כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11945
כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
עס איז שוין מערערע מאל גערעדט געווארן איבער די מהלך אין גור צו באהאנדלען ענייני קדושה ביי בחורים מיט פילן וכדו.
אמנון לוי פון פנים אמיתיות באשטעטיגט דאס אין א פרישע הארצרייסנדע דאקומענטרי מיט א געוועזענע גור'ע בחור פיני לאנדוי.
אנדערש ווי ביז היינט ווען עס איז בלויז געווען ווערטער פון נושרים וואס מאנכע האבן געלייקנט, שטעלט אמנון אהער א גאר גוטע אינוועסטיגאציע ארבעט, שיקט אראפ דעם בחור מיט א באהאלטענע קאמערא זיך טרעפן מיטן משגיח וועלכע האט איהם געשיקט צו די באהאנדלונג, יענער באשטעטיגט אלעס און זאגט אז פילע אנדערע גייען אדורך די באהאנדלונג, זיי טרעפן זיך מיטן דאקטאר וואס האט פארשריבן דעם איינשפריץ וכו'
זעהט און שטוינט
א שרעק, איך קען נאר זאגן איין זאך, לכאורה וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען מיט זיינע תלונות, גור האט א געוואלד מיט פאוער און מאכט אין ארץ ישראל, און אפילו נאכן ווערן עקספאוזד פאר די וועלט וועט זיך גארנישט טוישן דארטן.
אגב ליטוואק, קענסט מאשר זיין וואס זיי זאגן דארט בשם די סטייפעלער זצ"ל אז ווער עס האלט די תקנות פון גור "יירש גיהנום" ??
סמבטיוןא שרעק, איך קען נאר זאגן איין זאך, לכאורה וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען מיט זיינע תלונות, גור האט א געוואלד מיט פאוער און מאכט אין ארץ ישראל, און אפילו נאכן ווערן עקספאוזד פאר די וועלט וועט זיך גארנישט טוישן דארטן.
עקספאזשור, הגם סיז א שטארקער מעטאד, איז עס אבער לאו דוקא די דרייווינג פארס. די עיקר שאלה איז ווי ווייט מענטשן ווערן אונטערדרוקט און ווילאנג זיי ווילן אויסהאלטן. אבער ווילאנג מענטשן ליידן איז א טויש אומפארמיידבאר.
ביבערסמבטיוןא שרעק, איך קען נאר זאגן איין זאך, לכאורה וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען מיט זיינע תלונות, גור האט א געוואלד מיט פאוער און מאכט אין ארץ ישראל, און אפילו נאכן ווערן עקספאוזד פאר די וועלט וועט זיך גארנישט טוישן דארטן.
עקספאזשור, הגם סיז א שטארקער מעטאד, איז עס אבער לאו דוקא די דרייווינג פארס. די עיקר שאלה איז ווי ווייט מענטשן ווערן אונטערדרוקט און ווילאנג זיי ווילן אויסהאלטן.
אבער ווילאנג מענטשן ליידן איז א טויש אומפארמיידבאר.
די פאקט אז אינענווענדיגע קראנקע התנהגות גייט פאבליק וואס מער ווי די צייט גייט אריבער אזוי ווי מ'זעט אין די לעצטע פאר יאר דאס אליינס ווערט פארעכענט אז מענטשען קענען שוין נישט ליידען מער.
ס'גייט טאקע זייער שטייט, אבער אסאך זאכען וואס מ'האט אמאל געמיינט מ'קען אזוי דערקוועטשען דעם עולם איז שוין נישט אזוי גרינג.
סמבטיוןא שרעק, איך קען נאר זאגן איין זאך, לכאורה וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען מיט זיינע תלונות, גור האט א געוואלד מיט פאוער און מאכט אין ארץ ישראל, און אפילו נאכן ווערן עקספאוזד פאר די וועלט וועט זיך גארנישט טוישן דארטן.
אגב ליטוואק, קענסט מאשר זיין וואס זיי זאגן דארט בשם די סטייפעלער זצ"ל אז ווער עס האלט די תקנות פון גור "יירש גיהנום" ??
איך זעה נישט די ווערטער אין די באקאנטע בריוו קעגען די גערער תקנות, אבער שארף רעדט ער דארט. יעדער ליטווישער שנה ראשונה יונגערמאן לערנט יענע בריוו, כאטש איין מאל.
הארצרייסענד . און פאר דעם אכזרישן דאקטער האב איך איין שאלה: וואס נעמט איר צו צוימען אייערע מחשבות זרות??
אויב דאס איז געווען א הוילע פארדאכט באזירט בלויז אויף דאס באזיסן א סמארטפאון שטעלט אייך פאר וואס פאסירט ווען מכאפ'ט איינעם טון א מעשה בפועל איך גלויב שווער אז מלאזט יענעם דערנאך מיט גאנצע איבר'ים וד''ל
איז פארהאן ביינונז א גערע חסיד וואס קען קאמאנטירן אויף דעם דאקעמענטרי?
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
ס'שוידערלעך און הארצרייסענד, צו זעהן ביז ווי (ולא ביז בכלל) קענען חסידישע אידן דערקייקלן און אלץ למען החסידות, כ'האב נישט געקענט וואטשן מער ווי אכט מינוט, ס'שרעקעדיג
סמבטיוןאיז פארהאן ביינונז א גערע חסיד וואס קען קאמאנטירן אויף דעם דאקעמענטרי?
א גורע חסיד האט מיר אמאל פארציילט אז אלטץ בחור פערצען פיפצען יאר אלט רופט דער מנהל אריין דעם בחור און פרעגט פערזענליכע פראגעס
דאס האט מיין משגיח מיר אויך געטוהן
קאצקע ציקערא גורע חסיד האט מיר אמאל פארציילט אז אלטץ בחור פערצען פיפצען יאר אלט רופט דער מנהל אריין דעם בחור און פרעגט פערזענליכע פראגעס
קאצקע צוקער: כ'האב נייעס פאר דיר, אז אין סאקמער האט מען אויך געקענט אריין רופן און אפילו ביי א אינגערע עידזש, היינט צו טאגס ווייס איך נישט צו מען טוט עס נאך.
נישט נאר אין סאטמער, לכאורה אין אלע חסידישע ישיבות,
אויערבאךהארצרייסענד . און פאר דעם אכזרישן דאקטער האב איך איין שאלה: וואס נעמט איר צו צוימען אייערע מחשבות זרות??
אויערבאך: די קעש וואס ער קאסירט איין פון די אלע טריעטמענטס וואס ער געט פאר די בני הקהילה. די אומשולדיגע צאן קדשים, וועלכע טוען אלעס פאר'ן..."רעבי'ן"...יעצט זאגטס מיר רבותיי מיט וואס די גערער בהמות און רשעים זענען ווייניגער קולט ווי לב טהור, אדער די אנדערע קולטן וועלכע האבן זיך געמאכט ביי כלל ישראל אין משך פון דורות...!
דער משגיח געפעלט מיר גראדע, וכן משמע מדברי פיני.
איין זאך פארשטיי איך נישט. דאס קאכעריי אינ'ם סירוס כימי טערמין זעט מיר אויס זייער מיסליעדינג. עס איז לכאורה נאר אויף ווי לאנג מ'נעמט די זריקה (ועוד כמה חדשים), נישט אזוי?
כ'דענק נישט זען אדער הערן עפעס לעצטענס וואס זאל מיר אזוי אויפשוידערן. א פחד א שרעק.
ונבנתה העירדער משגיח געפעלט מיר גראדע, וכן משמע מדברי פיני.
איין זאך פארשטיי איך נישט. דאס קאכעריי אינ'ם סירוס כימי טערמין זעט מיר אויס זייער מיסליעדינג. עס איז לכאורה נאר אויף ווי לאנג מ'נעמט די זריקה (ועוד כמה חדשים), נישט אזוי?
ונבנתה העיר: א ראיה צו דיין טעאריע. ווייל די מאמע פונ'ם בחור איז אויכעט זייער העווי/אביעס. וואס...?זי האט אויכעט גענומען די איינשפריצונג...?! אלא מאי . זייער בי.עם.איי..(באדי מעסס אינדעקס) איז זייער הויעך אלץ א גענעטישע ערשיינונג..! ס'איז אבער נאכאלץ שווער וויאזוי נעמען זיך די אויטאריטעטן אין גור די חוצפה צו שפיעלן זיך מיט די הארמאנס און פסיכישן צוזאמענשטעל פון די בחורים...!
וואס האט מען געטיען אמאל פאר עס זענען געווען די אלע ''טריטמענטס''? יעצט ווערט מען שוין נישט מגולגל? אכשר דרא.
סירוס איז אסור מדאורייתא.
דאס איז נישט געטוהן לשם החסידות. זיי גלויבען אז דאס איז עבודת ה'. די חסידות האט עס זיי אויסגעלערנט. ס'איז שרעקליך, אבער נישט די זעלבע זאך.
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
אישתישביסירוס איז אסור מדאורייתא.
גניבה, גזילה, אונאה, איז אויך אסור מדאורייתא, און?
אישתישביסירוס איז אסור מדאורייתא.
מנהג ברעכט א דין
אישתישביסירוס איז אסור מדאורייתא.
עס איז נישט קיין גענצליכע סירוס. עס טוט מינעמוזירן א עקסטעמע געשלעכטליכע נויגונג צו היפש ווייניגער ווי די נאטורליכע שטאפלען עס ווערט הויפטזעכטליך געניצט פאר געשעכטליכע פארגוואלטיגער און האט פארשידענע נעגאטיווע זייטן ווירקונגען ווי פעשקייט, געזיכט פארענדערונג , און זעבסט שאץ טרייסלונגען
און בורט קאנטראל איז אזוי געפערלעך אז פאר מען האט נישט זעקס קינדער אינטער זעקס און דער ווייב האלט ביי א נערווען בראך גיבט דער רב נישט זיין פאלשער היתר פאר זעקס חדשים.
אבער איין סמארטפאן איז אלעס מתיר.
אפשר זאל מען געבען פאר די פרויען סמארטפאנס און דורך דעם וועלען זיי באקומען א גערער היתר פאר בורט קאנטראל.
פיני האט עס גוט אראפגעלייגט ער האט נישט קיין טענות אויפן משגיח ער טוט זיין דזשאב און וואס ער גלייבט אמת'דיג דערין זיין קשיא איז אויפן דר. ער ווייסט דאך יא די שאדן וואס עס מאכט
גראףוואס האט מען געטיען אמאל פאר עס זענען געווען די אלע ''טריטמענטס''? יעצט ווערט מען שוין נישט מגולגל? אכשר דרא.
גראף: מ'איז נאר מגולגל געווארן אין א קאץ אדער הונט, אין חדר ווען די רבי האט פארציילט די שרעקעדיגע מעשיות און פארגעלערנט פון די ספרים וואס איך וויל נישט דערמאנען. וועלכע זענען שעדליך צו לערנען מיט קליינע קינדער...!
מרדכי ישראלפיני האט עס גוט אראפגעלייגט ער האט נישט קיין טענות אויפן משגיח ער טוט זיין דזשאב און וואס ער גלייבט אמת'דיג דערין זיין קשיא איז אויפן דר. ער ווייסט דאך יא די שאדן וואס עס מאכט
דער ..."דאקטער"... איז א געלטגייציגער בריאה. און די גאווערנמענט דארף איהם אוועקנעמען די לייסענס...!
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
א שרעקליכע עפיזאד אין וויטער אלעס אין די נאמען פון אייבערשטען, מיר איז אינטערעסאנט געווען אז דער דאקטאר קומט פון אמעריקא ווייל ער רעדט דאך די אמעריקאנע עברית, האט ער נישט געהאט בעסער וואס צי טון ווי מופן קיין ישראל און מסרס זיין בחורים?.
און אגאנצן צייט פרובירט ער זיכער צי מאכן ביים משגיח אז ער איז נישט קיין פדופיל, איז משמע אז אויב יא וואלט מען עס עם פארשטענדליך געגעבן, מיר איז נישט באוואוסט אפילו פון איינעם וואס אלץ בחור האט מען עם געגעבן איינשפריץ אפילו אויב ער איז געווען א פדופיל, איז מיר אינטערעסאנט אויב איינער אין אמעריקא ווייסט פון איינעם וואס האט באקומען איינשפריץ פאר דעם?.
און דער זעט אויך שרעקליך די בריסטן האבן עם געוואקסן אזוי ווי ע פרוי ווייל ער פארלוירן די טעסטאסטראן אזוי עס ווערט ארויסגעברענגט אונעם דאקומענטאר, און ציבאקומען 50 פונט, אומגערהערטע רשעות
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
און אינז רעדן זיך איין אז גור האט א העכערע פראצענט פון איבערוואגיגע פון עסען גאלע (=וואסער) מיט הערינג (=פראטין)
יוליש קרויס האלט אז עס איז יא ריכטיג, נא פארוואס טוט מען עס נישט אין אמעריקא? און בפרט צי געבן די איינשפריץ פאר א בחור? פאר ברוך מרדכי דארף מען עס געבן אבער...
לינקדערוועקטאישתישביסירוס איז אסור מדאורייתא.
עס איז נישט קיין גענצליכע סירוס. עס טוט מינעמוזירן א עקסטעמע געשלעכטליכע נויגונג צו היפש ווייניגער ווי די נאטורליכע שטאפלען עס ווערט הויפטזעכטליך געניצט פאר געשעכטליכע פארגוואלטיגער און האט פארשידענע נעגאטיווע זייטן ווירקונגען ווי פעשקייט, געזיכט פארענדערונג , און זעבסט שאץ טרייסלונגען
איך האב מיך אלע יארן געוואונדערט וויאזוי אלע גור'ע בחורים קוקן אויס אזוי איבערוואגיג און פארמאגן די זעלבע אויסקוק...
איסר האטלקידערוועקטאישתישביסירוס איז אסור מדאורייתא.
עס איז נישט קיין גענצליכע סירוס. עס טוט מינעמוזירן א עקסטעמע געשלעכטליכע נויגונג צו היפש ווייניגער ווי די נאטורליכע שטאפלען עס ווערט הויפטזעכטליך געניצט פאר געשעכטליכע פארגוואלטיגער און האט פארשידענע נעגאטיווע זייטן ווירקונגען ווי פעשקייט, געזיכט פארענדערונג , און זעבסט שאץ טרייסלונגען
איך האב מיך אלע יארן געוואונדערט וויאזוי אלע גור'ע בחורים קוקן אויס אזוי איבערוואגיג און פארמאגן די זעלבע אויסקוק...
לויט ווי כ'האב אמאל געהערט (איינער קען באשטעטיגן ?)ווערן די גור'ע בחורים דירעקט אויסגעשטעלט צו ווערן פעשליך דורכ'ן זיי שטאפן מיט פעטע אנבלאזנדע עסנווארג אין די חדרים /ישיבות וויבאלד זיי גלויבן אז א פעשע בחור איז ווייניגער עלול זיך צו פארטשעפען מיט'ן יצרא דעריות. גיי רעד צו זיי וועגן הארווי וויינשטיין...
.
איך ווייס נישט צו מ'האט שוין אמאל גערעדט דא וועגען דעם, אבער לכאורה שאטמט די אנהייב פון דעם עסק אין גור פונ'ם בית ישראל ז"ל. לענ"ד קומט עס פון זיינס א השגה וואס האט דערגרייכט עד כדי אבסעסיאן נישט פון פרומקייט בעלמא ווי אין שובבי"ם אין סאטמאר אדער ספר שומרי אמונים ביי די ר' אהר'עלעך
וואלווי: איך ווילל נאר צוגעבן צו דיין און דערוועקט'ס תגובה. אז דער בית ישראל, ווען מ'איז איהם געקומען פרעגן צו ס'איז גוט אז די בחורים זענען שטארק אריינגעטון אין תאוות האכילה. האט ער געענטפערט אז ס'איז בעסער זיי זאללן זיין אריינגעטון אין די תאוה, ווי אין אנדערע תאוות...!
איך האב עס ארויפגעלייגט אויף יו-טוב
יו-טובגוגל דרייוו וועט זיין אוועילעבעל אדער באלד אדער ביינאכט
גוגל דרייוו עס וועט דוערן אפאר מינוט עס זאל זיין אוועילעבעל צי סטריעמען, ביטע נישט ארויסשיקן די דרייוו לינק ווייל דאס מאכט אז מען זאל עס נישט קענען וואטשן, דרייוו איז געמאכט פאר חברים השטיבל וואס האבן נישט קיין יו-טוב, די יו-טוב לינק קען מען גערן שיקן
ונבנתה העירדער משגיח געפעלט מיר גראדע, וכן משמע מדברי פיני.
קודם כל מערק איך אז
@ונבנתה העיר גייט אין רעבינ'נס וועגן צו זען דעם טוב הנראה והנגלה אין יעדער יוד און איז זיך מתייחס צום חלק הטוב
אגב אורחא ווילך פרעגן ס'האט מיר עפעס נישט אזוי גוט געקלעבט דער משגיח'ס התנהגות, מצד אחד ווייזט ער נישט ארויס צו פיל עמאציענאלע הרגשים, אבער ער ענטפערט אויף יעדע פראגע ווי א גוט יונגעלע און גיט ארויס האקעלע אינפארמאציע פאר א תלמיד ששנה ופירש וואס האט לכאורה סתם אזוי נישט געהאט מיט עם קיין איבריג גוטע באציאונגען ביז אהין אויך נישט, און אפילו אויב ער האט נישט געוויסט אז ער ווערט אפגעטעיפט, די גאנצע שמועס איז עפעס צווישן קאלט און ווארים, נאנט און ווייט, כ'קען עס עפעס נישט מגדיר זיין.
נישט אז ס'איז פאלש, אבער ס'איז אביסל אינטרעסאנטליך
דרך אגב, שלא מן הענין
דער דאקיומענטרי איז אין מיינע אויגן צעהן מאל בעסער פון די גאנצע ONE OF US פילם, די אינפארמאציע איז קלאר, די מעשה איז מסודר, מ'קען פארשטיין די גאנצע סיטואציע אהן דארפן צופיל גריבלען און זיך ברעכן קאפ
אוןצו דעם אלעם די עוולה נוראה שרייט קלאר ארויס פון יעדע פרט, משא"כ ביי 'איינער פון אונז' קען מען זייער גרינג אנטאפן אז מ'רעדט פון נישט געזונטע מענטשן
מיין פנים פלאקערט פאר בושה, אז איך בין א חלק פון אזא סאסייעטי
עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך א טעלעוויזיע אויפדעקונג פארש ארבעט צו א דאקומענטרי. בעת וואס אויף טעלעוויזיע זוכט צו מאכן אן סענזאציאנאלע אויפדעקונג און ברענגען הארטע באווייזן צום טיש וועט א דאקומענטרי דיר זוכן ארייצושלעפן מיטצולעבן און מיטפילן א פאסירונג לכל אורך הדרך און וועט קומען מיט נישט ווייניג מיסטעריע נישט אז איך האלט אז One of us איז אזוי גוט נאר מען קען נישט ערווארטן פון א פילם צו זיין אזוי הארט
אברך משיונבנתה העירדער משגיח געפעלט מיר גראדע, וכן משמע מדברי פיני.
קודם כל מערק איך אז
@ונבנתה העיר גייט אין רעבינ'נס וועגן צו זען דעם טוב הנראה והנגלה אין יעדער יוד און איז זיך מתייחס צום חלק הטוב
אגב אורחא ווילך פרעגן ס'האט מיר עפעס נישט אזוי גוט געקלעבט דער משגיח'ס התנהגות, מצד אחד ווייזט ער נישט ארויס צו פיל עמאציענאלע הרגשים, אבער ער ענטפערט אויף יעדע פראגע ווי א גוט יונגעלע און גיט ארויס האקעלע אינפארמאציע פאר א תלמיד ששנה ופירש וואס האט לכאורה סתם אזוי נישט געהאט מיט עם קיין איבריג גוטע באציאונגען ביז אהין אויך נישט, און אפילו אויב ער האט נישט געוויסט אז ער ווערט אפגעטעיפט, די גאנצע שמועס איז עפעס צווישן קאלט און ווארים, נאנט און ווייט, כ'קען עס עפעס נישט מגדיר זיין.
נישט אז ס'איז פאלש, אבער ס'איז אביסל אינטרעסאנטליך
אפשר איז ער אויך א קנעכט צום סיסטעם און פאלגט וואס מען הייסט עים טון און אפשר האט מען עס געטון פאר עים אויך אלטץ בחור און ס'ווייטאגט עים טיף אין הארטץ
berlbalagulehמרדכי ישראלפיני האט עס גוט אראפגעלייגט ער האט נישט קיין טענות אויפן משגיח ער טוט זיין דזשאב און וואס ער גלייבט אמת'דיג דערין זיין קשיא איז אויפן דר. ער ווייסט דאך יא די שאדן וואס עס מאכט
דער ..."דאקטער"... איז א געלטגייציגער בריאה. און די גאווערנמענט דארף איהם אוועקנעמען די לייסענס...!
געזעצליך לכאורה טוט ער גארנישט ראנג, ער רעקאמאנדירט עס נאר פאר ערוואקסענע און זיי שרייבן אונטער א קאנסענט צעטל אז זיי ווייסן פונקטליך וואס די מעגליכע אפעקטן איז.
די עוולה איז נאכאלץ הימל שרייענד, אבער געזעצליך איז לאוו דוקא דא עפעס צו טוען.
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
יעצט פארשטייט מען
<a class="postlink" href="http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=84249">http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=84249</a>
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
איך האלט נאך אין מיטען, אבער וואס קען דאס אויפטוהן? גער וועט זיך טוישען? וויאזוי וועלען זיי זיך פארטיידיגען? איינער וואס האט א גערער חבר ווערט געבעטען זיך אנצו מעלדען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The
The Gur Chasidim in Israel are to embarrassed to show their faces.
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
א. דער בחור זאגט אז ער נעמט נאך zoloft און ער שעלט עס. די מעדיקעישען איז געמאכט געווארען פאר דעפרעסיע, און דאס מאכט דער מענטש פאר א zombie. אפשר דערפאר איז ער נישט גענוג אויפגערעגט פאר דער אמנון לוי, און ער וויל איהם אויפשאקעלען.
ב. ווען מ׳האט גערעדט דערפון א פאר יאר צוריק, האט ליצמאן דאס געלייקענט. דער דזשורנאליסט וואלט געמעגט אפיר ברענגען יענער קליפ.
ג. דער פסיכיאטער איז א פלעינער גענגסטער, כמבואר לכל מי שלמד חכמת הפרצוף. זיין פנים שרייט sleazy ממזר. מיר וואלט נישט געווען קיין חידוש ווען ער פיהרט אן ארגאניזאציע קעגען גער אויך. דער משגיח איז אבער א ריזיגע לאו-לייף. ער האט א גאנצע רעליגיע פון טינופת. דער סטייפלער שרייבט אין זיין בריוו וועגען דער פרוש וואס רעדט זיך איין ער פליעט אין הימל, און דערווייל פאלט ער און פאלט ער. שטעל זיך פאר ווען דער משגיח קומט אין הימל מיט זיין שטרות מזויפות. כספך היה לסיגים סבאך מהול במים. זיים צדקות, זיין פארקוועטשטען שטערן, זיין אנגעצויגענע מינע, אלע איניינעם וועלען איהם אריינשטופען אין שאול תחתית.
ד. דער ב"י האט געמאכט תקונעס פאר יונגעלייט און א ישיבה פאר בחורים. זיין תקונעס האבען נישט געטויגט לדעת גדולי ישראל, אבער ביז דא איז ער נישט אנגעקומען. וועלכע רבנישע אטאריטעט האט דאס איינגעפיהרט? ווער נעמט אחריות דערפאר?
ה. דא זעט מען נאכאמאל די שלעכטס פון דער אינטרנט\סמארטפאון מערכה. מיט׳ן שפעטען אויף די תורה וואס זאגט בצדק תשפוט עמיתך, האבען זיי איינגעפיהרט א גלויבונג אז יעדער וואס נוצט א סמארטפאון איז בהכרח א פערווערט. פון דארט האט זיך עס ווייטער געקייקעלט.
איין תגובה פאסט דא
Death to Humans
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The Gur Chasidim are very very depressed they had a big nice chasidus and they fell to lowest of the lowest chasidus.how many more deaths will be till the Gur Chasidim will wake up
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
גער איז א פוילישע חסידות. זיי האלטען זיך זייער שטיל. זייערע תלמידי חכמים ווערען נישט בארימט, זייער שמוץ איז באהאלטען, אלס איז שטיל. מיר ווייסען נישט וואס זיי האבען און וואס זיי האבען נישט. אפשר האבען זיי ריזיגע תלמידי חכמים, אפשר האבען זיי דערהויבענע עובדים. אדער אפשר זענען זיי אלע א באנדע שמוציאנעס. אדער א מישאכטס פון אלע סארטען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
ליטוואק; נאכן קוקן דעם קליפ און דו האסט געזען וויפיל רשעות ואכזריות דארט ליגט, ביזט שוין מודה וויפיל בלוט מ'גיסט "למען החסידות" און נישט סתם ווייל מ'האט זיי אזוי אויסגעלערנט??
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
׳למען החסידות׳ מיינט אז מ׳איז מקריב דער יחיד לשם דער כלל. מ׳צווינגט די בחור חתונה האבען מיט די מיידעל, ווייל די חסידות פאדערט אז אזוי האט מען חתונה. מ׳לאזט נישט דער מענטש לערנען לימודי חול ווייל די חסידות שעמט זיך פון די נעקסטע חסידות אין דער טלפון בוך.
דא האבען זיי א קרומע צוגאנג צו אידישקייט און קדושה, אבער דער בחור איז נישט קיין קרבן פאר׳ן כלל. ער איז א קרבן פון קרומקייט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk