☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דראג באניץ ביים היימישען עולם

דראג באניץ ביים היימישען עולם

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1176
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:13 pm

· #117212
אברעמעל
ס'דא די באקאנטע ווידיאויס פון אים פון זיין אינטערוויא מיט bbc

ס'איז אויך דא אן אינטערוויו וואס ר'האט געגעבן פאר אן איזראעלי רעפארטערין. דארט פארציילט ער די מעשה אביסל אנדערש. אבער בעיסיקלי קומט ער ארויס צו די זעלבע ענד. איין זאך זאל ער אבער נישט פארציילן פאר קיינעם אז ער איז געווען אזא תמימות'דיג יונגל. ער איז א געשליפענער סוחר. 😳 🙄

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:34 pm

· #117231
נפתלי
יואליש
משולם שטיינפעלד
אזוי ווי רייכערן בלייבט עטליכע טעג אין די סיסטעם, מען קען עס זעהן אין די קטנים, אזוי בלייבט דראגס אין די סיסטעם פאר איבער צוואנציג יאר, מען קען עס זעהן אין די האר.

איך ווייס נישט צו פאט גייט אריין אין דעם כלל.


כ'מיין ביסט זיך טועה. כ'ווייס פון איינער וואס איז ליידער געווען א קרעק עדיקט און האט זיך נארמאלאזירט און איז יעצט צען יאר ריין (ס'מאכט זיך נישט אזוי אפט מיט קרעק און ס'איז באמת א גרויסע שטארקייט פון יענעם. קרעק קען אויך אפהרג'ן איינעם'ס מוח לעולם ועד). יענער איז דורכגעגיינגען א טעסט וואס האט געוויזן אז ס'איז גארנישט דא אין זיין סיסטעם. און דאס איז שוין קאקעין, נישט מאריכאנא.

קען זיין ס'איז דא א ספעציעלע טעסט וואס צייגט עס יא. אבער די געווענליכע טעסט וואס ארבייטסגעבער געבן, צייגט נישט ווען איינער איז באמת ריין.

ווען איך זאל געבן די געווענליכע טעסט פאר מיין ארבייטסגעבער וועט ער נישט ארויסקומען ריין...

מאך זיכער אז דער טשעק וואס ס'קומט דיר האט די ריכטיגע נאמבערס. און אז ס'איז נישט חוזר. און אויב דער "באס" קומט אריין אין א גרינעם מיטוואך (אדער דאנערשטיג) און הייבט אן זינגען מנוחה ושמחה מאך דיך ווי דו הערסט נישט.

נולד מאוחר » זונטאג יוני 16, 2013 10:41 am

· #125183

קאמענטירער » זונטאג יוני 16, 2013 12:38 pm

· #125220
קאנצעפט
היינט איז דא אין אמעריקע - בעיקר אין קאליפארניע, אסאך לעגאלע מאריוואנא פעסיליטי'ס ווי מ'קען זיך איינהאנדלען מעדיקל מאריוואנא לעגאל, ס'הייסט אז ס'העלפט לינדערן די שמערצן וואס מענטשן האבן צומאל נאך עקסידענטס וכו'

אין די יונייטעד סטעיטס איז איינע פון די שטערקסטע באוועגונגען צו לעגאליזירן מאריוואנא, זיי טענה'ן אז די אלע רציחות וואס טוט זיך אפ אז נאר ווייל עס איז נישט קאנטראלירט, און עס ליגט אין די האנט פון די קרימינאלן, העט מען דערויף האלטן א סדר, און יעדער וועט קענען אריינגיין אין א געשעפט קויפן וועלן די אלע מעקסיקאנער דראג קארטעלן ארויסגיין פון ביזנעס, און די רעגירונג וועט דזשענערעיטן ביליאנען אין טעקס דערפון, פונקט ווי אויף אלקאהאל. גאנץ מעגליך אז אין צוואנציג יאר ארום וועט מען קוקן אויפ'ן היינטיגן צושטאנד אזויווי מיר קוקן אויף די פראבעישאן יארן ווען אלקאהאל איז געווען פונקט אזוי 'טמא' (און נאך סאך ערגער), ווי מאריוואנא היינט.

פרעזידענט אבאמא איז געווען א שטיצער צו לעגאליזירן מאריוואנא, אבער קוקט אויס אז די אינדוסטרי וואס באקעמפט די דראג איז שטערקער, און אונטער זיין אדמיניסטראציע האט זיך אנגעהויבן אסאך רדיפות אפילו קעגן די לעגאלע דראג אנטשטאלטן. (זיי זאגן אז ביליאנען דאלארן ווערן פארדינט דורך די צענדליגע טויזנטער ריהעב'ס וואס מאכן געלט אויף די מענטשן וואס ווילן ארויסקריכן פון די מאריוואנא געוואוינהייטן, און ס'זענען פארהאן גאנצעטע אינדוסטריעס, מעדיצינען, וכו' צו באקעמפן מאריוואנא, און דאס איז איינע פון די סיבות וואס האלטן צוריק די רעגירונג עס צו לעגאליזירן.)

דא קענט איר אויך ליינע בקיצור איבער די 'שעדליכקייט' פון מאריוואנא <a class="postlink" href="http://futurepocket.com/why-the-government-wont-legalize-marijuana/">http://futurepocket.com/why-the-governm ... marijuana/</a>


בעלאניס, ס'איז א קאנספעראציע ווי אלע טעאריעס וואס מיינען זיי אז איינמאל דראגס ווערט לעגאל איז שוין נישט דא מער קיין קרימינאלע שטיק? זיי וועלן זיך נעמען צו אן אנדערע אונטערוועלט ביזנעס ווי צ.ב. נאכמאכען ברענדס. וואס דאס איז די צווייטע אינדעסטרי נאך דראגס די טעאריע דערמאנט מיר פון די פורים ארטיקעל וואס האט געשילדערט וויאזוי די וועלט וואלט ווען אויס געקוקט ווען סאיז נישט דא די קראמינאלן, א וועלט אן פאליציי וכדו'.

יין שרף » מאנטאג יוני 17, 2013 1:13 am

· #125410
גראדע האב עך א חבר א פלאמער וואס האט א ארבייטער א גוי, און ער לאזט עם נאר קומען ארבייטען נאכן אריין אטעמען געוויסע סממנים לאישי ריח ניכוח, ער טענה'ט אז ער האט מורא פון א גוי וואס איז נישט פארדראגט... (איך האב נאר מורא פון א גוי וואס איז יא פארדראגט, ווייל וועלכע גוי איז נישט...?)
בלאט: 1 2