☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » אשכול אן א טיטל #11833

אשכול אן א טיטל #11833

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11833

— » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 7:08 pm

· #383030

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

איסר האטלקי » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 9:46 pm

· #383045
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב אן ערנסטער חשש אז די סארט אומגעווענליכע/אומבאשרייבליכע ליכטיגקייטן קען מען זען יעדן פארטאגס ווען די זון שיינט אויף אויך אין ניו יארק סיטי ובכל ארץ ותבל. נאר מיר זענען נישט זוכה דערצו, זייענדיג אונטערן לקוי חמה וואס איז באדעקט מיט אונזערע דאכענעס...

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:20 am

· #383057
איסר האטלקי
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב אן ערנסטער חשש אז די סארט אומגעווענליכע/אומבאשרייבליכע ליכטיגקייטן קען מען זען יעדן פארטאגס ווען די זון שיינט אויף אויך אין ניו יארק סיטי ובכל ארץ ותבל. נאר מיר זענען נישט זוכה דערצו, זייענדיג אונטערן לקוי חמה וואס איז באדעקט מיט אונזערע דאכענעס...


אלו ואלו דברי אלקים חיים. איר האט טאקע וואס חושש צו זיין און מיר גלייבן אייך אויפ'ן ווארט אז איר זענט אונטער א ליקוי א יעדען אינדערפרי. אבער דאך סארי איסר, שלום האט רעכט. ס'איז נישט געווען סתם א בלוי גרעי אדער פונקיש קאליר וואס ווערט ציביסלעך לעכטיג מידי יום ביומו וואס דעס וואלט איך מדמה געווען צו די ליכטיגקייט פון א פלורעסענט באלב וואס ווארעמט זיך אן ציביסליך (איך בין חושש אז ווען דיין ליקוי הייבט אן אראפגיין איז עס אויך היבש "ציביסלעך"...).

ס'איז געווען עפעס א מין אינטערסאנטע שארפע ליכטיגקיייט ליכטיגקייט וואס ווערט ציביסלעך טינקעלער אבער האלט נאך אלס אן דיסטינקט שארפע קאליר. עפעס אזוי ווי ר' אדלער שרייבט:
דער גאלדענער אדלער
די זון האט אויסגעקוקט ווי א טשענדעליער וואס איין לעקטער גלעזעל נאכן צווייטן ברענט זיך אויס, וואס א מינוט ס'גייט דורך ווערט אלץ טונקעלער 


א שענדעליר מיט די אלטע קלעיר שענדעליר באלבס וואס האט א שטארקע טינקעלע לעכטיגע שאטענדיגע זוניגע שיין...

diaclaimer: I tried my best to explain it, I hope you understood

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:22 am

· #383058
[ציטאט אראפגענומען]


סעים העיר, אסאך מער ווינדערליך ווי כ'האב מיך געראכטען.

ליפא » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:29 am

· #383059
[ציטאט אראפגענומען]

כ'גלייב נישט טויזענטער, מסתם שווערע הונדערטע

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 7:13 am

· #383064
וואלווי, מ׳קען איבערלעבען אזעלכע קאלירען וכו׳ דורך אנדערע וועגען. די ׳כישוף שוועמלעך׳ פאראורזאכען אזעלכע איבערלעבעניש׳ן אויך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 am

· #383074
ליפא
[ציטאט אראפגענומען]

כ'גלייב נישט טויזענטער, מסתם שווערע הונדערטע
נאפ! ביידע זענען ראנג, נישט הינדערטער און נישט טויזענטער, נאר מיליאנען! ליין וויפיל אמעריקאנער זענען געקומען צו פארן צו דע שטעיט וואס איז געווען אין די פעט אוו טאטאליטי, אפאר מיליאן און דאס איז חוץ פון מענטשן וואס זענען געקומען פון דרויסענדע לענדער.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:23 am

· #383075
ליטוואק פון בודאפעסט
וואלווי, מ׳קען איבערלעבען אזעלכע קאלירען וכו׳ דורך אנדערע וועגען. די ׳כישוף שוועמלעך׳ פאראורזאכען אזעלכע איבערלעבעניש׳ן אויך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אבער נישט מיט א געמישעכטס מיט קוויטשעריי און קלאפעריי פון די רויטע העלזלעך, דאס איז געווען א יוניק עקספיריענס

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:27 am

· #383076
ווען איך וואלט געפארען, וואלט איך א בליק געטוהן אויפ׳ן זון, אבער דערנאך ארום געקוקט אויף דער עולם. געכאפט בילדער פון טאטעס מיט קינדער וואס קוקען אין הימל, מאמעס וואס דארפען געבען עסען פאר פיצעלעך בשעת זיי ווילען קוקען צום זון. איך וואלט ארום געפרעגט דער עולם זייער לעבענס געשיכטע און פארוואס זיי זענען געקומען צו פארען. אפשר וואלט איך פארקויפט טי שערטס, אפשר סתם עסען. מ׳קען פראווען תאמעוואטע און פרעגען דער עולם פארוואס ס׳איז פלוצלונג טונקעל געווארען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 11:07 am

· #383090
ליטוואק פון בודאפעסט
ווען איך וואלט געפארען, וואלט איך א בליק געטוהן אויפ׳ן זון, אבער דערנאך ארום געקוקט אויף דער עולם. געכאפט בילדער פון טאטעס מיט קינדער וואס קוקען אין הימל, מאמעס וואס דארפען געבען עסען פאר פיצעלעך בשעת זיי ווילען קוקען צום זון. איך וואלט ארום געפרעגט דער עולם זייער לעבענס געשיכטע און פארוואס זיי זענען געקומען צו פארען. אפשר וואלט איך פארקויפט טי שערטס, אפשר סתם עסען. מ׳קען פראווען תאמעוואטע און פרעגען דער עולם פארוואס ס׳איז פלוצלונג טונקעל געווארען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
כ'האב גראדע געכאפט אסאך שיינע בילדער און אויך ווידיאו קליפס, ווי דער עולם שרייט מתוך קירות ליבם, אבער כ'קען נאך נישט ארויפלייגן מכמה סיבות, ווען כ'וועל אהיים קומען עלעך פרובירן צו ארבייטן דערויף, כ'בין נאך אינטערוועגען'ס

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 11:10 am

· #383091
מיר ווארטען מיט שפאנונג. נסיעה טובה ונעימה!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליפא » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 11:18 am

· #383092
דער גאלדענער אדלער
ליפא
[ציטאט אראפגענומען]

כ'גלייב נישט טויזענטער, מסתם שווערע הונדערטע
נאפ! ביידע זענען ראנג, נישט הינדערטער און נישט טויזענטער, נאר מיליאנען! ליין וויפיל אמעריקאנער זענען געקומען צו פארן צו דע שטעיט וואס איז געווען אין די פעט אוו טאטאליטי, אפאר מיליאן און דאס איז חוץ פון מענטשן וואס זענען געקומען פון דרויסענדע לענדער.

I was sarcastic 😛 😲

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 11:26 am

· #383093
ליפא
דער גאלדענער אדלער
ליפא
[ציטאט אראפגענומען]

כ'גלייב נישט טויזענטער, מסתם שווערע הונדערטע
נאפ! ביידע זענען ראנג, נישט הינדערטער און נישט טויזענטער, נאר מיליאנען! ליין וויפיל אמעריקאנער זענען געקומען צו פארן צו דע שטעיט וואס איז געווען אין די פעט אוו טאטאליטי, אפאר מיליאן און דאס איז חוץ פון מענטשן וואס זענען געקומען פון דרויסענדע לענדער.

I was sarcastic [emoji14] 😲
כ'האב באגעגענט דארט אסאך טראמפיסטן

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 12:09 pm

· #383095
ליטוואק פון בודאפעסט
ווען איך וואלט געפארען, וואלט איך א בליק געטוהן אויפ׳ן זון, אבער דערנאך ארום געקוקט אויף דער עולם. געכאפט בילדער פון טאטעס מיט קינדער וואס קוקען אין הימל, מאמעס וואס דארפען געבען עסען פאר פיצעלעך בשעת זיי ווילען קוקען צום זון. איך וואלט ארום געפרעגט דער עולם זייער לעבענס געשיכטע און פארוואס זיי זענען געקומען צו פארען. אפשר וואלט איך פארקויפט טי שערטס, אפשר סתם עסען. מ׳קען פראווען תאמעוואטע און פרעגען דער עולם פארוואס ס׳איז פלוצלונג טונקעל געווארען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דע חברה האבן צייט like no tomorrow.

איינע פון זייערע מעלות איז אז ס'נישט דא פארמעליטיס. אלעס איז "אין יור פעיס". אויב זענען זיי פון די פארביסענע זעסטו עס זייער שנעל, אויב נישט, וואס ע"פ רוב זענען זיי זייער פריינטליך טאקע, קען מען שמועסען אין שמועסען, אנלייק דא אין די "בעסערע" נארט איסט ווי ס'הערשט די פאלשע שמייכל מיט עמפטי טאק.

אפטימיסטיש » זונטאג פעברואר 4, 2024 9:47 pm

· #548104
אצינד קומט אריין די אסטראנאמישע נייעס אז קומענדיגע ערב ר"ח ניסן תשפ"ד, ולמספרם April 8, וועלן נאטור ליבהאבער און eclipse chasers ווידעראמאל האבן די געלעגנהייט צו בייגעוואוינען א טאטאלע ליקוי חמה. די 125 מייל ברייטע path פון "טאטאלע ליקוי" וועט דאסמאל זיך אנהייבן אין מעקסיקא, פון דארט אריבער קיין Texas, און אזוי ווייטער פאראויס מארשירן שיף ארויף ביז Maine, דורכ'שניידנ'דיג 14 שטאטן ‎(זעה מאפע בייגעלייגט).

אנדערש ווי ביי די ליקוי חמה פון 7 יאר צוריק ווען מען האט געדארפט רייזן ווייטע שטרעקעס בכדי צו קענען אבזערווירן דעם וואונדערליכן פענאמענאן. וועט מען אצינד ביי די דאזיגע ליקוי חמה יא האבן די געלעגנהייט עס צו מיטלעבן דורכ'ן פארן צום שטאט SYRECUSE וועלכע געפינט זיך קנאפע 250 מייל צפון מערב פון ברוקלין ‎(4 שעה דרייוו), און איז אינעם path פון טאטאלע פארשטעלונג.

אין ברוקלין זעלבסט וועט בלויז 91 פראצענט פון די זון פארשטעלט ווערן דורך די לבנה, א אונטערשייד וואס דער מענטשליכער אויג קען נישט באמערקן אז ס'איז עטוואס טונקעלער, ווידעראום מאנטריאל ‎(לאפוקי טאהש)‏ איז אויכעט אינעם טאטאלן ליקוי path,דאס באדייט אז מאנטריאלע איינוואוינער וועלן נישט ברויכן טרעוולען צו קענען מיטהאלטן דעם טאטאלן ליקוי.

אין מערב ניו יארק (אריינגערעכנט Syracuse/buffalo) וועט דער ליקוי חמה וועט זיך אנהייבן קורצליך נאך 2 אזייגער נאכמיטאג, אינדערצייט וואס דער טאטאלע ליקוי וועט ערשט פאסירן בערך 3:22 נאכמיטאג, און וועט אנהאלטן (אין Syracuse) פאר א מינוט און 27 סעקונדעס, און אין באפעלא וועט עס אנהאלטן פאר אומגעפעהר 3 מינוט און 47 סעקונדעס.

נעמענדיג אין באטראכט אז די קומענדיג מאל ס'וועט פאסירן אזאנס אין די פאראייניגטע שטאטן וועט זיין אין יאר תת"ה ‎(21 יאר ארום), און אויף א ערב פסח, איז צום ערווארטן אז שווערע מאסן וועלן זיך יאווענען צום path פון טאטאלע ליקוי כדי נישט צו פארפאסן אזא זעלטענע און וואונדעליכע ערשיינונג, וועלכע גיבט פאר דעם מענטש א געלעגנהייט צו זעהן מיט די אייגענע אויגן די פייערדיגע plasma וועלכע שיסט שטענדיג ארויס פון די זון, אויך באקאנט אלס Corona, ווי אויך וועט מען קענען זעהן שטערן'ס און פארשידענע פלאנעטן אינמיטן טאג, דעריבער איז ראטזאם זיך איינצוהאנדלען די ספעציעלע certified ליקוי חמה גלעזער בעוד מועד, נאך איידער די לעצט מינוטיגע מענטשן וועלן זיך א לאז טון אויף די געשעפטן און אפליידיגן די פאליצעס.

שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה!
📎 ILNY_eclipse_factsheet_5c1604b7-cc9f-4640-8c28-9f842fc597fd (2).pdf 📎 When-is-the-next-eclipse-in-the-U.S-800x445.jpg

געטרייע טאטע » דינסטאג פעברואר 6, 2024 4:29 am

· #548339
שוין צייט צו באשטעלן האטעלס שטובער פאר עס גייט ווערן משוגע טייער!

אפטימיסטיש » זונטאג פעברואר 25, 2024 11:58 am

· #551182

אפטימיסטיש » פרייטאג מערץ 29, 2024 6:17 pm

· #556808


אט איז א אינפארמאטיווע ווידעא וועלכע ערקלערט זייער קלאר וואס עס פאסירט ביי א ליקוי חמה

תשפג » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:42 am

· #557646

חמלה גדולה » פרייטאג אפריל 5, 2024 1:32 am

· #557838
I read that you shouldn't look at the solar eclipse even through your phone's camera
How on earth is it possible to damage your eyes by looking at the phone screen it's only capable of so much brightness

אפטימיסטיש » מוצ"ש אפריל 6, 2024 10:12 pm

· #557941
טאמער איימיצער קען אריינקומען מיט "קלארע" וועטער פארשאצונגען ווי פונקטליך מ'וועט קענען מיטהאלטן די טאטאלע ליקוי חמה אין ניו יארק אן דארפן זיך זארגן איבער וואלקענעס וואס פארשטעלן די אויגן, זאל ביטע אריינקומען און באריכטן. ולמצוה גדולה יחשב.

כ'האב פראבירט צו נישטערן אויף די ברייטע אינטערנעט, אבער די רעזולטאטן זענען עקסטרעם צומישנד

קאצקע ציקער » מוצ"ש אפריל 6, 2024 10:33 pm

· #557945
חמלה גדולה #
I read that you shouldn't look at the solar eclipse even through your phone's camera
How on earth is it possible to damage your eyes by looking at the phone screen it's only capable of so much brightness
Doesn't make any sense that means you can't look at any video or picture that has the Sun in it

The truth is you can't look at the sun through your camera the same as you can't look at the sun with your eyes
You need the eclipse glasses

חמלה גדולה » מוצ"ש אפריל 6, 2024 11:29 pm

· #557947
but that's my question
you don't look through the camera u look on the screen

שאלתיאל » מאנטאג אפריל 8, 2024 3:37 pm

· #558296
😂 📎 Screenshot_20240408_223424_Chrome.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 8, 2024 8:47 pm

· #558368
איך קען האלטן די דרשה אין אידיש אדער ענגליש: נאר דער מנהל גייט מיך מעקן פאר שרייבן ענגליש.

לגבי קוקן אויף די זון ביי אן עקליפס אפילו ווען די זון איז טיילווייז פארשטעלט.

די זון האט אויסער די שטראלן פון ליכטיגקייט וואס מ'זעהט אין א געוויינליכן טאג אויך שטראלן פון די אולטרא ווייאלעט בענד. אין א געוויינליכן טאג קען מען פשוט נישט קוקן לאנג אויף די זון. ווען ס'איז דא אן עקליפס זענען די געוויינליכע זון שטראלן פארשטעלט. די אולטרא ווייאלעט שטראלן (וואס מ'זעהט נישט מיט די אויגן) גייען יא אדורך. און דאס שאדט פאר די אויגן. מ'קען (ח"ו) פארלירן די ראיה.

צוקוועטשטע איילבירטן » מאנטאג אפריל 8, 2024 10:54 pm

· #558395
די באבאס האבן געוויסט פאראויס צו זאגן אז ווען סגעשעהט אן ערד ציטערניש אינאיינעם מיט א ליקוי החמה דאן קומט משיח. שוין, כ'בין געווען אויפן וועג צוריק אויפן לאנגן טרווועי אנמיטן האט זיך געמאכט א לאנגן טרעפיק און כ'בין זיכער געווען אז אט אין פארענט פון די טרעפיק פארן א רייע ווייסע אייזלן מיט חשובע אידן דערויף און משיח איז אויף איינע פון די אייזלן, ווי וואס ווען משיח איז נישט געקומען, א דיסאפויטמענט!

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 9, 2024 3:05 am

· #558421
צוקוועטשטע איילבירטן: ווייל ווען דער אמת'ער משיח וועט קומען וועט ער דארפן צו זיין אנגענימען ביי א יעדן. דערווייל האמיר א פראבלעים.

דער לעצטער משיח וואס אונז האמיר געקענט בדורינו איז געווען א ליובאוויטשער משיח. זעלבסטפארשטענדליך אז ער איז נישט אנגענימען ביי די סאטמארער. און אויב די אלטע סאטמארער רבי זאל זיין משיח וועט ער נישט זיין אנגענימען אין ליובאוויטש און אנדערע פלעצער. סאו דער אייבישטער כביכול האט א שווערע ארבעט אויסצוועלן א משיח וואס זאלל זיין אנגענימען ביי אלע אידן. די מינוט וואס ס'וועט זיין א משיח וואס איז אנגענימען ביי אלע אידן וועט ער גלייך קומען. דאס ווענדט זיך נאר אין אונז.

פאר מיר פערזענליך איז גוט סיי א סאטמערער משיח. סיי א ליובאויטשער אדער בעלזער אדער קלויזנבורגער משיח. צי ער האט א הויכע שטריימל אדער גאר א בענד דאון הוט. איך קען מיך צופאסן צו סיי וועלכן משיח. אפילו א משיח וואס האט א קסדה פון צה"ל.

אפטימיסטיש » דינסטאג אפריל 9, 2024 8:38 pm

· #558533
נעכטן ביים ליקוי חמה אין טעקסאס הארט נעבן די גרעניץ צווישן אמעריקע אין מעקסיקא 😃
📎 WhatsApp Image 2024-04-09 at 8.31.55 PM.jpeg געבינדן אין קייטן טוט מען אבזערווירן דעם ליקוי...

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 10, 2024 2:58 am

· #558574
עס איז דאך אמעריקע: מ'געט אפילו פאר פריזאנערס די פולע רעכטן.

געטרייע טאטע » מיטוואך אפריל 10, 2024 8:19 am

· #558587
אונז זענען געווען אין Vermont זייער אינטערעסאנט געווען צו זעהן געווען ווערד יעדע מינוט צו פארן

אלפא » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:07 am

· #558806
איינער זאגט מיר: די לבנה איז נעבעך אראפ פון זונען!

אפטימיסטיש » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:39 pm

· #558837
פאר אלע וואס האבן זיך געוואונדערט וויאזוי ס'איז מעגליך פארצושאצן א ליקוי חמה אזויפיל יארן פון פאראויס. אט איז א אינפארמאטיווע ווידעא וועלכע ערקלערט זייער קלאר די חשבונות

תשפג » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:44 pm

· #558847
געהערט זאגן אז דרשו גייט מאכן א ליקוי חמה נעקסטע וואך אין ניו יארק 😂

-באלאנגט עכט אין מילתא דבדיחותא