ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה
55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11594
ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה
נארישע שאלה סארי. אבער אין אן אנדערע אשכול טוטזיך אזא טענה'ריי אויף צוויי רבנים ווער ס'קען מער לערנען 🙄 סוי אפשר קען מען עס אויסשפרייטן און מאכן א שמועס איבער אנדערע אויך און די באנק קוועטשער צווישן אונז וועלן עפעס פארדינען נייע טערמינען נעמען פון ספרים (שו''ת מהרלב''ח? קיינמאל געהערט). סוי לעט די פייטט בעגין. (גארנישט מיט מנחם)
ווער האט געקענט מער לערנען?
טשעבינע רב ז''ל
הרב עובדיה יוסף ז''ל
הרב ש''ך ז''ל
שבט הלוי ז''ל
הרב אלישיב ז''ל
ר''מ פיינשטיין ז''ל
הירשפרונג ז''ל
ר''ח קרייזווירטה ז''ל
חזון איש ז''ל
קלויזענבורג רב ז''ל
ר''י ראטה
סאטמאר רב ז''ל
ר' יונתן שטייף ז''ל
רש''ז אויערבאך ז''ל
ר' מיכל ליפקאוויץ ז''ל
ר''א קאטלער ז''ל
הרב קאפעלמאן ז''ל
ליובאוויטש רבי ז''ל
דאס איז דער טשולענט פאר יעצט
ר' פישעלע
לערנען וואס?
זוהר? ר' דניאל פריש
ליקוטי מוהר"ן? מהוראש שיק
חושן משפט? ר' יעקב בלוי
ויואל משה?
''כל התורה כולו'' as they say
ש''ס בבלי ירושלמי ד' חלקי שו''ע ספרא מכילתא נגלה נסתר פרד''ס מדרש שוחר טוב?...
ר' חיים קאניעבסקי. ער מאכט א סיום אויף אלעס איין מאל א יאר, נישט אזוי זאגט מען?
[ציטאט אראפגענומען]
העט מען מוזן איינזעצן אז דער בעל יביע אומר האט חוץ דאס אלעס אויך געקענט חידושי תורה תשט''ז ?
ליפא: ווער ביניך דען? בערל בעל עגלה אז איך זאלל זאגן מבינות איבער די גאוני וגדולי ארץ וויפיהל זיי האבן געקענט לערנען. און ווער ס'האט געקענט לערנען מער פון א צווייטן. אבער, איבער (כמעט, אובער) איין פערזענליכקייט וועל איך יא זאגן מיין ארימע מיינונג. הרב פינחס הירשפרונג פון מאנטריאל, קענעדע. איך האב דאס אליינס צוגעזעהן. זיין מנהג איז געווען אז א יעדן אינדערפריה נאך שחרית, ביי וועלכן מנין ער האט געדאוונט, איז א יעדער צוגעקומען און געפרעגט שאלות איבער די גמרא וואו ער האט געהאלטן אין פארשידענע מסכתות פון ש"ס. ער האט פאר א יעדן געענטפערט אין אלע עניינים וואו זיי האבן געהאט א שאלה, אן זיך אפשטעללן אפילו אויף א רגע. דא האט ער גערעדט מיט איינעם אין מסכת שבת...באלד איז ער אריבער רעדן אין מסכת חולין, ערובין, ערכין, וכו'. אן אפשטעללן זיך צו טראכטן אפילו פאר א סעקאנד.גאנץ ש"ס איז ביי איהם געלעגן כאילו מונח בקופסא. אבער ער איז נישט געווען קיין רב הפוסק. און זיינע פסקים זענען ווערד געווען זירא...!
Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה
האסט קיינמאל נישט געהערט פון שו"ת מהרלב"ח? דער וואס איז געווען דער הויפט פיהרער אין דער חידוש הסמיכה מלחמה?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פון דיין גאנצע ליסטע שפרי נגעל ארויס צוויי נעמען, דער חזו״א און רבי משה זצל.
וויאזוי איז מעגליך צו ענפערן אזא שאלה? האט דען איינער פארהערט די אלע גאונים?
יעדער גדול האט אודאי זיין אייגענארטיגקייט אין עיון אדער בקיאות אדער הבנה עמקות וכדומה און עס איז נישט דוקא דא א וועג צו מעסטן גדולים.
אגב הרה"ג הגדול ר' פנחס הירשפרונג זצ"ל איז כידוע געוועהן א גרויסע בקי וחריף און פלעגט שטיפן לומדים צו לערנען און זיין בקי אין וואס מער מקצועות ווי איידער לערנען מעט בעיון.
אמאל האט ער געברענגט די גמרא אמר רבי יוחנן: פליגו בה רבן שמעון בן גמליאל ורבנן. חד אמר: "סיני עדיף", וחד אמר: "עוקר הרים עדיף". רב יוסף - סיני. רבה - עוקר הרים. שלחו לתמן (=לשם, לארץ ישראל), "איזה מהם קודם?". שלחו להו: "סיני עדיף, דאמר מר: הכול צריכין למרי חטיא
האט ער געפרעגט סיני איז דאך א בארג און דער עוקר הרים קען אים אויסרייסן איז פארוואס דער סיני עדיף?
ועפ"י דרכו החריף האט הגר"פ געזאגט: יא יא דער עוקר הרים קען אויסרייסן דעם סיני אבער ער ווייסט פשוט נישט ווי דער סיני געפונט זיך! (שהחריף שאינו בקי אין חריפתו מן המנין)
Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה
הגר"מ פיינשטיין עולה על כולנא בכח הפסק והוראה.
טשובינער רב, גר"מ פיינשטיין און יביע אומר זענען בערך אויף איין דרגה אין ידיעת התורה (די לעצטיגע ספרים וואס ר"ע האט געקענט אינו מעלה ומוריד).
רמ"פ האט געפסקנט פון גמרא ארויס, געבויט אויף שטארקע יסודות כדוגמת הנודע ביהודה.
טשובינער רב האט געפסקנט ווי גדולי פולין דוגמת המהרש"ם ור"מ אריק.
ר"ע האט געפסקנט לפי כללי הספרדים.
ר"פ הירשפרונג מיט סאטמער רבי זענען בערך די זעלבע אין כח הפלפל וחריפות, ר"פ האט געקענט אלע בעיסיקס אויף אויסעווייניג מיטן לשון. סאטמער רבי לא שמענו. (א שיינער ת"ח איז ער געווען).
שבט הלוי, דברי יציב, רב אלישיב, רש"ז אויערבאך ר' פישעלע זענען בערך אויף די זעלבע לעוועל אין פסק. מסודריגע אחרונים מיט א שטארקן כח ההוראה.
גר"א קוטלער מיטן חזו"א זענען שטארקע אין די ישיבה וועלט (חזו"א אויך אביסל אין הלכה) ר"א קוטלער איז געווען מער פארנומען מיט לומדות בעת די חזו"א האט גוט אויסגעחשבונט דעם סוגיא לויט די ראשונים.
ליובאוויטשער רבי איז געווען א גאון וכעדותו של ר"פ הירשפרונג ור"ש וואזנער.
Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה
אדרבה לאז הערן חוות דעתך פונקטליך וואס דו האלטסט איך האב זיך טועה געווען ונברר יחד.
Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה
[ציטאט אראפגענומען]
ווער איז געווען דער חברותא?
כפי ידיעתי האט ער נישט געהאט קיין חברותא, ער פלעגט געבן שיעורים ביי אים אין כולל תפארת ירושלים פון וואס ער האט געדריקט זיין דברות משה.
ס'איז נישט מסתבר אז איינער וואס האט געענדיקט ש"ס 200 מאהל זאל אנפרעגן ביי א רבי וואס איז געווען פארנומען מיטן כלל און הכנות לתפלה.
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז די נערישקייט פון אזא אשכול. אז מ'קען נעמען א מעשה'לע און אויפבויען אן ענדגילטיגע פסק דערפון.
מ'דארף קיין טפש נישט זיין. דער סאטמארער רב האט זיך נישט געקימערט מיט די ספקות פון ר' משה פיינשטיין, ווייל די סארט שאלות זענען נישט זיינס. ר' גרינבלאט האט געזאגט "זאל איך פרעגען סאטמאר רב ווען איך גיי אריין צו איהם?" האט ר' משה גע'ענטפערט "פארוואס נישט?" און פון דעם האט זיך געוואקסען א מעשה. ער האט צוגעלייגט, דער שרייבער האט צוגעלייגט, ויצא ה*** הזה. (איך ווייס נישט פאר זיכער, אזוי קען מען ענטפערען אזא מעשה).
טאמער מ'וויל טאקע וויסען ווער קען 'מער' לערנען, דארף מען קוקען אין די ספרים פון די פון די רשימה וואס האבען געשריבען א ספר.
Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה
די דמיון פון די פוסקים מיינט נישט אז זיי האבן געהאט דעם זעלבן מהלך אין פסק, זיי זענען אבער בערך אויפן זעלבן דרגה אלס פוסק וק"ל.
גר"א קוטלער מיטן חזו"א זענען ביידע אין ישיבה וועלט.
ביטע נישט ליינען קיין האלבע זאכן, ייש"כ.
כ'מיין מען זאל טוישן דער שאלה ווער עס האט דער ווייניגסטער געקענט לערנען.
קל וחומרדי דמיון פון די פוסקים מיינט נישט אז זיי האבן געהאט דעם זעלבן מהלך אין פסק, זיי זענען אבער בערך אויפן זעלבן דרגה אלס פוסק וק"ל.
גר"א קוטלער מיטן חזו"א זענען ביידע אין ישיבה וועלט.
ביטע נישט ליינען קיין האלבע זאכן, ייש"כ.
חזון איש אין דער ישיבה וועלט?! נישט אין דער ישיבה וועלט ווי איך בין געווען. אפשר אין סלאבאדקא ישיבה אין בני ברק, טרעפט מען א פאר בחורים און יונגעלייט וואס לערנען מיט דער חזון איש. אחוץ דעם, איז דער חזון איש פול מיט שטויב אין כמעט אלע ישיבות. זיין דרך הסברא איז אין גאנצען אנדערש, און זיין צונעמען א סוגיא איז צו ברייט פאר א בחור וואס איז צוגעוואוינט צו לערנען א פאר שיטות אין ראשונים ותו לא.
הגר"א קוטלר איז אויך נישט צופיהל גענוצט אין דער ישיבה וועלט. זיין חשבונות זענען צו ברייט פאר די מגידי שיעור. זיין 'השקפות' זענען איבערגעקייעט, אבער נישט זיין תורה'ס. ר' שלמה היימאן מיט ר' שמואל רוזובסקי, ר' נחום פרצוביץ מיט הרב שך, ר' נפתלי טראפ און ר' ברוך בער. די זיינען די גענוצטע ספרים אין דער עולם הישיבות. נישט חזון איש און נישט משנת ר' אהרן.
Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה
וואו איך האב געלערנט סיי אין ישיב"ק סיי אין ישיב"ג (שני דינים...) האט מען ביי ביידע פעסט ארומגעארבעט מיטן חזו"א ביי כמעט אלע סוגיות. ווייזט אויס אז די חסידישע געשטימטע ישיבות זענען מער אופען מיינדעד ווי די ליטאים.
אלענספאל, מיין כונה איז נישט געווען אז מ'לערנט זייער ספרים אין אלע ישיבות, נאר אז זייער ווערק זענען געמאכט פאר די ישיבה וועלט נישט להוראה.
Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה
רוב דעבאטעס אויף דעם נושא קומט ווייל מען רעדט פון צוויי גדרים פון "קענען לערנען". עס איז דא בקיאות און עמקות/חריפות, אדער סיני ועוקר הרים.
אין עמקות אליין איז אויך דא עטליכע סטיילס, די פוילישע, ישיבישע, בריסק, און חזו"א סטייל.
אין בקיאות איז אויך דא 2 סטיילס. דהיינו קענען די בעיסיק ספרים גאר גוט אויסעווייניג כמונח בקופסא, אדער אדער קענען מער ווייניגער אסאך ספרים ראשונים אחרונים שות.
אבער בעיקר איז עס צוטיילט אין די 2.
סא בנוגע בקיאות איז כו"ע מודי די ערשטע אויף די ליסטע איז הרב עובדיה יוסף. אויף די ערשטע אופן בקיאות איז ר"ח קרייסווירטה, ר"פ הירשפרונג, טשעבינער רב, אגרות משה, שבט הלוי, הרב אלישיב. די צווייטע אופן בקיאות איז מנחת יצחק, רמ פיינשטיין, אלישיב, שבט הלוי, קלויזענבורג.
באופן עמקות אויף די פוסקיםדיגע וועג איז חזוא, טשעבינער רב, רשז אויערבאך, שבט הלוי (ר"מ פיינשטיין איז א מחלוקה ואכמל)
אין די ישיבישע מהלך איז ר"א קוטלער און הרב שאכמאן
די אויבן דערמאנטע רייע קומט נאך לאנגע יארן פארש ארבעט, און א טארא פארהער אויף אלע דערמאנטע גדולים. ויש מוקדם ומאוחר. וה' הטוב יכפר [emoji38] [emoji38]
יעצט בין איך נייגעריג ווער עס האלט ווי מיר
[ציטאט אראפגענומען]
כ'זעה ביסט א פיינער תלמיד פון שלמה יענקל.
וואלוויר' חיים קאניעבסקי. ער מאכט א סיום אויף אלעס איין מאל א יאר, נישט אזוי זאגט מען?
נו אז ער ענדיגט כל התורה יעדעס יאר, וואס איז די קונץ אז ער קען אזויפיל?
זייער א קינדערישע געשפרעך, אבער ס'איז "פאן". איך וועל פראבירן אבצוטיילן די ליסטע אויף קאטעגורן.
העכסטע מדרגה לענ"ד
חזון איש ז''ל - מסתמא די גרעסטע. ער האט געקענט און דורך געטוהן כל התורה כולה בעומק העיון. אויפן וולוזינער דרך פון בבלי און ירושלמי. אויך כולל כל מקצועות תורה שבעל פה אפילו קדשים וטהרות.
טשעבינע רב ז''ל - איך האב נישט גענוג געטוהן אין זיין ספרים, אבער מ'האט אים גערעכענט א בר פלוגתא מיט'ן חזון איש...
הרב עובדיה יוסף ז''ל - ער איז געווען ווייט פון די עומק פונעם חזון איש, אבער אויף זיין ספרדישען דרך פון ליקוט שיטות איז ער געווען מגדולי הדורות. וואלט ער נישט געווען יחיד בדורות ביי די ספרדים, נאר עפעס אן אונגארישער רב וואלט איך אים נישט פארגינען.
ר''מ פיינשטיין ז''ל - גאנץ ש"ס מיט עיקר ראשונים מיט א קלארקייט. גרויסער למדן און מחדש. געהאט את כוח פון שרייבען תשובות וואס די חזון איש האט נישט געהאט אבער איך גלייב נישט אז אין קדשים, זרעים, וטהרות און אין ירושלמי וואלט ער זיך געקענט פארמעסטען מיטן חזון איש. מער אויפן מהלך פון רבי חיים. די חזון איש'ס מהלך איז מער גדלותדיג.
ר''א קאטלער ז''ל - חובק זרועות עולם אין בבלי וירושלמי. אויך געקענט שרייבען א תשובה. געווען א למדן אויף רבי חיים'ס שטייגער, אבער אויך געהאט די פארטצייטישע ליטווישע גאונות. אנגעקומען אפילו צו זרעים קדשים וטהרות, אבער נישט אזוי ווייט און ברייט וואו די חזון איש. ער איז אויף די ליסטע מער צוליב זיין מבהילדיגע גאונות. אבער אויך גענוג ברייט און טיף משלים צו זיין.
צווייטער מדרגה
' ר' יונתן שטייף ז''ל - ער איז געווען ריזיג. איך ווייס נאר נישט צו ער איז אנגעקומען צו ששה סדרים אזוי ווי די ערשטער גרופע. א קלאסישע פוסק און אויך גאר ברייט אין אפשרות סאך מקצועות אזוי ווי מדרשי הלכה וכו'.
רש''ז אויערבאך ז''ל - ער איזה געווען א מוראדיגע לעכטיגע למדן, א מחדש, א פוסק מובהק, און גאר ברייט. זרעים האט ער אויך גוט געקענט. איך בין אבער נישט זיכער אז ער האט געהאט די גדלות זיינע בכל מקצועות אזוי ווי די ערשטער גרופע.
הרב אלישיב ז''ל - א סאך מער א טריקענע דרך וואו רבי שלמה זלמן, אבער מוראדיגע ידיעות אין גדולי הפוסקים האחרונים, שכל הישר מאד, איך ווייס נאר נישט אויב ער האט כולל געווען אזוי ווי די גאר גרויסע. ער האט אויך נישט געווען מאיר עיני ישראל בחידושיו אזוי ווי אנדערע אפילו אין דער רשימה.
דריטער מדרגה
קלויזענבורג רב ז''ל - גאון מבהיל. געפעלט שכל הישר צו קענען מכריע זיין מיט סברא ישרה. הרבה פלפולים של הבל. למעשה ער האט איבערגעלאזט שיינע תשובות יותר מהמשוער. כאטש מען האט די תשובות געפיצט איז עס אויך עפעס. גרויסע גאון אבער האט נישט געהאט די קלארקייט און גלאטקייט פון די גרעסערע.
סאטמאר רב ז''ל - ת"ח עצום. גלאטער פון די קלויזענבורגער, אבער נישט אזוי פיל געליגען אין לערנען. א פאר שטארקע תשובות. אבער א סאך זאכען פארדרייט צוליב זיינע מערכות. וואלט ער נישט געהאט די אבסעשין מיט ציונות וכדומה וואלט ער געווען אפשר א טשבינר אדער א ר' יונתן. למעשה היינט צוטאגס איז נישט דא קיין ראיה אז ער איז אנגעקומען צו זיי. ויואל משה ווייזט אויף גאונות, אבער לאו דווקא א כל התורה כולה בעיון איד.
הרב ש''ך ז''ל - דורך געהארעוועט כל התורה כולה (ששה סדרים!), אבער נישט עפעס מוראדיגע געשמאקע מחדש און אויך נישט קיין פוסק. א למדן און א גלאטע, אבער נישט קיין רבי משה אדער קיין רבי אהרן, אויך נישט קיין רבי שלמה זלמן.
שבט הלוי ז''ל - א סאך הערליכע תשובות און אויך גאנץ ברייט און טיף, אבער פון מאל צו מאל א נארישע תשובה. מסתמא נישט די מדרגה גאונות און בקיאות פון רשז"א און ריש"א, אויך נישט זייערע גלאטקייט, און זיכער נישט די לעכטיגע געשמאקע סברות פון רשז"א
פערדע מדרגה
הרב הירשפרונג ז''ל
ר''ח קרייזווירטה ז''ל - די צוויי האבען געקענט א סאך מיטן לשון, אבער לאו דווקא אויסגעצייכענט אין אנדערע ענינים. תשובות? למדות? שיעורים? אפשר ר' הירשפרונג מיט זיינע שטיקלעך, אבער נישט זייער גלאט...
ליובאוויטש רבי ז''ל - ענליך צו די צוויי. אפשר א ביסל טיפער און גלאטער אין סברא, אבער ווייניגער בקי.
פיפטע מדרגה
ר' מיכל ליפקאוויץ ז''ל
הרב קאפעלמאן ז''ל
ר"י ראטה
אויף די דריי יש לומר כמה יוסי איכא בשוקי...
Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה
אויבערלענדער חכם
צווייטער מדרגה
הרב אלישיב ז''ל - א סאך מער א טריקענע דרך וואו רבי שלמה זלמן, אבער מוראדיגע ידיעות אין גדולי הפוסקים האחרונים, שכל הישר מאד, איך ווייס נאר נישט אויב ער האט כולל געווען אזוי ווי די גאר גרויסע. ער האט אויך נישט געווען מאיר עיני ישראל בחידושיו אזוי ווי אנדערע אפילו אין דער רשימה.
דריטער מדרגה
הרב ש''ך ז''ל - דורך געהארעוועט כל התורה כולה (ששה סדרים!), אבער נישט עפעס מוראדיגע געשמאקע מחדש און אויך נישט קיין פוסק. א למדן און א גלאטע, אבער נישט קיין רבי משה אדער קיין רבי אהרן, אויך נישט קיין רבי שלמה זלמן.
.
ברוך הבא אויבערלענדער !
הערליך שיינע אנאליז.
איך מיין אז דו האסט פארקוקט אויף רב אלישיב'ס שארפקייט און בליציגקייט וואס איז אין בדומה לו. אין סעקונדעס איז ער געווען בעומק אין די טיפסטע פארשטופטע סברות אין ראשונים און אחרונים.
און רב שך- א גלאטע ? פרעג דיך נאך וויאזוי האט אויסגעקוקט א שיעור אין פאנאוויעטש מיט די גרעסטע לומדים און עילויים זיצנדיג דארט...
באקאנטע מעשה, מ'האט אמאל געפרעגט דעם חזון איש איבער גדולי ישראל, ווער איז גרעסער פון וועם... האט ער גע'ענטפערט "מלאך גבריאל.... מלאך רפאל.... ווער איז גרעסער?"
Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה
חזו"א האט דורך געטוהן ש"ס בעיון, אבער נישט געהאט די היקף פון די אנדערע דריי אינעם ליסטע.
הגרמ"פ האט געקענט וואס טשעבינע רב האט געקענט, בנוסף לכך איז ער געווען סך שטערקער אין פסק און אין עמקות (עיי' דברות משה לעומת דובב ישרים).
רב עובדיה האט נאר געהאט היקף דוגמת האמרי אמת.
שבט הלוי איז גאר גלאט און מסודר, כ'ווייס נישט פון וועלכע שבט הלוי דו רעדסט. (ער האט טאקע נישט געהאט די קריעיטיוויטי פון רש"ז אבער גלאטקייט עני טיים).
סאטמער רב וואלט געווען די רמב"ם זעלבסט, ער איז פשוט געווען צו פארנומען. חבל על דאבדין. אלץ זענען די ציונים שולדיג.
ליובאוויטשער רבי ווייניגער בקי??
Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה
קאווע טרינקערבאקאנטע מעשה, מ'האט אמאל געפרעגט דעם חזון איש איבער גדולי ישראל, ווער איז גרעסער פון וועם... האט ער גע'ענטפערט "מלאך גבריאל.... מלאך רפאל.... ווער איז גרעסער?"
געהערט אמאל בשם החזו"א (ממקור נסמך) אז ס'פארהאן א חיוב נאכצופארשן די גדולים צו וויסן ווער ס'זענען אונזערע גדולים.
הרב אויבערלענדער וכי באתם לכאן מדרך רחוקה רק עבור איזה שיחת ילדים? ואולי י״ל פאן שאני, וצ״ע.
Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה
ייש"כ אויבערלענדער חכם פאר׳ן אויפעפענען די נושא.
קודם בין איך מוחה אז מ׳פארגעסט אזוי פון רוח אפינו משיח ה׳ דער בריסקער רב זי"ע.
אקעי, מחאות ערלעדיגט.
מ׳קען מאכען אזא קנה מדה. לערן גוט און גרונטליך אדורך א סוגיא און דערנאך קוק אין די ספרים פון די גדולי ישראל און זעי וואס זיי טוהן אויף צו דער וואס קען שוין וואס טוט זיך.
שבט הלוי וועט לכאורה ווייניג צולייגען צו דער סוגיא פון א פיינע יונגערמאן. ס׳איז צו באשטוינען אז ער האט עס געטוהן צו אזויפיהל חלקים פון ש"ס, אבער מ׳קען נישט זאגען אויף איהם אז ס׳רעדט זיך פון עפעס העכער ווי דער דורכשניטליכע יונגערמאן נאך זיין אייגענע לערנען.
הרב אלישיב האט צו ווייניג געדרוקט צו וויסען קלאר.
הגרשז"א איז געווען א למדן מיט א פוסק, אבער זיין למדות איז נישט קיין אויסנאמליכע ווי אויך נישט זיין פסק כשלעצמה. זיין מעלה דרוקט זיך אויס אין דעם אז ער האט געקענט פארשטייען זיין פסק על דרך ההבנה והלמדות, און זיין פסק האט נישט געלאזט זיין למדות פארפיהרט ווערען. בקיצור דער מיזוג איז עפעס געוואלדיג, און ווען אונזער יונגערמאן לערנט זיין סוגיא און ער בלייבט מסופק אויף א געוויסע סברא צו מ׳קען עס זאגען, איז הגרשז"א א פיינעם אדרעס.
דער קלויזענבורגער רב פארדינט אביסל מער ווי דו האסט איהם געגעבען. ער האט געהאט וואס צוצולייגען צו יעדער שאלה מיט א געוואלדיגע ידיעה. אויף זיין פסק קען מען אבער נישט פארלאזען צוליעב זיין אומגעבויטקייט.
סאטמארער רב וואלט איך געזאגט נאך א נקודה. ער האט קיין עמטליכע רבי נישט געהאט. זיין טאטע איז איהם אוועק ביי די זיבעצען יאר, און נאך דעם איז ער געבליבען מיט קיינעם. טאקע א גרויסע שאד.
הרב שך האט טאקע נישט געשריבען אויף פסק, אבער הרב שלמה קרליץ האט פארציילט אז פון זיין בית השחיטה פלעגט ער קומען מיט די שווערער שאלות צו הרב שך, וואס האט שולט געווען אויף די כרתי ופלתי׳ס נישט ווייניגער ווי אויף דער או"ת אין חו"מ. אונזער יונגערמאן וועט טרעפען א נייעם סברא אין זיין ספר, וואס וועט פארענטפערען א חלק פון זיין תמיהות און עטוואס פארברייטערען די סוגיא זיינער. טאמער ער האט גע׳ענדיגט דער סוגיא מיט דער פתחי תשובה, וועט ער מעגליך זיך דינגען אויף יעדעס ווארט.
דער בריסקער רב וועט איהם אנכאפען ביים גארגעל און צווינגען אנצונעמען זיין חידוש. די בריסקער נאכמאכערס זענען גאנץ פיין, אבער דער בריסקער רב איז אן אנדערע לעוועל אין הכרח און גלאטקייט.
ר׳איסר זלמן (נאך א פארגעסענעם, נאר פאר איהם גיי איך נישט מוחה זיין, ווייל איך פארגין נישט זיין אייניקלעך) וועט זיך נעמען מאכען א מהלך אין א חלק פון די סוגיא וואס אונזער יונגערמאן האט געמיינט ס׳איז אוממעגליך אויפצו׳עפענען. זיין חידוש זעלבסט וועט נישט זיין קיין ריזיגער אומקער, קיין באמבעדיגע אויפרייס וואס מ׳קען נישט אפפרעגען, אבער חומר למחשבה גיבט ער אייביג צו.
דער חילוק פון חזו"א און ר׳ משה איז נישט ממש אזוי ווי דו זאגסט. דער חזון איש, פאר אונזער יונגערמאן, איז א מישאכטס. א חלק וועט ער נישט אננעמען די הנחה קדומה פון חזון איש, א חלק וועט ער מכוין זיין, און א חלק וועט זיין גענומען א פינסטערע חלק פון סוגיא און איהם אויפגעלאכטען. זיין סברות זענען אבער אפט נישט אויפגעוויזען, נאר לבא דאינשי און דעריבער וועט דער יונגערמאן עס נישט אננעמען. ער לייגט אסאך סברות אויף זיין דעת תורה, אן א קלארען ראיה. ר׳ משה האט געשריבען אויף ווייניגער סוגיות, אבער ווען מ׳לערנט איהם כאפט מען פלוצלונג ווי ווייניג מ׳האט געוואוסט פאר דעם. ער אטאקירט דיר, ער צוקלאפט דיין גאנצע בנין און ער לאזט נישט קיין וועג ארויס. דער חזון איש טוט דאס נישט. ר׳ משה האט מוכיח געווען זיין סברות מיט א געוואלדיגע ארבעט און עקשנות, און זיין דעת תורה איז קיינמאל נישט דער נושא דער חזון איש האט טאקע אויף מערערע סוגיות ווי ר׳ משה, געוויסע זענען ממש זיינס, למשל שמות גיטין צו אנדערע סוגיות אין שבת. אבער ר׳ משה האט מער ווי נשים נזיקין. ער האט אויף קדשים און שבת אויך.
הללו עבדי ה׳ הללו את שם ה׳, און מקבילות הלולאות.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מען קען פרעגען את סאך "והאיכא'ס"
1. ר' משולם ראטה
2. ר' גוסטמאן
3. ר' הרצוג
4. ועוד
ר' איסר זלמן און די בריסקר רב שרייען די מערסטער ארויס. גאוני עולם מהשורה הראשונה און אויך פון די היימישע ציבור.
לגבי סטמר רב, ער איז געווען גרעסער פון זיי טאטע און האט זיך א סאך געלערענט פון תשובות חתם סופר און דברי חיים.
געוואלדיגהרב אויבערלענדער וכי באתם לכאן מדרך רחוקה רק עבור איזה שיחת ילדים? ואולי י״ל פאן שאני, וצ״ע.
שאלת חכם תשובה שלמה
לגבי סאטמאר כלפי טשבין איז אינטערסאנט אז דער סאטמאר רב האט נישט געקענט פארשטיין אז בעלזער רב איז נאכגעגאנגען די טשעבינער און נישט אים.
למעשה פון נאך די קריג זענען נאר די סאטמארע און קלויזענבורגער געווען גדולי תורה. די ליובאוויטשער איז געווען געפאנפערט...
ווי איך האב שוין געזאגט די קלויזענבורגער איז געווען אפשר מער אריין געטוהן, אבער די סאטמארע איז געווען מער ישרותדיג.
זה
איך האב זיי נישט פארהערט
גם לא הבין למה רמ"פ איזניש מודה צי אים ביי הז"מ
אויבערלענדער חכםלגבי סאטמאר כלפי טשבין איז אינטערסאנט אז דער סאטמאר רב האט נישט געקענט פארשטיין אז בעלזער רב איז נאכגעגאנגען די טשעבינער און נישט אים.
למעשה פון נאך די קריג זענען נאר די סאטמארע און קלויזענבורגער געווען גדולי תורה. די ליובאוויטשער איז געווען געפאנפערט...
ווי איך האב שוין געזאגט די קלויזענבורגער איז געווען אפשר מער אריין געטוהן, אבער די סאטמארע איז געווען מער ישרותדיג.
זה
אויבערלענדער חכם: ס'איז גוט צו וויסן אז דו האסט פארהערט אלע גדולי ישראל פון יענע תקופה. און דו ווייסט צו זאגן מבינות איבער זייער .."קענשאפט"...(כדברי לפ"ק) אין לערנען...! דו געסט א הסכמה אויף סאטמאר'ע רב און אויף קלויזנבורגער רב זצ"ל. אבער דער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל שניאורסאן האט נישט געפעסט דיין טעסט...! איך בין זיכער אז ווען דו וואלסט דיך געשטעלט פאר'ן ליובאוויטש רבי וואלט ער דיך צומאלן אין די ערשטע 5 סעקאנדס...סיי אין תורה. נגלה, נסתר און דרוש. און סיי אין מילי דעלמא. ס'איז טאקע א שאד אז מ'האט נישט געמאכט א קאנטעסט צווישן אויבערלענדער חכם און דעם ליובאוויטשער רבי...!
געווען אמאל א דיבאטע צווישן מענטשן, איבער וועלכע לויער/דאקטאר איז די מערסטע באהאווענט אין די חוקים און עניני רפואה, נישט נעמענדיג אינאכט אז יענער פלוני האט נאך איין נארמאלע אפעראציע דורכגעפירט, דער צווייטער האט נאך קיין איין קעיס געווינען למעשה.
אזוי קוקט עס אויס ווען מען רעדט איבער ווער עס קען מער דרייען און ווארפן, לעובדא ולמעשה איז א באזינדערע מסכת, דער תכלית ומטרה פון קענטעניס איז צו וויסן וויאזוי למעשה איר צו באניצען
Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה
diff
קוק זיין ביטול צום חזו"א
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
berlbalagulehאויבערלענדער חכםלגבי סאטמאר כלפי טשבין איז אינטערסאנט אז דער סאטמאר רב האט נישט געקענט פארשטיין אז בעלזער רב איז נאכגעגאנגען די טשעבינער און נישט אים.
למעשה פון נאך די קריג זענען נאר די סאטמארע און קלויזענבורגער געווען גדולי תורה. די ליובאוויטשער איז געווען געפאנפערט...
ווי איך האב שוין געזאגט די קלויזענבורגער איז געווען אפשר מער אריין געטוהן, אבער די סאטמארע איז געווען מער ישרותדיג.
זה
אויבערלענדער חכם: ס'איז גוט צו וויסן אז דו האסט פארהערט אלע גדולי ישראל פון יענע תקופה. און דו ווייסט צו זאגן מבינות איבער זייער .."קענשאפט"...(כדברי לפ"ק) אין לערנען...! דו געסט א הסכמה אויף סאטמאר'ע רב און אויף קלויזנבורגער רב זצ"ל. אבער דער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל שניאורסאן האט נישט געפעסט דיין טעסט...! איך בין זיכער אז ווען דו וואלסט דיך געשטעלט פאר'ן ליובאוויטש רבי וואלט ער דיך צומאלן אין די ערשטע 5 סעקאנדס...סיי אין תורה. נגלה, נסתר און דרוש. און סיי אין מילי דעלמא. ס'איז טאקע א שאד אז מ'האט נישט געמאכט א קאנטעסט צווישן אויבערלענדער חכם און דעם ליובאוויטשער רבי...!
פארוואס נאר צומאלן?! צופליקט!!! צוקייט!!! צוטרעטען!!!! קוק, איך האב געברענגט מער ראיות צום יסוד דיינער. דו האסט נאר געזאגט "צומאלן", און איך האב נאך דריי ראיות!
וואסי מיט אלע רביס, פארוואס זענען זיי נישט אויף קיינעם'ס ליסטע?
כפתורוואסי מיט אלע רביס, פארוואס זענען זיי נישט אויף קיינעם'ס ליסטע?
מען וואלט געדארפט באהאנדלען גערער רבי די אמרי אמת. טאקע א גדול בתורה. די סקאליע רבי איז אויך געווען א זאך אין לערנען. די סקווערער ז"ל איז געווען א תלמיד חכם.
אויבערלענדער חכם: און וואס זאגסטו עפעס צו בערל בעל עגלה'ס ..."קענשאפט"...(כדברי לפ*ק) אין לערנען. איך וועיס אז ער האטציך געלאזט פארהערן 500 בלאט אשר יצר אויף אויסנווייניג. און ער קען (כמעט) א יעדן סעיף קטן אין קאווע שטיבל...!
און לאמיר נישט פארגעסען אז ר' בערל קען ספאנישט/לאטיין אויכעט. ער איז דער ערשטער אדרעס צווישען גדולי דורינו ווי מ'שיקט אנפרעגען איבער אלטע כתבי ידות פון גאוני ספרד.
וואלווי: יישר כח גדול פאר דיין קאמפלימענט. נאר דו האסט דיך א ביסל טועה געווען מיט די געאגראפיע. פראנקרייך איז א ביסל אפגערוקט פון שפאניע. און רוב פון רש"י הק'ס בלע"ז ווערטער זענען אין פראנצויזיש. ס'איז אויך דא א פאר אין ספאניש און אין ענגליש. מיר פרובירן בעז"ה ארויסצוברענגען מיט א קלארקייט די מיינונג און טייטש פון די בלע"ז ווערטער אויף די היינטיגע שפראך כדי לברר מקחו של צדיק. אויך קענמען פארשטיין מיט א סאך א גרעסערע עמקות די פשט אין רש"י ווען מ'פארשטייט די בלע"ז'ן...!
כוונתי, צו די אוצר תשובות גאוני מאנטיווידעא וואס איז מונח באוצרך הטוב.
דארט רעדט מען דען נישט south american spanish ?
אויבערלענדער חכם: דו לייגסט הרב ר' פינחס הירשפרונג ע"ה עפעס אין די פערטע מדריגה און דו זאגסט אז ער האט נישט געקענט לערנען מיט עפעס א קלארקייט. ע"כ וועל איך איבערחזר'ן וואס איך האב אליינס צוגעזעהן מער ווי איין מאל. א יעדן אינדערפריה, נאך שחרית ביי דעם מנין וואו ער האט געדאוונט אין די שטאט מאנטריאל, איז א יעדער צוגעגאנגען (א יעדער וואס האט געהאט עפעס א שאלה אין די גמ') צו איהם רעדן פון די גמ' וואו ער האט געהאלטן. מיט איינעם האט ער גערעדט אין מסכת ראש השנה און תיכף איז ער אריבער אין מס' פסחים, ביצה, סוכה און חולין. איך האב פונקט דאמאלס געלערנט מס' חולין אין ישיבה האביך געזעהן אז ער זאגט נאך די גמ', רש"י און תוס' מיט'ן לשון אן אפשטעללן זיך פון איין מסכת ביז די צווייטע. און פונקטליך אויף דעם דף וואו מ'האט איהם געפרעגט. איך האב נאכנישט געזעהן א צווייטן בשר ודם וואס זאלל דאס קענען באווייזן. דאס מיינט אבער נישט אז ער איז געווען א בעל הוראה. מסתמא אין פסק'נען הלכה למעשה איז זיין כח געווען זיראו. ווייל ער האט אויכעט נישט געהאט קיין שימוש. און נישט געדינט אלס שטאט'ס רב...!
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Rioplatense_Spanish">https://en.wikipedia.org/wiki/Rioplatense_Spanish</a>
וואלוויכוונתי, צו די אוצר תשובות גאוני מאנטיווידעא וואס איז מונח באוצרך הטוב.
דארט רעדט מען דען נישט south american spanish ?
וואלווי: די אוצר תשובות גאוני מאנטעווידעא זענען נישט אנגעקומען צו מיר. ווייל איך בין נאך דאמאלס געווען א יונגל...!
berlbalagulehאויבערלענדער חכם: דו לייגסט הרב ר' פינחס הירשפרונג ע"ה עפעס אין די פערטע מדריגה און דו זאגסט אז ער האט נישט געקענט לערנען מיט עפעס א קלארקייט. ע"כ וועל איך איבערחזר'ן וואס איך האב אליינס צוגעזעהן מער ווי איין מאל. א יעדן אינדערפריה, נאך שחרית ביי דעם מנין וואו ער האט געדאוונט אין די שטאט מאנטריאל, איז א יעדער צוגעגאנגען (א יעדער וואס האט געהאט עפעס א שאלה אין די גמ') צו איהם רעדן פון די גמ' וואו ער האט געהאלטן. מיט איינעם האט ער גערעדט אין מסכת ראש השנה און תיכף איז ער אריבער אין מס' פסחים, ביצה, סוכה און חולין. איך האב פונקט דאמאלס געלערנט מס' חולין אין ישיבה האביך געזעהן אז ער זאגט נאך די גמ', רש"י און תוס' מיט'ן לשון אן אפשטעללן זיך פון איין מסכת ביז די צווייטע. און פונקטליך אויף דעם דף וואו מ'האט איהם געפרעגט. איך האב נאכנישט געזעהן א צווייטן בשר ודם וואס זאלל דאס קענען באווייזן. דאס מיינט אבער נישט אז ער איז געווען א בעל הוראה. מסתמא אין פסק'נען הלכה למעשה איז זיין כח געווען זיראו. ווייל ער האט אויכעט נישט געהאט קיין שימוש. און נישט געדינט אלס שטאט'ס רב...!
ער איז געווען א תלמיד יח"ל, דארט האט מען אנגעגרייט אויף רבנות?
berlbalagulehוואלוויכוונתי, צו די אוצר תשובות גאוני מאנטיווידעא וואס איז מונח באוצרך הטוב.
דארט רעדט מען דען נישט south american spanish ?
וואלווי: די אוצר תשובות גאוני מאנטעווידעא זענען נישט אנגעקומען צו מיר. ווייל איך בין נאך דאמאלס געווען א יונגל...!
כד חמי וואלווי ענוותניתיה דר' בערל קיבל וואלווי על עצמו לעשות רצון צדיק ולא לגלות נסתרות עוד.