☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרנסה ביי אידן

פרנסה ביי אידן

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1186
בלאט: 1 2

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:32 pm

· #31066
town1
און די בלייב אויפגעקלערט און לאמיך זען ווי די גייסט אנקומען

איך האב מורא פאר אזעלכע סטראשען, און פאר די רעקארד, איך טראג די "אויפגעקלערט טעמפל מיט שטאלץ.
דעינעש
.געפילטע פיש
..איך בין נישט אויף קיין אויפקלערינג אקציע דא.

אפשר דאך !?

דער חתם סופר (ווי אויך די כתב סופר) האט גערעדט א פליסיגן דויטש, (דייטש? גערמאניש? וואסעווער) און האט געדינגען א פרייוועט טיטשער זאל אויסלערנען לימודי חול פאר זיינע קינדער.

דעינעש » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:40 pm

· #31075
ני, דאס איז ווייט פון שטודירן אין קאלעדזשעס מיט כל מיני .. וואס איז בעסער אויסצומיידן פאר א יעדע פרייז בעזה"ש.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:47 pm

· #31081
האסט מיר געזען זאגן אז ער איז געגאנגען אין קאלעדזש?

דעינעש » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 5:38 pm

· #31280
ניין,

אבער פון דיין פרא קאלעדזש מיינונג, האביך געוואלט קלארער מאכן פון ווי איר נעמטעס, (ס'האט אויסגעזעהן ווי שיעור מקבל געווען מסיני.)

דאסאלעס.

town1 » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 6:18 pm

· #32214
געפילטע פיש
פון ווי נעמסטו דאס וואס די זאגסט?

town1 » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 6:21 pm

· #32215
געפילטע פיש
town1
און די בלייב אויפגעקלערט און לאמיך זען ווי די גייסט אנקומען

איך האב מורא פאר אזעלכע סטראשען, און פאר די רעקארד, איך טראג די "אויפגעקלערט טעמפל מיט שטאלץ.
דעינעש
.געפילטע פיש
..איך בין נישט אויף קיין אויפקלערינג אקציע דא.

אפשר דאך !?

.


האסט מורא זייער גוט און אז די ווילסט זיין אויפגעקלערט הצלחה

יידל » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 7:27 pm

· #32243
town1
די "געלערנקייט" פון חתם סופר איז געקומען פון לערנען תורה און נישט גיין און קאלעדזש

פארוואס? ווייל דו האסט א נגיעה צו פייערן קעגן קאלעדזש האסטו אזוי מחליט געווען? דער חתם סופר האט געליינט ביכער און גענאשט פון גרויסע דאקטוירים און וויסנשאפטלער ווי ער אליינס שרייבט כמה פעמים און די תשובות און ווי זיינע איינקלעך זענען מעיד. אז ס'געפעלט דיר נישט דעם היסטארישען פאקט, פרוביר נישט צו פארדרייען היסטאריע, נאר איגנאריר עס.

יידל » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 7:29 pm

· #32245
town1
געפילטע פיש
פון ווי נעמסטו דאס וואס די זאגסט?

און פון ווי נעמסטו דאס וואס דו זאגסט אז דער חת"ס האט גענומען זיין געלערנטקייט פון די תורה און נישט פון שטודירן?

אשכנ » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 7:56 pm

· #32262
עס איז דא א שטיקל חילוק צווישן באקומען ידיעות בדרך עראי אלס ערוואקסענער ת"ח לעומת א בחור אדער פרישע יונגערמאן זיך אינגאנצען אריינלייגען אין א קאלעדש.

יידל » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 8:07 pm

· #32269
אשכנ
עס איז דא א שטיקל חילוק צווישן באקומען ידיעות בדרך עראי אלס ערוואקסענער ת"ח לעומת א בחור אדער פרישע יונגערמאן זיך אינגאנצען אריינלייגען אין א קאלעדש.

ריכטיג. פונעם חת"ס איז טאקע נישט קיין ראיה אויף להתיר.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 8:10 pm

· #32270
אה, ברוך השם איינער האט גענומען די מיה צו ענטפערען טאון וואן, איך האב נישט געהאט קיין נערווען, מלאכתם נעשית ע"י אחירים במלוא מובן המילה.

town1 » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 8:32 pm

· #32287
יידל
town1
געפילטע פיש
פון ווי נעמסטו דאס וואס די זאגסט?

און פון ווי נעמסטו דאס וואס דו זאגסט אז דער חת"ס האט גענומען זיין געלערנטקייט פון די תורה און נישט פון שטודירן?


ווייל וועסט פרעגן א יעדער חדר אינגל וועט ער דיר דאס ענטפערן

town1 » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 8:34 pm

· #32288
אשכנ
עס איז דא א שטיקל חילוק צווישן באקומען ידיעות בדרך עראי אלס ערוואקסענער ת"ח לעומת א בחור אדער פרישע יונגערמאן זיך אינגאנצען אריינלייגען אין א קאלעדש.


אמת עס איז דא א חילוק, אבער דאס מיינט נאכנישט אז מען מעג גיין אין קאלעדזש

DotCom » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 9:23 pm

· #32313
געפילטע פיש

דער חתם סופר (ווי אויך די כתב סופר) האט גערעדט א פליסיגן דויטש, (דייטש? גערמאניש? וואסעווער) און האט געדינגען א פרייוועט טיטשער זאל אויסלערנען לימודי חול פאר זיינע קינדער.


בנוגע דער חתם סופר'ס לערנען בספרי העמים, שרייבט ער ערגעץ אז ער האט עס נאר געלערנט וויבאלד ער איז געווען א מנהיג בראש פון א שווערע מלחמה, און ער האט דאך געדארפט וויסן וואס צו ענטפערן אין קעיס אויב מען וועט אים פרעגן, און כדי ס'זאל זיין ודע מה שתשיב און ס'זאל נישט צוקומען צו א חילול שם שמים האט ער געמוזט וויסן וואס זיי ווייסן אלס און וואס זיי שרייבן.

אבער פאר'ן המון עם האט ער שטרענג אנגעזאגט אז מען זאל נישט לערנען אין גוישע ספרים, ווייל אין די תורה שטייט אלעס...

ועיין בדרשות דף ק עמוד ב


און דעס ענין טרעפט מען אויך כמ"פ אין חת"ס על התורה און סיז קלאר אז דאס איז געווען זיין שיטה בנוגע לערנען חכמות פון די גוים, חס מלהזכיר פון לערנען פון גוים בלויז וועגן ער האט געלערנט, ווי קען מען זיך דען פארגלייכן מיט אזא גאון וקדוש?

און לעצם הדיון וועגן גיין היינטיגע צייטן אין קאלעדזש האביך גארנישט געזאגט...

יידל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:45 am

· #32423
town1
יידל
town1
געפילטע פיש
פון ווי נעמסטו דאס וואס די זאגסט?

און פון ווי נעמסטו דאס וואס דו זאגסט אז דער חת"ס האט גענומען זיין געלערנטקייט פון די תורה און נישט פון שטודירן?


ווייל וועסט פרעגן א יעדער חדר אינגל וועט ער דיר דאס ענטפערן
נו, און דאס מאכט עס שוין פא א פאקט? ווי ערווענט שרייבט דער חת"ס אליינס פון ווי ער האט גענומען זיינע ידיעות בחכמות חיצוניות - פון גויאשיע ביכער און פון שמועסן מיט חכמי אומות העולם. און אז דו און אלע חדר יונגלעך פארשטייען ברוחב דעתם אנדערש ווי די מציאות איז, טוישט זיך נישט די מציאות.

אשכנ » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 9:40 am

· #32450
town1
אשכנ
עס איז דא א שטיקל חילוק צווישן באקומען ידיעות בדרך עראי אלס ערוואקסענער ת"ח לעומת א בחור אדער פרישע יונגערמאן זיך אינגאנצען אריינלייגען אין א קאלעדש.


אמת עס איז דא א חילוק, אבער דאס מיינט נאכנישט אז מען מעג גיין אין קאלעדזש


דאס איז טאקע געווען מיין כוונה, אז דער חת"ס'ס הנהגה אין דעם ענין קומט נישט אריין אין די דאזיגע דעבאטע לענ"ד.

boxcover » פרייטאג יולי 5, 2013 1:05 pm

· #131042
zamel
...א אינגערמאן גייט זיך לערנען אקאנטינג, איז זיין פלאן צו ווערן אן ארבייטער ביי יענעם? יא ער וועט אפשר אנהייבן מיט א גרעסערע וועידזש ווי איינער וואס קען גארנישט, אבער לעומת זה האט ער אפאר יאר פארבראכט מיטן זיך לערנען, און נאכמער דער יונגערמאן וואס איז געגאנגען גראד ארבייטען האלט שוין יעצט ביי דריי יאר ארבייטען, מיט דריי רעיסעס פון די לעצטע דריי יאר האלט ער געווענליך ביי די זעלבע וועידזש ווי דער באקקיפער הייבט אן, ווידער אום אויב איז זיין פלאן צו עפענען א פירם פון אקאנטינג, קען ער עס טאן פונקט אזוי אן לייסענס און הייערן מענטשען מיט לייסענס, אדער אנשטאט זיך מוטשען דריי יאר צו לערנען א פאך און דערנאך אנהייבן בויען א ביזנעסס וואס געדויערט נאך דריי יאר צו שטעלן אויף די פוס, הייב אן גלייך א ביזנעס און מוטשע דיך נאר דריי יאר אנשטאט זעקס.

און וואס טוט זיך ביי יאהר 6 און שפעטער? דעמולטס שטייגט די געלערענטער שנעלער. הדא הוא דכתיב איזהו חכם הרואה את הנולד, פירוש חכם = געלערענטער 😃 .

zamel
וויטער בנוגע פראגראמינג איז אביסל אנדערש ווייל ווי פיל די זאלסט דיך נאך לערנען איז יעדן טאג דא חידושים וואס די וועסט עני וועיס מוזען אריינלייגען שעות אין לערנען אפילו נאכן זיך לערנען די ערשטע מאל, און נאכמער זייער ווייניג פראגראמערס האבן מצליח געוועל אלס בעל הבית פון א פורמע, עס איז זייער שווער צו זיין די קאודער און אויך די זעלבע מענטש צו בעטן געלט, און ווי אויך צו זיין ביזי זוכען קאסטומערס, מאכן משוגעתן פאר יעדען קאסטומער באזינדער, ווייטער זיין אן ארבעטער ביי יענעם איז פונקט ווי אויבן געשריבן מיט די וועידזעס.

דאס אז די טעגנאלאגיע אידוסטריע איז אין יום בלא חידוש איז אויך אמת אין אסאך אנדערע אידוסטריעס, אבער עס לוינט זיך און די חכמה, קלאהרקייט און די סייענס דערפון, דאס בלייבט. וזהו עיקר של הענין, אז דער איבערגעשפיצטער כולל יונגערמאן וואס שפרינגט אריין אין א פאך און לערענט זיך שוין אויס אן דע גא (on the go), קען נישט די סייענס פון די פאך און לעבט פשוט דעי ביי דעי (day by day), מוטשענדיג זיך פשוט זיך אן עצה צו געבן פאר מינדערוויכטיגע ענינים וואס דער קאלעדזש-גראדואירטער קען עס סובקאנטשעסלי.

zamel
לסיומא דמילתא האב איך אפאר חבירים וואס ארבעטען ביי גרויסע קאמפאניעס אויף פיינע וועידזעשס וואס ווען זיי זענען אריין האבן זיי ניש געוויסט וואס א חילוק צווישן א מייזל אויף דער ערד און א מייזל ביים קומפיוטער.

בול קרעפ! חוץ אויב דו רעכענסט B&H א.ד.ג.
ביי א גויאישע קאמפאני באקומסט אזא איינער נישט קיין דזשאב. און אפילו ווען מען רעדט פון א אידישע קאמפאני, זענען דיינע ווערטער היפש רעטאריש. ס'הייסט אוודאי קען איך גלייבן דיינע ווערטער, ווען מ'צוטיילט עס אין צוויי. דהיינו, חבירים וואס ארבעטען ביי גרויסע קאמפאניעס (אויף פיינע וועידזעשס) וואס ווען זיי זענען אריין האבן זיי ניש געוויסט וואס א חילוק צווישן א מייזל אויף דער ערד און א מייזל ביים קומפיוטער, און שפעטער, ווען זיי האבן שוין יא געוויסט וואס א חילוק צווישן א מייזל אויף דער ערד און א מייזל ביים קאמפיוטער, נאר דעמולס זענען זיי געווען אויף פיינע וועידזעשס.

boxcover » פרייטאג יולי 5, 2013 1:12 pm

· #131044
קאנצעפט
א "רעזומעי" איז מער געמאכט פאר די גרויסע ביזנעסער וואס באקומען צענדליגע אפליקאציעס א טאג, אוואו א חסיד'ישע אינגערמאן האט סייווי נישט קיין גרויסע שאנסן אנצוקומען, (צוליב חוסר דעגרי וכו').

איך האב ב"ה פאר מיר א שטיקל ביזנעס, און כ'האב שוין באקומען אסאך אפליקאציעס - פון גוי'אישע פראפעסיאנאלן אויך - און כ'האב זיך איבערצייגט אז געווענדליך זענען די רעזומעי'ס קרעפ... מער גלאנציג ווי אמת, למעשה האב איך געהייערט מענטשן נאכן רעדן צו זיי און דערשמעקן אז דא רעדט זיך פון א גוט פישל.

כאטש דו ביזט גערעכט אז א רעזומעי איז מער וויכטיג פאר א גרעסערע קאמפאני, איז עס אבער א גוטע זאך סיי ווי. איך פערזענליך פארלאנג פון אלע ארבייטער א רעזומעי, און איך קוק נישט אזוי שטארק אויף יעדע שטיקל היסטארי אדער מעלה, מערערע זענען איבערגעטריבן אדער פרעכע שקרים, אבער איך קוק אויף די עצם צוזאמשטעל פון די רעזומעי.

אויב די רעזומעי קוקט אויס אויסגעשטעלט גאר-אנדערשט ווי די מהות פון די אידיווידואל וואס זיצט פארענט פון מיין טיש, ווייס איך אז ער\זי האט דאס געלאזט מאכן ביי א צווייטען. דאס אליינס זאגט מיר אסאך איבער דעם מדובר\ת. ווידער אז יענער האט עס יא אליינס צוזאמגעשטעלט, קען איך לערנען דען מענטשנ'ס ספעלינג און גראמאטישע חושים, גראפיקס סקילס , ארגעניזעשאן סקילס, זעלבס-זיכערקייט, קאפ-אויפן-פלאץ, ועוד.

boxcover » פרייטאג יולי 5, 2013 1:15 pm

· #131045
געפילטע פיש
town1
און די בלייב אויפגעקלערט און לאמיך זען ווי די גייסט אנקומען

איך האב מורא פאר אזעלכע סטראשען, און פאר די רעקארד, איך טראג די "אויפגעקלערט טעמפל מיט שטאלץ.
דעינעש
.געפילטע פיש
..איך בין נישט אויף קיין אויפקלערינג אקציע דא.

אפשר דאך !?

דער חתם סופר (ווי אויך די כתב סופר) האט גערעדט א פליסיגן דויטש, (דייטש? גערמאניש? וואסעווער) און האט געדינגען א פרייוועט טיטשער זאל אויסלערנען לימודי חול פאר זיינע קינדער.


town1
די "געלערנקייט" פון חתם סופר איז געקומען פון לערנען תורה

boxcover » פרייטאג יולי 5, 2013 1:15 pm

· #131046
שמעקעדיג
אנטשולדיגט פאר מיין נאאיוויטעט,
אבער לו יהא כדבריכם, אויב איז קאלעדזש נישט אזוי געפערליך, דאן פארוואס זענען די גדולים אין די לעצטע דורות ארויס אנטקעגן דעם מיטן גאנצן שארפקייט? פון וואס האבן זיי אזוי מורא געהאט?

זייער פרנסה.

איחוד פעלד » זונטאג יולי 7, 2013 9:26 am

· #131173
זיי האבן געהאקט אויף קאלעדזש בעיקר ווייל אמאהל האט דאס געמיינט נישט זיין פרום. און אפילו אויב יא האט מען פארלוירען די תמימות און מער האט יענער זיך נישט געלאזט איינרעדען אז ער וועט דארפען זיך באדען אין פעך טאמער זיין ווייב וועט דרייווען.

היינט למעשה ווען עס איז דא קאלעדזש אויף אן אופן פון בלייבען דער זעלבער, איז דער חשש נאר אז מען וועט נישט מבחין זיין בין קאלעדזש לקאלעדזש.

בכלל דארף מען וויסען אז מען טאר נישט פאלגען די רבנים אויף דער איסור פון נישט גיין צו קאלעדזש. והיינו טעמא.....

עס איז נישט מעגליך צו דעקן דער חודש, ווער רעדט נאך ווען מען דארף חתונה מאכען, א משפחה מיט זעקס זיבען קינדער, ווען אלע גייען שוין אין חדר.

אמאהל האט מען גערעכנט ווייניגער שכר לימוד, און מען האט זיך גערעכענט מיט דיין אינקאם פאר שכר לימוד, היינט טאמער האסטו נישט קיין געלט קענסטו שיקען דיינע קינדער אין פאבליק סקול. כמבואר באשכול שכר לימוד.

ממילא איז אזוי, ווען די זעלבע רבנים וואס זאגען אז מען דארף זיין ארים און נישט גיין אין קאלעדזש וואלטען מיר געגעבען די מעגליכקייט צו זיין א ערליכער איד טראץ זיין א ארימאן, ד.ה. זיי וואלטען אינפארסירט תקנות אויף חתונה מאכען, געמאכט מוסדות און קעמפס מען זאל קענען דארט שיקען פאר ביליג, געמאכט שטעט מען זאל קענען דארט וואוינען פאר ביליג, געמאכט ביליגערע מצות, נו, שמעתי.

למעשה היינט ווען א משפחה מיט אכט דארף האבען לכל הפחות הונדרעט צוואנציג טויזענט א יאר צו לעבען בצמצום און מיט זיך איינרייסען א הנחה אויף שכר לימוד, קען מיר איינער זאגען מהיכן ירק זה חי אויב נישט דורך גיין אין קאלעדזש און זיך לערנען פראפעסיאנאלער פאך?

און איך קען מעיד זיין שמים וארץ פאר א יעדע אינגערמאן וואס ליינט דא, און האלט א יאר צוויי נאך די חתונה, ווילסט נישט פרעגען דיין טאטע אדער שווער? גוט. אבער פרעג נישט דיין רב, ער איז א שקרן (סארי).

גיי צו צוויי דריי אינגעלייט וואס האלטען אינמיטען חתונה מאכען די דריטע קינד, און פרעג זיי אן אמת'ע עצה. און גיי נישט צו קינדער פון רבני פלח אויך נישט, גיי צו פלעינע מענטשן וואס ארבעטן אליין און זייער טאטע איז א עני ואביון.
בלאט: 1 2