☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אדמו''ר מהרי''י שבת ויחי אין מאנטריאל

אדמו''ר מהרי''י שבת ויחי אין מאנטריאל

145 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11998
בלאט: 1 2 3

לאקש » מוצ"ש דעצעמבער 2, 2017 8:31 pm

· #390335
אדמו''ר מהרי''י שבת ויחי אין מאנטריאל
דעם קומענדיגען שבת ויחי וועט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שלט"א פראווענען אין מאנטריאל.
דאס ווערט געזעהן ווי א שטארקע קלאפ פאר חסידי מהר"א אין מאנטריאל.
פאר ווער ס'איז נישט באקאנט, מיט עטליכע יאר צירוק איז פארגעקומען קהילה וואלן אין מאנטריאל ווי צד מהרי"י האט געווינען, צד מהרי"י קאנטראלירט אלעס אין מאנטריאל, קהילה, ת"ת סקול, ישיבה, די ארוינים האבן נאר א ביהמ"ד

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 12:34 am

· #390349
נישט סתם א קלאפ נאר א שטארקע קלאפ? וועלן זיי דאס איבערטראגן?

לאקש » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 12:44 am

· #390350
האפענטלעך....

אדונינו » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 1:01 am

· #390351
בקרוב גיימיר אויסגעפינען דיין אלטע ניק, בפשטות נאך 2-3 הודעות.

לאקש » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 1:21 am

· #390353
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה ונחיה ונראה.....

elter-zeide » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 9:05 am

· #390368
מאנטריאל איז טאקע א אינטערסאנטע שטאט, וואס איז דע איינציגע שטאט וואס מלמדם פון א זאלישע ת"ת זענען געווען פר' תולדות ביי א ארונישע שבתון, אין מחנה בית רחל, מעגלעך ווייל דע ת"ת איז אפשר אינטער דע זאלי קהל אבער דע חדר איז???

לאקש » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 12:19 pm

· #390378
די קהילה אין מאנטריאל פלעגט זיין נייטראל, קיינע פון די רבי'ס האבן נישט באזיכט די מוסדות, אפילו יעדער האט געוויסט אז ס'איז אינטער די בעלות פון מהרי"י.
די ישיבה גדולה האב שוין די רבי יא באזיכט כמה פעמים.
אלעס איז געווען ביז פארגאנגענע זומער ווען די רבי איז געווען אין מאנטריאל פאר 1 טאג, איז געווען א קבלת פנים אין קעמפ פון די חדר, די קינדער פון ת"ת זענען געקומען מיט ווייסע העמעדער.
דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס וואס מ'האט זיך אפיציעל ארויסגעשטעלט אלס חסידי מהרי"י

לאקש » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 4:24 pm

· #390399
די אפיציעלע מודעה
📎 Picture1203171617_1.jpg

לאקש » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 6:31 pm

· #390404
אש"ל
📎 DP2KQOOVQAA0_Jw.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 11:20 am

· #390664
די מעמד אבן הפינה וועט פארקומען מוצש"ק ויחי הבעל"ט
די בנין וועט זיין 6 שטאק!
עס וועט קאסטן 18$ מיליאן!
📎 DQc9mTSVAAEpe9h.jpg

signout » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 1:05 pm

· #390678
לאקש
דעם קומענדיגען שבת ויחי וועט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שלט"א פראווענען אין מאנטריאל.
דאס ווערט געזעהן ווי א שטארקע קלאפ פאר חסידי מהר"א אין מאנטריאל.
פאר ווער ס'איז נישט באקאנט, מיט עטליכע יאר צירוק איז פארגעקומען קהילה וואלן אין מאנטריאל ווי צד מהרי"י האט געווינען, צד מהרי"י קאנטראלירט אלעס אין מאנטריאל, קהילה, ת"ת סקול, ישיבה, די ארוינים האבן נאר א ביהמ"ד

אינטערסאנט ווי די הויפט נייעס איז אז צד מהר''א וועט האבען א שטארקע קלאפ... א שאד די 18 מיליאן דאלער (?), כ'האב גרינגערע וועגן זיי צו טיילן קלעפ

signout » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 1:31 pm

· #390685
די וואלען איז געווען איבער די שוהל נישט איבער די מוסדות, אין מהרז''ל האט עס געווינען ווייל ער האט געמאכט א סעמי נייטראלע ליסטע ווי ס'געווען אפילו מענטשן פין צד מהר''א כידוע, אין האט געהאט אפילו די דעקונג פין ר' דוד מייזליש וואס האט נעבעך געמיינט אז די יענע ליסט וועט מצליח זיין צו האלטן די קהילה פאר 1 קהילה, לגבי די מוסדות דערווייל שרייבן זיי נישט בנשיאות פין קיין שום רבי, אפילו ס'מעגליך אז רוב הנהלה זענען פין צד מהרז''ל, ס'איז אפציעל 1 מוסד פאר ביידע קהילות, במציאות ווען מהרז'ל קומט קיין מאנטריאל באזוכט ער נישט אין ת''ת נאר ביהמ''ד ווי די קינדער וואס ווילן קומען אריבער אין אזוי טוט אויך מהר'''א, לגבי די בית אסתר סקול מעגליך אז זיי ווילן זיך ארויסשטעלן אפיציעל פאר מהרז''ל אדער ניצן זיי קאהן'ס געלט פאר א תירוץ, סייוויאזוי מהר''א וועט האפענטלוך איבערלעבן די שטארקע קלאפ אז נישט איז א שאד פאר די 18 מיליאן דאללער

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 2:44 pm

· #390695
פאריאר זומער האט מהרי"'י יא באזוכט אין ת"ת

Ben-Shishim » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 3:10 pm

· #390698
Relax all, Mr. Weinstocks propaganda machine is in motion

Better go back writing in Der Yid.

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 3:28 pm

· #390702
סעט ענק גארנישט העלפן מהרי"י נעמט איבער בעלות אויף מאנטריאל

signout » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 2:40 pm

· #391020
elter-zeide
מאנטריאל איז טאקע א אינטערסאנטע שטאט, וואס איז דע איינציגע שטאט וואס מלמדם פון א זאלישע ת"ת זענען געווען פר' תולדות ביי א ארונישע שבתון, אין מחנה בית רחל, מעגלעך ווייל דע ת"ת איז אפשר אינטער דע זאלי קהל אבער דע חדר איז???
א גרעסערע רוב מלמדים זענען געווען

לאקש » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 2:50 pm

· #391022
signout
elter-zeide
מאנטריאל איז טאקע א אינטערסאנטע שטאט, וואס איז דע איינציגע שטאט וואס מלמדם פון א זאלישע ת"ת זענען געווען פר' תולדות ביי א ארונישע שבתון, אין מחנה בית רחל, מעגלעך ווייל דע ת"ת איז אפשר אינטער דע זאלי קהל אבער דע חדר איז???
א גרעסערע רוב מלמדים זענען געווען

אז איך גלייב נישט בין איך א כופר אדער דער וואס גלייבט איז א מאמין?

signout » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 2:58 pm

· #391023
אויב וועסט זעהן אז ס'יא אמת (דורך דיינע קאנעקשאןס אין מאנטריאל) וועט עס זיין א קלאפ? מ'דארף עפענען א אשכול דערוועגן?

לאקש » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 3:05 pm

· #391024
signout
אויב וועסט זעהן אז ס'יא אמת (דורך דיינע קאנעקשאןס אין מאנטריאל) וועט עס זיין א קלאפ? מ'דארף עפענען א אשכול דערוועגן?

זיכער איז דא ארוינישע אייגעשטעלטע, זיי האבן דאך גארנישט דארט.

לאקש » מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 12:01 am

· #391192
די עסקנים אינעם ווערהאז ווי עס וועט אפגעראכטן ווערן דעם געהויבענעם שבת
📎 photo_2017-12-12_23-51-26.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 12:33 pm

· #391275
הכונו מאנטריאל, #כי_הנה_מלכך_בא!!!

די מאסיווע הכנות זענען שוין אין פולסטן קראפט אינעם ׳בנין הגדול׳ אויף האטשיסאן וואו ס׳וועט ווערן אפגעראכטן דער ׳שלחן הטהור׳ ביים #שבת_המרומם פרשת ויחי און דער מעמד האדיר ׳יובל השישים׳ במקהלות אלופי אלפי ישראל, מוצאי שבת ויחי בראשות כ״ק מרן רבינו עטת״ר שליט״א.

#שבת_ויחי_מאנטריאל
#מאנטריאל_נסיעה
📎 photo_2017-12-14_12-33-07.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 12:34 pm

· #391276
שבת ויחי
📎 photo_2017-12-14_12-33-17.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 3:46 pm

· #391309
אדמו''ר מהרי''י שבת ויחי אין מאנטריאל
באסעס
📎 DRCEl4mUQAA0hP_.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 3:47 pm

· #391310
אש''ל
📎 DRCEl4oUEAA0_gi.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 4:51 pm

· #391319
טיש
📎 photo_2017-12-14_16-49-16.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 4:54 pm

· #391320
יובל השישים
📎 photo_2017-12-14_16-49-11.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 5:32 pm

· #391327
אבן הפינה
📎 photo_2017-12-14_16-56-30.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 5:33 pm

· #391328
די קאמפיין
📎 photo_2017-12-14_17-30-19.jpg

לאקש » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 3:30 pm

· #391526
שטייענדעג בלויז 10 טעג פונעם טאג וואס די רבי וועט פארן קיין מאנטריאל צום היטארישן שבת המרומם וועלן מיר אנהייבן צו ברענגען פארשידענע נייעסלעך ארום דעם באזיך
=רבינו שליט''א וועט אפפליען קומענדעגן מיטוואך ויחי הבעל''ט=
=פונעם לופטפעלד וועט מען צופארן צום קבלת פנים אין ביהמ''ד דקהילתינו=
=אלע זוהן פון רבי'ן וועלן בעז''ה קומען אויף שבת=
=די סעודות שבת פאר די אורחים וועט ווערן אפגעראכטן בראשות בני רבינו=
מיר האפן בעז''ה צו ברענגען פרישע אפדעיטס יעדן טאג (ווי ווייט מעגליך)

היסטאריקער » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:53 pm

· #391537
=אלע זונען פון רבי'ן וועלן בעז''ה קומען אויף שבת=

לאקש » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 12:04 pm

· #391582
אפדעיטס פון דינסטאג ויגש:
=היימאנס באסעס שטעלט צו באסעס פאר בלויז $49=
=וועד האש"ל 646-741-3004 אפען יעדע נאכט 8:00-10:00=
=פאר די סעודות שבת ברויכט מען זיך מעלדן 646-741-3004=

אייז קריעם » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 4:58 pm

· #391614
זוהנען בלשון רבים שרייט מען "זוהן" עס פעלט נישט אויס דעם "נען"

לאקש » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 6:20 pm

· #391624
אייז קריעם
זוהנען בלשון רבים שרייט מען "זוהן" עס פעלט נישט אויס דעם "נען"

שכח
פאראכטן

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:02 am

· #391648
לאקש
שטייענדעג בלויז 10 טעג פונעם טאג וואס די רבי וועט פארן קיין מאנטריאל צום היטארישן שבת המרומם וועלן מיר אנהייבן צו ברענגען פארשידענע נייעסלעך ארום דעם באזיך
=רבינו שליט''א וועט אפפליען קומענדעגן מיטוואך ויחי הבעל''ט=
=פונעם לופטפעלד וועט מען צופארן צום קבלת פנים אין ביהמ''ד דקהילתינו=
=אלע זוהן פון רבי'ן וועלן בעז''ה קומען אויף שבת=
=די סעודות שבת פאר די אורחים וועט ווערן אפגעראכטן בראשות בני רבינו=
מיר האפן בעז''ה צו ברענגען פרישע אפדעיטס יעדן טאג (ווי ווייט מעגליך)


מיר קוקן ארויס אויף די אפדעיטס אבער ביטע נישט ברענגן קיין בילדער פון רבי'ן וואס ברענגט אים צער

לאקש » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:24 am

· #391651
שמעון וואלף
לאקש
שטייענדעג בלויז 10 טעג פונעם טאג וואס די רבי וועט פארן קיין מאנטריאל צום היטארישן שבת המרומם וועלן מיר אנהייבן צו ברענגען פארשידענע נייעסלעך ארום דעם באזיך
=רבינו שליט''א וועט אפפליען קומענדעגן מיטוואך ויחי הבעל''ט=
=פונעם לופטפעלד וועט מען צופארן צום קבלת פנים אין ביהמ''ד דקהילתינו=
=אלע זוהן פון רבי'ן וועלן בעז''ה קומען אויף שבת=
=די סעודות שבת פאר די אורחים וועט ווערן אפגעראכטן בראשות בני רבינו=
מיר האפן בעז''ה צו ברענגען פרישע אפדעיטס יעדן טאג (ווי ווייט מעגליך)


מיר קוקן ארויס אויף די אפדעיטס אבער ביטע נישט ברענגן קיין בילדער פון רבי'ן וואס ברענגט אים צער

חס ושלום! איך האב נישט געהאט קיין הוא אמינא צו טוהן אזא זאך!

לאקש » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:31 am

· #391654
ברוך שהחיינו והגיענו לזמן הזה

הרחיבו מקום אהליך

הנהלת הישיבה גדולה אין מאנטריאל האבן היינט בשעטו״מ אפגעקויפט א גרויסארטיגע בנין אויף פארק עוו. נעבן ביהמ״ד הג׳ דקהלתינו פאר די געברויך פון די ישיבה נאך די לעצטיגע נאכאנאנדע וואוקס בליעה״ר.

די בנין וועט זיין אין באניץ פארן וועד האשל קומענדיגן שבת פרשת ויחי בצל הקודש.

כן ירבה וכן יפרוץ

=שבת ויחי מאנטריאל=
=מאנטריאל נסיעה=

לאקש » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:45 pm

· #391689
אפדעיטס פון מיטוואך ויגש:
=נעכטן איז געוועהן א אסיפת עסקים אין מאנטריאל איבער די סדר היום במשך די נסיעה=
=ס'וועט זיין 3 באנקעטן צו שאפן $5,000,000 אנצוהייבן דעם נייעם בנין בית אסתר=
=די אכסני' פון רבי'ן וועט זיין בבית הרבני הנגיד ר' מרדכי קאהן ראש הקהל=

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 1:59 pm

· #391702
=עס גייט זיין לאקשן אין די זופ פרייטאג צו נאכטס?
האפענטליך וועט מען עס אויסשמועסן ביי די קומענדיגע אסיפה.

לאקש » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 11:58 pm

· #391771
מארגן אין "איד" וועט זיין דעם פולן סדר ימי הביקור ווי אויך א דעטאלירטע מאפע פון די גאסן אין מאנטריאל און נאך

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 11:02 am

· #391805
דער איד מיט ברייטע דעקונג איבער די גרויסארטיגע מאנטריאל נסיעה פון רבינו שליט״א קומענדיגן מיטוואך ויחי ביז דינסטאג שמות און די היסטארישע שבת ויחי מאנטריאל שבת המרומם, הנחת אבן הפינה, כינוס רבתי.
📎 photo_2017-12-21_05-22-28.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 3:22 pm

· #391831
סדר ימי הביקור
📎 DRmJFbKUQAEFSuU.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 3:24 pm

· #391832
גאסן מאפע
📎 DRmJFbHUEAAmpwZ.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 3:32 pm

· #391833
די הכנות צום געהויבענע שבת
📎 photo_2017-12-21_15-28-41.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 3:33 pm

· #391834
די הכנות צום געהויבענע שבת
📎 photo_2017-12-21_15-28-54.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 3:33 pm

· #391836
די הכנות צום געהויבענע שבת
📎 photo_2017-12-21_15-29-18.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 3:34 pm

· #391837
די הכנות צום געהויבענע שבת
📎 photo_2017-12-21_15-29-05.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 5:54 pm

· #391847
טראנספארטאציע צום היסטארישן שבת ויחי מאנטריאל בצל הקודש.
📎 photo_2017-12-21_16-35-31.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 5:56 pm

· #391848
טראנספארטאציע צום היסטארישן שבת ויחי מאנטריאל בצל הקודש.
📎 photo_2017-12-21_17-52-26.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 6:01 pm

· #391849
אכסניות דורכ׳ן וועד האשל ביים היסטארישן שבת ויחי מאנטריאל בצל הקודש.
📎 photo_2017-12-21_17-52-35.jpg

לאקש » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 6:02 pm

· #391850
סעודות עש״ק און שב״ק דורכ׳ן וועד האשל ביים היסטארישן שבת ויחי מאנטריאל בצל הקודש.
📎 photo_2017-12-21_17-52-45.jpg
בלאט: 1 2 3