כאאס אין שארלאטסוויל
91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11823
כאאס אין שארלאטסוויל
היינט ביי א פראטעסט אין שארלאטסוויל, פון ווייסע סופרעמאסיסטן און קאנטער פראטעסטירער, איז די מצב געווארן אנגעצויגן אזש ביז גאר. ביי איין מאמענט, איז א קאר אריינגעפארן אין א גרופע מענטשן און געהארגעט א פרוי און פארוואונדעט אנדערע.
די סיטואציע איז אזוי ווייט ארויס פון קאנטראל, נאך פאר די אפיצילע צייט וואס די פראטעסט האט זיך געדארפט אנהייבן, אז דער גאווערנאר האט געדארפט דערקלערן א סטעיט אוו עמערדזשענסי עס אפצושטעלן.
עקסטער איז געווארן א שטיקל סומאטאכע, אז עס האט גענומען א ביסל לאנג פאר פרעזידענט טראמפ ארויסצוקומען און פארדאמען די violence. אפילו פירסט לעידי מילאניא, האט געטוויט א האלבע שעה פאר טראמפ האט געמאכט א סטעיטמענט.
📎 ss-unite-the-right-rally-546p-rs_8b9edf9381154beed05aaec2959c54ce.nbcnews-ux-1024-900.jpg
📎 ss-unite-the-right-rally-4-546p-rs_af8a07f9691954238618882efcb96561.nbcnews-ux-1024-900.jpgנאכן קראכן אין די קאר איז די קאר אוועקגעפארן צוריקציוועגס
די קאר וואס איז אריינגאפארן אין מענטשן.
📎 ss-unite-the-right-rally-7-546p-rs_de276504534fdd074dbcbfbe71f802cd.nbcnews-ux-1024-900.jpg
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
📎 01.jpg📎 va02.jpg📎 va 03.jpg📎 va 04.jpg📎 va 05.jpg
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
📎 va 06.jpg📎 va 07.jpg📎 va 08.jpg📎 va 09.jpg📎 va 10.jpg
Wow ריכטיגע התגרות באומות!
איך ווער משוגע! אין אזא לאנד וואוין איך מרצון?! און דער פרעזידענט פארדאמט ביידע צדדים?!
רח"ל! ס'מאכט עכט נישט קיין חילוק, אבער קוק וואס טראמפ מיט זיינע שטיצערס זענען ווערד. די אלע פון אונז וואס האבן געוועהלט פאר איהם זענען נישט שולדיג און די מעגליכע פאגראמען וועלן נישט פארמיטן ווערן ווען מיר וואלטן אלע געוועהלט פאר קלינטאן, אבער קוקט'ס צו וואס דא טוט זיך!
טראמפ איז א קוריאזער פארשוין, איך וועל אים נישט פארענטפערן, אבער איך וויל מיך באציען צו דער פרשה בכלליות.
ס'איז פאראן א גרופע פון ווייסע סופרעמאסיסטן וועלכע זענען א מציאות, כאטש ס'איז רעלאטיוו א קליינע גרופע. די גרופע וויל זיך לאזן הערן און זיי האבן למעשה דאס רעכט לויטן פרינציפ פון "פרייהייט פון אויסדרוק". ס'איז נאטירליך אז די אלגעמיינע אנטי-ווייסע ווינטן אין אמעריקע מאכן שטערקער די רעאקציע ביי די ווייסע סופרעמאסיסטן. טראמפ האט נישט געבוירן די גרופע, און ער האט זיי אויך נישט שטארק געמאכט. זיי עקזיסטירן שוין מקדמת דנא און במשך די לעצטע יארן וואקסט זייער פאפולאריטעט, ווי א רעזולטאט פון ראדיקאליזם ביי ביידע פארטייען (די לינקע און די רעכטע ווערן ביידע מער ראדיקאל).
אויב זאל מען ניצן די מעטאדן פון די ליבעראלן ווען ס'קומט צו איסלאמישער טעראר, וואלט מען געדארפט ניצן זיידענע הענטשיך קעגן די ווייסע סופרעמאסיסטן, און מ'וואלט נישט געקענט באשולדיגן די גאנצע גרופע בלויז צוליב איינעם וואס האט אטאקירט וכו'. למעשה זענען די לינקע אומטאלעראנט ווען ס'קומט צו די ווייסע סופרעמאסיסטן און אלע ווערן באטראכט ווי טעראריסטן, בשעת די רעכטע האבן דעם צוגאנג דוקא צו איסלאם. ביידע זייטן זענען נישט קאנסעקווענט, אבער יעדער צד וועט האבן תירוצים פארוואס דא יא און דארט נישט.
די ליבעראלן וועלן זאגן אז אמעריקע איז באזירט אויף "פארשידנקייט" (diversity) און מ'טאר נישט לאזן אז פחדים פון איסלאמאפאביע זאלן צעשטערן די שיינקייט פונעם אמעריקאנער מולטי-קולטוראליזם, בשעת די ווייסע וועלן זאגן פונקט פארקערט. איסלאם איז א פרעמדע פלאנץ און אמעריקאנער האבן נישט קיין שום חיוב זיי אריינצונעמען, כל זמן ס'איז קלאר אז ס'איז דא צווישן זיי א פראצענט פון מענטשן וואס גלייבן אז מ'דארף טוישן די פאליטישע סיסטעם פון דער מערב וועלט, און די וועלט פלאגט זיך מיט איסלאמישע טעראריסטן, אבער ווען ס'האנדלט זיך פון ווייסע רעדט מען דאך פון אייגענע מענטשן צו וועמען מיר האבן א חיוב. די מחלוקת צווישן די לינקע און די רעכטע וועט זיין אינעם אידעאלאגישן יסוד וואס טיילט אפ די צוויי פארטייען.
היות די ווייסע סופרעמאסיסטן זענען ראסיסטן, איז עס פאר אונז (און פאר נאך גרויסע טיילן פון דער אמעריקאנער באפעלקערונג) א שרעקעדיגע באוועגונג. דאך גייט מען דא אריין אין דער דעליקאטער טעריטאריע פון "פרייהייט פון אויסדרוק". דאס אז א מענטש איז גע'הרג'עט געווארן דורך דער רציחה'שער אויטא אטאקע איז זייער טראגיש, אבער לויט דער טענה פון דער ווייסער גרופע איז עס נאר געווען איין מענטש וואס האט עס געטון און מ'קען נישט באשולדיגן די גאנצע גרופע אויף דעם, אין דער צייט וואס די דעמאנסטראנטן פון "אנטיפא" אדער BLM האבן געווארפן שטיינער און געשפריצט מעיס וכו' פראוואצירנדיג די ווייסע. לכאורה איז די פאליציי דורכגעפאלן מיטן באשיצן די סיטואציע, ווייל ס'האט יעדער געקענט פארשטיין אז אזעלכע דעמאנסטראציעס פון צוויי גרופעס וואס זענען דם-שונאים איינע פאר דער אנדערער קען זייער שנעל אנקומען צו בלוט פארגיסונג.
היות אז ס'איז גע'הרג'עט געווארן א מענטש טאר מען עס חלילה נישט פארוואסערן דורכ'ן רעדן וועגן "ביידע צדדים", אבער ס'איז אויך שווער ארויפצואווארפן דעם גאנצן שולד אויף דער גאנצער גרופע, אן דעם וואס מ'זאל אננעמען א דאפלטן סטאנדארט. זיי קענען זיין די ערגסטע מענטשן, מיט די בייזוויליגסטע מחשבות, אבער דאס טוישט נישט די דינאמיק פון דעם וואס איז פארגעקומען. מיינע ווערטער באציען זיך נישט צו טראמפ, נאר צו דער פרשה בכלליות און די דילעמע פון free speach. ס'קען זיין אז איך האב א טעות אין מיין אפשאצונג, אדער אין די פרטים פון דעם וואס איז פארגעקומען, אבער מאמענטאל קומט מיר אזוי אויס.
דיין צושטעל פון מוסלעמענער צו ווייסע סופרעמאסיסטען איז עפעס לעכערליך. דער מוסלעמענער מעג עקזיסטירן, מאראליש און געזעצליך. די עקסטרעמיסטען זענען די פראבלעם.
ווידער די ווייסע סופרעמאסיסטען זענען עקעלהאפטיג מחוטב עציך עד שואב מימיך. דער גאס יונג מיט א בארד, א בויך און א מגילה אויף זיין ארעם איז פונקט אזא פאסקודניק ווי דער פראפעסאר וואס ווייזט אויף אז שווארצע האבען קלענערע מוחות. יא, די סכנה און אומגעזעצליכע אויפפיהרונג איז קעגען די געזעץ אויך, און אויף זיי דארף די רעגירונג זיך שטעלן, און לאזן די פאסקודנע רייד פון די דעמאנסטרירערס ווייטער גיין.
דעריבער דארפן די באציאונגען זיין אנדערש, ופשוט. נאר א פלא אז מ'דארף עס אויסרעדן.
ראביי מילר נעמט דא נקמה, נאר אזוי פארשטייט מען
ליטוואק פון בודאפעסטדיין צושטעל פון מוסלעמענער צו ווייסע סופרעמאסיסטען איז עפעס לעכערליך. דער מוסלעמענער מעג עקזיסטירן, מאראליש און געזעצליך. די עקסטרעמיסטען זענען די פראבלעם.
ווידער די ווייסע סופרעמאסיסטען זענען עקעלהאפטיג מחוטב עציך עד שואב מימיך. דער גאס יונג מיט א בארד, א בויך און א מגילה אויף זיין ארעם איז פונקט אזא פאסקודניק ווי דער פראפעסאר וואס ווייזט אויף אז שווארצע האבען קלענערע מוחות. יא, די סכנה און אומגעזעצליכע אויפפיהרונג איז קעגען די געזעץ אויך, און אויף זיי דארף די רעגירונג זיך שטעלן, און לאזן די פאסקודנע רייד פון די דעמאנסטרירערס ווייטער גיין.
דעריבער דארפן די באציאונגען זיין אנדערש, ופשוט. נאר א פלא אז מ'דארף עס אויסרעדן.
דער פרינציפ פון "פרייהייט פון אויסדרוק" איז נישט נאר באזירט אויף עטיק, נאר אויך אויף א פראקטישער סיבה. אפילו ווען מ'איז איבערצייגט אז די אנדערע גרופע איז אוממאראליש, האבן זיי דאס רעכט זיך אויסצודרוקן, כל זמן זיי רופן נישט צו אטאקירן אייגענע בירגער. אויב וואלט די פרייהייט פון אויסדרוק געווען באגרעניצט צו "מאראליש-בארעכטיגטע אויסדרוקן" וואלט יעדער פארטיי שטענדיג גע'טענה'ט אז דער צד שכנגד איז אוממאראליש און נישט געלאזט יענעם רעדן. אין כמעט יעדער מלחמה פון אידעאלאגיעס איז דער צד שכנגד אוממאראליש.
ווי געזאגט פריער איז די גרופע א רעאליטעט, און נישט קיין פראגע צי מיר ווילן זיי לאזן עקזיסטירן אדער נישט. די פראגע איז צי מיר ווילן זיי געבן פרייהייט פון אויסדרוק. היות אז זיי זענען ראסיסטן איז דא א כמעט קאנצענזוס אז זיי זענען אוממאראליש, אבער צוריק געשמועסט קען זיין בעסער ווען מ'לאזט זיי דעמאנסטרירן אן קיין פראוואקאציעס, אזוי ווי זיי טוען שוין יארן לאנג, ווי איידער צו געבן שטאף פאר דער גרופע צו טענה'ן אז ס'איז פאראן א קאנספיראציע צו באהאלטן דעם אמת. דאס איז דאך איינע פון די פראקטישע סיבות צו דעם פרינציפ פון free speach.
דו רעדסט וועגן "באציאונגען וואס דארפן זיין אנדערש" אדער וועגן "לאזן מוסולמענער עקזיסטירן". איך האב וועגן דעם נישט גערעדט. איך האב גערעדט וועגן די באציאונגען צו טעראר אטאקעס אין דער גרופע. צי מ'דארף לאזן די ווייסע סופרעמאסיסטן עקזיסטירן איז אן אנדער שמועס. איך פארשטיי נישט פונקט וויאזוי דו וואלסט אויסגעשטעלט א פלאן פטור צו ווערן פון זיי.
דיין סתירה איז אבער נישט אין פלאץ. יא, דער געזעץ דארף זיי לאזן רעדן. אבער מיר בירגער דארפן זיי נישט באהאנדלען מיט הענטשיך. משא"כ מוסלעמענער, איז עס א נארישקייט צו שטופן אלע מוסלעמענער אין די הענט פון די עקסטרעמיסטן.
די לינקע זענען זיך נישט סותר צווישען די רעכטע פאסקודנאקעס און די מוסלעמענער. ס'איז פונקט ווי טרעפן א סתירה, הלמאי מעג מען הרג'נען מוריטשקעס און נישט די וואס כאפן די גאנצע פושקע העררינג ביי תיקון כ"א אב?
אהא. איך פארשטיי וואס דו זאגסט.
מיין אריגינעלע כוונה איז געווען מבחין צו זיין צווישן טעראריסטן און פרידליכע ווייסע נאציאנאליסטן (ד.ה. אזעלכע וואס גלייבן נישט אין טעראר), אבער איך דערהער דיין פונקט אז היות די עצם גרופע איז עקסטרעם איז נישט קיין נפקא מינה וועמען מ'שטופט וואו.
די סיבה פארוואס איך האב מתחילה נישט געזען דעם פונקט, איז וויבאלד כ'האב אנגענומען אז free speach איז א געוויסע טאלעראנץ וואס מיר דארפן אליין געבן פאר דער גרופע, כל זמן זיי פאררופן זיך נישט אויף געוואלדטאטן. איך הער אבער דיין הבחנה אין דעם ענין אויך צווישן געזעץ און די בירגער.
מ'קען ווייטער מפלפל זיין, אבער ס'איז נישט וויכטיג. א דאנק פאר דער אויסקלארונג.
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
ראובן קען אין געציילטע ווערטער, וואס איך קען נישט אין מיין לאנגע מגילות, ופשוט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך וועל יא שטופן דעם פלפול אביסל ווייטער, כאטש אויף צו שפילן שטנ'ס אדוואקאט. מתוך החושך וועט נתברר ווערן דער אור וכו' 😎
לאמיר אפטיילן צווישן "ווייסע אידענטיטעט פאליטיק" און "ווייסער סופרעמאסיזם". א מענטש וואס איז שטאלץ מיט זיין ווייסן אפשטאם, איז לכאורה נישט מער חוטא ווי א מענטש וואס איז שטאלץ מיט זיין אידישן אפשטאם, שווארצן אפשטאם א.ד.ג. מיר גייען אריין אין א גרויען שטח נאר דארט וואו דער ווייסער מענטש פאררופט זיך אויף זיין בעסערקייט איבער אנדערע ראסן. שטימט ביז אהער?
ווען מ'באשולדיגט יעדן ווייסן נאציאנאליסט אין זיין א טעראריסט שטופט מען אים אריין אין די הענט פון די וואס זאגן אז ס'איז פאראן אן "אנטי-ווייסע קאנספיראציע". אויב וואלט מען אנערקענט דעם צורך פון ווייסע זיך צו אידענטיפיצירן מיט א ווייסן נאציאנאליזם, ענליך צו די באגריפן פון אפריקאנער נאציאנאליזם, אידישער נאציאנאליזם, אדער סיי וועלכע אנדערע אידענטיטעט פאליטיק, וואלט עס נישט ראדיקאליזירט די ווייסע. דער אופן וויאזוי די געזעלשאפט באציט זיך צו דער ווייסער אידענטיטעט באופן כללי, צוליב דער אויפפירונג פון שלעכטע מענטשן אין דער גרופע, מאכט דעם מצב נאר ערגער. יעדע אידענטיטעט וואס איז אונטער אטאקע וועט על פי רוב נאר ווערן שטערקער אלס רעזולטאט פון דעם.
איך האב נישט פארגליכן איסלאם צו ווייסער סופרעמאסיזם, לייגט נישט אריין אזא פאלשער (און שלעכטער!) געדאנק אין מיינע ווערטער. איך האב נאר פארגליכן איסלאמישער טעראר צו ווייס-סופרעמאסיסטישער טעראר. טעראר איז טעראר, אפגעזען פון וואו ס'קומט. פארשטייט זיך אז אויב יעדער אויסדרוק פון ווייסער נאציאנאליזם איז טרייף, דעמאלט איז אונזער שמועס נישט רעלעוואנט, אבער אויב איז שייך צו פירן א דעבאטע אין דעם יסוד, לאזט זיך דעמאלט דעבאטירן וויאזוי מ'זאל אומגיין קעגן טעראר פון ווייסע סופרעמאסיסטן - וועלכע זענען די שלעכטע קינדער פונעם ווייסן נאציאנאליזם.
דאס איז בעצם געווען מיין כוונה פריער, נאר איך האב נישט געוואלט אריינגיין אין א דעבאטע איבער ווייסן נאציאנאליזם. איך פארשטיי וואס ליטוואק טענה'ט. פארט, אז מ'שטופט שוין לאז שוין זיין להגדיל תורה, און טאקע על זה אנו דנים, אויב ס'איז מותר דן צו זיין אינעם ענין פון ווייסער אידענטיטעט.
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
ווייסע סופרעמאסיזם מיינט אז ווייס איז בעסער ווי שווארץ, אז אמעריקא דארף קודם באלאנגען צו די ווייסע, אז די שווארצע\ברוינע\געלער זענען עפעס ווייניגער. דאס איז אלץ שלעכט.
איזלאם איז א וועג פון זיך בארואיגען די געוויסען אז ס׳איז דא א רעליגיע מיט א נביא מיט אלע אנדערע נערישקייטען, פונקט ווי אלע מענטש געמאכטע רעליגיעז. דאס איז נישט שלעכט, נאר א פראקטישע וועג פון לעבען.
אן אנטי ווייסע קאנספיראסי מיינט אז מ׳זוכט זיי צו באקריוועדען. ווען ס׳באלאנגט צו זיי, ווערען זיי באקריוועדעט. ווען ס׳האט קיינמאל נישט באלאנגט צו זיי, זענען זיי רויבערס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נאכאמאל, לאמיר אפטיילן צווישן טעאריעס פון "סופרעמאסיזם" און פשוט'ע אידענטיטעט פאליטיק. אמעריקע איז א מולטי-קולטורעלע מדינה, מיט פיל פעלקער און ראסן. די אלגעמיינע באפעלקערונג אין אמעריקע שעצט די פארשידנקייט פון דער אמעריקאנער דעמאגראפיע און שטיצט די פארשידענע גרופעס אנצוהאלטן זייער אייגנארטיגע אידענטיטעט און געשיכטע. די ווייסע זענען דערווייל א רוב אינעם לאנד, אבער זייער אידענטיטעט ווערט באטראכט דורך פיל אמעריקאנער ווי א מיאוס ווארט.
די רעדע וועגן אן "אנטי ווייסע קאנספיראציע" באציט זיך צו דער ערשיינונג אין וועלכער די ווייסע זענען געצוואונגען צו אונטערדרוקן זייער אידענטיטעט. מ'רעדט נישט דוקא איבער דער פראגע צו וועמען דאס לאנד געהערט, נאר איבער דעם עצם מציאות פון א ווייסער קולטור, געשיכטע און שטאלץ. די טענה גייט אז אין מערערע אמעריקאנער קאלעדזשעס קען זיין מער פריווילעגיע צו זיין א קאלירטער מענטש ווי איידער א ווייסער, צוליב דעם וואס די ווייסע ווערן אסאציאירט מיט די זינד פון די עלטערן.
ס'איז זינלאז צו קלערן אז די אנגעבליכע פרוסטרירונג וועט נעלם ווערן איבערנאכט. די פראגע איז נאר וויאזוי מ'זאל זיך באציען צו דעם, און צי מ'קען לעגיטימירן זייער פרוסטרירונג. קען זיין אז מיר מוזן נישט מסכים זיין אז ס'איז בכלל פאראן אויף וואס צו באזירן א ווייסע אידענטיטעט, אויסער אויף אן איינגערעדטן סופרעמאסיזם, ס'קען זיין אז מיר האלטן אז די ווייסע אידענטיטעט איז טאקע בלויז שלעכט. דערפאר איז עס דאך א נושא צו דעבאטירן. בכל אופן דארף זיין קלאר אז איך באצי מיך מאמענטאל נאר צו דער פראגע פון אידענטיטעט.
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
איך, און מסתמא רוב די מארשירערס, בין אין קאלעדזש נישט געווען. וועלכע חלק פון זייער אידענטיטעט איז דערדרוקט? מ׳לאזט זיי נישט בויען קיין קלויסטערס? מ׳הייסט זיי זיך בוקען צו בודהא? זייער גלויבונג איז אז דער עגזיסטענץ פון א פרעמדע אין זייער געגענווארט, איז א דערדרוקונג. קיינער פאדערט גארנישט פון זיי אז זיי זאלען האבען טענות.
ווען איך הער, טאקע זעלטעו אבער אמאל, מייקעל סעוועדזש, הער איך די סארט טענות. דער עגזיסטענץ פון איינער וואס טראכט אנדערש פון מיר, צו האט אן אנדערע שטאנדפונקט, איז א סכנה צו מיר. און ער איז ווייט פון די ערגסטע צווישען זיי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
איך האב מורא אריין צי רעדן אבער נאר א דוגמא, עפירמיטיוו עקשען. פארוואס לאזט מען עס נאך היינט צו טאג ווען מען האלט שוין גאר ווייט מיט סיוויל רייטס און אפילו א שווארצע פרעזידענט? ווייל די אלטע ווייסע wasps? אויב א ווייסע מיט א שווארצע אדער ברוינע האבן די זעלבע קרעדענשעלס פארוואס זאל דער ווייסע אוטעמאטיש זיין די לעצטע אויף דער ליסט? איז דעס טאקע ריווערס ראסיזים?
Sent from my XT1096 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט_____ איז א וועג פון זיך בארואיגען די געוויסען אז ס׳איז דא א רעליגיע מיט א נביא מיט אלע אנדערע נערישקייטען, פונקט ווי אלע מענטש געמאכטע... פראקטישע וועג פון לעבען.
די ביסט דאך א גאנצע אפיקורס. 😈 😈 😈 😈 😮 😲 😕 😕
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
יא, איך בין א כופר בעבו"ז.
א רעליגיע נישט געמאכט דורך א מענטש, נאר דער באשעפער אליינס איז עפעס אנדערש, ופשוט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
גראףאיך האב מורא אריין צי רעדן אבער נאר א דוגמא, עפירמיטיוו עקשען. פארוואס לאזט מען עס נאך היינט צו טאג ווען מען האלט שוין גאר ווייט מיט סיוויל רייטס און אפילו א שווארצע פרעזידענט? ווייל די אלטע ווייסע wasps? אויב א ווייסע מיט א שווארצע אדער ברוינע האבן די זעלבע קרעדענשעלס פארוואס זאל דער ווייסע אוטעמאטיש זיין די לעצטע אויף דער ליסט? איז דעס טאקע ריווערס ראסיזים?
Sent from my XT1096 using Tapatalk
זיי טענה'ן אז ביז'ן היינטיגען טאג האבען זיי נאך נישט געקענט ארויסקריכען פון זיין פארשקלאפט/גערודפ'ט און געג'ים קראו'עד Jim Crow'ed בלע"ז.
שווער צו דערגיין אויב זייערע טענות זענען כאטש האלב-גערעכט?
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
איז לאמיר זאגן אז יא, מיינט דעס אז א ווייסע מעג ווערן בא'עוולט פאר'ן בלויזען חטא (קרעדיט: דער איד) פון זיין ווייס אפילו אויב זיינע עלטערן האבן אימעגרירט אהער דרייסיג יאר צוריק. דעס הייסט נישט יושר און עס גיבט נאך סחורה פאר ווייסע אויף וואס צו זיין בייז. פלאוויוס האט א שטארקע פוינט.
Sent from my XT1096 using Tapatalk
.
גראףאיז לאמיר זאגן אז יא, מיינט דעס אז א ווייסע מעג ווערן בא'עוולט פאר'ן בלויזען חטא (קרעדיט: דער איד) פון זיין ווייס אפילו אויב זיינע עלטערן האבן אימעגרירט אהער דרייסיג יאר צוריק. דעס הייסט נישט יושר און עס גיבט נאך סחורה פאר ווייסע אויף וואס צו זיין בייז. פלאוויוס האט א שטארקע פוינט.
Sent from my XT1096 using Tapatalk
דאס איז נישט דער בעסטע Solution. מסכים.
אבער צו פאדערען חאטש עדיוקעישן און גאווערמענט ארבייט יש להם על מי לסמוך בדוחק. 🤓
ליטוואק פון בודאפעסטאיך, און מסתמא רוב די מארשירערס, בין אין קאלעדזש נישט געווען. וועלכע חלק פון זייער אידענטיטעט איז דערדרוקט? מ׳לאזט זיי נישט בויען קיין קלויסטערס? מ׳הייסט זיי זיך בוקען צו בודהא? זייער גלויבונג איז אז דער עגזיסטענץ פון א פרעמדע אין זייער געגענווארט, איז א דערדרוקונג. קיינער פאדערט גארנישט פון זיי אז זיי זאלען האבען טענות.
דער אופן וויאזוי דו דרוקסט זיך אויס קעגן דער ווייסער אידענטיטעט (אז ס'איז א גלויבונג פון האס) איז אייגנטליך דער אופן וויאזוי דו זעסט זיי, אבער זיי זעען זיך נישט אזוי. דאס איז בעצם דער ביישפיל וויאזוי די ווייסע אידענטיטעט איז אונטער אטאקע, היות מ'טאלערירט פשוט נישט דעם באגריף.
די ווייסע אידענטיטעט קען שטאלצירן מיט די דערגרייכונגען פון דער מערב וועלט, און ארויסהייבן די ברכות וואס דער ווייסער מענטש האט געברענגט אויף דער וועלט, אן דעם וואס זיי זאלן אראפקוקן אויף אנדערע. די ווייסע אידענטיטעט וועט שטעלן דעם הויפט פאקוס אויף ליינען פאעזיע און ליטעראטור פון ווייסע מענטשן, באקענען די געשיכטע פון דער אייראפעישער פילאזאפיע, די רעיונות פון דעמאקראטיע און ליבעראליזם, וכו' וכו'.
מיט איין ווארט, די ווייסע אפשטאמיגע האבן א רייכן עבר, נישט ווייניגער ווי יעדע אנדערע מענטשליכע גרופע (אייגנטליך זענען זיי די טאטעס פון אונזער ציוויליזאציע). צו רעדוצירן זייער אידענטיטעט צו ראסיזם הייסט אז מ'פארלייקנט עס. אדרבא, ברענג ארגומענטן צו שטיצן דיין טענה כדי ס'זאל זיך לאזן דעבאטירן.
די סיבה פארוואס די ווייסע אידענטיטעט ווערט אויסגעטייטשט ווי ראסיזם איז צוליב דעם אויסטייטש וואס נישט-ווייסע האבן קעגן ווייסע. דאס פירט צום שמועס וואס גראף האט דערמאנט אלס "ריווערס ראסיזם" וועלכער קלאפט אנגעבליך אויס למעשה אין דער אמעריקאנער געזעלשאפט. דער פאל פון ווייסע קאלעדזש סטודענטן איז בלויז א ביישפיל. אבער אפגעזען פון דעם, אפילו ווען ס'זאל נישט זיין קיין שום "ריווערס ראסיזם" בפועל, בלייבט רעלעוואנט די שאלה פון ווייסער אידענטיטעט, ווי א באגריף פאר זיך.
ווען איך הער, טאקע זעלטעו אבער אמאל, מייקעל סעוועדזש, הער איך די סארט טענות. דער עגזיסטענץ פון איינער וואס טראכט אנדערש פון מיר, צו האט אן אנדערע שטאנדפונקט, איז א סכנה צו מיר. און ער איז ווייט פון די ערגסטע צווישען זיי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך הער נישט מייקל סעוועדזש, קען איך נישט ענטפערן פאר אים.
איך מיין דו מאכסט אויף זאכן. די חברה וואס מארשירען ווייסן ניטאמאל וואס דו רעדסט. דאס איז ארויפגעלייגט אויף זיי א לימוד זכות.
בפרט אז קיין גרויסע דענקערס, פילאזאפן, שרייבערס און זינגערס זענען זיי נישט. נאר רעדנעקס, ווי מ'זעט אין די בילדער.
ווען מ'רעדט פון דער שטאלץ פון קלענערע שבטים מיינט מען געווענליך וואס דו זאגסט, אבער דאס איבערטייטשן אויף זיי איז א חידוש דיינער.
אז סטיט וויי שרייט מען אן טראכטן. גענוג מיט בלעק לייווס מעטער און אנדערע נאנסענס
diff, איך בין נישט מסכים מיט דיר. פאליציי ברוטאליטעט איז אן אנשיקעניש, אין מערערע פלעצער איבער דער וועלט, און די שווארצע פילן זיך דאס מערסטע באדראעט פון דעם אין אמעריקע. אפגעזען צי דו ביסט מסכים מיט זייער אפשאצונג האבן זיי דאס רעכט צו גרינדן א באוועגונג וואס זאל זיי פארטרעטן, כל זמן ס'איז נישט געשטעלט אויף שנאה קעגן אנדערע. ס'איז אמת אז די באוועגונג האט שוין ארויסגעגעבן שנאה און געוואלדטאטן, אבער דער יעצטיגער שמועס איז נישט איבער דעם.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך מיין דו מאכסט אויף זאכן. די חברה וואס מארשירען ווייסן ניטאמאל וואס דו רעדסט. דאס איז ארויפגעלייגט אויף זיי א לימוד זכות.
בפרט אז קיין גרויסע דענקערס, פילאזאפן, שרייבערס און זינגערס זענען זיי נישט. נאר רעדנעקס, ווי מ'זעט אין די בילדער.
ווען מ'רעדט פון דער שטאלץ פון קלענערע שבטים מיינט מען געווענליך וואס דו זאגסט, אבער דאס איבערטייטשן אויף זיי איז א חידוש דיינער.
דאס אז ס'עקזיסטירן ווייסע מענטשן מיט אזא רצון איז ביי מיר נישט קיין ספק. איך האב שוין באגעגנט אזעלכע מענטשן, און איך וועל דיר אויך אויפזוכן מקורות. איך פארשטיי נישט פארוואס דו קלערסט אז נאר קלענערע שבטים האבן דעם רצון פאר אן אידענטיטעט.
לגבי די באטייליגער פונעם מארש ווייס איך נישט.
זע למשל די אינטערוויו דא. ס'איז פאראן א שטויב פון מלחמה וואס מאכט שווער צו אנאליזירן וואס דארט איז פארגעקומען, בפרט ווען די גאס איז פאראייניגט קעגן זיי. ס'זענען געווען דארט מטורפים, אבער אזעלכע קומען אן אין יעדן מארש פון יעדער גרופע. ביי די פראטעסטן פון די BLM קומען אויך מטורפים וועלכע זוכן בלוט און כאאס.
ס'קען זיין אז איך בין נישט גערעכט. אפשר איז דער מארש אינגאנצן אן אויסדרוק פון בלויז שלעכטע. די שאלה איז אבער וואו מ'קען דאס געוואויר ווערן.
פלאוויוסdiff, איך בין נישט מסכים מיט דיר. פאליציי ברוטאליטעט איז אן אנשיקעניש, אין מערערע פלעצער איבער דער וועלט, און די שווארצע פילן זיך דאס מערסטע באדראעט פון דעם אין אמעריקע.
אזוי????
פון וועלכע לענדער רעדסטו? פארגעשריטנע לענדער אדער דריטע וועלט לענדער?
ווי נאך ״אין א פארגעשריטנע לאנד״ איז דא אזוי סאך פאליציי ברוטאעליטי ווי אין אמעריקע???
ווי נאך אין א ״פארגעשריטנע לאנד״ איז דא אזויפיל racial profiling ווי אין אמעריקע????
ווי נאך אין א ״פארגעשריטנע לאנד״ איז דא אזויפיל ארעסטאנטען וואס שמאכטן אין תפיסות????
ווי נאך אין א ״פארגעשריטנע לאנד״ זענען די תפיסות אזוי צוריקגעשטאנען, ברוטאל, אומפארזיכערט פאר די ארעסטאנט׳ס וואוילזיין ווי אין אמעריקע???
ווי נאך אין א ״פארגעשריטנע לאנד״ איז דא אזויפיל ״פאליציי שיסערייען״ ווי אין אמעריקע????
אין קאנדא? שוועדן? ענגלאנד? אירלאנד? פינלאנד? נארוועגיען? פראנקרייך? יאפאן? אוסטראליע? ניו זילאנד? דענמארק? האלאנד? איטאליע? פארטיגאל? שווייץ? בעלגיע? רומעניע? אונגארן? טשעכיי? דייטשלאנד? עסטרייך? פולין? סאוט קארעא? אפילו היינטיגע כינע.
אדרבה ברענג נומבערס צו בעיקן דיין סטעיטמענט. איך ווארט מיט געדולט.
גיב א גוגל דאס ווארט /Police Brutality in Germany/Switzerland/Sweden", א.א.וו.
זיי מיר מוחל וואס כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז א סענסיטיווע טעמע. איך האב באצייכנט אז ס'איז א פראבלעם אין נאך לענדער, נאר כדי אונטערצושטרייכן אז ס'איז אן אמת'ער מציאות. איך קען נישט די סטאטיסטיקס. ביי איינעם איז עס מער און ביי איינעם ווייניגער. למאי נפקא מינה?
והתאוויתם לכם צי ווערן דערשראקן צים טויט, דאן כאפט א בליק אויף די קליפ פון
ווייס נוזפליקערוהתאוויתם לכם צי ווערן דערשראקן צים טויט, דאן כאפט א בליק אויף די קליפ פון
ווייס נוז
יא, דאס איז שלעכט. בלי ספק.
פלאוויוסגיב א גוגל דאס ווארט /Police Brutality in Germany/Switzerland/Sweden", א.א.וו.
זיי מיר מוחל וואס כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז א סענסיטיווע טעמע. איך האב באצייכנט אז ס'איז א פראבלעם אין נאך לענדער, נאר כדי אונטערצושטרייכן אז ס'איז אן אמת'ער מציאות. איך קען נישט די סטאטיסטיקס. ביי איינעם איז עס מער און ביי איינעם ווייניגער. למאי נפקא מינה?
די חילוקים זענען גאר גרויס! מאך נישט קיין קוגל פון אנדערע לענדער צוזאמען מיט אמעריקע. אמעריקע איז א צוריקגעשטאנענע קאנטרי אין דעם הינזיכט מעהר ווי אלע פארגעשריטענע לענדער צוזאמען...! There is a stark contrast...
טאקע ווייל די "יעליטס" און רעכטע רשעים ווי דזשעף סעשאונס, מיטש מעקאנאל, פאועל רייען און שעלדאן עדעלסאן ימח שמם וזכרם לעולמי עד... זיצן ביים רעדל און רופן אלע שאטס פאר זייערע אייגענע "עליטישע אינטערעסן"...
זאג, טייערע פלאוויס, ביסט שוין אמאל דורך געגאנגען די אמעריקאנע סיסטעם????
איך בין געוועהן דריי מאל אין "סענטרעל בוקינג". יעדע מאל בין איך געזיצן דארט פאר 36 שעה אן קיין עסן, ריינע וואסער, ביה"כ, בעט, רעכט צו רעדן אויפן טעלעפאן, וויילנדיג מיט די נידריגסטע בריאים אויף דער וועלט... אן קיין שום וועג וויאזוי זיך צו פראטעקטן פון די קרימיניאלן וואס זיצן הארט לעבן מיר וואס האט יעצט געשטאכן איינעם צום טויט, און סאום האו זיץ איך יעצט לעבן אים אן קיינער זאל היטן אויף מיר און מיך פראטעקטן.
שטעלט זיך ארויס אז אלע דריי מאל בין איך געוועהן הונדערעט פראצענט "אומשולדיג"...! איי פארוואס האט מען מיך ארעסטירט??? ווייל איינער האט מיך חושד געוועהן? פארדעם נעמסטו א בירגער וואס צאלט צענדליגער טויזנטער דאללער א יאר אין טעקעס און טריעטסט אים אומענטשליך אן קיין בעסקיסע? ווייל איינער האט מיך חושד געוועהן ווערט פלוצלינג מיין בלוט הפקר?
יא יא לאמיר זעהן מ'זאל עס נאר טוהן צו דיר, אלע דיינע תגובות וועלן זיך פלוצלינג טוישן..
מורא'דיגע סיסטעם אין אמעריקע! מורא'דיג!!
וויאזוי האט קארלין גערופן אמעריקע?
The land of the free and the home of the incarcerated
גלייכסט עס אפילו צו די אנדערע לענדער??? האסט געזעהן נומבערס, דאטא?
דו האסט נישט קיין מושג וויפל שווארצע אין אמעריקע זיצן יעצט פאר גארנישט און פאר נישט! (מערסטנספאל פאר קלייניקייטן) ווייל די רעכטע גוטהארציגע קריסטן- האבן געליינט זייער בייבל צוריקצווועגס..
זייערע רעכטע מאטיוון זענען קלאר פאר יעדע "בר דעת". זיי ווילן קאנטראלירן און געוועלעטיגן אויף די מיינאריטיס. זינט מ'האט דאך זיי "האלבוועגס" באפרייט און זיי קענען נאך איבערנעמען קאנטראל אויף אמעריקע..
נעם דיין אמעריקע מיט אלע דיינע "רעכטע ווייסע נאציס" מיט סטיוו בענען און די "אידישער קאפאוס" קושנער און מיללער צוזאמען, און ווישט דיך אפ מיט זיי אויף א "מעיק אמעריקע רעסיסט עגעין" היטל. א פיקאפ טראק... גרויסע נאצישע שטיוועל... מיט דריי הונדערט טויזנט רעוואלווערס און גיי וואוינען קיין מיסיסיפי און שיס אויף אלע "ניגערס" און להבדיל "אידן"...
שבת אחים, איך האב נישט קיין פערדל אין דעם פארמעסט. ס'קען זייער זיין אז אמעריקע איז דאס ערגסטע. איך האב נישט קיין ידיעה אין דעם. הלואי זאל עס ווערן בעסער מיט דער צייט.
ס'טוט מיר לייד צו הערן וועגן דער שווערער ערפארונג וואס דו ביסט דורכגעגאנגען!
פארוואס קען מען נישט נידערן דעם טאן אביסל.
ווען איך ענדיג ליינען א תגובה דארף איך מיך כאפן דעם אטעם ווי ביי עשרתתתתתת.
דאטא. דאטא. דאטא. שבת, א לינק ביטע. וויפיל פראצענט זענען די שווארצע אין יענע לענדער? וואס איז די היסטאריע פון די שווארצע אין יענע לענדער?
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
[ציטאט אראפגענומען]
ווענד זיך ווי אזוי מ'טייטשט אפ דאס ווארט איסלאם.
רוב מוסלעמענער זענען פרא שאריא-געזעץ וואס ווערט באטראכט אלס א ווייאלענט געזעץ סיסטעם לויט די מערב וועלט פארשריפטן. דאס מיינט אז טאמער וועט אמעריקע אדער ענגלאנד האבן א מערהייט פון קוראן טרייע מוסלעמענער וועלן זיי האבן א כח צו פירן דאס לאנד מיט זייערע שאריא-געזעץ.
ס'דא נאך א נקודה איבער איסלאם וואס איז כדאי צו נעמען אין באטראכט. דאס עצם מציאות אז א רעליגיע זאל קענען אזוי גרינג געטייטשט ווערן אויף טעראר און ווייעלענס און איבערצייגן מענטשן צו טוהן אזעלכע מעשים איז א זאך וואס נאר איסלאם פארמאגט היינט צוטאגס. אויב הערט מען אז עימיצער האט מורא פונעם רעליגיע (איסלאמאפאביע) איז יענער לאו דווקא א ראסיסט, נאר ער קען פשוט די מציאות און הערט די נייעס דא און דארט.
(שבת אחים, וואס הערט זיך עפעס?)
קורקלענדדאטא. דאטא. דאטא. שבת, א לינק ביטע. וויפיל פראצענט זענען די שווארצע אין יענע לענדער? וואס איז די היסטאריע פון די שווארצע אין יענע לענדער?
אלעס לויט די פראצענטן. קוק עס אליינס אויף. אמעריקע איז די ערגסטע שבערגסטע. קיין איין פארגעשריטענע לאנד קומט נישט נאנט.
כוכב שכוח פאר די קאמפלימענט. פון היינט אן און ווייטער וועל איך דיר קודם שיקן מיינע הודעות, און דו (דער גרויסער אויפזעהער דא) זאל עס קודם אפראווען.
Jimmy Fallon Addresses the Events in Charlottesville
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=E9TJsw67OmE">https://m.youtube.com/watch?v=E9TJsw67OmE</a>
כוכבפארוואס קען נישט
@שבת אחים
איינער האט מיך פערזענליך אטאקירט פאר גארנישט און פארנישט! ווי איז יעצט די הנהלה??? הא? איך האב צוגעזאגט $250 פאר יעדע וועקער וואס קומט ארויס. זינט כוכב איז פארמישט אין די וועקער און ער האט מיך פאר סתם רשעות מבזה געוועהן ברבים. זוכטס ענק א צווייטע סאוקער.
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
@שבת אחים ווי איז די אטאקע? איך האב עס גראדע געליינט אין א הומארעס טאן, אז @כוכב פראבירט דיר צו בארוהיגן.
#טאטע שיק מיר הויזן.
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
ביי נאו וואלסטע געמעגט וויסן אז די לינקע ווערן אפענדעד אפילו פון א ווערטל...
צו האבן @כוכב אויפן וועקער איז מער ווערט ווי 250 דאלער.
קורקלענדצו האבן @כוכב אויפן וועקער איז מער ווערט ווי 250 דאלער.
געזונטערהייט. איך זיך נישט קיין נקמה אין די וועקער, אדרבה! זאל די וועקער בליען ביז משיחס טאג. איך בלייב א Fan פון די וועקער. איך פערזענליך וויל גארנישט האבן צוטוהן דערמיט אויב איינער ווי אים איז דארט. זאל ער בלייבן געזונטערהייט מיט נחת און פרייד. איך האב אויך געהאט ענדליך אנגעגרייט א לאנגע ארטיקל פאר די קומענדיגע וועקער וואס האט געדארפט אראפלייגען מיינע געפילן פון ווען די צייטן וואס איך האב מיך געוואקעלט אין די אמונה. און א לאנגע תחינה ובקשה וואס כהאב בשעתו געשריבן צו הקב״ה. איך וועל עס איין טאג אריינלייגן אין מיין אייגענע מקום/בלאוג ווי איך אליינס בין בעלבאוס.
כ'האב שוין געשריבן פאר שבת אחים אין פריוואט און כ'על דא איבער'חזר'ן, כ'ווייס נישט גענוי על מה יצא הקצף, כ'האב גארנישט געמיינט און גארנישט געזאגט, דער אהבת ישראל איז ווייטער דער גרעסטער רבי און רבי מרדכי חנא דער גרעסטער חסיד, דער אמעריקאנער סיסטעם שטינקט והא ראי' אז טראמפ איז פרעזידענט, סך הכל נישט געבעטן מער ווי מ'זאל אביסל נידערן די טענער, כ'האב מיך בכלל נישט באצויגן צו וואס דער זאגט אדער יענער זאגט, כ'האב נישט גענומען קיין צדדים, נאר אמאל זעט מען א געשמאקע ניק וואס זאגט א תוכנדיגע נקודה, און מאיזה סיבה שהוא קומט עס ארויס כעסיג און גערעגט ווי אין א רענט, איז דאך ממש א שאד נישט יענעם אנצומערקן אז קענסט זאגן די זעלבע זאך נאר מיט מער סאלידע מוזיק צום אויערן (כ'בין דאך כוכב, איינער מוז דאך אמאל געבן דא טאף לאוו, ניין?)
אלנפאלס, ווי געזאגט פאר שבת אחים, כ'בין נישט אפיליאירט מיט וועקער איין וועג צו דער אנדערער מער ווי אביסל טרייבערן דעם שרייבן פארמעסט, ווער עס זוכט מיך אפצוטון זאל טרעפן אנדערע וועגן ווי נישט אדער יא געבן געלט פאר'ן וועקער...
פליקערוהתאוויתם לכם צי ווערן דערשראקן צים טויט, דאן כאפט א בליק אויף די קליפ פון
ווייס נוז
ס'כאפט א גרויל צו קוקן אויף דעם קליפ. איך וויל דערפאר קלארמאכן וואס כ'האב פריער געשריבן.
ביי דעם מארש זענען געווען מטורפים, נעא-נאציס, א.א.וו. ס'איז אבער מעגליך אז דארט זענען געווען אלגעמיינע נאציאנאליסטן אויך (די זשורנאליסטקע אין
דעם אינטערוויו טענה'ט אז אזעלכע זענען געווען די מערהייט). סוף כל סוף איז עס נישט געווען קיין ראלי פאר די KKK, נאר פאר אן אנדערן צוועק: צו פראטעסטירן דאס וואס מ'נעמט אראפ סטאטוען פון היסטארישע אמעריקאנער העלדן וועלכע האבן געקעמפט אויף דער זייט פון די "קאנפעדערעטס". די פרעסע האט אודאי נישט געהאט קיין אינטערעס אפצוכאפן אזעלכע וואס האבן נישט געשריגן לאזונגען פון האס.
אויב אזוי וואלט דאס גופא געדינט ווי א באווייז אז די אטאקע אויף אן אידענטיטעט קען צוזאמענברענגען פרידליכע מענטשן צוזאמען מיט עקסטרעמיסטן. ס'איז פארשטענדליך אז די שווארצע זענען אנגעווייטאגט קעגן די סטאטוען, וויבאלד ס'דערמאנט זיי אין דער געשיכטע פון שקלאפעריי. יענע אמעריקאנער העלדן זענען נישט באמת זייערע העלדן. אבער דא קומט אויטאמאטיש אויף א קאנפליקט פון אידענטיטעטן, וויבאלד די געשיכטע פון אמעריקע ביז צו דעם civil war איז איבערהויפט א געשיכטע פון א ווייסן פאלק, מיט ווייסע העלדן וועלכע האבן פארמאגט שווארצע שקלאפן. ס'איז נישט אנדערש ווי דאס געפיל וואס אוקריינישע אידן מוזן האבן ביים זען א סטאטוע פון באגדאן כמעלניצקי, וועמען די אוקריינער האלטן פאר א נאציאנאלן העלד צוליב זיין קאמף קעגן די פוילישע טיראנען, אבער די אידן געדענקען אים ווי דער וואס האט אנגעברענגט די פאגראמען פון ת"ח ות"ט.
צווישן דעם אלגעמיינעם עולם ביי דעם מארש האבן געקענט זיין צוויי מחשבות. איינס, היות אז דער ציל פונעם מארש איז וויכטיג, דארף מען זיך באטייליגן אין דעם אפילו אויב דארט וועלן זיין מטורפים. צוויי, היות די ווייסע אידענטיטעט איז אונטער אטאקע איז מעגליך אז ס'איז דא עפעס אמת אין דעם וואס די KKK טענה'ט. די ערשטע מחשבה האט צוזאמענגעברענגט מעסיגע מיט עקסטרעמיסטן אויף א פיזישן - נישט אידעאלאגישן - אופן, בשעת די צווייטע מחשבה וואלט זיי נענטער געברענגט אויף אן אידעאלאגישן אופן.
איך מאך ווידער קלאר אז ס'קען זיין אז דער מארש איז יא געווען כולו שלעכט. איך ווייס נישט וואו מ'קען באקומען אביעקטיווע אינפארמאציע אויף דעם. דער עיקר איז אבער די נקודה וואס איך וויל אונטערשטרייכן, אז אטאקירן אן אידענטיטעט, סיי וועלכע ס'זאל נישט זיין, קען ברענגען א שארפע רעאקציע און צוזאמשטופן גוטע מיט שלעכטע. ס'קען זיין אז לאור המצב איז נישטא קיין ברירה און מ'מוז אזוי האנדלען קעגן זיי, ס'קען אויך זיין אז ווייסער נאציאנאליזם איז מאיזו סיבה ערגער ווי אנדערע אידענטיטעטן און ממילא איז יעדער אויסדרוק דערפון שלעכט. בכל אופן דארף מען נעמען אין באטראכט אז אזא צוגאנג קען מעגליך טאקע מצליח זיין אונטערצוברענגען יעדן מציאות פון א ווייסער אידענטיטעט. ס'קען אבער אויך זיין פארקערט, אז ס'וועט מאכן די עקסטרעמע באוועגונגען מער פאפולער, וויבאלד מער מענטשן וועלן קומען צו איבערצייגונגען איבער "אנטי-ווייסע קאנספיראציעס".
קורקלענדצו האבן @כוכב אויפן וועקער איז מער ווערט ווי 250 דאלער.
דער תגובה איז אומפאסיג און אומסענסיטיוו.
און די אידן זענען קרח מכאן ומכאן, נישט קיין ווייסע נאציאנאליסטן און נישט קיין שווארצע. נישט קיין מעיאריטעיט און נישט קיין מינאריטעיט. But we're always in center of action!
Re: כאאס אין שארלאטסוויל
שבת אחיםכוכבפארוואס קען נישט
@שבת אחים נידערן דעם טאן אביסל.
ווען איך ענדיג ליינען זיינס א תגובה דארף איך מיך כאפן דעם אטעם ווי ביי עשרתתתתתת.
איינער האט מיך פערזענליך אטאקירט פאר גארנישט און פארנישט! ווי איז יעצט די הנהלה??? הא? איך האב צוגעזאגט $250 פאר יעדע וועקער וואס קומט ארויס. זינט כוכב איז פארמישט אין די וועקער און ער האט מיך פאר סתם רשעות מבזה געוועהן ברבים. זוכטס ענק א צווייטע סאוקער.
דערמאנט אביסל פון דאס וואס מ'פלעג נישט זאגן אין בעלזא די ווארט 'קיפער', ווייל מיט קיפער מאכט מען טעפ און מיט טעפ קאכט מען ביי חתונות און ביי חתונות איז דא א מצוה טאנץ וכו'.
מיר קוקט עס מער אויס אז ס'איז אים טייט געווארן, און איז געווארן א תוהה על הראשונות, האט ער געזיכט א וועג פטור צו ווערן פונעם שנאדעראכץ... און כוכב האט פונקט געזאגט גאנץ גוט (בכלל נישט שטעכעדיג צו וואס), און פונקט האט ער עפעס א ראלע אינעם וועקער... די איבעריגע איז איבעריג.
קל וחומרשבת אחיםכוכבפארוואס קען נישט
@שבת אחים נידערן דעם טאן אביסל.
ווען איך ענדיג ליינען זיינס א תגובה דארף איך מיך כאפן דעם אטעם ווי ביי עשרתתתתתת.
איינער האט מיך פערזענליך אטאקירט פאר גארנישט און פארנישט! ווי איז יעצט די הנהלה??? הא? איך האב צוגעזאגט $250 פאר יעדע וועקער וואס קומט ארויס. זינט כוכב איז פארמישט אין די וועקער און ער האט מיך פאר סתם רשעות מבזה געוועהן ברבים. זוכטס ענק א צווייטע סאוקער.
דערמאנט אביסל פון דאס וואס מ'פלעג נישט זאגן אין בעלזא די ווארט 'קיפער', ווייל מיט קיפער מאכט מען טעפ און מיט טעפ קאכט מען ביי חתונות און ביי חתונות איז דא א מצוה טאנץ וכו'.
מיר קוקט עס מער אויס אז ס'איז אים טייט געווארן, און איז געווארן א תוהה על הראשונות,
האט ער געזיכט א וועג פטור צו ווערן פונעם שנאדעראכץ... און כוכב האט פונקט געזאגט גאנץ גוט (בכלל נישט שטעכעדיג צו וואס),
און פונקט האט ער עפעס א ראלע אינעם וועקער... די איבעריגע איז איבעריג.
דו ווייסט נישט מיינע מאטיווען. דו הייבסט מיך נישט אן צוקענען בכלל. איך געב מענטשען געלט וואס איך קען ניטאמאל... אדער וואס איך קען קוים! פארוואס זאל מיך אנגיין צוגעבן פאר די וועקער? א זאך וואס איך האב פערזענליך הנאה?
איך האב געהאט א לאנגע ארטיקל גרייט פאר די נעקסטע וועקער. איך האב הארטע פראוף (באווייזן) אויף דעם. איך האב אישית און אימיעלס אהין און צוריק פון צוויי גאר חשובע ניקס דא וואס זענען אינוואלווט אין די וועקער .איך האב נאכנישט געשריבן קיין ליגענט אויף ק״ש ווי ווייט איך געדענק. באמת 😂
שקר אין לו רגלים. איך בין ווייט פון פערפעקט און איך בין מודה אז איך דארף נאך אסאך ארבעטן אויף מיינע מידות אבער מיין פיינטשאפט צו ליגענט און צו ליגענרס איז אין לשאר.
פון יעצט און ווייטער קענט איר מיך אטאקירן און שפעקיולירן וויפל איר ווילט ווייל איך גיי ענק איגנארירן.