☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ארוינישע טיפשות!

ארוינישע טיפשות!

209 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12012
בלאט: 1 2 3 4 5

לאקש » מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:07 pm

· #396088
וועגן בני ברק איז דא א אנדערע אשכול,
יעצט רעד מען פון די "ארוינישע טיפשות" פון אנצודן א טעיפ פון 15 יאר צוריק

גאנצל » מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:09 pm

· #396089
דעס האב איך געוואלט זאגן אז הכל אחד הוא נערוון אטאקעס פון געוויסע

יעצט קענסטו מאריך זיין אין דעם נייעם סקאנדאל ביז ס'וועט נמאס ווערן און דאן וועסטו צוריק גיין צום טישטוך........

לאקש » מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:13 pm

· #396090
די דרייסטעך גאנץ גוט ארויס פון ענפערען

גאנצל » מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:25 pm

· #396091
דער כאפט נאכאלס נישט ......

כאילו חכמת לב איז אמאל געווען כשרות און היינט נישט.......

כאילו ווען עס ווען יא דא א הוק אפ פון בריסקע רב וואלסטו מסכים געווען צו דעם .......

גארנישט פעילט נישט פון חכמת לב סך הכל געוויסע אידן וואס ליידן אויף אטאקעס האבן זיך אנגעלייגט אויף אט דעם הייליגן מוסד

איך דארף אלע דיינע אטאקעס פארענטפערן ?

לאקש » מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:27 pm

· #396092
נאכאמאל. די לייקענסט אז ס'איז געווען א ריקארדינג פון 15 יאר צוריק?
פארוואס קענסטו נישט ענפערען וואס איך פרעג?

ליפא » מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:28 pm

· #396093
פארוואס קענען ענק זיך נישט טענה'ן אין אישי

גאנצל » מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:30 pm

· #396094
האסט שוין אמאל געהערט אז מ'שטעלט א זאך אויף חזקה

די סקאנדאל איז דאך נישט בלויז די 15 יאר צוריק רעקארדינג האסט דאך געמאכט א הקדמה א לפניו מיט א לאחריו די גנצע סקאנדאל איז בחזקת אטאקע 95% אז עס איז פעיק נויז די גאנצע מעשה

גאנצל » מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:30 pm

· #396095
ליפא
פארוואס קענען ענק זיך נישט טענה'ן אין אישי


דעס איז אין אישי ........... די גאנצע שטיבל איז היינט מער ווייניגער א כמו אישי

לאקש » מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:31 pm

· #396096
פארוואס קומסטו אריין אין אשכול וואס די גלייכסט נישט?

איש את רעהו » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 12:53 pm

· #396158
לאקש
לעבעדיג. מיט חכמת לב סאיז אויפגעדעקט געווארן אז די ארונים האבן געניצט די זעלבע מהלך ווי די ציונים האבן געטוען נאכן הסתלקות פון בריסקע רב האבן זיי פארעפענטליך א בריוו אז ערהייסט גיין צו די בחירות און סהאט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט עפ"י עדותו פון בניו ותלמידיו אז סאיז געווען א אלטע בריוו נאך פון פארן קריג און די שטאט בריסק....... היסטאריע חזרט זיך איבער ווען די ארונים האבן מחמת פארלוירענקייט געטרייט צו מאכן א מצב אז בריסקע ראש ישיבה איז שטארק פאר חכמת לב און ער גייט זאגן דברי ברכה ביים דורכגעפאלענע מעמד אש קודש...... און יעצט שטעלט זיך ארויס אז סאיז א אלטע ריקארדירונג וואס זיי האבן אנגעצינדען צו פאפן דעם ציבןר. א דרשה וואס ערהאט געזאגט 15 יאר צוריק זונטאג פרשת כי תשא ביי א מסיבה פאר חכמת לב און סיגוטע ביהמד און וויליאמסבורג ווען די מוסד איז נאך געווען בחזקת כשרות........ שרעקליכע בזיון התורה צו ניצן די נאמען פון בריסקע ראש ישיבה פאר ענקירע בייזוויליגע אקציעס...... #ארוניםציונים #נעבעך #לוזערס #ארוני


פארוואס האט זיי אויסגעפעלט צו טון די נארישקייט פאר רבי דוד, וואס האט עס געברענגט פאר די דינער ?

גאנצל » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 1:01 pm

· #396160
אפשר ווייסטו וואס איז בכלל געווען ?

איש את רעהו » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 2:06 pm

· #396163
גאנצל
אפשר ווייסטו וואס איז בכלל געווען ?


עס איז אמאל געווען א דרשה פון הג' רבי דוד פאר די מוסד
יעצט האט די ארענדזשירער פינעם מסיבה אין קאנטינענטאל געזיכט עפעס פרישע נייעס צו אויפרישן די עולם האט מען געשטעלט א שפיל כאילו די גאון ר' דוד האט יעצט גענימען די מיה און אפגעשיקט דיבורים צום יעצטיגן מעמד
עס איז א זיוף, און זיך געשפילט מיט הג' רבי דוד סאלאווייטשיק

גאנצל » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 2:52 pm

· #396170
געשטעלט א שפיל כאילו ? בעיסד אן וואט ?

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:34 am

· #396217
פארוואס ענטפערט מען פאר @גאנצל. ער איז נישט אינטערעסירט אין גארנישט בלויז ריינציוואשן די ארונים פון יעדע טינופת נאר

גאנצל » פרייטאג פעברואר 23, 2018 3:29 am

· #396224
נישטא וואס צו ריינצווואשן פון גארנישט די גאנצע כמו סקאנדאל איז שוא ושקר אזוי ווי אלע שקרים פון די זויערע חברה

גאנצל » פרייטאג פעברואר 23, 2018 11:47 am

· #396238
גוט געזאגט קיינמאל פון די מדינה גענומען קיין געלט ר' אלטר קויפמאן איז ווי אלע כלומרשטע א קרבן פון די בלוט דורשטיגע וואס האלטן ניט אויס זיין זיך צושטעלן צו סאטמאר און דאס אלעס

אלעס אנדערש איז די זעלבע בעלאניס עס איז אזוי אמת ווי דאס אז די דברי ברכה פונעם ראש ישיבת בריסק איז פון 15 יאר צוריק אזוי אמת ווי די מעשיות פון ראבי.......... און אזוי אמת ווי דאס אז הרב אויערבאך נעמט נישט קיין געלט פאר זיין ישיבה ואטו כי רוכלא ליזיל
ר' יצחק טובי' האלט אין איין רופן ר' אלתר זאל אריין נעמען די משפחה און יענע משפחה און ר' אלטר ווי א בעל מדות מאכט זיך כאלם און ער נעמט אריין יעדעס מיידל זיי זאלן קענען לערנען אין א מוסד על טהרת הקודש

גאנצל » זונטאג פעברואר 25, 2018 1:54 am

· #396296
ווען איך האב עגשריבען אז אלעס איז באלאויני האב איך מיר נישט באצויגן ספעציפיש צום קרן הצלה

בעיקר האב איך געמיינט בכלליות די גאנצע איבערקערעניש פון חכמת לב איז אלעס בעלויני מצא מקום לנקום פון דעם רק אלטר קויפצאן און פערטיג און דאס איז דער מציאות מיט די גאנצע איבערקערעניש אפגעזען צו ר' מ ב בוידעק געט יא געלט פאר די מוסד אדער נישט

שושן פורים » זונטאג פעברואר 25, 2018 3:06 pm

· #396356
ביי "חכמת לב" איז געווען 2 חלקים אין די מערכה,

א. צו זיי האבן בכלל גענומען געלט פון ביידע זייטן און געטאנצן אויף ביידע חתונות, דאס איז געווארן אויסגעפארשט און קאנפירמירט דורך "קרן הצלה" און זיי האבן טאקע אפגעשטעלט די שטיצע פאר דעם מוסד.

ב. ווער איז שולדיג, צו די מנהל קויפמאן אליינס אדער זיין שוואגער-שוועסטער-ברודער-קאזין. און אפילו אויב זיי זענען שולדיג, האט קויפמאן געוואוסט דערפון? דאס ווענדט זיך שוין וואו איר האט געטאנצן בך בטחו פארגאנגענעם כ'א כסלו אין א עקספאו צענטער אדער ביים וואסער אין מאנהעטן.

גאנצל » זונטאג פעברואר 25, 2018 10:30 pm

· #396385
אפילו לו יהא כדבריכם -וואס עס איז קלאר נישט אזוי- אבער לאמיר שוין גיין לשיטתכם האט מען דאך זיכער גערעדט נאר פון א שטיק צייט (פארשטייט זיך אויב די ווערסיע פון דעמאלט האט זיך נאך נישט געטוישט , 90 % אז יא ..) אויב אזוי וואס געבן זיי נאך היינט נישט פאר חכמת לב ? און די תירוץ איז פשוט כאן מצא בע"ח וגו'

גאנצל » זונטאג פעברואר 25, 2018 11:36 pm

· #396390
די מעשה געהערט ערשט האנטיג פון י. ווייס........

גאנצל » זונטאג פעברואר 25, 2018 11:53 pm

· #396393
אויב האבן זיי צו איינעם שייכות איז עס רז"ל טראץ זיי פראבירן זייער שטארק צו ווייזן א נייטראלקייט

איך האב געהערט פון אן עסקן אז מ ב בוידעק האלט דאס אפ

ס'איז געווען מער ווי איין אסיפה איבער דעם ענין

גאנצל » מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:13 am

· #396399
די וואס האבן געטון דערין שרייען אז ס'איז געווען א איינזייטיגקייט און מ'האט נישט געוואלט אויסהערן ר' אלטר

קען זיין ווייל עס איז געווען פרעשור פון די טומל פון די זאליס

גאנצל » מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:25 am

· #396403
פארוואס פאר א שליש יא ?

גאנצל » מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:26 am

· #396404
די טענה פון ר' אלטר איז געווען אז די געלט איז נישט אנגעקומען צום מוסד נאר צו א פריוואטן מענטש

גאנצל » מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:30 am

· #396407
עס איז דאך דא א נייע הנהלה ?

גאנצל » מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:41 am

· #396410
האלט מיר ביי דעם

עס איז געווען א דין ודברים בכלל צו ער האט יא גענומען צו נישט ? ר' אלטר טענהט מ'האט אים איבער דעם נישט אויסגעהערט

אפילו יא רעדט מען פון א קורצע צייט וואס איז מוכיח צו צד ר' אלטר אז עס איז נישט געווען בידיעתו

די עסקנים וואס העלפן די מוסדות יארן און זיך מוסר נפש געווען דערפאר טענהן אז ר' אלטר איז גערעכט

און לאמיר זאגן אז קרן הצלה איז ריין פון פאליטיק זאגן זיי איך מיש מיך נישט איך געב פאר א שליש אבוועסלי ווייל זיי האלטן אז די זאך איז נישט אזוי פשוט

אבער צו גיין זאגן אז ר' אלטר האט בשאט נפש געגאנגען און גענומען פאלנערהייט תמיכה פון די ציונים איז א שנאה געטריבענע לאזונג

גאנצל » מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:15 am

· #396415
און ביי די וועי דאס אז עס איז געווען ביים מסיבה א רעקארדינג פון 15 יאר צוריק איז פעיק נויז עס איז געווען א געמאכטע מעשה פון י ווייס כדאי צו איינרעדן לאקשן אז דער בריסקער ר"י איז שוין נישט פאר די מוסד

signout » מאנטאג פעברואר 26, 2018 3:41 pm

· #396456
ווי זענען די אלע אנטלויפן מיט די וויכטיגע אפדעיט? נעכטן איז געווען א ישיבת בי''ד וואס בי''ד האט געהייסן קרן הצלה זאל געבן אלע געלטער פין ביז יעצט,

signout » מאנטאג פעברואר 26, 2018 3:41 pm

· #396457
לויט וויפיל מ'ווייסט איז נישט געווען קיין שום שינו אין די ווירטשאפט די לעצטע פאר חדשים אין ר' אלתר איז נאך אלס מנהל, ווי איז יצחק ווייס ווען מ'דארף אים? מ'קען נישט לאזען דעם ציבור ווארטן ביז דאנערשטוג אויף דער איד, מאך עפעס

ליפא » מאנטאג פעברואר 26, 2018 3:54 pm

· #396458
איד קומט די וואך ארויס מיטוואך

גאנצל » מאנטאג פעברואר 26, 2018 4:21 pm

· #396462
ווי עס שיינט האט די דרשות ביים דורכגעפאלענעם מעמד אש קודש געהאלפן

signout » מאנטאג פעברואר 26, 2018 6:54 pm

· #396470
[ציטאט אראפגענומען]
[ציטאט אראפגענומען]
[ציטאט אראפגענומען]
דארפסט האבען א גיטע זכרון, וואס איז מיט דיר?

גאנצל » מאנטאג פעברואר 26, 2018 10:11 pm

· #396481
עמעזאן איך עפרישיעיט זייער דיין זיך שטארק ארויסשטעלן פארן מוסד קרן הצלה און פון דארט ווייטער קענען שפינען דיין בויך וויי אויף הר' אלטר

איך האב נישט קיין אינטערעסע אראפצורייסן דעם מוסד צוליב דעם וואס זיי פראבירן ניט אונטערצוברעכן פאר די ז"ל פארטיי

אבער ס'מוז נישט פארלייקענט ווערן אז ביי דעם פאל זענען זיי יא געפאלן פאר די שווערע טעראר פון די כת הידוע לשמצה די סיקריקים וואס האבן אוועקגעלייגט שוערע טעאר אז הרב אלטר זאל זיך מוזן אפזאגן ווי האט אייזיק ווייס יד ימינם פון די סיקריקים געשריגען קודם מוז ער אפטרעיטן און נאכדעם וועלן מיר הערן זיינע טענות

די סיקריקים הטמאים וואס האבן ליידער אריינגעשטעקט טרעקטער נעגל און די ווירטשאפט פון עדה עחרידית האט אפגעהאלטן ישיבת בי"ד איבער דעם ענין אבער בה היינט לא עלתה בידם הטמאים

ימים ידברו » דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:51 am

· #396503
גאנצעל לעכטיגער, די סיקריקים זענען מער טמא ווי איינער וואס זאגט שקר? ווי איינער וואס נעמט געלט פון די מדינה? ענטפער מיר נאר אויב די ווייסט וואס רבינו יואל האט גלערינט מיט אונז, אויב די ווייסט נישט נאו פראבלעם וואס בעלזא און גער האלט אפי' וואס פאפא האלט ווייס איך אליינס, איך פרעג דיך וואס האט רבינו הקדוש אונז אויסגלערינט נאר דאס! שכוח

signout » דינסטאג פעברואר 27, 2018 10:06 am

· #396504
[ציטאט אראפגענומען]

כ'האב נישט ערווארטעד אז די וועסט מודה זיין אדער צירוקציען, די פאקט איז חכמת לב האט באקומען די געלט אויפן באפעל פין ביד''ץ אן נאכגעבן עפעס פאר די סוקרוקים, (פערצופאל נאך עפעס א מסיבה אין וומסב''ג) רעדט פאר זיך

אונטער חכם » דינסטאג פעברואר 27, 2018 12:04 pm

· #396510
Re: ארוינישע טיפשות!
גאנצל
און ביי די וועי דאס אז עס איז געווען ביים מסיבה א רעקארדינג פון 15 יאר צוריק איז פעיק נויז עס איז געווען א געמאכטע מעשה פון י ווייס כדאי צו איינרעדן לאקשן אז דער בריסקער ר"י איז שוין נישט פאר די מוסד

וואס הייסט? עס איז יא א נייע דרשה וואס ער האט יעצט געזאגט? אדער האט מען אינגאנצן נישט אויפגעשפילט קיין דרשה ? אדער אפשר איז עס געווען 14 יאר צוריק?

גאנצל » דינסטאג פעברואר 27, 2018 1:01 pm

· #396522
איין מינוט איין מינוט איין מוניט כאפ נישט ווער נישט אזוי וויהייסטעס נישט יעדע לאקש וואס שאולזאהן/י ווייס פארקויפט דיר דארפסטו אפקויפן קעלבענערהייט אזוי ווי די ספרדים קויפן בערלאנד'ס

קודם עס איז בכלל געווען א דרשה ? ס'האט איינער געשריבען אז ער גייט האלטן א דרשה ?

זיי מברר און קום צוריק.....

signout » דינסטאג פעברואר 27, 2018 4:55 pm

· #396534
לוזעריש צירוק צו דרייען די שמיעס איבער די דרשה, א שאד צו לייקענען די ר' דוד סאלאווייטשיק'ס שטיצע פאר ר' אלתר קויפמאן, עניוועי בי''ד האט שוין געהייסן קרן הצלה געבן די געלט די מערכה איז אווער ר' אלתר האט סורווייווט די סוקרוקים מיט א לענדסלייט

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 4, 2018 12:22 am

· #396711
דאס איז שוין טאקע אן ארונישע טיפשות.
מהר"א פירט טיש היינט, מוצ"ש, אין וומ"ס לכבוד שיבסר און די הנהלת הקהילה האט עס א נאמען געגעבן "שושן פורים טיש". פרעגט זיך די קשיא, ווי איז זייער שכל, פאר די געלט האט מען עס שוין געקענט ריפן "פורים טיש"?

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 4, 2018 12:34 pm

· #396740
אין אזא יאר ווי היינט טוט זיך לעבעדיג אין ירושלים מוצאי שבת אלס א המשך פון שושן פורים, זעט אויס אז זיי ווילן עס נאכמאכן.

signout » מאנטאג מערץ 5, 2018 1:22 pm

· #396832
[ציטאט אראפגענומען]

ס'האט דיר זייער לאנג גענומען זאלסט אויפקומען מיט אזא לעכערליכע מציאות, מ'קען נישט צירוקבאקומען קיין נאמנות מיט א צווייטע ספין, וואלסט די אלע זאכען געדארפט זאגען פריער, סארי, די פאקט איז אז ר' אלתר קויפמאן'ס פאזיציע אין חכמת לב האט זיך גארנישט געטוישט נישט להלכה אין נישט למעשה אין בי''ד ווייסט עס, איי האסט דאך אליין ג'חלמט אז די האסט גערעדט צו איינער פין קרן הצלה וואס איז נוטה, נעקסט טיים פראבירט בעסער

אונטער חכם » מאנטאג מערץ 5, 2018 5:09 pm

· #396854
Re: ארוינישע טיפשות!
גראדע אויפצוקומען מיט א מציאות נעמט געווענליך שנעלער ווי געוואר צו ווערן דעם מציאות

נקודת-אמת » מאנטאג מערץ 5, 2018 9:14 pm

· #396867
ווער האט אויפגעדעקט די פאקטן איבער חכמת לב
איך זעה יעצט צום ערשטן מאהל די גאנצע טענהריי

איז אזוי:

איך ווייס נישט אויב קרן הלצה מאכט געוועזנליך א זוך אויב מ'נעמט אדער ניט,
גיי זוך וואו מ'קען נאר א מוסד מיט'ן נאמען חכמת לב האט קיין פעני ניט דערהאלטן פונעם מלוכה,
וועסט נישט טרעפן אזוי ווי דעס, עד כאן לכולי עלמא.
ס'איז דא אן אנדערע מוסד (וואס ווערט געפיהרט דארך אן אשלג'ער ירושלים'ער יידעלע וואס איז א שוואגער מיט אלטער'ן) וואס האט לכאורה גענומען געלט אויף די נעמען פון די מיידלעך.
אלטער'ן האט לטענתו נישט געוואוסט פון דעם, און ווען ער האט געהערט פון דעם איז ער געלאפן צום שוואגער הנ"ל און יענער האט דאס געלייקנט.
לטענת אחרים ידע גם ידע אלטער על נטילת הממון, און פארשטייטזיך אליינס גענומען פראצענטן פאר זיין אייגענע טאש,
(נאך א נס אז נישט פאר'ן סקוהל, אזוי וואלטן אונזערע מיידלעך געהאט א פראבלעם פון "כח-הפועל-בנפעל"
און מ'וואלט געקענט חלילה טרעפן א חכמת-לב-מיידל איז נכשל מיט זאכן וואס אלע בית-יעקב-מיידלעך זענען כסדר נכשל,
וואס אונזערע בית-אלטא-פיגא-מיידלעך ווייסן ניט אמאל די אלע זאכן... 😂 😈 )

ס'איז כמעט נישט מעגליך נאך-צו-גיין און וויסן צו דער בעל המוסד האט פארשריבען די אלע תלמידות אין א צווייטען מוסד.

נאר וואס דען, ווען דו ביסט א מוסד וואס איז אוטערן הנהגה פון תורה ויראה, און ס'געשעהט ביי דיר אזא מעשה,
איז גענוג אז עפעס א שוטה וואס האט א שייכות צו איינער פון די אהל-שרה'ניק'ס זאל עם אויפוועקן חששות, און א שעה שפעטער הערסטו אז אחר בירור נתברר אז והנה אמת...
פון זיי איז ארויסגעקומען דער איסור אויף חכמת-לב זייערע אלטע פיינט.

אל תקשור כתרים למי שלא לו המלוכה.

אחר שהמערצבאך'ס ביררו והודיעו לקרן הצלה, איז פארגעקומען המשך המעשה שכבר הובא בתגובות הקודמות.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 5, 2018 10:30 pm

· #396873
.

איסר האטלקי » דינסטאג מערץ 6, 2018 9:58 am

· #396897
שמעון וואלף
דאס איז שוין טאקע אן ארונישע טיפשות.
מהר"א פירט טיש היינט, מוצ"ש, אין וומ"ס לכבוד שיבסר און די הנהלת הקהילה האט עס א נאמען געגעבן "שושן פורים טיש". פרעגט זיך די קשיא, ווי איז זייער שכל, פאר די געלט האט מען עס שוין געקענט ריפן "פורים טיש"?

מהרז"ל האט אויך געפירט מוצאי שבת דעם שושן פורים טיש ווען שושן איז געווען פרייטאג. כ'מיין אז אפילו צוויי מאל תשע"א און תשע"ב.

ליפא » דינסטאג מערץ 6, 2018 12:44 pm

· #396909
איסר האטלקי
שמעון וואלף
דאס איז שוין טאקע אן ארונישע טיפשות.
מהר"א פירט טיש היינט, מוצ"ש, אין וומ"ס לכבוד שיבסר און די הנהלת הקהילה האט עס א נאמען געגעבן "שושן פורים טיש". פרעגט זיך די קשיא, ווי איז זייער שכל, פאר די געלט האט מען עס שוין געקענט ריפן "פורים טיש"?

מהרז"ל האט אויך געפירט מוצאי שבת דעם שושן פורים טיש ווען שושן איז געווען פרייטאג. כ'מיין אז אפילו צוויי מאל תשע"א און תשע"ב.

He carried table Friday in Rodney

signout » מיטוואך מערץ 7, 2018 7:56 pm

· #397017
גיט
📎 DXtTZ1oV4AA7R6w.jpg

אונטער חכם » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 1:38 am

· #397049
Re: ארוינישע טיפשות!
וואס איז די מעשה מיט די זעקל אין סאטמאר 57 און ווער איז י.ח.ש.

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 11:42 am

· #397105
וואס עס האט מיט אהרוינישע טיפשות ווייסט איין באשעפער...

signout » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 3:37 pm

· #397118
קווינס בחורים פורים תשע''ח
📎 DXTcDYvU8AAq_hc.jpg 📎 aa151832-089d-4294-943a-d4e4844a95d5.jpg 📎 af55136c-38b2-4c0d-9c0f-762babd90bae.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5