☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרנסה ביי אידן

פרנסה ביי אידן

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1186
בלאט: 1 2

טעלעפאן » מאנטאג יולי 23, 2012 4:37 pm

· #27533
פרנסה ביי אידן
אין אן אנדערן אשכול האב איך באגעגנט צוויי ניקס וואס רעדן זיך אפ. איינער רעדט זיך אפ אז ער גייט ליידיג, בעת א צווייטער שרייבט אז ער האט לעת עתה נישט קיין געהעריגע ארבעט. וואס ברענגט מיך צו דעם פאלגענדן טעמע.

פאר איך גיי ווייטער, עס איז זיכער אז פרנסה קומט פונעם אויבערשטן. אבער דער רבוש״ע האט באשאפן א וועלט וואס פירט זיך ״דרך ארץ״.. איז מיט די השקפה אז א מענטש דארף טון זיין השתדלות (אחוץ א אמת׳ער בעל בטחון) לאמיר צוגיין צו מיין נקודה

איך האב עטליכע שאלות וואס וואונדערן מיך, און אפשר בין איך נאאיוו, אויב עמיצער קען מיך אויפקלערן...

פארוואס לערנט מען זיך נישט אנליין (אין די פרייע צייט וואס איר האט) א ארבעט וואס קען מאכן אסאך (אדער אפילו אביסל) געלט? ווי למשל Internet seo, מאכן apps, און אפילו ווייטער וויצב״ש עפענען א וועבסייט וואס ס׳איז דא געוואלדיגע איידיעס (איך האב אסאך איך וועל נאר אויסרעכענען איינס) למשל עפענען א גראפיקס קאמפאני פאר עדס אדער וועבסייטס וואס דו קענסט נעמען אינדיאנער וואס בעטן פאר די גאנצע זאך (אן עד) $50 און דו בעסט דערפאר $300. פארשטייט זיך אז דו מוזט שטיין אין טאפ אז ס׳זאל געלונגען

ס׳איז דא נאך אסאך איידיעס ועוד חזון למועד, פארקויפן ביי אידן געוויסע פראדוקטן וואס זענען נאכנישט אנגעקומען צו אונז

און דאס ברענגט די פאלגענדע תוצאה פון אז חסידישע אינגעלייט וואס זענען לכאורה פון די קלוגסטע מענטשן זאלן דארפן האבן ביליגע ארבעט (איך וויל דירעקט נישט אריינגיין אין ביישפילן)

אחוץ א מעשה וואס דא איז עוורידזש וועידזש 25-60,000 און אין פלעטבוש אדער קווינס איז עס 100-150,000. ס׳איז אמת אז זיי האבן מער הוצאות אבער פארוואס זאלן מיר עס נישט מאכן??

אודאי קומט עס אלעס צוריק צום פארמאכטן סיסטעם אבער לאמיר רעדן פונעם קום ועשה..

דעינעש » מאנטאג יולי 23, 2012 5:00 pm

· #27546
טעלעפאן
...
עס איז זיכער אז פרנסה קומט פונעם אויבערשטן. אבער דער רבוש״ע האט באשאפן א וועלט וואס פירט זיך ״דרך ארץ״.. איז מיט די השקפה אז א מענטש דארף טון זיין השתדלות (אחוץ א אמת׳ער בעל בטחון) לאמיר צוגיין צו מיין נקודה

...
אבער לאמיר רעדן פונעם קום ועשה..

הוי...! וויפיל אידן קענען ניצן חיזוק אין דעם ענין,

א וויכטיגע נושא, ווי מען קען\דארף אסאך אויפטוען.

טעלעפאן » מאנטאג יולי 23, 2012 5:18 pm

· #27551
נו לאמיר טוהן, איך בין גרייט צו העלפן דא מיט איידיעס-געדאנקען

איחוד פעלד » מאנטאג יולי 23, 2012 5:24 pm

· #27555
Re: פרנסה ביי אידן
די אלע איידיעס זענען נישט ווערט קיין סאך. נישט יעדער קען זיין א ענטריפינאר, און פארדינען געלט דורך האנדלען וואנדלען. די וואס יא זענען פארדינערס ממילא, און דארפען נישט דיינע עצות, און די וואס נישט וועלען דיך נאר געבען תירוצים פארוואס ער קען עס נישט טוהן.
אלזא, אז מען וויל אויף טוהן פאר פרנסה דארף מען שיקען דער עולם אין קאלעדזש זיך לערנען עפעס, אזוי ער זאל קענען האבען א פרנסה דורעך א דזאב געהעריג.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

town1 » מאנטאג יולי 23, 2012 5:30 pm

· #27558
איחוד פעלד

און קאלעדזש טאר א איד נישט גיין, אויב ווילסטו דיך לערנען א פאך ווי למשל קאמפיוטער קענסו גיין צו דזשעי- טעק
<a class="postlink" href="http://jtechcenter.com/">http://jtechcenter.com/</a>

בן תמליון » מאנטאג יולי 23, 2012 5:41 pm

· #27564
town1

ילמדינו רבינו, פארוואס טאר א איד נישט דיין אין קאלעזש?

town1 » מאנטאג יולי 23, 2012 5:51 pm

· #27566
ווייל א קאלעדזש ברעגט צו, צו מכשולות

ידען » מאנטאג יולי 23, 2012 5:55 pm

· #27568
איך מיין אז מע מיינט מיך פון די 2 ניקס וואס האבן געשריבן וועגן צייט און פרנסה.

איך האב יעצט א פארט טיים זשאב און מיין ווייב ארבעט אויך עפעס אבער איך מיז זיכען עפעס בעסער ווי שנעלער. שוין לא ג געוואלט מאכן א אשכול וועגן דעם און ישר כח פאר טעלעפאן פארן טוהן למעשה.

אויב מעג איך בעטן, אביסל מער מסביר זיין וואס דו מיינסט וייל איך האב כמעט נישט פארשטאנען.

zamel » מאנטאג יולי 23, 2012 6:25 pm

· #27576
מיינע ארימע צוויי סענט
בנוגע זיך לערנען א פאך איז זייער שווער צו זאגן אז דאס איז די גליק, איך ווייס אז מענטשען וועלן אנהייבן קרומען אויף מיין מיינונג ממילא וועל איך מיך אביסל מסביר זיין, א אינגערמאן גייט זיך לערנען אקאנטינג, איז זיין פלאן צו ווערן אן ארבייטער ביי יענעם? יא ער וועט אפשר אנהייבן מיט א גרעסערע וועידזש ווי איינער וואס קען גארנישט, אבער לעומת זה האט ער אפאר יאר פארבראכט מיטן זיך לערנען, און נאכמער דער יונגערמאן וואס איז געגאנגען גראד ארבייטען האלט שוין יעצט ביי דריי יאר ארבייטען, מיט דריי רעיסעס פון די לעצטע דריי יאר האלט ער געווענליך ביי די זעלבע וועידזש ווי דער באקקיפער הייבט אן, ווידער אום אויב איז זיין פלאן צו עפענען א פירם פון אקאנטינג, קען ער עס טאן פונקט אזוי אן לייסענס און הייערן מענטשען מיט לייסענס, אדער אנשטאט זיך מוטשען דריי יאר צו לערנען א פאך און דערנאך אנהייבן בויען א ביזנעסס וואס געדויערט נאך דריי יאר צו שטעלן אויף די פוס, הייב אן גלייך א ביזנעס און מוטשע דיך נאר דריי יאר אנשטאט זעקס.

וויטער בנוגע פראגראמינג איז אביסל אנדערש ווייל ווי פיל די זאלסט דיך נאך לערנען איז יעדן טאג דא חידושים וואס די וועסט עני וועיס מוזען אריינלייגען שעות אין לערנען אפילו נאכן זיך לערנען די ערשטע מאל, און נאכמער זייער ווייניג פראגראמערס האבן מצליח געוועל אלס בעל הבית פון א פורמע, עס איז זייער שווער צו זיין די קאודער און אויך די זעלבע מענטש צו בעטן געלט, און ווי אויך צו זיין ביזי זוכען קאסטומערס, מאכן משוגעתן פאר יעדען קאסטומער באזינדער, ווייטער זיין אן ארבעטער ביי יענעם איז פונקט ווי אויבן געשריבן מיט די וועידזעס.

האלט איר אנדערש??? אדרבה לאמיר עס דיבעיטען, איך קאן באשטיין צו זיין נישט גערעכט 😳

לסיומא דמילתא האב איך אפאר חבירים וואס ארבעטען ביי גרויסע קאמפאניעס אויף פיינע וועידזעשס וואס ווען זיי זענען אריין האבן זיי ניש געוויסט וואס א חילוק צווישן א מייזל אויף דער ערד און א מייזל ביים קומפיוטער.

בלייבט נאר איבער צו וואונטשען אז דער פון אויבן זאל ממלא זיין יעדענס שאיפות און מען זאל מצליח זיין און אלע געשעפטן וואס מען טוט.

טעלעפאן » מאנטאג יולי 23, 2012 8:18 pm

· #27608
ידען
איך מיין אז מע מיינט מיך פון די 2 ניקס וואס האבן געשריבן וועגן צייט און פרנסה.

איך האב יעצט א פארט טיים זשאב און מיין ווייב ארבעט אויך עפעס אבער איך מיז זיכען עפעס בעסער ווי שנעלער. שוין לא ג געוואלט מאכן א אשכול וועגן דעם און ישר כח פאר טעלעפאן פארן טוהן למעשה.

אויב מעג איך בעטן, אביסל מער מסביר זיין וואס דו מיינסט וייל איך האב כמעט נישט פארשטאנען.

פארוואס זוכסטו נישט? איך וואלט געוואלט וויסן

וואס וואלסטו געוואלט איך זאל מער מסביר זיין?

דולה ומשקה » מאנטאג יולי 23, 2012 8:21 pm

· #27612
אויך צו דעם איז דער סיסטעם שולדיק...

דער עולם החסידות (ב"פ, וומ"ס, ק"י, מאנסי) שפייט אויס יערליך כל הפחות טויזענט פרישע יונגעלייט יעדעס יאר, אויב נישט מער.

מיעוט דמיעוטא הייבען אן ארבעטן בעוד מועד, ווען דער קאסטן איז נאך ווייניג נישט דא קיין קינדער און שטוב, עכ"פ די הוצאות זענען נאך קליין. מיט דער צייט ארבעט ער זיך ארויף ווערט מער און מער עקספיריענס, איז ווען ער האט שוין א שטוב איז ער שוין מער ווייניגער סטעיבל, אפילו ער דארף טוישען דזשאבס האט ער שוין ביז דאן גערעט מיט מענטשן ממילא ווייסט ער בעסער ווי אזוי אנצוגיין ווייטער.

רוב רובם זעצן זיך אין כולל, ביז מ'ווערט ארויס געצווינגען צו גיין ארבעטן, וואס ביי דער צייט וואס מ'דארף שוין זיין סטעיבל הייבט ער ערשט אן פון אל"ף. ער ווערט פאר'דאגה'ט און מיואש, ער מוטשעט זיך זייער שווער.

ווי געזאגט טויזענט יוגעלייט, נו, וויפיל פרנסות שטעלט דער עולם החסידות צו? גיין שטודירען? חלילה.
וואס בלייבט איבער? אמת ס'נאך איבערגעבליבען די והותר אלע סארט דזשאבס, אבער נישט די סארט וואס ממאכט דער גרויס געלט. איז טאקע דערפאר אין פראצענט דארף מען ארבעטן אין שוויצען.

אין דער עיקר איז אויב מאכסטו אביסל מער וואס די ברויכסט לערן דיך אויס אוועק צו לייגען, ספענד נישט, די הייבסט יעצט אן דיין לעבן, די גייסט אמאל ערנסט דארפן דער געלט, פארוואס ווארפסטו דאס אויס אויף דברים של מה בכך?

ס'דא שנה שלשה'ניקס וואס מאכען סאך ווינציגער געלט ווי מיר, און פארען מיט טייערע קארס און ווארפן זיך מיט דער געלט. דער יונגערמאן רעדט זיך איין ער איז פעסט, ער באווייזט זיך צו דעם און צו יענעם, איך פרעזענדליך האב שטארק רחמנות אויף די סארט מענטשען.

טעלעפאן » מאנטאג יולי 23, 2012 8:26 pm

· #27618
town1
איחוד פעלד
די אלע איידיעס זענען נישט ווערט קיין סאך. נישט יעדער קען זיין א ענטריפינאר, און פארדינען געלט דורך האנדלען וואנדלען. די וואס יא זענען פארדינערס ממילא, און דארפען נישט דיינע עצות, און די וואס נישט וועלען דיך נאר געבען תירוצים פארוואס ער קען עס נישט טוהן.
אלזא, אז מען וויל אויף טוהן פאר פרנסה דארף מען שיקען דער עולם אין קאלעדזש זיך לערנען עפעס, אזוי ער זאל קענען האבען א פרנסה דורעך א דזאב געהעריג.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

און קאלעדזש טאר א איד נישט גיין, אויב ווילסטו דיך לערנען א פאך ווי למשל קאמפיוטער קענסו גיין צו דזשעי- טעק
<a class="postlink" href="http://jtechcenter.com/">http://jtechcenter.com/</a>

און אויך אונליין קען מען זיך לערנען. איז רעד נישט קיין שטותים, די געלעגנהייט צו לערנען איז דא

איך פארשטיי אז נישט יעדער קען פירן א ביזנעס, אבער פארוואס אזא קליינע פראצענט? און די וואס ווילן שוין יא ווייסן נישט וואו אנצוהייבן און דער אפעטיט פארגייט זיי. דער סיסטעם האט א שטיקל יד דא

טעלעפאן » מאנטאג יולי 23, 2012 8:33 pm

· #27622
zamel
מיינע ארימע צוויי סענט
בנוגע זיך לערנען א פאך איז זייער שווער צו זאגן אז דאס איז די גליק, איך ווייס אז מענטשען וועלן אנהייבן קרומען אויף מיין מיינונג ממילא וועל איך מיך אביסל מסביר זיין, א אינגערמאן גייט זיך לערנען אקאנטינג, איז זיין פלאן צו ווערן אן ארבייטער ביי יענעם? יא ער וועט אפשר אנהייבן מיט א גרעסערע וועידזש ווי איינער וואס קען גארנישט, אבער לעומת זה האט ער אפאר יאר פארבראכט מיטן זיך לערנען, און נאכמער דער יונגערמאן וואס איז געגאנגען גראד ארבייטען האלט שוין יעצט ביי דריי יאר ארבייטען, מיט דריי רעיסעס פון די לעצטע דריי יאר האלט ער געווענליך ביי די זעלבע וועידזש ווי דער באקקיפער הייבט אן, ווידער אום אויב איז זיין פלאן צו עפענען א פירם פון אקאנטינג, קען ער עס טאן פונקט אזוי אן לייסענס און הייערן מענטשען מיט לייסענס, אדער אנשטאט זיך מוטשען דריי יאר צו לערנען א פאך און דערנאך אנהייבן בויען א ביזנעסס וואס געדויערט נאך דריי יאר צו שטעלן אויף די פוס, הייב אן גלייך א ביזנעס און מוטשע דיך נאר דריי יאר אנשטאט זעקס.

וויטער בנוגע פראגראמינג איז אביסל אנדערש ווייל ווי פיל די זאלסט דיך נאך לערנען איז יעדן טאג דא חידושים וואס די וועסט עני וועיס מוזען אריינלייגען שעות אין לערנען אפילו נאכן זיך לערנען די ערשטע מאל, און נאכמער זייער ווייניג פראגראמערס האבן מצליח געוועל אלס בעל הבית פון א פורמע, עס איז זייער שווער צו זיין די קאודער און אויך די זעלבע מענטש צו בעטן געלט, און ווי אויך צו זיין ביזי זוכען קאסטומערס, מאכן משוגעתן פאר יעדען קאסטומער באזינדער, ווייטער זיין אן ארבעטער ביי יענעם איז פונקט ווי אויבן געשריבן מיט די וועידזעס.

האלט איר אנדערש??? אדרבה לאמיר עס דיבעיטען, איך קאן באשטיין צו זיין נישט גערעכט 😳

לסיומא דמילתא האב איך אפאר חבירים וואס ארבעטען ביי גרויסע קאמפאניעס אויף פיינע וועידזעשס וואס ווען זיי זענען אריין האבן זיי ניש געוויסט וואס א חילוק צווישן א מייזל אויף דער ערד און א מייזל ביים קומפיוטער.

בלייבט נאר איבער צו וואונטשען אז דער פון אויבן זאל ממלא זיין יעדענס שאיפות און מען זאל מצליח זיין און אלע געשעפטן וואס מען טוט.

איך קוק עס אן אזוי; עס זענען דא די וואס זענען מצליח אויף אן אבנארמאלן אופן און ליידער אויך פארקערט. אויף די זאכן קענען מיר נישט אריינרעדן מיר ווייסן נישט דעם רבוש״ע׳ס חשבונות

יעצט בנוגע אקאונטינג, זאל ער אלץ חתן זיך אנהייבן לערנען מיט א פעסטקייט, און עס האבן אין די האנט. דאס איז פאר די וואס האלטן נישט ביים אליין אריינגיין אין א ביזנעס, טא פארוואס זאל ער ארבעטן פאר פעניס ווען ער קען ארבעטן פאר א בעה״ב און פארדינען עפעס גרעסערס?
און אויב האט ער א חוש צו זיין א בעה״ב קען ער עפענען זיין אייגענע אקאונטינג פירמע און מאכן שיין פרנסה!

דאס זעלבע לגבי פראגראמינג. גערעכט ס׳איז נישט קיין מיליאן דאללער ביזנעס אבער בעסער ווי א ביליגע ארבעט וואס יעדער קען טאן און פאדערט נישט קיין טאלאנט.

טעלעפאן » מאנטאג יולי 23, 2012 8:39 pm

· #27625
איך וואלט געוואלט ארויסברענגען עטליכע נקודות וואס איך האב פארגעסן צו שרייבן אנפאנג אשכול

שלום בית העלפט שטארק צו צו הצלחה אין פרנסה.

פסל׳ט נישט אייערע קינדער׳ס טאלאנטן. און ווען ער ״האט נישט וואס צו טון״, קויפטס אים א טרעינינג ביכל פון סיי וואס ער האט ליב, און דאס זאל ער טון אין זיין ליידיגע צייט. אזוי קומט ער כאטש מיט עפעס

חלומ׳ט אנצוקומען צו די לבנה וועט איר כאטש דערגרייכן די שטערן. אודאי נישט חלומ׳ן פוסטע פאנטאזיעס, אבער איך האלט אז מען דארף ״טראכטן גרויס״ און אלץ קוקן-זוכן אויף בעסערע געלעגנהייטן. ודו״ק כי קרצתי מאוד (און נישט כאפן קיין הייסע לאקשן...)

אינוועסטן געלט איז א עקסטערער שמועס.. ועוד חזון למועד

קליינע רעבעלע » מאנטאג יולי 23, 2012 9:48 pm

· #27660
מיין מיינוג אלטס אין חכם כבעל הנסיון. פאר מען גייט אינוועסטירן אין א גשעפעט זאל מען ארבעטן עטליכע יארן ביי א צווייטן פשוט צי באקימען דע עקספיריענס
ווייל אז נישט איז כמעט ברור אז די גייסט אראפ פלאשען דע געלט

לאדיך אפ » מאנטאג יולי 23, 2012 10:55 pm

· #27681
town1
ווייל א קאלעדזש ברעגט צו, צו מכשולות

צו וועלכע מכשולות?

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 23, 2012 11:33 pm

· #27704
לאדיך אפ
town1
ווייל א קאלעדזש ברעגט צו, צו מכשולות

צו וועלכע מכשולות?

וואס הייסט? דארט לערענט מען אויס אז די וועלט איז רינדעכיג (עפ"ל).

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יולי 24, 2012 12:10 am

· #27791
טעלעפאן
אחוץ א מעשה וואס דא איז עוורידזש וועידזש 25-60,000 און אין פלעטבוש אדער קווינס איז עס 100-150,000. ס׳איז אמת אז זיי האבן מער הוצאות אבער פארוואס זאלן מיר עס נישט מאכן??

די פלעטבוש און קווינסער פארדינסטן זענען באזירט אויף???

הרב_שלום » דינסטאג יולי 24, 2012 10:06 am

· #27852
More jobs can be found at these websites
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.luach.com">www.luach.com</a><!-- w --> 
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.oujobs.org">www.oujobs.org</a><!-- w --> 
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.jtechcenter.com/career-classifieds">www.jtechcenter.com/career-classifieds</a><!-- w -->

טעלעפאן » דינסטאג יולי 24, 2012 12:55 pm

· #27954
משולם שטיינפעלד
טעלעפאן
אחוץ א מעשה וואס דא איז עוורידזש וועידזש 25-60,000 און אין פלעטבוש אדער קווינס איז עס 100-150,000. ס׳איז אמת אז זיי האבן מער הוצאות אבער פארוואס זאלן מיר עס נישט מאכן??

די פלעטבוש און קווינסער פארדינסטן זענען באזירט אויף???

חברים וואס טוען קאמיוניטי ווארק אין די געגנטער

נס קאווע » דינסטאג יולי 24, 2012 6:32 pm

· #28109
משולם שטיינפעלד
טעלעפאן
אחוץ א מעשה וואס דא איז עוורידזש וועידזש 25-60,000 און אין פלעטבוש אדער קווינס איז עס 100-150,000. ס׳איז אמת אז זיי האבן מער הוצאות אבער פארוואס זאלן מיר עס נישט מאכן??

די פלעטבוש און קווינסער פארדינסטן זענען באזירט אויף???

ארבייט וואס מען דארף האבן א קאלעדזש דעגרי
(אפילו עס איז דא פון זיי אויך וואס ארבייטן אין בי ענד עיטש פאר די זעלבע וועידזש ווי אונזער היימישע יונגעלייט און מוזן דרייון א בענטלי)
אגב איין זאך וואס אונז מעג מיר זיך יא אויסלערנען איז אויסצו שטעלן נארמאל א רעזומעי ס' הייסט אז א נישט היימישער וואס פארקויפט נישט גארנישט באקומט א בעסערע דזשאב ווי א היימישער וואס קאלט אריין פאר א דזשאב (נישט קאנפירמד) א רעזומעי איז א מוז אפילו אהן עדיוקעישאן

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 24, 2012 6:43 pm

· #28121
אדרבה, מר. נס-קאווע.
גיב אונז א שיעור אין הל' רעזומעי.

קען מען דאס אליינס מאכן? אדער מוז מען גיין צו א פראפעשאנעל?,
אויב יא, וואס קען דער פראפעשאנעל טון מער ווי דער יחיד?

קאנצעפט » דינסטאג יולי 24, 2012 7:32 pm

· #28136
נס קאווע
אגב איין זאך וואס אונז מעג מיר זיך יא אויסלערנען איז אויסצו שטעלן נארמאל א רעזומעי ס' הייסט אז א נישט היימישער וואס פארקויפט נישט גארנישט באקומט א בעסערע דזשאב ווי א היימישער וואס קאלט אריין פאר א דזשאב (נישט קאנפירמד) א רעזומעי איז א מוז אפילו אהן עדיוקעישאן

שלום עליכם.

א "רעזומעי" איז מער געמאכט פאר די גרויסע ביזנעסער וואס באקומען צענדליגע אפליקאציעס א טאג, אוואו א חסיד'ישע אינגערמאן האט סייווי נישט קיין גרויסע שאנסן אנצוקומען, (צוליב חוסר דעגרי וכו').

איך האב ב"ה פאר מיר א שטיקל ביזנעס, און כ'האב שוין באקומען אסאך אפליקאציעס - פון גוי'אישע פראפעסיאנאלן אויך - און כ'האב זיך איבערצייגט אז געווענדליך זענען די רעזומעי'ס קרעפ... מער גלאנציג ווי אמת, למעשה האב איך געהייערט מענטשן נאכן רעדן צו זיי און דערשמעקן אז דא רעדט זיך פון א גוט פישל.

קאלעדזש איז לעפנ"ד זייער א גוטע זאך, אבער ס'איז א סכנה פאר די תמימות פון א חסיד'ישע אינגערמאן וואס ווייסט נישט וויאזוי צו עסן די וועלט מיט אינפארמאציע וואס ער באקומט דארט טעגליך. כ'האב אפאר חברים וואס זענען פארפאלן געווארן פון אידישקייט (אינגאנצן, צו נאר פון אינעווייניג) און ס'האט זיך אנגעהויבן ביים גיין אין קאלעדזש... יעדן טאג האבן זיי געהאט נאך קשיות אויך די גאנצע וועלט, ביז די "סייענס" (אדער די פריינד/פריינדינעס) האט זיי אינגאצן פארשלעפט.

דעינעש » דינסטאג יולי 24, 2012 8:12 pm

· #28155
קאנצעפט
שלום עליכם.

עליכם השלום,

בשם כל המתנדבים דפה.

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 24, 2012 8:16 pm

· #28161
קאנצעפט
נס קאווע
אגב איין זאך וואס אונז מעג מיר זיך יא אויסלערנען איז אויסצו שטעלן נארמאל א רעזומעי ס' הייסט אז א נישט היימישער וואס פארקויפט נישט גארנישט באקומט א בעסערע דזשאב ווי א היימישער וואס קאלט אריין פאר א דזשאב (נישט קאנפירמד) א רעזומעי איז א מוז אפילו אהן עדיוקעישאן

שלום עליכם.

א "רעזומעי" איז מער געמאכט פאר די גרויסע ביזנעסער וואס באקומען צענדליגע אפליקאציעס א טאג, אוואו א חסיד'ישע אינגערמאן האט סייווי נישט קיין גרויסע שאנסן אנצוקומען, (צוליב חוסר דעגרי וכו').

איך האב ב"ה פאר מיר א שטיקל ביזנעס, און כ'האב שוין באקומען אסאך אפליקאציעס - פון גוי'אישע פראפעסיאנאלן אויך - און כ'האב זיך איבערצייגט אז געווענדליך זענען די רעזומעי'ס קרעפ... מער גלאנציג ווי אמת, למעשה האב איך געהייערט מענטשן נאכן רעדן צו זיי און דערשמעקן אז דא רעדט זיך פון א גוט פישל.

קאלעדזש איז לעפנ"ד זייער א גוטע זאך, אבער ס'איז א סכנה פאר די תמימות פון א חסיד'ישע אינגערמאן וואס ווייסט נישט וויאזוי צו עסן די וועלט מיט אינפארמאציע וואס ער באקומט דארט טעגליך. כ'האב אפאר חברים וואס זענען פארפאלן געווארן פון אידישקייט (אינגאנצן, צו נאר פון אינעווייניג) און ס'האט זיך אנגעהויבן ביים גיין אין קאלעדזש... יעדן טאג האבן זיי געהאט נאך קשיות אויך די גאנצע וועלט, ביז די "סייענס" (אדער די פריינד/פריינדינעס) האט זיי אינגאצן פארשלעפט.

שלום עליך מאכט אייך באקוועם
איהר מאכט א איינדריק ווי א ערנסטע מענטש

town1 » מיטוואך יולי 25, 2012 8:22 pm

· #28617
געפילטע פיש
לאדיך אפ
town1
ווייל א קאלעדזש ברעגט צו, צו מכשולות

צו וועלכע מכשולות?

וואס הייסט? דארט לערענט מען אויס אז די וועלט איז רינדעכיג (עפ"ל).

קאנצעפט
[. כ'האב אפאר חברים וואס זענען פארפאלן געווארן פון אידישקייט (אינגאנצן, צו נאר פון אינעווייניג) און ס'האט זיך אנגעהויבן ביים גיין אין קאלעדזש...

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 25, 2012 11:33 pm

· #28716
town1
געפילטע פיש
לאדיך אפ
town1
ווייל א קאלעדזש ברעגט צו, צו מכשולות

צו וועלכע מכשולות?

וואס הייסט? דארט לערענט מען אויס אז די וועלט איז רינדעכיג (עפ"ל).

קאנצעפט
[. כ'האב אפאר חברים וואס זענען פארפאלן געווארן פון אידישקייט (אינגאנצן, צו נאר פון אינעווייניג) און ס'האט זיך אנגעהויבן ביים גיין אין קאלעדזש...

איך האב חבירים וואס זענען פארפאלן פון אידישקייט (אינגאנצן, צו נאר פון אינעווייניג) און ס'האט זיך אנגעהויבן (און געענדיגט) אין ישיבה... סא וואט?

נס קאווע » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:16 pm

· #28939
ס' דא גענוג אידישע גרויסע און קליינע קאמפעניס וואס זענען אונד ביי יודן פון וויליאמסבורג בארא פארק קראון הייטס און פלעטבוש וואס מען קען גרינגער צוקומען צו זייער אטענטשען מיט א רעזומעי, כמעט א יעדע ביזנעס וואס איז נישט אויף לי עוו (אדער 13 עוו) קען מען גרינגער און בעסער אנקומען דאס איז וואס איך האס גיהערט פון מענטשן וואס זענען אין די ליין
און ניין איך וויס נישט וואס און וויזוי אויסצושטעלן א רעזומעי בפרט פאר די וואס זייער נאלעדזש איז בעיסד אויף בבא קמא וכו'
וועגן א פראפעשענעל ווייס איך נישט צו ס' לוינט זיך צו צאהלן א אפותיקי בפרט אז מען האט נישט וואס צו שרייבן איינער וואס האט שוין גיארבייט קען שרייבן וואו ער'ט גיארבייט וואס די ביזנעס איז בעיסד און וואס ער'ט אלס געטוהן דארט פון די טאג וואס ער איז אנגעקומען ביז היינט (מיט שכל) און וואסערע נאלעדזש ער האט זיך איינגעקויפט דארט אדער פריער
בנוגע אויסצושטעלן א רעזומעי זעה איך דא אין שטיבל גענוג געלונגענע שרייבערס און איך גלייב אז עס זענען דא דא וואס קענען פארשטיין צו דעם

קאנצעפט » דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:36 pm

· #29135
געפילטע פיש

קאנצעפט
[. כ'האב אפאר חברים וואס זענען פארפאלן געווארן פון אידישקייט (אינגאנצן, צו נאר פון אינעווייניג) און ס'האט זיך אנגעהויבן ביים גיין אין קאלעדזש...
איך האב חבירים וואס זענען פארפאלן פון אידישקייט (אינגאנצן, צו נאר פון אינעווייניג) און ס'האט זיך אנגעהויבן (און געענדיגט) אין ישיבה... סא וואט?

דיין פוינט איז איצט אז קאלעדש פאר זיך איז גארנישט שלעכט, נאר די מענטשן וואס גייען אהין ווילן ווערן שלעכט און טרעפן דארט אן עפענונג צו אראפווארפן זייער אידישע עול, איז דאס וואס דו ווילסט ארויסברענגען?
דאן פליז שרייב מיר אראפ די מעלות פון גיין אין קאלעדש, אפשר קענען מיר מאכן א pros and cons ווי געהעריגע מענטשן

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 26, 2012 10:39 pm

· #29150
קאנצעפט
דיין פוינט איז איצט אז קאלעדש פאר זיך איז גארנישט שלעכט, נאר די מענטשן וואס גייען אהין ווילן ווערן שלעכט און טרעפן דארט אן עפענונג צו אראפווארפן זייער אידישע עול, איז דאס וואס דו ווילסט ארויסברענגען?
דאן פליז שרייב מיר אראפ די מעלות פון גיין אין קאלעדש, אפשר קענען מיר מאכן א pros and cons ווי געהעריגע מענטשן

איך דארף דיר מסביר זיין די מעלות פון גיין אין קאלעדזש? זיך צו לערנען א פאך זיך צו קענען מפרנס זיין בדרך כבוד, דארפסט עפעס מער?

אפשר שרייבסטו מיר אראפ די מעלות פון גיין אין ישיבה פאר א 18 יעריגע בחור וואס האלט נישט ביים לערנען.

קאנצעפט » פרייטאג יולי 27, 2012 12:45 am

· #29164

זאג מיר וועלכע מין פאך א חסיד'ישער איד וואלט געדארפט גיין אין קאלעדזש, און צוליב זיין ענווייראנמענט וועט ער נישט גיין?
ע"פ רוב ווען א מענטש האט א געפיל צו א פאך וועט ער טון אלעס עס צו עררייכן, מיט קאלעדזש אדער אן קאלעדזש. יעצט לאמיר זען צו וועלכע פאך 'מוז' ער צוקומען צו קאלעדזש?

אקאונטינג? אקעי פאר דעם איז טאקע דא אין טורא קאלדזש עקסטערע קלאסן פאר חסיד'ישע אידן. אבער אפי' אזוי, גענוג אקאונטענטס זאגן אז זיי האבן נישט עכט געברויכט אנקומען אין קאלעדזש זיך צו לערנען ווערן אן אקאונטענט (כ'רעד פון זיין אן אקאונטענט פאר קליינע ביזנעסער פארן היימישן ציבור, כ'רעד נישט פון א ריזן אקאונטינג פירמע וואס ארבעט פאר מארגן סטענלי...) געווענדליך וועט דער וואס קען די פאך גוט זיך אן עצה מיט אפאר ביכער וואס ער ליינט, און וועט קענען טרעפן א דזשאב ביי אן אקאונטינג פירם.

דעזיין? רוב היימישע דעזיינער מאכן מער פרנסה אנעם זיך לערנען אין קאלעדזש, און זיי מאכן מער ווי דער גוי וואס בעט זיך אויף "קרעיגליסט" צו אויף "בעק פעידזש" מ'זאל אים הייערן פאר 12 דאלער א שעה... (דאס איז חוץ וואס עס איז דא הונדערטער אנליין טוטאריעלס צו וואטשן און זיך לערנען אלעס אין דעזיין).

ארכיטעקטשור? קודם קען איך אסאך וואס מאכן 'שיין' פרנסה פון ארכיטעקטשור 'אן' זיך לערנען אין קאלעדזש, און אז איינער שפירט ער קען עס גוט און ער קען אנקומען ווייט אויב ער האט א דעגרי, ער גייט סייווי גיין אין קאלעדזש.

דאקטעריי? נע... איינער וואס קען דאס אדער זיצט ער שוין אויף א דעגרי, אדער איז ער איצט ביים פינעפטן יאר זיך לערנען...

ספעשל עד? פיין ער קען רואיג נעמען א דעגרי אנליין, איך האב א חבר וואס האט באקומען א דעגרי אן גיין פיזיש אין קאלעדזש.

פסיכאלאגיע? יא, גערעכט, הלוואי זאלן זיך די היימישע פסיכיאלאגן האבן געלערנט נארמאל ווי א מענטש (אזוי אויך זענען דא אסאך נארמאלע און גוטע פסיכאלאגן וואס קענען גוט.)

געזעץ? הממ כ'ווייס דיר נישט וואס צו זאגן.

אקטיארשאפט? אקעי, עיב קארפען יוכיח... ס'גייט אים נישט ארבעטן צו זיין אין דעי ליין...

א טעקנישן?
ס'דא אזויפיל היימישע טעקנישאנ'ס אן א דעגרי, זיי מאכן שיין פרנסה.

וואס יא? א ספארטלער? א קאמידיען? א קעכער? וואס? צו וואס וואלסטו אים געשיקט אין קאלעדזש?

ישיבה איז נישט זיין פלאץ? גערעכט זאל ער דרייוון א טראק, שיילן פאטעיטאס אין די בעק פון א רעסטוראנט, אדער עפענען א לאנדרי ביזנעס... מוזט אים נישט שיקן אין קאלעדזש...

יעצט ווילסטו הערן פארוואס זיצן אין קאלעדזש איז נישט גוט? צו ווייסטו טאקע נישט?

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 30, 2012 5:55 pm

· #29915
קאנצעפט
זאג מיר וועלכע מין פאך א חסיד'ישער איד וואלט געדארפט גיין אין קאלעדזש, און צוליב זיין ענווייראנמענט וועט ער נישט גיין?
ע"פ רוב ווען א מענטש האט א געפיל צו א פאך וועט ער טון אלעס עס צו עררייכן, מיט קאלעדזש אדער אן קאלעדזש. יעצט לאמיר זען צו וועלכע פאך 'מוז' ער צוקומען צו קאלעדזש?

פארן אריינגיין אין די נושא אויב ס'לוינט זיך צו גיין אין קאלעדזש, לאמיר קודם עסטעבלישן די פאקט אז די גאנצע תגובה וואס דו האסט געזאגט דא איז אז מ'פארדינט גארנישט, נא, אויב שאדט עס נישט, דעמאלס לאז יעדעם מאכן די דיסיזשען אויב פאר עם לוינט עס צי נישט.

האסט געזאגט אז מיר זאלן מאכן א ליסט פון מעלות און חסרונות, סא פאר האסטו נאר געזאגט אז ס'האט נישט קיין מעלות, קיין חסרון האב איך נאך נישט געזען.

ס'איז טאקע אמת וואס דו זאגסט אז ס'דא אומגעלערענטע מענטשען וואס קומען אן און זענען שיין מצליח, אזוי אויך זענען דא געלערענטע וואס מוטשען זיך און מאכן נישט קיין סאך, אבער אויב קוקסטו אויף די נומבערס, מאכט איינער וואס האט א בעטשלערס דעגרי אן עוורידזש פון בערך אכציג פראצענט מער ווי איינער וואס האט נאר א הויך-שולע דיפלומא. סא די אלע מעשות זענען טאקע אמת, און יעדער קען איין עם הארץ, די נעבעך אין חדר וואס האט מצליח געווען, אבער אויב קוקסטו אויף די גרויסע פיקטשער לוינט זיך יא צו גיין אין קאלעדזש.

קאנצעפט
ישיבה איז נישט זיין פלאץ? גערעכט זאל ער דרייוון א טראק, שיילן פאטעיטאס אין די בעק פון א רעסטוראנט, אדער עפענען א לאנדרי ביזנעס... מוזט אים נישט שיקן אין קאלעדזש...

דו וואלסט געוואלט אז דיין זון וואס איז א קלוג בחור אבער האלט נישט ביים לערנען זאל אויסוואקסען א טראק דרייווער אדער פאטעטא שיילער? אדער וואלסטו געוואלט ער זאל האבן א פראפעשען.

נאך א זאך, די טראק דרייווער אדער פאטעטא שיילער, וכדו' אזעלכע דזשאבס, וואס געשעט אז ער ווערט געפייערט נאך 20 יאר ארבעט? איז ער אן עקספיריענס שיילער, גייט ער קענען אנהייבן ערגעץ אנדערש פאר די זעלבע וועידש וואס ער האט געמאכט אין זיין אלטע פלאץ נאך צען רעיזעס? אוודאי נישט, אבער א פראפעשענאל וואס איז שוין 20 יאר אין די ליין האט 20 יאר אויף זיין רעזומעי.

דאס וואס דו זאגסט אז די ענווייערמענט אין קאלעדזש מאכט קאליע, קודם כל איז דא טארא און קאופ וואס זענען יא אויסגעהאלטן, און אויב סייענס מאכט איינעם קאליע האט ער באקומען די ראנג חינוך.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 6:06 pm

· #29919
איז קאלעדזש דער פראבלעם צוליב די לימודים? אדער צוליב די סביבה, והרבה חברותא עושה?

town1 » מאנטאג יולי 30, 2012 7:29 pm

· #29957
שמעקעדיג
איז קאלעדזש דער פראבלעם צוליב די לימודים? אדער צוליב די סביבה, והרבה חברותא עושה?

צוליב די סביבה

town1 » מאנטאג יולי 30, 2012 7:34 pm

· #29959
געפילטע פיש
קאנצעפט
דיין פוינט איז איצט אז קאלעדש פאר זיך איז גארנישט שלעכט, נאר די מענטשן וואס גייען אהין ווילן ווערן שלעכט און טרעפן דארט אן עפענונג צו אראפווארפן זייער אידישע עול, איז דאס וואס דו ווילסט ארויסברענגען?
דאן פליז שרייב מיר אראפ די מעלות פון גיין אין קאלעדש, אפשר קענען מיר מאכן א pros and cons ווי געהעריגע מענטשן

איך דארף דיר מסביר זיין די מעלות פון גיין אין קאלעדזש? זיך צו לערנען א פאך זיך צו קענען מפרנס זיין בדרך כבוד, דארפסט עפעס מער?

אפשר שרייבסטו מיר אראפ די מעלות פון גיין אין ישיבה פאר א 18 יעריגע בחור וואס האלט נישט ביים לערנען.

איז וויבאלט א בחור האלט נישט ביים לערנען זאל ער זיך דרייען און א נישט גוטע סביבה?

town1 » מאנטאג יולי 30, 2012 7:37 pm

· #29963
א

town1 » מאנטאג יולי 30, 2012 7:38 pm

· #29964
town1
געפילטע פיש
לאדיך אפ
town1
ווייל א קאלעדזש ברעגט צו, צו מכשולות

צו וועלכע מכשולות?

וואס הייסט? דארט לערענט מען אויס אז די וועלט איז רינדעכיג (עפ"ל).

קאנצעפט
[. כ'האב אפאר חברים וואס זענען פארפאלן געווארן פון אידישקייט (אינגאנצן, צו נאר פון אינעווייניג) און ס'האט זיך אנגעהויבן ביים גיין אין קאלעדזש...

איז ווייל די האסט חברים זענען פארפאלן געווארן פון אידישקייט אין ישיבה דארף א בחור גיין און קאלעדזש?

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 31, 2012 12:36 am

· #30104
town1
איז וויבאלט א בחור האלט נישט ביים לערנען זאל ער זיך דרייען און א נישט גוטע סביבה?

town1
איז ווייל די האסט חברים זענען פארפאלן געווארן פון אידישקייט אין ישיבה דארף א בחור גיין און קאלעדזש?

די כאפסט אז דעי צוויי שאלות זענען א תרתי דסתרי?
אויב א בחור האלט נישט ביים לערנען זאל ער זיך דרייען אין א נישט גוטע סביבה? וועלכע נישט גוטע סביבה? קאלעדזש? איך האב דאך חבירים וואס זענען אפגעפארען וויבאלד זיי זענען געווען אין ישיבה, העטען זיי געגאנגען ארבעטן\קאלעדזש איז זייער מעגליך זיי וואלטן נאך געווען אידן.

און ניין, איך זאג נישט קיין איינס פון דעי זאכן, וואס איך זאג איז אז מ'קען גיין צו קאלעדזש, נישט אן קעמפעס אין א קא-עד דארם, נאר וואונען אינדערהיים אדער אין א מיר'ע דירה און בייטאג גיין אין קאלעדזש. איי ס'דא דארט מיידליך? נא, וויפיל ארבערטארערס ארבעטן מיט מיידליך? וועלכע אפיס ארבעטער ארבעט נישט מיט מיידליך?

א חבר האט מיר אמאל פארציילט אז ווען ער מיט זיין חברותא זענען ארויס פון כולל איז זיין חברותא געגאנגען לערנען אין א געמישטע קאלעדזש, אבער זיין ווייב האט עם נישט געלאזט גיין אהין איז ער געגאנגען אין איינע פון די היימישע קאלעדזשעס אין א קלאס נאר מיט מענער, נאך די פאר יאר זענען זיי בידע געגאנגען ארבעטען, און דער וואס איז געגאנגען אין די מיקסט קאלעדזש איז אין א פראפעשען וואס ער האט כמעט גארנישט צו טוהן מיט קיין פרויען, און דער וואס איז געגאנגען אין די אלל מעיל קלאס ארבעט א גאנצע טאג מיט פרויען און האט א שטארקע קשר מיט זיי, און אווער טיים זענען זיי געווארן זייער נאנט, נא, איז האט זיך געלוינט די געשעפט פאר די פרוי וואס האט נישט געטראסט איר מאן צו גיין אין א געמישטע קלאס? ווער האט מער נסיונות אינעם טאג טעגליכן?

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 8:52 am

· #30176
town1
שמעקעדיג
איז קאלעדזש דער פראבלעם צוליב די לימודים? אדער צוליב די סביבה, והרבה חברותא עושה?

צוליב די סביבה

אנדערע זאגן צוליב די לימודים.
און איך זאג אלו ואלו דברי שטות. ס'ווענד זיך ווי איין און ווי אויס, וועלכע קאלעדזש סעטינג און וועלכע לימודים.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 31, 2012 9:42 am

· #30187
אנטשולדיגט פאר מיין נאאיוויטעט,
אבער לו יהא כדבריכם, אויב איז קאלעדזש נישט אזוי געפערליך, דאן פארוואס זענען די גדולים אין די לעצטע דורות ארויס אנטקעגן דעם מיטן גאנצן שארפקייט? פון וואס האבן זיי אזוי מורא געהאט?

אשכנ » דינסטאג יולי 31, 2012 10:04 am

· #30199
יידל
town1
שמעקעדיג
איז קאלעדזש דער פראבלעם צוליב די לימודים? אדער צוליב די סביבה, והרבה חברותא עושה?

צוליב די סביבה

אנדערע זאגן צוליב די לימודים.
און איך זאג אלו ואלו דברי שטות. ס'ווענד זיך ווי איין און ווי אויס, וועלכע קאלעדזש סעטינג און וועלכע לימודים.

עס וועט זיך בעיקר ווענדען אין ווי די מענטש האלט. אין אלע פראגראמען, אפילו די אידישע, קומען אריין זאכען דרך אגב וואס זענען נישט 100% אויסגעהאלטן. אויב איינער איז זייער שטארק ביי זיך, אדער אויב ער איז סייווי exposed צו די זאכען, איז דא ווייניגער שאדן. אבער פאר א תמים קען עס אים צופיל עפענען די אויגן, און נישט אין א constructive אופן.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 31, 2012 10:36 am

· #30208
שמעקעדיג
אנטשולדיגט פאר מיין נאאיוויטעט,
אבער לו יהא כדבריכם, אויב איז קאלעדזש נישט אזוי געפערליך, דאן פארוואס זענען די גדולים אין די לעצטע דורות ארויס אנטקעגן דעם מיטן גאנצן שארפקייט? פון וואס האבן זיי אזוי מורא געהאט?

די שטארקע קעגנערשאפט צו שטודירן סעקולארע לימודים האט זיך אנגעהויבן מיט די חתם סופר אלס א חלק פון די מלחמה ער האט געפירט מיט די השכלה, אבער ער אליינס איז געווען א געלערענטע מענטש אין "לשונות העמים" און אנדערע חכמות, און אזוי ווי אסאך זאכן וואס זענען דעמאלס געווארן איינגעפירט אלס א מיטל אין די דאזיגע מלחמה, איז עס איבערגעבליבן אויף דורות אלס הלכה למשה מסיני.

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 10:42 am

· #30209

לויט זיין אייניקל אין חוט המשולש, האט דער חתם סופר געהאט א פלאן צו שרייבן א סייענס בוך כדי מ'זאל נישט דארפן צוקומען צו די גוי'אישע סייענס ביכער. למעשה האט ער אבער געזאגט אז עס פעלט נישט אויס ווייל עס איז שוין דא די "ספר הברית". דאס איז אים נישט איינגעפאלן אז ס'פעלט פשוט נישט אויס צו וויסן סייענס.

gehlungen » דינסטאג יולי 31, 2012 11:08 am

· #30230
דעינעש
טעלעפאן
...
עס איז זיכער אז פרנסה קומט פונעם אויבערשטן. אבער דער רבוש״ע האט באשאפן א וועלט וואס פירט זיך ״דרך ארץ״.. איז מיט די השקפה אז א מענטש דארף טון זיין השתדלות (אחוץ א אמת׳ער בעל בטחון) לאמיר צוגיין צו מיין נקודה

...
אבער לאמיר רעדן פונעם קום ועשה..

הוי...! וויפיל אידן קענען ניצן חיזוק אין דעם ענין,

א וויכטיגע נושא, ווי מען קען\דארף אסאך אויפטוען.

I once heard beshem the imrei emes ztz"l that shtodlunis is just good for the nerves !!

דעינעש » דינסטאג יולי 31, 2012 11:28 am

· #30250
gehlungen
I once heard beshem the imrei emes ztz"l that shtodlunis is just good for the nerves !!

Wow..!
פרייע איבערזעצונג;

פעם שמעתי בשם האמת אמרי זצ"לג כי שתדלנות הוא טוב רק בשביל שלא יפול בעצבות חלילה !

וואו.. ! (אויסדריק פאר; אינטערעסאנט).

town1 » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 4:30 pm

· #30815
געפילטע פיש
town1
איז וויבאלט א בחור האלט נישט ביים לערנען זאל ער זיך דרייען און א נישט גוטע סביבה?

town1
איז ווייל די האסט חברים זענען פארפאלן געווארן פון אידישקייט אין ישיבה דארף א בחור גיין און קאלעדזש?

די כאפסט אז דעי צוויי שאלות זענען א תרתי דסתרי?
אויב א בחור האלט נישט ביים לערנען זאל ער זיך דרייען אין א נישט גוטע סביבה? וועלכע נישט גוטע סביבה? קאלעדזש? איך האב דאך חבירים וואס זענען אפגעפארען וויבאלד זיי זענען געווען אין ישיבה, העטען זיי געגאנגען ארבעטן\קאלעדזש איז זייער מעגליך זיי וואלטן נאך געווען אידן.

און ניין, איך זאג נישט קיין איינס פון דעי זאכן, וואס איך זאג איז אז מ'קען גיין צו קאלעדזש, נישט אן קעמפעס אין א קא-עד דארם, נאר וואונען אינדערהיים אדער אין א מיר'ע דירה און בייטאג גיין אין קאלעדזש. איי ס'דא דארט מיידליך? נא, וויפיל ארבערטארערס ארבעטן מיט מיידליך? וועלכע אפיס ארבעטער ארבעט נישט מיט מיידליך?

א חבר האט מיר אמאל פארציילט אז ווען ער מיט זיין חברותא זענען ארויס פון כולל איז זיין חברותא געגאנגען לערנען אין א געמישטע קאלעדזש, אבער זיין ווייב האט עם נישט געלאזט גיין אהין איז ער געגאנגען אין איינע פון די היימישע קאלעדזשעס אין א קלאס נאר מיט מענער, נאך די פאר יאר זענען זיי בידע געגאנגען ארבעטען, און דער וואס איז געגאנגען אין די מיקסט קאלעדזש איז אין א פראפעשען וואס ער האט כמעט גארנישט צו טוהן מיט קיין פרויען, און דער וואס איז געגאנגען אין די אלל מעיל קלאס ארבעט א גאנצע טאג מיט פרויען און האט א שטארקע קשר מיט זיי, און אווער טיים זענען זיי געווארן זייער נאנט, נא, איז האט זיך געלוינט די געשעפט פאר די פרוי וואס האט נישט געטראסט איר מאן צו גיין אין א געמישטע קלאס? ווער האט מער נסיונות אינעם טאג טעגליכן?

דאס מיינט נאכנישט אז מען מעג גיין אין קאלעדזש

town1 » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 4:33 pm

· #30816
געפילטע פיש
שמעקעדיג
אנטשולדיגט פאר מיין נאאיוויטעט,
אבער לו יהא כדבריכם, אויב איז קאלעדזש נישט אזוי געפערליך, דאן פארוואס זענען די גדולים אין די לעצטע דורות ארויס אנטקעגן דעם מיטן גאנצן שארפקייט? פון וואס האבן זיי אזוי מורא געהאט?

די שטארקע קעגנערשאפט צו שטודירן סעקולארע לימודים האט זיך אנגעהויבן מיט די חתם סופר אלס א חלק פון די מלחמה ער האט געפירט מיט די השכלה, אבער ער אליינס איז געווען א געלערענטע מענטש אין "לשונות העמים" און אנדערע חכמות, און אזוי ווי אסאך זאכן וואס זענען דעמאלס געווארן איינגעפירט אלס א מיטל אין די דאזיגע מלחמה, איז עס איבערגעבליבן אויף דורות אלס הלכה למשה מסיני.

די "געלערנקייט" פון חתם סופר איז געקומען פון לערנען תורה און נישט גיין און קאלעדזש

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 5:17 pm

· #30860
town1
די "געלערנקייט" פון חתם סופר איז געקומען פון לערנען תורה און נישט גיין און קאלעדזש

בלייב איינגערעדט, איך בין נישט אויף קיין אויפקלערינג אקציע דא.

town1 » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 6:31 pm

· #30898
און די בלייב אויפגעקלערט און לאמיך זען ווי די גייסט אנקומען

דעינעש » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 6:57 pm

· #30906
.געפילטע פיש
..איך בין נישט אויף קיין אויפקלערינג אקציע דא.

אפשר דאך !?
בלאט: 1 2