☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אדמו''ר מהרי''י שבת ויחי אין מאנטריאל

אדמו''ר מהרי''י שבת ויחי אין מאנטריאל

145 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11998
בלאט: 1 2 3

נאך א מיינונג » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 9:00 pm

· #392398
נו, ווי איז דאס געווען?

די אויער שיצערס האבען געשיצט? די שאללען האבען זיך פיין ארום גערינגעלט די אנ"ש׳ישע העלדזער? די עסקונים האבען גע׳עסקנ׳ט? די פריוואטע אכסניות זענען געבליבען פריוואט? די באסעס זענען געקומען באצייטענס, פאר שפאט ביליג? אלע פנים׳ס זענען מקובל געווארען? די גה"צ׳ן האבען מקדים געווען? די תלמידי הישיבות והחדרים האבען זיך גלייך אויסגעשורה׳ט? די אסיפות האבען פאראספספ׳ט? די שאל שלעפערס האבען גוט געשלעפט? די געדרענג איז ברוך ה׳ נישט געווען אויף אויסצוהאלטען? די הערצער זענען געווען פרייליך? די פארטאג׳ס שעה׳ן זענען געווען גענוג שפעט?

א איד » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 9:11 pm

· #392401
Re: אדמו''ר מהרי''י שבת ויחי אין מאנטריאל
ווארט צו אביסל, מען האלט נאך אינמיטן, של"ס שובבים תורה.

נאך א מיינונג » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 11:09 am

· #392448
אזויפיהל שובבי"ם תיקונים האט דארט אויסגעפעלט? איך האב מורא אז די שאללען זענען גאנץ שוואך געשלעפט געווארען. ווען א צווייטע וואלט זיי געשלעפט, וואלטען זיי געווען אסאך מער געשלעפט.

שמעון וואלף » דינסטאג יאנואר 2, 2018 11:40 pm

· #392662
ארונים ווילן נישט קינדער זאלן זיין אין חדר ווען מהרז"ל באזיכט
📎 DSjYBlNXcAA-dY1.jpeg

ברוך שפינוזה » דינסטאג יאנואר 2, 2018 11:58 pm

· #392663
שמעון וואלף
ארונים ווילן נישט קינדער זאלן זיין אין חדר ווען מהרז"ל באזיכט

בעיביס!!!

ימים ידברו » מיטוואך יאנואר 3, 2018 9:31 am

· #392688
זיי זענען נעריש אז זיי אנטלויפען מיט די קינדער, אבער די זאלונים זענען עקסטער שיין, זיי צוריק צו לאזען נאך די באזיך ווען אנדער מנהל וואלט געווען אין טשארדש וואלט ער זיי צוריק דעשיקט קיין פארק עווניא לערנין געזינטערהייט! סאיז באמת א קידוש השם!
מענין לענין די טישטיך ביי מאנדעל'ס חתונה איז געפלויגען, איך ווער נתפעל פון מהרזל'ס יושב הדעת ער ווערט נישט פארלוירען, איך גלייב מאנדעל וועט שיין באצאלען פאר אזא אקציע!

signout » מיטוואך יאנואר 3, 2018 12:46 pm

· #392710
ימים ידברו
זיי זענען נעריש אז זיי אנטלויפען מיט די קינדער, אבער די זאלונים זענען עקסטער שיין, זיי צוריק צו לאזען נאך די באזיך ווען אנדער מנהל וואלט געווען אין טשארדש וואלט ער זיי צוריק דעשיקט קיין פארק עווניא לערנין געזינטערהייט! סאיז באמת א קידוש השם!
מענין לענין די טישטיך ביי מאנדעל'ס חתונה איז געפלויגען, איך ווער נתפעל פון מהרזל'ס יושב הדעת ער ווערט נישט פארלוירען, איך גלייב מאנדעל וועט שיין באצאלען פאר אזא אקציע!

אוודאי וועט ער באצאלען פאר מהז''ל פארן קומען אין א אנדערע צייט ווי אפגעשמיעסט, ווען מהרז''ל וויל זיך נישט אראפזעצן טראץ וואס מ'האט געוואלט ברענגן א אנדערע טישטיך זעהט מען זיין יושב הדעת...

signout » מיטוואך יאנואר 3, 2018 1:08 pm

· #392711
ברוך שפינוזה
שמעון וואלף
ארונים ווילן נישט קינדער זאלן זיין אין חדר ווען מהרז"ל באזיכט

בעיביס!!!
ווער איז די בעיבי דא, די ת''ת האט במציאות נישט קיין נשיא, נישט אויפן צעטיל אין נישט ערגעץ אנדערש, אין זיי האבען נאכנישט גערופן דערווייל קיין 1 רבי זאל קומען אין חדר, די חדר ווערט געפירט נייטראל דורך ביידע צדדים, ביידע דיינים זיצן אויבן אן ביים דינער, א גרויס חלק פין די מלמדים זענען געפארען צו די שבת מחזיקי הרבים, קיינער פין ביידע צדדים שפירט נישט באקירעוועט, די רב איז אומאפציעל בעה''ב אין חדר, אין אז 1 רבי איז מודיע אז ''ער גייט קומען'' קלאר אומגערופן נאר ווייל ער ווייזט אז מ'גייט נישט קיין הינט אים ארויסצוטראגען איז ווער איז די בעיבי?,

לאקש » מיטוואך יאנואר 3, 2018 6:41 pm

· #392725
די אפיציעלע בעה''ב זענען מרדכי קאהן און משה פר''מ, זיי זענען די ראשי קהילה און זיי באלאנגען צו מהרי''י

והשנית אויב מהר''א מעלדט אז ''ער גייט קומען'' וועט ער קענען קומען??

signout » מאנטאג יאנואר 8, 2018 2:09 pm

· #393016
די ת''ת האט א הנהלה כ'ווייס נישט אויב זיי זענען אפילו א טייל דערפון, אויב יא זענען זיי נאך אלס נישט קיין רוב, נאכדערצו ווען זיין שוואגער האט אים שטארק געבעטן ער זאל נישט גיין, אגב, פארוואס גיבט מען נישט ארויס די געהעריגע בילדער פין מהרז''לס באזוך אין ת''ת, איז אמת אז זיין שוואגער איז נישט מיגעקומען?

signout » מאנטאג יאנואר 8, 2018 2:28 pm

· #393017
אזווי לאקש האט אויפגעהערט צו שיקן אפדעיטס איינמאל ס'געווארען נאנט צו די נסיעה האביך געטראפען 2 בילדער, דאס איז די ערשטע בילדער וואס מ'האט ארויסגעשיקט פארן ציבור ווי מ'גרייט אן די טיש
📎 IMG-20171229-WA0007.jpg

signout » מאנטאג יאנואר 8, 2018 2:28 pm

· #393018
די ענגילטיגער בילד, (אפילו נאכען שרינקען די זאל האט מען עס נישט געניצט פאר ש''ש, נאר ש''ש איז געווען אין האטשאסטן)
📎 2547ef13-ce44-4930-8d01-42659326fe74.jpg

שושן פורים » מאנטאג יאנואר 8, 2018 3:59 pm

· #393026
signout
די ענגילטיגער בילד, (אפילו נאכען שרינקען די זאל האט מען עס נישט געניצט פאר ש''ש, נאר ש''ש איז געווען אין האטשאסטן)

איז וואס האלטסטו? פארוואס האט עס געשרינקען?

elter-zeide » מאנטאג יאנואר 8, 2018 4:57 pm

· #393030
שושן פורים
signout
די ענגילטיגער בילד, (אפילו נאכען שרינקען די זאל האט מען עס נישט געניצט פאר ש''ש, נאר ש''ש איז געווען אין האטשאסטן)

איז וואס האלטסטו? פארוואס האט עס געשרינקען?

פון דע מוראדיגע קעלט

signout » דינסטאג יאנואר 9, 2018 11:12 am

· #393082
זיין שוואגער האט געשאפט רוב געלט פאר די ת''ת ביז כמעט צום סוף, רז''ל איז בעה''ב צו מעלדן אז ער קומט אומגעליידענט אין צד מהר''א וועט נישט ברענגן קיין הינט אים ארויסצוראגען, ניטאמל אויפן צעטיל שטייט בנשיאות, במציאות האט געפעלט זייער א שיינע פראצענט קינדער פין חדר יענע טאג, (טראץ וואס וואס ס'דא גענוג עלטערן מצד מהר''א וואס האבען געשיקט די קינדער אין חדר יענע טאג) אין זייער א שיינע חלק מלמדים זענען געווען ביי מצדיקי הרבים, מהר''א האט גענוג קינדער צו עפענען מוסדות דארט, און מהרז''ל'ס נעימות המידות איז די גרעסטע וויץ ווייל אויב זיין שוואגער איז אזא רחמנות אין זיך געבעטן ביי אים ער זאל נישט גיין אין חדר (ער האט נאך אזוויפל רעכט ווי מאנסי לשיטתם) פארוואס איז ער געקומען אין חדר?

גאנצל » דינסטאג יאנואר 9, 2018 12:37 pm

· #393085
[ציטאט אראפגענומען]


און דעס הייסט נאך גוטע מדות 😉 ??? אפגעזען ?? הסאט געהערט אזוינס ? אפשר זאל ער זיך איינהאלטן פון גיין באזוכן על אפו פון זיין שוואגער ? דעס הייסט נאך א בעל מדות נאך אויך #נועםהמדות נוסח ז"ל פארטיי

אפשר קען וויסן ווי איז די זעלטענע מדות פון ראזאל צו זעין אז מ'זאל זיך מער קימערן מיט זיין שוואגער ?????? ווי איז ראזאל מודיע צו זיין פאר טירנויער &קאהן קאו זאלן אויפהערן צו צאפן דאס בלוט און יורד זיין לתוך חייו פונעם שוואגער ???????

און ביי די וועי הלוואי ווען די זאליס ווארפן ארויס די סאטמארע חסידים'ס קינדער מ'וועט איינמאל פאר אלעמאל עפענען א נארמאלע סאטמארע חדר

לאקש » דינסטאג יאנואר 9, 2018 12:57 pm

· #393089
א פשוט'ע שקר.
פון ווי נעמט עטץ אז ס'האט געבאדערט פארן שוואגער?

גאנצל » דינסטאג יאנואר 9, 2018 1:00 pm

· #393090
ווייל דער שוואגער איז נייטראל און ער וויל אז אין מאנטריאל זאל זיין נייטראל

פון ווי ווייסטו אז ס'איז שקר ?

גאנצל » דינסטאג יאנואר 9, 2018 1:26 pm

· #393097
פ"וו טאקע האט ער מער בעלות ? ווי זענען זיינע מדות ? צו לאזן יענעם מיט וואס ער האט ? ווי זענען זיינע זעלטענע מדות ??

נאר וואס ? אלס די זעלבע בלאף ער גייט אהין ווייל ער קען כאפן כבוד און מאכט אפגעזען אז מרדכי קאהן טאנצט אויף יענעם'ס בלוט און א גוטן טאג

איך פארגין עס פאר ראזאל ס'זאל אים וואויל באקומען ער האט נאר די פאר זאכן וואס ער האט אפגעגנבעט פון יענעם

גאנצל » דינסטאג יאנואר 9, 2018 1:27 pm

· #393098
פ"וו טאקע קענען די חסידי ר"א ניט עפענען קיין מוסדות פונקט ווי זיי האבן געפנט א ביהמ"ד ????

אלא מאי זיי קענען יא

גאנצל » דינסטאג יאנואר 9, 2018 1:43 pm

· #393103
זאגסט דאך אליין אז עס איז נישט די זעלבע ווייל דו האסט דאך געשריבען אויבן אז ער מיט זיינע זעלטענע...... מדות איז געקומען כלשונך "אפגעזען וואס זיין שוואגערס מיינונג איז" השמע לאזניך מה שפיך מוציא

דאס איז נישט די זעלבע פאל ווי אין בפ ווי דער בפ רב שליט"א וויל אז דער ממלא מקום פון זיין גרויסן שווער די רבי ז"ל האט ממנה געווען זאל קומען ווייטער פירן די עדה

גאנצל » דינסטאג יאנואר 9, 2018 1:46 pm

· #393104
[ציטאט אראפגענומען]


אין זיין ביהמ"ד איז דא מער ווי איין מנין און אז עס איז דא מנינים עלטערן איז דא מנינים קינדער סאו נישט די קינדער איז די אישו ופשוט היא

signout » דינסטאג יאנואר 9, 2018 1:51 pm

· #393108
לאקש
א פשוט'ע שקר.
פון ווי נעמט עטץ אז ס'האט געבאדערט פארן שוואגער?
מכחיש שמש בצהרים? באלד וועסטו מיר נאך זאגען אז דער שוואגער איז אפילו מיטגעקומען ביים באזוך אין ת''ת..

לאקש » דינסטאג יאנואר 9, 2018 2:18 pm

· #393116
signout
לאקש
א פשוט'ע שקר.
פון ווי נעמט עטץ אז ס'האט געבאדערט פארן שוואגער?
מכחיש שמש בצהרים? באלד וועסטו מיר נאך זאגען אז דער שוואגער איז אפילו מיטגעקומען ביים באזוך אין ת''ת..

האסט מיר נישט גע'ענפערט פון ווי די נעמסט עס

שמעון וואלף » מיטוואך יאנואר 10, 2018 1:06 am

· #393140
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]


אין זיין ביהמ"ד איז דא מער ווי איין מנין און אז עס איז דא מנינים עלטערן איז דא מנינים קינדער סאו נישט די קינדער איז די אישו ופשוט היא


טיפיקעל @גאנצל תגובה, געשריבן אין די וועלט אריין אבי ס'זאל זיין אן די רעקארד אז יעדע נעגיטיווע תגובה אויף ארונים איז פארענטפערט.
די ווייסט גאנץ פיין אז פון מנינים קינדער קען מען נישט האבן קיין מוסדות. ס'פעלט זיך אויס כאטשיג 400 קינדער (יונגלעך און מיידלעך) צו האבן נארמאלע קלאסן. נו, וואס דרייסטי א קאפ וועגן מנינים? האבן די ארונים 400 קינדער? טאמער יא, שרייב קלאר.

ליפא » מיטוואך יאנואר 10, 2018 1:36 am

· #393142
שמעון וואלף
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]


אין זיין ביהמ"ד איז דא מער ווי איין מנין און אז עס איז דא מנינים עלטערן איז דא מנינים קינדער סאו נישט די קינדער איז די אישו ופשוט היא


טיפיקעל @גאנצל תגובה, געשריבן אין די וועלט אריין אבי ס'זאל זיין אן די רעקארד אז יעדע נעגיטיווע תגובה אויף ארונים איז פארענטפערט.

signout » מיטוואך יאנואר 10, 2018 11:29 am

· #393151
זיי זאגען אז זיי האבען געהאט ארום 200 נדבנים פין סאטמארע אידן אין מאנטריאל פאר זייער נייע ביהמ''ד, נישטו קיין שום סיבה זיי זאלען נישט קענען עפענען א מוסד אליין

גאנצל » מיטוואך יאנואר 10, 2018 11:41 am

· #393153
שמעון וואלף
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]


אין זיין ביהמ"ד איז דא מער ווי איין מנין און אז עס איז דא מנינים עלטערן איז דא מנינים קינדער סאו נישט די קינדער איז די אישו ופשוט היא


טיפיקעל @גאנצל תגובה, געשריבן אין די וועלט אריין אבי ס'זאל זיין אן די רעקארד אז יעדע נעגיטיווע תגובה אויף ארונים איז פארענטפערט.
די ווייסט גאנץ פיין אז פון מנינים קינדער קען מען נישט האבן קיין מוסדות. ס'פעלט זיך אויס כאטשיג 400 קינדער (יונגלעך און מיידלעך) צו האבן נארמאלע קלאסן. נו, וואס דרייסטי א קאפ וועגן מנינים? האבן די ארונים 400 קינדער? טאמער יא, שרייב קלאר.


כאילו יעדע ווארט וואס @שמעון וואלף וחביריו שרייבן איז געדעקט פונקטליך מיט נומערן

לאמיר נעמען דיין יעצטיגע תגובה אליין איז אבי גערעדט געשאסן כלומרשטע פקחותדיגע ווערטער מ'זאל קענען שרייען אויף יענעם טיפיקל/חלה דעקל ווי א בת היענה

זינט ווען דארף מען האבן 400 קינדער צו עפענען א מוסד ? 15 אינגלעך אין נוירסערי איז גענוג ליותר דארף מען האבן נאך 15 פאר קינדערגארטן און נאך 15 אין כתה א' ס'פעילט אבער נישט אויס אלע


אין מאנסי האט מען דען נישט אזוי געפנט וואס דרייסטו א קאפ מיט דיינע כלומרשטע פונקטליכע נומערן כהיום ווייס איך נישט צו ווייזניץ בב מהר"ם האבן מער קינדער אין זייער מוסד אפילו צאנז אין מאנסי איז א מוסד אונטער 400 קינדער

וואס דרייסטו א קאפ ??

ווער געדענקט דען נישט ווען די ז"ל פארטיי אין בפ האט געהאט א מעכטיגע מוסד פון בלויז כתה ט' וואס האט זיך צוגעמאכט נאך אפאר חדשים.........

גאנצל » מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:20 pm

· #393169
זינט די שאלה איז געוואנדן צו מיר וועל איך דיר אנטווארטן איך וואוין נישט דארט ווייס איך נישט

אז דו וויסט דוקא קען איך מיך נאכפרעגן

אבער די בי עס אז זיי האבן נישט גענוג קינדער דאס איז פונקט גענוג פאר אייך צו קלאפן די בויך ביז מ'וועט עפענען די מוסד

signout » מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:41 pm

· #393173
[ציטאט אראפגענומען]

ס'נישט קיין סוד אז די מוסדות אין מאנטריאל זענען נייטראל, (ביז מהרז''ל'ס באזוך ביזטו עס אויך מודה - חוץ אויב ביזט משקר דברים גלוים) די הנהלה די מלמדים זענען פין ביידע זייטן, ביידע זייטן קומען צו דינער, זיי שרייבען ניטעמאל בנשיאות אויפן צעטיל, יעצט פארוואס זאל מהר''א ענדערש דארפען אוועקגיין ווי מהרז''ל?

לאקש » מיטוואך יאנואר 10, 2018 3:10 pm

· #393176
signout
[ציטאט אראפגענומען]

ס'נישט קיין סוד אז די מוסדות אין מאנטריאל זענען נייטראל, (ביז מהרז''ל'ס באזוך ביזטו עס אויך מודה - חוץ אויב ביזט משקר דברים גלוים) די הנהלה די מלמדים זענען פין ביידע זייטן, ביידע זייטן קומען צו דינער, זיי שרייבען ניטעמאל בנשיאות אויפן צעטיל, יעצט פארוואס זאל מהר''א ענדערש דארפען אוועקגיין ווי מהרז''ל?

ווייל ס'איז נישט די זעלבע מהר''א ווי מהר''יי.
מהר''יי האט געקענט באזיכן די מוסדות, מהר''א קען נישט. סימפל!

signout » מיטוואך יאנואר 10, 2018 3:50 pm

· #393184
הייסט, וואס גייט געשעהן אז מהר''א וועט זיין די זעלבע תינוק אין מודיע זיין אז ער קומט?

לאקש » מיטוואך יאנואר 10, 2018 4:06 pm

· #393186
signout
הייסט, וואס גייט געשעהן אז מהר''א וועט זיין די זעלבע תינוק אין מודיע זיין אז ער קומט?

ער וועט זיך נישט וואגן דעס צו טוהן

גאנצל » מיטוואך יאנואר 10, 2018 8:26 pm

· #393203
וואס הייסט ער וועט זיך ניט וואגן זיין ברודער מיט די אייזענע מדות אדער זעלטענע גוטע מדות -שטייטזיך ביז'ן זיך אנעמען פאר זיין שוואגער...- וואס פאר דעם איז ער דאך ראוי צו זיין ממלא מקום ווייל ער לויפט אוועק ווען ער זעיט ניט קיין טישטוך הקיצור וועט זיכער זעין אז מ'זאל אים גארניט טון ............... נישטא ווער ס'זאל לאכן

ברוך שפינוזה » מיטוואך יאנואר 10, 2018 9:18 pm

· #393211
גאנצל
דאס איז נישט די זעלבע פאל ווי אין בפ ווי דער בפ רב שליט"א וויל אז דער ממלא מקום פון זיין גרויסן שווער די רבי ז"ל האט ממנה געווען זאל קומען ווייטער פירן די עדה

ס'נישט דא קיין עדה, און מ'דארף גארנישט פירן. ס'נישט דא קיין מקום, און ס'נישט דא וואס צו ממלא זיין. לא דובים ולא יער, אלס איז איין שטיק בעלאוני.

אונטער חכם » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:26 am

· #393244
Re: אדמו''ר מהרי''י שבת ויחי אין מאנטריאל
גאנצל
פ"וו טאקע קענען די חסידי ר"א ניט עפענען קיין מוסדות פונקט ווי זיי האבן געפנט א ביהמ"ד ????

אלא מאי זיי קענען יא

די ביהמ"ד נעמט זיי שוין צען יאר צו בויען , ווען זיי וועלן ענדיגן וועלן זיי אנהויבן צו טראכטן פון מוסדות . זיי האבן כמעט נישט קיין עשירים דארט און די צענטראלע קהילה איז זעהט אויס נישט צו שטארק אינטערעסירט זיי צו העלפן.

אונטער חכם » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:32 am

· #393247
Re: אדמו''ר מהרי''י שבת ויחי אין מאנטריאל
signout
זיין שוואגער האט געשאפט רוב געלט פאר די ת''ת ביז כמעט צום סוף.ר


ער האט טאקע געשאפט רוב געלט ביז "כמעט צום סוף" אבער ניינציג פראצענט פונעם געלט איז געשאפט געווארן אין די "כמעט צום סוף"

signout » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 12:03 pm

· #393258
אונטער חכם
signout
זיין שוואגער האט געשאפט רוב געלט פאר די ת''ת ביז כמעט צום סוף.ר


ער האט טאקע געשאפט רוב געלט ביז "כמעט צום סוף" אבער ניינציג פראצענט פונעם געלט איז געשאפט געווארן אין די "כמעט צום סוף"

שקר במדעל''ג

signout » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 12:04 pm

· #393259
אונטער חכם
גאנצל
פ"וו טאקע קענען די חסידי ר"א ניט עפענען קיין מוסדות פונקט ווי זיי האבן געפנט א ביהמ"ד ????

אלא מאי זיי קענען יא

די ביהמ"ד נעמט זיי שוין צען יאר צו בויען , ווען זיי וועלן ענדיגן וועלן זיי אנהויבן צו טראכטן פון מוסדות . זיי האבן כמעט נישט קיין עשירים דארט און די צענטראלע קהילה איז זעהט אויס נישט צו שטארק אינטערעסירט זיי צו העלפן.
פין ווען מ'האט באקומען די אפראוועלס צו בויען וויפיל מ'האט געוואלט האט מען נאכנישט אויפגעהערט בויען ב''ה, ס'האט זיך געשלעפט וועגן די זאונינג

אונטער חכם » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 3:55 pm

· #393278
Re: אדמו''ר מהרי''י שבת ויחי אין מאנטריאל
signout
אונטער חכם
signout
זיין שוואגער האט געשאפט רוב געלט פאר די ת''ת ביז כמעט צום סוף.ר


ער האט טאקע געשאפט רוב געלט ביז "כמעט צום סוף" אבער ניינציג פראצענט פונעם געלט איז געשאפט געווארן אין די "כמעט צום סוף"

שקר במדעל''ג

וויאזוי איז עס עבידא לאיגלוי

לאקש » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 6:26 pm

· #393290
אונטער חכם
signout
זיין שוואגער האט געשאפט רוב געלט פאר די ת''ת ביז כמעט צום סוף.ר


ער האט טאקע געשאפט רוב געלט ביז "כמעט צום סוף" אבער ניינציג פראצענט פונעם געלט איז געשאפט געווארן אין די "כמעט צום סוף"

אינעם ת"ת בנין איז דא א שטיינערנע טאוול איינגעקריצט 5 נעמען וואס האבן געגעבן-געשאפט די געלט אויפצובויען די בנין
צווישן די נעמען שטייט די רב פון די קהילה און אויך דעם רבין'ס נאמען

אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 5:48 pm

· #399602
געווען פסח אין טאהש קודש מקודש. אריינגעסטעפט אין סאטמאר מאנטריאל, עס זעהט אויס ווי אלעס באלאנגט פאר די זאלוינים, אין שוהל הענגט צעטלעך פון זיינע דרשות אא"וו.

געכאפט א שמועס מיט א חבר דארט, זאגט ער מיר אז רז"ל האט די גאנצע מעשה דארט, רוב עולם איז מיט אים, און די הנהלת התלמיד תורה איז אויך רובו ככולו מיט אים, די ישיבה איז אפגערעדט אז עס איז א ברענטש פון קווינס.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 6:22 pm

· #399605
חסדי השם.... נאך עפעס?

אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 6:46 pm

· #399615
קאך_לעפל
חסדי השם.... נאך עפעס?


פארוואס דארפסטו גיין צו נאך עפעס? בלייב ביי דעים און "פעיס פעקט"

לחיים ולברכה » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:09 pm

· #399622
אינטערסאנטער

די ישיבה איז אפגערעדט אז עס איז א ברענטש פון קווינס.


מפי השמועה אז מהז"ל וועט זאגן א פתיחה דרשה דורך א הוק אפ אין ישיבה קטנה אין מאנטריאל
בלאט: 1 2 3