☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » א אידיש ווערטערבוך

א אידיש ווערטערבוך

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11696

לאשיצער » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 7:40 pm

· #381768
א אידיש ווערטערבוך
חשוב'ע שרייבערס,

איך וויל וויסן וואס איר מיינט וועגן דעם:
ווען ס'וואלט עקזיסטירט א ווערטערבוך, וואס טייטשט איבער פון אידיש אויף ענגליש, צי אפילו שווערע/זעלטענע אידישע ווערטער אויף פשוט אידיש -- און דווקא "אידיש", נישט "יידיש" -- וואלט מען דאס געניצט? איז דא בכלל א באדערפעניש פאר אזא מין זאך? אגב איך האב אינזינען אן אי-בוק צי א וועבזייטל, וואס מ'קען ניצן אויף א קאמפיוטער אדער סעלפאון, נישט פאפיר.

דאס בוך וואלט אריינגענומען דעם גראמאטישן מין פון סובסטאנטיוון (דער, די, דאס) און אנדערע וויכטיגע גראמאטישע אינפארמאציעס. איך קלער אז דער עולם וואלט געקענט אריינשיקן נייע ווערטער, אבער איינער אן אויטאריטעט (א פראפעסיאנעלער שרייבער) וואלט געדינט ווי דער רעדאקטאר וואס נעמט אן/בעסערט אויס די אריינגעשיקטע ווערטער.

דערווייל איז מיין פראגע בלויז היפאטעטיש.

מפוזרי » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 7:55 pm

· #381770
Re: א אידיש ווערטערבוך
איך קען נאר רעדן אין מיין נאמען, אבער לדעתי איז זיכער דא א גרויסע צורך פאר דעם. שוין העכסט צייט צו מאכן סדר אין דעם דזשאנגל פון די היינטצייטיגע אידיש.

קורקלענד » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 7:57 pm

· #381771
איך וואלט שטארק הנאה געהאט. ספעציעל האב איך הנאה אז איר רעדט פון א 'אפענע פארמאט'.

איך האף אז עס זאל זיין בעסער ווי גוגל טראנסלעיט.

לאשיצער » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 8:07 pm

· #381773
וויאזוי גיט מען זיך אן עצה ביים לייענען די אידישע ליטעראטור פון אייראפע (למשל באשעוויס, גראדע) אדער ביים שרייבן ארטיקלען, ווען ס'איז נישטא קיין גוטע אידישע ווערטערביכער? מ'ניצט די "יידישע" ווערטערביכער, אדער אנדערע רעסורסן?

איך האלט אויך פון אן אפענעם פארמאט.

shtriemel » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 8:10 pm

· #381774
[ציטאט אראפגענומען]


ג"א מצטרף. דערווייל דארף איך כסדר פרעגען ר' @שבת'ן צו דא קומט א יוד אדער צי דו קימט א וואוו. ער באהאלט ערגעץ דעם שערי יצחק פון מיר.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 8:20 pm

· #381775
לאשיצער: ייש"כ. איך האף אז דו ביסט נישט קיין יידישיסט. ב"ה אז נישט. ווייל פון אט די סחורה איז דא גענוג און נאך. נאר ס'איז נישט נוצבאר פאר אידן (אפגעזעהן פון זייער פארטיי אנגעהעריגקייט) ביי וועם אידיש איז זייער טאג-טעגליכע שפראך. און זיי זוכן דעם אמת. נישט דעם עמעס. ווייל די שפראך אידיש איז בעצם א הייליגע שפראך. ס'איז ענג פארבונדן מיט לשון הקודש. אויסער נאך א סאך ווערטער פון פארשידענע שפראכן וואס דאס אידישע פאלק האט אויפגעכאפט און פאר'אידיש'ט אין משך פון זייער לאנגן גלות וועג. ווי למשל ווערטער פון די סלאווישע שפראכן (פויליש, רוסיש און טשעכיש.) אויך, צום באוואונדערונג פון א סאך תמימות'דיגע אידיש רעדערס. פון די פראנצויזישע שפראך...! ספעציעל די פון רומעניש/אונגארישן אפשטאם. דאס פארדינט א באזונדערע, און לענגערע אפהאנדלונג.

איך וויל נאר ברענגען עטליכע ווערטער פונ'ם טאג טעגליכן אידיש וועלכע האבן זייער מקור אין די פראנצויזישע שפראך. לאמיר אנכאפן א זייער פאפולער און פשוט ווארט ווי..."טשאלנט"...דאס שטאמט פון פראנצויזיש. ס'הייסט..."הייס און שטאאט"... Cheaud-lent...= in French...Hot n' Slow...

נאך א ווארט וואס ווערט שטארק באנוצט. ספעציעל דורך רומעניש/אונגארישע אפשטאמיגע..."לעוואר"...א שיסל...ווי פאר נעגל וואסער. דאס שטאמט פון פראנצויזיש...Laveur...= a washing vessel...!

דאס ווארט..."מעלעיר"...פאר אן אומגליק, ל"ע...! In French...Mal-Heure...=an ill fated hour...!

וועלכער מענטש וואס האט עלטערן אדער זיידעס וועלכע שטאמען פון יוראפ האט דען נישט געהערט דאס ווארט..."זשאנדאר"...פאר א פאליסמאן...in French...Gent d'Armes. = a man of arms...!

אפילו דאס ווארט..."בייגל" האט אויך א מקור אין פראנצויזיש...in French Bague (Baag) = a ring...!

ס'איז אויך דא א מין ברייטל וואס הייסט ..."באגעט"...דאס מיינט א קליין רינגעלע...Baguette...= a small ring...!

תמצית הדבר: לאשיצער. אויב דו קענסט דאס ארגאניזירן. מלקט זיין די אלע ווערטער און ארויפלייגן אויף א וועבסייט. אדער אויף קאווע שטיבל. תבוא עליך ברכה. אמן...! איך (און נאך א סאך אנדערע) וועללן דיר זיכער שטארק באדאנקען...! עלה והצלח...!

נ.ב.: אויף אידישיסטיש קענמען למשל נישט אויסדרוקן דעם זאץ..."תבוא עליך ברכה"...!

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 8:26 pm

· #381776
קורקלענד
איך וואלט שטארק הנאה געהאט. ספעציעל האב איך הנאה אז איר רעדט פון א 'אפענע פארמאט'.

איך האף אז עס זאל זיין בעסער ווי גוגל טראנסלעיט.

קורקלענד: ס'וועט מוזן בעל כרחך זיין בעסער ווי גוגל טרענסלעיט. ווייל אונזער הרב/פראפ. לאשיצער שיחיה רעדט נישט קיין יידישיסט'ישן יידיש. נאר אידיש...! און גוגל טרענסלעיט'ס רעבע איז געווען א יידישיסט. ער האט מלקט געווען פון יידישיסטישע מקורות. און מהאי טעמא קלעבט זיך נישט איין ווארט צום אנדער'ן...!

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 8:32 pm

· #381778
הערה כללית: איך וועלל שוין באלד דארפן אנהייבן זוכן א בית דין (של עשרה רועי בקר.) וועלכע זאללן מיר מתיר נדר זיין. ווייל איך האב אמאל, (בשעת קטנות המוחין) בעידן רותחא, געזאגט אז איך גיי בלי"נ נישט שרייבן ווייטער ווי 10,000 תגובות. און די נאמבערס רוקן זיך ב"ה ארויף. זיי שטייגן מעלה מעלה...!

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 8:39 pm

· #381779
shtriemel
[ציטאט אראפגענומען]


ג"א מצטרף. דערווייל דארף איך כסדר פרעגען ר' @שבת'ן צו דא קומט א יוד אדער צי דו קימט א וואוו. ער באהאלט ערגעץ דעם שערי יצחק פון מיר.

שטריימל: פון די שפראך פון דעם אריגינאללן ספר שערי יצחק וועסטו קיין סאך הנאה נישט האבן. ווייל דעם פארמאט פון אידיש זשארגאן וואס מ'האט גערעדט דאמאלס ווען ר' יצחק זאלער, ע"ה, וועלכער איז געווען א מלמד, האט געמאכט זיין ספר, רעדט מען שוין היינט מער נישט. אבער מ'קען און מ'דארף זאגן א יישר כח פאר הרב אהרן ישראל קאהאן שליט"א, וועלכער איז פאר לאנגע יארן געווען א מלמד תינוקות. אויך דער פארפאסער פון די שמע בני טעיפס און מעשה ביכלעך. ער האט איבערגעארבעט דעם ספר שערי יצחק אויף די היינטיגע אידיש שפראך. אויך האט ער צוגעלייגט א סאך הוספות...ער האט אויך באקומען הסכמות פון א סאך גדולי ישראל...!

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 9:05 pm

· #381782
[ציטאט אראפגענומען]

פליז, און ווי פריער, איך וואלט געהאלפן מיט וואס מעגליך

shtriemel » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 9:42 pm

· #381787
berlbalaguleh
shtriemel
[ציטאט אראפגענומען]


ג"א מצטרף. דערווייל דארף איך כסדר פרעגען ר' @שבת'ן צו דא קומט א יוד אדער צי דו קימט א וואוו. ער באהאלט ערגעץ דעם שערי יצחק פון מיר.

שטריימל: פון די שפראך פון דעם אריגינאללן ספר שערי יצחק וועסטו קיין סאך הנאה נישט האבן. ווייל דעם פארמאט פון אידיש זשארגאן וואס מ'האט גערעדט דאמאלס ווען ר' יצחק זאלער, ע"ה, וועלכער איז געווען א מלמד, האט געמאכט זיין ספר, רעדט מען שוין היינט מער נישט. אבער מ'קען און מ'דארף זאגן א יישר כח פאר הרב אהרן ישראל קאהאן שליט"א, וועלכער איז פאר לאנגע יארן געווען א מלמד תינוקות. אויך דער פארפאסער פון די שמע בני טעיפס און מעשה ביכלעך. ער האט איבערגעארבעט דעם ספר שערי יצחק אויף די היינטיגע אידיש שפראך. אויך האט ער צוגעלייגט א סאך הוספות...ער האט אויך באקומען הסכמות פון א סאך גדולי ישראל...!


עפעס כללים פון דארט געדענק איך נאך. ק נישט כ. כ נישט ח. די אמת איז אז איך האב שוין נישט געשריבען אזויפיל אין אידיש זייט דעם שערי יצחק וויפיל איך האב דא געשריבען די לעצטע פאר וואכען. בעוה"ר.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 9:50 pm

· #381788
שטריימל: ייש"כ. אבער איך האף אז דו האסט געכאפט מיין נקודה. זעה דיר צו פארשאפן דעם איבערגעארבעטן ספר שערי יצחק (וואס הרב קאהאן האט געלאזט אין דעם אריגינאלן פארמאט.) דו וועסט באמת א הנאה האבן. ווייל איך האב נאך אלס יונגל געליינט דעם שערי יצחק וואס מיין טאטע האט מיר געקויפט אלס מתנה. א קינד האט דאך א רייכע פאנטאזיע. איך האב מיר אייביג פארגעשטעלט ווי גלייך איך זיץ אין ד קלאסרום פון ר' יצחק זאלער, ז"ל... און איך האב געליינט מיט דורשט די שיינע מעשיות און ערקלערונגען אויף אלע עניינים פון אידישקייט וואס ער באשרייבט...!

לאשיצער » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 10:21 pm

· #381790
געוואלדיג
[ציטאט אראפגענומען]

פליז, און ווי פריער, איך וואלט געהאלפן מיט וואס מעגליך


וואס וואלט געווען ניצליכער: אידיש מיט דעפיניציעס אויף ענגליש, צי אידיש-אידיש? אדער אין ביידע שפראכן?
מסביר זיין, ווערב (מסביר געווען) - explain
מסביר זיין, ווערב (מסביר געווען) - דערקלערן, ערקלערן, געבן צו פארשטיין, עקספלעינען

טמיר » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 10:29 pm

· #381791
Re: א אידיש ווערטערבוך
לאשיצער
געוואלדיג
[ציטאט אראפגענומען]

פליז, און ווי פריער, איך וואלט געהאלפן מיט וואס מעגליך


וואס וואלט געווען ניצליכער: אידיש מיט דעפיניציעס אויף ענגליש, צי אידיש-אידיש? אדער אין ביידע שפראכן?
מסביר זיין, ווערב (מסביר געווען) - explain
מסביר זיין, ווערב (מסביר געווען) - דערקלערן, ערקלערן, געבן צו פארשטיין, עקספלעינען

איר האט פונקט אנגעכאפט א ריין אראמישע ווארט וואס ניצט אפילו נישט די טידישע כללים פון גראמאטיק

קורקלענד » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 10:33 pm

· #381792
מיר פעלט בעיקר אויס איבערצוטייטשן ענגליש-אידיש.

וואלט געווען שיין א אידישע ווערטער בוך מיט אידישע דעפעניציעס, אבער איך פערזענליך קען זיך אן עצה געבן מיט אן ענגלישע ווערטער בוך פאר דעפיניציעס.

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 10:51 pm

· #381794
איך וואלט געזאגט ביידע, סיי די אויסלייג אויף ענגליש און אויך עקספלעין אין אידיש, זייער אסאך ווייסן נישט וויאזוי צו ריכטיג ארויסזאגן א ענגליש ווארט.

בן תמליון » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 11:05 pm

· #381795
אויך איז וויכטיג צו איינזאמלען די נייע ח'סידיש סלענגס וואס במשך די יארן זענען זיי געווארן א חלק פון אונזער אידיש, לדוגמה "אנגעזעצט" וואס איז געשאפן געווארן אין די ישיבה קארידארן און מיינט אביסל דעפרעסט אבער נישט ממש נאר אנגעזעצט. צו יאנטשי און שטארי ביי די ווייבער. לעצטנס צופראסקעט און אזוי הינדערטער. מען דארף זיי אפיציעל פארשפראכן.

עטליכע יאר צוריק האט א היימישע פרוי פרידא וויזעל אנגעהויבן זאמלען ווערטער דורך א פעיסבוך גרופע, עס איז נישט קיין דבר השלם אבער הרב @לאשיצער עס וועט זיכער צוניץ קומען.

<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/groups/chassidishyiddish/files/">https://www.facebook.com/groups/chassid ... ish/files/</a>

איסר האטלקי » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 11:49 pm

· #381803
איך האף עס זאל נישט צושטאנד קומען, עס קען נאך אוועקנעמען די פרנסות פון פילע שרייבער/מגיהים...

אגב, עס איז דא זייער א גוטער אידיש ווערטער בוך מיטן נאמען אידיש ווערטער אוצר פון א. ראטה צו באקומען אין די געשעפטן. איך פלעג עס נוצן גאר אפט ביים אנהויבן צו שרייבן, היינט האב איך שוין רוב דערפון אין קאפ.
עס איז אן אוצר פון טויזנטער אידישע ווערטער און סלאגאנען וואס מען נוצט. ווי אויך די ווארט בעפאר (די, דער, דאס...). ביים סוף איז דא אסאך נוצבארע גראמאטישע כללים.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 11:53 pm

· #381804
בן תמליון: איך האב נאר א ביסל נאכגעקוקט פריעדא וויזעל'ס ליסט. זי האט פארפאסט דעם פוינט אין א סאך פון די ווערטער. למשל זי מישט אויס מיירע'ן מיט מייער'ן...וכו'...!

מפוזרי » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 11:41 am

· #381831
Re: א אידיש ווערטערבוך
לאשיצער


וואס וואלט געווען ניצליכער: אידיש מיט דעפיניציעס אויף ענגליש, צי אידיש-אידיש? אדער אין ביידע שפראכן?
מסביר זיין, ווערב (מסביר געווען) - explain
מסביר זיין, ווערב (מסביר געווען) - דערקלערן, ערקלערן, געבן צו פארשטיין, עקספלעינען


לדעתי איז אידיש-אידיש וויכטיגער. ס'מעג אבער זיין ביידע.

אגב, עקספלעין איז שוין אריין אין אידיש?

דער בארישיער » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 4:00 pm

· #381862
א אידיש ווערטערבוך
לפי דעתי איז דאס ווערטערבוך פון אלעכסנדר הארקאוו(1898) זעהר ניצלעך. ער האט צוזאמענגעשטעלט סיי א אידיש-ענגליש/English-Yiddish סיי א אידיש-העברייאיש-ענגליש ווערטערבוך. צכוח דער חבר וואס וויל לייענען יצחק בתשבעס זינגער,שלאג איך פאר קודם אריינקוקן אין הארקאווי, און דערנאך קוקן אין א Polish-English/Hebrew ווערטטערבוך.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 2:05 pm

· #382727
דער איצטיגער מאמר/תגובה איז אדרעסירט צום הער לאשיצער שליט"א. ווייל לויט מיין אפשאצונג האט ער די בעסטע טשענסעס צו טרעפן וואס איך זוך. נאר א יעדער איינער וואס האט א פענסיל, אדער א קיעבאורד קען זיך אנרופן. והנה...איך זוך א אידיש דעפינישן פאר דעם ווארט אין ענגליש..."Indicative"...!

איך ווארט א תשובה פון די אלע קלוגע און אויפגעקלערטע מענטשן וועלכע זענען זייער גוט אין דעבאטירן די אריגינס פון די חיות, בהמות און עופות. און דעם גאנצן יקום. די יוניווערס...און זיי פאררופן זיך אויף זייערע גרויסע רעבעס. טשארלס דארווין. סטיוו האוקינס. און דאוקינס. וואס כ'האב שוין (ב"ה) פארגעסן זיין ערשטן נאמען...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 2:12 pm

· #382728
אה...יעצט דערמאנט. און וואס איז די דעפינישן אין לשה"ק. (ניין. נישט עברית.) ביג הינט...כלב גדול...לשון התלמוד...!

diff » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 2:27 pm

· #382730
באווייז מחייב

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 2:37 pm

· #382731
דיףף: ניין. דאס ענגלישע ווארט פאר באווייז איז..."Evidence"...!

מחייב ווערט איבערגעטייטשט ווי...Indict...Accuse...Obligate...!

diff » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:32 pm

· #382734
berlbalaguleh
דיףף:
מחייב ווערט איבערגעטייטשט ווי...Indict...

איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 4:12 pm

· #382735
לאשיצער
געוואלדיג
[ציטאט אראפגענומען]

פליז, און ווי פריער, איך וואלט געהאלפן מיט וואס מעגליך


וואס וואלט געווען ניצליכער: אידיש מיט דעפיניציעס אויף ענגליש, צי אידיש-אידיש? אדער אין ביידע שפראכן?
מסביר זיין, ווערב (מסביר געווען) - explain
מסביר זיין, ווערב (מסביר געווען) - דערקלערן, ערקלערן, געבן צו פארשטיין, עקספלעינען

אגב, דאס אז וואס א. ראטה האט אין זיין ווערטער אוצר אויף דער ווארט "ערקלערן":
מסביר זיין, מפרש זיין, טייטשן, מבאר זיין, אויסלערנען, באצייכענען, מגדיר זיין, באשיידן, פותר זיין; שילדערן, פארשטעלן, באשרייבן, אפמאלן, אויס'משל'ען, אראפלייגן; אויסרופן, פראקלאמירן, מעלדן, מודיע זיין, צואוויסן טון, לאזן וויסן, מבשר זיין, באקאנט מאכן, פארעפנטליכן.

איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 4:21 pm

· #382736
berlbalaguleh
והנה...איך זוך א אידיש דעפינישן פאר דעם ווארט אין ענגליש..."Indicative"...!

אפשר אנדייטונג, אדער כאראקטעריזירט, סימבאליזירט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 7:57 pm

· #382744
איסר האיטלקי: דיינע דעפינישנס זענען גוט. נאר איך האב אן אנדער ווארט...איך ווילל טאקע הערן וואס דער עולם האט צו זאגן..."מאסגעבנד"...!
און אויף לשון הקודש (לשון התלמוד)...בנין אב...דאס הייסט עכט א פראטאטייפ..."Prototype"...און אויף עברית (מאדערן היברו) הייסט עס "אב טיפוס"...!

יעצט וועט קומען ---פון --- און ער וועט אויפווייזן אז בנין אב מיינט ניט אטע דאס...!

איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 8:18 pm

· #382745
מאסגעבנד איז מער די מציאות הדברים, דער אפטייטש פון קראנט און באגלייבט. אידיקעטיוו איז אביסל מער ווי איך האב געשריבן, כנלע"ד.

לבי ובשרי » מיטוואך יולי 11, 2018 11:51 pm

· #408554
און וואס איז מיט "אידיש ווערטער אוצר" פון א. ראטה?

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 11, 2018 11:59 pm

· #408557
לבי ובשרי: דער בוך איז נישט זייער שטארק בנמצא. איך האב עס ערגעץ געזעהן. אבער זיינע אפטייטשן און איבערזעצן גאנצע זאצן (טרענסלעיט'ן סענטענסעס) זענען מער אויפ'ן אידישיסטישן סטייל. און דאס איז נישט שטארק אינטרעסאנט פאר'ן היימישן עולם וואס רעדט אידיש...! דאס האט א פנים ווי ..."גוגל טרענסלעיט"...ס'איז ווי א גוף אן א נשמה...!

איסר האטלקי » דאנערשטאג יולי 12, 2018 9:36 am

· #408576
ס'גאנץ גוט א. ראטה'ס בוך. ס'איז אבער ווייט פון א השלמה. קודם ס'פעלט זייער אסאך, און צווייטנס ס'איז זייער קורצזיכטיג לויט יענעמ'ס אייגענע שיטות, ווען אסאך מאל האלטן רוב שרייבער אנדערש.

ס'איז אזא מעלות סטייל שפראך.

נײגעריגער » דינסטאג מערץ 2, 2021 2:41 pm

· #467794
בן תמליון

עטליכע יאר צוריק האט א היימישע פרוי פרידא וויזעל אנגעהויבן זאמלען ווערטער דורך א פעיסבוך גרופע, עס איז נישט קיין דבר השלם אבער הרב @לאשיצער עס וועט זיכער צוניץ קומען.

<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/groups/chassidishyiddish/files/">https://www.facebook.com/groups/chassid ... ish/files/</a>

זי האט אויך א קורצע אבער אינטערעסאנטע ליסטע פון היימישע טערמינען אויף איהר בלאַג: <a class="postlink" href="https://friedavizel.com/2020/07/18/glossary-of-yiddish-terms/">https://friedavizel.com/2020/07/18/glos ... ish-terms/</a>

תוהו ובוהו » זונטאג מאי 16, 2021 5:30 pm

· #473253
Re: א אידיש ווערטערבוך
אפשר ווייסט איינער ווי מ'זאגט 'הווה' אין אידיש?
לעצטענס זיך אנגעשטויסן אז אין דויטש זאגט מען 'געגנווארט', וואס אין אונזער אידיש דאכצעך נוצט מען פאר 'סביבה'.
(מעגליך די זעלבע מכוון נאר אין זמן..)

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 16, 2021 5:40 pm

· #473254
תוהו ובוהו
אפשר ווייסט איינער ווי מ'זאגט 'הווה' אין אידיש?

אפשר ׳יעצט׳?

גראדע אין ענגליש נוצט מען אויך דאס זעלבע ווארט פאר ביידע, דאס ווארט present מיינט סיי ׳הווה׳ און סיי ׳נוכח׳, מ׳נוצט עס אויך פאר א געשאנק וואס מ׳שטעלט עס פאר׳ן געגנווארט פונעם מקבל.

תוהו ובוהו » זונטאג מאי 16, 2021 5:54 pm

· #473255
Re: א אידיש ווערטערבוך
רביה''ק זי''ע

אפשר ׳יעצט׳?

לכאורה נישט

רביה''ק זי''ע

גראדע אין ענגליש נוצט מען אויך דאס זעלבע ווארט פאר ביידע, דאס ווארט present מיינט סיי ׳הווה׳ און סיי ׳נוכח׳,

ריכטיג, כ'האב אויך געקלערט דערפון

רביה''ק זי''ע

מ׳נוצט עס אויך פאר א געשאנק וואס מ׳שטעלט עס פאר׳ן געגנווארט פונעם מקבל.

אינטערסאנט, כ'זעה טאקע וועבסטער זאגט מתנה: something presented

אבער ס'איז אביסל אן אנדער ווארט: 'אנוועזענד' (נוכח),
(א גיפט איז 'פרעזענט' ווייל מ'מאכט עס אנוועזענד, מ'טוט עס פרעזענטירן) וואס זאגט זיך אויך אין זמן אז די צייט איז יעצט אנוועזענד...

דאס איז לכאורה אנדערש ווי אונזער באנוץ פון 'געגנווארט' (סביבה), און ס'זאגט זיך דאכטצעך שווערער אז די זמן איז אין אונזער געגנווארט..


Sent from my KFDOWI using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 19, 2021 1:14 pm

· #473320
תוהו ובוהו
אפשר ווייסט איינער ווי מ'זאגט 'הווה' אין אידיש?
לעצטענס זיך אנגעשטויסן אז אין דויטש זאגט מען 'געגנווארט', וואס אין אונזער אידיש דאכצעך נוצט מען פאר 'סביבה'.
(מעגליך די זעלבע מכוון נאר אין זמן..)

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

תוהו ובוהו: ניין. אין אידיש נוצט מען אויך דאס ווארט ..."געגנווארט"... פאר א לשון של הוה. דאס ווארט ווערט בכלל נישט באנצוצט אין רעאלם פון די סביבה און איהר באשיצונג... ס'איז אינגאנצן אנ'אנדער שורש...! (געגן ווס. געגנט.)...!

סאנטיאגא » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 1:23 pm

· #483652
לאשיצער
חשוב'ע שרייבערס,

איך וויל וויסן וואס איר מיינט וועגן דעם:
ווען ס'וואלט עקזיסטירט א ווערטערבוך, וואס טייטשט איבער פון אידיש אויף ענגליש, צי אפילו שווערע/זעלטענע אידישע ווערטער אויף פשוט אידיש -- און דווקא "אידיש", נישט "יידיש" -- וואלט מען דאס געניצט? איז דא בכלל א באדערפעניש פאר אזא מין זאך? אגב איך האב אינזינען אן אי-בוק צי א וועבזייטל, וואס מ'קען ניצן אויף א קאמפיוטער אדער סעלפאון, נישט פאפיר.

דאס בוך וואלט אריינגענומען דעם גראמאטישן מין פון סובסטאנטיוון (דער, די, דאס) און אנדערע וויכטיגע גראמאטישע אינפארמאציעס. איך קלער אז דער עולם וואלט געקענט אריינשיקן נייע ווערטער, אבער איינער אן אויטאריטעט (א פראפעסיאנעלער שרייבער) וואלט געדינט ווי דער רעדאקטאר וואס נעמט אן/בעסערט אויס די אריינגעשיקטע ווערטער.

דערווייל איז מיין פראגע בלויז היפאטעטיש.


א שאלה? 100% שרייבערס וואלטן זיך מחיה געווען מיט אזא בוך! ליינערס אויך. ס'אהרט מיר שוין יארן לעולם, אז קיינעם איז עס נאכנישט בייגעפאלן צוצושטעלן, בעת ווען ענגליש פארמאגט צענדליגע ווערטער-ביכער, אויב נישט הונדערטע, און ארטאדקסיש אידיש פארמאגט נישט קיין איינס? כ'הער זאגן נאר די לימודי חול איז פארנאכטלעסיגט גאר?.. ס'וואלט געווען א זעלטענע הילף פאר ליינער און אידיש ליבהאבער. אויך וואלט געווען שיין ווען מ'לייגט צו אזא בוך צו די שיינשרייבן סוביעקט, מלמדים וואלטן געקענט העלפן בויען דעם קינד'ס אידישע לעקסיקאן פון קליינווייז אן מיטן אוועקשענקען גאנצע עקסטערע 5 מינוט פון סדר. מ'קען מאכן א word of the day סיסטעם, א deck of cards פאר יונגערע קינדער, פארשידנ'ס. מ'קען אפילו אנהייבן גאר יונג כתה ב-ג מיט גרינגע ווערטער, און וואס עלטער מ'ווערט אפגרעידן צו שווערע רייכערע סארט ווערטער וואס מ'אנטדעקט אין שמעון ראלניצקי'ס ארטיקלען.

מ'רעדט אלס ווי ארעם אידיש איז, און ווי ס'ווערט נאר פארלוירן און מער פארנאכטלעסיגט מיט די יונגע דור, אוודאי, אז ס'איז נישט דא קיין אידישע ווערסיע פון cambridge dictionary (פארגעס פון א בוך, קיין אפיציעלע וועבסייט איז נישט דא!) ווי מ'קען עפעס נאכקוקן ווען מ'דארף, און די חדרים און ישיבות לייגן נישט קיין שום דגוש דערויף וואס וויל מען? נאר איינער וואס גלייכט ליינען אדער שרייבן פון נאטור אויס וועט עס אנטדעקן עווענטועל. די איבריגע וועלן בלייבן מיטן ארימען שאפינג-פיקסן-קראסן וואקאבולאר. כ'ווייס נישט אויב ס'איז דא נאך א שפראך וואס די אלגעמיינע רעדן איז אזוי אפגעריקט פון די ליטעראטור, עד כדי כך אז רוב עמך עולם קען זיך פילן מאדנע און awkward ווען איינער נוצט א הויעכע ווארט ווייל זיי קענען עס ליידער נישט. חבל.

דער ביכל איז די נאנסטע זאך אויף חסידיש אידיש וואס עקזיסטירט היינט צו א דיקשינערי, ס'איז א ליסטע פון סינאנימען, גאנץ א פיינע ארבעט, אבער ס'האט אויך אסאך לשון קודש אריינגערוקט. ס'איז נישט ריין אידיש. ס'האט אויך גראמאטיק לעקציעס צום סוף. ווער ס'האט געמאכט די רולס וויל איך שוין לאנג דערגרינטעווען
"אידיש ווערטער אוצר א זאמלונג פון 6000 ווערטער" <a class="postlink" href="https://www.greenfieldjudaica.com/yiddish-verter-oitsar-529543.html">https://www.greenfieldjudaica.com/yiddi ... 29543.html</a>

סאנטיאגא » מוצ"ש אקטאבער 23, 2021 10:17 pm

· #483747
איסר האטלקי
לאשיצער
געוואלדיג
[ציטאט אראפגענומען]

פליז, און ווי פריער, איך וואלט געהאלפן מיט וואס מעגליך


וואס וואלט געווען ניצליכער: אידיש מיט דעפיניציעס אויף ענגליש, צי אידיש-אידיש? אדער אין ביידע שפראכן?
מסביר זיין, ווערב (מסביר געווען) - explain
מסביר זיין, ווערב (מסביר געווען) - דערקלערן, ערקלערן, געבן צו פארשטיין, עקספלעינען

אגב, דאס אז וואס א. ראטה האט אין זיין ווערטער אוצר אויף דער ווארט "ערקלערן":
מסביר זיין, מפרש זיין, טייטשן, מבאר זיין, אויסלערנען, באצייכענען, מגדיר זיין, באשיידן, פותר זיין; שילדערן, פארשטעלן, באשרייבן, אפמאלן, אויס'משל'ען, אראפלייגן; אויסרופן, פראקלאמירן, מעלדן, מודיע זיין, צואוויסן טון, לאזן וויסן, מבשר זיין, באקאנט מאכן, פארעפנטליכן.

אה.. ברוך שכוונתי יא ס'איז זייער א נוצליכן בוך אבער עט טיימס קען עס נערווירן.

למשל ביי די ווארט מאראליש זענען די סינאנימען: אויסגעלאסן, אומאיידל, געמיין, פארשייט.

די לעצטע ווארט האב איך אין מיין לעבן נישט געהערט, געמיין קען נאך מיטפארן אבער אויסגעלאסן? אומאיידל? ווי אין די וועלט קומט דאס צו אוממאראליש? איך וואלט געזאגט 'אומריכטיג' 'אומעטיש' אדער 'אומאקצעפטירט' גוגל געט נאך גענוג טראנסלירבארע ווערטער לאל...

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 23, 2021 10:31 pm

· #483748
סאנטיאגא: אבער די גאנצע דעפינישן פונ'ם בוך איז נישט אויפ'ן ריכטיגן פלאץ. (אויב ס'איז אזוי ווי דו זאגסט.). ווייל סינאנים מיינט א ווארט וואס האט די זעלבע מיין. נישט די פארקערטע מיין. דאס הייסט אן אנטא-נים. למשל. די סינאנים פון מאראל קען נישט זיין אויסגעלאסן אדער אומאיידל. דאס דארף צו זיין איידל. צניעות'דיג...!

פרנס החודש » דינסטאג פעברואר 1, 2022 9:04 pm

· #493880
Re: א אידיש ווערטערבוך
berlbalaguleh
דער איצטיגער מאמר/תגובה איז אדרעסירט צום הער לאשיצער שליט"א. ווייל לויט מיין אפשאצונג האט ער די בעסטע טשענסעס צו טרעפן וואס איך זוך. נאר א יעדער איינער וואס האט א פענסיל, אדער א קיעבאורד קען זיך אנרופן. והנה...איך זוך א אידיש דעפינישן פאר דעם ווארט אין ענגליש..."Indicative"...!

איך ווארט א תשובה פון די אלע קלוגע און אויפגעקלערטע מענטשן וועלכע זענען זייער גוט אין דעבאטירן די אריגינס פון די חיות, בהמות און עופות. און דעם גאנצן יקום. די יוניווערס...און זיי פאררופן זיך אויף זייערע גרויסע רעבעס. טשארלס דארווין. סטיוו האוקינס. און דאוקינס. וואס כ'האב שוין (ב"ה) פארגעסן זיין ערשטן נאמען...!
אנצייגענד

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

פרנס החודש » דינסטאג פעברואר 1, 2022 9:08 pm

· #493881
Re: א אידיש ווערטערבוך
תוהו ובוהו
אפשר ווייסט איינער ווי מ'זאגט 'הווה' אין אידיש?
לעצטענס זיך אנגעשטויסן אז אין דויטש זאגט מען 'געגנווארט', וואס אין אונזער אידיש דאכצעך נוצט מען פאר 'סביבה'.
(מעגליך די זעלבע מכוון נאר אין זמן..)

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
זיין.
"Sein" in deutsch.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 1, 2022 10:24 pm

· #493888
תוהו ובוהו
אפשר ווייסט איינער ווי מ'זאגט 'הווה' אין אידיש?
לעצטענס זיך אנגעשטויסן אז אין דויטש זאגט מען 'געגנווארט', וואס אין אונזער אידיש דאכצעך נוצט מען פאר 'סביבה'.
(מעגליך די זעלבע מכוון נאר אין זמן..)

Sent from my KFDOWI using Tapatalk


האמיר בקבלה פון איינשטיין אז צייט און פלאץ זענען די זעלבע זאך, מילא קען מען זאגן געיגענווארד אויף ביידע.

מונטסורי » מיטוואך פעברואר 22, 2023 10:59 am

· #517456
לעצטענס בין איך אקעגנגעקומען א ענגליש-יידיש ווערטערבוך וועבזייטל וואס האט גאנץ א גוטע איבערזעצונג, עס וואלט ווען געקענט זיין גאר נוצבאר פארן היימישען שרייבער, אבל דא עקא, די סייט זעלבסט איז פאצעריש ביז גאר, די גאנצע ווערטערבוך איז אויף איין גרויסע בלאט און עס נעמט א יאר מיט א מיטוואך צו לאָדענען, אלענספאלס, דא האט איר:
https://yiddishculturaldictionary.org

הגאון הצדיק » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 6:44 am

· #540600
Re: א אידיש ווערטערבוך
לאשיצער #
חשוב'ע שרייבערס,

איך וויל וויסן וואס איר מיינט וועגן דעם:
ווען ס'וואלט עקזיסטירט א ווערטערבוך, וואס טייטשט איבער פון אידיש אויף ענגליש, צי אפילו שווערע/זעלטענע אידישע ווערטער אויף פשוט אידיש -- און דווקא "אידיש", נישט "יידיש" -- וואלט מען דאס געניצט? איז דא בכלל א באדערפעניש פאר אזא מין זאך? אגב איך האב אינזינען אן אי-בוק צי א וועבזייטל, וואס מ'קען ניצן אויף א קאמפיוטער אדער סעלפאון, נישט פאפיר.

דאס בוך וואלט אריינגענומען דעם גראמאטישן מין פון סובסטאנטיוון (דער, די, דאס) און אנדערע וויכטיגע גראמאטישע אינפארמאציעס. איך קלער אז דער עולם וואלט געקענט אריינשיקן נייע ווערטער, אבער איינער אן אויטאריטעט (א פראפעסיאנעלער שרייבער) וואלט געדינט ווי דער רעדאקטאר וואס נעמט אן/בעסערט אויס די אריינגעשיקטע ווערטער.

דערווייל איז מיין פראגע בלויז היפאטעטיש.
לאשיצער וואס וועט זיין שוין אריבער גאנצע 5 יאהר זייט וואס האסט געשריבן האט זיך עפעס געריקט זייט דעמאלט?