פרעזידענט טראמפ ירום הודו באפרייט רובאשקין
87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12033
בת קולברוך שפינוזההחוקרמי כעמך ישראל!!!
ווען איך האב געזען די אלע קליפס וויאזוי דער עולם טאנצט אין די גאסן, שרייט זיך מיר ארויס מי כעמך ישראל. וואו נאך איז דא אזא פאלק וואס מען טאנצט פיזיש פאר שמחה, ווען א ווילד פרעמדער ברודער, וואס מען קען ניטאמאל, ווערט באפרייט.
איך פריי זיך מער פאר די נצחון פון גערעכטיגקייט, ווי פאר די באפרייאונג פון א איד.
איא? דו שפרינגסט און טאנצט?
וואס הייסט? כ'האב געוויינט פון פרייד!
צוזאמען מיט די גאנצע אידישע וועלט ליטוואקעס און ליבאוויטשע פון סקווירא ביז בלומענבערג דאנקען מיר די בוכ"ע אויף די גרויסע חסד וואס איז געטון געווארען צו א איד מאחינו בני ישראל רבי שלום מרדכי רובאשקין וואס מיר פארשטייען אז אומרעכט איז געוווען געטון אינטער די יוסטיץ סיסטעם פון אייאווע, און אצינד דורך די חסד פון אינזער פרעזידענט טראמף איז געטון געווארען די ריכטיגע חסדי ד' כי לא תמנו ולא כלו רחמיו, זאל הרב החסיד רבי שלום מרדכי נא רוויסען פון חסד ורחמים וכל טוב,
און די אלע עסקנים דארף מען ארויסהייבען זייערע כוחות און מוחות, וואס נעכט און טעג האבען אוועקגעגעבען פאר די טייערע נשמה, און פאר הרב לייבוש ליש וואס האט נישט מסיח דעת געווען אריינצו באקען אין די ריינע הערצער פון זיינע תלמידים אינזינען צו האבען א איד בעת צר, די אלע הארוואניע וועט זיין א לימוד און הלכות רחמנות פאר זיינע תלמידים, און פאר גאנץ כלל ישראל,
איך גיי מיך אבער ערלויבען צו בעטען מיט מיינע צוויי שירות, וואס יעקב אבינו האט געגבעטען זיינע קינדער און די וואכענדיג פרשה למה תתראו? מען דארף נישט אויספויקען און אלע מקומות אלעס וואס מען ווייסט וכבוד ד' הסתר דבר, האלט זיך צוריק ווייל די שונאי ישראל לעכטעצן צו קענען טרומפייטען קעגין אחינו בני ישראל, ודי לחכימא ברמיזא א גיטע וואך,
Re: פרעזידענט טראמפ ירום הודו באפרייט רובאשקין
Benshimon Live feat. the Zemiros Group going live from the Rubashkin Melave Malka.
Join us at 9:30:
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=qQ-tKcJI9Zg">https://www.youtube.com/watch?v=qQ-tKcJI9Zg</a>
ימים ידברו
איך גיי מיך אבער ערלויבען צו בעטען מיט מיינע צוויי שירות, וואס יעקב אבינו האט געגבעטען זיינע קינדער און די וואכענדיג פרשה למה תתראו? מען דארף נישט אויספויקען און אלע מקומות אלעס וואס מען ווייסט וכבוד ד' הסתר דבר, האלט זיך צוריק ווייל די שונאי ישראל לעכטעצן צו קענען טרומפייטען קעגין אחינו בני ישראל, ודי לחכימא ברמיזא א גיטע וואך,
אינגאנצן גערעכט. די אלע פעלקער ארום די וועלט, און בעיקר אנטיסעמיטים, נעא נאציז און פארשטייט זיך מוסלעמענער דארפן וויסן אז אונז אידן זענען אין גלות. אינגאנצן אונטערטעניגט אונטער זיי, פאר זיי צו טוהן מיט אונז כל מה שליביהם חפצים בנו, כחומר ביד היוצר. ס'וועט טאקע ארויסקומען א גרויסע מכשול טאמער זיי וועלן איינזעהן אז זיי קענען נישט אומזיסט טשעפענען מיטן עם הנבחר צוליב דעם וואס זייער גאט האט זיי ארויסגעהאלפן מיטן גרויסן נס... פארדעם דארפו מיר זעהן צו האלטן אונזער קידוש השם ציווישן זיך....
ימים ידברוצוזאמען מיט די גאנצע אידישע וועלט ליטוואקעס און ליבאוויטשע פון סקווירא ביז בלומענבערג דאנקען מיר די בוכ"ע אויף די גרויסע חסד וואס איז געטון געווארען צו א איד מאחינו בני ישראל רבי שלום מרדכי רובאשקין וואס מיר פארשטייען אז אומרעכט איז געוווען געטון אינטער די יוסטיץ סיסטעם פון אייאווע, און אצינד דורך די חסד פון אינזער פרעזידענט טראמף איז געטון געווארען די ריכטיגע חסדי ד' כי לא תמנו ולא כלו רחמיו, זאל הרב החסיד רבי שלום מרדכי נא רוויסען פון חסד ורחמים וכל טוב,
און די אלע עסקנים דארף מען ארויסהייבען זייערע כוחות און מוחות, וואס נעכט און טעג האבען אוועקגעגעבען פאר די טייערע נשמה, און פאר הרב לייבוש ליש וואס האט נישט מסיח דעת געווען אריינצו באקען אין די ריינע הערצער פון זיינע תלמידים אינזינען צו האבען א איד בעת צר, די אלע הארוואניע וועט זיין א לימוד און הלכות רחמנות פאר זיינע תלמידים, און פאר גאנץ כלל ישראל,
איך גיי מיך אבער ערלויבען צו בעטען מיט מיינע צוויי שירות, וואס יעקב אבינו האט געגבעטען זיינע קינדער און די וואכענדיג פרשה למה תתראו? מען דארף נישט אויספויקען און אלע מקומות אלעס וואס מען ווייסט וכבוד ד' הסתר דבר, האלט זיך צוריק ווייל די שונאי ישראל לעכטעצן צו קענען טרומפייטען קעגין אחינו בני ישראל, ודי לחכימא ברמיזא א גיטע וואך,
ימים ידברו: יעצט איינמאל ביסטו גערעכט. איך בין מסכים מיט דיר אז מ'דארף נישט איבערטרייבן און אויספויקן פונקטליך אלע פרטים פון דעם קעיס, ווייל די שונאי ישראל, די אפענע און באהאלטענע שארפן שוין זייערע שווערדן אקעיגן אידן. סיי אלס פאליטישע שונאים פון פרעזידענט טראמפ. און אויך די אנדערע אפענע שונאי ישראל סיי אין אייאווע אן סיי אין וואשינגטאן. ביי די טשוירטש-בעיס'ד שונאי ישראל און ביי די לינקע שונאי ישראל איז דא א פאראייניגונג אז ר' שלום מרדכי און די אידן האבן בא'עולה'ט די נעבעכ'דיגע היספאנישע ארבייטערס. אזוי ווי מ'קען זעהן אויף זייער א סאך קליפס פון דעם קעיס. כאטש ס'איז אויך דא א שטארקע, פארקערטע מיינונג. אז ס'איז באגאגנגען געווארן אן עוולה לגבי ר' שלום מרדכי רובאשקין. און לגבי גערעכטיגקייט און יושר בכלל. למשל איינס פון די הויפט באגלייט-ערשיינונגען פון דעם קעיס איז געווען דער רעיד פון אימיגרעישן באאמטע. וואס איז אדורכגעפיהרט געווארן בעיקר אויף די היספאנישע ארבייטערס פון דעם פלענט. דאס איז אדורכגעפיהרט געווארן מיט גרויס אכזריות. כמעט אויף א נאצישן אדער קאמוניסטישן לעוול. זיי האבן געבונדן מיט קייטן די הענט און פיס פןן די ארעסטאנטן. און זיי האבן צוריסן משפחות. אפגעטיילט מענער פון זייערע ווייבער און קינדער פון זייערע עלטערן אן ארויסווייזן א טראפ מענטשליך רחמנות. אט דער פאקט דארף מער ארויסגעהויבן ווערן. וואס איז נישט דער פאל אין די מידיא.
עכ"פ אונז אידן דארפן טאקע נאך די ערשטע אומבאהאלטענע געפיהלן פון שמחה און דאנקבארקייט להשי"ת און צו דעם פרעזידענט א ביסל אראפנידערן דעם טאון. ס'דארף צו זיין א בחינה פון וגילו ברעדה...!
מדי דברי: אז מ'רעדט שוין. אונז האמיר נישט קיין השגה ווי ווייט דער משל פון..."כבשה אחת בין שבעים זאבים"...איז אמת און נוגע היינט פאר אונז אין דעם גרויסן פרייען אמעריקע. אויסצורעכענען די אלע אפענע און באהאלטענע שונאי ישראל וועלכע זענען דורשי רעתם של ישראל, ח"ו. אנגעהויבן פון די נעא- נאציס, קו קלוקס קלען מעמבערס און אנדערע ווהייט סופרעמאסיסטס. ביז די 9/11 טרוטהערס. און די לינקע שונאי ישראל די פרא-פאלעסטינער גרופס. איז הנייר יכלה והם לא יכלו. אונז דארפן מיר מתפלל זיין בשלומה של מלכות. און די הויפט תפילה דארף צו זיין ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים. און תקע בשופר גדול לחירותנו...!
Re: פרעזידענט טראמפ ירום הודו באפרייט רובאשקין
דאס האט לאו דוקא צוטוהן מיט גוים און אנטיסעמיטען. עס איז פארהאנען א מדת הצניעות פון באשיידענקייט און איידעלקייט. ווען דער אויבישטער טוט א מענטש א טובה, דארף ער זיך האלטען נאך מער בעניוות. דאס טאנצען און הוליעווען נאכט נאך נאכט, מיט ווידיאוס און בילדער פון יעדער ריר, איז דאס פארקערטע צו מדת הצניעות. יעדער פארשטייט אזוי ווען עס איז א מסע מלכות פון א יורש פון ריעל עסטעיט, אבער ווען עס איז א מענטש וואס האט אס טאקע פארדינט, פארגעסט מען דערפון.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
און די היינטיגע וואך פר' ויגש אין די גליון בחצר הקודש וואס קימט ארויס פון שיכון סקווירא תורה'ס נייעס און שמיעסן פון האדמור משיכון סקווירא, האט מען לכבוד די באפריינוג פון הרב שלום מרדכי אראפגעבערנגט עטליכע שמיעסען פון דער אדמור משיכון סקווירא במשך השנים וועגען רבי שלום מרדכי און איין שמיעס דאכט זיך מיט הרב יוסף הארוויטץ חדבן אדמור ממונקאטש שליט"א, זעהט אויס עס איז געווען און די תקיפה וואס מען האט געמאכט מערערע געלט אקציעס און די קהלות הקדושות פאר ר' שלום מרדכי זאגט דער סקווירא רבי א אינטערסאנטע זאך, אז ברוך השם מען פארשטייט שוין הייט צו הלפען די אידען די יושבי חושך,ווען סקווירא האט מיט געמאכט האט קיינער נישט צו געהאלפען קיינער האט נישט פארשטאנען אז מען דארף העלפען, אזא לשון בערך, אדרבה איינער זאל אראפברענגען די פינקטליכע טעקסט, ס'איז מיר א ווינדער די אפרעדעריי פון אזא חשובער רבי און מנהיג, איז דאס טאקע אמת אז העלפען יושבי חושך איז א נייע זאך? איז דאס אמת אז סקווירא האטט מעןנישט געהאלפען איך געדענק א בריעף ואס אלע קהלות האבען גחתמט לטובת סקווירא, וואס מיינט דער סקווירא רבי??
דאכט זיך רבי נפתלשע באבווער איז עגפארען און טאג פון אחתונה פון א אייניקעל לטובת סקווירא צו א סענטער, ווער געדענקט נישט די פעלות פון אגדוה וואס באדערט סקווירא רבי די פעולות וואס מען האט נישט געטון ? אתמהה?
להצדיק את הצדיק ברויך מען זאגן אז ער מיינט נישט אז מען האט נישט געטוהן פריער, אבער וואס מען טוט היינט איז אלץ צו פארדאנקען סקווירא הקודש, כדרכן של חסידים מגזם צו זיין אז אלעס איז צו פארדאנקען זייער רבי, אדער רבי ז"ל אדער זייערע עסקנים וכו'.
אגב, ביי די רובאשקין פרשה איז שטארק אינטרעסאנט אז קיינער זאגט נישט ווער עס האט ערלעדיגט די זאך, און וואס איז געשעהן ב' טבת, פארוואס האט טראמפ דיסיידעט אים פריי שפרעכען בכלל, און פארוואס נישט פריער אדער שפעטער, און בכלל אז ער האט עס געטוהן אויף א וועג אז עס מוז געשעהן תיכף ומיד, ווער און וויאזוי איז דאס צושטאנד געקומען.
פין דער שווייגעניש וואלט מען געקענט מאכען א מסקנה אז אפשר איז עס פין די זאכען וואס יפה לו השתיקה, אבער דאך, איז עס מעורר די נייגער. זיין איידעם? זיין טאכטער? סתם פאליטישענס? לאבין? געשטעטנער? דרור? לייביש ליש? אנטשולדיגט אויב כ'האב איינעם פארגעסן דא. אויב איינער ווייסט ביטע שרייבען.
ביי די סקווירא פרשה האט ר' דוד'ל הקדוש גארנישט געטון אויסער לאזן זיין הייליגן אונטערשטן הענגען העכער קלינטאן'ס שטול מחשש שעטנז!
ער האט געלאזט די געליטענע פייגערן און ניטאמאל געלאזט סאטמארע אידן העלפן די משפחות און זיי פיטערן ברויט צום טיש. די עגונות, טייל פון זיי ניטאמאל קיין סקווירא אידן, האבן נישט געהאט קיין לחם לפי הטף, ווען קרית יואל'ער עסקנים האבן געוואלט מאכן א קאמפיין האט ר' דוד'ל גערופן זיין שוואגער, רב דקרית יואל מען זאל עס פארשווייגן ווייל "סקווירא טוט שוין".....
Re: פרעזידענט טראמפ ירום הודו באפרייט רובאשקין
מיר איז געווען אינטערעסאנט אז די רעפובליקאנער וואס זענען געווען אינטערגעשריבן אויפן בריוו פון אלע סענאטארן זענען נישט דווקא פון פלעצער ווי אידן וואוינען, אבער די דעמאקראטן וואס זענען אינטערגעשריבן זענען על פי רוב פון פלעצער ווי אידן וואוינען, וואס פשט?
און לגבי די פרייד דארף יעדער בלייבן געדענקן אז די אויבערשטע פון שטייסל אדער גייען נישט זיצן, אדער פארדענט מען זיי, עס זיצן נעבעך טויזענטער אויף טויזענטער אין תפיסה וואס קיינער ווייסט נישט פון זיי, די משפחה האט נישט קיין קאר און קיין געלט אפילו אנציקומען באזוכן די תפיסה, און גארנישט, די איין קעיס דא ווי דער עולם איז אויסגעקאכט פונקטליך וואס ווען ווי פארשטייט מען די אפּגעפליקטקייט פונעם סיסטעם, אבער הלוואי ווען אנדערע קעיסעס וואלטן געווען בעסער, תפיסה דינט נישט קיינעמס אינטערעס עס איז צייט עס צי טוישן,
צוריק צו סקווירא און רובאשקין, די חילוקים זענען זייער גרויס, א' רובאשקין האט קיינער קיינמאל נישט געזאגט אז די עוולה'ס זענען נישט געווען, מהאט נאר געזאגט די עוולה'ס טוען יעדער, און קיינער באקימט נישט קיין שטראף וואס ער האט באקימען, זיין שטראף איז געווען ווי למשל איינער האט גהרגט א מענטש ווען סך הכל האט ער נישט געגגריסט העפליך בערך אזא חילוק,
ווידער סקווירא האט געטון אמת'ע פאברעכען, ס'קימט נישט די אידען די שטראף ווייל זיי זענען געווען סך הכל שליחים, און געהאלפען די ציבור נישט זייער טאש, אבער די עוולה'ס זענען געווען גרויס און מעכטיג, און די שטראף איז געווען פערפארשאען, און ווער רעד נאך מ'האט געפארדענט,
אגאב, דער וואס זאגט אז אגודה האט נישט געטון איך האב איבער געקיקט ווער עס איז געווארען די נייע בארד פון סקווירא ישיבה איז געווען נאר די אגוה עסקנים ווי הרבני חיים לעשקאוויטש מיט אבי בידרמאן, ועוד, אלע אגודה עסקנים זענען געווען גרייט פאר סקווירא באש ובמים,זיי זענען ביזנעס לייט און ערליכע מענטשען זיי האבען געפאדערט און געמאנט אויף נאייווקייט פון סקווירא און געזאגט מטאר נישט אזוי האנדלען וכו' ,
ביי דע וועי, יעדער האט זיי געהאלפען, פון סאטמאר ביז אגודה אפי' די אוי יוא מיט וויי יוא, זיי האבען נאר געוואלט זיין זיכער אז סגייט נישט פארקימען נאכאמאל, און געבעטען פארזיכרונג, ס'געווען אסיפה דאן ביים הייליגען אדמור משיכון סקווירא יעדער איז דארט געווען פון די אגודה עסקנים מיט משה גבאי מיט רבי מלכיאל קאטלער הרב אברהם ווידער מעיאר פון קרית יואל הרב פאם רבי נפתלטשע וויזניץ מאנסי, פאפא ווער נישט , יעדער,
יעדער האט געוואלט צו שטיין בעת צר, און מקען זאגען אז קיינער האטנישט פארשטאנען ז מדארף אונז העלפען, עס ס אנד זייער סעלפיש, און נישט און פלאטץ ווען מטוט פאר רובאשקין מחילת כבודו הרמה,
איסר האטלקיביי די סקווירא פרשה האט ר' דוד'ל הקדוש גארנישט געטון אויסער לאזן זיין הייליגן אונטערשטן הענגען העכער קלינטאן'ס שטול מחשש שעטנז!
ער האט געלאזט די געליטענע פייגערן און ניטאמאל געלאזט סאטמארע אידן העלפן די משפחות און זיי פיטערן ברויט צום טיש. די עגונות, טייל פון זיי ניטאמאל קיין סקווירא אידן, האבן נישט געהאט קיין לחם לפי הטף, ווען קרית יואל'ער עסקנים האבן געוואלט מאכן א קאמפיין האט ר' דוד'ל גערופן זיין שוואגער, רב דקרית יואל מען זאל עס פארשווייגן ווייל "סקווירא טוט שוין".....
איסר האיטלקי: דו ווייסט דאך זיכער וואספארא שטארקער חסיד איך בין פונ'ם היינטיגן רעבי'ן. אבער...ווען דו קומסט ארויס מיט אזעלכע ערנסטע טשארדזשעס מוזסטו האבן דעקונג.. א ראי', א פאון קאלל, אן אונטערגעהערטער שמועס. (מיט א נאמען, פארשטייצעך.).יא. ס'זענען ארומגעגאנגען פארשידענע שמועות, אבער דאס אלעס איז געווען דאמירן בעלמא. סתם גערעדט אין די וועלט אריין. אן קיין נעמען און זמנים...!
ימים ידברוצוריק צו סקווירא און רובאשקין, די חילוקים זענען זייער גרויס, א' רובאשקין האט קיינער קיינמאל נישט געזאגט אז די עוולה'ס זענען נישט געווען, מהאט נאר געזאגט די עוולה'ס טוען יעדער, און קיינער באקימט נישט קיין שטראף וואס ער האט באקימען, זיין שטראף איז געווען ווי למשל איינער האט גהרגט א מענטש ווען סך הכל האט ער נישט געגגריסט העפליך בערך אזא חילוק,
ווידער סקווירא האט געטון אמת'ע פאברעכען, ס'קימט נישט די אידען די שטראף ווייל זיי זענען געווען סך הכל שליחים, און געהאלפען די ציבור נישט זייער טאש, אבער די עוולה'ס זענען געווען גרויס און מעכטיג, און די שטראף איז געווען פערפארשאען, און ווער רעד נאך מ'האט געפארדענט,
אגאב, דער וואס זאגט אז אגודה האט נישט געטון איך האב איבער געקיקט ווער עס איז געווארען די נייע בארד פון סקווירא ישיבה איז געווען נאר די אגוה עסקנים ווי הרבני חיים לעשקאוויטש מיט אבי בידרמאן, ועוד, אלע אגודה עסקנים זענען געווען גרייט פאר סקווירא באש ובמים,זיי זענען ביזנעס לייט און ערליכע מענטשען זיי האבען געפאדערט און געמאנט אויף נאייווקייט פון סקווירא און געזאגט מטאר נישט אזוי האנדלען וכו' ,
ביי דע וועי, יעדער האט זיי געהאלפען, פון סאטמאר ביז אגודה אפי' די אוי יוא מיט וויי יוא, זיי האבען נאר געוואלט זיין זיכער אז סגייט נישט פארקימען נאכאמאל, און געבעטען פארזיכרונג, ס'געווען אסיפה דאן ביים הייליגען אדמור משיכון סקווירא יעדער איז דארט געווען פון די אגודה עסקנים מיט משה גבאי מיט רבי מלכיאל קאטלער הרב אברהם ווידער מעיאר פון קרית יואל הרב פאם רבי נפתלטשע וויזניץ מאנסי, פאפא ווער נישט , יעדער,
יעדער האט געוואלט צו שטיין בעת צר, און מקען זאגען אז קיינער האטנישט פארשטאנען ז מדארף אונז העלפען, עס ס אנד זייער סעלפיש, און נישט און פלאטץ ווען מטוט פאר רובאשקין מחילת כבודו הרמה,
ביסט נישט גערעכט, ווייל די מענטשן וואס מען האט איינגעזעצט אין סקווירא האבן געטוהן גאר פעטי קריים, ווי צ.ב.ש. שרייבען די אינקאם פאלש פאר א אפליקאציע פאר קרעדיט וכו'. זיי האבען געזוכט ווי אויסצוגלייכן די כעס און גענומען סתם מענטשן פאר נקמה.
אישתישביימים ידברוצוריק צו סקווירא און רובאשקין, די חילוקים זענען זייער גרויס, א' רובאשקין האט קיינער קיינמאל נישט געזאגט אז די עוולה'ס זענען נישט געווען, מהאט נאר געזאגט די עוולה'ס טוען יעדער, און קיינער באקימט נישט קיין שטראף וואס ער האט באקימען, זיין שטראף איז געווען ווי למשל איינער האט גהרגט א מענטש ווען סך הכל האט ער נישט געגגריסט העפליך בערך אזא חילוק,
ווידער סקווירא האט געטון אמת'ע פאברעכען, ס'קימט נישט די אידען די שטראף ווייל זיי זענען געווען סך הכל שליחים, און געהאלפען די ציבור נישט זייער טאש, אבער די עוולה'ס זענען געווען גרויס און מעכטיג, און די שטראף איז געווען פערפארשאען, און ווער רעד נאך מ'האט געפארדענט,
אגאב, דער וואס זאגט אז אגודה האט נישט געטון איך האב איבער געקיקט ווער עס איז געווארען די נייע בארד פון סקווירא ישיבה איז געווען נאר די אגוה עסקנים ווי הרבני חיים לעשקאוויטש מיט אבי בידרמאן, ועוד, אלע אגודה עסקנים זענען געווען גרייט פאר סקווירא באש ובמים,זיי זענען ביזנעס לייט און ערליכע מענטשען זיי האבען געפאדערט און געמאנט אויף נאייווקייט פון סקווירא און געזאגט מטאר נישט אזוי האנדלען וכו' ,
ביי דע וועי, יעדער האט זיי געהאלפען, פון סאטמאר ביז אגודה אפי' די אוי יוא מיט וויי יוא, זיי האבען נאר געוואלט זיין זיכער אז סגייט נישט פארקימען נאכאמאל, און געבעטען פארזיכרונג, ס'געווען אסיפה דאן ביים הייליגען אדמור משיכון סקווירא יעדער איז דארט געווען פון די אגודה עסקנים מיט משה גבאי מיט רבי מלכיאל קאטלער הרב אברהם ווידער מעיאר פון קרית יואל הרב פאם רבי נפתלטשע וויזניץ מאנסי, פאפא ווער נישט , יעדער,
יעדער האט געוואלט צו שטיין בעת צר, און מקען זאגען אז קיינער האטנישט פארשטאנען ז מדארף אונז העלפען, עס ס אנד זייער סעלפיש, און נישט און פלאטץ ווען מטוט פאר רובאשקין מחילת כבודו הרמה,
ביסט נישט גערעכט, ווייל די מענטשן וואס מען האט איינגעזעצט אין סקווירא האבן געטוהן גאר פעטי קריים, ווי צ.ב.ש. שרייבען די אינקאם פאלש פאר א אפליקאציע פאר קרעדיט וכו'. זיי האבען געזוכט ווי אויסצוגלייכן די כעס און גענומען סתם מענטשן פאר נקמה.
פעדעראלע אינוועסטיגעיטארס וואס זענען דארט געווען האבען געטראפן זייער אטאו וואנדיליזירט ביי זייערע באזוכונגען וכו׳ וכו׳ כנוסח טערראר אויף די וואס שטעלן זיך נישט צי צו דיקטאַטאָריזם ווי אין ...., וואס דאס האט אנגערייצט א געוואלדיגע כעס און רייץ ביי די פעדעראלע אגענטן. #מתגרהבאומות
עטץ האטס א טעות. סקווירא רבי באציט זיך צו די ראטענבערג /שפיטצער פרשה
כ'האב הנאה געהאט פון דעם ארטיקל
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1575890#p1575890">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0#p1575890</a>
ווייסט אפשר איינער אין וועלכע חצר הקודש רובאשקין מאכט היינט נאכט שבע ברכות?
ביי ר' מאטל אויף 54 סטריט
החוקרווייסט אפשר איינער אין וועלכע חצר הקודש רובאשקין מאכט היינט נאכט שבע ברכות?
ס'מוז זיין די האסט נישט וואטסעפפ, ווייל נעכטן איז דאס שוין ארומגעפארן אין גרויסן
בן אדםביי ר' מאטל אויף 54 סטריט
ר' מאטל זילבער איזז שוין אויף 61. אפשר מיינסטו ר' מאטל רובשקין
רבותיי: פארגינטס די שמחה פון אידן וואס זייער הארץ פרייט זיך אמת'דיג מיט די גאולה פון א איד...!
ווען דער מהריי"צ מ'ליובאוויטש זצ"ל איז באפרייט געווארן פון די תפיסה פון די קאמוניסטישע רשעים, האט מען איהם געפרעגט וואס ער זאגט וועגן זיינע אפקומענישן און יסורים. האט ער געענטפערט....אז ווען מ'געט איהם א מיליאן (דאלאר/רובל) פארקויפט ער עס נישט. און ווען מ'געט איהם א מיליאן, אז ער זאלל גרייט זיין צו ליידן די יסורים, וואלט ער עס נישט געטון...!
📎 IMG-20171226-WA0129.jpg
berlbalagulehרבותיי: פארגינטס די שמחה פון אידן וואס זייער הארץ פרייט זיך אמת'דיג מיט די גאולה פון א איד...!
ווען דער מהריי"צ מ'ליובאוויטש זצ"ל איז באפרייט געווארן פון די תפיסה פון די קאמוניסטישע רשעים, האט מען איהם געפרעגט וואס ער זאגט וועגן זיינע אפקומענישן און יסורים. האט ער געענטפערט....אז ווען מ'געט איהם א מיליאן (דאלאר/רובל) פארקויפט ער עס נישט. און ווען מ'געט איהם א מיליאן, אז ער זאלל גרייט זיין צו ליידן די יסורים, וואלט ער עס נישט געטון...!
אויף עפעס א לעיקוואד סייט דרייט זיך א שמועה אז א מיידל איז נאכנישט אריין אין די היי סקול ווי איהרע עלטערן האבן מחליט געווען איז גוט פאר איהר. רובאשקין האט געקלינגען דעם באלעבאס פון די מוסד און געזאגט אז ער איז גרייט אוועקצוגעבן זיין שכר פון די יסורים פון זיין אין תפיסה צו דעם מענטש, אבי ער זאל אריין נעמען די מיידל אין סקול, והך קאווע.
מ'זאגט אז דאס איז גאר א גרעסערע נס ווי די באפרייאונג.
ימים ידברואון די היינטיגע וואך פר' ויגש אין די גליון בחצר הקודש וואס קימט ארויס פון שיכון סקווירא תורה'ס נייעס און שמיעסן פון האדמור משיכון סקווירא, האט מען לכבוד די באפריינוג פון הרב שלום מרדכי אראפגעבערנגט עטליכע שמיעסען פון דער אדמור משיכון סקווירא במשך השנים וועגען רבי שלום מרדכי און איין שמיעס דאכט זיך מיט הרב יוסף הארוויטץ חדבן אדמור ממונקאטש שליט"א, זעהט אויס עס איז געווען און די תקיפה וואס מען האט געמאכט מערערע געלט אקציעס און די קהלות הקדושות פאר ר' שלום מרדכי זאגט דער סקווירא רבי א אינטערסאנטע זאך, אז ברוך השם מען פארשטייט שוין הייט צו הלפען די אידען די יושבי חושך,ווען סקווירא האט מיט געמאכט האט קיינער נישט צו געהאלפען קיינער האט נישט פארשטאנען אז מען דארף העלפען, אזא לשון בערך, אדרבה איינער זאל אראפברענגען די פינקטליכע טעקסט, ס'איז מיר א ווינדער די אפרעדעריי פון אזא חשובער רבי און מנהיג, איז דאס טאקע אמת אז העלפען יושבי חושך איז א נייע זאך? איז דאס אמת אז סקווירא האטט מעןנישט געהאלפען איך געדענק א בריעף ואס אלע קהלות האבען גחתמט לטובת סקווירא, וואס מיינט דער סקווירא רבי??
דאכט זיך רבי נפתלשע באבווער איז עגפארען און טאג פון אחתונה פון א אייניקעל לטובת סקווירא צו א סענטער, ווער געדענקט נישט די פעלות פון אגדוה וואס באדערט סקווירא רבי די פעולות וואס מען האט נישט געטון ? אתמהה?

הילד החולה שביקש מטראמפ לשחרר את רובשקין
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.co.il/2018/01/blog-post_778.html">http://bshch.blogspot.co.il/2018/01/blog-post_778.html</a>
איז דער מעשה אמת?
מ'קען נישט אויסטראכטן אזא מעשה. נאר ס'איז זיכער אויך געווען אנדערע שיקולים ביים פרעזידענט ווען ער האט באשלאסן צו באפרייען ר' שלום מרדכי רובאשקין הי"ו...!
Re: פרעזידענט טראמפ ירום הודו באפרייט רובאשקין
berlbalagulehמ'קען נישט אויסטראכטן אזא מעשה.
אזוי? פון ווי נעמסטו אז נישט?
אישתישביאיז דער מעשה אמת?
אלען דערשאוויטץ האט עס באשטעטיגט אלס קראנט.
שוין, יעצט גרעניצט איר זיך מיט כפירה רח"ל.
אישתישבישוין, יעצט גרעניצט איר זיך מיט כפירה רח"ל.
כפירה רחל, אין וואס?
מחוצף איינער, כפירה אין וואס? ווייסט גאנץ גוט.
אישתישבימחוצף איינער, כפירה אין וואס? ווייסט גאנץ גוט.
כפירה אין קרישנה אדער אין אללה אדער אפשר גאר אין עוואלושען?
כפירה אין דער כח אין סוף בתוך הצמצום. (שפינוזה'ס גאט).
אישתישביכפירה אין דער כח אין סוף בתוך הצמצום. (שפינוזה'ס גאט).
וואס איז די פראבלעם? אז דו האסט וואס צו ענטפערן, ענטפער. ווען דו שרייסט סתם כפירה, ווייזט עס אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן, ביזטו דאך גארנישט בעסער פון איהם.
ברוך, א וויץ כאפסטו אויך נישט?....
שמעקעדיגברוך, א וויץ כאפסטו אויך נישט?....
נישט אייביג... ווער רעדט נאך וואן איך קען צוריקוויצלען...