☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מזל טוב! א נייער בלאט!! שכוח בארקליעס!!

מזל טוב! א נייער בלאט!! שכוח בארקליעס!!

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11591

גאלד » דינסטאג יוני 20, 2017 4:03 pm

· #376094
מזל טוב! א נייער בלאט!! שכוח בארקליעס!!
איך ווייס נישט צו דער בארקליעס האט עפעס אויפגעטאן אינעם תחום הגיוס,

אבער אינעם תחום פון א נייער צייטונג פאר קהל הארונים האט עס זיכער אויפגעטאן הלכה למעשה.

נאך 17 יאר זינט איר גרינדונג, איז שמואל ווידער פארשיקט געווארן פון דער בלאט און מ'האט אריינגעזעצט א פנים חדשות,

ה"ה ר' משה יואל ווייס.

איני יודע ווער דאס איז, און מה טובו, אויב איינער קען ביטע אנרייכערן דעם עולם.

מצידי האט זיך דער בארקליעס אלעס געלוינט.

איש את רעהו » דינסטאג יוני 20, 2017 4:25 pm

· #376097
פריצייטיגע שמחה
אויב זאל די גאנצע הנהגה זיין אינטער פרומע קר"י פירער קענסטו שווער אויסרעכענען וואס עס וועט ברענגען.

דאס איז יא זיכער אז די שיטת מהר"א החדשה וועט יעצט אפיציעל באקומען פולשטענדיגע דעקונג
ביז היינט האט מהר"א זעלבסט געמיזט דערפאר קעמפן מיט גאר שארפע דרשות
דער נייער שופר וועט בלאזן די זעלבע ריכטונג, עטליעסט יעצט ביים התחלה.

גאלד » דינסטאג יוני 20, 2017 4:36 pm

· #376099
ביסטאך אזא אומפארגינער, מיטאמאל 10 מינוט קורת רוח פארגינסטו מיר נישט.

נאט נייס.

יואליש » דינסטאג יוני 20, 2017 4:42 pm

· #376100
משה יואל איז א טאלאנטפולער אינגערמאן און א יודע ספר. אבער לויט ווי כ'געדענק איז ער נישט קיין זשורנאליסט א שטייגער ווי אברהם פריעדמאן. כ'מיין ער איז מער א אמת'ער חסיד פון די סעקטע ווי א מידיא פיגור. די פרומע ארונים זענען מסתם צופרידן און דער בלאט פארוואלטונג - טרעפענדעג זיך אין די perfect storm וואס האט זיך געבויט קעגן איר פון אינערהאלב פון דעי וואן - האט פארמיטן א רעוואלט צו איר ביזנעס פונעם ערענסטע-פרומע ציבור. שמואל ווידער איז אויך נישט געווען קיין זשורנאליסט, נאר מער א צינישער פעיק נויז לץ. אלעס שפיגלעט אפ די רוח הזמן. ווען דער בלאט האט זיך געגרינדעט האבן אירע ליינער געלעכצט נאך קאקטעילס פון חיזוק טאבלעטן און ליצנות איינשפריצונגן צו פארגעסן פון די ביטערע פארניכטונג זיי זענען אויסגעשטאנען פון די דאמאלסדיגע עסטעבלירטע אינסטיטוציעס אין סאטמאר - דאן איז שמואל, כמו סענדער, ערשינען מיטן כמו צייטונג און געשפילט כמו קהילה פאר די כמו חסידות. כמעט צווי צענדליג יאר שפעטער און ס'איז פארהאן א נייע רעאליטעט. אן עכטע חסידות מיט אן עכטע רבי, עכטע קהילה און זיי פארלאנגן אן עכטע פראפאגאנדע שופר מיט עכטע, נישט פעיק, שוואנצונעס.

- אימאימפארמירטע אפהאנדלונג פון בויך ארויס.

איש את רעהו » דינסטאג יוני 20, 2017 4:53 pm

· #376105
גאלד

מיטאמאל 10 מינוט קורת רוח פארגינסטו מיר נישט.

ווילסטיר פרייען און דערנאך קלאגן?
זעה צו מאכן די טויש אז ס'זאל זיין א פולקאמער פרייד.

גאלד » דינסטאג יוני 20, 2017 4:59 pm

· #376107
האסטעמער געהערט אזאנס!!

דער @איש את רעהו שטייט דא אנגאנצן טאג על המשמר זיכער מאכן אז יעדער גוט ווארט לטובת הארונים זאל תיכף אפגעשלאגן ווערן.

וואס איז דאס מיט דיר?

איך שטעל מיך פאר ביסט זייער ציפרידן פון די בארקלעיס ראלי, נו וואס פאראלדאסגוטיאר פארגינסטו נישט עפעס פאר יענעם אויך.

אנביליוועבל!!!

איש את רעהו » דינסטאג יוני 20, 2017 5:02 pm

· #376110
@גאלד יעדער איז זייער פרייליך מיט דיין שמחה, אז די מאכסט א מסיבת לחיים וועל מיר אי"ה זיך משתתף זיין
אבער זיי נישט קיין נאר און טראכט א מינוט פאראויס, אויב וועט זיין א גענצליכע שליטה פון פרומע קרית יואל'ע קען ווערן נאך אזעלכע אויפרייסען אין אנדערע פארמען
אז מען עסטעבלישט שוין יא א נייע זאך זאל עס זיין מיט שלימות
@גאלד מזל טוב צו דיין שמחה.

I'm back » דינסטאג יוני 20, 2017 6:25 pm

· #376122
וועלן די בריוו שיקער ווייטער שיקן בריוון?

איש את רעהו » דינסטאג יוני 20, 2017 6:29 pm

· #376124
I'm back
וועלן די בריוו שיקער ווייטער שיקן בריוון?

מען שיקט ווייטער, די נייע בלאט וועט עס נישט אפשטעלן
עס וועט פארבלייבן אין היסטאריע די בריוון שיקעריי.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 20, 2017 9:21 pm

· #376166
איש את רעהו
פריצייטיגע שמחה
אויב זאל די גאנצע הנהגה זיין אינטער פרומע קר"י פירער קענסטו שווער אויסרעכענען וואס עס וועט ברענגען.

דאס איז יא זיכער אז די שיטת מהר"א החדשה וועט יעצט אפיציעל באקומען פולשטענדיגע דעקונג
ביז היינט האט מהר"א זעלבסט געמיזט דערפאר קעמפן מיט גאר שארפע דרשות
דער נייער שופר וועט בלאזן די זעלבע ריכטונג, עטליעסט יעצט ביים התחלה.

איש את רעהו" מצדי קען ער ווייטער בלאזן אין די זעלבער ריכטונג. נאר איך האב איין בקשה. אז הרב ש.ב. מרגליות המכונה שמואל שלמה טעללער זאלל שוין שרייבן א ביסל נארמאלער. איך ווארט שוין בכליון עיניים צו ליינען איין קאלום וועלכעס זאלל מיר פארציילן א חידוש. איך זאלל ליינען עפעס א נייע זאך. נישט זיינע אלטע, אויסגעדראשענע שטותים והבלים וואס נאכ'ן ליינען די ערשטע 2 שורות ווייסטו שוין וואס די מסקנא גייט זיין...! ער דארף געדענקען אז ער איז נישט קיין קינדערגארטן מלמד און ער רעדט צו 5 יעריגע יונגעלעך...!

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 20, 2017 9:27 pm

· #376167
I'm back
וועלן די בריוו שיקער ווייטער שיקן בריוון?

יא. די זעלבע כעלעמער אידן וועלכע זיצן א גאנצן טאג און קלאצן אוועק און ווערן משוגע פאר ליידיגיין וועללן ווייטער שרייבן. און אויב נישט קען דער רעדאקטאר פון דער בלאט מיט זיין סטעף פון ישיבה בחורים גאנץ פיין אויפמאכן בריוון מיט דיאלאגן וועלכע וואלטן געקענט געשריבן ווערן און פארקומען. און בשעת הדחק גדול קענמען גנבנ'ען א בריוו אדער 2 פון קאווע שטיבל. כבר היה לעולמים...!

שושן פורים » דינסטאג יוני 20, 2017 9:36 pm

· #376169
אלטס א שטארקע סימפאטיקער צו צד מהרז"ל (כאטש בעצם א דרויסנדיגע נייטראלער כמנהגינו פה קאווע שטיבל והגלילות) בינעך זיך גענצליך משתתף בשמחת חברינו @גאלד נירו יאיר ויזרח כשמש בצהריים, א שמחה ביי אייך איז א שמחה פאר אונז אלע.

די סטעפ איז זיכער א מאוו אין די ריכטיגע דירעקציע, עניטינג אדער ווי דער ביליגע טעבלויד שרייבער ווידער איז גוט, פון דעם ווייס האבעך קיינמאל געהערט באט העי!! יו גאטע גיוו דע גיי עי טשענס.

איסר האטלקי » דינסטאג יוני 20, 2017 11:16 pm

· #376196
איז דא א קראנטע מקור צום נייעם בלאט?
כפי ידיעתי האלט מען נאך נישט ביים אריבערמישן דאס בלאט מיט שמואל'ן אזוי שנעל.

יעלה ויבא » מיטוואך יוני 21, 2017 8:35 am

· #376237
C/P

איך וועל פרובירן אראפצוגעבן אן אביעקטיווע כראנאלאגיע איבער דעם גאנצן "דער בלאט" סומאטוכע וואס שפילט זיך אויס די טעג אין אונזערע לאגערן. כ'בעט אבער בכל לשון של בקשה ס'זאל פון דעם גרופ נישט ארויסגיין. לאמיר נישט פארגעסן די זאליס האבן אונז אייניג פיינט אפגעזען פון די תוצאות וואס וועט זיך דא אויסקאכן, אלזא איז איבריג צו זאגן אז מיטן ארומשיקן און עס זאל אנקומען צו אומגעוואונטשענע הענט שיסט מען זיך אליינס אין די פוס.

אנגעהויבן האט זיך עס דאנערשטאג צופרי ווען עס איז אויף וואטסעפפ אנגעקומען דער פראנט פעידזש פונעם בלאט. אלע פון אונז זענען געווען זיכער אז דאס איז א פאלשער בלאט פאבריצירט דורך אפאר ליצים (פרענק). עס האט אבער נישט לאנג גענומען און א פייער האט אנגעהויבן ברענען. כ'קען זאגן כ'דענק נישט פריער אמאל די זאליס זאלן האבן אזא פרייליכן דאנערשטאג, נאך די פרייליכע וואך וואס זיי האבן געהאט בכלליות.

אינפארמירט דעם רבי'ן איבער דעם בלאט האט מתתי' דייטש. און כדרכו האט ער נישט אפגעשוינט קיין שמוץ ווערטער אויף די מנהלי הבלאט אז זיי האבן עס געטון בדווקא צו מצער זיין דעם רבי'ן, און די סארט נאן סענס.

אויך איז צוגעקומען דער פאקט אז ווען מ'האט זיך אנגעהויבן פאראינטערעסירן וואס איז טאקע פשט פונעם בלאט קאווער האבן די ארויסגעבער נישט געהאט קיין נארמאלע תירוץ וואס דאס האט געדארפט מיינען, און וואס זיי האבן געוואלט עקאמפלישאן.

עס האט יעדער ביי אונז פארשטאנען אז די פרשה גייט נישט און קען נישט בשתיקה אדורכגיין. מיר זענען געווארן ללעג ולקלס פאר די גאנצע וועלט. מיר האבן געטראגן א פנים פון אומערצויגענע חיות אן א שום גאנג. פאריגע וואך איז געווען א קהל'ס צעטיל *אין אנו משתתפים* צוליב כבוד הרבנים און א קנאפע וואך שפעטער האלט עס שוין ביים שיקן בריוו פאר די אלע ראשי ישיבות.

צוריק צום רבי'ן. דער רבי איז געווען אויס מענטש פון דעם קאווער. עס האבן נישט געפעלט קיין הולכי רכיל וואס זאלן אויסנוצן די מינוטן צו העצן דעם רבי'ן אויף שמואל ווידער און אלימלך דייטש. מ'האט ארויסגענומען פון קלאזעט אלע אלטע טאלקינג פוינטס וואס משה גבאי און אליעזר קעסטנבוים האבן נאך גענוצט ביים ברך משה אים צו אנדרייען קעגן רבי'ן און אונזערע ראשי קהילה בשעתו. דער רבי איז געווען געפערליך צעשאקעלט און זיך ניטאמאל געקענט צוזאמקלויבן צום דאווענען. למעשה איז חיים שלמה פישער אנגעקומען און מ'האט אפגעשמועסט אז קהל גייט ארויסגעבן א צעטיל צו פארדאמען דעם בלאט און ארויסשרייבן אז דער בלאט איז א פריוואטע ביזנעס וואס האט מיט קהל גארנישט און אונזער שיטה איז בהחלט אנטקעגן סיי וועלכע סארט מעשי פראות. אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט זיך די פרשה דא געדארפט ענדיגן, העכסטענס מיט א התנצלות פון שמואל און אלימלך (וואס איז סייווי געקומען פרייטאג), און קעיס קלאוזד.

למעשה איז אונזער קאמפאני ליידער ביטער געשלאגן מיט עטליכע בריונים און טראבל מעיקערס וואס וועלן אייביג זוכן צו אנדרייען חורבנות אפילו ווען ס'איז נישט דא פארוואס, כש"כ ווען עס איז דא אויף וואס זיך צו אנכאפן. (כ'האב מיך פארגענומען נישט צו שרייבן קיין נעמען, חוץ פון די הויפט שפילערס כמובן. אבער יעדער קען לכאורה מיט איין טעלעפאן קאל געוואויר ווערן ווער די חברה זענען.)

עס איז געווארן א מצב אז פון איין זייט האבן זיך געשטעלט חברה וואס האבן נאר געוואלט בלוט, מ'זאל זיך אין שמואל און אין אלימלך נוקם זיין, כ'גיי נישט יעצט אריין אין די רשעות וואס ליגט אונטער די חברה, עס איז אבער קיין ספק אז קיינער פון זיי קומען נישט צו לקרסולי רגלם פון שמואל און אלימלך, צוויי אידן וועם מיר האבן צו פארדאנקען אונזער עקזיסטענץ עד היום הזה. אבער די חברה האבן גע'טענה'ט און אויך אנגעדרייט דעם רבי'ן אז יעצט איז די צייט פטור צו ווערן פון שמואל, רייטנדיג אויפן רבינ'ס שוואכקייט פון פרשת יצחק רז"ב מקום קבורה, ואכמ"ל.

לעומת זה האבן זיך געיאוועט א גרופע רשעים ארום שמואל און אים אנגעדרייט אז ער מוז יעצט פייטן פאר זיין לעבן, און געריטן אויף זיינע פערזענליכע שוואכקייטן (וד"ל) אז ער זאל זיך נישט לאזן יעצט באגראבן פון דורשי ומבקשי דמו ורעתו.

געבליבן ביים רבי'ן נאך א קורצע באראטונג אין ישיבה איז, אז מ'וועט ארויסגעבן א בריוו אונטערגעשריבן דורך די ראשי קהילה צו פארדאמען דעם בלאט. דער צעטיל איז עפעס אזוי פראוויזאריש אויפגעהאנגען געווארן אין בית המדרש אויף הופפער (בעיקר פארן וואטסעפפ בילד וואס איז דא געווען אויפן גרופ...), און אין קרית יואל איז עס בכלל נישט געהאנגען געווארן. (טעות נומער איינס פון די שמואל ווידער חברה. זיי וואלטן געדארפט פייטן אז דער צעטיל זאל יא זיין אומעטום אויפגעהאנגען און אזוי ארום מעביר זיין דעם חרון אף.) ביני לביני האט דער רבי געזאגט פאר עטליכע אידן אז ער שפירט נישט גוט און וויל צוליב דעם נישט אריינפארן אין וויליאמסבורג. עס איז ביי מיר קיין ספק אז דער בלאט פרשה האט נישט צוגעגעבן געזונט צום רבי'ן.

דא איז אונטערגעקומען א פרישע אנטוויקלונג. ווי דערמאנט האט דאך שמואל ווידער אויך א קליקע רשעים ארום זיך, און די חברה האבן אנגעדרייט שמואל ביז די נאז, אזוי ווייט אז ויצא העגל הזה: עס איז ארויסגעקומען דער ביטערע דריי-זייטענדיגער פאשקעוויל אונטערן לעדערהעד פון בלאט, וואו מ'האט שטארק מיאוס ארונטערגעריסן דעם רבי'ן פארן זיך נישט צושטעלן צום בארקלעיס פראטעסט, און דאס ארומגעשיקט פאר די גאנצע וועלט פון וואס עס איז ארויסגעקומען א בזיון נאך אפשר גרעסער פונעם בלאט קאווער.

פארשטייט זיך אז מ'האט צום ערשט חושד געווען די זאליס אין דאס ארויסגעבן, אבער מביני דבר האבן גלייך געוואוסט צו זאגן אז דאס איז געצילט אין פינטל און עס מוז זיין אן *אינסייד דזשאב*. דערויף האט זיך דער פייער ווידער צופלאמט און ס'האט ווייטער אנגעהויבן גיין הויעכע טענער. איז געבליבן (ביים מיטונג צווישן חש"פ מטעם רבינו און שש"ט מטעם מיילעך) אז מיילעך דייטש גייט ארויסגעבן אליינס א התנצלות און גלייכצייטיג אויך אראפרייסן דעם פאשקעוויל (א שטארקע טעות מצד חש"פ, ווייל דאס האט אנגענצינדן רויטע לעמפלעך ביי סתם מענטשן אז דער פאשקעוויל מיטן בלאט'ס נאמען איז עפעס מער ווי א זאלי ווערק).

אזוי איז אריבער שבת, און אנשטאט צו בארואיגן די געמיטער האבן די העצערס פון ביידע זייטן געארבעט אויף אווערטיים. שמואל זעלבסט האט געפירט א קופקע אין שול און צוזאמגערעדט כל דבר אסור על השם ועל משיחו. מתתי' דייטש לעומת זה מיט זיינע קראוניס האבן געשאסן הייסע לאווע אז דער שמואל איז נאך די לעצטע נגע פון וועם מ'ברויך פטור ווערן (נאך יצחק רז"ב, יודא רז"ב, נפתלי משה אינדיג וכו' וכו') און בלויז נאכדעם וועט די קאמפאני צוריקגעשטעלט ווערן אויף די פוס.

מוצ"ש איז צום רבי'ן אנגעקומען די ידיעה מיט ערשט-האנטיגע באווייז אז נישט קיין צווייטער ווי שמואל ווידער שטייט אונטער דעם פרייטאג'דיגן פאשקעוויל. כ'דארף אייך נישט זאגן דעם רבינ'ס מצב נאכן הערן דעם ידיעה. אינדערצווישן איז מיילעך געוואויר געווארן אז דער רבי ברענט איז ער אריבערגעקומען מדעת עצמו צום רבי'ן. דער רבי האט אים געזאגט אז שמואל מוז גיין און דאס איז ענדגילטיג. טאמער נישט, וועט ער נישט קענען אפהאלטן די ראשי קהילה וואס זאגן אז זיי זענען גרייט צו עפענען א נייעם צייטונג. מיילעך האט אנגעהויבן זאגן אז מצדו איז ער גרייט צו שיקן שמואל און אויפנעמען א צווייטן במקומו, ער האלט אבער נישט ביים צאלן צוויי מענטשן וועידזשעס (ס'איז דאך א דבר פשוט אז די ערשטע שטיק צייט מוז מען נאך צאלן פאר שמואל, ריגארדלעס). איז געבליבן אז דעם חלק מוז מען נאך אויסארבעטן.

זונטאג האט דער רבי גערופן די ראשי קהילה זאגן אז ס'איז אויס מיטינג אויף ביינאכט ווייל מ'ארבעט שוין אויף א תיקון. מאנטאג נאכט האט שמואל אפיציעל באקומען דעם שטויס ארויס פון בלאט, טראץ וואס זיינע חברה האבן געפייט א גאנצן טאג ביים רבי'ן אז מ׳קען און מ'טאר אים פון בלאט נישט ווארפן, העכסטענס שטעלן איינעם העכער אים. למעשה האט דער רבי באשלאסן מאנטאג אז ער וויל מער פון שמואל נישט הערן און שפעט ביינאכט זענען געזעצן מיילך מיט חש"פ און באשלאסן אז מ'נעמט משה יואל ווייס פאר רעדאקטער און שמואל פליעט.

עד כאן וואס איך ווייס קראנט און וואס איך האב קאנפירמד אויף הונדערט פראצענט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 21, 2017 9:03 am

· #376240
איך ווייס נישט וואס מ'זאגט אז רבי'ס לעבן א שוואוילטאג. איך האב א קאפוויי אין אלע מיין גלידער נאר פון ליינען די געשיכטע, שטעל זיך פאר די צרות פון רבי'ן אליינס?

יעצט שטעלט זיך די פראגע, פארוואס איז איהם אזוי וויכטיג צו זיין רבי, מיט די אלע צרות? ס'קען נאר זיין לש"ש.

און דאס ברענגט א דריטע קשיא.........

סאדאם חוסעין » מיטוואך יוני 21, 2017 9:15 am

· #376242
יעלה ויבא

איך ווייס נישט ווי קראנט דו ווייסט אבער געוויסע זאכן זענען זיכער שקר הידוע לכל, א שטייגער ווי אז אין קרית יואל האט נישט געהאנגען קיין צעטיל און די צייט וואס די בהמ"ד איז געווען גוט באקלעבט ממיט עס אין יעדער האט עס געען, און נאך אזעלכע זאכן סא פראבעבלי איז עס א געבאקענע בריוו

בן אדם » מיטוואך יוני 21, 2017 10:07 am

· #376249
זיס ווי צוקער

גאנצל » מיטוואך יוני 21, 2017 12:01 pm

· #376270
סאו ווער איז דער קאפי פעיסט שמואל אליין אדער זיין גרופע מתתי' דייטש אדער זיין גרופע

די ארונים וואלטן זיך געמעגט לערנען פון די זאליס דער ראבי מיט זיין קראקדיל טרערן איפוא רחמים........ האט געברענגט בזיונות ביז'ן הארץ פון הימל אראפגעברענגט די גאנצע כינוס און וואס טוען זיי ער ווערט יעצט די הירואו זיי רופן אים רעדן ער גייט יעצט זיין אין א מדריגה העכער ווי טורטשין מיט אויערבאך............

יעקב מענטש » מיטוואך יוני 21, 2017 1:24 pm

· #376290
ס'איז אביסל אינטערסאנט ווי דער צד וואס פלעגט באצייכענען זייערע קעגנער אלץ מואב-מדין שותפות מיט א קאמאן ענעמי, זאל אליינס ליידן פון אינערליכע צושפליטירונג.

איך ווייס נישט צו דער ק/פ איז קראנט (ס'איז גראדע עפעס וואס 'וואלט געקענט זיין אמת'), אבער דאס האב איך שוין געהערט לאנג צוריק פון אן ארוני, אז דער מהר"א וואגן האט צופיל בעלי עגלה וואס שלעפן עס צו אנדערע ריכטונגן, טייל האט צו טוהן מיט רוחניות און א טייל איז פשוט די מי בראש סינדראם.

עניוועי, איי וויש דעם גוד לאק, איך זעה נישט פונקטליך פארוואס/אויף וואס מ'קריגט זיך.

signout » מיטוואך יוני 21, 2017 2:03 pm

· #376303
סאדאם חוסעין
יעלה ויבא
C/P

איך וועל פרובירן אראפצוגעבן אן אביעקטיווע כראנאלאגיע איבער דעם גאנצן "דער בלאט" סומאטוכע וואס שפילט זיך אויס די טעג אין אונזערע לאגערן. כ'בעט אבער בכל לשון של בקשה ס'זאל פון דעם גרופ נישט ארויסגיין. לאמיר נישט פארגעסן די זאליס האבן אונז אייניג פיינט אפגעזען פון די תוצאות וואס וועט זיך דא אויסקאכן, אלזא איז איבריג צו זאגן אז מיטן ארומשיקן און עס זאל אנקומען צו אומגעוואונטשענע הענט שיסט מען זיך אליינס אין די פוס.

אנגעהויבן האט זיך עס דאנערשטאג צופרי ווען עס איז אויף וואטסעפפ אנגעקומען דער פראנט פעידזש פונעם בלאט. אלע פון אונז זענען געווען זיכער אז דאס איז א פאלשער בלאט פאבריצירט דורך אפאר ליצים (פרענק). עס האט אבער נישט לאנג גענומען און א פייער האט אנגעהויבן ברענען. כ'קען זאגן כ'דענק נישט פריער אמאל די זאליס זאלן האבן אזא פרייליכן דאנערשטאג, נאך די פרייליכע וואך וואס זיי האבן געהאט בכלליות.

אינפארמירט דעם רבי'ן איבער דעם בלאט האט מתתי' דייטש. און כדרכו האט ער נישט אפגעשוינט קיין שמוץ ווערטער אויף די מנהלי הבלאט אז זיי האבן עס געטון בדווקא צו מצער זיין דעם רבי'ן, און די סארט נאן סענס.

אויך איז צוגעקומען דער פאקט אז ווען מ'האט זיך אנגעהויבן פאראינטערעסירן וואס איז טאקע פשט פונעם בלאט קאווער האבן די ארויסגעבער נישט געהאט קיין נארמאלע תירוץ וואס דאס האט געדארפט מיינען, און וואס זיי האבן געוואלט עקאמפלישאן.

עס האט יעדער ביי אונז פארשטאנען אז די פרשה גייט נישט און קען נישט בשתיקה אדורכגיין. מיר זענען געווארן ללעג ולקלס פאר די גאנצע וועלט. מיר האבן געטראגן א פנים פון אומערצויגענע חיות אן א שום גאנג. פאריגע וואך איז געווען א קהל'ס צעטיל *אין אנו משתתפים* צוליב כבוד הרבנים און א קנאפע וואך שפעטער האלט עס שוין ביים שיקן בריוו פאר די אלע ראשי ישיבות.

צוריק צום רבי'ן. דער רבי איז געווען אויס מענטש פון דעם קאווער. עס האבן נישט געפעלט קיין הולכי רכיל וואס זאלן אויסנוצן די מינוטן צו העצן דעם רבי'ן אויף שמואל ווידער און אלימלך דייטש. מ'האט ארויסגענומען פון קלאזעט אלע אלטע טאלקינג פוינטס וואס משה גבאי און אליעזר קעסטנבוים האבן נאך גענוצט ביים ברך משה אים צו אנדרייען קעגן רבי'ן און אונזערע ראשי קהילה בשעתו. דער רבי איז געווען געפערליך צעשאקעלט און זיך ניטאמאל געקענט צוזאמקלויבן צום דאווענען. למעשה איז חיים שלמה פישער אנגעקומען און מ'האט אפגעשמועסט אז קהל גייט ארויסגעבן א צעטיל צו פארדאמען דעם בלאט און ארויסשרייבן אז דער בלאט איז א פריוואטע ביזנעס וואס האט מיט קהל גארנישט און אונזער שיטה איז בהחלט אנטקעגן סיי וועלכע סארט מעשי פראות. אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט זיך די פרשה דא געדארפט ענדיגן, העכסטענס מיט א התנצלות פון שמואל און אלימלך (וואס איז סייווי געקומען פרייטאג), און קעיס קלאוזד.

למעשה איז אונזער קאמפאני ליידער ביטער געשלאגן מיט עטליכע בריונים און טראבל מעיקערס וואס וועלן אייביג זוכן צו אנדרייען חורבנות אפילו ווען ס'איז נישט דא פארוואס, כש"כ ווען עס איז דא אויף וואס זיך צו אנכאפן. (כ'האב מיך פארגענומען נישט צו שרייבן קיין נעמען, חוץ פון די הויפט שפילערס כמובן. אבער יעדער קען לכאורה מיט איין טעלעפאן קאל געוואויר ווערן ווער די חברה זענען.)

עס איז געווארן א מצב אז פון איין זייט האבן זיך געשטעלט חברה וואס האבן נאר געוואלט בלוט, מ'זאל זיך אין שמואל און אין אלימלך נוקם זיין, כ'גיי נישט יעצט אריין אין די רשעות וואס ליגט אונטער די חברה, עס איז אבער קיין ספק אז קיינער פון זיי קומען נישט צו לקרסולי רגלם פון שמואל און אלימלך, צוויי אידן וועם מיר האבן צו פארדאנקען אונזער עקזיסטענץ עד היום הזה. אבער די חברה האבן גע'טענה'ט און אויך אנגעדרייט דעם רבי'ן אז יעצט איז די צייט פטור צו ווערן פון שמואל, רייטנדיג אויפן רבינ'ס שוואכקייט פון פרשת יצחק רז"ב מקום קבורה, ואכמ"ל.

לעומת זה האבן זיך געיאוועט א גרופע רשעים ארום שמואל און אים אנגעדרייט אז ער מוז יעצט פייטן פאר זיין לעבן, און געריטן אויף זיינע פערזענליכע שוואכקייטן (וד"ל) אז ער זאל זיך נישט לאזן יעצט באגראבן פון דורשי ומבקשי דמו ורעתו.

געבליבן ביים רבי'ן נאך א קורצע באראטונג אין ישיבה איז, אז מ'וועט ארויסגעבן א בריוו אונטערגעשריבן דורך די ראשי קהילה צו פארדאמען דעם בלאט. דער צעטיל איז עפעס אזוי פראוויזאריש אויפגעהאנגען געווארן אין בית המדרש אויף הופפער (בעיקר פארן וואטסעפפ בילד וואס איז דא געווען אויפן גרופ...), און אין קרית יואל איז עס בכלל נישט געהאנגען געווארן. (טעות נומער איינס פון די שמואל ווידער חברה. זיי וואלטן געדארפט פייטן אז דער צעטיל זאל יא זיין אומעטום אויפגעהאנגען און אזוי ארום מעביר זיין דעם חרון אף.) ביני לביני האט דער רבי געזאגט פאר עטליכע אידן אז ער שפירט נישט גוט און וויל צוליב דעם נישט אריינפארן אין וויליאמסבורג. עס איז ביי מיר קיין ספק אז דער בלאט פרשה האט נישט צוגעגעבן געזונט צום רבי'ן.

דא איז אונטערגעקומען א פרישע אנטוויקלונג. ווי דערמאנט האט דאך שמואל ווידער אויך א קליקע רשעים ארום זיך, און די חברה האבן אנגעדרייט שמואל ביז די נאז, אזוי ווייט אז ויצא העגל הזה: עס איז ארויסגעקומען דער ביטערע דריי-זייטענדיגער פאשקעוויל אונטערן לעדערהעד פון בלאט, וואו מ'האט שטארק מיאוס ארונטערגעריסן דעם רבי'ן פארן זיך נישט צושטעלן צום בארקלעיס פראטעסט, און דאס ארומגעשיקט פאר די גאנצע וועלט פון וואס עס איז ארויסגעקומען א בזיון נאך אפשר גרעסער פונעם בלאט קאווער.

פארשטייט זיך אז מ'האט צום ערשט חושד געווען די זאליס אין דאס ארויסגעבן, אבער מביני דבר האבן גלייך געוואוסט צו זאגן אז דאס איז געצילט אין פינטל און עס מוז זיין אן *אינסייד דזשאב*. דערויף האט זיך דער פייער ווידער צופלאמט און ס'האט ווייטער אנגעהויבן גיין הויעכע טענער. איז געבליבן (ביים מיטונג צווישן חש"פ מטעם רבינו און שש"ט מטעם מיילעך) אז מיילעך דייטש גייט ארויסגעבן אליינס א התנצלות און גלייכצייטיג אויך אראפרייסן דעם פאשקעוויל (א שטארקע טעות מצד חש"פ, ווייל דאס האט אנגענצינדן רויטע לעמפלעך ביי סתם מענטשן אז דער פאשקעוויל מיטן בלאט'ס נאמען איז עפעס מער ווי א זאלי ווערק).

אזוי איז אריבער שבת, און אנשטאט צו בארואיגן די געמיטער האבן די העצערס פון ביידע זייטן געארבעט אויף אווערטיים. שמואל זעלבסט האט געפירט א קופקע אין שול און צוזאמגערעדט כל דבר אסור על השם ועל משיחו. מתתי' דייטש לעומת זה מיט זיינע קראוניס האבן געשאסן הייסע לאווע אז דער שמואל איז נאך די לעצטע נגע פון וועם מ'ברויך פטור ווערן (נאך יצחק רז"ב, יודא רז"ב, נפתלי משה אינדיג וכו' וכו') און בלויז נאכדעם וועט די קאמפאני צוריקגעשטעלט ווערן אויף די פוס.

מוצ"ש איז צום רבי'ן אנגעקומען די ידיעה מיט ערשט-האנטיגע באווייז אז נישט קיין צווייטער ווי שמואל ווידער שטייט אונטער דעם פרייטאג'דיגן פאשקעוויל. כ'דארף אייך נישט זאגן דעם רבינ'ס מצב נאכן הערן דעם ידיעה. אינדערצווישן איז מיילעך געוואויר געווארן אז דער רבי ברענט איז ער אריבערגעקומען מדעת עצמו צום רבי'ן. דער רבי האט אים געזאגט אז שמואל מוז גיין און דאס איז ענדגילטיג. טאמער נישט, וועט ער נישט קענען אפהאלטן די ראשי קהילה וואס זאגן אז זיי זענען גרייט צו עפענען א נייעם צייטונג. מיילעך האט אנגעהויבן זאגן אז מצדו איז ער גרייט צו שיקן שמואל און אויפנעמען א צווייטן במקומו, ער האלט אבער נישט ביים צאלן צוויי מענטשן וועידזשעס (ס'איז דאך א דבר פשוט אז די ערשטע שטיק צייט מוז מען נאך צאלן פאר שמואל, ריגארדלעס). איז געבליבן אז דעם חלק מוז מען נאך אויסארבעטן.

זונטאג האט דער רבי גערופן די ראשי קהילה זאגן אז ס'איז אויס מיטינג אויף ביינאכט ווייל מ'ארבעט שוין אויף א תיקון. מאנטאג נאכט האט שמואל אפיציעל באקומען דעם שטויס ארויס פון בלאט, טראץ וואס זיינע חברה האבן געפייט א גאנצן טאג ביים רבי'ן אז מ׳קען און מ'טאר אים פון בלאט נישט ווארפן, העכסטענס שטעלן איינעם העכער אים. למעשה האט דער רבי באשלאסן מאנטאג אז ער וויל מער פון שמואל נישט הערן און שפעט ביינאכט זענען געזעצן מיילך מיט חש"פ און באשלאסן אז מ'נעמט משה יואל ווייס פאר רעדאקטער און שמואל פליעט.

עד כאן וואס איך ווייס קראנט און וואס איך האב קאנפירמד אויף הונדערט פראצענט.

איך ווייס נישט ווי קראנט דו ווייסט אבער געוויסע זאכן זענען זיכער שקר הידוע לכל, א שטייגער ווי אז אין קרית יואל האט נישט געהאנגען קיין צעטיל און די צייט וואס די בהמ"ד איז געווען גוט באקלעבט ממיט עס אין יעדער האט עס געען, און נאך אזעלכע זאכן סא פראבעבלי איז עס א געבאקענע בריוו

די ארטיקעל קומט פין מהרז''ל'ס שרייבער, כ'ווינדער מיך אז נאך אזופיל ספינעריי זענען נאך דא תמימות'דיגע מענטשן וואס כאפען נישט גלייך, אין ס'איז כמובן פיל מיט ליגענטס א שטייגער ווי דער איד/פארמעגליך/באלאנד, והעיקר, אז ווי ס'האלט יעצט האט דער בלאט ''נישט'' ארויסגעווארפן שמואל ווידער נאר מ'האט צוגענומען משה יואל ווייס, ולצד מהרז''ל פתרונים

signout » מיטוואך יוני 21, 2017 2:07 pm

· #376304
וויאזוי עס זאל נישט זיין, זיי זאגען אז משה יואל האט זיך שטארק אריינגעלייגט ארויפצוארבייטן די בלאט אין עס ארויפברענגן אויף די ריכטיגע רעלסן, כ'בין נייגעריג אויב ער וועט למעשה האבען די לעצטע ווארט,

גאנצל » מיטוואך יוני 21, 2017 2:25 pm

· #376308
וואס נאך איז קלאר ?...........

signout » מיטוואך יוני 21, 2017 2:41 pm

· #376312
גאנצל
וואס נאך איז קלאר ?...........
אלעס וואס דער איד אין פארמעגליך שרייבן ואין להרהר אחריהם, ס'נאר אינטערסאנט אז אז ער שרייבט אויף צד מהר''א דאס וואס איז באקאנט אז ס'גייט פאר אין זייער אייגענע קהילה

גאלד » מיטוואך יוני 21, 2017 3:40 pm

· #376324
ווער איז פארמעגליך?

היסטאריקער » מיטוואך יוני 21, 2017 4:13 pm

· #376333
Re: מזל טוב! א נייער בלאט!! שכוח בארקליעס!!
גאלד
ווער איז פארמעגליך?

איך בין נישט פארמעגליך, א נדבה?

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

קאמענטירער » מיטוואך יוני 21, 2017 5:25 pm

· #376347
פאריגע וואך איז געווען א קהל'ס צעטיל *אין אנו משתתפים* צוליב כבוד הרבנים און

ווער סבמערקט גוט ווי אין א יעדע ספין געבט מען אזא מיש אריין דעם אין אנו משתתפים כאילו די ארוינים האבען חרטה אדער שעמען זיך מיט די צעטיל איך פאנג אן צו טראכטען אויב דאס קרענקט אזוי שטארק פאר די אנשי בארקעליס זעט מען ווי גוט די ''אין אנו משתתפים'' איז אריינגעקומען

מנוחה ושלוה » מיטוואך יוני 21, 2017 5:42 pm

· #376357
קאמענטירער
פאריגע וואך איז געווען א קהל'ס צעטיל *אין אנו משתתפים* צוליב כבוד הרבנים און

ווער סבמערקט גוט ווי אין א יעדע ספין געבט מען אזא מיש אריין דעם אין אנו משתתפים כאילו די ארוינים האבען חרטה אדער שעמען זיך מיט די צעטיל איך פאנג אן צו טראכטען אויב דאס קרענקט אזוי שטארק פאר די אנשי בארקעליס זעט מען ווי גוט די ''אין אנו משתתפים'' איז אריינגעקומען

די אנשי 'בארקלעיס' ווילן אפמאלן אז די 'אין אנו משתתפים' אידן זענען צוקריגט איבער די אויפריכטיגקייט פינעם צעטיל
עס איז נישט אמת
עס איז געווען יחידים וואס האבן אנדערש געהאלטן און זיי זענען למעשה געגאנגען.

signout » מיטוואך יוני 21, 2017 5:52 pm

· #376359
[ציטאט אראפגענומען]

[ציטאט אראפגענומען]

די דרייסטו דיך ביי די קליגע פין צד מהר''א? (ווען דער איד אדער פארמעגליך שרייבט עס אדער שאול פערלשטיין זאגט עס קען ווערן עס א מציאות ביי צד מהרז''ל ואין להרהר אחריו.. )

גאנצל » מיטוואך יוני 21, 2017 10:57 pm

· #376389
[ציטאט אראפגענומען]

שוין בה מ'האט שוין געטראפן 'קלוגע ' ארונים........... וואס איין מוצלחדיגע 😉 כינוס קען נישט מאכן פון די דערשלאגענע.......... און ווער איז דער קלוגער ? דער וואס זאגט וואס איך וויל הערן ווייל אין די רגע ער זאגט אנדערש איז ער דאך שוין נישט קלוג....... זיס מיטצוהאלטן ווי די דערשלאגענע זענען אזוי באקוועם אין זייער קליין לעכל

וואס פאר א שווארץ יאר ר' אהרן האט געהאט צוזוכן ביי א זאלי/אנטי ר' אהרן צוזאםקום קען איך נישט פארשטיין (אבער איין מינוט דו פארשטייסט נישט ? אוודאי פארשטייסטו נישט ווייל דו ביסט דאך נישט קלוג......)

גאנצל » מיטוואך יוני 21, 2017 11:49 pm

· #376396
[ציטאט אראפגענומען]

בוקמארק

סאו וואס באדערט די ארונים אז ער האט זיך יא געדארפט צושטעלן און יא לאזן אנדערע קהלות קומען איך פארשטיי אינגאנצן נישט

גאנצל » דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:26 am

· #376401
[ציטאט אראפגענומען]
(סתם א באמערקונג די הילכיגע געמאכטע פארבלענדעניש וואס עס ליגט אין די שורה)

בס"ה פון פאפא און אביש........... און למעשה איז געווען קאשוי און אייזיק............ די זשאוק ווערט נאר גרעסער

שושן פורים » דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:35 am

· #376403
קינדערלעך טייערע, פארהאן גענוג אשכולות זיך צו טענהן איבער בארקלעי, און ר אייזיק מקאשוי וו"ס ר אביש מפאפא, ביטע לאזן די אשכול פאר די פארשריט אין די בלאט ואתכם הסליחה

גאנצל » דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:36 am

· #376404
גערעכט טאטעלע בעסער וואס ווייניגער צו רעדן פון דעם ...........

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:58 am

· #376406
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]

דאס האט מהר"א ערקלערט.
ווען מען איז צו אים געקומען ער זאל זיין א טייל, און ער וואלט נישט איינגעהערט צו די וואס ווילן פארשטילן די מחאה/און זאגן אז ס'קיין גזירה נישטא, וואלט ווען מהר"א געווען א טייל דערפון און עס וואלט בכלל נישט געווען א כינוס געצילט אנטי-מהר"א, הרה"צ רי"ח גרינוואלד ראש חבורת אהבת קדומים, והמשפיע רוחני בישיבת קרית יואל הרה"צ מ'צעשינוב קר"י שליט"א וואלטן ווען געווען א טייל פון א מהר"א כינוס.
מהר"א שליט"א זעלבסט האט ערקלערט אז ער הערט צי צו די וואס ווילן פארשטילן די קול מחאה, און דערמיט האט ער פארוואנדעלט אזעלכע טייערע אידן הנ"ל זאלן אנטייל נעמען און ערשיינען ביי א אנטי-אין משתתפים צוזאמענקום.

גאנצל » דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:00 am

· #376407
יא און וואס טוט זיך מיט בעלזא ?

די אינפאו האסטו אויך גענומען פון די cia ?

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:01 am

· #376408
גאנצל

וואס טוט זיך מיט בעלזא ?

בעלזא קויפט אפ דעם אלטן בלאט....

גאנצל

די אינפאו האסטו אויך גענומען פון . . . . . . ?

ערעב איד איר האט מורא צו קוקן פאקטן אין פנים? פארדעקט אייערע אויגן מיט א שלייער און גייט גלייך אין וואנט אריין

גאנצל » דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:04 am

· #376409
אז דו מאכסט שוין פאקטן מאך בעסערע...........

דער הפלס וחביריו וועלן דיר צו שטעלן וויפיל דו ווילסט

דער נייער צדיק הדור ראבי וועט וויינען נאכאמאל איפוא רחמים...........

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:10 am

· #376411
גאנצל
אז דו מאכסט שוין פאקטן מאך בעסערע

אז די ווייסט אנדערש די מציאות זאג עס, וואס שעמסטיך אזוי ?

גאנצל » דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:13 am

· #376412
איך וועל שטיין דא און זאגן אנדערש פון יעדנס געמאכטע פאקטן ? וואס עפעס ?

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:18 am

· #376413
ס'גוט אזוי
הצלחה
א גיטע נאכט

גאנצל » דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:22 am

· #376414
אמן

פאר דיר אויך

מיט ענטשולדיגונג..........