☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פרעזידענט טראמפ ירום הודו באפרייט רובאשקין

פרעזידענט טראמפ ירום הודו באפרייט רובאשקין

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12033
בלאט: 1 2

ליפא » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:24 pm

· #391712
פרעזידענט טראמפ ירום הודו באפרייט רובאשקין
הודו לה' כי טוב

טראמפ! טראמפ!

סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:27 pm

· #391714
הודו לה'

ליפא » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:27 pm

· #391715
<a class="postlink" href="http://publicpool.kinja.com/subject-president-trump-commutes-sentence-of-sholom-ru-1821480641">http://publicpool.kinja.com/subject-pre ... 1821480641</a>

ליפא » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:28 pm

· #391716
<a class="postlink" href="https://www.theyeshivaworld.com/news/general/1431003/breaking-news-sholom-rubashkin-has-been-freed-from-prison.html">https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... rison.html</a>

החוקר » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:28 pm

· #391717
Re: פרעזידענט טראמפ ירום הודו באפרייט רובאשקין
[ציטאט אראפגענומען]

<a class="postlink" href="https://mobile.twitter.com/ABC/status/943606404169940992?ref_src=twsrc%5Egoogle%7Ctwcamp%5Eserp%7Ctwgr%5Etweet">https://mobile.twitter.com/ABC/status/9 ... gr%5Etweet</a>

החוקר » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:29 pm

· #391718
Re: פרעזידענט טראמפ ירום הודו באפרייט רובאשקין
ווייסע הויס פרעס רעליס
📎 DRhdBbuXUAAHI0C.jpg

החוקר » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:32 pm

· #391719
Re: פרעזידענט טראמפ ירום הודו באפרייט רובאשקין
הודו לה' חסדי ה'!!!

@ליפא דאס מאל בין איך מיט דיר און איך שריי אויס טראמפ! טראמפ!
You gotta give credit where credit is due.

סקרן » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:33 pm

· #391720
עפעס שרייבן זיי אז ס'איז נישט די זעלסע ווי א פארדאן קען איינער מסביר זיין?

ליפא » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:35 pm

· #391721
Pardon is an "executive forgiveness of crime"; commutation is an "executive lowering of the penalty." ... A "pardon wipes out the conviction while a commutation leaves the conviction intact but wipes out the punishment." Barnett: Commutation is a form of clemency, used often by governors.

אברך משי » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:37 pm

· #391722
.

תורה ומדע » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:43 pm

· #391724
איך האב דאס פארגעזעהן נאך איידער ער איז ערוועלט געווארען דא אויף קאוועשטיבעל. כוועל פראבירען צו טרעפען דעם אשכול.

ליפא » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:45 pm

· #391726
תורה ומדע
איך האב דאס פארגעזעהן נאך איידער ער איז ערוועלט געווארען דא אויף קאוועשטיבעל. כוועל פראבירען צו טרעפען דעם אשכול.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/333713">viewtopic.php?p=333713#p333713</a><!-- l -->

סקרן » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:49 pm

· #391727
ליובאוויטשער רבי האט געפסקנט אז די חבדסקער זאלען צינדען א 9טע לעכטל

החוקר » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:57 pm

· #391728
Re: פרעזידענט טראמפ ירום הודו באפרייט רובאשקין
ליובאוויטשער חסידים האבן זיך ארויס געלאזט אין פריידיגע טענץ לכבוד די גוטע בשורה.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/ds8PeNAOo38">https://youtu.be/ds8PeNAOo38</a>

chosen people » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 6:06 pm

· #391729
זעהט אויס ווי ער איז שוין אויפן וועג אהיים.
📎 AUD-20171220-WA0188.mp3

תנחום » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 6:08 pm

· #391730
מ׳זאל טאנצן אין ראדני אויך. די סאטמערער האט געגעבן די מערסטע געלט דעמאלסט.

chosen people » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 6:12 pm

· #391732
אויב איך בין זיך נישט טעוה, האט מען אין וויליאמסבורג נישט דערוואגט צו מאכן קיין אפיעל פאר איהם..
איך מיין אבער אז אין מאנרא יא.

ברוך שפינוזה » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 6:14 pm

· #391733
chosen people
זעהט אויס ווי ער איז שוין אויפן וועג אהיים.

העי מיין קיבאורד איז נאס...

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 6:17 pm

· #391735
770 לייוו
<a class="postlink" href="http://www.770live.com/En770/770live.asp?lang=1">http://www.770live.com/En770/770live.asp?lang=1</a>

תורה ומדע » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 6:20 pm

· #391736
איך פאר אריבער קיין 770

ברוך שפינוזה » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 6:23 pm

· #391737
תורה ומדע
איך פאר אריבער קיין 770

ביטע איבערגעבן וואס טוט זיך דארט.

chosen people » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 6:46 pm

· #391739
וויקיפעדיע איז שוין אפדעיטעט.
📎 IMG-20171220-WA0280.jpg

סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 6:48 pm

· #391740
די חברה זענען דארט שיכור פון פרייד.. וואס איז פשט אז זיי דאווענען יעצט נוסח ימים נוראים?

ליפא » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 6:50 pm

· #391741
Big rally being held on 13 Avenue 45 & 48 tonight from 8:00 through 9:30. All Mitzvah tanks of Brooklyn will be present. Prizes giveaway, bring your kids.

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 6:52 pm

· #391742
זייער שיין פון די טראמפ אדמינסטראציע, דאס איז די ערשטע מאל וואס איך האב אויך הנאה פון די טראמפ אדמינסטראציע און מסתם די לעצטע מאל. אבער די עיקר פראבלעם איז די שורש פונעם פראבלעם אז אמעריקאנע יוסטיץ שטונקט פון קאפ ביז פוס, אזא מענטש ווי ראבאשקין וואלט קיינמאל אין לעבן נישט באקומען אזא שטראף ווי לעבנסלענגליכע טורמע פאר מינדערוויכטיגע ווייט-קאליר קריים אין עני נארמאלע פארגעשריטנע לאנד אויף די וועלט. אלזא קען מען נאכאמאל אנקומען מארגן צו די זעלבע מצב מיט א צווייטן. די טראמפ אדמינסטראציע און די רעכטע שטיצן נישט קיין ״יוסטיץ ריפורם״ און זיי האבן אריינגעלייגט דארט די אלט באזעצענע רשע ווי דזשעף סעשאונס וואס איז ״אלד סקול״ און זוכט צו פייניגן און געוועלדטיגן מיט א שטייפע האנט אויף יעדע שמויגער מיט א דשוינט (וואס האט נישט קיין קאנעיקשאונס) ווארפן זיי אריין אין חד גדיא, דאס איז דאך איינע פון די אלטע טריקס פון די רעכטע צו קאנטראלירן מינארארטיס און שווארצע און צובאקומען לעיבאר אין תפיסה פאר פעניס. ווען אמעריקע איז נארמאל וואלט מען קיינמאל נישט אנגעקומען צו אזעליכע צרות ווי רובאשקין איז דורך פאר גארנישט און פאר נישט ספעציעל א טאטע פאר אזא גרויסע משפחה וואס איז נישט קיין סכנה פאר קיינעם אז ער איז פריי...

chosen people » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 7:19 pm

· #391744
הרב שלום מרדכי באגריסנדיג די עולם וואס האט איהם אפגעווארט אינדרויסן פון תפיסה.
📎 IMG-20171220-WA0348.jpg

תורה ומדע » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 8:20 pm

· #391746
יוסי גרין האט אצינדערט מחדש געווען א ניגון אויף די ווערטער ״מוציא אסירים ופודה ענוים״. זייער פאסיג.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 8:39 pm

· #391748
ליפא
Pardon is an "executive forgiveness of crime"; commutation is an "executive lowering of the penalty." ... A "pardon wipes out the conviction while a commutation leaves the conviction intact but wipes out the punishment." Barnett: Commutation is a form of clemency, used often by governors.

וואס א חילוק וויאזוי מ'רופט עס. אבי ר' שלום מרדכי רובאשקין שליט"א איז ב"ה באפרייט. און ער קען זיין צוזאמען מיט זיין משפחה און כלל ישראל. וועלכע האבן אזוי שטארק געבעטן און געהאפט אויף זיין באפרייאונג....הודו לה' כי טוב, כי לעולם חסדו...!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 8:51 pm

· #391751
שבת אחים
זייער שיין פון די טראמפ אדמינסטראציע, דאס איז די ערשטע מאל וואס איך האב אויך הנאה פון די טראמפ אדמינסטראציע און מסתם די לעצטע מאל. אבער די עיקר פראבלעם איז די שורש פונעם פראבלעם אז אמעריקאנע יוסטיץ שטונקט פון קאפ ביז פוס, אזא מענטש ווי ראבאשקין וואלט קיינמאל אין לעבן נישט באקומען אזא שטראף ווי לעבנסלענגליכע טורמע פאר מינדערוויכטיגע ווייט-קאליר קריים אין עני נארמאלע פארגעשריטנע לאנד אויף די וועלט. אלזא קען מען נאכאמאל אנקומען מארגן צו די זעלבע מצב מיט א צווייטן. די טראמפ אדמינסטראציע און די רעכטע שטיצן נישט קיין ״יוסטיץ ריפורם״ און זיי האבן אריינגעלייגט דארט די אלט באזעצענע רשע ווי דזשעף סעשאונס וואס איז ״אלד סקול״ און זוכט צו פייניגן און געוועלדטיגן מיט א שטייפע האנט אויף יעדע שמויגער מיט א דשוינט (וואס האט נישט קיין קאנעיקשאונס) ווארפן זיי אריין אין חד גדיא, דאס איז דאך איינע פון די אלטע טריקס פון די רעכטע צו קאנטראלירן מינארארטיס און שווארצע און צובאקומען לעיבאר אין תפיסה פאר פעניס. ווען אמעריקע איז נארמאל וואלט מען קיינמאל נישט אנגעקומען צו אזעליכע צרות ווי רובאשקין איז דורך פאר גארנישט און פאר נישט ספעציעל א טאטע פאר אזא גרויסע משפחה וואס איז נישט קיין סכנה פאר קיינעם אז ער איז פריי...

שבת אחים: דו ווילסט מיר זאגן אז דיין רבי בערני סענדערס, ווען ער געווינט ח"ו די פרעזידענסי וואלט ער געטון אזא זאך. קיינמאל אין זיין לעבן נישט. היללערי וואלט עס ענדערש געטון. זי האט נאך געהאט א ניצוץ פון מענטשליכקייט. מיט איהר מאן בילל לאורך ימים ונשים טובות...! געב א קוק דעם אנדער'ן פרייען איד און גרויסער מויל מאכער און צולייגער. דער הויכגעשעצטער סענאטאר טשארלס שומער. זיין אפוועזנהייט פון צווישן די רעגירונגס מענטשן אידן ווי גויים וועלכע האבן גערופן פאר ר' שלום מרדכי'ס באפרייאונג איז קלינגענדיג מיט איהר שטומקייט. ער איז דאך איינער וואס אין א יעדן טשולנט האט ער א חזיר פיסל.אויף א יעדע פאליטישע אישו קליין ווי גרויס האט ער א דיעה צו זאגן. און דא האט ער איינגענומען א שטומעניש...!

נאכמער. ס'זענען דא שמועות אז פרעזידענט טראמפ האט איהם געבעטן ער זאלל שרייבן א בריעף צו ר' שלום מרדכי, און ער האט אפגעזאגט...! די גוי'אישע קאנגרעסספרוי נענסי פעלאסי האט יא געשריבן א בריעף צו ר' שלום מרדכי...!

תורה ומדע » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 9:02 pm

· #391753
<a class="postlink" href="https://youtu.be/1HFq-T0OldE">https://youtu.be/1HFq-T0OldE</a>
אשריך ר שלום מרדכי שנתקדש שם שם שמים על ידך. מיטן חובות הלבבות פארשטיי איך שוין אביסעל דיינע גבורה נפשית.

כפתור » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 9:21 pm

· #391757
[ציטאט אראפגענומען]


איך האב געמיינט אז קושנער וועט זיין דער וואס וועט זיך דאס מערסטע אריינלייגן אים צו באפרייען.

אגב, נישט צו זיין קיין party pooper, אבער וואס די פשט, פארוואס נישט א פארדאן? דאס וואלט געווען דאס מינדעסטע וואס מ'קען טוען פארן באגיין אזא עוולה קעגן א מענטש. און נאך לאזן די אלע רעסטריקשנס אויך?

החוקר » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 10:04 pm

· #391761
מי כעמך ישראל!!!

ווען איך האב געזען די אלע קליפס וויאזוי דער עולם טאנצט אין די גאסן, שרייט זיך מיר ארויס מי כעמך ישראל. וואו נאך איז דא אזא פאלק וואס מען טאנצט פיזיש פאר שמחה, ווען א ווילד פרעמדער ברודער, וואס מען קען ניטאמאל, ווערט באפרייט.

ברוך שפינוזה » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 10:25 pm

· #391763
החוקר
מי כעמך ישראל!!!

ווען איך האב געזען די אלע קליפס וויאזוי דער עולם טאנצט אין די גאסן, שרייט זיך מיר ארויס מי כעמך ישראל. וואו נאך איז דא אזא פאלק וואס מען טאנצט פיזיש פאר שמחה, ווען א ווילד פרעמדער ברודער, וואס מען קען ניטאמאל, ווערט באפרייט.

איך פריי זיך מער פאר די נצחון פון גערעכטיגקייט, ווי פאר די באפרייאונג פון א איד.

בת קול » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 11:03 pm

· #391766
ברוך שפינוזה
החוקר
מי כעמך ישראל!!!

ווען איך האב געזען די אלע קליפס וויאזוי דער עולם טאנצט אין די גאסן, שרייט זיך מיר ארויס מי כעמך ישראל. וואו נאך איז דא אזא פאלק וואס מען טאנצט פיזיש פאר שמחה, ווען א ווילד פרעמדער ברודער, וואס מען קען ניטאמאל, ווערט באפרייט.

איך פריי זיך מער פאר די נצחון פון גערעכטיגקייט, ווי פאר די באפרייאונג פון א איד.


איא? דו שפרינגסט און טאנצט?

סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 11:06 pm

· #391767
יא דער עולם שפרינגט און טאנצט, נישט צום גלייבן, יעדער אין גאס איז פרייליך , מי כעמך ישראל!!

ברוך שפינוזה » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 11:07 pm

· #391768
רויטע וואנצעס
http://www.770live.com/En770/770live.asp?lang=1


WOW, כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט דערפון, מסתמא טאנצט מען דארט יעדן טאג...

👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍

בת קול » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 11:17 pm

· #391769
<a class="postlink" href="https://youtu.be/feJOOx7oBs8">https://youtu.be/feJOOx7oBs8</a>

סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 11:50 pm

· #391770
קען איינער געבן אפדעיטס פליז? איך האלט מיט די 770 לייוו טשענעל, ווען דארף ער אנקומען דארט?

ליפא » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 11:59 pm

· #391772
כ'מיין ער איז שוין געווען דארט. ער איז איצט אין בפ

סמבטיון » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 12:04 am

· #391773
איך האב אים נישט געזעהן איך האלט שוין מיט די לעצטע פאר שעה

ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 12:42 am

· #391779
Alan M. Dershowitz, an emeritus law professor at Harvard and a noted author, said he had been working on the case for about five years and had personally asked Mr. Trump to consider commutation. Mr. Dershowitz said he had made a similar request to Barack Obama during his presidency, but that he had declined.

“It was just compassion and justice,” Mr. Dershowitz said. “This was a bipartisan thing. It was a nonpartisan thing. And it was the right thing to do.”

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 1:00 am

· #391780
ער קומט יעצט אן קיין 770

ארי נוהם » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 3:24 am

· #391789
בת קול
ברוך שפינוזה
החוקר
מי כעמך ישראל!!!

ווען איך האב געזען די אלע קליפס וויאזוי דער עולם טאנצט אין די גאסן, שרייט זיך מיר ארויס מי כעמך ישראל. וואו נאך איז דא אזא פאלק וואס מען טאנצט פיזיש פאר שמחה, ווען א ווילד פרעמדער ברודער, וואס מען קען ניטאמאל, ווערט באפרייט.

איך פריי זיך מער פאר די נצחון פון גערעכטיגקייט, ווי פאר די באפרייאונג פון א איד.


איא? דו שפרינגסט און טאנצט?

איך יא.


א גרוס פון 770, וואו כ'האב פארברענגט די נאכט אין א דערהויבענע שטימונג (מיט נאך ק"ש מעמבערס), בתופים ומחולות וריקודין.
טאנצן מיט ליובאוויטשע, סאטמארע, גערע, און בעלזע, וואס האבן אינאיינעם ווי אויסגעשריגן אין הארמאניע די מציאות פון "כלל" ישראל.

קיינער האט נישט אפגעשמועסט קיין זאך מיט קיין איינעם, עס זענען נישט געווען פלאקאטן אין די גאסן, קיינע קול קורא'ס מיט חתימות הרבנים הגאוה"צ שליט"א, קיינע פערזענליכע הזמנות של מצוה, און ניטאמאל קיין טאג זיך צוצוגרייטן. עס איז געווען א ספאנטאנישער אויסדרוק פון פאראייניגונג. פון א שמחה כללית פון א יעדן יחיד ויחיד וואס האט זיך געשפירט פרייליך מיטן שמחה פון א צווייטן יחיד.


צווישן איין גלאז שנאפס און די צווייטע, צווישן די פלעשער וואדקע וואס האבן זיך געוואלגערט אויפן ערד, צווישן די טויזנטער פארזאמלטע אין 770 און אינדרויסן, האט מיר געבליצט אין געדאנק: "עס איז צוויי אזיייגער ביינאכט, און עס איז א בחינה פון 'תאיר כאור יום חשכת לילה', נישט נאר דורך פיזישע לעקטער נאר דורך א גייסטישע עלעקטעריזירנדע פיבער וואס האט באנומען יעדן איד, און דאס ברענגט זיי אהער קיין קראונהייטס טאנצן עד כלות אום 2:00 אינמיטן די נאכט"!


# שטאלץ צו זיין א איד!!!

ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 3:25 am

· #391790
פדה בשלום נפשי... כי ברבים היו עמדי!

הערליך און וואונדערבאר איז צו זעהן ווי אלע אידן במעגל אחד פרייען זיך מיט אזא געהויבענע שמחה אמיתית פון א חשובען איד׳ס באפרייאונג פון מאסר.

אויף רבי שלום מרדכי שליט״א זעהט זיך בכלל נישט אן אז נאך היינט נאכמיטאג האט ער נאך פארברענגט אין א טינקעלע נאסן צעל ווי א פאלנער פארברעכער ווי ער האט געשמאכטעט די לעצטע אכט ביטערע יארן, נאר ליבערשט קוקט אויס ווי ער קומט פון א גאר ווייטע געשמאקע וואקאציע פיל מיט ענערגיע און שטויס קראפט...
דאס קען נאר זיין אז עס קומט פון אן אמתען טיפע אמונה וואס איז מושרש אין זיין זעהל פון אייביג אן... הלוואי אויף אונז אלע אזא פעסטע אמונה אינדערהיים.

אויך איז אינטערסאנט צו זעהן די אלע רעאקציעס איבערן נובעלער אקט פונעם פרעזידענט וואס איז אין פאקט דער שליח ה׳ ווי יעדער שפינט ווייטער דאס זייניגע, חלילה סזאל זיך נישט דאכטן אז ער זאל ווען האבן געמאכט א טעות מיטן נישט ארויסהאבן דעם בריאה מיט זיין גוטהארציגקייט.

אבער דער אידישער מדה פון הכרת הטוב - וקידוש ה׳ - און ניצן דעם שכל, איז אויך וויכטיג נישט צו פארגעסן. און צו געבן דעם שעצונג און כבוד ווען מעוויל ווייטער באקומען טובת...

פון א מקור מוסמך: האט פרעזידענט טראמפ (געהילפן) געבעטן פון די צוויי, נענסי פאלאסי און טשאק שוממער זאלן אים מסדר זיין א בריוול פאר דעם צוועק פון באפרייען רבי שלום מרדכי ער האט געוואלט עס זאל זיין אויסגעארבייט אן א פאליטיק פון די שמוציגע פאליטיקאנטן וויזוי יעדע זאך מוז דארט צו גיין, מרת פאלאסי האט מסכים געווען...!

אבער... דער אומפארשעמטער שמוציאן מר. שומער ״אונזער״ סענאטאר פאר וועם מעשטיפט אונז צו וויילן (פאר וועלכן סיבה?) האט נישט געוואלט!!! נאך מיט א סיבה פון יוסטיץ, זאגענדיג: אז די כאסידים שעצן נישט דעם געזעץ אמילא קומט זיך עס זיי נישט!!!

דאס איז דער דאמאקראט וואס האט אונז ליעב אהבת נפש!! און ארבייט פאר אונז.. און מיר שטימען פאר אים בלינדערהייט! אבער דער מר. טראמפ איז דער אנטעסעמיט..

ווען וועט איר זיך אויסלערנען אז די ליבעראלן זענען די גרעסטע אידן פיינט בכלל. און בפרט די וואס טרעטן אויף גערעכטיגקייט מיט אלע אירע שטיוול וואס זי האט נאר... און אז די ביוראקראטיע סיסטעם אין וואשינגטאן איז דער גרעסטער אבן נגף פאר יעדע גוטע זאך.

דער אויבערשטער איז דער מסבב כל הסיבות, און בידו איז לב מלכים ושרים.

אבער ווען האבן מיר ווען נאך אזא ביוראקראטישן פרעזידענט אינעם ווייסן הויז, איז רבי שלום מרדכי נאך דארט ווי דער פארגייער מר. אבאמא האט אים געלאזט, וואס האט פארשטאפט יעדע פון זיינע גרויסע אויערן ווען די רעדע איז געווען פון איד...

און די ״ומי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות״ איז וואונדערבאר צו הערן פון א גרויסן ציבור!
אבער חברה ניין!! נישט נאר לעת כזאת! נאר נאך און נאך עיתים כזאת פון באפרייען נאך און נאך אנדערע אידישע קינדער וואס שמאכטן אין די טורמעס. און נאך פארשידענע אנדערע טובת האפן מיר צו האבן בעזרת השם.
Cp

תורה ומדע » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 7:29 am

· #391793
ברוך שפינוזה
החוקר
מי כעמך ישראל!!!

ווען איך האב געזען די אלע קליפס וויאזוי דער עולם טאנצט אין די גאסן, שרייט זיך מיר ארויס מי כעמך ישראל. וואו נאך איז דא אזא פאלק וואס מען טאנצט פיזיש פאר שמחה, ווען א ווילד פרעמדער ברודער, וואס מען קען ניטאמאל, ווערט באפרייט.

איך פריי זיך מער פאר די נצחון פון גערעכטיגקייט, ווי פאר די באפרייאונג פון א איד.

דיין פריינט מר שומר האלט אז די גערעכטיגקייט ליגט גאר באאהאלטען אינעם פסק פונעם מרשעת לינדא ריעד ימ״ש.

החוקר » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 10:42 am

· #391804
Re: פרעזידענט טראמפ ירום הודו באפרייט רובאשקין

קאך_לעפל » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 11:18 am

· #391807
בס''ד
יודו לשם חסדו ונפלאותיו לבני אדם...

שטייענדיג אין סאמע לעצטע מינוטן פונעם הייליגן טאג זאת חנוכה, א טאג וואס איז באשטימט פון שטענדיג אן פאר ישועות ורפואות. א טאג וואס ס'איז א עת פקודה להקים שכינתא קדושתא מאפרה ולחבר אל דודה. ווארום דער בצינא קדישא רבי שמעון שרייבט אין די הייליגע תקונים אז דער ווארט "זאת" איז מרמז אויף די הייליגע שכינה. זאת חנוכה איז דער טאג פון די שכינה הק', ס'איז א עת פקידה אז זי זאל פולשטענדיג אויסגעלייזט צו ווערן פון איר ביטערן גלות, אינאיינעם מיט אירע הייליגע קינדער דעם כלל ישראל און זיך ענדליך צוריק פאראייניגן זיין מיט קודשא בריך הוא.

טאקע אין דעם דאזיגען הייליגן טאג, האט ווירקליך פאסירט אן אויסטערלישער געשענעניש וואס האט באשיינפערליך אויפגעשטורמט דעם גאנצן כלל ישראל. נעמליך, ס'האט פאסירט אן אתערותא דלתתא, א בן יחידא לשכינתא קדישא איז נאך לאנגע יארן ענדליך באפרייט געווארן פון זיין פינסטערע טורמע צעל, און זיך צוריק פאראיינוגט מיט זיין בענקעדיגע פאמיליע, א געשענעניש וואס האט זיכער פאראורזאכט אין די הויכע ספערן א אתערותא דלעילא, און א אויסטערלישער עת פקידה האט אויסגעבראכען אין אלע הויכע הימלן. און דער הייליגער באשעפער דערבארעמט זיך אצינד אויף די הייליגע שכינה אט אט איר אויסצולייזן פונעם ביטערן גלות וואו זי געפונט זיך אצינד אינאיינעם מיטן גאנצן כלל ישראל. אמן.

דאס איז ווארשיינליך דער אויסשליסליכסטער הסבר פארוואס אזא סארט אויסטערלישער כוואליע פון שמחה און פרייד האט ארום געכאפט דעם גאנצן כלל ישראל ווי העלישע פלאמען, אזש מ'דערקענט די פרייד אויפן פנים פון יעדען איינציגן איד וואו אימער ער געפונט זיך נאך. הערענדיג די גוטע און דערפרייענדע נייעס פון דער באפרייאונג פון רבי שלום מרדכי הי''ו. דאס האט באשיינפערליך אויפגעוועקט א כמעט-פארלאשענעם פינק פון האפענונג וועלכער טיליעט עטוואס אין די הערצער פון כלל ישראל, ס'שפירט זיך ווירקליך ווי עת הזמיר הגיע וקול התור נשמע בארצנו... דער טיפער איינגעבאקענעם האפענונג אויף די גאולה שלימה, האט זיך פון דאסניי פונאדערגעפלאקערט אין די הערצער פונעם אידישן פאלק אז הנה זה עומד אחר כתלנו...

מיר קענען שוין נישט דערווארטן צו זען, ווי דער הייליגער באשעפער וועט זיך צו אונז באווייזן איינגעהילט אין זיינע רויטע אידיש-בלוט דורכגעווייקטע קליידער, און גלייכצייטיג ארויסציען זיין לאנגע אויסגעשארפטן נקמה שווערד, און פארטיליגען די אלע וויסטע-אידן-האסער, אנגעהויבן פון דעם בלוטיגער מרשעת 'לינדע רעי רידא' שחיק טמיא. דער פארשאלטענעם ריכטערן פון עמלקישן אפשטאם וועלכער האט זיך פארמאסטן חרוב צו מאכן דאס לעבן פון א אידישע פאמיליע, בלויז צוליב איר טיפער איינגעבאקענעם פיינשאפט צום אויסדערוועלטער פאלק פונעם הייליגן באשעפער, און אויף אנצופילן די קעשענעס פון איר פארברעכערישער מאן מיט גרויסע סומעס געלט פון די טורמע אינסטאנצן. און גענדיגט ביי דעם בן חם, דער עבד הכושי, וועלכער האט זיך קאלט-בלוטיג פארשטאפט זיינע שווארצע ברייטע אויערן, און נישט געוואלט דערהערן דעם ביטערן וויי געשריי פון די צובראכענע אידישע פאמיליע וואס האט נעבאך אזוי ביטער געליטען צוליב די אפוועזנהייט פון זייער באליבטע טאטע, זאל ער אויף שטענדיג געדענקט ווערן צו שאנדע.

וואס ס'בלוטיג דאס הארץ דאס מערסטע איז, אז דער אנגעבליכער אידן-פריינד וואס בארימט זיך שטענדיג גרויסהאלטעריש אלס א שומר ישראל, טשאק שומער' האט זיך פילייכט ארויסגעשטעלט מיט זיינע ריכטיגע פארבן, און געוויזען אז ער איז גארנישט אנדערש ווי די פארצייטישע דייטשע משכילים און די רוסישע יעווסקעס, וועלכע זענען געווען זעלבסט-האסענדע אידן וועלכע האבן ברוטאליש געפיינוגט זייערע אידישע ברודער אויף א מאסנשטאבליכען פארנעם, מיט די פאלטשע-האפענונג עטוואס צו געפעלן פארן טמא'נעם גוי. סארא שאנדע...

און די זעלבע צייט דארף געדענקט ווערן צום גוטן דער חותן המלך 'דזשאַרעד קאָרי קושנער', וועלכע האט טראץ זיין הויכע פאזיציע נישט פארגעסן פון זיינע אידישע ברודער, און אויסגענוצט זיין מאכטספולע פאזיציע באיינצופלוסן דעם הויכגעשעצטן קעניג טראפ הי''ה, צו באגענאדיגן ר' שלום מרדכי שליט''א, גענוי ווי די פארצייטישע ערליכע אידישע שתדלנים וועלכע האבן נישט געקוקט אויף גארנישט אויף דער וועלט ווען ס'איז געקומען צו העלפן א צווייטער איד, אפגעזען אז ס'האט זיי געקענט, אדער אין פולע פעלער טאקע ווירקליך פאליטיש געשאד.

זאל אים דאס אייביג געדענקט ווערן צום גוטן.

יעקב מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 4:05 pm

· #391842
שבת אחים
זייער שיין פון די טראמפ אדמינסטראציע, דאס איז די ערשטע מאל וואס איך האב אויך הנאה פון די טראמפ אדמינסטראציע און מסתם די לעצטע מאל. אבער די עיקר פראבלעם איז די שורש פונעם פראבלעם אז אמעריקאנע יוסטיץ שטונקט פון קאפ ביז פוס, אזא מענטש ווי ראבאשקין וואלט קיינמאל אין לעבן נישט באקומען אזא שטראף ווי לעבנסלענגליכע טורמע פאר מינדערוויכטיגע ווייט-קאליר קריים אין עני נארמאלע פארגעשריטנע לאנד אויף די וועלט. אלזא קען מען נאכאמאל אנקומען מארגן צו די זעלבע מצב מיט א צווייטן. די טראמפ אדמינסטראציע און די רעכטע שטיצן נישט קיין ״יוסטיץ ריפורם״ און זיי האבן אריינגעלייגט דארט די אלט באזעצענע רשע ווי דזשעף סעשאונס וואס איז ״אלד סקול״ און זוכט צו פייניגן און געוועלדטיגן מיט א שטייפע האנט אויף יעדע שמויגער מיט א דשוינט (וואס האט נישט קיין קאנעיקשאונס) ווארפן זיי אריין אין חד גדיא, דאס איז דאך איינע פון די אלטע טריקס פון די רעכטע צו קאנטראלירן מינארארטיס און שווארצע און צובאקומען לעיבאר אין תפיסה פאר פעניס. ווען אמעריקע איז נארמאל וואלט מען קיינמאל נישט אנגעקומען צו אזעליכע צרות ווי רובאשקין איז דורך פאר גארנישט און פאר נישט ספעציעל א טאטע פאר אזא גרויסע משפחה וואס איז נישט קיין סכנה פאר קיינעם אז ער איז פריי...

אוי ווי דו ביזט גערעכט.

אבער איך האב אמאל געליינט ערגעץ, אז יוסטיץ רעפארם האט היינט צוטאגס ביי פארטיזאן סאפארט, די קאנסערוואטיווע העריטעדזש פאונדעישאן איז אן בארד.

היכי דמי » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 11:28 am

· #391890
<a class="postlink" href="https://youtu.be/xDgkFk7efAs">https://youtu.be/xDgkFk7efAs</a>

ברוך שפינוזה » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 1:36 pm

· #391892
תורה ומדע
ברוך שפינוזה
החוקר
מי כעמך ישראל!!!

ווען איך האב געזען די אלע קליפס וויאזוי דער עולם טאנצט אין די גאסן, שרייט זיך מיר ארויס מי כעמך ישראל. וואו נאך איז דא אזא פאלק וואס מען טאנצט פיזיש פאר שמחה, ווען א ווילד פרעמדער ברודער, וואס מען קען ניטאמאל, ווערט באפרייט.

איך פריי זיך מער פאר די נצחון פון גערעכטיגקייט, ווי פאר די באפרייאונג פון א איד.

דיין פריינט מר שומר האלט אז די גערעכטיגקייט ליגט גאר באאהאלטען אינעם פסק פונעם מרשעת לינדא ריעד ימ״ש.

מיט אזעלכע פריינט, ווער דארף נאך שונאים...
בלאט: 1 2