☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11945
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 1, 2017 8:41 pm

· #388130
דער גאלדענער אדלער
ליטוואק; נאכן קוקן דעם קליפ און דו האסט געזען וויפיל רשעות ואכזריות דארט ליגט, ביזט שוין מודה וויפיל בלוט מ'גיסט "למען החסידות" און נישט סתם ווייל מ'האט זיי אזוי אויסגעלערנט??

דער גאלדענער אדלער: ס'איז לכאורה דא 2 ערליי חסיד'ישע גרופעס. די ערשטע, וואו מ'דינט נישט קיין פערסאנאליטי קולט, נאר מ'איז זיך און אלעס מקריב למען השיטה (הקדושה). אבער דער פערזאן וועלכער איז געווען דער מייסד השיטה, און דער פערזאן וועלכער פיהרט ווייטער דעם מעסעדזש, זיי זענען צווייט-ראנגיק אין וויכטיגקייט, זייער גדלות און תפארת קומט נאר דורך די שיטה/מעסעדזש. נאכדעם איז פארהאן א גרופ אדער גרופעס וואו ס'איז פארקערט, ס'איז נישט דא קיין צענטראלער מעסעדזש, נאר דער פיגור וועלכער שטייט אין שפיץ פון די גרופ, ער איז דער וויכטיגסטער מענטש, צו ווייל מ'האלט אז ער האט אייגענע גדלות, אדער ער האט אונטער זיך א ייחוס פון דורות גרויסע מענטשן בעלי מופת ורוח הקודש.(אזוי גייט די לעגענדע.)

א חסידות/קהילה ווי סאטמאר לכל ענפיה באלאנגט צו די ערשטע גרופ. די גאנצע מחלוקת דארט איז נאר אויב דער פיהרער פון איין פראקציע געט איבער דעם מעסעדזש גוט אדער נישט...!

לעומת זה. סקווער, ראחמיסטריווקא, און די גאנצע טשערנאבלער גזע, ביי זיי איז דער פיהרער דער צענטראלער און פארהייליגטער פיגור, וועמענס הנהגה ווערט נישט געפרעגט אדער אפגעפרעגט מיט קיין כל שהוא. די מינדעסטע אקציע פון וועלן פארשטיין אדער מסופק זיין אין די ריכטיגקייט און גערעכטקייט פון דעם מנהיג ווערט פארשריגן און אונטערדריקט.

חסידות גור באלאנגט אויך צו די צווייטע גרופ. קיינער וועט זיך נישט טרויען צו פרעגן אדער אפפרעגן דעם באפעל פונ'ם מנהיג, אפילו מ'פארשטייט עס נישט, און ס'גייט אקעגן לאגיק און מענטשליכקייט, און די תוצאות זענען די וועלכע מיר זעהען...!

מפוזרי » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 9:43 am

· #388200
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
ס'האט זיך מיר טאקע געדאכט אז איך דערקען אים פון ערגעץ, אבער איך קען אים נישט פון "משפחה". איז ער שוין אמאל ערשינען אויף אזא סארט דאקומענטרי?

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 1:42 pm

· #388230
אנאנים: מ'דארף רעדן צו די איזראעלי מעדיקל אסאסיעישן אז זיי זאללן איהם אינוועסטיגעיטן און אוועקנעמען זיין לייסענס. אויב ער האט איינס, בכלל. די ציונים. יא. די ציונים זענען זייער שטרענג איבער די מיני זאכן. נאר ווילאנג ס'איז א היימישע ביזנעס קען ער אנגיין מיט זיינע קרימינאלע מעשים און שארן געלט אין קעשענע...!

אברך משי » זונטאג נאוועמבער 5, 2017 10:08 pm

· #388450
ליטוואק פון בודאפעסט

ג. דער פסיכיאטער איז א פלעינער גענגסטער, כמבואר לכל מי שלמד חכמת הפרצוף. זיין פנים שרייט sleazy ממזר. מיר וואלט נישט געווען קיין חידוש ווען ער פיהרט אן ארגאניזאציע קעגען גער אויך. דער משגיח איז אבער א ריזיגע לאו-לייף. ער האט א גאנצע רעליגיע פון טינופת. דער סטייפלער שרייבט אין זיין בריוו וועגען דער פרוש וואס רעדט זיך איין ער פליעט אין הימל, און דערווייל פאלט ער און פאלט ער. שטעל זיך פאר ווען דער משגיח קומט אין הימל מיט זיין שטרות מזויפות. כספך היה לסיגים סבאך מהול במים. זיים צדקות, זיין פארקוועטשטען שטערן, זיין אנגעצויגענע מינע, אלע איניינעם וועלען איהם אריינשטופען אין שאול תחתית.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ליטוואק יקירנו איר זענט זייער שארף!
Ani Low Tachas Chakirrrah Poh
ער קוקט מיר אויס סך הכל צו זיין א אמעריקאנע יאקל מפוקל וואס די גורע חסידים האבן מיט א גוטע חוש הריח געטראפן אין עמען א שותף צו קענען דורכפירן זייערע פלענער, נישט קיין גרויסע חכם און נישט קיין קליינע טיפש און נאכדערצו דערלייגט ער אוואדע נישט קיין געלט ביים געשעפטל

תורה ומדע » זונטאג נאוועמבער 5, 2017 11:44 pm

· #388454
דער ב״י איז געווען אבסעסיוו מיט די ענינים און קאליע געמאכט עד היום.. דער היינטיגען מאכט א חורבן אין לערנען כידוע. טא ווי קען דאס זיין א נארמאלע תורה׳דיגער געזעלשאפט, אהן נוצען דעם שכל אין תורה און אהן דאס הארץ צו די משפחה. א וואונדער אז ס׳נאך נישט פארהאנען א ווידערשטאנד אין גור פון נארמאלע מענשען.

אונטער חכם » זונטאג אפריל 15, 2018 10:34 am

· #399803
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
ליטוואק פון בודאפעסט
א. דער בחור זאגט אז ער נעמט נאך zoloft און ער שעלט עס. די מעדיקעישען איז געמאכט געווארען פאר דעפרעסיע, און דאס מאכט דער מענטש פאר א zombie.

אנטשולדיגט ליטוואק, איך זעה דיר אויס ווי א zombie?
זעהסט דאך אז אפילו די קאמענט האט מיר אויפגערעגט.

געפילטע פיש » זונטאג אפריל 15, 2018 11:14 am

· #399808
אינטערעסאנט אז מ'האט ארויפגעברענגט דעם אלטן אשכול. פונקט היינט נאכט קומט פאר א טיי אווענט אין בארא פארק פאר דעם גור'ע מוסד "רפואה" וואסגיבט זיך אן מיט די פיל טיילערייען. (זיי האבן געטוישט דעם נאמען פון וועל להצלת הדורות צו רפואה נאכן פנים אמיתיות קאנטערווערסיע.)

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 15, 2018 11:41 am

· #399812
אונטער חכם
ליטוואק פון בודאפעסט
א. דער בחור זאגט אז ער נעמט נאך zoloft און ער שעלט עס. די מעדיקעישען איז געמאכט געווארען פאר דעפרעסיע, און דאס מאכט דער מענטש פאר א zombie.

אנטשולדיגט ליטוואק, איך זעה דיר אויס ווי א zombie?
זעהסט דאך אז אפילו די קאמענט האט מיר אויפגערעגט.

ביסט גערעכט, איך האב געשריבען צו ברייט. איינער פון די מעגליכע סייד עפעקטס איז אז מ׳ווערט א זאמבי. דאס מיינט נישט אז דאס פאסירט צו יעדעם.

אונטער חכם » זונטאג אפריל 15, 2018 2:19 pm

· #399854
Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי
געפילטע פיש
אינטערעסאנט אז מ'האט ארויפגעברענגט דעם אלטן אשכול. פונקט היינט נאכט קומט פאר א טיי אווענט אין בארא פארק פאר דעם גור'ע מוסד "רפואה" וואסגיבט זיך אן מיט די פיל טיילערייען. (זיי האבן געטוישט דעם נאמען פון וועל להצלת הדורות צו רפואה נאכן פנים אמיתיות קאנטערווערסיע.)

זיי גייען אהן דא אין אמעריקא אויך , אדער קומען זיי נאר נאך געלט דא?

געפילטע פיש » זונטאג אפריל 15, 2018 5:44 pm

· #399868
אונטער חכם

זיי גייען אהן דא אין אמעריקא אויך , אדער קומען זיי נאר נאך געלט דא?

געלט

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 7:33 pm

· #486148
וואס זענען די תקנות פון בית ישראל?
און וואס איז די בריוו וואס די סטייפלער האט געשריבען אקעיגן?

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:36 pm

· #486161
איך (וועיס) נישט. אבער איין זאך ווייס איך יא. אז מ'קען נישט אננעמען די ווערטער פון אמנון לוי 100%. ווייל ער איז נישט קיין אביעקטיווער אינטערוויו'ער וואס זיין איינציגע מטרה איז צו דערגיין דעם אמת. ער איז א פובליציסט און טי.ווי. פערסאנליטי וועלכער איז נישט אייביג שוחר צו דערגיין דעם אמת. איין מענטש וועלכער האט פארשטאנען צו זיינע שטיק (ווייל ער איז אין די זעלבע ליין) איז הרה"צ ר' אמנון יצחק. ער האט ביי אן אינטערוויו מיט אמנון לוי אנגעשטעלט נאך א קעמערע פאר זיך אליינס. ווען א.ל. האט איהם געכאפט דערמיט (פארשטייצעך, סורפרייז'ד) און ער פרעגט איהם..."פארוואס האסטו אנגעשטעלט די קעמערע. האט איהם הר' א.י. געענטפערט. זייער פשוט. אין דיין קעמערע קענסטו ארויפלייגן און אראפשניידן וואס דו ווילסט. דערפאר האב איך מיין אייגענע קעמערע צו קענען אויפווייזן דעם אמת...!

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 11:17 am

· #486199
וואס זאלל ער זאגן? אז הרב עובדיה איז ארויס אקעגן איהם ווייל ער האט געהאט די גאטס צו גיין אין כנסת. און אפשר אוועקנעמען א פאר שטימען פון פון די (הייליגע) ש"ס פארטיי...!

פרנס החודש » מאנטאג מאי 9, 2022 5:02 pm

· #499716
berlbalaguleh
גראף
וואס האט מען געטיען אמאל פאר עס זענען געווען די אלע ''טריטמענטס''? יעצט ווערט מען שוין נישט מגולגל? אכשר דרא.
גראף: מ'איז נאר מגולגל געווארן אין א קאץ אדער הונט, אין חדר ווען די רבי האט פארציילט די שרעקעדיגע מעשיות און פארגעלערנט פון די ספרים וואס איך וויל נישט דערמאנען. וועלכע זענען שעדליך צו לערנען מיט קליינע קינדער...!
און נאך מער שעדליך צו לערנען מיט גרויסע טאטעס וואס האבן נישט מער הבנה ווי קליינע קינדער.
בלאט: 1 2