-מאנסיער חסיד במקורו, וואס דרייט זיך אויך אין די קהילה) האט ארויף-געברענגט א געדאנק, אז אנטשטאט זאל מען זיך דארפן פאר-פאהרן אין זייער מצב אין די געגנט,
א זאך וואס שטערט צו פאר'ן הפצת המעיינות, ווייל ס'פארהאן גענוג און נאך בחורים וואס גייען נישט וועלן זיך דרייען אין א מקום וואס ס'דרייען זיך אזעלכע חבר'ה, און בנוסף אז זיי האבן ניט וואס צו טוהן מיט'ן טאג דארטען.
איז עהם ביי געפאלן א געדאנק, אז ער וועט שטיין בקשר מיט'ן מיליטער אז ער וועט באגלייטען די בחורים דארטן און ער וועט זיין זייער 'מנטור' און פאר די בחורים וועט ער געבן א געפיהל פון 'שליחות'אז זיי גיין מחזק זיין אנדערע חבר'ה אין מיליטער מיט שמחה, אמונה וקיום המצוות, און מפיץ זיין מעיינות החסידות חוצה ממש כמאמר-אליהו-זכור-לטוב להבעשטה"ק זיע"א.
האט ער אפגערעדט מיט'ן משפיע ר' יקותיא' פרקש זיינע אלע פלענער, והדברים יושרו בעיניו, און ער האט געגעבן זיין o.k. צו וויטער אנגיין מיט'ן פלאן,
דער יונגערמאן איז געזעצן מיט גרויסע-חבר'ה פון די מיליטער, און האט אפגערעדט מיט זיי אלעס, ביז'ן לעצטע קליינטיגע פרט, (איך רעד פון א ארבעט פון עטליכע מאנאטן פון זיצונגען)
פאר ווען ס'איז געקומען למעשה, האט רב פרקש הנ"ל אריינגעברענגט בסוד העניין פאר זיין שותף אינעם הנהגת המוסד ה"ה ר' חיים שלום דייטש, און דעת רח"ש איז געוועהן אז פאר מ'טוהט אזא שריט דארפמען פרעגן א גדול בישראל, פון מנהיגי החרדים.
וישם פעמיו בני ברקה, צום באקאנטען-פיצעלען-הויז אויף רח' חזון איש 5, זיך איבערפרעגן מיט'ן גדול הדור איבער דעם ספק אין די מעשה אשר יעשה.
ער האט אראפגעליגט פאר'ן גראי"ל די מעמד ומצב פון די בחורים בגשמי וברוחני, ווי זיי שימלען פון בארינג און זיי פוסטעווען ארום, און זייערע שמירת המצוות, און די קאנסיקווענצען וואס קענען ארויס קומען לטובה פון זייערע געפיהל פון שליחות אין מיליטער.
ויען הגראי"ל ויאמר: לויט וואו דו לייגסט אראפ די מצב פון די בחורים, איז, אויף יעדער איינער פון זיי עקסטער, וואלט מיר נישט געבאדערט אז ער זאל גיין דינען אינעם מיליטער.
ברם, מיר טאהרן נישט שיקן, און געבן א געפיהל פאר א יעדע בחור אויף א יעדע מצב אז ער טוט א גוטע זאך מיט'ן אהין גיין.
ובמילא איני יכול להתיר לך לעשות כן, האט מרן זצ"ל געשניטן,
דער יונגערמאן איז צוריקגעקומען לשולחיו ובעיקר פאר'ן משפיע הרב פרקש וטענתו בפיו, איך ארבעט שוין ערך פון א האלבע יאהר אויף א פלאן, וואס האט געדארפט ווערן שיין אויסגעצאהלט (אלץ מענטור) פונעם מיליטער,
און יעצט איז אלעס טיף אין קרקע. האט ר' יקותיא' פרקש הנ"ל איהם אויסגעצאהלט כל הנ"ל פון זיין אייגענע טאש, און די בחורים, עטליכע זענען טאקע אליין געגיינגען דינען אינעם מיליטער (איך מיין אז נישט אינעם נחל נאר ביי די פרייע)
עטליכע דרייען זיך פארדראג"ט ארום דער וועלט. נעבאך.

איך ווייס נישט וואס איהר וועט ארויסלערנען פון די מעשה, אבער איך ווייס איין זאך,
רב שטיינמן האט נישט 'געבויט' דעם נחל חרדי, האט נישט 'געשיקט' קיין בחורים צום נחל החרדי, און עד-כדי-כך אפי' נישט געלאזט געבן שטיצע פאר א3/4 אפגעפאהרענער וואס גייט סיי-וואו גיין אהין.

די ריינע אמת אן קיין שום טראפ אחיזה אין א משהו פאליטיק-שקר וועלן מיר קיינמאל ניט קענען דערגרייכן, (נישט אין די פאקטן, נאר אין די סיבות פון יעדע צד צו טענה'ן כך או כך)
אבער ווער ס'קען זיינע תלמידים און בני ביתו, ווייסט אז זיי שיקן נישט קיין בחורים אין מיליטער, .

און איך וועל מסיים זיין מיט נאך א מעשה וואס איך האב געהערט פון א יונגערמאן א בנש"ק וואס לערנט מיט א בחור אין קרית צאנז אין שטאט נתניה בארצנו הקדושה.
ווער ס'קען די קלויזענבורגע מהלך הלימוד בישיבות, דארטן איז דא א שטארקע פראפעגאנדע און מצב פון כבוד התורה פאר בחורים וואס לערנען און פארהערן-זיך אויף וואס מער בלעטער גמרא.

צום פוינט, דער בחור אן אנטווערפענער צאנז-קלויזענבורגער חסיד וואס לערנט אינעם ישיבה, א גוטען קעפל אויפן פלייצע, האט זיך פארהערט 2,000 בלעטער גמרא און האט זוכה געוועהן לתואר "מורה מורינו"
(כלומר, אין א יעדע ביהמ"ד פון די קהילה וואס מ'וועט עם רופן עולה לתורה זיין, וואו אויך ביי די חתונה קארטל, א.א.וו. וועט ווערן צוגעלייגט צו זיין נאמען אט דעם טיטל הנ"ל)
דער בחור איז אהיימגעפאהרן קיין אנטווערפען און איז אריין צו די דארטיגע צדיק, מרן רשכבה"ג מפעשווארסק שליט"א, און האט דערציילט אז ער האט זיך פארהערט 2,000 בלאט גמרא,
אונזער ר' לייבוש האט עם פארהערט דא און דארט און דא און דארט, און דער בחור האט גע'יכול'ט, דעם רבי'ן איז נתפעל געווארן פון די בקיאות פונעם בחור'ל, און האט עם געפרעגט וואו ער לערנט,
האט די בחור געענטפערט אז ער לערנט ביים קרית-צאנזע-ישיבה אין נתניה,
האט עם דער רבי געפרעגט אויב ס'איז אמת אז מ'לערנט דארטען 2 שעה א טאג לימודי חול?
האט דער בחור געלייקענט פארשטייטזיך מחמת שלא-היה-ולא-נברא-ואפילו-משל-לא-היה.
און דא האט זיך דאס געענדיגט.

פרעג איך אייך טייערע חברים מלומדים, פאר וועמען וואלט איהר געגלייבט?
פאר עסקנים-לשם-שמים מהימנים וואס האבן אייך געברענגט די ביטערע פאקטן פון די ישיבה,
אדער פאר א בחור'ל א תלמיד פון ישיבה וואס איז מסתמא א נוגע-בדבר צו לייקענען די פאקטען.

הא?

ואידך פירושא זיל גמור.

בהצלחה.
📎 ישיבת גאון יעקב עמ' 4 בגיליון 189.pdf

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 9, 2018 3:48 am

· #393062
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
זייער שיין אראפ געלייגט. איך וויל נאר זאגען אז עס איז לאו דוקא אז די מנהלי הנחל זענען פלעינער שקרנים. מענטשען הערען וואס זיי ווילען הערען, און נעמען ארויס וואס זיי ווילען. הרב שטיינמאן האט נישט געקלאפט אויפ׳ן טיש אז עס איז ביעהערעג ואל יעבור, נאר גערעדט איידעל מיט א לשון חכמים, און יענער האט גענומען דערפון וואס ער האט געוואלט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » דינסטאג יאנואר 9, 2018 10:07 am

· #393072
איך האב נאך נישט דורך געליינט בעיון דיין גאנצע ארטיקעל מסתמא איז דאס זייער גיט, אבער אויף דיין לעצטע שירה וואס די שרייבסט אויף די מעשה מפשעווארסק דאס איז גלייב איך נישט, ווייל איך קען רבי לייבוש ער איז נישט קיין הייטיגער ער קען זייער גיט די מעשיות פון די וועלט , און ווען עס איז אמת אז ער גלייבט מלערינט צוויי שעה למודי חול וואלט ער נישט אנגעהאלטען קיין שייכות קיין נתניה צאנז , און די נעמסט אן ער הערט ערשט האנטיג פון א בחור להדם, און ער זאגט גלייך פאר די בחור די האסט א טעות? יצחק שטערען אדער מנשה פיליף ווייסט בעסער,
די גלייבסט דאס? זעה איך אז די ביסט דער וואס מרעד אן וואס מוויל, און ביטע גיי צוריק צו ווי די נעמסט די מעשה און פרעג דיך בעסער נאך, ווייל סופו הוכיח על תחילתו, און די ווערסט ביי מיר איינער וואס האט א אגענדע, וואס גייט בערך אזוי,
יעדע סאטמראר קנאי אדער וואס זאגט עפעס רעכטס, האט מען איינגרעדט, און דער דארף פילען, ער וויל ממש א מדינה צו האבען אויף וואס צו האקען אזוי ווי שיטת וואדרשיז און נחום ראזענבערג,
נאר דער וואס זאגט פינקט אזוי ווי די פארטיישיע צייטונגען, אדער ווי די עסקנים הקדושים חברי הכנסת וואז זענען גאנצען ריין פון נגיעות כולו אמת ממש האבען נישט קיין שום אייגענע רצון, דעה, תאווה, זיי עקעלען זיך פון כבוד, שקר, פירסום, וכו' זיי זענען באגלייבט טויזענט פראצענט,
עה זיי דארפן נישט קיין געלט עה זיי האבען נישט ליב זייער באקוועמע פאטעלען אין כנסת, עה זיי שטיין ווי רבי מרדכי פעלץ לעשות רצון צדיק , אן קיין שום אנדערע אינטערסע, נעבאך נעבאך,

גאנצל » דינסטאג יאנואר 9, 2018 12:43 pm

· #393086
ימים ידברו
איך האב נאך נישט דורך געליינט בעיון דיין גאנצע ארטיקעל מסתמא איז דאס זייער גיט, אבער אויף דיין לעצטע שירה וואס די שרייבסט אויף די מעשה מפשעווארסק דאס איז גלייב איך נישט, ווייל איך קען רבי לייבוש ער איז נישט קיין הייטיגער ער קען זייער גיט די מעשיות פון די וועלט , און ווען עס איז אמת אז ער גלייבט מלערינט צוויי שעה למודי חול וואלט ער נישט אנגעהאלטען קיין שייכות קיין נתניה צאנז ,


פון וואנעט נעמט איר דאס ? אז ער וואלט ?

ימים ידברו » דינסטאג יאנואר 9, 2018 12:45 pm

· #393087
ווייל עס איז דא א חרם פון גדולי ארץ ישראל אקעגין למודי חול און רבי לייביש איז זייער א ארטאדאקסישער איד

גאנצל » דינסטאג יאנואר 9, 2018 12:53 pm

· #393088
אין צאנזע רבי איז וואס ? א באדערנער ......... ניין ?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 9, 2018 1:13 pm

· #393093
Re: נחל חרדי בשיטת הרב שטיינמאן
פאר דער וואס וועט מעגליך נישט כאפען, ר׳ לייביש האט עס דאך נישט געגלויבט, צוליעב דעם האט ער יענעם געפרעגט.

דאס נישט אנהאלטען א חרם מאכט א מענטש נישט אומארטאדאקסיש. טאמער יא, זענען אלע חסידים אומארטאדאקסיש.

א חרם שלא פשטה ברוב ישראל, איז נישט גילטיג סייווי.

דער חרם איז אויף ירושלים, נתניה האט ניטאמאל עגזיסטירט בשעת הכרזת החרם.

צייטונגען מיט ׳אומאפהענגיג׳ געקריצט אויף זייער ארגאן זענען עפעס נישט פארטאייש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן פרצי » מאנטאג פעברואר 12, 2018 5:39 pm

· #395464
פאר ווער ס'וויל גלייבן:
היה זה לפני 20 שנה. הייתי נער בן 18. בתקופה ההיא לא היה מענה לבחורים שלא מצאו את מקומם בעולם הישיבות. ישיבות לנוער נושר כמעט ולא היו קיימות.

לתקופה קצרה התקבלתי לישיבה, אך הסתובבתי כמו רוב הנערים הללו במקומות שלא מתאימים לבחורי ישיבה. ההורים ידעו ושתקו, העיקר שהילד לובש חולצה לבנה.

גם היום למרבה הצער ישנם עדיין הורים שחוששים מ"מה יגידו", ומוכנים להקריב את הילד שלהם ולפעמים גם שניים או שלושה ילדים על מזבח הרושם של השכנים וקרובי המשפחה, הם יעדיפו שהילדים שלהם יגדלו גויים עם כובע וחליפה – העיקר שלא ילכו לישיבה לנושרים. בשנים האחרונות נראה שהמנהג להקריב ילדים על מזבח הרושם מתחיל לגווע, אבל עדיין לא מספיק.

אך בתקופתנו, בה יש עשרות ישיבות ומסגרות לנוער חרדי נושר ומתמודד, הצעירים מביננו לא יבינו כיצד הייתה התקופה ההיא עבור נער חרדי צעיר שלא מוצא את מקומו בישיבה. גם לישיבות המועטות לנושרים, לא ששו ההורים לשלוח את בניהם מחשש "עינא בישא" והעדיפו שהילד יסתובב כל בוקר בקניון איילון ב'קפה ומאפה' כשהוא עובר על כל העיתונים בחנות, ולאחר ש"טיהר" את מוחו עם החדשות בעיתונות ובמגזינים מהארץ והעולם, כבר הגיע זמן מנחה גדולה.

הבחורים שהרכיבו את הנוער הנושר של אז, היו גויים גמורים, חוץ מחותם הברית לא היה שום קשר בינם ובין היהדות, ומערכת החינוך דאז לא ידעה איך להתמודד איתם, אז הנערים הללו התקלקלו וקילקלו איתם בחורים נוספים.

חבורת הנערים שהסתובבה ברחובות הלכה וגדלה, לא היו אז אייפון ודומיו, אז היה צריך להתאמץ לחטוא.

ואכן הנערים "לא אכזבו". הם התאמצו, והיו מארגנים סופי שבוע בטבריה. כשבטיילת של טבריה כבר נהיה משעמם, הנערים הדרימו לאילת. היינו עשרות נערים מבתים חרדיים שעשו את סוף השבוע בעיר "סדום ועמורה", לפעמים גם יותר מעשרות. להורים היה נח עם ההסדר הזה כי שם אף אחד לא ראה ולא ידע. לא היו אז רשתות חברתיות שבהן היה אפשר להעלות תמונות ולהתגאות במעשי זמרי.

הבעיה התפוצצה כשנערים שהיו רשומים בישיבות והסתובבו ברחוב, סחפו אחריהם עוד ועוד נערים מבתים חרדיים קלאסיים, כאלה שהמכשיר הטכנולוגי היחיד שהיה אז בביתם, היה מיקרוגל.

בצר להם, הלכו ההורים השבורים למי שטיפל בבעיות החינוך עמם התמודד הדור. הם באו לבכות למרן הגראי"ל שטיינמן זצ"ל שישב עם האבות והבנים יחד, וכל בחור קיבל הוראה שונה לפי מצבו.

גם אבי ז"ל נכנס איתי לרב שטיינמן זצ"ל וסיפר כי "הבן שלי מסתובב עם בחורים שלומדים את הסוגיה 'אחטא ואשוב אין מספיקים וכו'', ואת הסוגיה של 'מומר להכעיס'".

פניו הטהורות של מרן עטו ארשת כאב והוא שאל את אבי, "האם הילד שומר שבת", אבי ענה "בבית הוא שומר, אבל עם החברים אני לא יודע...".

הרב הוסיף ושאל בכאב "הוא מניח תפילין?". אבי ענה "בישיבה כן, כשהוא לא בישיבה אני לא יודע".

"הוא אוכל כשר?", הוסיף הרב ושאל בצער. אבי ענה "באילת קשה לשמור על כשרות"....

מתשובה לתשובה נעצבו פניו של מרן, הוא הכיר היטב את הסיפורים הללו שחזרו על עצמם פעמים אינספור בחדרו הדל, אבל בכל פעם זה הכאיב לו מחדש. "אז הוא מסתובב עם בחורים שמדרדרים אותו בסוף השבוע", אמר מרן בכאב, "ואז הוא חוזר לישיבה? מי יודע מה הוא עושה בישיבה עם בחורים שעדיין לא היו בעיר הדרומית, הרי זה ממש פיקוח נפש לבחורים יראים שנמצאים בישיבה".

באותה תקופה נפתח הגדוד החרדי 'נצח יהודה' שכונה לימים הנח"ל החרדי, על שם הגדוד החרדי שהיה בחסות מפלגת צא"י שהעומד בראשה היה מרן הגרא"מ שך, ונסגרה בלחץ קנאי מאה שערים. כשאני יושב מבויש על ידו, שאל אבי את מרן, "האם לתת לילד ללכת לנח"ל חרדי ולא להילחם איתו על כך?", הרב נאנח ממעמקי ליבו וענה, "הרי הוא מסתובב עם אנשים נישט פון אונזערע. שלא שומרים שבת, תפילין כשרות, ועוברים עבירות שעליהן נאמר יהרג ועל יעבור. הצבא כבר לא יכול לדרדר אותו יותר".

אבי שאל שוב "אז אפשר?" והרב ענה, "אני לא רואה הבדל בין הרחוב ובין הצבא, אבל אני לא יכול לתת הכשר לשלוח בחור לצבא. תעשו מה שאתם מבינים, והשם יעזור שיהיה לכם נחת".

וכך, עשרות מחבריי נכנסו למרן הגראי"ל שטיינמן עם אביהם. אצל חלקם האבא נכנס לבד, כי הבן היה לבוש בבגדי "החמודות" של עשו עם תספורת בהתאם. והבן התבייש להיכנס כך אל הרב. חבריי מספרים שאבותיהם בכו ואמרו "יש לנו בן גוי", ודמעות עלו בעיניו הקדושות של מרן. כל החברים שמעו ממרן הסתייגות מהרעיון של ההליכה לצבא, אך מרן לא התעלם מהעובדה שמדובר בבחורים שהגיעו למצב כזה שהרחוב אף גרוע עבורם מהשירות בנח"ל החרדי.

הורים לנערים חלשים בלימוד או חלשים ביראת שמים לא הגיעו לשאול את הרב האם לשלוח את הילד לנח"ל החרדי, זו אגדה אורבנית שהייתה אז נחלתם של תושבי ה'קסבה' של מאה שערים.

מרן הגראי"ל זצ"ל טיפל בכל בעיות החינוך הכי "קטנות" של הדור. הורים לא באו אליו רק בכדי לבקש ברכה, ברכות בלבד הם קיבלו מצדיקים אחרים, הם באו לשאול מה לעשות עם "בן גוי". חבריי סיפרו לי אז שאבא שלהם שאל את הרב שטיינמן האם לשלוח את הילד לנח"ל החרדי, והרב שטיינמן אמר להם בדיוק את מה שהרב אמר לאבי, "יש לכם בנים שאסור שהם יסתובבו בישיבות ובשכונות חרדיות, הם גוררים איתם עוד צעירים ל"שאול תחתית".

ההורים שאלו "אז מה לעשות", הרב ענה "צריך לוודא שהם לא מקלקלים אחרים, אני לא יכול לתת הכשר לשלוח בחורים לצבא, שכל הורה יעשה מה שהוא מבין, והשם יעזור שיהיה לכם נחת".

אינני יודע מה אמר הרב שטיינמן לקצינים שהגיעו לדבר אתו, אינני יודע מה שאלו ומה ענו להם - לא הייתי שם, אבל אני כן יודע מה הוא אמר לחברים שהתגייסו איתי אז, ואני בהחלט יודע שלהורים להם הרב שטיינמן אמר "אני לא יכול לתת הכשר לצבא, אבל הרחוב לא פחות גרוע", ובניהם הלכו איתי לנח"ל החרדי - נשארו שומרי תורה ומצוות. המעטים שלא הלכו לנח"ל החרדי ונשארו ברחובות, גרים היום במדינות שבהם אוכלים שרצים לארוחת בוקר.

באותן שנים אף אחד מאותם צעקנים שצעקו קריאות נגד הרב שטיינמן לא נקף אצבע למען אותם בחורים, הצעקנים בסך הכל שידרגו את מערך התרומות מחו"ל, כי ההפגנות נגד ניתוחי מתים וחילול קברים, ופתיחת כביש בר אילן - בדיוק הסתיימו, ואז הגיע נושא גיוס נוער נושר, והצעקנים "התגייסו" למערך התרמות חדש.

ראש ישיבה שהיה מיודד עם מרן הגראי"ל שטיינמן זצ"ל, נפגש עמו באירוע, ושאל את הגראי"ל מדוע אינו יוצא כנגד הנח"ל החרדי. בתגובה מרן זצ"ל שאל אותו, מתי בתקופה האחרונה הגיעו אליו הורים שביקשו ממנו שיתפלל על בנם שימות. ראש הישיבה אמר שאינו מכיר תופעה כזו. "אליי", אמר לו מרן הגראי"ל זצ"ל, "מגיעים הורים כאלו מספר פעמים ביום"
בלאט: 1 2