☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כאאס אין שארלאטסוויל

כאאס אין שארלאטסוויל

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11823
בלאט: 1 2

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:39 pm

· #382602
פלאוויוס, איך ווייס נאך נישט וויאזוי זיי זענען אונטער אטאק. וואס גענוי מאכט זיי אונטער סיי וועלכע געפאר פון אויסמעקונג?

פלאוויוס » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 12:12 am

· #382618
די דילעמע פון דער ווייסער אידענטיטעט
אן עטנישע אידענטיטעט איז פארבונדן מיט בלוט, קולטור און געשיכטע. די שווארצע, די אידן, די אראבער, און אלע אנדערע עטנישע גרופעס, פארמאגן די דערמאנטע שטריכן און דאס טיילט זיי אפ פון אנדערע גרופעס. א געזונטע אידענטיטעט איז באלאנסירט צווישן זעלבסט-שטאלץ און ליבשאפט צו דער גאנצער מענטשהייט. א שמינית שבשמינית של גאווה שאדט נישט פאר א נאציאנאלער גרופע, און אזוי פונקציאנירט די וועלט.

מענטשן האבן ליב צו זיין מיט מענטשן פון זייער גרופע. ס'זענען דא באשטימטע אידישע געגנטער (נישט דוקא פרומע), אידישע שולעס, אידישע זומער קעמפס, אידישע פארוויילונגען, א.א.וו. דאס זעלבע איז אויך דא ביי אנדערע גרופעס. טראכט אבער וואס ס'איז די רעאקציע פון דער געזעלשאפט צו א פראיעקט וואס איז באשטימט פאר ווייסע אמעריקאנער, פון א קירכע צו א שולע אדער א זומער קעמפ. ס'ווערט באלד פארדעכטיגט ווי ראסיזם.

ווען ס'קומט צו דער געשיכטע פון ווייסע אמעריקאנער איז עס נאך מער קאמפליצירט, וויבאלד אנדערע גרופעס טענה'ן אז ס'איז נישטא מיט וואס צו זיין שטאלץ דארט. ס'האט מיר אמאל געזאגט א חבר וואס האט גענומען א קורס אין קאלעדזש איבער אמעריקאנער געשיכטע, און די פראפעסארין איז געווען א שווארצע. זי איז געווען אן אינטעליגענטע פרוי, ער האט הנאה געהאט פון אירע שיעורים, אבער אנשטאט צו הערן די אמעריקאנער געשיכטע האט דער קורס אונטערגעשטראכן די געשיכטע פון אימפעריאליזם אין די בראשית יארן, ביז צו שקלאפעריי אין אמעריקע, און ווי ווייט די גרינדער פון אמעריקע זענען אין תוך געווען אוממאראליש. (איך האב געזען די נאטיצן וואס יענער האט גענומען ביים שיעור. אויב דאס איז כשר לעדות קען איך מעיד זיין אויף דעם.)

די שווארצע זענען אריבער יסורים אין אמעריקע, אויף דעם קען מען נישט מחולק זיין, אבער טאקע דערפאר וועט די אמעריקאנער געשיכטע דערציילט ווערן גאנץ אנדערש דורך א שווארצן ווי דורך א ווייסן. איינער זעט אין דער אמעריקאנער געשיכטע זיינע אייגענע יסורים, און בדרך אגב איז ער גרייט צו אנערקענען אז די ווייסע האבן אויך געטון אמאל גוטס, בשעת א צווייטער זעט אין דער אמעריקאנער געשיכטע דעם יסוד צו זיין אידענטיטעט, כאטש ס'טוט אים וויי אז ס'איז אויך געווען דארט א טונקעלע זייט און ער איז גרייט דאס צו אנערקענען. די יעצטיגע אמפעריי וועגן אראפנעמען די סטאטוען פון אמעריקאנער העלדן אין די דרום שטאטן איז א גוטער ביישפיל פון דער מחלוקת איבער פערספעקטיוו. די ווייסע נאציאנאליסטן האלטן טייער די אמאליגע העלדן, נישט וויבאלד יענע האבן געגלייבט אין שקלאפעריי, נאר וויבאלד זיי זענען א וויכטיגער טייל פון דער אמעריקאנער געשיכטע.

ס'קען זיין אז דער ריס איז צו גרויס אז מ'זאל זיי קענען פאראייניגן, און דעמאלט איז עס טאקע א טראגעדיע. מ'דארף אבער ווייניגסטנס אנערקענען אז ס'עקזיסטירט. אן קיין געשיכטע איז נישטא קיין אידענטיטעט. ווען איך רעד וועגן די קרייצציגלער למשל, וועל איך רעדן אנדערש ביי מיר אינדערהיים ווי ווען איך רעד צו א קריסט. פערזענליך פיל איך ווי דאס ווארט קרייצציגלער איז אסאציאירט מיט א שוידערליכן קאפיטל אין דער אידישער געשיכטע, אבער איך פארשטיי אז ווען דער קריסט ראמאנטיזירט די קרייצציגלער באציט ער זיך נישט צו די בלוט פארגיסונגען פון אידן, ער ווייסט אפילו נישט וועגן דעם, נאר ער באציט זיך צו דעם אנגעבליכן מסירות נפש פון די לוחמים וועלכע זענען געגאנגען באפרייען דעם קבר פון יעזוס. היות אמעריקע איז א מולטי-קולטורעלע געזעלשאפט דארף מען זיך אויסלערנען וויאזוי צו קוקן אויף געשיכטע פון פארשידענע פערספעקטיוון, אן דעם וואס מ'זאל פוגע זיין איינער אינעם אנדערן, און אודאי אן דעם וואס מ'זאל צעברעכן די יסודות פון דעם אמעריקאנער שטאלץ.

נאכאמאל, קען זיין אז ס'איז צופיל צו פארלאנגען פון מענטשן. ס'קען זיין אז מיר זענען בסך הכל אן עדות צו דעם וויאזוי ס'קוקט אויס א מולטי-קולטורעלע געזעלשאפט, און מיט דער צייט וועלן מיר האפנטליך טרעפן א וועג וויאזוי עס אויסצוארבעטן. בכל אופן איז דאס די דילעמע. ס'איז א סברא צו זאגן אז די סיבה פארוואס מ'קען זיך נישט דורכקומען איז וויבאלד מיר לעבן אין א דור וואס איז אבסעסירט מיט געפילן און סענסיטיוויטעט, און דאס שטויסט אויטאמאטיש איין גרופע קעגן דער אנדערער, וויבאלד וואס ביי איינעם איז הייליג איז פאר א צווייטן אן אנגרייף קעגן זיינע געפילן... מיר אנערקענען טאקע די געפילן פון באקריוודעטע און מיר פרובירן עס צו אקאמאדירן ווי ווייט מעגליך, אבער צומאל גייט דאס אויפ'ן פרייז פון אנדערע גרופעס. היות אז די ווייסע זענען נישט קיין מינאריטעט און ס'איז נישט די רעדע וועגן פיזישער קריוודע, באקומען זיי נישט קיין סימפאטיע.

פארשטיי מיך נישט שלעכט. איך בין א חסיד פון ליבעראליזם, איך שעץ מולטי-קולטוראליזם ווי א וואונדערליכע דערגרייכונג, אבער איך קוק מיך צו מיט אינטערעס (און זארג) איבער דער אידענטיטעט פאליטיק פון פארשידענע גרופעס און איך פרוביר צו פארשטיין די סיטואציע.

יתרו » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 3:32 pm

· #382643
אבאמא'ס טוויט איבער די געפעכט אין שארלטסוויל איז די מערסטע לייק'ד טוויט אין די היסטאריע פון טוויטער
"...No one is born hating another person because of the color of his skin or his background or his religion"

יתרו » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 3:44 pm

· #382647
פליקער
והתאוויתם לכם צי ווערן דערשראקן צים טויט, דאן כאפט א בליק אויף די קליפ פון ווייס נוז

דער ווייסער רעסיסט קריסטאפער קאנטוויל האט מיעס אריינגעביסען, יעצט עסט ער זיינע פירות ער וויינט ווי א קראקעדייל

כלבאשבוע » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 4:34 pm

· #382648
סאיז דערנאך מיט אים, ער איז אזא גיבור ווי יחצאל מיטן טיגער

זייער גאנצע גבורה שטעקט אינעם רעוואלווער, אן דעם זענען זיי א באנדע פחדנים

גראף » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 1:44 am

· #382703
א באנדע sore losers. אסאך ווייסע סופרעמעסיסט נעמען א DNA טעסט און רוב מאל קומט עס נישט ארויס הונדערט פראצענט אלס ריינע ראסע.

<a class="postlink" href="https://www.statnews.com/2017/08/16/white-nationalists-genetic-ancestry-test/">https://www.statnews.com/2017/08/16/whi ... stry-test/</a>

diff » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 2:17 am

· #382704
זיי זענען מער ווייס ווי אונז זענען יודן
ו
ווער זאגט סריכטיג צו צווינגען ווייסע צו וואינען צוזאמען מיט אנדערע

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 4:47 am

· #382708
גראף
א באנדע sore losers. אסאך ווייסע סופרעמעסיסט נעמען א DNA טעסט און רוב מאל קומט עס נישט ארויס הונדערט פראצענט אלס ריינע ראסע.

<a class="postlink" href="https://www.statnews.com/2017/08/16/white-nationalists-genetic-ancestry-test/">https://www.statnews.com/2017/08/16/whi ... stry-test/</a>

גראף: דאס איז א באשטעטיגטער פאקט אז זייער א סאך פון די נעא-נאציס און קו קלוקס קלען מעמבערס און אנפיהרערס זענען פון געמישטע ראסן. און נישט ריין לילי ווייס. אזוי ווי זיי וויללן זיך אהערשטעללן. בערך מיט א 10 יאר צוריק איז געווען אין די נייעס איבער א נעא נאצי אנפיהרער אין איינס פון די מידוועסטערן שטעט (ווען איך זאג שטעט, מייניך טאקע שטעט. און נישט סטעיטס. להוציא מליבן פון די פסעוודא-אינטעלעקטואלן און אנדערע אויבער חכמים. די ניט-פיקערס און ליידיגייערס.) אין אמעריקע. וועלכער איז דערשאסן געווארן דורך זיין 11 יעריגן אינגל. האטציך אויסגעשטעלט אז זיין מאמע איז גאר א איד. און ער איז געווען א איד עפ"י הלכה...! אויך איז געווען דאהי אין ניו יארק א נעא נאצי וועלכער האטציך צום סוף אליין דערשאסן, אז ר'איז געווען א איד. און אויך א צודרייטער, פארשטייצעך...ספעציעל זייט די קאמפעני, ענסעסטרי דאט קאם איז ארויסגעקומען מיט א קיט צו טעסטן איינעם'ס אפשטאם, האבן זייער א סאך מענטשן גענומען דעם טעסט און זיי זענען געווארן סורפרייזד איבער די רעזולטאטן...!

איש את רעהו » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 9:07 am

· #382711
שבת אחים
פלאוויוס
גיב א גוגל דאס ווארט /Police Brutality in Germany/Switzerland/Sweden", א.א.וו.

זיי מיר מוחל וואס כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז א סענסיטיווע טעמע. איך האב באצייכנט אז ס'איז א פראבלעם אין נאך לענדער, נאר כדי אונטערצושטרייכן אז ס'איז אן אמת'ער מציאות. איך קען נישט די סטאטיסטיקס. ביי איינעם איז עס מער און ביי איינעם ווייניגער. למאי נפקא מינה?



זאג, טייערע פלאוויס, ביסט שוין אמאל דורך געגאנגען די אמעריקאנע סיסטעם????

איך בין געוועהן דריי מאל אין "סענטרעל בוקינג". יעדע מאל בין איך געזיצן דארט פאר 36 שעה אן קיין עסן, ריינע וואסער, ביה"כ, בעט, רעכט צו רעדן אויפן טעלעפאן, וויילנדיג מיט די נידריגסטע בריאים אויף דער וועלט... אן קיין שום וועג וויאזוי זיך צו פראטעקטן פון די קרימיניאלן וואס זיצן הארט לעבן מיר וואס האט יעצט געשטאכן איינעם צום טויט, און סאום האו זיץ איך יעצט לעבן אים אן קיינער זאל היטן אויף מיר און מיך פראטעקטן.

שטעלט זיך ארויס אז אלע דריי מאל בין איך געוועהן הונדערעט פראצענט "אומשולדיג"...! איי פארוואס האט מען מיך ארעסטירט??? ווייל איינער האט מיך חושד געוועהן? פארדעם נעמסטו א בירגער וואס צאלט צענדליגער טויזנטער דאללער א יאר אין טעקעס און טריעטסט אים אומענטשליך אן קיין בעסקיסע? ווייל איינער האט מיך חושד געוועהן ווערט פלוצלינג מיין בלוט הפקר?

יא יא לאמיר זעהן מ'זאל עס נאר טוהן צו דיר, אלע דיינע תגובות וועלן זיך פלוצלינג טוישן..

מורא'דיגע סיסטעם אין אמעריקע! מורא'דיג!!


ערשט יעצט האב'ך פינעם אנדערן אשכול געזען אז דא טוט זיך 'כאאס'

סתם אזוי ווילט זיך נישט מייחס זיין לדברי ש"א משום דעותיו באמונה
אבער די ווערטער זיינע איבער זיין דורכגאנג איז מעורר לבכי
מיר האבן פערזענליך שוין מיטגעהאלטן אזעלכע סצענעס
די רשעות פינעם חסד'יגע מלכות אמעריקא איז לא יאומן, א מענטש ווערט ווייניגער ווי א הינט דער סעקונדע עני בהמה/ שוטה איז מחליט יענעם אנצושמירן א מעשה'לע, מעג דער אנקלעגער זיין די נידריגסטע סארט ברואה און דער אנגעקלאגטער א נארמאלער באזעסענער מענטש וואס אפפערט אין זיין לעבן אסאך פארן וואוילזיין פין די וועלט און די לאנד אינטער ווי ער געפינט זיך, וועט מען דעם אנגעקלאגטן מפקיר זיין דאס בלוט זיינער לחיתו ארץ.

לאמיר האפן טראמפ יר"ה זאל נעמען די זאך אין די האנט.

diff » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:01 am

· #382713
נו. ווי איז ענקער פאטסריאטישע א. ווידער, און דער איד. שיקטס בריוו

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:24 am

· #382715
איש את רעהו
לאמיר האפן טראמפ יר"ה זאל נעמען די זאך אין די האנט.

הא? דאס איז די לעצטע זאך וואס ער גייט טון... אויב עפעס, וועט ער נאר שטרענגער מאכן די זאך.
ווי באקאנט האט ער גערעדט לעצטנס אין לאנג איילענד און באפוילן די פאליציי זיך אומצוגיין מיט פאברעכער מיט ברוטאליטעט, א זאך וואס האט ארויסגערופן א שטורעם אין לאנד.

איש את רעהו » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 2:26 pm

· #382729
די פאליציי מיט די קאורט סיסטעם ארבעטן אינאיינעם ?

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:02 pm

· #382732
שמעקעדיג

ווי באקאנט האט ער גערעדט לעצטנס אין לאנג איילענד און באפוילן די פאליציי זיך אומצוגיין מיט פאברעכער מיט ברוטאליטעט.

ער האט נישט גערעדט פון סתם פארברעכער, ער האט גערעדט וועגן מערדערער

פלאוויוס » פרייטאג אוגוסט 18, 2017 1:03 pm

· #382803
[ציטאט אראפגענומען]


זיי מיר מוחל וואס איך בין פלוצלונג אנטלאפן. איך בין נישט געווען אינדערהיים אויף צוויי טאג און איך האב נישט געהאט קיין געהעריגער צוטריט צו קאווע שטיבל.

ווי איך פארשטיי איז ראבערט לי געווען א גענעראל וואס האט געדינט זיין שטאַט (ווירדזשיניע) מיט געטריישאפט. ער האט נישט געמאכט דעם באשלוס צי מ'זאל זיך אפטיילן אדער נישט, נאר זיין שטאַט האט געמאכט דעם באשלוס. זיינע טעטיגקייטן נאך דער מלחמה צו פארגלעטן דעם ריס צווישן דעם צפון און דעם דרום איז אויך ווערט צו באצייכענען.

די פראגע איז וויאזוי מ'דארף זיך אומגיין בכלליות מיט העלדן פון יענעם בירגער קריג. ס'איז נישט די רייד וועגן א לאקאלע רעזשים וואס האט געוואלט פארשקלאפן שווארצע, נאר וועגן א גאנצע מדינה - סיי דער צפון און סיי דער דרום - וועלכע האבן מתחילה פארמאגט שקלאפן. ווען דער צפון האט פארשטאנען אז ס'איז שלעכט האבן זיי עס אויך נישט מבטל געווען איבערנאכט, וויבאלד די עקאנאמיע איז געהאנגען אויף דעם. אין א געוויסן פונקט אין היסטאריע איז דער צפון שוין געווען רייף פאר דעם מאראלישן באשלוס, בשעת דער דרום איז נאך געשטאנען דארט וואו גאנץ אמעריקע איז געווען פריער.

נישט יעדער וואס האט געקעמפט אויף סיי וועלכן צד האט עס געטון מצד איבערצייגטקייט, און ס'איז אויך נישט בהכרח געווען א מלחמה פון גוטע קעגן שלעכטע, נאר יעדער בירגער האט געדארפט אויסקלויבן צווישן די אינטערעסן פונעם שטאַט אדער די אינטערעסן פונעם בונד פון די פאראייניגטע שטאטן. דער בירגער קריג קען באטראכט ווערן ווי א מאנומענט פון העלדישקייט וואס דער ווייסער מענטש האט ארויסגעוויזן אויף זעלבסט-קריטיק און תשובה. דער פאקט אז ס'איז געווען א קריג צייגט נישט מער ווי דאס אז געוויסע שטאטן זענען געווען גרייט אויף דעם פריער ווי די איבריגע שטאטן, אבער נאך דער מלחמה האבן ביידע זייטן פארשטאנען די העלדישקייט פון די אנדערע און אנערקענט די גיבורים פון ביידע זייטן.

פארשטייט זיך, דער נאראטיוו שטימט נאר פונעם ווייסן פערספעקטיוו וואס באטראכט די צפונ'דיגע און דרומ'דיגע ווי איין פאלק, באזירט אויף א געמיינזאמער פארגאנגענהייט, קולטורעלע ענליכקייט, און עטנישע שייכות. פונעם פערספעקטיוו פון נישט-ווייסע איז די פאראייניגטע שטאטן געווען היסטאריש שלעכט, דער צפון האט געוואלט זיין גוט (ס'קומט זיי נישט קיין אנערקענונג פאר'ן וועלן זיין מענטשן) בשעת דער דרום האט נישט געוואלט, און מיר עקזיסטירן נאר א דאנק דעם געווינס פון גוטע קעגן שלעכטע. די גאנצע היסטאריע דארף באטראכט ווערן אין דעם בליק פונעם קאמף פון גוטס קעגן שלעכטס, בשעת די מייסדים פון אמעריקע וועלן לכאורה פאלן אויפ'ן זעלבן פלאץ ווי די דרום שטאטן.

diff » פרייטאג אוגוסט 18, 2017 1:28 pm

· #382806
ווייל מהאט זיי פארשקלאפט דארף מען אויסהאלטען אלע זייער דורות?. זיי זענען דאך נישט באשאפן צוזיין צוזאמן

פלאוויוס » פרייטאג אוגוסט 18, 2017 2:29 pm

· #382812
[ציטאט אראפגענומען]


נו גוט. די היסטאריע איז קלאר. די סיבות צו דעם בירגער קריג זענען קלאר.

די וואס האבן בוחר געווען זיך צו שלאגן פאר'ן קאנפעדערעסי האבן געקענט האבן פארשידענע, מער לאקאלע אינטערעסן. אויף ראבערט לי למשל ווערט באצייכנט אין וויקיפעדיע, אויב מ'קען זיך אויף דעם סומך זיין, אז פערזענליך האט ער נישט געוואלט זיין מדינה זאל זיך אפטיילן פון די פאראייניגטע שטאטן, נאר נאכדעם וואס ווירדזשיניע האט באשלאסן זיך אפצוטיילן איז ער געבליבן געטריי פאר זיין שטאַט.

בכל אופן, די נקודה איז אז דער מאראלישער קאמפאס פון אמעריקע איז געווען צעבראכן, כל זמן מ'האט בארעכטיגט די פארשקלאפונג פון שווארצע, צוליב וועלכער סיבה ס'זאל נישט זיין. דער צפון איז ארויסגעקראכן פון דעם תהום איידער דער דרום, און דאס האט געפירט צו דעם קריג. לאחר המעשה האבן ביידע זייטן אנערקענט, ווילנדיג צי נישט ווילנדיג, די העלדישקייט פון ביידע צדדים, און מיט די יארן האט זיך דער מאראלישער וועלטקוק אויסגעגליכן ביי ביידן. וואס ס'איז געווען איז געבליבן געשיכטע.

אפילו ווען צוויי קעגנערישע מדינות קריגן זיך קענען די העלדן פונעם פארלירער בלייבן געשעצט אין די אויגן פונעם געווינער (בלויז אלס ביישפיל: אין ירושלים איז אויפגעשטעלט געווארן א מאנומענט פאר די ירדנ'ישע קעמפער וועלכע זענען געפאלן אין גבעת התחומשת ביי דער זעקס-טאג מלחמה). די מאטיוון פונעם שונא זענען נישט וויכטיג ווען מ'רעדט פון די עַמךָ קעמפער וועלכע האבן פארטיידיגט זייער זייט, חוץ ווען זיי זענען באגאנגען מלחמה פארברעכנס. ווען ס'האנדלט זיך פון א ברידער קריג, וואו ביידע זייטן געהערן צו איין פאלק, איז עס נאך מער שייך. איבערהויפט ווען ס'איז א געשיכטע פון לאקאלע שטאטן, און העלדן וואס זענען געווען געטריי פאר זייערע מדינות אין זייער צייט און פלאץ.

אויב וואלט די לאגיק געווען אנדערש, וואלטן די סטאטוען און פענער געדארפט באטראכט ווערן ווי פארראט קעגן די פאראייניגטע שטאטן. ס'איז אבער נישט באטראכט געווארן אזוי במשך די לעצטע הונדערט פופציג יאר.

וואלווי » זונטאג אוגוסט 20, 2017 12:40 am

· #382848
פלאוויוס

אויב וואלט די לאגיק געווען אנדערש, וואלטן די סטאטוען און פענער געדארפט באטראכט ווערן ווי פארראט קעגן די פאראייניגטע שטאטן. ס'איז אבער נישט באטראכט געווארן אזוי במשך די לעצטע הונדערט פופציג יאר.


די איינציגסטע סיבה פארוואס די אלע סטאטוען און פענער פון די קאנפעדערעט זענען נאך געווען אין פאבליק די לעצטע הונדערט פופציג יאר איז נישט אזוי פיל די צו ס'איז בארעכטיגט אלס א פערספעקטיוו אדער ווייל זיי האבן געקעמפט געטרייעהייט פאר זייער איינוואונער כאילו ס'וואלט געווען א מלחמה צווישען צוויי פעלקער. די סיבה פארוואס ס'האט עקסעסטירט איז פשוט ווייל די ראסיזם איז נאך געווען בתקפו, אויב נישט ליגאל, עכ"פ אין ספיריט. די זעלבע זאך איז אפענע אנטעסעמיטיזם. ביז ניטש לאנג צירוק everyone got away with it. היינט איז די מצב אנדערש, מער אפען און עקסעפטינג, עכ"פ בגלוי, ממילא קען א לאנד פון פרייהייט נישט דעמאנסטרירן סימבאלס פון רעסיזם, און ס'איז קלאר אז די פרינסיפלס אויף וואס מ'האט זיך געשלאגן ביי די סיוויל וואר איז געווען וועגען פרייהייט און נישט עקאנאמי אדער די לעבאר פארס.

ס'איז די בושה וואס איז קובע. למעשה איז א חרפה און א בושה פאר א לאנד וואס שטעלט אוועק פרייהייט צו סימבאלאזירן אזעלעכע העלדן אפילו זיי האבן נישט דוקא געמיינט שלעכטס נאר העלדישקייט צו פראטעקטען זייער בירגער בשעת א קריג.

והא ראי' אז ס'די בושה. קיינער שעמט זיך נישט אז די לאנד פון פרייהייט האט געהארגעט און געגזל'ט לאנד פון מיליאנען נעטיוו אמעריקענס און נאר וועגען דעם איז יד אמעריקא על העליונה.

diff » זונטאג אוגוסט 20, 2017 2:00 am

· #382853
זאגסדאך אליין בושה איז גארנישט. נאר די ווילדער ווילדעווען

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 20, 2017 4:04 am

· #382859
@וואלווי עס זעהט מיר אויס ווי איר זאגט מער א מיינונג ווי א פאקט. אייער מיינונג איז פאר מיר נישט מער איבערצייגענד ווי @פלאוויוס'ס מיינונג.

וואלווי » זונטאג אוגוסט 20, 2017 4:08 am

· #382860
קורקלענד
@וואלווי עס זעהט מיר אויס ווי איר זאגט מער א מיינונג ווי א פאקט. אייער מיינונג איז פאר מיר נישט מער איבערצייגענד ווי @פלאוויוס'ס מיינונג.


ס'איז מיין אפיניאן מ'קען זיך קריגען דעראויף.

איך וואלט געוואלט זאגען דעט איטס עי פרי קאנטרי, אבער דעס זאג איך שוין נישט...

אויף וועלעכע פרט זאגסטו אז ס'איז אן אפיניאן?

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 20, 2017 4:11 am

· #382862
וואלווי
קורקלענד
@וואלווי עס זעהט מיר אויס ווי איר זאגט מער א מיינונג ווי א פאקט. אייער מיינונג איז פאר מיר נישט מער איבערצייגענד ווי @פלאוויוס'ס מיינונג.


ס'איז מיין אפיניאן מ'קען זיך קריגען דעראויף.

איך וואלט געוואלט זאגען דעט איטס עי פרי קאנטרי, אבער דעס זאג איך שוין נישט...

אויף וועלעכע פרט זאגסטו אז ס'איז אן אפיניאן?

די סיבה פארוואס די סטאטוע'ס זענען שטיין געבליבן פאר די לעצטע הונדערט און פופציג יאר.

וואלווי » זונטאג אוגוסט 20, 2017 4:28 am

· #382863
וועל איך בעסער אויסקלארן מיינע ווערטער:

די לאנד איז געגרינדעט געווארן אויף פרייהייט אלס איידיעל. לעגאל אבער האט עס גענומען יארן ביז מען האט פאראכטן און אמענדעד געזעצען אז דא זאל זיין לעגאלע פרייהייט.

אויף די עבר פון זיך נישט האלטען צו די פאנדעמענטען פון די לאנד דארף מען אבער תשובה טוהן.

לעגאל האט מען טאקע תשובה געטון און מתקן געווען תקנות. ווידער איידיעליסטיש גערעדט, איז די תשובה נישט אזוי שנעל געקומען, און אויף דעם ארויף האב איך געשריבען אז ס'ווענד זיך אין די בושה שבדבר, ווייל עדיין השטן מרקד בינינו, און דארט ווי מ'שעמט זיך נישט צו זיין א ראסיסט שלאגט מען כפרות מיט'ן איידיעל פון אלל מען אר קריעטעד איקאל.

ביז אהער איז פעקטועל.

יעצט, בנוגע צו מ'קען אנרופען ראבערט לי א הערא אדער נישט, און וועגען דעם זאגען אז די טעם פארווואס די סטאטועס און פענער זענען געשטאנען די לעצטע 150 יאר, דאס איז טאקע אן אפיניאן און נישט פאקטועל. אבער ס'איז יענע אפיניאן, אין מיי אפיניאן, אז מ'בארעכטיגט עס אין ענד אוו איטסעלף, מ'קען זיך קריגען דעראויף.

דעוויד דיוק קריגט זיך אויך.

פלאוויוס » זונטאג אוגוסט 20, 2017 1:12 pm

· #382889
[ציטאט אראפגענומען]


פארוואס זאגסטו אזוי? איך האב מיך נישט באצויגן דוקא צו ראבערט לי, נאר צו אלע סטאטוען און מאנומענטן וואס זענען געצילט צו געדענקען/ארויסהייבן די העלדן פון יענער מלחמה. ליין איבער וואס איך האב געשריבן. די סטאטוען רעפרעזענטירן אנגעבליך די העלדישקייט פון די קעמפער, אפגעזען פון די מאטיוון צו דער מלחמה מצד די העכערע פענסטערס.

צום ביישפיל, אין דייטשלאנד זענען דא מאנומענטן/סטאטוען וועלכע הייבן ארויס העלדן וועלכע האבן געקעמפט [פאר די דייטשן] ביי דער צווייטער וועלט מלחמה. וואלסטו עס געזען ווי א פראבלעם? קען זיין אז ס'איז דא וואס צו דעבאטירן, אבער דאס איז בכל אופן דער ארגומענט. אזוי מיין איך.

איך וויל אגב קלארמאכן, אויב איך האב נישט גענוג קלארגעמאכט פריער, אז די ארגומענטן פארטרעטן נישט "מיין" זייט. איך פרוביר נאר צו ערקלערן א גרופע פון וועלכער איך בין נישט קיין טייל, און מיט וועלכע איך בין נישט גענוג באקאנט. איך בין זיכער אז ס'זענען דא אנדערע וואס קענען די פאקטן בעסער ווי מיר, און זיי וועלן מיך קענען אויסגלייכן דארט וואו איך בין גרייזיג. בסך הכל פרוביר איך...

פלאוויוס » זונטאג אוגוסט 20, 2017 1:31 pm

· #382891
וואלווי


די איינציגסטע סיבה פארוואס די אלע סטאטוען און פענער פון די קאנפעדערעט זענען נאך געווען אין פאבליק די לעצטע הונדערט פופציג יאר איז נישט אזוי פיל די צו ס'איז בארעכטיגט אלס א פערספעקטיוו אדער ווייל זיי האבן געקעמפט געטרייעהייט פאר זייער איינוואונער כאילו ס'וואלט געווען א מלחמה צווישען צוויי פעלקער. די סיבה פארוואס ס'האט עקסעסטירט איז פשוט ווייל די ראסיזם איז נאך געווען בתקפו, אויב נישט ליגאל, עכ"פ אין ספיריט. די זעלבע זאך איז אפענע אנטעסעמיטיזם. ביז ניטש לאנג צירוק everyone got away with it. היינט איז די מצב אנדערש, מער אפען און עקסעפטינג, עכ"פ בגלוי, ממילא קען א לאנד פון פרייהייט נישט דעמאנסטרירן סימבאלס פון רעסיזם, און ס'איז קלאר אז די פרינסיפלס אויף וואס מ'האט זיך געשלאגן ביי די סיוויל וואר איז געווען וועגען פרייהייט און נישט עקאנאמי אדער די לעבאר פארס.


איך דערהער דעם צד. דאס איז דער דאמינאנטער צד אינעם אמעריקאנער דיסקורס. דער צד שכנגד טענה'ט אז די סימבאלן פון די קאנפעדערעסי קומט נישט שטיצן ראסיזם, נאר ס'וויל ארויסהייבן די העלדישקייט פון די קעמפער און זייער מסירות נפש פאר קאנסטיטוציאנעלע פרינציפן (בשעת ס'איז געהאנגען די פראגע צי די פעדעראלע רעגירונג קען צווינגען אינדיווידועלע שטאטן צו פארבלייבן א טייל פונעם בונד). וואס די רעזשים פון די קאנפעדערעסי האט געגלייבט בשעתו, און וואס זייערע מאטיוון זענען געווען צו דער מלחמה, איז נישט קיין סתירה צו דעם.

אגב, צוליב היסטארישער פונקטליכקייט וויל איך קלארמאכן אז די מאנומענטן זענען אויפגעשטעלט געווארן אפאר צענדליגער יארן נאכ'ן בירגער קריג, נישט גלייך נאכדעם. ס'איז לכאורה נישט מעלה ומוריד צום שמועס, נאר איך האב עס נישט געוואוסט פריער. די טענות פון ביידע צדדים זענען ווייטער אינעם פריערדערמאנטן שניט.

מי יקום » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 1:38 am

· #382953
וואס איז פשט אז קושנער מיט זיין רעבעצין פארדאמען נישט די פאריגע וואכעדיגע, ווילדע ראסיסיטשע נעא-נאציס מארש ווי די מארשירער האבן אין די עפענטליכקייט געשריגן אנטיסמיטשע סלאוגאנס ווי "JEWS WILL NOT REPLACE US"?

כהאב געזעהן די VICE NEWS קליפ, א שוידער איז מיר דורך אין מיינע ביינער. כהאב נישט געגעלייבט אז דעס קען געשעהן אין אמעריקע אין 2017.

די אויפשטייג פון נאציזים אין די ענדע דרייסיגער יאהרן איז אויך נישט געגאנגען פון איין מינוט אויף צווייטן, ס׳האט גענומען א שיינע פאר יאהר. מ׳טאר נישט צולאזן סזאל אנגעקומען צו אזא מצב און מ׳טאר אזעליכע פיינטליכע גרופעס נישט לאזן הייבן די קעפ. מילא טראמפ, קומט דאך פון א ווייסע ראסיסטשע בעיקראונד. אבער די טאכטער מיט די מאן שטעלן זיך אהער אלץ אידן? די זעלבע איז אויך שווער אויף אלע אנדערע אידן אין די טראמפ אדמינסטראציע ווי קאהן און מאניוטשין.

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 1:54 am

· #382955
מי יקום
וואס איז פשט אז קושנער מיט זיין רעבעצין פארדאמען נישט די פאריגע וואכעדיגע, ווילדע ראסיסיטשע נעא-נאציס מארש ווי די מארשירער האבן אין די עפענטליכקייט געשריגן אנטיסמיטשע סלאוגאנס ווי "JEWS WILL NOT REPLACE US"?

כהאב געזעהן די VICE NEWS קליפ, א שוידער איז מיר דורך אין מיינע ביינער. כהאב נישט געגעלייבט אז דעס קען געשעהן אין אמעריקע אין 2017.

די אויפשטייג פון נאציזים אין די ענדע דרייסיגער יאהרן איז אויך נישט געגאנגען פון איין מינוט אויף צווייטן, ס׳האט גענומען א שיינע פאר יאהר. מ׳טאר נישט צולאזן סזאל אנגעקומען צו אזא מצב און מ׳טאר אזעליכע פיינטליכע גרופעס נישט לאזן הייבן די קעפ. מילא טראמפ, קומט דאך פון א ווייסע ראסיסטשע בעיקראונד. אבער די טאכטער מיט די מאן שטעלן זיך אהער אלץ אידן? די זעלבע איז אויך שווער אויף אלע אנדערע אידן אין די טראמפ אדמינסטראציע ווי קאהן און מאניוטשין.


די פרעשיור פון אידישע גרופעס זענען גרויס. מאונאטשין האט באקומען א בריוו פון 300 געוועזנע קלאסמעיטס פון יעיל יוניווערסטי מיט א בקשה צו רעזיגנירן, אבער ער האט עס דערווייל אפגעווארפן. אלע אידישע גרופעס אזש ביז די ראביי פון איוונאקעס גירות פראדעצור האבן פארדאמט די קושנערס און טראמפס ריאקציע צו שארלאטסוויל.

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:09 am

· #382956
זיי זענען נישט ערשינען אין 2017, זיי גייען שוין אן אזוי צענדליגער יארן.

לדעתי איז מעגליך די סיבה פארוואס טראמפ האט זיי נישט אזוי פארדאמט איז ווייל למעשה זענען די לינקע פראטעסטירער דארט לדעתי גאנץ ווייניג אינטערסירט צו פראטעסטירן נאציזם, זיי זענען דארט מער צו פראטעסטירן טראמפ. נו, וואס זאל ער טוהן? שטיצן זיינע שונאים?

ווי זאגט יענער, פארוואס ווען טראמפ אנערקענט נישט די איצטיגע אטאקע ביים נאמען אלס 'וויינע נאציאנאליסטישע טעראר' נאר סתם אלס טעראר רופט מען איהם א נאצי. אבער ווען אובאמא האט נישט געוואלט אנערקענען איסלאמישע טעראר ביים נאמען האט איהם די מידיא נישט פארופן אלס א דזשיהאדיסט?

די תירוץ איז פשוט......

מיט דעם אלעם וואס טראמפ האט זיך דא אויסגעוויזן צו זיין אביסל היפיקראטיש, שטעלט זיך איצט א שטארקע פראגע אויף די לינקע זייט. הלמאי פארוואס ביי איסלאמישע טעראר האלטן זיי אז אלס ווייניגער וואס מען אנערקענט זיי אלס שוואכער ווערן זיי, און ביי די נעא נאציז וואס זענען טאקע געווען פוחת והולך אין די לעצטע הונדערט יאר, טאקע פארדעם וואס מען האט זיי נישט גורס געווען האבן זיי פלוצלינג איבערגעדרייט זייער גאנצע שיטה??

#אביעקטיוויזם #פאליטיק

מי יקום » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:16 am

· #382957
כ׳בין נישט זיכער ווי די לינקע און רעכטע קומען אריין דא. און ווי די מוסלימענער קומען אריין דא. לייג אלעס אין די זייט. פאקטיש האבן נעא-נאציס מארשירט אויף א אופן וואס מ׳האט אין אמעריקע נישט געזעהן פאר צענדליגער יאהרן. טראמפ מיט זיין אידישע טאכטער און איידעם, האבן זיך נישט צוטהן געמאכט בכלל. סאיז נישט קיין קונץ צו פוינטן די פינגער אייביג אויף יענעם. כזאג נישט די לינקע זענען אייביג גערעכט, אבער זיי וואלטן אזאנס קיינמאל נישט צוגעלאזט.

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:28 am

· #382958
קורקלענד. קודם כל נאציס און KKK זענען נישט קיין פארגלייך צו מוסלימענער. פשוט ווייל מוסלימענער זענען רוב פון זיי נישט קיין טעראריסטן משא״כ נאציס זענען מיסדו א פיינטליכע גרופע וואס וואלט אפשר געדארפט זיין מעיקרא איליגעאל. חוץ מזה די לינקע זענען דיוויידעד אויף די אישו. ביל מאהר האלט אז מדארף יא ארויסגיין קעגן איסלאם זעלבסט, און ארויסרופן זייער היפקאראסי. ער האט די וואך גערעדט פון די נושא, און פאריגע וואך האט ער גערעדט דערוועגן מיט פראפעסאר ריטשאורד דאוקינס וואס איז אויך אפענע קריטיקער פון איסלאם און זייערע פאליסיס.

diff » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 6:16 am

· #382961
מפארגעסט אז דע היינטיגע פראבלעם זענען דע מוסלומענער אין די שווארצע וואס שטיצן זיי. דערפאר איז טראמף זיכער בעסער פון אבאמא און מסתם אויך הילערי

diff » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 12:25 pm

· #383098

היכי דמי » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 12:42 pm

· #383100
רעב ליפא האט אויסגעניצט די כאאסישע צושטאנד צו מאכן א קידוש השם. פאר פאבליסיטי האט זיך עס אים זיכער געלוינט.
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/LipaSchmeltzer/videos/1645501375483469/">https://www.facebook.com/LipaSchmeltzer ... 375483469/</a>

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 1:40 pm

· #383102
נעה אן פראנץ יאזעף איז ער נישט אינטרעסאנט דער משוגענער.

diff » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 1:46 pm

· #383103
אפשר מעג מען וויסן ווי זענען געווען די נארמאלע

diff » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 2:01 pm

· #383107

diff » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 9:54 am

· #383184

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 2:22 am

· #383280
...America the Beautiful

KKK leader calls Univision reporter the N-word
In an interview, Ku Klux Klan leader Chris Barker threatens Univision
<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/videos/cnnmoney/2017/08/22/univision-kkk-interview-cnnmoney.cnnmoney">http://www.cnn.com/videos/cnnmoney/2017 ... y.cnnmoney</a>

כלבאשבוע » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 9:17 am

· #383292
The crying nazi, Chris Cantwell, from the Vice documentary, has turned himself in and is currently in jail

קורקלענד » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 2:03 am

· #383366

לולב הגזול » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 10:26 am

· #383382
די מערסטע קאנפעדערעט זעלנער האבען אליין נישט געהאט קיין קנעכט. זיי האבען געהאט לויט געוויסע חשבונות קרוב צו א מיליאן סאלדאטען. אונטער 5% פון אלע צפון אמעריקאנער האבען געהאט שקלאפען ווען די מלחמה האט אויסגעבראכען און נישט אלע זענען אליין געגאנגען אין מיליטער.

עס איז פשוט אז פאר דער זעלנער און פאר די פשוט'ע המון עם האט מען נישט גערודערט וועגען שקלאפען נאר אויף אנדערע סיבות שונות וואס קורקלאנד'ס לינק ברענגט אראפ.

מ'קען עס פארשטיין דארך קוקען ווי אזוי, למשל, דער רעפאבליקאנער זאגען נישט פאר דער עולם "שטימטס פאר מיר ווייל וואל-מארט באצאלט מיר אז מ'זאל עם לאזען פארשקלאפען האלב אמעריקע" אנשטאטס דעם זאגען זיי "לאמיר מאכען א וואנט פאר מעקסיקאנער און לאמיר גיין פייניגען עפעס א צומישטע קינד וואס מיינט ער'ס געי אדער וויל ווערען א נקבה און זיך באנוצען מיט א שטייענדיגע ביהכ"ס" רח"ל. און עס ארבייט פיין. קורקלאנד יוכיח.

היסטאריקער גייען זיך אמפערען אויף דער היינטיגע עפאכע פונקט אזוי ווי אויף די אמאליגע. פעיק ניוס איז נישט קיין נייע ערפינדונג.

קורקלענד » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 12:07 pm

· #383385
לולב הגזול
מ'קען עס פארשטיין דארך קוקען ווי אזוי, למשל, דער רעפאבליקאנער זאגען נישט פאר דער עולם "שטימטס פאר מיר ווייל וואל-מארט באצאלט מיר אז מ'זאל עם לאזען פארשקלאפען האלב אמעריקע" אנשטאטס דעם זאגען זיי "לאמיר מאכען א וואנט פאר מעקסיקאנער און לאמיר גיין פייניגען עפעס א צומישטע קינד וואס מיינט ער'ס געי אדער וויל ווערען א נקבה און זיך באנוצען מיט א שטייענדיגע ביהכ"ס" רח"ל. און עס ארבייט פיין. קורקלאנד יוכיח.


איך בין מיט אייך הונדערט פראצענט. איך בין בשיטה נישט קיין רעפאבליקאנער, במציאות בין איך גראדע א רעגיסטרירטע רעפאבליקאנע, אבער וועגן אן אנדער טעם וואס האט גארנישט צוטוהן מיט זייערע שיטות.

אין פאליטיק האב איך אויף יעדע נושא א באזונדערע מיינונג אפגעזען פון די פארטיי פלאטפארמע. ס'איז מיר שווער וויאזוי זייער אסאך מענטשן לויפן בלינדערהייט נאך פארטי ליינס. דהיינו זעקס יאר צוריק ווען אובאמא האט געזאגט אז מיר זאלן זיך אויפהערן שלאגן מיט רוסלאנד ווייל ס'איז סתם שנאת חינם אן קיין פשט, האבן די רעפאבליקאנער און קאנסערוואטיווע פארפירט, וויאזוי קען מען בכלל טראכטן אזוינס? רוסלאנד!? זיי ווילן אונז דאך אויפעסן. פלוצלינג זענען די רעפאבליקאנער לטובת שלום און די דעמאקראטן שרייען, רוסלאנד!?!?
בלאט: 1 2