☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11594
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 28, 2017 2:43 am

· #377085
וואלווי
https://en.wikipedia.org/wiki/Rioplatense_Spanish

וואלווי: מדי דברי. אז דו ברענגסט שוין צו וויקיפעדיע איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז די לעטטער..."דזשעי"...ווערט דארט ארויסגעזאגט פונקט ווי א ..."חית.. נישט ווי א ...ה"א, וואס די מעהיקאנאוס זאגן...ס'איז דא א נאמען וואס הערט זיך פונקט אזוי ווי ..."חיים"...Jaime...אויך ..."האוסעי"... זאגן זיי ארויס ווי כאסעי...!

וואלווי » מיטוואך יוני 28, 2017 2:46 am

· #377086
לכאורה די גרעסטע חילוק אין ספאניש איז צווישען די אייראפישע און די אמעריקאנע.

די אמעריקאנע זענען לכאורה ענדליך איינס צום צווייטען ברובם?

אויבערלענדער חכם » מיטוואך יוני 28, 2017 2:22 pm

· #377118
berlbalaguleh
אויבערלענדער חכם: דו לייגסט הרב ר' פינחס הירשפרונג ע"ה עפעס אין די פערטע מדריגה און דו זאגסט אז ער האט נישט געקענט לערנען מיט עפעס א קלארקייט. ע"כ וועל איך איבערחזר'ן וואס איך האב אליינס צוגעזעהן מער ווי איין מאל. א יעדן אינדערפריה, נאך שחרית ביי דעם מנין וואו ער האט געדאוונט אין די שטאט מאנטריאל, איז א יעדער צוגעגאנגען (א יעדער וואס האט געהאט עפעס א שאלה אין די גמ') צו איהם רעדן פון די גמ' וואו ער האט געהאלטן. מיט איינעם האט ער גערעדט אין מסכת ראש השנה און תיכף איז ער אריבער אין מס' פסחים, ביצה, סוכה און חולין. איך האב פונקט דאמאלס געלערנט מס' חולין אין ישיבה האביך געזעהן אז ער זאגט נאך די גמ', רש"י און תוס' מיט'ן לשון אן אפשטעללן זיך פון איין מסכת ביז די צווייטע. און פונקטליך אויף דעם דף וואו מ'האט איהם געפרעגט. איך האב נאכנישט געזעהן א צווייטן בשר ודם וואס זאלל דאס קענען באווייזן. דאס מיינט אבער נישט אז ער איז געווען א בעל הוראה. מסתמא אין פסק'נען הלכה למעשה איז זיין כח געווען זיראו. ווייל ער האט אויכעט נישט געהאט קיין שימוש. און נישט געדינט אלס שטאט'ס רב...!

דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבען. איך ווייס דאס אלעס וועגען רפ"ה.

שמעקעדיג » זונטאג יולי 2, 2017 7:12 am

· #377427
diff
גם לא הבין למה רמ"פ איזניש מודה צי אים ביי הז"מ

ב"ש יא? כ'לח!!,

berlbalaguleh » זונטאג יולי 2, 2017 5:01 pm

· #377490
שמעקעדיג: ווען די טמא'נע, ציונסיטישע פראפעסארן אין דעם היברו יוניווערסיטי דעפארטמענט אוו ארכיאלאגיע וועללן אין א פאר טויזנט יאר ארום טרעפן רעשטלעך פון די כתבי ידות פון קאווע שטיבל וועללן זיי זיך דארפן שטארק מוטשען צו דעשיפרירן אן ארויס (אדער אריין) לערנען פשט אין דיינע קורצע דיבורים/רמזים. איז זיי מוחל פארשפאר זיי איבריגע ארבעט און זיי מפרש דיינע ווערטער מיט א קלארקייט אזוי ווי דו קענסט. יישר כח למפרע...
אני הקטן. בערל בעל עגלה...פעיה"ק בורא ד'פארקע, יצ"ו...!
בלאט: 1 2