☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס זי"ע

ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס זי"ע

84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11626
בלאט: 1 2

בת קול » דינסטאג יולי 11, 2017 10:09 pm

· #378735
מאטל שניידער
חכמת שלמה
זיי האבן נישט געוואלט לאזן סימנים, עס זאל נישט ווערן קיין רעש איבעראל.

אגב פאר די נייעס: עס איז פאראן א רעדע אז עס וועלן זיין צוויי רבי'ס. הרב נחמן שליט"א וועט איבערנעמען אין גוטאמאלא און הרב מאיר יששכר ראזנער וועט פירן אין מעקסיקא. גאנץ ערנסטע פלענער וועבן זיך אין דעם ריכטונג.

אין די צייט וואס די טובי הקהל וועבן פלענער פאר די עתיד בין איך נייגעריג וואס די חברי השטיבל האלטן גייט פאסירן איך רעכן אויס דא אפאר אפציעס לייגט צו אויב איר האט:

1) די קהילה וועט זיך ווייטער פירן ווי ביז יעצט, די ממלא מקום וועט אנהאלטן די מצב גענוי ווי פארדעם

2) אן די הדרכה פון רבי'ן וועט די ממלא מקום מאכן מאסיווע טוישונגען אויף ארגער, מער קאנטראל מער פרו"ם מער אגרעסיוו

3) אן די הדרכה פון רבי'ן וועט די ממלא מקום מאכן מאסיווע טוישונגען צו מער נארמאלאזירן די פלאץ, א שטייגער ווי א געווענטליכע גאר פרומע קהילה

4) די עולם וועט נישט אננעמען א ממלא מקום צובוסליך וועלן זיי איינציגווייז דעפעקטירן אין די רעסט איז היסטאריע

אגב @חכמת שלמה פארוואס דארף מען זיין צוטיילט אין צוויי קהילות?


5) די ריס פון 2 קהילות וועט מאכן א קאמפעטישען ווער עס איז מער פרום.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 11, 2017 10:14 pm

· #378738
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
הרב מאיר ראזנער איז אן איידעם ביים שארמאשער רב, לויט וואס איך האב געהערט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מאטל שניידער » דינסטאג יולי 11, 2017 10:36 pm

· #378743
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
פון מאנטריאל קומט יעצט אריין די נייעס אז מען האט מכתיר געווען בנו הרב נתן שליט"א אלס ממלא מקום וממשיך דרכו של אדמורו"ת לב טהור האמיתי

ר' נתן האט פארלאזט די קהילה מיט עטליכע יאר צוריק זינט דאן האלט ער זיך אויף אין מאנטריאל

אישתישבי » דינסטאג יולי 11, 2017 11:09 pm

· #378746
דאס איז גוטע נייעס, ווייל ער איז מער ליבעראל, כידוע פין די טעיפס צווישען אים און וואלדמאן.

לכאורה איז עס נישט אמת.

שמעון וואלף » דינסטאג יולי 11, 2017 11:38 pm

· #378751
מאטל שניידער
פון מאנטריאל קומט יעצט אריין די נייעס אז מען האט מכתיר געווען בנו הרב נתן שליט"א אלס ממלא מקום וממשיך דרכו של אדמורו"ת לב טהור האמיתי

ר' נתן האט פארלאזט די קהילה מיט עטליכע יאר צוריק זינט דאן האלט ער זיך אויף אין מאנטריאל


ווער האט אים מכתיר געווען? ער איז דאך נישט אין די קהילה

שושן פורים » מיטוואך יולי 12, 2017 12:27 am

· #378756
לא היה ולא יהיה
#פעיק_ניוס

קלוגע יודל » מיטוואך יולי 12, 2017 4:10 am

· #378768
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
[ציטאט אראפגענומען]

נתגלה קלונו?

מאטל שניידער » מיטוואך יולי 12, 2017 8:03 am

· #378777
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
סוטה בקילקולו

בן אדם » מיטוואך יולי 12, 2017 8:22 am

· #378780
נתן זיצט שבעה?

בן אדם » מיטוואך יולי 12, 2017 8:35 am

· #378785
פון ווייסט ער אז ער דארף טאקע זיצן?

ציבעלע-קיגל » מיטוואך יולי 12, 2017 10:06 am

· #378795
איך גלויב נאך נישט א ער האט ג'פגרט, איך מיין אז ער איז אנטלאפען ווייל ער האט מורא גיהאט פון עפעס. די גאנצע מעשה איז א פראפעגאנדע שפיל.

און יעצט גייט דער חכם יונה לאנדאו אנפאנגען נסיעות צו זיין קבר

(נישט זיין, ער לעבט דאך, אבער ווי זיי טענן אז מען האט באגראבען זיין אנגעפאשטען גוף)

גאנצל » מיטוואך יולי 12, 2017 1:23 pm

· #378817
@חכמת שלמה

איז אמת וואס מען שמועסט אז ראזאל פון סאטמאר מיט ר' לייבוש פשעווארסקער גייען אייך קומען באזוכן און מחזק זיין ? אזוי דרייט זיך א שמועה


די שאלה איז נאר ווער עס זאל דאס מאל זיין דער נאכשלעפער דער דריטער

ר' מלכיאל דער וואס איז נכנע אונטער רזל (אינפאו @אנאנים) האט דאך שוין ביי פאריז געזאגט ישקנו

רחי פון מאנסי איז צוריק געקומען זייער פארווייטאגט היות קיינער האט אים נישט געקושט די הענט און רזל האט דאך אפיצעיל מיט זיין געוואלדיגע גוטסקייט איבערגעגעבן מאנסי פאר רחי.............. און דא אין פאריז האט קיינער געוואוסט אז ער איז אויך א רבי און מ'דארף קושן די הענט

דערווייל זוכט מען נאך א דריטע קאנדידאט ס'הייסט יעצט אז דער משגיח קטן וואס רעדט מיט הברה אשכנזית און נאר פאר א סקרין וואס לא ידענו מה הי' לו ער גייט מיטקומען

יהודי פשוט » מיטוואך יולי 12, 2017 2:42 pm

· #378821
ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס זי"ע
גאנצל
@חכמת שלמה

איז אמת וואס מען שמועסט אז ראזאל פון סאטמאר מיט ר' לייבוש פשעווארסקער גייען אייך קומען באזוכן און מחזק זיין ? אזוי דרייט זיך א שמועה


די שאלה איז נאר ווער עס זאל דאס מאל זיין דער נאכשלעפער דער דריטער

ר' מלכיאל דער וואס איז נכנע אונטער רזל (אינפאו @אנאנים) האט דאך שוין ביי פאריז געזאגט ישקנו

רחי פון מאנסי איז צוריק געקומען זייער פארווייטאגט היות קיינער האט אים נישט געקושט די הענט און רזל האט דאך אפיצעיל מיט זיין געוואלדיגע גוטסקייט איבערגעגעבן מאנסי פאר רחי.............. און דא אין פאריז האט קיינער געוואוסט אז ער איז אויך א רבי און מ'דארף קושן די הענט

דערווייל זוכט מען נאך א דריטע קאנדידאט ס'הייסט יעצט אז דער משגיח קטן וואס רעדט מיט הברה אשכנזית און נאר פאר א סקרין וואס לא ידענו מה הי' לו ער גייט מיטקומען

ניין! עס איז נישט אמת ראזאל איז זייער אפגעשוואכט פון אזויפיל פארן ער וויל זיך אביסל אפרוען, האט ער געבעטן דעם חשוב׳ן ברודער מאראה אז ער זאל גיין, מאראה וויל נאכנישט גיין ווייל ער האט א קלוגע הוראה פון פאפא רבי אז ער גייט נאר רעדן דארט ווי מען לאדנט איהם איין און אויך נאר אויב עס איז נישט דא דארט קיין סיקריקים אדער חברי האקנעיסעס, נאר אזויפיל האט ער יא געזאגט אז אויב מען וועט לאדענען איז ער זיכער אז פאפא רבי העט אויך קומען, ער קען איהם גוט און ער ווייסט אז אויב מען וועט איהם לאדענען וועט ער קומען אפילו ער איז א פארנומענער מענטש, מאראה האט אויך דערמאנט אז גראדע האט ער דארט קירוב מישפאכע...
ביז דערווייל וויל ער בעטן טראמפ אז ער זאל רעדן צום מעקסיקאנער פרעזידענט צו מברר זיין אויב עס איז אמת אז העלבראנץ איז טאקע געשטארבן...

גאנצל » מיטוואך יולי 12, 2017 2:45 pm

· #378823
נאר מיט א שמייכל

איך האלט אבער אז רזל מיט ר לייבוש זאלן זיך דאך אנשטרענגען צו פארן זיי האבן דאך שוין עקספיריענס

און איך בין זיכער אז רזל וועט עס טון ער שאקלט דאך יעצט די וועלט

אויסערדעם האט ער דאך יעצט באקומען אזויפיל קאנפידענט

יהודי פשוט » מיטוואך יולי 12, 2017 5:46 pm

· #378834
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס

שושן פורים » מיטוואך יולי 12, 2017 9:01 pm

· #378865
@גאנצל @יהודי פשוט ביטע הערט אויף מיט די סאטמארע דרעק, די אשכול איז מיוחד פאר אלוועלטליכע חסידים ואוהדים פונעם אילנא דחיי הגה"ק בעל ארזי שלמה זי"ע הכ"מ וועלכע באוויינען די אבידה שאין לה תמורה

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 12, 2017 9:10 pm

· #378869
גאנצל
@חכמת שלמה

איז אמת וואס מען שמועסט אז ראזאל פון סאטמאר מיט ר' לייבוש פשעווארסקער גייען אייך קומען באזוכן און מחזק זיין ? אזוי דרייט זיך א שמועה


די שאלה איז נאר ווער עס זאל דאס מאל זיין דער נאכשלעפער דער דריטער

ר' מלכיאל דער וואס איז נכנע אונטער רזל (אינפאו @אנאנים) האט דאך שוין ביי פאריז געזאגט ישקנו

רחי פון מאנסי איז צוריק געקומען זייער פארווייטאגט היות קיינער האט אים נישט געקושט די הענט און רזל האט דאך אפיצעיל מיט זיין געוואלדיגע גוטסקייט איבערגעגעבן מאנסי פאר רחי.............. און דא אין פאריז האט קיינער געוואוסט אז ער איז אויך א רבי און מ'דארף קושן די הענט

דערווייל זוכט מען נאך א דריטע קאנדידאט ס'הייסט יעצט אז דער משגיח קטן וואס רעדט מיט הברה אשכנזית און נאר פאר א סקרין וואס לא ידענו מה הי' לו ער גייט מיטקומען

גאנצל: איך האב א קאנדידאט. פארשעי'ער רבי שליט"א פון פארשעי. כדברי מורי ורבי האדמו"ר מיארמא שליט"א. על הטעם שהעיר דעברעצין בהונגרי' נקרא דעברעצין. כי הרב מ'דעברעצין הי' גר שם...!

קלוגע יודל » מיטוואך יולי 12, 2017 9:57 pm

· #378873
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
יהודי פשוט
גאנצל
@חכמת שלמה

איז אמת וואס מען שמועסט אז ראזאל פון סאטמאר מיט ר' לייבוש פשעווארסקער גייען אייך קומען באזוכן און מחזק זיין ? אזוי דרייט זיך א שמועה


די שאלה איז נאר ווער עס זאל דאס מאל זיין דער נאכשלעפער דער דריטער

ר' מלכיאל דער וואס איז נכנע אונטער רזל (אינפאו @אנאנים) האט דאך שוין ביי פאריז געזאגט ישקנו

רחי פון מאנסי איז צוריק געקומען זייער פארווייטאגט היות קיינער האט אים נישט געקושט די הענט און רזל האט דאך אפיצעיל מיט זיין געוואלדיגע גוטסקייט איבערגעגעבן מאנסי פאר רחי.............. און דא אין פאריז האט קיינער געוואוסט אז ער איז אויך א רבי און מ'דארף קושן די הענט

דערווייל זוכט מען נאך א דריטע קאנדידאט ס'הייסט יעצט אז דער משגיח קטן וואס רעדט מיט הברה אשכנזית און נאר פאר א סקרין וואס לא ידענו מה הי' לו ער גייט מיטקומען

ניין! עס איז נישט אמת ראזאל איז זייער אפגעשוואכט פון אזויפיל פארן ער וויל זיך אביסל אפרוען, האט ער געבעטן דעם חשוב׳ן ברודער מאראה אז ער זאל גיין, מאראה וויל נאכנישט גיין ווייל ער האט א קלוגע הוראה פון פאפא רבי אז ער גייט נאר רעדן דארט ווי מען לאדנט איהם איין און אויך נאר אויב עס איז נישט דא דארט קיין סיקריקים אדער חברי האקנעיסעס, נאר אזויפיל האט ער יא געזאגט אז אויב מען וועט לאדענען איז ער זיכער אז פאפא רבי העט אויך קומען, ער קען איהם גוט און ער ווייסט אז אויב מען וועט איהם לאדענען וועט ער קומען אפילו ער איז א פארנומענער מענטש, מאראה האט אויך דערמאנט אז גראדע האט ער דארט קירוב מישפאכע...
ביז דערווייל וויל ער בעטן טראמפ אז ער זאל רעדן צום מעקסיקאנער פרעזידענט צו מברר זיין אויב עס איז אמת אז העלבראנץ איז טאקע געשטארבן...

אז די ווילסט חוזק מאכן, שרייב כאטשיג ווי אן אדאלט, שרייבן ווי א בעבי נעמט אוועק די אפעקט....

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 13, 2017 9:55 am

· #378930
ליטוואק פון בודאפעסט
דער סדר ביי אונז פלעגט זיין, אז דער רבי איז געגאנגען לנהר לטבול עצמו, נעמט מען מיט א לאנגע גארטל (וואס קומט אין אזא ראאל). דער גבאי גייט מיט ביז צו א געוויסע פונקט, דאן גייט דער רבי אליין ווייטער ביז צום וואסער אויף אן ארט וואו מען זעט אים נישט, ביחידות, דאן בינדט זיך דער רבי צו דעם גארטל און גייט אריין אין וואסער צוגעבינדן לויזערהייט (מפני חציצה), בשעת דער גבאי כאפט אן דעם אנדערן זייט פונעם גארטל. ווי באקאנט איז דער רבי זייער שטארק פאר געזונטהייט און פאר זיכערהייט און נעמט שטענדיג אמצעים מער פון וואס אנדערע מענטשן וואלטן גענומען, און דאס איז געווען פון די אמצעים, גיין מיט א גבאי צוגעבינדן אויף אן אויפן אז עס זאל זיין זיכער.


די דאזיגע ווערטער זענען עפעס א סתירה ביי מיר.
רוב נארמאלע מענטשען, ווען זיי גייען אין וואסער, גייען נישט אין שטראמעדיגע וואסער. מ׳איז מוותר אויף א טבילה דערפאר. ווידער, אז מ׳גייט יא אין אפענע וואסער און מ׳האט דער קלענסטע חשש סכנה, איז מען שטארק מקפיד צו גייען מיט אנדערע, נישט אליינס.
א לויז געבינדענע גארטעל איז א נאכלעסיגקייט, נישט קיין שמירה.


ווען איך האב געשריבען יענעם תגובה, איז מיר געליגען אין קאפ אז ס'איז דא א מפורש'ע הלכה אז מ'טאר זיך נישט גיין טובל'ן אין פליסיגע וואסער, נאר איך האב עס נישט געקענט טרעפן. איך האב געזוכט אין סוף חו"מ און אין יו"ד ווי מ'רעדט פון די זאכן און איך האב עס נישט געטראפען, דעריבער האב איך עס נישט דערמאנט.
יעצט האט מיר איינער דערמאנט, און ס'איז אין או"ח אין הל' יוכ"פ סי' תרי"ג סעיף ה'.

ההולך לבית המדרש, או להקביל פני אביו או רבו או מי שגדול ממנו בחכמה, או לצרכי מצוה, יכול לעבור במים עד צוארו, בין בהליכה בין בחזרה; ובלבד שלא יוציא ידיו מתחת שפת חלוקו להגביה שולי חלוקו על זרועו; והוא שלא יהיו המים רודפים, דאם כן אף בחול אסור מפני הסכנה, אפילו אם אינם מגיעים אלא עד מתנים:


דארט זעט מען אז אפילו לדבר מצוה וואס איז מותר אום יוכ"פ (א טבילה איז אסור אום יוכ"פ, אפילו פאר א בעל קרי לפי פשטות הפוסקים, כ"ש לתוספת קדושה) טאר מען נישט אין פליסיגע וואסער. מ'דארף נאר וויסען ווי טיף ס'איז געווען וכו'.

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 13, 2017 10:03 am

· #378931
ייש"כ פאר צוריק פירן די שמועס אויף די ריכטיגע רעלסן.

מאטל שניידער » דאנערשטאג יולי 13, 2017 11:11 am

· #378934
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
גערעדט יעצט מיט א איד וואס איז נעכטן געווען מנחם אבל זיין ר' נתן נאך מעריב האט הרה"ג ר' יוחנן וואזנער אויסגערופן אז סדרייען זיך ארום שמועות אז ער האט מספיד געווען דורכן טעלעפאן אין אז ער איז געשטאנען מיט זיי בקשר וויל ער דא זאגן ברבים אז עס האט קיינמאל נישט פאסירט

סקרן » דאנערשטאג יולי 13, 2017 11:11 am

· #378935
<a class="postlink" href="http://www.ch10.co.il/news/379921/#.WWeNUYjyuUk">http://www.ch10.co.il/news/379921/#.WWeNUYjyuUk</a>
א שמועס מיט בנו נתן ער דרייט זיך ארויס פון יעד'ן גוטע שאלה אבער זאגט אז ר' יוחנן וואזנער האט אים געהייסן זיצן שבעה
די מאמע זיצט אין ב"פ ווייסט איינער ווי איך וויל גיין הערן מעשיות פון די נאנט {מ'רעדט דא פון זיין מאמע אדער זיין ווייב?}

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 13, 2017 11:19 am

· #378936
דארט זעט מען אז אפילו לדבר מצוה וואס איז מותר אום יוכ"פ (א טבילה איז אסור אום יוכ"פ, אפילו פאר א בעל קרי לפי פשטות הפוסקים, כ"ש לתוספת קדושה) טאר מען נישט אין פליסיגע וואסער. מ'דארף נאר וויסען ווי טיף ס'איז געווען וכו'.

מי מעיין איז מטהר בזוחלין בע"כ אז ס'דא אן אופן אהן א סכנה. לכאורה מיט שטריק.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 13, 2017 12:15 pm

· #378944
זוחלין און רודפים מיינט דער זעלבע?

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 13, 2017 1:02 pm

· #378950
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
מ'רעדט דארט אויך פון א נהר.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:55 pm

· #378978
ס'איז אינטרעסאנט וויאזוי א טייך זאל זיין רודפים אום יוכ"פ. נארמאל איז עס פרילינג צייט ווען די שניי לאזט זיך אויס.
עכ"פ ריכטיג איז גערעכט. א פשוט'ער ריטשקע איז זוחלין, אבער נישט רודפים.

שושן פורים » דאנערשטאג יולי 13, 2017 4:00 pm

· #378980
סקרן
א שמועס מיט בנו נתן ער דרייט זיך ארויס פון יעדן גוטע שאלה אבער זאגט אז ר' יוחנן וואזנער האט אים געהייסן זיצן שבעה
די מאמע זיצט אין ב"פ ווייסט איינער ווי איך וויל גיין הערן מעשיות פון די נאנט {מ'רעדט דא פון זיין מאמע אדער זיין ווייב?}


זיין ווייב, די מאמע איז א פרייע אידענע וועלכע וואוינט אין ישראל.

אגב זיין טאטע איז אוועק בערך א יאר צוריק

חקרן » דאנערשטאג יולי 13, 2017 5:39 pm

· #378987
נתן איז אין קענעדע? - בויטס אים אויף זיין טאטע'ס שטעטל אין קוויבעק, וועט ער זיין דער רבי וואס האט איבערגענומען דעם ארגינעלן פלאץ. זיין ברודער וועט זיין דער וואס האט ארויסגעוואלגערט קיין גוטאמאלא.

טוטס עס שוין, עס וועט אים בויען... די אלע וואס זענען אנטלאפן פון דעם קולט און געפינען זיך נישט די פלאץ, קענען יעצט צוריק אהינקומען וואוינען, צו זייערע אלטע הייזער, ברשות דער נייער לב-טהור רבי, ר' נתן הלברנס. דאס וועט אים געבן א שטארקער אויבערהאנט אויף זיין ברודער.

שושן פורים » דאנערשטאג יולי 13, 2017 5:59 pm

· #378989
מי יתן אז וואלסט ווען געוועהן גערעכט, אדערווייל איז די לב טהור גלויבן נישט געבויעט אויף עצים ואבנים און מיט א שטעטל וועט מען נישט קענען אפקויפן זייערע הערצער

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 13, 2017 7:47 pm

· #379012
שושן פורים
זיין ווייב, די מאמע איז א פרייע אידענע וועלכע וואוינט אין ישראל.

אגב זיין טאטע איז אוועק בערך א יאר צוריק

שושן פורים: איך בין א ביסל קאנפיוז'ד, ווי מ'רופט עס דא אין אמעריקע. ווייל איך האב געזעהן ר' שלמה העלבראנס'ס רעבעצין, לכאורה די מאמע פון נתן הלבראנס, ביי דעם אריגינאלן קאורט טרייעל אין דאונטאון ברוקלין. זי האט ערשיינט מיט'ן גאנצן פראכט פון א רעבעצין. שפיצל וכל המסתעף. זי האט געזאגט קאפיטלעך תהילים...! ס'קען זיין עפעס איז געשעהן מיט איהר ברוחניות... אדער האביך נישט פארשטאנען א חלק פון וואס דו האסט געזאגט...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 13, 2017 7:54 pm

· #379013
שושן פורים
מי יתן אז וואלסט ווען געוועהן גערעכט, אדערווייל איז די לב טהור גלויבן נישט געבויעט אויף עצים ואבנים און מיט א שטעטל וועט מען נישט קענען אפקויפן זייערע הערצער

אפשר אז זיי וועלן אנהייבן זיך אנטון נארמאל, דעמאלס וועלן זיי נישט זיין אנדערש פון סקווירא. און זייערע קאזינס אין קינגס קאונטי. (לעמו"ש פונ'ם טאטן דעם איידעלן איד.)...! ס'איז מעגליך אז מיט די צייט וועלן זיי זיך נארמאליזירן און אויסמענטשלען. דאן וועט זיי קיינער נישט רודפ'ן. אזוי ווי להבדיל די מארמאנס...!

נקודה » דאנערשטאג יולי 13, 2017 8:19 pm

· #379017
berlbalaguleh
שושן פורים
זיין ווייב, די מאמע איז א פרייע אידענע וועלכע וואוינט אין ישראל.

אגב זיין טאטע איז אוועק בערך א יאר צוריק

שושן פורים: איך בין א ביסל קאנפיוז'ד, ווי מ'רופט עס דא אין אמעריקע. ווייל איך האב געזעהן ר' שלמה העלבראנס'ס רעבעצין, לכאורה די מאמע פון נתן הלבראנס, ביי דעם אריגינאלן קאורט טרייעל אין דאונטאון ברוקלין. זי האט ערשיינט מיט'ן גאנצן פראכט פון א רעבעצין. שפיצל וכל המסתעף. זי האט געזאגט קאפיטלעך תהילים...! ס'קען זיין עפעס איז געשעהן מיט איהר ברוחניות... אדער האביך נישט פארשטאנען א חלק פון וואס דו האסט געזאגט...!

ער רעדט פון די רבי'ס מאמע, נתן'ס באבע.

וואלווי » פרייטאג יולי 14, 2017 12:46 am

· #379037
מיר ווייזען ארויס סאלאדאריטעט מיט אחינו בני ישראל אין קרית בבל.

...Flying the flag at half mast
📎 20170714_003424.jpg

מאטל שניידער » זונטאג יולי 16, 2017 10:17 am

· #379155
Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס
עס גרייט זיך ארויסצוקומען א ביוגרפיה ביכל מיט'ן נאמען "ארסו ארס שלמה"
בלאט: 1 2