ארוינישע טיפשות!
209 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12012
ארוינישע טיפשות!
כ"א כסלו בילד פון מהרי"י אויף די ארוינישע צעטלעך אין מאנטשעסטער
📎 805514155_56499.jpg
וואס זאגסטו צו די "קליגע" זאליס, די ערשטע היימישע מוסד צו ניצן די אינטערנעט פאר פאנדרעיזינג?
פון די חכמה רעדסטו נישט?
ווער לאטיר נישט עפענען א אשכול איבער דעם??
גראדע איז עס זייער א סוקסעפולע קאמפיין, ס'האלט שוין ביי $570.000
א סוקסעפולע קאמפיין צו צוברעכן די מערכה קעגן די אינטערנעט
<a class="postlink" href="https://achas-x2.firebaseapp.com/campaign?S=Y">https://achas-x2.firebaseapp.com/campaign?S=Y</a>
היסטאריקערא סוקסעפולע קאמפיין צו צוברעכן די מערכה קעגן די אינטערנעט
ס'איז די זעלבע אינטערנעט ווי קאווע שטיבל!
לאקשhttps://achas-x2.firebaseapp.com/campaign?S=Y
אז איך גלייב נישט די נומבער בין איך א כופר אדער דער וואס גלייבט איז א מאמין?
לאקשכ"א כסלו בילד פון מהרי"י אויף די ארוינישע צעטלעך אין מאנטשעסטער
א פרעמדער גרעפיקער האט געזיכט א בילד אין נאכען זעהן אויף גוגל א בילד האט ער עס געניצט, א פשוט'ע טעות, אגב, די בילד טרעפן זיך די אויבערשטע אין אינטערשטע חלק נישט צאם, זייער נישט פראפענשאנעל געדאקטערד
היסטאריקערא סוקסעפולע קאמפיין צו צוברעכן די מערכה קעגן די אינטערנעט
נאכדעם באשרייבט ער זיך אין דער איד אלס ראש גולת אריאל וואס טוט אזוי סאך פאר די אינטערנעט ווען ער האט די ערשטע געהאט רעגיסטרעישאן אויף די אינטערנעט (נאך פאר בעלזא, אויף וועם ער האקט אייביג פארן זיין די ערשטע) אין נאכדעם די דינער קאמפיין מיט אינטערנעט אין סקרינס, זאל איינער גיין זאגען פאר די אחים פילאפ וחבריו אז אין בראנקס איז געווען סקרינס (די זעלבע וואס די גראסעריס פלעגן האבען העכער די קעשיר פאר אדווערטייזמענטס אין מ'האט עס אפגעשטעלט) אין וועט הערן די הייליגע קרעכטצן, אין נאכדעם זאל ער אויסקלארען אז ס'געווען אין מאנהעטן...
signoutלאקשכ"א כסלו בילד פון מהרי"י אויף די ארוינישע צעטלעך אין מאנטשעסטער
א פרעמדער גרעפיקער האט געזיכט א בילד אין נאכען זעהן אויף גוגל א בילד האט ער עס געניצט, א פשוט'ע טעות, אגב, די בילד טרעפן זיך די אויבערשטע אין אינטערשטע חלק נישט צאם, זייער נישט פראפענשאנעל געדאקטערד
די האסט גערעהט מיטן גרעפיקער????
פין וועלכע גרעפיקער רעדסטו, דער האט געמאכט די עד? אדער דער וואס האט געמאכט די בילד?
פון ועלעכע האסטו גערעט?
פונקט יעצט געענדיגט די קאמפיין מיט פונקט 100 פראצענט פון די ציל.... פונקט...
אדונינופונקט יעצט געענדיגט די קאמפיין מיט פונקט 100 פראצענט פון די ציל.... פונקט...
$3,018,520!!!!!
אז איך גלייב נישט בין איך א כופר אדער דער וואס גלייבט איז א מאמין?
פיינע קאוועאז איך גלייב נישט בין איך א כופר אדער דער וואס גלייבט איז א מאמין?
ביסט פאני!
ארוינישע טיפשות!
נעבעך..
📎 photo_2017-12-14_11-50-26.jpg
ארוינישע טיפשות!
טייל פין די לחיים ביי מהרז''ל שוהלן
📎 DQ9RNmnW4AAN1cF (1).jpg 📎 DQ4F5-XXUAEMO0A.jpg 📎 DQ4H6R_W0AAql_5.jpg
שכח signout.
און די האסט פארגעסן צו שרייבן ימש''ו!!
היסטאריקערוואס זאגסטו צו די "קליגע" זאליס, די ערשטע היימישע מוסד צו ניצן די אינטערנעט פאר פאנדרעיזינג?
פון די חכמה רעדסטו נישט?
די אינטערנעט קאמפיין האט געברענגט א שיין ביסל בזינונות
[ציטאט אראפגענומען]
signout
די כ''א כסלו קאמפיין הייבט זיך שוין אן פון נאך סוכות, רוב נדבות פון אנ"ש ווערן געגעבן פארן דינער, יעדע יאר מאכט מען מער געלט פארן דינער ווי ביים אליינס, די $3,000,000 איז בלויז פון די 3 טעג ארום דעם דינער וואס דעמאלץ האבן געגעבן די איבעריגע 3,500 אידן..
Re: ארוינישע טיפשות!
עס איז אריבער צוויי רואיגע חדשים, און אודך
טרויבן88עס איז אריבער צוויי רואיגע חדשים, און אודך
?
[quote="signout"]
היסטאריקערוואס זאגסטו צו די "קליגע" זאליס, די ערשטע היימישע מוסד צו ניצן די אינטערנעט פאר פאנדרעיזינג?
פון די חכמה רעדסטו נישט?
די אינטערנעט קאמפיין האט געברענגט א שיין ביסל בזינונות [quote[/quote]
פאר וועם???
לאקשsignout
די כ''א כסלו קאמפיין הייבט זיך שוין אן פון נאך סוכות,
רוב נדבות פון אנ"ש ווערן געגעבן פארן דינער,
יעדע יאר מאכט מען מער געלט פארן דינער ווי ביים אליינס, די $3,000,000 איז בלויז פון די 3 טעג ארום דעם דינער וואס דעמאלץ האבן געגעבן די איבעריגע 3,500 אידן..
פארן דינער קומט אריין מער ווי 3000 נדבות.... לאל
דאס איז די מציאות, פרעג דיך נאך
לאקשדאס איז די מציאות, פרעג דיך נאך
ביי וועם?
ארוינישע טיפשות!
@signout
כ'האב הנאה אז די פארשטייסט אויך אז די פאטאשאפ פון דער איד געהערט אין "ארונישע טיפשות"
שמעון וואלף@signout
כ'האב הנאה אז די פארשטייסט אויך אז די פאטאשאפ פון דער איד געהערט אין "ארונישע טיפשות"
גם אני מצטרף.
אבער פארוואס איז די דאטום פון פרשת כי תצא???
Re: ארוינישע טיפשות!
אדונינואבער פארוואס איז די דאטום פון פרשת כי תצא???
איינס פון די טיפשות
ברוך הוא אלקינו...והבדילנו מן התועים......
עס איז שוין באלד פארלאפען א גאנצע טאג זינט נעכטען נאכט ווען באותו מקום ובנין ווי דער רבי איז מרא דאתרא איז געטוהן געווארען א חוצפה ועזות בפני רבינו אין עס דארף טאקע ווערן ארויסגעברענגט דא א מוחאה נמרצה אין איך זאג פאר דעים ווערטיימער אויב וויל ער האבען א נארמאלע לעבען זאל ער גיין איבערבעטן דעם רבין,
וואס איז אבער אינז נוגע צו וויסען איז צו אויפפאסען די אייזערנע מידות טובות פין דעם רבן ומאורן של ישראל וואס נישט געניג די בזיונות וואס ער האט געהאט האט ער נאך אנגעזאגט פארן גבאי ביים אהיים גיין - ווי עס איז געווארען באקאנט- אז מען זאל זיכער מאכען גארנישט צו טוהן פארן בחור,
לאמיר זיך מתבונן זיין שטייט דא א רבי קומט צו א חתונה שטייט שוין ביים טיש גרייט זיך אראפ צוזעסען קומט א נידערגעטרעכטיגער מחוצף אין שלעפט אוועק דעם טישטוך בפניו ובפני כל עם ועדה
מחוצף די איינער.. דער רבי האט מער געלערנט ווי דיר, מער זיך מוסר נפש געווען פאר אידען ווי דיר , מער צדקות געטיילט פאר אידען ווי דיר. אפי אויב דא זאל זיך עס אפשטעלען שעמסטוך נישט צו קומען דעיס טוהן???..
וואס פאר א תירוץ איז דעיס אז די האסט עס אנגעגרייט פאר דיין רבי? במילא איז די וועלט גענדיגט מעיג מען אלעס טוהן??
בכלל ווי אין די וועלט איז געהערט געווארען אז א רבי גייט צו יענעמס שמחה קומט ער אן מיט זיין אייגענע מלוכה מיטן בענקעל אין טישטוך? די מאכסט עפעס דא חתונה???
(חוץ אין סקיוורא-רוסלאנד טוט מען דעיס )
עס איז געווען דארטען ביים שמחה נאך גדולי רבנים פאר קיינעם נישט בייגעפאלען. מיט צוברענגען דעים אייגנעם מלוכה חוץ פאר ר' אהרן טייטעלבוים...
דאס מיינט איין זאך, "אני ואפסי"... איך בין דער איינציגסטער רבי אין די וועלט אלעס באלאנגט פאר מיר....
רביה"ק זי"ע האט אינז נישט געלערנט דא צו בויען פארטיי אין קעניגרייך, ער האט געשטרעבט אויפצושטעלן תלמידים וואוילע אידען וואס זאלען האבען מסירות נפש א טובה צו טוהן פאר יענעם... ווי ער האט עס כמה פעמים געזאגט,
יעצט לאמיר זעהן ווער איז דער ריכטיגער ממלא מקום וואס געבט זיך אוועק יומם ולילה פארן אייבערשטענס וועגן אין פאר אידנ'ס וועגן אין פארקיקט שטענדיג אויף זיין אייגענע כבוד......
ווער געדענקט דען נישט....... יענעם שמחות תורה ווען בריונים זענען אריין אין ראדני אין פראבירט צו צושטערן די הקפות אין געהאלטען אין איין שרייען בשעתן טאנצען ״זאלי וואו איז דיין טאטע״
אין וואס האט אינז די רבי געלערנט, "מען שווייגט אין מען פארקוקט".
ווער געדענקט דען נישט ..... אלע יארן ווען די רבי איז ארויף מתפלל זיין ביים ציון אין די בחורים האבען איהם באשריגען אין געשאסען באטלעך אויף איהם
דער רבי האט אינז געלערנט, "מען שווייגט אין מען פארקוקט".
כהנה וכהנה די צייט איז צו קורץ צו אויסרעכענען די אלע זמנים וואס מען האט דעם רבין מבזה געווען אין פארשעמט אין מצער געווען צו זאל עס זיין ביי טישען למשל שבת חנוכה תשנ״ט א.א.וו. צו ביי שמחות, אין אלע זמנים, קיין איינמאל האט מען יענעם נישט יענעם צוזאמגעבראכען די ביינער
אייביג האט דער רבי געלערנט, "מען שווייגט אין מען פארקוקט".
אההה, דאס הייסט א רבן ומאורן של ישראל רבן דעמיה אוהב ישראל אוהב המקום ונחמד לבריות... מען זעט טאקע ווי אימער אין די וועלט ער גייט לויפט איהם די כבוד נאך, ווייל דאס הייסט א גדול ישראל... דאס מיינט ממלא מקום סאטמאר רבי, איינער וואס קוקט אויף כבוד הבריות נאר נישט אויף די אייגענע. איינער וואס איז דא לכל מערכות ארץ הקודש מיט געלט אין מיט חיזיק, מאנט גארנישט פאר זיך,
יעצט לאמיר זעהן לאידך גיסא
קען מיר איינער ברענגען א מעשה פארקערט ווען מען האט ר' אהרן אזאנס געטוהן אין מען זאל נישט שוילדיג בלייבען??? אדרבה זיכט איר וועט נישט טרעפען.. איך אליינס געדענק ווען איינמאל איז ער געגאנגען צו א שמחה איז ווייט ארויף געשטאנען א בחור׳ל אין האט עפעס געשריגען אויף איהם זענען געגאנגען חברה מען האט איהם צוזאמגעבראכען די ביינער איך אליינס האב איהם געזעהן נאכדעים אינגאנצען צובליטיגט אין צוביילט....א.א.ווו
אין יעדע זמן האט מען זיכער געמאכט צו בייצאלען יענעם זאל עס זיין שטעכען רעדער אדער סתם צומזקען ....אלעמאל געווען דא נאר צו מצער זיין יענעם סיי לעבאדיגערהייט צו זאל עס זיין יתומים אלמנות וכדומה אין סיי טויטערהייט ווי נישט לאזען באערדיגען אדער מבזה זיין דעם קבר וכדומה אייביג נאר שלעכטס אלעס מיט איין מטרה.... "צו ברענגען כבוד פארן הייליגען רבין אין אינטערברענגען איינער וואס זאגט אנדערש ווי איהם..."
יעצט ווער רעדט נאך ווען אזא מעשה ווי נעכטען זאל פאסירען ביי ר' אהרן, דער בחור וואלט שוין לאנג געווען א טויטער.
יעצט פרעג איך אייך, אזא איינער דער איז ממלא מקום דעם סאטמאר רבין???? מיט וואס??? צו אינטערברעכן דעם גאנצע מערכה אין ארץ ישראל אין מאכען פין אלעם ליצי ליצנות?? צו שטענדיג זיין פארנומען מיט די אייגנע פעולות אין אראפרייסען אז אינזערע עלטערן האבען געגעסן חמץ? טריפות?? א.א.וו.????? ואין כאן מקום להאריך,
אזא איינער איז ממלא מקום פין (נמחק) וחביריו!!!!!!
יעצט מאכט אליינס אפ ווער זענען די געווינערס אין ווער זענען די אויסגעשפיגענע לאזערס?????
סאיז גוט, זייטס ווייטער מחנך אייערע קינדער אז אני ואפסי אמלוך אין ווער עס דערוואגט זיך צו זאגען פארקערט איז אחת דתו להמית... ענק וועלן זייער שיין אנקומען אזוי,
ווי אזוי האט דער רבי געזאגט נעכטען, אז נאך אזא נסיעה פין מאנטריאל קען מען צוקומען צו גאווה שיקט דער אייבערשטער א שנעלקע צו דערמאנען אין מען זאל זיכער מאכען גארנישט צו טוהן פארן בחור.... אהה דאס הייסט א רבן של ישראל ואוהב ישראל, גראד טראכט מען אז אלעס איז פין אויווען, מען מיינט מיך אין אוהב ישראל חס ושלום נישט ווייטוהן דעם בחור!!!!!!!!
רבי איד טייערע תלמידי וחסידי סאטמאר ענדיגסט דעיס ליינען לאז דיר ארויס אין א געזאנג אוי ברוך הוא אלקינו שבראנו.... והבדילנו מן התועים,, אשרינו שיש לנו רבי כזה... ולאורו נסע ונילך!!!!!!
ישמעו רחוקים ויבואו ויתנו כתר מלוכה....!!!!!
Re: ארוינישע טיפשות!
יו"ט אין דער וואכן...
#ישיבה קטנה אלערט
די עזות וועל איך נישט פראבירן צו פארענטפערן, אבער אלס א אינדרויסענדיגער מיין איך אז רעבארן האט פשוט מער חסידים וואס האבן "אים" ליב ממילא נעמט מען זיך מער אן פאר זיין כבוד, משא"כ ז"ל וואס רוב איז בלויז זאלויניש געשטימט כנלע"ד. במקום גדולתו... שם אתה מוצא ענוונותו...
Re: ארוינישע טיפשות!
@לאקש זיך אננעמן פאר די משוגעים וואס פרייען זיך ווען איך גדול בשיראל גייט אוועק פון די וועלט אויב ער האלט אנדערש ווי מיר, איז אויך פון די גרויסקייט פון "מען שווייגט און מען פארקוקט"?????
קלוגע יודל@לאקש זיך אננעמן פאר די משוגעים וואס פרייען זיך ווען איך גדול בשיראל גייט אוועק פון די וועלט אויב ער האלט אנדערש ווי מיר, איז אויך פון די גרויסקייט פון "מען שווייגט און מען פארקוקט"?????
דעס האט נישט קיין שיכות מיטן רבין
ווען ס'דיר גוט: די רבי איז א צדיק, ער שווייגט.....
ווען ס'דיר נישט גוט: עס האט נישט קיין שייכות מיט'ן רבי'ן
ווען ער וואלט געוועהן א מנהיג וואלט ער געזאגט פאר די אידן אויפצוהערן.
ביי די חתונה ווען ס'איז געווען בפניו פון רבין האבן די חסידים מורא געהאט עפעס צו טוהן ווייל זיי ווייסן אז ס'וועט קומען א שארפע רעאקציע פון רבי'ן
געהערט פון א אינגערמאן וואס איז געשטאנען אויפן אויבנאן און מיטגעהאלטן ( גראדע איז יענער אינגערמאן נישט קיין סאטמארער חסיד).
ער זאגט אז ער האט מיטגעהאלטן אפאר מאל ווי רבי פרעגט די גבאי שמואל זיכער צי מאכן אז מען טוט גארנישט פאר דעים בחור אין אים שארף אנגעזאגט אז מען זאל זעהן אז קיינער זאל אים גארנישט טוהן..
ווערטער זענען איבעריג מסביר צי זיין די גדלות ווי מער מען פארשטייט די בישות וואס ס'איז געווען פארשטייט מען מער די גדלות פון דעים.....
.
לאקשיעצט פרעג איך אייך, אזא איינער דער איז ממלא מקום דעם סאטמאר רבין??
דו פרעגסט אונז?? איך האף דו ווארטסט נישט אויף אן ענטפער.
נעבעך די קרייען זאליס (קרעדיט דאנעלד טראמפ ) האבן שוין לאנג ניט געהאט אויף וואס צו וויינען אין די גוטע צייטן האט מען געוויינט אויף א נפטר וואס די ק"י הצלה האט צוגעכאפט....... מ'האלט דאך אינמיטן וויינען אויף די סינגעל קאפלס וואס ווערן פארהייראט אן קידושין כהלכה... מ'האלט אינמיטן קלאגן אויפ'ן חומת הבדלה אין רבינ'ס בית החיים...... ביסטו פארנומען וויינען אויף א נארישע טישטוך וואס דער פירער פון ז"ל פארטיי האט נעבעך אפגעטראגן בחרפות ובושות, אזא בעבי איז ער? קען זיך נישט זעצן אן א ביפ??? אזא גרויסע רבי וואס האט יעצט איבערגענומען גאנץץץץץץ מאנטריאל...... דעס איז שוין נאכן איינעמען פאריז, אזא גרויסע רבי וואס האט יעצט געשאסן אזא באמבע אויף די סאטמארע אידן אין מאנטריאל האט א פראבלעים מיט א טישטוך? יא טישטוך נישט טישטוך פארדעם דארפסטו אנטלויפן? אויף א נארישע טישטוך דארף ער ווארענען עטליכע מאל אז מען זאל נישט שלאגן הזאת נארמאל? דער איז ערצויגן בכלל?
ער האט געווארענט ניט צו שלאגן ער האט מורא געהאט אז זיינע חיות טורפות וועלן זיך צולאזן אזוי ווי שמיני עצרת, למעשה האב איך געהערט פון א אינגערמאן וואס איז געווען דארט אויבן אן, גראדע נישט קיין סאטמארער, אז שמואל קאמפאט האט געזאגט פאר רז"ל ער זאל נישט זיין געזארגט קיינער וויל אפילו נישט שלאגן ווייל קיינער זעט נישט דא סאמטינג ראנג, ער האט זיך געהאט א ברירה אראפצוזעצן ווי א נארמאלע מענטש און ווארטן ווילאנג מ'ברענגט צוריק די געהעריגע טישטוך
אויך זאגט מיר דער אינגערמאן אז ער האט געהערט פון נאנטע אז די פריוואטע דר. פון רז"ל האט איבערגעבן די אנדערע צופרי אז רז"ל האט זיך בארואיגט און ער קען שוין ווייטער גיין לערנען מיט די פוס אויפ'ן טיש
@גאנצל פון דיין תגובה זעה איך אז די ביסט נישט באקאנט מיט די מציאות הדברים וואס האט זיך אפגעשפילט ביי די חתונה, אלזא פרעג דיך בעסער נאך און פארעכט דיין תגובה
געהערט פון א אינגערמאן וואס איז דארט געווען גראדע נישט קיין סאטמארער....... דריי א קאפ א צווייטן די אלע כלומר-דראמאטיע האט שוין לאנג עקספייערט אפשר אין מאנטריאל נישט אבער ביי נארמאלע באזעסענע באוואוינטע ערטער איז דעי איבערגעטרייבעכץ לאנג אווער
מ'זאגט נאך פון צדיקים אז די אלע מעשיות אויף די תלמידי בעש''ט אפי' ס'איז נישט אמת וואלט עס געקענט זיין אמת.
דא ביי אונזער מעשה אפי' ס'איז נישט אמת וואלט עס געקענט זיין אמת.
משע''כ ווען די מעשה וואלט געווען פאקערט.... וואלט עס געקענט זיין אמת???
גאנצל, איך ווייס נישט פון וועמען דו האסט געהערט וואס, אבער זאג נאר, דעם קליפ וואס פארט ארום האסט געזעהן? היינט קען מען שוין נישט באקן מעשיות אדער אוועקמאכן במחי יד.
און וואס זעיט מען אויף די קליפ? אז מ'האט אנגעריסן ר' זלמן לייבן די ביינער ניין? מ'זעהט אייזערנע מדות מיט אני ואפסי קרעפ? ניין? וועם ווילסטו בלאפן?
אלל וואס מ'זעט אויף די קליפ איז אז איינער האט אוועקגענומען זיין טישטוך וואס ער האט בעפאר דעם ארויפגעלייגט.
אויב דו זעהסט עפעס מער פון דעם לאז מיר וויסן.
לאקשמ'זאגט נאך פון צדיקים אז די אלע מעשיות אויף די תלמידי בעש''ט אפי' ס'איז נישט אמת וואלט עס געקענט זיין אמת.
דא ביי אונזער מעשה אפי' ס'איז נישט אמת וואלט עס געקענט זיין אמת.
משע''כ ווען די מעשה וואלט געווען פאקערט.... וואלט עס געקענט זיין אמת???
שוין האלט מיר שוין אז ס'וואלט געקענט און די גאנצע וואלט געקענט זיין איז געבעיסט אויף א אנדערע וואלט געקענט זיין און אזוי חוזר חלילה שוין באלד א יובל שנים ביי די אינשי דלא מעלי
גאנצלאון וואס זעיט מען אויף די קליפ? אז מ'האט אנגעריסן ר' זלמן לייבן די ביינער ניין? מ'זעהט אייזערנע מדות מיט אני ואפסי קרעפ? ניין? וועם ווילסטו בלאפן?
אלל וואס מ'זעט אויף די קליפ איז אז איינער האט אוועקגענומען זיין טישטוך וואס ער האט בעפאר דעם ארויפגעלייגט.
אויב דו זעהסט עפעס מער פון דעם לאז מיר וויסן.
אויפ'ן קליפ האב איך געזעהן אז די ארונים אינטערעסירט בכלל נישט וואס טיט זיך ביי רז"ל און זיי קוקן מיטאמאל אויף זיין זייט ווייל זיי זענען אזוי העפי מיט זייער רבי און מיט זייער מעכטיגע א' שמות, שבת מלמדים, אהבת קדומים, יסודי התורה וכו'