☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שאק: בחור פון א"י ארעסטירט

שאק: בחור פון א"י ארעסטירט

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12008

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 9:40 am

· #390645
שאק: בחור פון א"י ארעסטירט
יום ה' פרשת וישב תשע"ח

מיט שוידער איז אויפגענומען געווארן די נייעס אז א זיבעצן יעריגע בחור פון א"י, וועלכע איז געווען פארשווינדן פאר א שטיק צייט, איז גאר ארעסטירט.

די בחור קומט פון א חשוב'ע חרד'ישע משפחה, א זון פון הרב יעקב א. (צוליב כבוד המשפחה קען מען נישט שרייבן די פולע נאמען). עסקנים וואס זענען עוסק אין די קעיס גיבן איבער אז די משפחה איז נישט אזוי פויגעלדיג. די בחור איז געבוירן פון זיווג שני און איז נישט אזוי שוה בשוה געווען מיט זיינע געשוויסטער. זיין טאטע, וואס איז א גאר דערהויבענע איד, האט זיך זייער אפגעגעבן מיט אים און געלערענט מיט אים פריוואט, ווייל ער איז נישט געווען מסודר אין א ישיבה.

פאר עטליכע וואכן צוריק איז די בחור פארשווינדן געווארן און טראץ די אומגעהויערע ארבעט צו דערגיין זיינע שפירן, איז מען נישט אויפגענומען מיט עפעס זאכליך. שמועות זענען ארומגעגאנגען אז מ'האט געטראפן זיינע בגדים ערגעץ אין א וואלד. ס'זענען געווען עטליכע וועם מ'האט חושד געווען אבער נאכ'ן אויספארשן האט מען געטאפט א וואנט און גארנישט ארויס באקומען פון זיי.

למעשה שטעלט זיך ארויס אז די בחור איז אנגעקומען און א פרעמד לאנד און האט גענומען א זשאב. מיט די צייט האט ער זיך פארליעבט אין די ווייב פון זיין ארבייטסגעבער און מ'האט אים געפאקט ביי די מעשה. די בחור שרייט אז ער איז אומשילדיג אבער דארט איז א קאראפטירט לאנד און ליידער איז דא שוואכע שאנסן ער זאל זיך ארויסדערזעהן פון דארט.

צופיל פרטים זענען נישט באקאנט און עסקנים שתדלן ביהיינד די סיענס. ולה' הישועה

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 10:18 am

· #390655
וועלכע לאנד? אפשר עגיפטן גאר?....

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 11:34 am

· #390665
Re: שאק: בחור פון א"י ארעסטירט
וואס האט ער געטוהן וואס איז קעגן די געזעץ? איז דאס א ברייטע נושא? אדער א פריוואטע וואס איז נישט אונזער געשעפט?

איך ווייס אז ביי אונז חרדים ווערט יעדע פריוואטע מעשה א יהרג ואל יעבור, יעדער נארקאטיק שמוגלער אין יאפאן איז א וועלטס נושא וואס יעדער מוז וויסן, האבן א דעה און בעיקר, אויסגעבן געלט.


הבהרה:
אודה ולא אבוש, איך בין אריינגעפאלן. האפעדיג וועט מען תשובה טוהן פון היינט און ווייטער.

אישתישבי » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2017 11:02 pm

· #390815
דער וואך ביים ליינען האב איך געהערט מער פרטים, ס'זעהט אויס אז די משפחה האט גענצליך אויפגעגעבן אויך אים, און ער שמאכט אין טורמע בעיקר ווייל זיין באלעבאס קען דארט די הויכע פענסטער, ס'איז נישטא קיין שאנס פאר אים ארױס נאר אויב ער וועט באקומען א פארדאן און אפילו חידא ווייס קען אויך גארנישט אויפטועהן. דער בחור הייסט צו זיין א חכם מחוכם און קיינער פארשטייט נישט וויאזוי ער האט זיך פארדרייט אין דער געשעפט.

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2017 11:12 pm

· #390817
איך ווייס נישט די פרטים. נאר אזויפיהל ווייס איך אז אויב ער איז א פשוט'ער קרימינאל'ניק און ער האט זיך ביודעין פארפלאנטער אין א קרימינאל געשעפט, דארף מען נישט אויפברענגען זיין שיינעם יחוס און דערמיט אויפוועקן אונזער רחמנות. ווי ס'שיינט רעדט מען דא נישט פון א נאאיוו בחור'ל וועלכער האטציך געלאזט צורעדן פון א פיפיגן שמוגלער, וואס ס'קען זיין א צד הרחמנות. אבער טאקע ווייל ער איז א חכם מחוכם. (נאר זעהט אויס נישט גענוג קלוג זיך נישט אריינצולאזן אין קרימינעלע עסקים) דארף ער נעמען פאראנטווארטליכקיין פאר.זיינע מעשים... און ליידן די קאנסעקווענצן דערפון...!

שמעקעדיג » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2017 11:18 pm

· #390819
לויט ווי איך הער איז עס ממש א סקאנדאל. די גאנצע מעשה איז נאר א הי-סעיד ווס. שי-סעיד. דער בחור טענה'ט אז די מעשה איז א פרעכע בלבול און ער איז גענצליך אומשולדיג, אבער קיינער גלייבט אים נישט. עס ווארט אויף אים נעבעך אן ערנסטן אורטייל ה"י!

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2017 11:22 pm

· #390821
ממש יוסף ואשת פוטיפר...! נאר מיט א שטיקל חילוק...דער וינס ויצא החוצה איז געווען לאחר המעשה... 😂

שמעקעדיג » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2017 11:32 pm

· #390823
העי! ספוילער אלערט

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2017 11:36 pm

· #390824
אוי.קעי. איך ציה צוריק. מ'גייט מאכן א גרויסע פדיון שבויים ראללי אין גאנץ אמעריקע פאר דעם אומשולדין בחור פון גרויסן ייחוס, וואס ער קען נאכאמאל ווערן א גרויסער רבי. אזוי ווי א געוויסער בנש"ק וועלכער האט אפ'געיושב'ט א פאר יאר פאר מעשים טובים אשר נעשו. און צום סוף וויל ער נאך אז איך זאלל כאפן שיריים פון זיינע הייליגע הענט און מויל...!

איסר האטלקי » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:44 am

· #390830
לויט ווי מען שמועסט יעצט ביינאכט איז ער געווארן א טשאפלעין דארט אין תפיסה גאר, ער פירט עפעס א רעדל דארט. איינער מיט מער פרטים?

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:00 am

· #390842
די תפילות פאר "יוסף בן רחל" האבן עושה רושם געווען און עסקנים גיבן איבער אז מ'רישט זיך אויף א דורכברוך אין די קעיס נאך די וואך

קלוגע יודל » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:02 am

· #390843
Re: שאק: בחור פון א"י ארעסטירט
איסר האטלקי
לויט ווי מען שמועסט יעצט ביינאכט איז ער געווארן א טשאפלעין דארט אין תפיסה גאר, ער פירט עפעס א רעדל דארט. איינער מיט מער פרטים?
א מין spiritual leader, ער זאגט זיי פשט אין זייערע חלומות וכדו'

א איד » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:03 am

· #390844
Re: שאק: בחור פון א"י ארעסטירט
א נחת צו זעהן ווען דער עולם כאפט דעם נמשל, איך האב עס הערשט יעצט געכאפט.

איסר האטלקי » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:04 am

· #390845
שמעון וואלף
די תפילות פאר "יוסף בן רחל" האבן עושה רושם געווען און עסקנים גיבן איבער אז מ'רישט זיך אויף א דורכברוך אין די קעיס נאך די וואך

נאך וואס עפעס אן ארבעטער אין קאך ביים ארטיגן פרעזידענט איז באפרייט געווארן און איז געווען באפריינדעט מיט דעם בחור וועגן עפעס א חלום... ק"פ פון וואטסעפפ.

כולל קבר רחל זאגט תהילים 24 שעה אין טאג, מען קען מיטזאגן אינאיינעם דורכ'ן זיך משתתף זיין מיט 360.

אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 8:05 am

· #390863
berlbalaguleh
ממש יוסף ואשת פוטיפר...! נאר מיט א שטיקל חילוק...דער וינס ויצא החוצה איז געווען לאחר המעשה... 😂


ס'איז גוט געפארן, ביז אהער.

פריש וואסער » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 12:12 pm

· #390882
איך קען די סקאנדאל אביסל פון דער נאנט, און לדעתי איז עס מן הדברים שהצניעות יפה להם. אבער היות אז עס איז שוין מפורסם געווען דא און אין אנדערע קוועלער, איז נישט דא קיין ברירה נאר אביסל מברר זיין דא אוכל מתוך פסולת.

עס רעדט זיך דא פון איינע פון די חשובסטע משפחות וועלכע זענען עוסק אין חסד און אין קירוב שוין דורות. זייער מקור איז פון עיראק (קורדיסטאן), און זיי זענען זייער רעכט געשטימט בנוגע די שטחים. די באקאנטע שכם הריגות איז די ארבעט זייערע.
ווי מען שמועסט איז די יעצטיגע פרשה מיטן בחור א תוצאה פון אינערליכע רייבערייען אין די משפחה צווישן די ברידער. און י"א אז די גאנצע שמוץ איז נישט מער פון א הוצאת שם רע פון איינע פון די משפחה. לויט ווי איך געדענק דעם בחור ביי די 17 יאר אלט, שטימט אבער יא וואס מען דערציילט יעצט. ער פלעגט דעמאלס זיין זייער פארנומען מיט זיך פיצן (ער איז א יופי פון א בחור).
איך האב אים די לעצטע מאל געזען נישט ווייט פון שכם, ער האט אויסגעזען זייער אנגעצויגן און מיר געזאגט אז ער זיכט זיינע ברידער און ער בלאנדזשעט שוין אפאר שעה. איך האב אים צוגעוויזן די וועג קיין דותן ווי זיינע ברידער זענען געווען. א קורצע צייט שפעטער האט מען אנגעהויבן הערן קלאנגען איבער זיין פארשווינדן ווערן.
ער האט איין יונגערע ברודער וועלכער האט מיר אייביג געטענהט אז ער ווייסט קלאר אז זיין ברודער לעבט, די משפחה האט אבער אנגענומען אז ער איז נישט בין החיים.
יעצט ווען די שמועה איבער די ארעסט איז אנגעקומען צו די משפחה, זענען זיי געווארן זייער נייגעריג און אנגעצויגן. כאטש עס איז בכלל נישט קלאר אז מען רעדט דא פונעם זעלבן בחור, האב איך פארשטאנען פון איינע פון די ברידער מיטן נאמען שימי אז ער פילט א שטיקל נקמה, דער ארעסטירטער פלעגט אים אייביג באשולדיגן אויף די זעלבע עוולות אויף וואס מען האט אים יעצט ארעסטירט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:22 pm

· #390889
איך האב ערגעץ געליינט, צו געזען אויף תיב"ע, אז זי האט געמאכט עפעס א קונץ מיט אן איי, אבער איהר מאן ווייסט גוט אז ס'איז ליגענט. ער האט געקלינגען 1800מומחים און דארט האבען זיי געהאט א פאטענט מיט א לעכט, און אזוי האט ער פאר זיכער געוואוסט אז ער איז אומשולדיג. וואס קען ער אבער טוהן? ווער ס'קען זי ווייסט אז מיט איהר לוינט זיך נישט אנצוהויבען. קוק וואס זי האט געטוהן צו איהם.

אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:37 pm

· #390891
לויט מיינע שמועות איז ער מודה אז ער האט זעלבסט נישט געקענט באהערשן, און האט געפלאצט, די איי פעלט נישט אויס, ווייל זי האט זיינע הויזן, און האט דארט באווייזען אזוי ווי לעווינסקי.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:50 pm

· #390895
Re: שאק: בחור פון א"י ארעסטירט
ווילסט טענה׳ן אז עס איז נישט געווען קיין איי? אדער אז זי האט געלייגט דער איי אויף די הויזען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:59 pm

· #390897
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב ערגעץ געליינט, צו געזען אויף תיב"ע, אז זי האט געמאכט עפעס א קונץ מיט אן איי, אבער איהר מאן ווייסט גוט אז ס'איז ליגענט. ער האט געקלינגען 1800מומחים און דארט האבען זיי געהאט א פאטענט מיט א לעכט, און אזוי האט ער פאר זיכער געוואוסט אז ער איז אומשולדיג. וואס קען ער אבער טוהן? ווער ס'קען זי ווייסט אז מיט איהר לוינט זיך נישט אנצוהויבען. קוק וואס זי האט געטוהן צו איהם.

ליטוואק: דו האסט עס געליינט אין די גמ'. איך געדענק שוין נישט וואו. אז די אשת פוטיפר ווען זי איז געקומען צו די חרטומים, די דזשאדזשעס אין מצרים, האבן זיי געמאכט א טעסט. און דורכדעים האבן זיי געוואוסט וואס איז אן איי. און וואס איז ז--!. אן די אלע סאפיסטיקירטע טעכנאלאגישע לעב טעסטס...! אויך אויף דעם אופן ווי זיינע קליידער זענען געווען צוריסן. פון אונטן (בעק) נישט פון פראנט האבן זיי געוואוסט אז יוסף הצדיק איז אומשולדיג...!

אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 7:00 pm

· #390930
ליטוואק פון בודאפעסט
ווילסט טענה׳ן אז עס איז נישט געווען קיין איי? אדער אז זי האט געלייגט דער איי אויף די הויזען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דער איי האבן די חסידים פין דער בחור צוגלייגט, ווייל עס פאסט נישט ס'זאל הייסן אז ער האט געהאט א מכשול.

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 9:35 am

· #541562
Re: שאק: בחור פון א"י ארעסטירט
למעשה הער איך איז ער ארויס, און האט באקומען א חשוב'ע פאזיציע אין לאנד.

אלע צוזאמען » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 10:22 am

· #541565
Re: שאק: בחור פון א"י ארעסטירט
שמעקעדיג #
למעשה הער איך איז ער ארויס, און האט באקומען א חשוב'ע פאזיציע אין לאנד.
שמועה שמעתי אז א חלק פון די משפחה וויל זיך איבערבעטן מיט אים, אבער עטליכע זענען נישט גרייט, בעיקר די צוויי באקאנטע מאפיאנערן, וועלכע האבן שוין חרוב געמאכט שטעט.

שמן למאור » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 3:48 pm

· #541593
Re: שאק: בחור פון א"י ארעסטירט
ס'איז געווען אמאל א אידענע וואס האט געליינט אינעם צאינה וראינה די גאנצע מעשה פון יוסף, און זי האט זייער געוויינט. זי האט נישט געקענט קומען צו זיך אז מען האט פארקויפט יוסף און ער איז אריבער די אלע צער און פיין.

די אנדערע יאר האט זי נאכאמאל געליינט די מעשה, און דאסמאל האט זי עס קאלטבלוטיג אדורכגעבלעטערט אן קיין פיפס.

האט די מאן איר געפרעגט "פארוואס וויינסטו נישט אזוי ווי פאראיאר"?

האט זי געענטפערט אז די יאר האט זי שוין נישט קיין רחמנות! יוסף וואלט געדארפט צו געדענקן פון לעצטע יאר וואס איז געשען מיט אים און זיך נישט רייצן אדער גיין צו זיינע ברודערס קיין דותן, און אז ער טוט דאס נאכאמאל איז עס אויף זיין אייגענע אחריות"!

קארטל » מוצ"ש דעצעמבער 16, 2023 10:28 pm

· #541601
Re: שאק: בחור פון א"י ארעסטירט
איך כאפ נישט, די מעשה גייט ווייטער אדער ער האט עס איבערגעטון נאכאמאל?

מן הסתם » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 2:23 am

· #541608
Re: שאק: בחור פון א"י ארעסטירט
קריאה מעורר הזמן, ס'שפילט זיך ליידער איבער יאר יערליך..

הגאון הצדיק » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:58 am

· #541803
Re: שאק: בחור פון א"י ארעסטירט
מן הסתם #
קריאה מעורר הזמן, ס'שפילט זיך ליידער איבער יאר יערליך..
און ווי האט די אונגערישע אידענע געזאגט היינט האב איך שוין קיין רחמנות אויף אים ער לערנט זיך נישט פון פרידעגע יאהרן


אגב מקען פון יוסף'ן זיך לערנען אז מ'טאר קיינמאל זיך מייאש זיין וויל עס שטייט דאך אין אלע ספרים אז יוסף איז געגאנגען שלום מאכן און יעדע יאהר פון פריש גייט ער נאכמאל אפשר די יאהר וועלן די ברידערס זיך לאזן הערן פאר אים און שלום מאכן