☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל

בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל

113 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12019
בלאט: 1 2 3

ימים ידברו » מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 3:16 pm

· #391226
ליטוואק דער "ענגלישע הארץ" נעכטען שרייבט, אז הרב שטיינמאן איז געוון מיט די זעלבע שפראך אקעגין מילטער ווי אלע אנדערע חרדים, אבער למעשה האט ער צוגעשטיפט חרדים צו גיין אין מילטער, איך האב נישט געוויסט אז יעקלע כהן מיט מנשה פיליף מיט גאנצעל שרייבען פאר "הארץ" דער מעריב שרייבט אז ער האט אריינגעברענגט חרדים אין שוק העבודה, סוי, עס קען זיין אז דאס אלעת איז מצווצ מדאורייתא, אבער ער האט פותח געווען מיט די מצוה, און עס איז נישט אויסגטראכט געווארען אין איד אפיס, נאר גראדע רעכטע און לינקע חלונישע שרייבערס וואס רעדען פון א מציאות, סוי אורברך מעג קויפען זייער סטארי און ער מעג האלטען אקעגין דעם נקידה.

ארי נוהם » מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 4:44 pm

· #391231
איין בילד רעדט מער פון טויזנט ווערטער.

די שטענדער און "בענקל" פון הגראי"ל זצוק"ל, וואס ער האט גענוצט די לעצטע צענדליגע יארן אין א צי.
📎 כסא וסטנדר.jpeg

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 5:14 pm

· #391233
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
אז א פרייע צייטונג שרייבט עפעס, איז עס זיכער אמת לאמיתו....

מיר ווארטען נאך אויף א מקור פון הרב שטיינמן זעלבסט, צו איינער וואס פארטרעט איהם, אז מיליטער איז נישט אזוי געפערליך, א מ׳דארף שטיצען די מיליטער אפציע פאר דער וואס וויל, אז אפילו א בחור וואס לערנט נישט זאל גייען אין מיליטער. דערווייל איז עס בכלל א שמועה פון גאס, אגענדעס פון צייטונגען, צו פאנדרעיזערס פון מא"ש לש"ש.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 6:39 pm

· #391237
אוהב ספרים
הוילע דמיון

הרב שטיינמאן האט חתונה געהאט טבת תש"ד
דער סאטמאר רוב איז געקומען קיין שווייץ כסלו תש"ה

אין אוצה"ח זאגען זיי אז די מעשה איז געווען ווען ער איז געפארען קיין א"י. זי האט מורא געהאט צו פארן, צוליב די שוואכע אידישקייט אומשטענדן דארט דעמאלס. דער סאטמארער רב האט איהר געזאגט אז מיט אזא מאן קען זי גיין מיט ביידע פיס, עפעס אזוי.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 7:37 pm

· #391238
ימים ידברו
ליטוואק דער "ענגלישע הארץ" נעכטען שרייבט, אז הרב שטיינמאן איז געוון מיט די זעלבע שפראך אקעגין מילטער ווי אלע אנדערע חרדים, אבער למעשה האט ער צוגעשטיפט חרדים צו גיין אין מילטער, איך האב נישט געוויסט אז יעקלע כהן מיט מנשה פיליף מיט גאנצעל שרייבען פאר "הארץ" דער מעריב שרייבט אז ער האט אריינגעברענגט חרדים אין שוק העבודה, סוי, עס קען זיין אז דאס אלעת איז מצווצ מדאורייתא, אבער ער האט פותח געווען מיט די מצוה, און עס איז נישט אויסגטראכט געווארען אין איד אפיס, נאר גראדע רעכטע און לינקע חלונישע שרייבערס וואס רעדען פון א מציאות, סוי אורברך מעג קויפען זייער סטארי און ער מעג האלטען אקעגין דעם נקידה.

ימים ידברו: פיין. דו ודכוותכך, וועלכע זענען שוין מער נישטא אין קאווע שטיבל זענטץ דשיניעסעס אין ארויסזוכן קאונטער אינטואיטיוע און נעגאטיווע (לשיטתכם) סחורה. אבער וואס איז מיט זיין הרבצת התורה מיט מסירת נפש ממש...?! ענקערע שטותים און בויכווייטאג וועגן דאס אלעס איבער...? צי דערפאר מעגט עטץ שוין מזלזל זיין בכבוד התורה פון אזא גדול בישראל...?!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 7:59 pm

· #391240
ער וויל טענה'ן אז דאס איז נישט די נושא. זיין מיינונג איז אז ער האט טאקע געלערנט און איז טאקע געווען א צדיק, אבער זיין מיינונג איבער מיליטער איז געווען להקל. און זיין מקור איז די פרייע צייטונגען. ווען נאר קנאים רעדן אזוי, וואלט עס נישט געשטערט. זייער שייכות מיט אמת איז קיינמאל נישט געווען צו שטארק. אבער פון דער אנדערע זייט טרעפט מען תמימים וואס גלויבען די קנאים, נאר זיי שפארען דערפון אז מיליטער איז טאקע נישט אזוי געפערליך.

ביז דערווייל איז נישט דא קיין טראפ פון א מקור דערצו. ווען פרייע צייטונגען ברענגען כאטש א מעשה צו א מימרא, מילא. אבער יעצט ברענגען זיי דאס אויך נישט, נאר זייער אפטייטש. און די קנאים גלויבען עס הונדערט פערצענט.

ימים ידברו » מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 8:17 pm

· #391243
ווי פול מאל דארף איך זאגען לשיטתי בערל דער ליטוואק איז ער דער גדול הדור דער צדיק הדור דער רשכבה"ג קודש קדשים, ער האט אבער געהאלטען פון פשרות, ער האט געהאלטען מטאר נישט מאכען מחאות אויף ענין של גיוס בני ישיבות, יעדער איז מודה והא ראי' ער האט נישט געמאכט! אפי' ווען לפיד שר"י האט צוגענימען די געלט, וואס די חברי הכנסת האבען שוין געוויינט און געריסען קריעה און זיך צוגעבינדען צום פודיום אין כנסת, האט מען נאר געמעגט מאכען א עצרת תפלה, איר געדענקט ווייל אזוי האבען די גדולי ישראל געהייסען, משא"כ ביי גיוס בנות בימי החזון איש האט מען יא געמאכט עצרת מחאות והפגנות, אדער ביי אנדערע גזירות, וואס אגודה האט געהאלטען פאר א גזירה, ער האט געהאלטען אז די דינים און חוקים פון ממשלת ישראל זענען דינא דמלכותא און מטאר נישט מאכען קיין התגרות מיט זיי, לעומת אלע פריעדיגע גדולים, וואס האבען אלע תקיפות יא געהייסען מאכען הפגנות צו אויף ענין של שבת קודש אדער אלע אנדערע ענינים, ער האט געהאלטען מען דארף גיין מיט פארהאנדלען און מיט פשרות דאס איז אפענע פאקטען וואס דע ריעטעד תחת שמעון גליק איז מודה אפיציעל, יעצט צים גיוס בני ישיבות הרב אורבאך זאגט ער האט געפינט די טיר צו די חרדים, מאטלע קארלעיץ איז געזיצען מיט וועדת כנרת מיט זיין צושטימעניג , משה גפני מיט ח"כ האבען מיט גארבעט מיט די חוק הגיוס המתוקן, וואס איז דא איין חילוק פון די פריערדיגע חוק, ווער עס קען ליינען עברית, מ'נעמט נישט צו די געלט, דעטס איט. אבער יעדע יאר וועט מען צושטעלען מער חרדים אין מילטער ביז תשפ"ב, ליין עס , ווי אזוי האט די מונקאטשער רבי געזאגט פאר ש"ש טעללער איך קען ב"ה ליינען פאפירען ס'גרויסע צרות.. איך דארף נישט אנקימען צו קיין איינעם, די "הארץ" זאגט עס בפירוש ער האט נישט קיין נאמנות, אלע ח"כ זאעגן עס, די ליטטווישע גדולים אין אמעירקע שריין געוואלד, זיי זענען איינגרעדט, נאר די מיט בעלרען ווייסען אז ער איז קעגען מילטער, מיט מענטשען וואס גיייען קאף אין וואנט איז נישטא וואס צו טענהן,
איך האב נישט קיין פראבלעם ער איז דער גדול הדור אבער איינרעדען רעד איין א צווייטען ער הייסט גיין גייט מען פינישט,

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 8:32 pm

· #391245
ימים ידברו: דו און דיין גרופ מאכן איין מורא'דיגן טעות (עטץ רעיגטץ ענק אומזינסט) איך האב גארנישט איינגעלייגט מיט די ליטווישע עולם התורה. איך באלאנג בכלל נישט צו יענעם חדר. אבער אן ערליכער איד ביניך, ב"ה. און דער אייבישטער האט געגעבן א ביסל דעת מבחין און מבדיל צו זיין . יעצט. אידעאלאגיע קען זיין זייער גוט. איך מוז נישט מסכים זיין צו יענעם'ס שיטה און הנהגה. אבער צו נעמען א גדול בישראל וועלכער האט מרביץ תורה געווען לרבים מיט מסירת נפש פאר לאנגע יארן. און מאכן פון איהם אש און פארעך. און מיט בלאטע צוגלייך. אזוי ווי דו און דיין גרופ האלטן אין איין טון. עטץ זענטץ נאך קיוט אויך. עטץ ברענגטץ פארשידענע דאקומענטן און בריוון פון די חילונים צו ענקער צד. צו בארעכטיגן ענקער בזיון התורה ולומדיה. מקיים צו זיין דעם פסוק..."ויהיו בוזים במלאכי אלוקים"...דאס איז דער קריים . דער עוון בל יכופר. די אלע ענקערע שטותים מיט יא גיין אין מיליטער אדער נישט גיין אין מיליטער קענמען אראפפלאשן. די אונטערשטע שורה איז אז עטץ זענטץ מבזה ערליכע אידן גדולי התורה ועובדי ה' במסירת נפש ממש, מיט ענקערע הוילע שטותים און בויכווייטאג...!

קומזיץ » מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 8:51 pm

· #391247
מ'לאזט נישט שרייבן און אייוועלט קומען זיי דא אנחזר'ן....

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 8:55 pm

· #391248
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
יעדע תגובה דיינע איז נאך א בארג מיט שקרים און דמיונות. מ'איז ארויס מאכן הפגנות? גענוי ווען? למשל, אין תשל"ה האט הרב חיים שמואלעביץ געהייסען איין בחור גיין מאכען 'הפגנות'? אדער הרב שך אין שנת תשמ"ב? איז ווען יא? ווער האט געטוישט? ישיבות האבען זיך פארמאכט מוחה צו זיין אויף שבת? ווען? וואו? אויף וועמענ'ס פסק?

נעקסט, ווען האט הרב שטיינמן דערמאנט דער ווארט דינא דמלכותא דינא? ווער האט דיר איינגערעדט אז עס האט מיט דעם?

נעקסט, וואס האט וועדת כנרת צוטוהן מיט עפעס? וואס האבען זיי געטוהן? וועמען גייט עס אן? און וואס האט עס מיט הרב שטיינמן וואס האט גאר גע'חתמ'עט אנטקעגן?

איך געדענק שוין נישט ווייטער, אבער די שקרים ענדיגן זיך נישט. מ'הייבט נישט אן צו פארשטיין וואס די מדינה איז און וואס איז די השתדלות וואס מ'טוט לעומת זיי. ווייל די מהלך פון די אמעריקאנע קנאות איז אלס אין אן אופן וואס טראגט נישט קיין למעשה'דיגע אחריות פאר גארנישט. למעשה, נעמט איינער פון דיין מוחים די אחריות פון די גיוס אויף זיך? ווען מ'וואלט נישט פארהאנדעלט, ווייסטו וויפיהל בחורים מ'וואלט דעמאלס גענומען אין מיליטער? ווער טראגט די אחריות? דער חזו"א האט דען אמאל געזאגט "זאלען זיי מאכען געזעצן, מיר וועלן זיך נאר קעגנשטעלן"? אדער האבען זיי געארבעט מעשים צו ראטעווען וואס מ'קען און נידערן די געזעצען ווי ווייט מעגליך?

איך באשולדיג דיר נישט, דער פראפעגאנדע מאשין ארבעט פול טיים, און פון חו"ל איז זייער שווער צו וויסען דער מציאות. אבער דער הו"א אז הרב שך וואלט פאר איין מינוט געהאלטען פון ארויסלאזען בחורים אין די היינטיגע הפרעות, אן קיין שום עק און גבול, אן א גדול עומד על גביהם, סתם צולאזט, איז מביא לידי גיחוך, א ביטערע געלעכטער. ס'קען קיינער נישט געדענקען אפילו דברים הדומים לזה.

און די אמעריקאנער ראשי ישיבות מאכען זיך צו נער אין דעם אויך. ר' מלכיאל'ס מיינונג איז גארנישט ווערד, ער איז אזא יורש ווי די אלע פערפל טיילער רבי'ס, ווען נישט פאר זיין דזשינס קוקט איהם קיינער נישט אן. ר' אלי' בער ווייסט נישט פון אחריות צו זאגן, כידוע פאר די וואס קענען איהם (איך האב געלערנט ביי איהם, ואכמ"ל). ר' אהרן שכטר איז א תם, און דער ערשטע צו רעדן מיט איהם איז געווען טומבאק. ווידער ער האט אין זיין לעבן נישט געוואוינט אין א"י, ער קען נישט דעם סיסטעם, ער הייבט נישט אן צו פארשטיין די ברייטע נושא.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 10:53 pm

· #391253
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
ווער בין איך אני הקטן והשפל צו רעדן פון אזא אדם גדול בתורה, בחכמה, וביראת השם. כ'וויל נאר דערציילען מיין עקספיריענס.

כ'בין געווען ביי הרב שטיינמן זצ"ל עטליכע מאל אין א"י און ג'שמועסט מיט עם פערזענליך, און יעדעס מאל בין איך ארויס פון התפעלות פון דע ענווה וואס כ'האב געזען ביי עם, איך בין נישט קיין תלמיד, הרב שטיינמן האט מיך נישט געקענט פערזענליך, און יעדעס מאל מיך אויסגעהערט און איבערגעפרעגט, כ'גדענק ווי איך בין געשטאנן אין די רייע נאך מנחה מעריב, און אלע האבן געווארט צוצוגיין צום ראש ישיבה זצ"ל נהנה צו זייו עצה ותושי' און אלעס האט געהאט קעמערעס, און בליצן האט נישט אויפגעהערט קומען פון אלע ד' רוחות, ווער וויל דען נישט האבן א בילד פונעם און מיטן ראש ישיבה. און דער ראש ישיבה דער רשכבה"ג שטייט דארט און הערט אויס יעדע אדורך גייער מיט זיינע בקשות, בחורים מיט זייער השגות, עלטערע מיט זייערע פראבלעמען, און צו יעדן א עכטע אוזן קשבת, און פרעגט איבער זיכער צו מאכן פאר ער ענטפערט, און טוט וואלידעטן און ווייזן מיט לייד פאר יעדן וואס איז אין אן עת צרה, און פרייט זיך מיט יעדעמס שמחה, און יעדער דארט שפירט ווי דע צדיק וחכם איז מיט עם אינגאנצן.

און אזוי איז ער געשטאנן דארט ביז יעדער איז דורך, און איז שוין דאן געווען א בן תשעים און דאס איז געווען נאך א גאנצע טאג פון אקטיוויטעטן פון פארלערנן פאר בחורים, פאר בעלי בתים און זיך אפגעבן מיטן ציבור. דאס פלעגט זיין א דבר יום ביומו א יעדע נאכט נאך מנחה מעריב.

אזוי שטייענדיג דארט אין כ'באטראכט דעם מצב ווי די קאמערעס האלטן אין איין פלעשן יעדע בחור'ל מיט זיין קאמערע פרובירט צו כאפן א בילד ווי ער שטייט און שמועסט מיטן גאון הדור, און דער צדיק דעקט זיך נישט איבער מיט די האנט, און דרייט נישט אוועק זיין פנים פון די קאמערעס, נאר פארקערט ער קוקט גאר אריין מיט א שיינעם שמייכל אויפנעמענדיג יעדען, דאס מיינט איזהו חכם המכיר את מקומו, ער ווייסט אז ער דער ראש ישיבה, און ער פארשטייט אז פאר יעדן איד וואס שטייט דא וועט זיין א גאר א חשובע זאך צו האבן א בילד ווי ער שטייט צוזאמען מיטן ראש ישיבה, איז אדרבה דאס איז א גמילת חסד פאר יענעם, דאס הייסט עניוות.

ס'האט מיך דערמאנט פון די מעשה וואס הרב רייזמאן פון פלעטבוש האט דערציילט, ווען ער איז געווען א יונג בחור'ל און האט משמש געווען ר' משה פיינשטיין זצ"ל, א מעשה מיט א פאטאגראפירער.

ווען ס'געקומען מיין רייע צו רעדן מיט עם האבן זיך מיינע גלידער געשאקעלט פאר שרעק, כ'האב קוים געקענט ארויס זאגן א גראדע ווארט אהן שטאלפערן, אבער ער האט מיך געמאכט גוט שפירן, ער האט מיך איבערגעפרעגט, און זיכער געמאכט אז ער הערט יעדעס ווארט, און דערנאך מיך אנגעווינטשן ווארעם מיט א ברכה והצלחה.

און כ'געדענק נאך ווי כ'האב אזוי באטראכט זיין לאנגע צוקניפטע בארד, מיט זיין הויט און ביין געשטעל, ווי ס'באקאנט האט דער ראש ישיבה געפאסט פאר צענדליגער יארן נאר טועם געווען ביינאכט, זיך צו עהרנערן אויף וויפיל ס'האט אויסגעפעהלט.
זיין דירה ווי ער האט געוואוינט, ניטאמאל אן אייגן הויז,סתם א דירה'לה מיט נאך איינוואוינערס, כ'האב פרובירט אריין צו קוקן אינעם דירה ממש אזוי פשוט, ממש מ'האט געקענט זאגן אויף עם : כל העולם כולו ניזון בשביל חנינא בני, וחנינא בני דיו בקב חרובין מערב שבת לערב שבת".

אה! כלל ישראל טרויערט נאך אזא אבידה שאין לו תמורה, אינז וועלן זיך אלע בענקן.

ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 12:35 am

· #391260
<a class="postlink" href="https://mobile.nytimes.com/2017/12/13/obituaries/aharon-leib-shteinman-ultra-orthodox-leader-in-israel-dies-at-104.html?referer=">https://mobile.nytimes.com/2017/12/13/o ... l?referer=</a>

קלוגע יודל » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 3:17 am

· #391263
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
ימים ידברו
איך ווענד מיך יעצט צו ליטוואקס תגיבה, דאס אז הרב שטיינמאן האלט פון מאכען פשרות איז א אמעירקאנע איינרעדעניש וואס אורבאך האט מצליח געווען אונז איינצורעדען, דעט איז נייס, קיק נאר די אלע איזרעלי צייטינגען וואס באגריסען די פטירה פון הרב שטיינמאן אז ער האט אריינגברענגט די חרדים אין שוק עבודה, דאס שטייט אין מעריב, אין הארץ, אין ווי נישט,


איין מינוט, נאר סאטמארע רב האט געמעגט האלטן אז איינער וואס האלט נישט ביים לערנען זאל גיין ארבעטן? א צווייטע וואס האלט אזוי ווערט א שגץ?

קלוגע יודל » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 3:23 am

· #391264
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
ימים ידברו
ווי פול מאל דארף איך זאגען לשיטתי בערל דער ליטוואק איז ער דער גדול הדור דער צדיק הדור דער רשכבה"ג קודש קדשים, ער האט אבער געהאלטען פון פשרות, ער האט געהאלטען מטאר נישט מאכען מחאות אויף ענין של גיוס בני ישיבות, יעדער איז מודה והא ראי' ער האט נישט געמאכט! אפי' ווען לפיד שר"י האט צוגענימען די געלט, וואס די חברי הכנסת האבען שוין געוויינט און געריסען קריעה און זיך צוגעבינדען צום פודיום אין כנסת, האט מען נאר געמעגט מאכען א עצרת תפלה, איר געדענקט ווייל אזוי האבען די גדולי ישראל געהייסען, משא"כ ביי גיוס בנות בימי החזון איש האט מען יא געמאכט עצרת מחאות והפגנות, אדער ביי אנדערע גזירות, וואס אגודה האט געהאלטען פאר א גזירה, ער האט געהאלטען אז די דינים און חוקים פון ממשלת ישראל זענען דינא דמלכותא און מטאר נישט מאכען קיין התגרות מיט זיי, לעומת אלע פריעדיגע גדולים, וואס האבען אלע תקיפות יא געהייסען מאכען הפגנות צו אויף ענין של שבת קודש אדער אלע אנדערע ענינים, ער האט געהאלטען מען דארף גיין מיט פארהאנדלען און מיט פשרות דאס איז אפענע פאקטען וואס דע ריעטעד תחת שמעון גליק איז מודה אפיציעל

אזוי ווי סאטמאר האט געטוישט זייער שיטות, האט ער לשיטתך געמעגט טוישן די ליטווישע שיטה.

סאטמאר רב האט געוויסט אז "עת לעשות השם, הפרו תורתך", און אמאל דארף מען גיין צוזאמען מיט די אגודה (ע"ע גיוס בנות), אבער היינט ווען איינער פון די סאטמארע טראכטן נאר אפילו אז מען זאל גיין צוזאמען מיט די אגודה ווערט ער פארשריגען דורך זיין ברידער אלס ציוני וכו'.

אויב די מעגסט טוישן דיין שיטה מעגן זיי אויך It's a 2 way street

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 5:16 am

· #391265
וואס זוכט מען תירוצים אויף קשיות וואס זענען נישט געשטויגען און נישט געפלויגען? גארנישט געטוישט, גארנישט מחדש געווען. זיין נאטור איז אנדערש ווי הרב שך׳ס, פונקט ווי הרב שך׳ס איז אנדערש געווען ווי דער חזו"א׳ס. און נאכאלס האבען אלע ווייטער געפיהרט אויפ'ן ענליכע מהלך. גיוס בני הישיבות איז אייביג געווען דער קאמפף, נישט גיוס חרדים. פון דער ערשטען טאג פון הקמת המדינה.

קלוגע יודל » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 10:39 am

· #391269
נישט אז איך האלט אז ער האט געטוישט מהלך, איך האב געשריבען לשיטתו

ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 2:26 pm

· #391303
Fake news
📎 IMG-20171214-WA0042.jpg

תנחום » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 2:27 pm

· #391304

נקודת-אמת » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 5:13 pm

· #391324
תנחום

יעך האב געהערט פון הרה"ח אברהם מענדלאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג וואס איז א גרויס'ען נאשער בחצרות הצדיקים והבאבות (והבאבות הצדיקים ג"כ)
וואס איז געוועהן זייער מקורב ביים הייליגען באבא סאלי ומשפחתו עד האידנא, ביי ר' אשר פריינד זיע"א ומשפ', און ביי נאך אסאך.
ער פלעגט זיך אויך דרייען ביים מרן ע"ה, און כמעט א יעדע מאהל וואס ער האט באזוכט אין ארה"ק פלעגט ער ארויף קומען צום הייזקעלע אויף חזון איש 5.

ביז דעם יום המר והנמהר כואב ונכאב וואס די חברי הכנסת האבן בהסכמה שבשתיקה געלאזט אדורך פירן דעם (ספק) טריפה'נע "חוק טל"

און ר' אברהם'ען האט דערפון געהערט, און אין ווילי האט יעדער געוואוסט יד מי היתה במעל.
און ס'איז שוין געהאלטען געווארן לענגערע דרשות צו מבער זיין אט דעם עמלק שבקרבנו.
האט אונזער ר' אברהם אריבער געפארן בני ברקה, ארויף געקומען בבית מרן, אראפגעלייגט אויפ'ן טיש דעם ספר'ל לאות מחאה.
מרן זצ"ל האט אויפגעהויבן זיינע אויגען, און באמערקט ווער איז דער נותן הספר,
עם געגעבן א ברייטער שמייכל, און האט עם געפרעגט אויב דאס הייסט אז ס'איז דאס לעצטע מאהל וואס מ'טרעפט זיך?
האט ר' אברהם געשאקעלט מיט'ן קאפ.
און הגראי"ל האט זיך ווארעם געזעגנט פון איהם.
דארט ברענגען זיי אז ס'איז געוועהן פאר'ן תשנ"ו בחירות, ולא היא דאס איז געוועהן כדאמרן.

שמעתי מבעל המעשה.

אחר ההערות הוספתי:

קען זיין אז מרן-זצ"ל'ס-אוצר-הספרים האט דערהאלטען 2 ויואל-משה'ס

mevakesh » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 6:57 pm

· #391332
א טיפישע מעשה וואס ברענגט ארויס זיין מהות אלעס מיט א מתינות און רוהיגקייט

קורץ און שארף » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 8:16 pm

· #391342
די פראבלעם מיט דיין גירסא איז, אז אינעם שער בלאט האט הרב שטיינמאן אליין אריינגעשריבן דעם דאטום פון תשנ"ו.... לאנגע יארן איידער די חוק טל.

דער דאטום איז געווען, לפי הכתבה שם, איין וואך פאר די בחירות וואס ער האט געשטופט, און עס איז גאר אינטרעסאנט

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 10:31 pm

· #391359
נקודת-אמת
תנחום

יעך האב געהערט פון הרה"ח אברהם מענדלאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג וואס איז א גרויס'ען נאשער בחצרות הצדיקים והבאבות (והבאבות הצדיקים ג"כ)
וואס איז געוועהן זייער מקורב ביים הייליגען באבא סאלי ומשפחתו עד האידנא, ביי ר' אשר פריינד זיע"א ומשפ', און ביי נאך אסאך.
ער פלעגט זיך אויך דרייען ביים מרן ע"ה, און כמעט א יעדע מאהל וואס ער האט באזוכט אין ארה"ק פלעגט ער ארויף קומען צום הייזקעלע אויף חזון איש 5.

ביז דעם יום המר והנמהר כואב ונכאב וואס די חברי הכנסת האבן בהסכמה שבשתיקה געלאזט אדורך פירן דעם (ספק) טריפה'נע "חוק טל"

און ר' אברהם'ען האט דערפון געהערט, און אין ווילי האט יעדער געוואוסט יד מי היתה במעל.
און ס'איז שוין געהאלטען געווארן לענגערע דרשות צו מבער זיין אט דעם עמלק שבקרבנו.
האט אונזער ר' אברהם אריבער געפארן בני ברקה, ארויף געקומען בבית מרן, אראפגעלייגט אויפ'ן טיש דעם ספר'ל לאות מחאה.
מרן זצ"ל האט אויפגעהויבן זיינע אויגען, און באמערקט ווער איז דער נותן הספר,
עם געגעבן א ברייטער שמייכל, און האט עם געפרעגט אויב דאס הייסט אז ס'איז דאס לעצטע מאהל וואס מ'טרעפט זיך?
האט ר' אברהם געשאקעלט מיט'ן קאפ.
און הגראי"ל האט זיך ווארעם געזעגנט פון איהם.
דארט ברענגען זיי אז ס'איז געוועהן פאר'ן תשנ"ו בחירות, ולא היא דאס איז געוועהן כדאמרן.

שמעתי מבעל המעשה.

אחר ההערות הוספתי:

קען זיין אז מרן-זצ"ל'ס-אוצר-הספרים האט דערהאלטען 2 ויואל-משה'ס


לדעתי דארף דער אברהם מאנדלוביץ גיין איבער בעטן דער הרב שטיינמאן - עס איז א שפיל מיט פייער - זאל ער גיין צום קבר אין איהם איבערבעטן

גראף » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 8:27 pm

· #391747
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

סקרן » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 12:16 pm

· #392278
הרב רייזמאן מצוה לשמוע ולפרסם
📎 AUD-20171220-WA0188.mp3

ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 1:09 pm

· #392283
g3zfr-gfskp.mp3
📎 g3zfr-gfskp.mp3

סקרן » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 1:24 pm

· #392285
ער זאגט נישט אז ער מאכט חשבונות של מעלה און ער זאגט אז יא זיי זענען געווען פון די משפחות ער ווייסט בנאמנות
ער זאגט סה"כ אז סאמטינג איז העפינינג היר מ'דארף מוחה זיין כדי ס'זאל נישט פאלן נאך חללים
און ער באווארנט אפאר מאהל ער רעדט נישט צו די משפחה יעצט ווייל באמת קענען מען נישט משיג זיין זייער צער
סאו אויב ביזטו א צובראכענע מענטש ווייל דו האסט פארלוירן א קינד איי פיל ביד פור יו
אבער רילעקס הער אויס די שמועס נאכאמאל און אהן נגיעות טראכט
טאמער ביזטו נאכאלץ אויפגערעגט נאכדעם שרייב אים א בריוו ער זאל וויסן אז ער איז באגאנגן אן עולה לענ"דעתך

יעקב מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 2:31 pm

· #392288
סקרן
הרב רייזמאן מצוה לשמוע ולפרסם

וואס דארף מען צו הערן דא?

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 2:37 pm

· #392289
יעקב מענטש
סקרן
הרב רייזמאן מצוה לשמוע ולפרסם

וואס דארף מען צו הערן דא?

שלום מרדכי רובאשקין'ס זון. ס'געווען ערגעץ אויף דעם אשכול.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/12033">viewtopic.php?f=3&t=12033</a><!-- l -->
chosen people
זעהט אויס ווי ער איז שוין אויפן וועג אהיים.

יעקב מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 3:06 pm

· #392290
אין אנדערע נייעס
📎 משה לורבר מעיד על הרב שטיינמן בענין הצבא.jpg

ארי נוהם » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 3:57 pm

· #392295
איך ווייס נישט וואס די נייעס דארף זיין, איך זע יא א גדול בישראל וואס רעדט פערזענליך מיט א בחור'ל וואס גליטשט, הערט אויס מיט אויפמערקזאמקייט זיינע פראבלעמען און באמערקט זיינע תכונות נפשיות, און מיט סייעתא דשמיא באגלייט מיט א קלארע קאפ מאכט ער די ריכטיגסטע החלטה פאר דעם ספעציפישן פאל און דער ספעציפישער בחור, און שיקט אים אין מיליטער. דאס ראטעוועט טאקע דעם בחור פון ווערן א גענצליכער אט"ד, ווי דער בחור זעלבסט איז מעיד אז אדאנק נחל חרדי האט ער אנגעהויבן זיך צוריקכאפן צו אידישקייט (און אויפן בילד זעט ער אויס ווי א רעגולערער ליטווישער חרדישער בחור).

ברוך שמסר לעולמו שומרים, ואוי לדורנו שהשומרים הוחבלו ע"י מחבלים בכרמים.

בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:14 pm

· #392297
ליפא
g3zfr-gfskp.mp3

?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:49 pm

· #392314
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
ארי נוהם
איך ווייס נישט וואס די נייעס דארף זיין, איך זע יא א גדול בישראל וואס רעדט פערזענליך מיט א בחור'ל וואס גליטשט, הערט אויס מיט אויפמערקזאמקייט זיינע פראבלעמען און באמערקט זיינע תכונות נפשיות, און מיט סייעתא דשמיא באגלייט מיט א קלארע קאפ מאכט ער די ריכטיגסטע החלטה פאר דעם ספעציפישן פאל און דער ספעציפישער בחור, און שיקט אים אין מיליטער. דאס ראטעוועט טאקע דעם בחור פון ווערן א גענצליכער אט"ד, ווי דער בחור זעלבסט איז מעיד אז אדאנק נחל חרדי האט ער אנגעהויבן זיך צוריקכאפן צו אידישקייט (און אויפן בילד זעט ער אויס ווי א רעגולערער ליטווישער חרדישער בחור).

ברוך שמסר לעולמו שומרים, ואוי לדורנו שהשומרים הוחבלו ע"י מחבלים בכרמים.
דאס איז די טריק פון די הולכי חשך. מ׳האט דיר געצווינגען ממציא צו זיין א פשט פאר זיין מעשים. דערנאך קענען זיי זיך שוין בארעכטיגען.

איך זאג דיר להד"ם, ער האט עס נישט געזאגט און די מעשה איז די שקר וואס די קנאים מיט די לינקע האבען ממציא געווען. כך היא דרכם מאז ומקדם.

עס איז דא הונדרעטער עדים וואס האבען געהערט פארקערט פון איהם, ווי ער האט נישט מסכים געווען צו אזעלכע מעשים. און הונדרעטער אויפגעוויזענע שקרים פון די צד שכנגד. מיר וואלט נישט געווען קיין חידוש ווען דער בחור עגזיסטירט בכלל נישט, לא דובים ולא יער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:56 pm

· #392319
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז די טריק פון די הולכי חשך. מ׳האט דיר געצווינגען ממציא צו זיין א פשט פאר זיין מעשים. דערנאך קענען זיי זיך שוין בארעכטיגען.

איך זאג דיר להד"ם, ער האט עס נישט געזאגט און די מעשה איז די שקר וואס די קנאים מיט די לינקע האבען ממציא געווען. כך היא דרכם מאז ומקדם.

עס איז דא הונדרעטער עדים וואס האבען געהערט פארקערט פון איהם, ווי ער האט נישט מסכים געווען צו אזעלכע מעשים. און הונדרעטער אויפגעוויזענע שקרים פון די צד שכנגד. מיר וואלט נישט געווען קיין חידוש ווען דער בחור עגזיסטירט בכלל נישט, לא דובים ולא יער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דו מיינסט צו זאגן אז ער האט נישט געשיקט בחורים אין מיליטער?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:56 pm

· #392320
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
יא. כפי הידוע האט ער קיינמאל נישט געשיקט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 5:04 pm

· #392324
ליטוואק פון בודאפעסט
יא. כפי הידוע האט ער קיינמאל נישט געשיקט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אין אלע מיינע יארן זיך דרייענדיג אין ארץ ישראל צווישן חסידים נלהבים פון הרב שטיינמאן, האב איך נישט געהערט קיינער זאל עס לייקענען, אדרבה, זיי האלטן אז ס'דא בחורים וואס די איינציגסטע עצה פאר זיי איז זיי זאלן גיין אין מיליטער.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 5:17 pm

· #392329
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
איך ווייס. אבער דאס איז ווייל די לינקע מיט די קעגענער האבען מפרסם געווען אזוי. דאס קומט נישט פון איהם צו זיין נאנטער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 5:33 pm

· #392330
ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס. אבער דאס איז ווייל די לינקע מיט די קעגענער האבען מפרסם געווען אזוי. דאס קומט נישט פון איהם צו זיין נאנטער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ס'זענען דא הונדערטע עדים וואס האבן געהערט פון זיין מויל, אז א בחור א מחלל שבת טאר נישט גיין אין מיליטער?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 6:26 pm

· #392333
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
א. דער בג"צ האט געפסל׳ט דער אלטע סיסטעם, פון דער מיליטער געבען פטורים פאר תורתו אומנתו לויט זייער פארשטאנד, אין תשנ"ט. זייט דעמאלס האט דער רעגירונג געמוזט נעמען אלע בחורים אין מיליטער.

ב. וועדת טל האט זיך פארמירט צו מאכען א נייעם געזעץ. גדולי ישראל האבען געזען אז די געזעץ האט בכח אריינצושלעפען אלע בני ישיבה אין מיליטער, און כדי צו ראטעווען די ישיבה בחורים, האבען זיי געטוהן פונקט ווי זייער פארגייערס, און מ׳האט זיך געזעצען מיט זיי צו מאכען די פטור וואס בעסער. די געזעץ נעמט יעדער, מ׳קען און מ׳דארף נאר ארויסשלעפען וואס מ׳קען.

ג. די מדינה האט פראבירט פארשידענע וועגען צו שלעפען חרדים אין מיליטער, און די גדולים האבען געארבעט פיבעריש צו שטעלען קלאר אז דער וואס לערנט, קען בלייבען אין לערנען. פונקט ווי דער חזו"א בשעתו, הרב אברמסקי בשעתו און הרב שך בשעתו. מ׳האט נישט געוואלט אז קיינער זאל גייען, אבער די ארבעט איז בעיקר פאר בני תורה.

ד. איינער פון די פלענער פון די מיליטער איז געווען נחל חרדי. אלע גדולים האבען עס נישט געוואלט, נאר זייער עיקר ארבעט איז געווען, כאמור, די בני ישיבה.

ה. ווען די וועדה האט דן געווען וועגען די נחל ודעימיה, זענען די חרדישע חברי כנסת נישט דארט געווען, כדי שלא יקרא על שמם. און הרב שטיינמן האט דאס געהייסען.

ו. ווען די וועדה האט גע׳ענדיגט זייער ארבעט, האבען די גדולי ישראל געהאנדעלט צו מ׳זאל מיטשטימען. הרב שטיינמן האט געשיקט פרעגען הרב אלישיב זיין מיינונג, ווייל אנדערע האבען זיך געדינגען מיט איהם. די שאלה איז נישט געווען צו נחל גייט עגזיסטירען צו נישט. אויף דעם האבען זיי נישט געהאט קיין שליטה. די שאלה איז געווען צו מ׳זאל מיטשטימען כדי נישט צו מאכען איבעריגע זינלאזע קריגעריי אן קיין נ"מ, אדער זאל מען מאכען א סטעיטמענט אז מיר האלטען נישט מיט. הרב אלישיב האט מכריע געווען, אין די לעצטע טאג (ביז דעמאלס האבען די יונגאטשעס שוין מצליח געווען אוועק צו שטעלען ביים עולם אן איינדרוק כאילו הרב שטיינמן איז בעד נחל, אן קיין טראפ ראיה), אז מ׳זאל יא מיטשטימען.

ז. געוויסע חברי המועצת האבען אנדערש געהאלטען, און איינער האט זיך אפגעזאגט פון דער מועצגה"ת צוליעב דעם. די מחלוקת איז געווען אויף א חוט השערה, בכל אופן האט מען געמאכט א נחל און געפטר׳ט ישיבה בחורים. פון דעסטוועגען האט הרב אלישיב געהאלטען אז דאס זיך אפזאגען צוליעב א חילוקי הדעות איז נישט ריכטיג.

ח. איך האב נישט גערעדט מיט הונדרעטער מענטשען, אבער מענטשען זאגען מיר בשם הונדרעטער און בשם גבאים וואס זענען דארט געשטאנען, און זיי זאגען אז ווען מ׳האט געפרעגט וועגען א מחלל שבת, האט ער געזאגט אז מ׳זאל מקרב זיין, נישט שיקען אין מיליטער. ווען א טאטע האט געוואלט שיקען, האט ער געזאגט, ווי עס שטייט אין בריוו, אין לנו כח למונעו. אבער מייעץ זיין האט ער נישט. איך קען נישט ברענגען אן עדות פון לא זזה ידו מתוך ידי, טאמער אן אויסנאם האט פאסירט קען איך נישט זאגען. אבער זיין אלגעמיינע מיינונג איז געווען אז מיליטער איז נישט קיין לעזונג.

ט. דער עיקר איז אבער, אז די חברי כנסת האבען איין ארבעט, פטר׳ן ישיבה בחורים און יונגעלייט. די שיטה איז שוין פון ערשטען טאג, און עס האט זיך גארנישט געטוישט אונטער זיין פירערשאפט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 8:05 pm

· #392338
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
יעקב מענטש
סקרן
הרב רייזמאן מצוה לשמוע ולפרסם

וואס דארף מען צו הערן דא?
הרב רייזמאן איז מוחה אויף די טאנצעריי ביים פטירה פון הרב שטיינמאן, און ער זאגט אז אפאר פריצייטיגע פטירות קען מען זוקף זיין צו די חשבון.
ער ברענגט ארויס א פאר נקודות אין די שקר פון די פושעי ישראל.

ער איז אויך מוחה אויף דאס אז חילוקי דעות ברענגט צו פירוד לבבות אזש אז מ׳קען אזוינס טוהן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 11:48 pm

· #392358
אם כדבריך, פארוואס טאקע מאכען די יושבי חושך א מלחמה מיט הרב שטיינמאן? סתם?

כלומר, דאס איז זיכער אז זיי בלאזן אויף וואס הרב שטיינמאן האט געהאלטען, אבער עפעס א קורטוב של אמת מוז זיין, עפעס הרב שטיינמאן געהאלטען וואס האט זיי געמאכט טאנצען ווען ער איז אוועק. והראי' זיי האבן נישט געטאנצען און געשריגען ימח שמו אויף הרב שך אדער רב אלישיב.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 9:53 pm

· #392411
Re: בד''ה: הגראי''ל שטיינמאן זצ''ל
אישתישבי
אם כדבריך, פארוואס טאקע מאכען די יושבי חושך א מלחמה מיט הרב שטיינמאן? סתם?

כלומר, דאס איז זיכער אז זיי בלאזן אויף וואס הרב שטיינמאן האט געהאלטען, אבער עפעס א קורטוב של אמת מוז זיין, עפעס הרב שטיינמאן געהאלטען וואס האט זיי געמאכט טאנצען ווען ער איז אוועק. והראי' זיי האבן נישט געטאנצען און געשריגען ימח שמו אויף הרב שך אדער רב אלישיב.


פאר דעם דארף מען פארשטייען די צוגאנג פון הגראי"ל. קוק די ווידיאו ווי אמנון יצחק רעדט מיט איהם קעגען יעקב שוויכה. הגראי"ל איז געווען א שטארקע קריטיקירער, ער האט געהאט א צינישע בליק אויף אלס און ער האט קיינעם נישט געגלויבט. ווען קנאים זענען געקומען צו איהם, האט ער זיי געלאכט אין פנים. הרב שך האט זיי געטראפען ארבעט אין דער ביזנעס, הרב אלישיב האט זיי ניטאמאל געהערט, זיין אויערען זענען טויב געווארען. הרב שטיינמן האט פון זיי געלאכט און עס האט זיי אלס געציפט. און ווען זיי האבען אנגעהויבען זיך טשעפען מיט איהם, האט ער זיי גענצליך איגנארירט. זיי האבען זיך מער און מער גערעגט פון איהם, ווייל זיי האבען נישט געקענט טרעפען קיין וועג אריין צו איהם. שטעל דיר פאר וואס וואלט פאסירט ווען א קנאישע יונגערמאן באקומט וואס אמנון יצחק האט באקומען.

פון דעם קומט עס, לפי השערתי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 12:20 am

· #392424
ליטוואק פון בודאפעסט
יעקב מענטש
סקרן
הרב רייזמאן מצוה לשמוע ולפרסם

וואס דארף מען צו הערן דא?
הרב רייזמאן איז מוחה אויף די טאנצעריי ביים פטירה פון הרב שטיינמאן, און ער זאגט אז אפאר פריצייטיגע פטירות קען מען זוקף זיין צו די חשבון.
ער ברענגט ארויס א פאר נקודות אין די שקר פון די פושעי ישראל.

ער איז אויך מוחה אויף דאס אז חילוקי דעות ברענגט צו פירוד לבבות אזש אז מ׳קען אזוינס טוהן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דאס אז די טאנצערס דארפן וויכטיג זיך אינטערזיכן, איז פשוט. אבער פאר רייזמאן צו ווערן וועלטס פארזארגער און מוחה זיין כדי אראפצונעמען די חרון אף, איז א חידוש. איז דאס די ערשטע עבירה וואס ער האט געטראפן מוחה צו זיין? ווייניג שגץ שטיק און רשעות ווערן אפגעטון טאג טעגליך? לאמיר זעהן ער זאל מוחה זיין קעגן די געשלעג אין פאנאוויזש, למשל. גרויסע צעלייגער וואס ער איז, קעגן אפאר אפגעפליגע סיקריקים וואס זענען אפגעפרעגט בי 99.99% מענטשן קען ער מוחה זיין.

יעקב מענטש » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 4:08 pm

· #392468
אינעם פרייטאגדיגן שיעור האט ער שיין צולייגט די היסטאריע פון נחל חרידי.

-----
מפי שמועה האב איך געהערט אז די קאנטראווערסיאלע דרשה איז געקומען אויפן פארלאנג פון זיין רבין דער בעלזער

ימים ידברו » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 4:21 pm

· #392470
היינט א' שמות 730 אווענט אין ישיבת קול יהודא נאוומינסק וועט פארקימען א הספד מר על פטירת מרן הגראי"ל זצ"ל עס גייט אויפטרעטען האדמור מנאוומינסק ראש אגודת ישראל הג"ר משה הלל הירש ר"י סלבודקא הג"ר ירוחם אולשין ר"י בית מדרש גבוהה מיט הג"ר אברהם שארר שליט"א

ימים ידברו » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 9:15 am

· #392776
סאיז מיר פארענפירט געווארען ב"ה איין קשיא פארוואס ער האט די לעצטע בחירות געגאנגען פון זיין שטיב ביז די קלפי, זיין איינקיעל האט ביי די הספד געזאגט ער האט שוין נישט געוויסט וועליכע טאג אין די וואך עס איז, ער האט געמיינט יעדן טאג אפשר ס'איז שבת האט ער מסתמא מגודל יראת שמים נישט געוואלט פארען אפשר שבת היום!
דאס הייסט א יראת שמים, אבער דיקשיא פארוואס ער האט אנגעהויבען בכלל צו גיין בחירות בימי אחריתו איני יודע

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 10:56 am

· #392783
ימים ידברו: דיינע לויב ווערטער און קאמפלימענטן האבן אזא טעם ווי בלעם'ס ברכות פאר די אידן. אויף וואס רש"י הק' זאגט..."לא מדובשך ולא מעוקצך"... ווייל פון דיינע ..."קאמפלימענטן"... קענמען ארויסליינען די ליצנות פון א יעדע שורה. ס'הייסט דו זאגסט לאמור. אזוי צו זאגן. איך בין זייער ברייטהארציג. איך זאג אז הרב שטיינמאן איז געווען א וואוילער איד. א ירא שמים (ח"ו נישט קיין ימ"ש. אזוי ווי איך און מיינע חברים האלטן אין איין שרייען). איי. פארוואס איז ער געגאנגען מיט נחל חרדי...?! פשוט. ווייל ער איז שוין געווען עבר ובטל. א ראיה איז אז זיין אייניקל האט עס אליינס געזאגט. והודאת בעל דין כמאה עדים דמי...!

ימים ידברו » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 8:51 pm

· #392818
בערל נאו וועי, סנישט קיין ליצנות איין מיניט, איך שטאדיר די פאקטען די מעשיות, דא איז אזוי איך ליין וואס די אייניקעל פארציילט בתור גדלות אינסענט, איך פרעג דיך יעצט, א איד וואס כל ימיו איז נישט געגאנגען בכלל צו בחירות, מרנן ורבנן האבען געהייסען געשריבען בריעף געהאלטען דרשות געזאגט ככל אשר יוריך, הרב שך מיט י סטייפלער מיט אלע קדושים וגאונים ער איז געבליבען אינדערהיים, איי מדארף דאך אויפטוען אינווענדיג, יא ביז רבי ארי לייב ער לערינט תורה לשמה, סוועט שוין גיט זיין די נעקסטע פיר יאר אן זיין שטימע, אויפ אמאל הער איך אז ער וואקט צום קלפי זייענדיג איבער הונדרעט יאר, וואס איז ? ער איז היינט דער חותם דער מרן מנעמט אים מיט מסירת נפש לכל עיר ועיר מדן ועד באר שבע היינט ווער עס זאגט אנדערשט שרייט הגאון רבי חיים קניבסקי זקן ממרא, בהמות, הוקע אותם נגד השמש, וואס הייסט ממוז אויטוען פון אינוועדיג, יעדע שני וחמישי קומט ארויס א נייע סטעיטמענט פון חזון איש חמש, וואס יעדער איד שעמדו אבותיו על הר סיני ציטערט למוצא וווער זאגט? וואס הייסט פיו מפי זיין נאמן ביתו ואין להרהר א רגע נישט,
אויפאמאל פאררעדט זיך א אייניקעל ברבים, און פארציילט, דער זיידע האט ניט געוויסט די טאג פון די וואך! וואס? מיר זענען טאקע אזענע פערד?
דער זון הרב משה שטיינמאן פארציילט מיט התפעלות, ווען די הגאון רבי חיים איז געקימען באזיכען איז געווען צו זעהן ווי צוויי אזענע אידען זיצען אפי' זיי קענען ניט רעדען בכלל! איר הערט!
א אנדערע אייניקעל פארציילט עטליכע יאר וואס די זיידע אטמעט נאר מיט א מאשין ווייל ער קען נישט!
און איך בהמה, בין זיך מפלפל צו ער האט געהאלטען פון נחל חרדי סדאך דא א בריעף סיא אמת סנישט אמת די מנהלים די חיילים פארציילען אנדערשט,
רבותי לאמיר נאר ווארטען אויף אלע הספדים וועלען מיר האבען א קלארע בילד און די גאנצע סטארי!
ביזדערווייל איז דוד שפירא יושב על ראש פון מרן הגרי"ג וכדי בזיון וקצף.....

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 5, 2018 12:26 am

· #392825
ימים ידברו: דו ווילסט מיר אדער סיי וועם איינרעדן אז דיין לעצטע תגובה איז נישט פול מיט ליצנות, און נאך ערגערס. ס'שפארט דאך ארויס פון א יעדע שורה. און לאמיר שוין זאגן אז דיין פינסטערער וואונטש וועט (ח"ו) מקויים ווערן. אן דעים וועסטו נישט קענען פרעסן דיין אמעריקאנער סטעיק פון גרילל אן לי, אדער אן אנדער פרעסס פלאץ אין מאנסי והגלילות...?! אדער איינס פון דיינע אנדערע גוי'אישע תאוות אין וואס דו ביסט משוקע...?! איך זעה דאך אז נחל חרדי שטערט דיך נישט פון די אלע זאכן. דא, אויף קאווע שטיבל ביסטו א גרויסער קנאי...און דו מאכסט זיך נאך פאר א תמים...!

ימים ידברו » פרייטאג יאנואר 5, 2018 9:34 am

· #392842
בערל טייערער! די געדענקסט ווען דיין רבי ז"ל דער ברך משה האט געזאגט א געוויסע רצון קדשו, און טויזענטער חסידים האבען געשריגען געוואלד דער איד ווייסט נישט פון דינסטאג ביז מיטוואך, זענען די אלע אידען וואס האבען געשריגען, געווען לצים? די אידען האבען געהאט אינוועסטירט און די חסידות 25 יאר און מהאט זיי פארציילט אז דער ב"מ איז די בריק פון די דברי יואל צום הייליגען רעב אהרען, און אויפאמאל האט די שיף געקראכט ווען? בנו הגדול האט געהאלטען אז דער איד איז נישט מיט אלעמען,
סוי, דא איז אזא מעשה מאינוועסטירט און א גדול און א מרן, מהרגט מענטשען, מגנבט א צייטונג סוקסעפלי, ווייל ווער עס איז ממריא את פיו אחת דתו להמית כפשוטו וכמשמעו, משלאגט זיך יעדע שני וחמישי אין פאנוועיזש, ווייל ווער עס איז ממריא את פיו הקודש, וכו' וכו' מצאלט נישט כולל געלט וווער עס טראכט אז די ענין של מרן איז נישט אין די הענט פון א יחיד!
אופאמאל פארציילט מען לא ידע את יוסף.. דער זיידע איז נישט געווען מיט אלעמען טוט עס זייער וויי, עס איז נאכאמאל א לעקציע, וויי גבאים און באי ביתו האבען פאר זייערע ביזנעס געמאכט א גאנצע שקר, כדי זייערע קאסעס זאלען פיל ווערען און וכו' וכו'
בערל טראכט דיך איבער הער אויס וואס די אייניקעל פארציילט און זאג מיר ווער איז דא די לץ?

ברוך שפינוזה » פרייטאג יאנואר 5, 2018 9:56 am

· #392843
ימים ידברו
בערל טייערער! די געדענקסט ווען דיין רבי ז"ל דער ברך משה האט געזאגט א געוויסע רצון קדשו, און טויזענטער חסידים האבען געשריגען געוואלד דער איד ווייסט נישט פון דינסטאג ביז מיטוואך, זענען די אלע אידען וואס האבען געשריגען, געווען לצים? די אידען האבען געהאט אינוועסטירט און די חסידות 25 יאר און מהאט זיי פארציילט אז דער ב"מ איז די בריק פון די דברי יואל צום הייליגען רעב אהרען, און אויפאמאל האט די שיף געקראכט ווען? בנו הגדול האט געהאלטען אז דער איד איז נישט מיט אלעמען,
סוי, דא איז אזא מעשה מאינוועסטירט און א גדול און א מרן, מהרגט מענטשען, מגנבט א צייטונג סוקסעפלי, ווייל ווער עס איז ממריא את פיו אחת דתו להמית כפשוטו וכמשמעו, משלאגט זיך יעדע שני וחמישי אין פאנוועיזש, ווייל ווער עס איז ממריא את פיו הקודש, וכו' וכו' מצאלט נישט כולל געלט וווער עס טראכט אז די ענין של מרן איז נישט אין די הענט פון א יחיד!
אופאמאל פארציילט מען לא ידע את יוסף.. דער זיידע איז נישט געווען מיט אלעמען טוט עס זייער וויי, עס איז נאכאמאל א לעקציע, וויי גבאים און באי ביתו האבען פאר זייערע ביזנעס געמאכט א גאנצע שקר, כדי זייערע קאסעס זאלען פיל ווערען און וכו' וכו'
בערל טראכט דיך איבער הער אויס וואס די אייניקעל פארציילט און זאג מיר ווער איז דא די לץ?

דאס איז בכלל נישט קיין נייעס, פאר צוויי יאר צוריק האט מען שוין געשמועסט אז ער האלט נישט מיט. אבער די נחל החרדי קומט נישט דא אריין, דאס איז געווען שוין יארן צוריק.
בלאט: 1 2 3