☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » אשכול אן א טיטל #11711

אשכול אן א טיטל #11711

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11711
בלאט: 1 2

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 4:17 am

· #383063
א ווארימע געזעגענען מיט א גוטע נאך טעם פון southern hospitality :
📎 A 20170821_152256.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:08 am

· #383071
מיר באדערט עפעס דא.

ביי אונז איז געווען א 75% עקליפס, הייסט'ס דריי פערטל פון דער זון איז פארשטעלט געווארען. און ס'איז געווען כמעט אזוי ליכטיג ווי נארמאל. אן די וואלקענעס, וואלט עס מסתמא געווען אינגאנצן נארמאל. פרעג איך אייך, וואס פעלט אויס אזא גרויסע זון, טאמער א פערטל איז גענוג?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:12 am

· #383073
איך האב אלץ געמיינט אז די לבנה האט אויך געוואלט זיין גרויס. א נייעם פשט!

טרויבן88 » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:22 am

· #383088
אונזער באליבטן ר' מנשה פיליפ



📎 IMG_20170822_172129.jpg

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 12:03 pm

· #383094
ליטוואק פון בודאפעסט
מיר באדערט עפעס דא.

ביי אונז איז געווען א 75% עקליפס, הייסט'ס דריי פערטל פון דער זון איז פארשטעלט געווארען. און ס'איז געווען כמעט אזוי ליכטיג ווי נארמאל. אן די וואלקענעס, וואלט עס מסתמא געווען אינגאנצן נארמאל. פרעג איך אייך, וואס פעלט אויס אזא גרויסע זון, טאמער א פערטל איז גענוג?

וואס פארא פנים וואלטן געהאט די אלע "שמעלקע'ס" פון @דער גאלדענער אדלער ארטיקלען ווען זיי קענען נישט מסביר זיין פאר זייערע ברוך הבא'ס חמשה עשר בשבט אין ניו יארק אז זיי זענען אזוי גע'טענד געווארן אין מיאמע..

ליפא » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 12:11 pm

· #383096
📎 20170822_121137.jpg

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 8:18 pm

· #383156
ליטוואק פון בודאפעסט
מיר באדערט עפעס דא.

ביי אונז איז געווען א 75% עקליפס, הייסט'ס דריי פערטל פון דער זון איז פארשטעלט געווארען. און ס'איז געווען כמעט אזוי ליכטיג ווי נארמאל. אן די וואלקענעס, וואלט עס מסתמא געווען אינגאנצן נארמאל. פרעג איך אייך, וואס פעלט אויס אזא גרויסע זון, טאמער א פערטל איז גענוג?


גיי קאלל דעם אייבישטן. ס'איז מסתמא דא אן 800 נאמבער. אדער א וועבסייט וואו מ'קען ריעטשן דעם באשעפער. און פרעג איהם. אויך שלאג פאר דיינע הצעות פאר ענערדזשי סעיווינג. אפשר נאך 5777 יאר וועט ער זיך בארעכענען און רעדיוסן די ענערגיע פון די זון, כדי צו סעיוון עלעקטריק. נאר דאס לעצטע מאל איינער איז געגאנגען קאמפלעינען אויף זיין חבר, האט דער אייבישטער געהייסן מ'זאל איהם/איהר אליינס רעדוצירן. שוואכער מאכן...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 8:58 pm

· #383345
א גאנצע צייט, פאר דער עקליפס, האט מיר עפעס געשטערט ביים זע׳עו די אלע רעקלאמעס פאר עקליפס בריללען.
טאמער ס׳איז טאקע אזא סכנה, וואס איז געשען אין 1962? מ׳האט איין בלינדע מענטש געטראפען פון די גאנצע אמעריקא. עפעס שטימט דא נישט, ס׳וואלט געמוזט זיין פיהל מער.
איך האב נישט געוואלט זאגען עפעס וואס קען קאלייע מאכען, האב איך מיין צונג געביסען, אבער איך קלער אז ס׳איז מער הייפ ווי אמת. יא, ס׳איז מעגליך, אבער נישט מסתבר. עכ"פ, אזוי קלער איך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 10:11 pm

· #383350
ס'קען זיין אז נאך אן עקליפס איז טאקע געווען עטליכע פעלער פון בלינדקייט. אבער ס'איז געקומען מחמת אנדערע סיבות. און מ'האט עס תולה געווען אין דעם. נאר קיינער וויל נישט נעמען א ריזק און אויסטרייען אויף זיך...און וויבאלד אין אמעריקע איז דאך אלעס א ביזנעס. אזוי ווי דער אמעריקאנער פרעזידענט קאלווין קולידזש האט זיך אויסגעדרוקט, אז די ביזנעס פון אמעריקע איז ביזנעס...האטציך עס פיין אויסגעארבעט. און געוויסע (א סאך) מענטשן האבן שיין פארדינט פון דעם עסק...!

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 10:28 pm

· #383351
berlbalaguleh
ס'קען זיין אז נאך אן עקליפס איז טאקע געווען עטליכע פעלער פון בלינדקייט. אבער ס'איז געקומען מחמת אנדערע סיבות. און מ'האט עס תולה געווען אין דעם. נאר קיינער וויל נישט נעמען א ריזק און אויסטרייען אויף זיך...און וויבאלד אין אמעריקע איז דאך אלעס א ביזנעס. אזוי ווי דער אמעריקאנער פרעזידענט קאלווין קולידזש האט זיך אויסגעדרוקט, אז די ביזנעס פון אמעריקע איז ביזנעס...האטציך עס פיין אויסגעארבעט. און געוויסע (א סאך) מענטשן האבן שיין פארדינט פון דעם עסק...!
ווי למשל כינע, וואס האט פארקויפט די סארטן ברילן צוויי מאל, איינמאל די פאלשע און נאכדעם וואס נאסא איז געוואר געווארן אז ס'ווערט א נפיחה, האט מען געדארפט איבערקויפן
בלאט: 1 2