זאכן איך האס
84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11610
די וואס מאכען נישט קיין בלינקערס פארן די איינדרייען.
די וואס ברעכן אפ א האלבע שטיקל קעיק אדער ראגעלע ביי תיקון/קידוש אין זיי לאזען איבער סאיבריגע.
די וואס האבען לייטס אין סיירינס..... פאר פארקינג טיקעטס.
די מידל עידזש אידען וואס פארשטייען נישט וואס הייסט מען רעדט ביים דאווענען....
נאכן זאגען פאר איינעם עפעס , ער זאָגט דיר עהההההה אינגאנצן נישט, אין זאגט איבער די זעלבע זאך וואס די זאגסט.
די וואס די פרעיגסט איהם יא אדער ניין קשיא אין ער ענפערט דיר מיט א משל אין א נמשל.
די וואס רעדן אייביג הויך.
די בעל תפילה וואס נאכ'ן דאווענען א שמונה עשרה פין צען מינוט ,ווען ער ענדיגט ציילט ער אפאר מאלאויב ס'דא צען אידן.
די וואס די פרייטיג צונאכטס מעין פארשין אין די טרוקענע פלייש פין די זיפ.
Re: זאכן איך האס
די וואס האלטן אז עס איז בארעכטיגט צו האסן ווער ס'האלט אנדערש פון אים.
(האס איך מיך זעלבסט...?)
די וואס מאכן נפיחות שבת ביי מנחה
די וואס געבן אלץ א ציפעדיגע קניפ אין בעקעלע פארן קינד, ביים פרעגן: יונגעלע, וואס האסטו געלערנט?
דער וואס נאכן צובייסן די פאום קאפ אויף פיצעלע שטיקלעך, ווערט ער נישט רואיג ביזן געבן א בלאז, אז דאס הויפן זאל אנ'חזר'ען די גאנצע טיש
די וואס עפענען די קניפ פון בארד דייקא אין די בור המקוה, מאכנדיג שלענגלעך האר שווימען אין גריבל וואסער
דער וואס איז גענוג נערוועז אויפן קאר פאר אים וואס האט זיך נישט אנגעהויבן רוקן ביי "גרין" און הייבט אן צו פייפן, אבער ס'גייט אים נישט אן אז זיין פייפן מאכט נערוועז די גאנצע גאס
דער טיפש סרוחה וואס ווערט די וועלטס מבין אויף סקאטש ביים קידוש אין שול
דער וואס גיסט צו הייס וואסער נאכן לייגן צופיל מילך אין די שוין-אנגעפולטע קאפ הייסע קאווע. בהמה איינער, דו קענסט נישט וואטשן וואס דו טיסט?
דער וואס וואקט אריין משה מחותן אין סמעדריש ביים גאס רעגן, מיטן מצה שטריימל. יאויש ביסטו זיס
די חברה וואס זאגן "נאך איין ווארט, און מיט דעם וועל איך מסיים זיין", און דערנאך קומען נאך עטליכע סיומים און ווערטער ביזן ענטגילטיגער משיחצידקייני
דער וואס הייבט אן די דרשה מיטן "לא איש דברים אנכי". שקרן איינער, כאטש נעם אראפ דיין נעסטי שמייכל!
דער גביר אין שול, וואס חבר'ט זיך מיטן עני ואביון כאילו ער איז נישט קיין כבוד שמעקער
די סטרינגי לאאאאנגע פאות פון שמייסערס. טו וואדע וויסט, אבער סאיז אבסורד
דער באם וואס זעט אויס ווי פון פייוו טאונס, מיטן אקצענט פון מאנדראו
דער וואס לאכט פון אלע געטשקעס, ביז זיין אייגענע אפגאט
דער וואס ענטפערט אפ טענות, מיט א קאלטע: "אזוי?!"
דער וואס נוצט די מקוה האנטעך פאר פיס קראצען, נאז בלאזן, און אויער קלינינג
ווען די טישו פעיפערס זענען קאנעקטעד א לאנגע געהענגעל, און ס'איז שבת
Re: זאכן איך האס
ארי נוהםדי וואס מאכן נפיחות שבת ביי מנחה [emoji23]
די וואס געבן אלץ א ציפעדיגע קניפ אין בעקעלע פארן קינד, ביים פרעגן: יונגעלע, וואס האסטו געלערנט? [emoji106]
דער וואס נאכן צובייסן די פאום קאפ אויף פיצעלע שטיקלעך, ווערט ער נישט רואיג ביזן געבן א בלאז, אז דאס הויפן זאל אנ'חזר'ען די גאנצע טיש [emoji23]
די וואס עפענען די קניפ פון בארד דייקא אין די בור המקוה, מאכנדיג שלענגלעך האר שווימען אין גריבל וואסער [emoji12]
דער וואס איז גענוג נערוועז אויפן קאר פאר אים וואס האט זיך נישט אנגעהויבן רוקן ביי "גרין" און הייבט אן צו פייפן, אבער ס'גייט אים נישט אן אז זיין פייפן מאכט נערוועז די גאנצע גאס [emoji106]
דער טיפש סרוחה וואס ווערט די וועלטס מבין אויף סקאטש ביים קידוש אין שול[emoji106]
דער וואס גיסט צו הייס וואסער נאכן לייגן צופיל מילך אין די שוין-אנגעפולטע קאפ הייסע קאווע. בהמה איינער, דו קענסט נישט וואטשן וואס דו טיסט? [emoji106]
דער וואס וואקט אריין משה מחותן אין סמעדריש ביים גאס רעגן, מיטן מצה שטריימל. יאויש ביסטו זיס [emoji106]
די חברה וואס זאגן "נאך איין ווארט, און מיט דעם וועל איך מסיים זיין", און דערנאך קומען נאך עטליכע סיומים און ווערטער ביזן ענטגילטיגער משיחצידקייני[emoji106]
דער וואס הייבט אן די דרשה מיטן "לא איש דברים אנכי". שקרן איינער, כאטש נעם אראפ דיין נעסטי שמייכל! [emoji106]
דער גביר אין שול, וואס חבר'ט זיך מיטן עני ואביון כאילו ער איז נישט קיין כבוד שמעקער [emoji106]
די סטרינגי לאאאאנגע פאות פון שמייסערס. טו וואדע וויסט, אבער סאיז אבסורד[emoji106]
דער באם וואס זעט אויס ווי פון פייוו טאונס, מיטן אקצענט פון מאנדראו[emoji23]
דער וואס לאכט פון אלע געטשקעס, ביז זיין אייגענע אפגאט[emoji106]
דער וואס ענטפערט אפ טענות, מיט א קאלטע: "אזוי?!"[emoji106]
דער וואס נוצט די מקוה האנטעך פאר פיס קראצען, נאז בלאזן, און אויער קלינינג [emoji23]
ווען די טישו פעיפערס זענען קאנעקטעד א לאנגע געהענגעל, און ס'איז שבת
[emoji23]
@ארי נוהם, יעדע איינס איז עקסטער גוט, כ'האב מיך אנגעשטרענגט צו לייקן יעדע איינס באזונדער, געוואלדיג!! קיפ איט קאמינג
דער וואס זאגט ליזש'ענסק, נישט ליזענסק
Re: זאכן איך האס
די וואס זינגען זיך אונטער בלויז די הארמאני פון א ניגון
די וואס לויפן מיך נאך ווען איך נעם זיך הארמענייזן
די וואס זינגען די גאר שטאטע ברוך קל עליון בלויז צוצוקומען צו די טשילינג השומר שבת שטיקל
די וואס ענדיגן צו שפחי כמים לעבעדיג
די וואס פארשטייטערן עד הנה
די וואס נעמען צוויי קאפס ארענזש זשוס אין שול, מוצאי תענית
די וואס רופן פאפולערע עלטער-פעטערס, פלעין פעטער
די וואס שאקלען מיט די קאפ אויף יא זיבעציג מאל, בשעת איך רעד
די וואס האבן נישט קיין קאמפלעקס איבער זייער מויל גערוך ביי א תענית
די וואס מיינען אז מ'נארט זיי אייביג אויס
די וואס זאגן זאצן אויף וואס ס'נישט שייך צו ראגירן
די וואס כאפן א שמועס ביים געבן מזל טוב אנכאפענדיג דעם געבענטשטערס האנט
די וואס וואונטשן אז די שמחה זאל ברענגן נאך שמחות
די וואס בעטן א פרישן מת צו זיין א מליץ ישר
די וואס זאגן איבער א הומאריסטישן זאץ נאכן זעהן אז מען האט געלאכט דערפון
די וואס זעהען די ערשטע בית כסא טיר פארשלאסן און שלעפן ווייטער אלע פופצן פארמאכטע טירן
די וואס מאכן א גערודער ביי שטילע שמו"ע מיטן זיך שאקלען, א שטייגער ווי די גריזשען פון אן אומגעלעוועלטן פאדלאגע, און שאקלען זיך ווייטער כאילו לא עפיָו
די וואס זאגן "וואס פעלט עס אויס" אנשטאט איך וויל נישט
די וויציגע פערזאנען וואס ערלויבן נישט זייערע צוהערער צוריקצומאכן וויצן פאר זיי.
וואס מיינט נישט ערלויבן? נאו רעאקציע.
מאר טו קאם.
עסן די פיאות אין ספרים געשעפטן.
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
עסן די פיאות אין ספרים געשעפטן.
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
יואב, הער אויף! די בויך טוט מיר וויי פון געלעכטער...
איך קוילער מיך... 😂
איך האס א ערוואקסאנע מענטש וואס שטרעבט צוזיין א פאליס!
איך האב פיינט אלע אפישעאלס, כקען זיי נישט דילדען. אין מיינע אויגן קוקן זיי אלע אויס ווי ״פיגס״ ״חזירים״. איך האב פיינט אויטארעטי.
לעצטענס האבן זיי נאך אהערגעשיקט די ״סטעט פאליס״ אין די סיטי צוליב א געפעכט צווישן די צוויי קיען, דער גאוונער קאומו מיט מעיאר דיבלאזיאו, די סטעיט-חזירים שטעלן אפ רעכטס און לינקס מיט זייער רשעותדיגע גרויסע היטן און נאצישע שטיוול, פאר יעדע קלייניקייט שלעפן זיי אוועק די קאר און פייניקן די מענטשען...
שוין צוריק צום נושא
איך האס די גערוך פון שאלישידיעס מיט איבערגענעכטיגטע אייער מיט הערינג שחל ליהות ביום רביעי, קניפן ציצית לע״נ ר׳ ישעילע אין מירון. נאסע דורכגעווייקטע מקוה האנטיכער פון אנגעבלאזנע חרון אף.
די אידן וואס זאגן Guitar 'קעטאר' מיט א 'ק'
די אידן וואס זאגן 'judge' דזארדז מיט א 'ר'
די מענטשן וואס לייגן ארויף אויף זייער וואטסעפפ סטאטוס לאנגע דרשות וואס נעמט א גוטע 5 מינוט אדורכצוליינען, און ס'איז אוממעגליך עס צו באטראכטן אין די פאר סעקונדעס וואס מען קען זעהן דעם סטאטוס...
איינער שרייבט מיר אין אישי:
"לייג ארויף דיין פינגער, וועט עס בלייבן שטיין".
אכן נודע הדבר. עס העלפט טאקע. ואנכי לא ידעתי.
א דאנק פאר דעם יעניגן. תשואות חן חן לו.
מענטשן וואס שווענקען זיך גיט אויס דאס מויל אונעם מעין סינק און ביהמ"ד, און ווישן זיך אפ דאס מויל מיט דעם האנטוך וואס הענגט דארטן אויף זיך אפווישן די הענט. 🙄
Re: זאכן איך האס
די וואס ניצן מיך פאר א אמן זאגער פאר ברכת השחר זייענדיג זיך מזכה מיט מיין מצוה.
די וואס קוועטשען זיך אריין ווי רשי'ס מאמע אין א וואנט, ווען א נש גייט פארביי.
די וואס שמייכלען ציניש אהן ווערטער.
די וואס רעדן זיך אייביג איין אז זיי "קומען שוין פון דארט".
שכנים קינדער וואס פייגערען פאר א גלעט.
קליינע שכנים קינדער וואס הערן נישט אויף צו באטראכטן.
קליינע קינדער וואס מאכן זיך דווקא זיס.
קליינע קארני קינדער וואס געבן א טאטש און לויפן אוועק לאכענדיגע נפיחות, ווי כאילו איך קען זיי נישט א שטויס געבן פון אהונטער.
די וואס רייבן די פיס ביי א לחיים נאך-ברכה.
די וואס קומען מיט אויפגעשטאנענע פיאות אין שול.
די וואס ערלויבן זיך צו זיין אולטרא היימיש ווען מען שטייט צוזאמען ביי א קאל.
די וואס גיסן זיך אויס ס'הארץ פאר איינעם אומערווארטעט.
Re: זאכן איך האס
שמעקעדיגאיינער שרייבט מיר אין אישי:
"לייג ארויף דיין פינגער, וועט עס בלייבן שטיין".
אויף דעם האט דאך די רבי פארפירט ביי די שובבים תורה!
דו"ק והבן.
הבל וריק
די וואס רייבן די פיס ביי א לחיים נאך-ברכה.
דא האב איך ערנסט אויסגעשאסן.. 😂 😂
Re: זאכן איך האס
שמעקעדיגדי מענטשן וואס לייגן ארויף אויף זייער וואטסעפפ סטאטוס לאנגע דרשות וואס נעמט א גוטע 5 מינוט אדורכצוליינען, און ס'איז אוממעגליך עס צו באטראכטן אין די פאר סעקונדעס וואס מען קען זעהן דעם סטאטוס...
לייג ארויף דיין פינגער אויף די סקרין וועט עס בלייבן ביי די פיקטשער
Re: זאכן איך האס
ביליגשמעקעדיגדי מענטשן וואס לייגן ארויף אויף זייער וואטסעפפ סטאטוס לאנגע דרשות וואס נעמט א גוטע 5 מינוט אדורכצוליינען, און ס'איז אוממעגליך עס צו באטראכטן אין די פאר סעקונדעס וואס מען קען זעהן דעם סטאטוס...
לייג ארויף דיין פינגער אויף די סקרין וועט עס בלייבן ביי די פיקטשער
אוי... כ'האב עובר געווען אויף כפול
הבל וריק
שכנים קינדער וואס פייגערען פאר א גלעט.
ואלו הצאן מה חטאו?
נעבעך אויף זיי!
וואס איז ראנג אז איינער ווארט אויף א גלעט?
Re: זאכן איך האס
אייז קריעםמענטשן וואס שווענקען זיך גיט אויס דאס מויל אונעם מעין סינק און ביהמ"ד, און ווישן זיך אפ דאס מויל מיט דעם האנטוך וואס הענגט דארטן אויף זיך אפווישן די הענט. 🙄
ער כאפט זיין שטראף אויפן פלאץ, האסט שוין אמאל פרובירט צו צילייגן דיין נאניע מיט דיין מויל צו קהלישע האנטעך??
מלמדים, מנהלים און חברה תהילים-ושננתם-נהגה-מתמידים-לטהרינו-הבל שמיהם אָרגאַניזאַטאָרן, וועלכע באלוינען קינדער'ס הארעוואניע מיט "סFרים."
שטיקער קעפ, אפט מיט קרעץ און געהענגלעך טרויבן, וועלכע שערן זיך ביים שמש.
באקוועמע אידן וועלכע שטופן אריין האנטיכער בין הרגלים, בשעת זייער לייב טריקנט זיך פון הייסער מקווה. (זיי צאלן אגב דעם שטרענגען "נאך-א-האנטוך fee.")
גוים וועלכע שטעלן אפ אידישע קינדער, און פרעגן וועלכן פסוק זיי האבן היינט געלערנט אין חדר.
אזויגערופענע "וועדינג-סאנגס" און אירע קאָמפּאזיטאָרן.
מענטשן וועלכע גיבן זייער טעלעפאון נומער אָן קיין עריע קאוד, ואידך זיל גמור.
מענטשן וועלכע שרייבן ארויס זייער פולער נאמען ביים סיינען א קרעדיט קארד פּורטשעס; א קאַטשקע-און-געגאנגען-ווייטער איז זיי קיינמאל נישט גענוג.
שמעקן זייער וואָנציגע נאָז אריין אין יעדן אפן פלעשל.
האבן שטענדיג טישוס אין זייער קעשענע.
זאגן "יהי שם חם ויפת" ביי מזומן, און האבן נאך דערנאך די חוצפה ארומצוקוקן צו זען אויב עמיצער לאכט.
לעקן די פינגער בשעת'ן מישן בלעטער אדער פלעסטיק-בעגס.
היימישע טיף-באבארדלטע געשעפטס-לייט וועלכע גייען אנגעטאן אין "טונקל-בּלוי." (וואו קויפן זיי אלע דעם זעלבן אוניפארם, וויזנער'ס?)
אידן וועלכע ביי א דרשה זאגן זיי שנעל פאראויס א פסוק צי א שטיקל גמרא וואס דער בעל-דרשן האלט אינמיטן ארויסזאגן, אדער לפחות שאקלען זיי מיט'ן קאפ און מאכן איינשטימיגע גרימאסן, ווי מודיע צו זיין דעם עולם אז זיי ווייסן פון וואס מ'רעדט.
אידן וועלכע דערמאנען דאס ווארט "מאָגן" מער ווי איינמאל א טאג. (אלץ האבן זיי עפעס מיט'ן פ*קן מאגן. דאס האט זיך אנגעלייגט אויפ'ן מאגן, יענץ איז שווער אויפ'ן מאגן, די מאגן מאכט פראבלעמען, די מאגן קוועטשט, כ'האב מורא ס'וועט מאכן א חורבן אין מאגן, גרינג אויפ'ן מאגן, כ'האב מיט'ן מאגן, די מאגן האט מיט מיר, די מאגן ארויף און די מאגן אראפ. שדפ"א מיט דיין מאגן, און הער אויף לייגן דיין האנט אויפ'ן בויך-קנעפל בשעת דו דערמאנסט די מאגן. איך כאפ דעם געדאנק אָן הענט אויך.)
טשולענט-קעפ וועלכע יאגן נאך טשולענט-טעפ בוקר ערב וצהרים. זיבן טעג א וואך קריכט זיי צווישן די ציין די בריאה'ס פעוואריד, דער אוועררעיטעד נזיד עדשים, ווי דאס ברוינע בונדל זאל ווען זיין א גילגול פונעם מן. דינסטאג נאכמיטאג פאר לאנטש שעפט ער זיך אן א קאנטעינער פארווע טשולענט, מיטוואך פרעסט ער טשולענט ביי א וואכנאכט, ליל ששי גרעבסט ער טשולענט ווי און וואו אימער, פרייטאג-צו-נאכטס "גנב'ט" ער טשולענט, (קומצעך מיר אויפטון.) שבת אינדערפרי מאכט ער ערשט קידוש אויף א שיסל טשולענט, און שפעטער עסט ער "א לעפעלע" טשולענט "לכבוד-שבת-קודש;" זונטאג עסט ער טשולענט פון שבת, און מאנטאג קומט ער מיר זאגן אז ער האט מיט'ן מאגן. ער ווייסט נישט וואס, עפעס האט ער מיט'ן גאדדעמן מאגן.
אידן אונטער פופציג יאר אלט וועלכע דרייען די פיאות ארויף אויף די אויערן.
לייגן אריין דעם גאנצן סעלעט-בּאַר אין זייער טונא סענדוויטש; אביסל טאמאטא און פיקלס איז זיי נישט גענוג.
אידן וועלכע גייען די גלעזער איבער די פיאות.
קליינע מוחות וועלכע קריגן ארגעזם ביים שפרינגען מיט'ן פינגער צום הימל "יעדער איינער." (כ'ווייס נישט צי דאס איז א בקשה, קשיא, תירוץ, געדאנק, הצעה, מעלדונג, אדער סתם א רענדאם צוזאמשטעל פון אותיות וואס האט זיך פארהאנקערט אין א צעיושעטן ריטעם.)
איי יואב!
😂 😂 😂
Re: זאכן איך האס
די וואס ווען זיי שטעלן זיך אויף געבען זיי א שאקל די פיס, אדער נאך ערגער זיי לאנען זיך אן אויפן שטארקערן פיס און הייבן אויפן ס'אנדערע ביז עס הערט אויף קלעבען די מעשה.
@יואב׳ס לעצטע תגובה איז ממש מתוק בדבש, גאונות...! יעדע זאץ האט געקאסט א עקסטערע אויספלאץ. יואב׳ל זעץ זיך שרייבן, דו וועסט פארשעמען ׳אייזיק באשעוויס זינגער׳ מיט ׳שלום עליכם׳ צוזאמען... דיין שרייבערישע טאלאנט מיט דיין אויסערגעווענטליכע הומאר איז איינס אין א מיליאן!
די וואס האבן איבעריגע סחורה און די נאז און אנשטאט דאס ארויסצובלאזן שלעפן זיי דאס אריין און נאכדעם קלארט מען אויס די האלז און מען שפייט ארויס. און דאס אלעס בקול רעש גדול.
טאמיר האלט איר אונמיטן עסן און איך האב אייך פארגאנגען דעם אפעטיט, בעט איך אייך איבער פון פאראויס.
Re: זאכן איך האס
אייז קריעםדי וואס האבן איבעריגע סחורה און די נאז און אנשטאט דאס ארויסצובלאזן שלעפן זיי דאס אריין און נאכדעם קלארט מען אויס די האלז און מען שפייט ארויס. און דאס אלעס בקול רעש גדול.
טאמיר האלט איר אונמיטן עסן און איך האב אייך פארגאנגען דעם אפעטיט, בעט איך אייך איבער פון פאראויס.
דאס איז אום אפעטיטלעך צו הערן אפילו ביי די עלעפטע קל מלך יושב ביי נעילה שמו"ע
גראדע ביי נעילה איז דא אסאך מענטשן וואס טיען דאס...
אפשר דארף איך אריינברענגען די
אשכול דא.
יואאש האט יואבל פראבלעמען.
די מענטשן וואס רעדן זייערע פאון-קאלס אויף בלוטוט ספיקער אין די קאר אויף אזא הויכע וואליום אז צוויי גאסן אוועק קען איך מיטהאלטן דעם גאנצן שמועס.
פליקערדי וואס ווען זיי שטעלן זיך אויף געבען זיי א שאקל די פיס, אדער נאך ערגער זיי לאנען זיך אן אויפן שטארקערן פיס און הייבן אויפן ס'אנדערע ביז עס הערט אויף קלעבען די מעשה.
לאל
לאמיר הערן זיסקייט, וואס דען טוסטו בעת הצורך?
שמעקעדיגפליקערדי וואס ווען זיי שטעלן זיך אויף געבען זיי א שאקל די פיס, אדער נאך ערגער זיי לאנען זיך אן אויפן שטארקערן פיס און הייבן אויפן ס'אנדערע ביז עס הערט אויף קלעבען די מעשה.
לאל
לאמיר הערן זיסקייט, וואס דען טוסטו בעת הצורך?
מ'שפאצירט אפאר טריט סטעפ(סעס, אגב אויך א האס זאך) פונ'ם ביהמ"ד איידעלערהייט שטייט אהין אין צירוק. מ'דארף געדענקען צי סקיפען סטעפס.
די מענטשען וואס מאכן זיך זיס מיטן זאגן
״קיש די מזוזה די אנדערע זייט טיר״...!
דיין מאמע זאל קישן די אנדערע זייט! האסטו געהערט א מעשה? איך קיש נישט די מזוזה פון קיין איין זייט נישט...!. נישט ממזרח און נישט ממערב...
די וואס דרייען זיך אינדורסן (אין פאליש) ביים דאוונען און ווילן ח״ו נישט אויסרעדן ביים דאוונען אבער פון דער אנדערער זייט ווילן זיי ח״ו אויך נישט פארפאסן די וועכענטליכע גרויסע שיעור פון די אויסערגעוונטליכע, געוואלדיגע ״דברי חכמה" פון די ״טונא בייגל״ קופקע, אלזא מאכן זיי א פשרה און רעדן אזעליכע מאדנע האלבע ווערטער אין לשון קודש געמישט מיט אידש און אראמיש און צוויי דריטלעך טערקיש.
די וואס גייען אייביג ארום מיט א געילע שאפינג בעג אויפן קאפעליטש (געוונטליך קען מען זיי זעהן די חברה ביי די היטש פלאץ אדער אין ׳שומר שבת׳) מרעדט דא פון די אידן וואס פראטעקטען זייער היט א אייגעטום זינט טבת 1977... למספרם נאך א זאך וואס כ׳שלונג נישט אראפ איז ווער עס שרייבט ׳למספרם׳ ספעציעל אויב מ׳האט עס נאך געשריבן מיט א ״פארקער פען״ וואס איז ארויסגעטאנצן פון א דזשי ענד דזשי וועסטל.
נ״ב איך האס חלילה קיינעם. וויץ בעלמא.
Re: זאכן איך האס
שמעקעדיגפליקערדי וואס ווען זיי שטעלן זיך אויף געבען זיי א שאקל די פיס, אדער נאך ערגער זיי לאנען זיך אן אויפן שטארקערן פיס און הייבן אויפן ס'אנדערע ביז עס הערט אויף קלעבען די מעשה.
לאל
לאמיר הערן זיסקייט, וואס דען טוסטו בעת הצורך?
מעו ברויך זאלב, פשוטע לוישען, והכל על מקומו יבאו בשלום