☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דראג באניץ ביים היימישען עולם

דראג באניץ ביים היימישען עולם

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1176
בלאט: 1 2

ידען » זונטאג יולי 22, 2012 9:34 pm

· #27218
דראג באניץ ביים היימישען עולם
אין א אנדערע אשכול דערציילט ״אבי גערעדט״ א מעשה פונעם עמי מעגעזין וועגן א דראג דילער וואס האט אויך געדרייווד א קאר סערוויס, איז מיר ארויפגעקומען אינעם געדאנק אויב און וויפיל היימישע אידן ניצען אמאל אדער אפט דראגס.

נחום ר. פלעגט שרייען אז אונז זעמער די גרעסטע יוזערס אבער ווען ער זאגט אזוי איז כס מסתם פונקט פארקערט, אבער דאך קענעך מענטשן וואס דערציילן מיר ווי גוט סע איז צו בלאזן דעם פארשידענע דראגס, און בפרט ביי ענינים מאחורי הפרגוד.

איך וועל מיך נישט לאזן אריינפירן אין דעם ווייל אלע שרייען אז סע קען אריינשלעפען מער און מער, וועלעך נישט נעמען די ריסק אבער ביי גוים איז יא אנגענומען אז כמעט יעדער האט שוין אמאל אין לעבן אויסגעטרייט דראגס, אפי׳ פרעזידענט בוש געדענקעך האט געמוזט מודה זיין אזער האט שוין טועם געווען פון די גוטע סחורה.

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 9:49 pm

· #27231
[ציטאט אראפגענומען]

די בלאט האט חוזק געמאכט פון נחום הושיעה דראגס, את דראגס? ער זאגט דאך עס אליינס, ס'איז זיין אייגענע אויפטרעף וואס ער האלט אין איין איבער'חזר'ן.

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 9:53 pm

· #27232
ניין, נחום האט עס גענומען פונעם בלאט און צוריק חוזק געמאכט פון בלאט'ס איידיע. איך געדענק. (אבי מ'זאגט איך בין בייעס)

Shmilly » זונטאג יולי 22, 2012 11:58 pm

· #27279
א קרוב מיינע פון הצלה האט מודה געוועהן צו מיר אז עס איז ליידער אמת


פארשטייט זיך נישט אזוי ווייט אבער דאך א פאקט......

דבילה » מאנטאג יולי 23, 2012 12:02 am

· #27282
ס'איז דא א "שמועה" אין די ב"פ גאסן אז ביים ניקלשפורג'ן רבי'ן אויף 16 שמעקט כסדר פון געוויסע געווירצן... עד כדי כך אז ווען דער רבי קומט אריין אין ביהמ"ד 'האטערזיך געמאכט א מנהג אויטאמאטיש צו מאכן א בורא מיני בשמים!

אשפג » דינסטאג יולי 24, 2012 6:53 am

· #27835
דארפסט נישט לויפן ביז 16 עוו דא ביי אינז אין קרית יואל ווייס איך פון עטליסט 20 אינגעלייט וואס באניצען זיך יעדען טאג דערמיט
און מוצ"ש מאכן זיי א צוזאם קום, און דא רעדט מען נישט פון לא לייפס זיי זענען אלע העכער 30 מיט ווייבער און קינדער וואס לערנען אין איינע פון די 3 מוסדות
און איטליכע פון זיי זענען ארויף געקוקטע פרעסטיזשפולע מענטשען ביי אונז ליידער

גלות יוד » דינסטאג יולי 24, 2012 11:25 am

· #27905
איך ווייס בידיעה גמורה אז עס איז דא אין וויליאמסבורג צי באקומען די והותר pot פון די יאפפיס איך ווייס יונגעלייט וואס רויכערן עס תמידים כסדרם עס איז טאקע נישט די ריל דראגס אבער גענוג צו זיין דיסאריענטירט און מאכן עקסידענטס

יואליש » דינסטאג יולי 24, 2012 11:36 am

· #27915
גלות יוד
איך ווייס בידיעה גמורה אז עס איז דא אין וויליאמסבורג צי באקומען די והותר pot פון די יאפפיס איך ווייס יונגעלייט וואס רויכערן עס תמידים כסדרם עס איז טאקע נישט די ריל דראגס אבער גענוג צו זיין דיסאריענטירט און מאכן עקסידענטס


מ'ברויך מחלק זיין צווישן פאט (מאריכאנא) און די אנדערע סכנות'דיגע קאקעין און ווייס איך וואס נאך. הגם כ'האב ניטאמאל פרובירט קיין איינע פון זיי, און כ'וואלט קיינען נישט געראטן עס צו פרובירן, איז דא וואס זאגן אז פאט פאר זיי איז ווי א גלעזעל וויין ביים שבת טיש. אויב אבויזט מען אלקאהאל איז ביטער, אויב ווייסט מען ווי איין און ווי אויס, איז עס זייער נוצבאר פאר זיי צו אנגיין מיט די פרעשורס פונעם טאג טעגליכן לעבן און זיך האלטן צו די געזעלשאפט אן וויי טוהן זייער משפחה. אין אנדערע ווערטער, זיי זאגן אז רעליגיע איז די אפיום פון די מאסן, און וויבאלד זיי האבן נישט זוכה געווען צום טעם אין רעליגיע, ניצן זיי עכטע אפיום.

כ'ווייס פון זייער אסך מענטשן וועלכע ניצן עס זייער קאנסערוואטיוו און מיט אחריות און א געוויסע היימישע דילער זאגט אז ס'גייט פאר אן עקספלאזשען פון באנוץ און די סאמע היימישע געגענטער. (פארשטייט זיך פאר אזוינע מענטשן ווי מיר וואס זעהן עס נישט טאג טעגליך, קוקט עס אויס ווי א גוזמא און ס'שווער צו גלייבן. אבער כ'ווייס אז יענער טרייבט נישט איבער.)

ווען אונזערע מנהיגים זענען באמת אחריות'דיג, וואלטן זיי געלערענט די יוגענט פון די סכנה דערין, און נישט ברויכן דילען מיט אומוויסענדע מענטשן וואס פאלן אריין אין שאול תחתית. לויט געוויסע שמועות קאלעקטן ישיבות גאר געלט פון די רעגירונג פאר אזוינע לערנונגס פראגראמען.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 24, 2012 12:39 pm

· #27947
אינטערעסאנט אז איך ווייס נישט פון די אלע זאכן, קיינמאל נישט געזעהן פאר מיינע אויגן, און הפאענטליך וועל איך עס אויך נישט זעהן קיינמאל מעתה ועד עולם. און איך קען נישט קיין איינעם פערזענליך וואס נעמט דאס.

אבער סתם פאר אינטערעסאנטקייט. פארוואס נעמען דאס אזויפיל מענטשן? פארוואס הייבט מען אן? און פארוואס וויל מען דאס נעמען? וואס שפירט מען? בארואיגט עס אביסל פון די טאג-טעגליכע סטרעס? העלפט עס בשעת מען איז דעפרעסט?

ביי מיר איז קאווע שטיבל אזא דאופ (אביסל עדיקטעד 😢 ) און ווען איך וויל זיך אויסלופטערן קום איך דא ארויף, אדער גיי איך ארויס טשילן מיט חברים אדער אפילו משפחה, ברודער'ס, שוואגער'ס וכדומה. ס'איז מיר געווענליך פונקט גענוג זיך אויסצוטשוכען.

טעלעפאן » דינסטאג יולי 24, 2012 12:52 pm

· #27953
איך האב עטליכע חברים וואס זענען אין באנוץ מיט פאט. לויט ווי זיי טענה׳ן איז דאס געזונטער פון אלקאהאל (א סוירטש אויפן אינטערנעט האט אויך אזוי געוויזן) און נעמט זיי ארויס פונעם מצב ווען ס׳פעלט אויס...

גלות יוד » דינסטאג יולי 24, 2012 1:19 pm

· #27965
מעגליך אז עס איז געזונטער אבער מ'קען זיך נארן אז עס איז אזויווי אלקאהאל עס צומישט טויזענט מאל מער מ'דארף וויסן וויפיל צי נעמען

יואליש » דינסטאג יולי 24, 2012 1:56 pm

· #27977
ס'איז נישט דא קיין שום סיבה צו גיין זיכן עס. פערצופאל בין איך יא געווען ביי מסיבות ווי כ'האב דערקענט אויפן (קטנים) ריח אז מ'ניצט עס דארט. מיך אינטערעסירט עס נישט, און צו ווערן נאכגעשלעפט אלס פיר פרעשור, ווייל יעדער טיט דאס, אדער ווייל כ'וויל זיין קיל און היפ, אדער ווייל כ'האב מורא אז כ'פארפאס עפעס וואס אנדערע האבן יא - איז א שוואכע כאראקטער פון א מענטש און אזא איינער קען נאך אריינפאלן סך מער פון די נארמאלע פאט באנוץ. ס'פעלט נישט אויס צו רעדן דערפון, חוץ אויך צו ווארענען פאטענציעל קאסטומערס אז אפי' פאט קען מען אריינפאלן מיט שלעכטע סחורה וואס גענגסטערס מישן אריין כדי צו מאכן דעם מענטש עדיקטעט צו "זייער" סחורה. מ'ברויך וויסן אסך זאכן פון וואס זיך צו היטן, און היות דאס איז עטוואס נישט לעגאל, און ס'איז א שווארצע מארקעט, איז מען אומבאהאווענט און די גענגסטערס זענען אומרעגולירט, און מ'קען האבן אסך עגמת נפש.

נאכאמאל, ווען א אינגערמאן זאגט מיר אז ער און די ווייב נעמען צומאל פאט, קוק איך עס אן ווי איינער זאגט אז ער נעמט אן אלקעהאל מיקס. כ'קוק אים נישט ארויף און נישט אראף. ס'איז א לייפסטייל טשויס. ווען איינער פרעגט מיך אויב ער זאל עס פרובירן, זאג איך אים ניין.

קרעקער » דינסטאג יולי 24, 2012 3:06 pm

· #28009
איינע פין די סימנים אז מאיז העווי אף דראגס איז אז די ציינער זענען צושפרייט

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יולי 24, 2012 3:38 pm

· #28020
אזוי ווי רייכערן בלייבט עטליכע טעג אין די סיסטעם, מען קען עס זעהן אין די קטנים, אזוי בלייבט דראגס אין די סיסטעם פאר איבער צוואנציג יאר, מען קען עס זעהן אין די האר.

איך ווייס נישט צו פאט גייט אריין אין דעם כלל.

בן תמליון » דינסטאג יולי 24, 2012 3:42 pm

· #28021
שמעקעדיג
אינטערעסאנט אז איך ווייס נישט פון די אלע זאכן, קיינמאל נישט געזעהן פאר מיינע אויגן, און הפאענטליך וועל איך עס אויך נישט זעהן קיינמאל מעתה ועד עולם. און איך קען נישט קיין איינעם פערזענליך וואס נעמט דאס.

אבער סתם פאר אינטערעסאנטקייט. פארוואס נעמען דאס אזויפיל מענטשן? פארוואס הייבט מען אן? און פארוואס וויל מען דאס נעמען? וואס שפירט מען? בארואיגט עס אביסל פון די טאג-טעגליכע סטרעס? העלפט עס בשעת מען איז דעפרעסט?

ביי מיר איז קאווע שטיבל אזא דאופ (אביסל עדיקטעד 😢 ) און ווען איך וויל זיך אויסלופטערן קום איך דא ארויף, אדער גיי איך ארויס טשילן מיט חברים אדער אפילו משפחה, ברודער'ס, שוואגער'ס וכדומה. ס'איז מיר געווענליך פונקט גענוג זיך אויסצוטשוכען.


איך בין מיט אייך. פונקט זאגט מיר א חבר ער'ט נעכטן פארברענגט ביז 4 פארטאגס אין יאפי לאנד זיי האבן איהם געגעבן וויד עפעס אזאנס און אזאלכס נישט די געווענליכע נאר גראד פון אפגאניסאטן מורא'דיקע סחורה. ער זאגט עס מאכט משוגה רואיק איך האב קיין אנונג. איז מיין פראגע איך בין רואיק ב"ה אן פאט מה לי לצרה הזאת? איך פארשטיי די זעלבע שאלה איז אויף ציגארעטן. נא מוז זיין אלע מענטשן זענען משוגה מיר זענען פארבליבן אפאר נארמאלע. דערמאנט מיר וואס קאני ראטענבערג ע"ה פלעגט זאגן 90% וויליאמסבורג איז אויף נערוון פילן און די איבעריקע 10% פון זיי ליידט מען טאקע זיי דרייען איבער די שטאט.

יואליש » דינסטאג יולי 24, 2012 4:22 pm

· #28033
משולם שטיינפעלד
אזוי ווי רייכערן בלייבט עטליכע טעג אין די סיסטעם, מען קען עס זעהן אין די קטנים, אזוי בלייבט דראגס אין די סיסטעם פאר איבער צוואנציג יאר, מען קען עס זעהן אין די האר.

איך ווייס נישט צו פאט גייט אריין אין דעם כלל.


כ'מיין ביסט זיך טועה. כ'ווייס פון איינער וואס איז ליידער געווען א קרעק עדיקט און האט זיך נארמאלאזירט און איז יעצט צען יאר ריין (ס'מאכט זיך נישט אזוי אפט מיט קרעק און ס'איז באמת א גרויסע שטארקייט פון יענעם. קרעק קען אויך אפהרג'ן איינעם'ס מוח לעולם ועד). יענער איז דורכגעגיינגען א טעסט וואס האט געוויזן אז ס'איז גארנישט דא אין זיין סיסטעם. און דאס איז שוין קאקעין, נישט מאריכאנא.

קען זיין ס'איז דא א ספעציעלע טעסט וואס צייגט עס יא. אבער די געווענליכע טעסט וואס ארבייטסגעבער געבן, צייגט נישט ווען איינער איז באמת ריין.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יולי 24, 2012 6:00 pm

· #28085
א שנעלע זוך האט מיר געפירט צו דעם ניו יארק טיימס ארטיקל.

עס בלייבט גאר לאנג אין די האר, עס איז ווי די רינגען אין א בוים, וואס פארציילט גאר אסאך איבער וואס די בוים האט מיטגמאכט.

קליינע רעבעלע » דינסטאג יולי 24, 2012 9:29 pm

· #28200
אשפג
דארפסט נישט לויפן ביז 16 עוו דא ביי אינז אין קרית יואל ווייס איך פון עטליסט 20 אינגעלייט וואס באניצען זיך יעדען טאג דערמיט
און מוצ"ש מאכן זיי א צוזאם קום, און דא רעדט מען נישט פון לא לייפס זיי זענען אלע העכער 30 מיט ווייבער און קינדער וואס לערנען אין איינע פון די 3 מוסדות
און איטליכע פון זיי זענען ארויף געקוקטע פרעסטיזשפולע מענטשען ביי אונז ליידער


איך בין אפיקורת אז גלייב עס נישט?

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 24, 2012 11:16 pm

· #28255
קליינע רעבעלע
איך בין אפיקורת אז גלייב עס נישט?

אן אפיקורת קענסטו זיין ביז איבערמארגען, ווילאנג דו ווערסט מיר נישט קיין אפיקורס...

נולד מאוחר » דינסטאג יולי 24, 2012 11:49 pm

· #28267
כהאב אמאל געהערט א שפעקילאציא אז די לילקע ציבעך וואס די בעלשם ותלמידיו האבן באארבעט (rolled) איז געווען נעטירליכע געוויגסען וואס עפענען די מענטש צי משיג זיין העכרע השגהות.
איז די עפעס אן אמת דערין ?
otherwise וואס איז די גערייכעראכטס?
מסתמא האט מארלברוי נאך נישט פארקויפט געפאקטע פישקעלעך, האט מען געפלאנצט אליינס אין וואלד.
איז די מינים פין די קטורת אן סייקעדעליג סארט?

smart » מיטוואך יולי 25, 2012 1:13 am

· #28294
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב מיר דערמאנט פון די זעלבע זאך.. אוי איז ער משוגע ער פלעגט זאגן אז איבער דרייסיג פראצענט פונעם עולם איז אויף דארגס!! בעסער געזאגט יעדער דריי מענטשען!

"ממש איך פארשטיי אים נישט ווי שעימט ער זיך נישט אזוי צו זאגען און ער וויל נאך מענטשען זאלן אים גלייבען???" אזוי האב איך געטראכט דעמאלטס אין יענע צייטען ווען ער פלעגט עס זאגען. אבער היינט פארשטיי איך שוין אלעס!!!!!!

zurich » מיטוואך יולי 25, 2012 2:19 am

· #28307
איך האב מורא אז די אשכול איז פאר נחום ראזענבערג הייסע נייעס!!

איחוד פעלד » מיטוואך יולי 25, 2012 8:30 am

· #28322
Re: דראג באניץ ביים היימישען עולם
אקיצור עס איז דא פלענטי היימישע וואס זענען דערויף.
גוט צו וויסען.
ביי די שווארצע קען מען עס קויפען אין יעדעס געשעפט און בוידעם.
עס איז גארנישט שלעכט דערמיט נאר אז עס מאכט דער מענטש פאר א טאטאלע מחילה זעקעל, וואס רעדט ווי א משוגענער און טראכט ווי א קוקו.
עס קען זיין אז די רביס פין אמאהל פלעגען זיך באניצען מיט דעם לאורך ימים ושנים טובים, עס וואלט געווען גאנץ אינטרעסאנט צו זעהן א רבי מיט א עולם חסידים מוצאי שבת לאחר המעשה.....

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

יואליש » מיטוואך יולי 25, 2012 9:41 am

· #28334
משולם שטיינפעלד
א שנעלע זוך האט מיר געפירט צו דעם ניו יארק טיימס ארטיקל.

עס בלייבט גאר לאנג אין די האר, עס איז ווי די רינגען אין א בוים, וואס פארציילט גאר אסאך איבער וואס די בוים האט מיטגמאכט.


פון דארט איז משמע אז איינמאל מ'שערט אפ די האר בלייבט עס נישט דארט. אלענפאלס, די טעסט צייגט אויב מ'האט אויפגעהערט, ס'צייגט די היסטארי פון די באנוץ, ווי בוים רינגן.

ס'איז מיר א חידוש. די מעשה וואס כ'האב פריער פארציילט, האט אויך אינוואלווד א קאסטאדי און דארט האט די קאורט פארלאנגט בלויז יורין און בלוט.

ענן כבד » מיטוואך יולי 25, 2012 12:13 pm

· #28409
נולד מאוחר
כהאב אמאל געהערט א שפעקילאציא אז די לילקע ציבעך וואס די בעלשם ותלמידיו האבן באארבעט (rolled) איז געווען נעטירליכע געוויגסען וואס עפענען די מענטש צי משיג זיין העכרע השגהות.


כ'האב שוין אמאל געהערט די שפעקולאציא אויך אויף די טאבעק וואס די אמאליגע הויכע לייט האבן מריח געווען, און אז די חברה וואס נעמען פון די גרינע זענען וואויל באקאנט מיט די 'הויכע' ענינים, ווי 'פליען' אין די הימלען, התפשטות הגשמיות, התבודדות, און קפיצת הדרך וכד', אבער דאס איז לכאורה סתם ליצנות.
און בכלל כאפ איך נישט וואס די ביג דיעל איז אז ס'דא היימישע אידן וואס באניצן זיך דערמיט, א שטודיע ווייזט אז ארום 22 מיליאן אמעריקאנע באניצן זיך מיט אומלעגאלע סחורה, און דאס איז חוץ פין די וואס נוצן עס לעגאלערהייט וואס איז מער ווי דאפעלט די ציפערן, מילא איז נישט קיין שום חידוש אז ס'האט זיך שוין אויך אריינגעכאפט צווישן אונז, און מ'קען קיינעם נישט דן זיין. בפרט אז די וואס טוען דערינען בדרך כלל זענען אזעלכע וואס מאכן זיך מיט כל מיני פראבלעמן און ווייטאגן און לעבן און ניצן דאס אלס א מיטל זיך צו טוישן די מצב רוח. און פארגעסן פון די צרות אביסל, כאטש וואס און די לאנג ראן איז זעכער נישט גוט און מאכט נאר אן פראבלעמען אבער וואס קען מען טוען, איט איז וואט איט איז און שוין.
און דאס וואס נ"ר זאגט אז דרייסיג פראצענט פונעם עולם איז אויף דראגס איז לכאורה הוילע פאנטאזיעס כדרכו, כ'גלייב נישט אז ס'איז דא גאנצע פינף פראצענט אין דעם קאטעגאריע,

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 12:27 pm

· #28421
רבותי, ווי האט מען נישט מורא חוזק צו מאכן פון תלמידי בעש"ט??

מוז זיין אז נולד מאוחר איז שוין אנגעדראגט מיט אלע שלעכטע זאכן, ובתוכם כפירה.

נולד מאוחר » מיטוואך יולי 25, 2012 3:55 pm

· #28503
שמעקעדיג
רבותי, ווי האט מען נישט מורא חוזק צו מאכן פון תלמידי בעש"ט??

מוז זיין אז נולד מאוחר איז שוין אנגעדראגט מיט אלע שלעכטע זאכן, ובתוכם כפירה.

מיינט עס ערענסט אדער די מאכסט א דזשאק?

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 5:06 pm

· #28530
...והמבין יבין!

DotCom » מיטוואך יולי 25, 2012 10:51 pm

· #28697
איך דערמאן מיר אז נישט לאנג צוריק איז שבת ביי מוסף צוגעקומען צו מיר א אינגערמאן אין די דרייסיגער'ס, און האט מיר געפרעגט צו איך האב פון די סחורה, ווייל דער דיעלער האט אים געזאגט אז ער פארקויפט אויך פאר איינעם מיטן זעלבן נאמען ווי מיר...

אבער רוב פון די אינגעלייט נעמען טאקע נאר מאריכואנא וואס איז נישט אזוי עדיקטיוו ווי העראין אין קאקעין אדער מעטאפעדאמין, אך און וויי פאר די וואס פאלן נעבעך אריין מיט די ריכטיגע מעשה, דער עדיקשן בלייבט זיי ביזן לעצטן אטעם און קיין שום זאך אויף דער וועלט קען עס נישט פארפילן , סנישט במציאות צו ווערן פטור פון א נארקאטיקס עדיקשן, אפילו איינער דרייט זיך ארויס פון עס נוצן, בלייבט ער אבער אין א שטענדיגע מלחמה מיטן עדיקשן, וועגן דעם דארף מען אוועקשטיין פון מאריכואנא ווייל די אומלעגאלע דיעלער'ס מישן אריין דערפון פון די אנדערע סחורה און פון דארט קומט מען נישט צוריק ל"ע.

אמאל האט זיכער נישט אזוי אויסגעפעלט צו רעדן דערפון פאר אונזער עולם, אבער היינט איז שוין ליידער דא זייער אסאך קעיסעס ביים היימישן עולם און אויב גייט מען נישט רעדן דערפון בפרט פאר בחורים און אינגעלייט וועט זיך עס זייער שנעל אויסשפרייטן, שוין אין תשס"ט האט דער חיד"ו ווייס שליט"א פון אנטווערפען ארויסגעגעבן א קונטרס מיטן נאמען 'ובחרת בחיים' ווי ער רעדט דערפון זייער אפן און קלאר, אויב איך וועל עס טרעפן וועל איך עס בל"נ דא ארויפלייגן.

איך אויך » מיטוואך יולי 25, 2012 11:06 pm

· #28706
אינטרעסאנט מיר קומט מען נישט פרעגן....

אייגענארטיג » מיטוואך יולי 25, 2012 11:43 pm

· #28718
איך אויך
אינטרעסאנט מיר קומט מען נישט פרעגן....


אדער דערציילסטו עס נישט 😂

DotCom » מיטוואך יולי 25, 2012 11:51 pm

· #28719
קונטרס ובחרת בחיים להחיד"ו ווייס שליט"א.
אין דף י"ט ווידמעט ער א קאפיטל אויפצוקלערן אחב"י די חומר הענין פון רייכערן דראגס

טאמבל סאס » דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:42 am

· #28768
איך אויך
אינטרעסאנט מיר קומט מען נישט פרעגן....

אפשר ביסטו אזוי פארדאופט אז דו הערסט אפילו נישט וואס זיי רעדן צו דיר. 😂

איך אויך » דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:59 am

· #28775
האמיר שוין צוויי נסחאות אדער אז איך הער פשוט נישט מרוב דראג יוז אדער איך וויל נישט פארציילן, המממ כעל עס דורכטראכטן.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יולי 26, 2012 10:08 am

· #28779
געווענליך, די וואס הערן נישט גוט קענען אויך נישט גוט רעדן. 😉

איך אויך » דאנערשטאג יולי 26, 2012 10:09 am

· #28780
אוקעי פאק אויס אלע מיינע חסרונות ענד לעטס געט אווער וויט איט.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יולי 26, 2012 10:16 am

· #28783
חלילה איים דזשאסט קידינג. דו ווייסט אז איך האלט עולמות פון דיר.
אמאל מעג מען אויך א שמייכעלע געבן, און די נעכטיגע מעלאנע איז אויך סתם געווען טשיט טשעט.
ווייסטאך איך האב ליב יעדן אידיש קינד,
א קצב, אין יעדן מצב
אין וועלכע ער זיך געפינט.

שמואל הלוי » זונטאג יולי 29, 2012 5:58 pm

· #29497
zurich
איך האב מורא אז די אשכול איז פאר נחום ראזענבערג הייסע נייעס!!

נחום אדווערטייזט שוין די אשכול אויף זיין בלאג.

שמואל הלוי » זונטאג יולי 29, 2012 6:11 pm

· #29498

אברעמעל » זונטאג יולי 29, 2012 6:30 pm

· #29510
ס'דא די באקאנטע ווידיאויס פון אים פון זיין אינטערוויא מיט bbc

קאנצעפט » מאנטאג יולי 30, 2012 10:43 am

· #29729
משולם שטיינפעלד
א שנעלע זוך האט מיר געפירט צו דעם ניו יארק טיימס ארטיקל.

עס בלייבט גאר לאנג אין די האר, עס איז ווי די רינגען אין א בוים, וואס פארציילט גאר אסאך איבער וואס די בוים האט מיטגמאכט.


כ'זע מ'האט שוין דא אפאר מאל אויסגעשמועסט דעם חילוק פון קאקעין - וואס איז זייער שעדליך, - און מאריוואנא - וואס איז בסך הכל אזוי ווי אלקאהאל, און נאכאלץ מאכן מענטשן דעם טעות און מישן דאס צונויף. מאריוואנא איז בסך הכל א downer אדער מאכט עס פארקערט זייער הויעך, אבער ס'שפילט זיך נישט מיטן מענטשנ'ס סיסטעם, ווי מ'קען זען אויף וויקיפידיע <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Cannabis_%28drug%29">http://en.wikipedia.org/wiki/Cannabis_%28drug%29</a>

ס'איז אמת אז צו סאך קען זיין זייער שעדליך, אבער די זעלבע איז מיט אלקאהאל און נאך זאכן. מאריוואנא איז - אנדערש ווי טאבעקא - בכלל נישט אדיקטיוו, אוודאי, יא, מ'קען ווערן אדיקטעד דערצו, אבער מ'קען אויך ווערן אדיקטעד צו אינטערנעט וכו', ס'ליגט נישט דערין קיין אדיקטיוו סובסטאנצן.

היינט איז דא אין אמעריקע - בעיקר אין קאליפארניע, אסאך לעגאלע מאריוואנא פעסיליטי'ס ווי מ'קען זיך איינהאנדלען מעדיקל מאריוואנא לעגאל, ס'הייסט אז ס'העלפט לינדערן די שמערצן וואס מענטשן האבן צומאל נאך עקסידענטס וכו'

אין די יונייטעד סטעיטס איז איינע פון די שטערקסטע באוועגונגען צו לעגאליזירן מאריוואנא, זיי טענה'ן אז די אלע רציחות וואס טוט זיך אפ אז נאר ווייל עס איז נישט קאנטראלירט, און עס ליגט אין די האנט פון די קרימינאלן, העט מען דערויף האלטן א סדר, און יעדער וועט קענען אריינגיין אין א געשעפט קויפן וועלן די אלע מעקסיקאנער דראג קארטעלן ארויסגיין פון ביזנעס, און די רעגירונג וועט דזשענערעיטן ביליאנען אין טעקס דערפון, פונקט ווי אויף אלקאהאל. גאנץ מעגליך אז אין צוואנציג יאר ארום וועט מען קוקן אויפ'ן היינטיגן צושטאנד אזויווי מיר קוקן אויף די פראבעישאן יארן ווען אלקאהאל איז געווען פונקט אזוי 'טמא' (און נאך סאך ערגער), ווי מאריוואנא היינט.

פרעזידענט אבאמא איז געווען א שטיצער צו לעגאליזירן מאריוואנא, אבער קוקט אויס אז די אינדוסטרי וואס באקעמפט די דראג איז שטערקער, און אונטער זיין אדמיניסטראציע האט זיך אנגעהויבן אסאך רדיפות אפילו קעגן די לעגאלע דראג אנטשטאלטן. (זיי זאגן אז ביליאנען דאלארן ווערן פארדינט דורך די צענדליגע טויזנטער ריהעב'ס וואס מאכן געלט אויף די מענטשן וואס ווילן ארויסקריכן פון די מאריוואנא געוואוינהייטן, און ס'זענען פארהאן גאנצעטע אינדוסטריעס, מעדיצינען, וכו' צו באקעמפן מאריוואנא, און דאס איז איינע פון די סיבות וואס האלטן צוריק די רעגירונג עס צו לעגאליזירן.)

דא קענט איר אויך ליינע בקיצור איבער די 'שעדליכקייט' פון מאריוואנא <a class="postlink" href="http://futurepocket.com/why-the-government-wont-legalize-marijuana/">http://futurepocket.com/why-the-governm ... marijuana/</a>

יואליש » מאנטאג יולי 30, 2012 12:17 pm

· #29765
קאנצעפט


גאנץ מעגליך אז אין צוואנציג יאר ארום וועט מען קוקן אויפ'ן היינטיגן צושטאנד אזויווי מיר קוקן אויף די פראבעישאן יארן ווען אלקאהאל איז געווען פונקט אזוי 'טמא' (און נאך סאך ערגער), ווי מאריוואנא היינט.


* פראהיבישען

ל.רוזן » מאנטאג יולי 30, 2012 12:55 pm

· #29795
Re: דראג באניץ ביים היימישען עולם
זייער א אנטרסאנטע געשיכטע פון א היימישן דראג דילע
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=m2WeIGq5f9k&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=m2WeIGq ... ata_player</a>

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 30, 2012 12:58 pm

· #29798
ל.רוזן
זייער א אנטרסאנטע געשיכטע פון א היימישן דראג דילע
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=m2WeIGq5f9k&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=m2WeIGq ... ata_player</a>

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

איך האב עס שוין אויבן געברענגט, כאפ א בליק.

נפתלי » מאנטאג יולי 30, 2012 1:02 pm

· #29800
יואליש
משולם שטיינפעלד
אזוי ווי רייכערן בלייבט עטליכע טעג אין די סיסטעם, מען קען עס זעהן אין די קטנים, אזוי בלייבט דראגס אין די סיסטעם פאר איבער צוואנציג יאר, מען קען עס זעהן אין די האר.

איך ווייס נישט צו פאט גייט אריין אין דעם כלל.


כ'מיין ביסט זיך טועה. כ'ווייס פון איינער וואס איז ליידער געווען א קרעק עדיקט און האט זיך נארמאלאזירט און איז יעצט צען יאר ריין (ס'מאכט זיך נישט אזוי אפט מיט קרעק און ס'איז באמת א גרויסע שטארקייט פון יענעם. קרעק קען אויך אפהרג'ן איינעם'ס מוח לעולם ועד). יענער איז דורכגעגיינגען א טעסט וואס האט געוויזן אז ס'איז גארנישט דא אין זיין סיסטעם. און דאס איז שוין קאקעין, נישט מאריכאנא.

קען זיין ס'איז דא א ספעציעלע טעסט וואס צייגט עס יא. אבער די געווענליכע טעסט וואס ארבייטסגעבער געבן, צייגט נישט ווען איינער איז באמת ריין.

ווען איך זאל געבן די געווענליכע טעסט פאר מיין ארבייטסגעבער וועט ער נישט ארויסקומען ריין...

בן תמליון » מאנטאג יולי 30, 2012 4:34 pm

· #29897
דאס אינטערעסאנטע איז אז די אלע יפי נפשות וואס שרייען כסדר אויף אונזער איליגעל נעמען פוד סטעמפס אז אונזערע קינדער זאלן נישט אויסגיין פאר הונגער, אדער סעקשאן 8 אז מיר זאלן נישט גיין היימלאז הם ונשיהם ובניהם וטפם, די זעלביקע וועלן האבן קיין פראבלעם מיט רויכערן פאט וחשיש מיט אלע צונעמען, און וועלן האבן גאנצע תורות מיט תירוצים ווי אז אין קאליפארניע איז עס ליגעל און אז עס גייט אמאל ווערן ליגעל האבן דעם געזעץ אין בוידעם. הדא הוא דכתיב היפאקריווסקע.

ידען » זונטאג מאי 19, 2013 8:21 pm

· #115813
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/131134/2013/05/19/jerusalem-weed-grow-room-found-in-haredi-girls-school/">www.vosizneias.com/131134/2013/05/19/je ... ls-school/</a><!-- w -->

השגה פון מיידלעך.

איינער קען אויס לערנען מיין ווייב אביסעל?

וואס נאך » זונטאג מאי 19, 2013 8:23 pm

· #115815
חלילה וחס

יאיר » דינסטאג מאי 21, 2013 12:45 am

· #116264
מ'האט געפינען דראגס אין א פרומע שולע נעבן תל אביב.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:26 am

· #117187
שמואל הלוי
zurich
איך האב מורא אז די אשכול איז פאר נחום ראזענבערג הייסע נייעס!!

נחום אדווערטייזט שוין די אשכול אויף זיין בלאג.

שמואל. דו ביסט א מיליאן פראצענט גערעכט. אזוי האב איך אנטדעקט "קאווע שטיבל". את חטאי אני מזכיר. כ'האב געבלעטערט אויף נחום'ס בלאג. פלוצלינג זעה איך די מענטשעלעך פון ק"ש וואס זיצן רואיג ביי'ם טיש און שמועסן. ענד נאו יו נאו דע רעסט אוו דע סטארי.
בלאט: 1 2