MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
169 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11586
MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
אויב איז נאך היינט דא די וואס זענען ממשיך די נסים געשריי בשנת תשכ"ז, ווען די כותל און די איינגענומענע שטחים זענען אריין לרשות המדינה.
וואלט מיר געוואלט פארשטיין וואס איז פשט אז די CIA האט זוכה געווען צו אזא גרויסע התגלות ?
ליינט דא<a class="postlink" href="https://www.cia.gov/library/center-for-the-study-of-intelligence/csi-publications/csi-studies/studies/vol49no1/html_files/arab_israeli_war_1.html">https://www.cia.gov/library/center-for- ... war_1.html</a>
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/8fent5zanu25blh/CIA%20Analysis%20of%20the%201967%20Arab-Israeli%20War.pdf?dl=0">https://www.dropbox.com/s/8fent5zanu25b ... r.pdf?dl=0</a>
<a class="postlink" href="https://history.state.gov/historicaldocuments/frus1964-68v19/d297">https://history.state.gov/historicaldoc ... 68v19/d297</a>
<a class="postlink" href="https://2001-2009.state.gov/r/pa/ho/frus/johnsonlb/xix/28054.htm">https://2001-2009.state.gov/r/pa/ho/fru ... /28054.htm</a>
📎 image.jpg
דא זאגן זיי אז מדינת ישראל וואלט פארלוירן ביז האלב פון איר פלי קראפט דאס הייסט שווערע צענדליגער טויזנטער קרבנות נו איז דאך גרויסע ניסים זיי זענען ארויס מיט קוים עטליכע הינדערט קרבנות. יישר כוח פארן מראה מקום.
או די אלטע חידושי תורה פורים מובא איז עס דען נישט געווען נסים
אלא מאי, ווילסט ארויסברענגן אז ליידער האבן די יודן געווינען און עס איז געווען א הסתר פנים?
ןןער עס האט נישט געזעהן די אפענע ניסים ביי מלחמת ששת הימים, אדער איז ער שוטה אדער א סאטמערע וואס איז פארכאפט אין שנאת ישראל.
סמבטיון
ווילסט ארויסברענגן אז ליידער האבן די יודן געווינען און עס איז געווען א הסתר פנים?
ןןער עס האט נישט געזעהן די אפענע ניסים ביי מלחמת ששת הימים
דאס האב איך געוואלט ארויסברענגען,
אפילו די מגושמ'דיגער גוי פון די CIA האט געזען די גרויסע נסים..
און נישט נאר בעת המלחמה, נאר איידער די קריג האט שוין געשיינט די התגלות צו זעהן די בעפארשטייענדע נסים.....
איש את רעהו: דו פארארבעטסט מעשים אז די ישועות ה' וואס די אידן האבן געהאט ביי די זעקס טאגיגע מלחמה ( רוף עס ששת ימי אפילה) ווען זיי זענען ניצול געווארן ממות לחיים זענען נישט געווען קיין נסים. ווען א יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז ס'איז יא געווען. ווייל די פארשאלטענע אראבערס, ימ"ש זענען געשטאנען מיט זייערע אויסגעשארפטע שווערדן , להשמיד, להרוג ולאבד ח"ו אלע אידן אין ארץ ישראל.
ס'איז איראניש אז די אידן וועלכע וואלטן לכאורה געדארפט צו זיין די גרעסטע מאמינים זענען די שטערקסטע פראפאגאנדירער פון כוחי ועוצם ידי. אזוי ווי דו רעדטסט און האלטסט וואלט געפאסט פאר דעם פושע ישראל משה דיין. ווי ער האטציך טאקע אויסגעדרוקט מיט א שטארק נארישן און אפיקורסישן אויסדרוק. אבער א יעדער נארמאלער מענטש. א יעדער איד, אפילו קטן שבקטנים האט בחוש געזעהן די ישועת ה' כהרף עין...!
דו ווילסט ח"ו זיין אין איין ליגע מיט דעם גוי משה דיין. וועלכער איז שוין געבוירן ביי עלטערן עוכרי ישראל. זיי האבן איהם אפילו נישט געלאזט מל'ען נען. פאר איהם פאסט אזוי צו רעדן. ווען מ'האט איהם געפרעגט האלוקים היה בצד שלכם....? האט דער אפיקורס געענטפערט..."אנחנו היינו בצד האלוקים".. אויב דו פארשטייסט נישט קען איך עס דיר איבערטייטשן אויף אונגאריש...! נו, וועלכער נארמאלער, ערליכער איד וויל זיין אין איין כת מיט איהם....?!
berlbalagulehאיש את רעהו: דו פארארבעטסט מעשים אז די ישועות ה' וואס די אידן האבן געהאט ביי די זעקס טאגיגע מלחמה
איך פארארבעט דען?
די רשעות'דיגע CIA איז געקומען און פארלאפען די וועג פאר די אותות ומופתים לבני חם צו גרייכן פאר די ישראלים
איש את רעהו: א שאד אז מ'קען זיך נישט אליינס לייקן.(אפשר דערף מען עס טאקע איינפיהרן.) איך זעה אז מיין תגובה שטייט נאכאלץ שטארק אקעיגן דיין ענטפער...!
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
ווען אן אמעריקאנע אנגעפרעסענע פיקל וואס ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן זאגט אז עס איז נישט געוועין קיין ניסים ונפלאות קומט עס לכאורה מתוך טיפשות און עס איז נישט ווערט קיין תירוץ אבער אויב איז עס נאר מחמת חוסר ידיעה דעמאלט זאל ער גיין שמועסן מיט די יודן וואס האבן מיטגעהאלטן די מלחמה און עס ליגט זיי נאך אין די ביינער די אויפראסן און די שיסערע פון איבער די גדר דורך די רוצחים נאכדעים קען מען רעדן.
דרך אגב דא האסטו צוויי נקודות וואס איך זעי אויבן אויף (איך האב נישט געפענט די לינק)
קודם כל עס האט געדורט קוים דריי טעיג צו איינעמען די קאנאל און נישט ציווישן זיבן צו ניין ווי זייער נביאות האט פאראויס געזאגט
📎 IMG_20170619_222335.jpg
ועוד זיי האבן געשאצט אז ישראל גייט ביישטיין די אטאקעס פון סיריע זיי האבן זיך אבער נישט געראכט אז ישראל גייט זיי גרינגער הייט געוואונען
📎 IMG_20170619_221414.jpg
די אראבער זענען נאך געווען גאר פרימיטיוו אקעגן היינט
די מדינה האט געהאט די פארגעשריטנסטע כלים פון אמעריקא און נאך
די מדינה בכלל האט גענוצט די אראבישע נאיווקייט און זיי איבעראשט צענדליגע מאל
וואס נסים ווען נסים ס'האבן זיך געשלאגן א בער קעגן א הערש
רוסלאנד האט אויך געהאט נסים ווען זיי האבן זיך געשלאגן מיט גרוזי.............
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
גאנצלדי אראבער זענען נאך געווען גאר פרימיטיוו אקעגן היינט
די מדינה האט געהאט די פארגעשריטנסטע כלים פון אמעריקא און נאך
די מדינה בכלל האט גענוצט די אראבישע נאיווקייט און זיי איבעראשט צענדליגע מאל
איך האב שוין די שקר געהערט צענדליגע מאל און אט האט איר די ענטפער
June 3rd 1967
The New York Times reported that Britain declared the Egyptian blockade could lead to war. They further reported that four Syrian commandos had been intercepted in Israel
MILITARY BUILD-UP: By this time Egypt had 210,000 troops ready for deployment, with 100,000 of them with 930 tanks ready in the Sinai. They had 30 Tu-16 Russian-made bombers, which were a threat to Israel’s cities. Overall the Egyptian Air Force, by far the largest and the most modern of all the Arab air forces, consisting of about 450 combat aircraft, all Soviet-built and relatively new.
Syria had 63,000 troops and Jordan 55,000 – totalling 328,000 troops ready to fight Israel.
The Arabs had twice the number of tanks compared to Israel (2,330 against 1000) and far more combat aircraft too (682 compared to Israel’s 286); They had 1,845 armoured personnel carriers compared to Israel’s 1,500.
However, by fully mobilizing Israel could muster 250,000 men. Israel would need to rely on the training and motivation of this largely civilian army to counter the numeric superiority of the Arabs in manpower and weaponry. [15]
Israel’s newly-appointed Defence Minister Moshe Dayan, wishing to confine hostilities if possible to the imminent battles against Egypt, ordered the Israeli Army not to open a second front with Jordan in the West Bank in the event of war. He instructed the head of the Israeli Army Central Command: “You must not do anything to entangle Israel with the Jordanians...” [6]
berlbalagulehאיש את רעהו: א שאד אז מ'קען זיך נישט אליינס לייקן.(אפשר דערף מען עס טאקע איינפיהרן.) איך זעה אז מיין תגובה שטייט נאכאלץ שטארק אקעיגן דיין ענטפער...!
לייקן גיבט נישט צו צום ווארהייט אדער צום אמת'דיגן מציאות. עס ווענד זיך וואו די מערהייט "נייטראלע" שרייבער געהערן צו. שוין כמה פעמים מוכיח געווען דא אין שטיבל.
גאנצלדי אראבער זענען נאך געווען גאר פרימיטיוו אקעגן היינט
די מדינה האט געהאט די פארגעשריטנסטע כלים פון אמעריקא און נאך
די מדינה בכלל האט גענוצט די אראבישע נאיווקייט און זיי איבעראשט צענדליגע מאל
וואס נסים ווען נסים ס'האבן זיך געשלאגן א בער קעגן א הערש
רוסלאנד האט אויך געהאט נסים ווען זיי האבן זיך געשלאגן מיט גרוזי.............
אלעס איז אמת ויציב, אין ארץ ישראל איז אבער נישט פארהאן קיין איינציגער וואס האט אזוי געהאלטן. בלויז אמעריקאנער סאטמארער חסידים זענען אויפגעקומען און אנטדעקט די רעיונות.
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
גאנצל
די מדינה בכלל האט גענוצט די אראבישע נאיווקייט און זיי איבעראשט צענדליגע מאל
פארשטייט זיך מהאט זיי איבעראשט קוק איבער אין נ"ך ביי רוב מלחמות איז געוועין תכסוסי מלחמה מיט טרעפס וכדומה ווילסטו זאגן אז עס איז געוועין דרך הטבע אן דער יד השם?
איך האב נישט קיין ספק אז אויב וואלטן די אראבער געווינען ח"ו, וואלט מען לכאורה געטיילט לעקעך און בראנפן אין ראדני.
שוטים וואס איר זענט! וועלכע יוד האט דאן נישט געזען דעם יד השם ?
סמבטיוןאיך האב נישט קיין ספק אז אויב וואלטן די אראבער געווינען ח"ו, וואלט מען לכאורה געטיילט לעקעך און בראנפן אין ראדני.
מען האט געטיילט אזוי אויך! פאר יעדער אידישער סאלדאט וואס איז אוועק האט מען געטרינקן א באזונדער גלעזל. א שאד איך האב שוין נישט די בילדער דערפון.
איז עס שוין 50 יאר זייט די מדינה שטייט?
[ציטאט אראפגענומען]
סאקמירער רעבע האט זיך אויסגעדריקט אז ס'וועט נישט האלטן קיין 50 יאר.
וויאזוי ספינט מען דאס?
I'm back
סאקמירער רעבע האט זיך אויסגעדריקט...
לא מכיר. מי זה?
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
גאנצלדי אראבער זענען נאך געווען גאר פרימיטיוו אקעגן היינט
די מדינה האט געהאט די פארגעשריטנסטע כלים פון אמעריקא און נאך
די מדינה בכלל האט גענוצט די אראבישע נאיווקייט און זיי איבעראשט צענדליגע מאל
וואס נסים ווען נסים ס'האבן זיך געשלאגן א בער קעגן א הערש
רוסלאנד האט אויך געהאט נסים ווען זיי האבן זיך געשלאגן מיט גרוזי.............
גר תושב האט שוין אביסל גענפערט אבער נישט גענדיגט
געווער האבן די אראבער (עגיפטן און סוריא, ירדן ווייס איך נישט) די נייעסטע רוסישע טאנקען, עראפלאנען וכו'
מד"י האט געהאט אלטע פראנצויזישע און דייטשע טאנקען (זיי האבן עס אביסל איבערגעמאכט אבער ווייט אזוי גוט) עס האט זיך למעשה אויסגעשטעלט אז די עלטערע טאנקען האבן געצילט אסאך בעסער (ווייל עס איז געווען קלענערע געווער) און מען האט זיך געשלאגן גאנץ נאנט. און פון די עראפלאנען איז בכלל נישט געווען קיין רעדע ווייל זיי האבן זיך ניטאמאל געקענט הייבן.
berlbalaguleh
ס'איז איראניש אז די אידן וועלכע וואלטן לכאורה געדארפט צו זיין די גרעסטע מאמינים זענען די שטערקסטע פראפאגאנדירער פון כוחי ועוצם ידי.... א יעדער נארמאלער מענטש. א יעדער איד, אפילו קטן שבקטנים האט בחוש געזעהן די ישועת ה' כהרף עין...!
בערל, צו הערן פון דיר אזעלכע דיבורים וואס סענדער דייטש וואלט אין זיין לעבן נישט געשריבן... איז א חידוש!
איש את רעהו, אויב זוכסטו דאקומענטען אז שביעי של פסח ב' אלפים תמ"ח איז נישט געווען קיין ניסים, כ'קען דיר העלפן דאס שאפן.
זאגסט דאך אזוי גוט קאווע טרינקער. האסט עס גענאגעלט!
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
די סאטמארער האבען געמאכט א נושא פון גארנישט.
א. האבען די אראבער געוואלט אויסשחט׳ן אלע אידען אין א"י דעמאלס?
ב. זענען די אידען געראטעוועט געווארען דערפון?
ג. ווען די אראבער וואלטען געוואונען (ח"ו היל"ת וכו׳), וואלט עס געווען בדרך הטבע?
יעדער רעכטדענקיגע מענטש ווייסט אז די תשובה צו אלע שאלות איז יא. און הגם אנדערע גלויבען אז עפעס א געטשקע האט געפועל׳ט דער ישועה, אידען ווייסען אז אפס בלתך גואלנו און דער אויבישטער האט געראטעוועט זיין פאלק דורך א מלחמה, און נישט אלע זעלנער האבען אפגעשוירען זייער ביי - האר און ס׳האט נישט אפגעשטעלט דער ישועת ה׳.
ליידער, איז דער ישועה שפעטער פארוואנדעלט געווארען פאר א שטיקל פראבלעם, אבער היפלא מה׳ דבר, און מיר דאווענען פאר ווייטערדיגע ישועות פון דער וואס האט געשיקט דער פריערדיגע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
מדי דברי בו


דיףף: ייש"כ. ס'איז א דבר ידוע אז דער דאמב פון לאנדאן איז אייביג געווען דרכו להזיק. ער האט מער שאדן געמאכט פאר סאטמאר ווי סיי ווער. חוץ דעם וואס ער האט גערעדט און געמאכט ליצי ליצנות פון אלע ערליכע אידן. אריינגערעכנט דעם תולדות אהרן רבי, ר' אברהם יצחק הכהן זצ"ל. און ער אליינס האט געהאנדלט מיט צלמים. דער קדוש וטהור וואס קיינער איז נישט געווען גענוג פרום און ערליך פאר איהם. זיינע אנהענגערס פארענטפערן עס אז עפ"י הלכה איז מותר צו האנדלען מיט צלמים אויך. אבער, לאמיר זיך נישט נארן. ווען א גוי'אישער קאסטומער איז אריינגעקומען צו איהם אין געשעפט און געוואלט קויפן א גאלדענעם צלם פאר זיין גוירלפריענד האט דער צאדיק ארויסגענומען דעם צלם פון באקס און געשפיגן אויף דעם און געגעבן א ווארף אויפ'ן פלאהר. און געשריגן פוי. דא האסטו דעם פארשטינקענעם, טמא'נעם צלם...!אדער, ער האט עס ארויסגענומען איידלערהייט פונ'ם באקס און געוויזן פאר זיין קאסטומער עטליכע צלמים פון פארשידענע סייזעס. אבער דער תולדות אהרן רבי און אנדערע ערליכע אידן זענען נישט געווען גענוג גוט פאר איהם. יא. זיי קומען אויף מיט די מעשיות אז ער איז געווען א גרויסער בעל מכניס אורח. מי ביקש זאת מידו. איך וואלט זיכער נישט איינגעשטאנען ביי אזא פאררוקטן רוח אין הויז. אפילו ווען איך דארף ענדערש שלאפן אין א ביהמ"ד...!
היינט האבן זיי געווער ווייס איך אמאל האבן זיי גארנישט געהאט קעגן וואס די איזרעיליס האבן געהאט און היינט וואלטן די איזרעיליס קיינמאל נישט אנגעהויבן אזוי שנעל א קריג און זיכער וואלטן אזוי שנעל נישט גענדיגט........ און נישט ווייל איך פריי מיך אדער איך געב לחחים אין ראדני דעס איז שטותים קומט נישט דא אריין סאטמאר רב האט גראדע געוויינט אויף יעדן חיל וואס איז געשטארבן אין די מלחמה כנגד התורה
איך זעי דא גארנישט מער מיט וואס די אנטי סאטמאר זענען אויפגעקומען אקעגן סאטמאר ס"ה א דאקומענט קעגן א דאקומענט מיין ווארט דיין ווארט
לעבעדיגע עדות פון ראבערט מעקנעמער, אמעריקאנער פארטיידיקונגט מיניסטער אונטער פרעזידענט לינדען דשאנסאן"דאן - [הארט איידער די מלחמה] - האבן מיר געהאט דורכגעפירט 3 זעלבסשטענדיקע אפשאצונגען וואס דער אויסקום וועט זיין אין פאל פון א מלחמה צווישן איזראעל מיט עגיפטן, אלע 3 האבן געוויזן אז אן קיין שום ברעקיל ספק אז איזראעל וועט זיגן, איך דענק אז מיר האבן געשאצט אז אויב איזראעל וועט אטאקירן קודם, וועלן זיי זיגן אין 7 ביז 10 טאג, אויב ווידער איזרעאל וואלט געדארפט אפשלאגן א עגיפטישער אטאקע וואלטן זיי געזיגט און 14 טאג."
איר הערט ווערטער?!
דאס איז פונעם אמעריקאנער דיפענס מיניסטער, נישט קיין סאטמארע חסיד, ער זאגט עס אזוי לפי תומו.
קאמענטארן זענען גענצליך איבריג!!!
#הרבימסאטמארצודק
למנ"מ, וואס וויל מען דא ארויסברענגען. אז מ'דארף א מדינה
סמבטיוןאיך האב נישט קיין ספק אז אויב וואלטן די אראבער געווינען ח"ו, וואלט מען לכאורה געטיילט לעקעך און בראנפן אין ראדני.
איר זענט אינגאנצען אףף טרעק איר הייבט נישט אן צו וויסן די סאטמארע צוגאנג
אז די זאגסט עס אויף די מתחברים לערביים הער איך
אבער אויף סאטמאר? ?
אייער בלינדע שנאה און וואנזיניגע אויסברוכן קומען פון אי ידיעה.
קאווע טרינקעראיש את רעהו, אויב זוכסטו דאקומענטען אז שביעי של פסח ......
איר זענט פאריקעט טאטעלי
ביי אייך לייקענען א פסוק חומש איז נעבעך איינס געווארן מיטן קעמף וואס פרייע חברה האבן קעגן גוי'אישע שכנים
כ'האף אייערע בעלזע חברים דא האלטן מיט ווי מען האט אייך געפיטערט הבל.. און דער ויהבלו שפעטיגט נישט צו גרייכן איר ציל
חבל אויף אזא ווינקעלע וואס מיט איר איז געשעהן.
diffלמנ"מ, וואס וויל מען דא ארויסברענגען.
אז מען קען פארקויפן פון א.ג. הייליגע אז די פרייע אומגלויביגע באקומען אותות ומופתים פון הימל
אין צייט וואס גויאישע קעפ האבן פאראויסגעשאצט די גרויסארטיגע נסים..
דאס איז פארקויפט א תבנית שור וואס עסט גראז פאר תמימישע מענטשן.
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
מ'בעט נישט צו רופן אנדערע ניקים מיט שאנד-נעמען, אפילו אויב מ'איז זייער עקסייטעד און מ'האלט דעם שפיזיגן ענטפער מיט א פעסטקייט.
יעצט לעניין, מיר האט מען אויסגעלערנט אז אלעס איז ניסים, על כל נשימה ונשימה תהלל קה זאגן חז"ל.
יעצט פארוואס זענען געוויסע אזוי אויסן צו זאגן אז ס'נישט געווען קיין ניסים? ווייל טאמער יא וועט חלילה אויסקומען אז די שיטה וועט חלילה אפגעשוועכט ווערן. גלייבט מיר אויפן ווארט, די שיטה איז שוין אדורך געגאנגן סך שווערערע ניסיונות און דאך האלט זיך עס אייזן פעסט. עכ"כ אז ס'קען זיין געוויסע וואס וועלן נישט האבן קיין פראבלעם זיך צו דרייען אויף אזא אויפגעקלערטן זייטל ווי ק"ש יומם ולילה, און דאדורך דעם עובר זיין אויף אלע רבני סיסטעמינו, און אן קיין בושה באשילדיגן א איד וואס שוויצט און טוט אויף פאר אידישקייט (אן קיין פראטעסטן), אלס א מתחבר לרשעים. (מיט אן אשכול מיוחד כמובן, אן אפילו ברויכן גרינדן אן אשכול אויף אנצופרעגן צו עס מעג געעפנט ווערן אן אשכול דערויף).
קל וחומר
יעצט פארוואס זענען געוויסע אזוי אויסן צו זאגן אז ס'נישט געווען קיין ניסים?
הער די ניקי בית בעלזא ווי הייליג די נסים איז נאך עד היום, מען טאר ניטאמאל קלערן אז עס קען אנדערש זיין
איז וויכטיג צו וויסן אז דאס איז בסך הכל פארקויפטע לאקשן
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
דיפפ האט ארויס געברענגט א פיינעם פאוינט. טאמער דער זעקס טאגיגע מלחמה איז געווען נסים, פעלט נישט אויס קיין מדינה. נסים דארפען נישט קיין מדינה.
נאר דער סאטמארער שיטה אז בדרך הטבע האט דער מדינה געברענגט א ישועה, דארף מען ערשט א מדינה.
אגב אורחא, איך הער א שמועה אין מקוה אז מ׳האט טעראריזירט דער CIA ארויסצוקומען מיט דער רעפארט.
#justsaying
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איש, עס זעט מיר אויס אז אייער בלוט דרוק איז ארויף מיט אפאר שטאפלען. אפשר פארשטיי איך טאקע נישט די סאטמערע ציגאנג צי די זאך, איך ווארט שוין לאנג איינער זאל מיר ערקלערן דע ציגאנג צו די מדינה, און דער שנאה צום ארץ אשר עיני אלוקיך בה.
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
<a class="postlink" href="https://youtu.be/IjIsX47zGDk">https://youtu.be/IjIsX47zGDk</a>
זוך אביסל ארום פאר נאך.
צענליגע חיילים חילונים האבן חוזר בתשובה געווען א דאנק די ניסים גלויים וואס זיי האבן געזען מיט זייערע אויגן, אפשר קענסטע זיי מסביר זיין פארוואס ס'נישט געווען קיין ניסים (ברענג זיי דעם נביאה פונעם CIA) וועלן זיי קענען צוריק ווערן ציונים.
ווי אויך קענסטע קוקן אינעם ספר הקדוש פון הגר"מ כשר ז"ל 'התקופה הגדולה', פאר נאך ניסים וואס חיילים האבן דערציילט.
איך פארשטיי באמת נישט אויב ע"פ דרך הטבע וואלטן די ציונים נישט געקענט געווינען וואלטן די הויפט גענאראלן און שפיאנען דאס פארשטאנען די בעסטע מער ווי די סתם המון, זיי האבן דאך גוט געוויסט וואס עס ערווארט זיי, ולפלא נישט משה דאיאן נישט יצחק ראבין נישט לוי אשכול קיינער אין גם אחד איז בייגעפאלן צו חוזר בתשובה זיין.
אלא מאי די גאנצע ניסים בעלאני איז געווען א קארדענירטע פעיק ניוס דראמא צו ווארפן זאמד אין די אויגן פארן עולם גולם,
אזויפיהל שטותים צאם צו רעדן אין אזא קורצע תגובה, קענסט פליז פאר א צירקע מענטיקעלע ארויסקריכן פון דיין ראדני באקס? דו ווייסט וויפיהל קעמפער און הויך ראנגיגע צה"לניקעס זענען געווארן בעלי תשובה א דאנק די מלחמה?
ניין איך ווייס נישט, דו ווייסט אפשר?
ס'אזוי אמת ווי רחל אמינו האט זיך באוויזן אין עזה, איינער געדענקט נאך דאס? די פאנטאזיעס וואס די ציונים פאנטאזירן איז ממש א געלעכטער
און אז איך וועל דיר זאגן נעמען וועסטו דען טוישן דיין מיינונג?
סעדא אן א שיעור דאקעמענטעריס וואס דו קענסט וואטשן אין זעהן ווי חיילים פארציילן ניסים גלייום ממש, אז דו ווילסט הערן א רשומה פון נעמען קענסטו פרעגן אביחי כהן, אויב האסטו שוין אמאל געהערט פון אים, ער אליינס איז געווען א הויכע מפקד אין צה"ל, ער האט אמאל געגעבן א שיינע דרשה וועגן יענע זמנים.
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
פערזענליך גלויב איך נישט די מעשה׳ס פון אראבער וואס האבען געזען פליגעס ווי ס׳איז נישט געווען, ווי אויך נישט די פרענקישע מופתים. אראבער זענען גלויביגע און ווען ס׳פאסט זיי נישט צו זאגען אז זיי האבען פשוט נאס געמאכט די הויזען בראותם מלחמה, האבען זיי פאנטאזירט אין דער לופט.
ווידער דער נושא איז א רויטע העררינג, אומוויכטיג צום פאוינט. א געפאר האט געהויערט אויף אידען און א ישועה איז געקומען און ע"י מענטשען וואס א שטארקע חלק פון זיי זענען רשעים. דאס ווערט אנגערופען אין דער וועלט מיט׳ן ווארט פאקט fact.
וואס אונז דארפען מיר אפלערנען דערפון איז אדער יא אדער נישט דער נושא. צום פאקטען האט עס נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
סמבטיוןאיש, עס זעט מיר אויס אז אייער בלוט דרוק איז ארויף מיט אפאר שטאפלען.
פארוואס זאל מיר די בלוט דרוק נישט ארויפגיין ?
מענטשן קויפן אזעלכע לאקשן
דאקומענטארישע גוי'אישע אפשאצונגען אז מען וועט זיגען, רופט מען אותות ומופתים..
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
סמבטיוןאון אז איך וועל דיר זאגן נעמען וועסטו דען טוישן דיין מיינונג?
סעדא אן א שיעור דאקעמענטעריס וואס דו קענסט וואטשן אין זעהן ווי חיילים פארציילן ניסים גלייום ממש, אז דו ווילסט הערן א רשומה פון נעמען קענסטו פרעגן אביחי כהן, אויב האסטו שוין אמאל געהערט פון אים, ער אליינס איז געווען א הויכע מפקד אין צה"ל, ער האט אמאל געגעבן א שיינע דרשה וועגן יענע זמנים.
אפשר ברענסטו די דאקעמענטריס
בפרט די וואס רעדן פון חוזרים בתשובה
תכלית, פ"ו לערנט זיך נישט יעדער מלחמה. אויף וואס ווארט מען
אז דו האסט בכלל א ספק צו א אידיש קינד א סאלדאט האט מער ניסים ווי סתם א אמעריקאנע סאלדאט איז נישט דא וואס צו דן זיין.
נאכאמאל
lets stay focused
יא איך גלייב אז הקב"ה איז ביכולת צו מאכן נסים יעדן טאג,
יא איך גלייב און השגחה פרטיות
יא איך גלייב אז הקב"ה טוט חסדים פאר אידישע קינדער עושים רצונו,
אבער ניין איך גלייב נישט אז די נצחון פון די מלחמת ששת הימים איז געווען א נס שלא ע"פ דרך הטבע,
איך בין אינגאנצן כופר אין דעם,
פאר איין סיבה. אלע באווייזן טוהן דאס פעסטשטעלן.
נישט דער זון האט זיך אפגעשטעלט אזוי ווי ביי יהושע בן נון
דער ירדן האט זיך נישט געשפאלטן,
די חומות האבן נישט געזינקען דורך בלאזן שופרות,
נאר ווי חז"ל זאגן
עולם כמנהגו נוהג ושוטים שקלקלו עתידין ליתן את הדין
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
גאלדלעבעדיגע עדות פון ראבערט מעקנעמער, אמעריקאנער פארטיידיקונגט מיניסטער אונטער פרעזידענט לינדען דשאנסאן"דאן - [הארט איידער די מלחמה] - האבן מיר געהאט דורכגעפירט 3 זעלבסשטענדיקע אפשאצונגען וואס דער אויסקום וועט זיין אין פאל פון א מלחמה צווישן איזראעל מיט עגיפטן, אלע 3 האבן געוויזן אז אן קיין שום ברעקיל ספק אז איזראעל וועט זיגן, איך דענק אז מיר האבן געשאצט אז אויב איזראעל וועט אטאקירן קודם, וועלן זיי זיגן אין 7 ביז 10 טאג, אויב ווידער איזרעאל וואלט געדארפט אפשלאגן א עגיפטישער אטאקע וואלטן זיי געזיגט און 14 טאג."
איר הערט ווערטער?!
דאס איז פונעם אמעריקאנער דיפענס מיניסטער, נישט קיין סאטמארע חסיד, ער זאגט עס אזוי לפי תומו.
קאמענטארן זענען גענצליך איבריג!!!
#הרבימסאטמארצודק
גר ותושבווען אן אמעריקאנע אנגעפרעסענע פיקל וואס ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן זאגט אז עס איז נישט געוועין קיין ניסים ונפלאות קומט עס לכאורה מתוך טיפשות און עס איז נישט ווערט קיין תירוץ אבער אויב איז עס נאר מחמת חוסר ידיעה דעמאלט זאל ער גיין שמועסן מיט די יודן וואס האבן מיטגעהאלטן די מלחמה און עס ליגט זיי נאך אין די ביינער די אויפראסן און די שיסערע פון איבער די גדר דורך די רוצחים נאכדעים קען מען רעדן.
דרך אגב דא האסטו צוויי נקודות וואס איך זעי אויבן אויף (איך האב נישט געפענט די לינק)
קודם כל עס האט געדורט קוים דריי טעיג צו איינעמען די קאנאל און נישט ציווישן זיבן צו ניין ווי זייער נביאות האט פאראויס געזאגט
📎 IMG_20170619_222335.jpg
ועוד זיי האבן געשאצט אז ישראל גייט ביישטיין די אטאקעס פון סיריע זיי האבן זיך אבער נישט געראכט אז ישראל גייט זיי גרינגער הייט געוואונען
📎 IMG_20170619_221414.jpg
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
גאלדנאכאמאל
lets stay focused
יא איך גלייב אז הקב"ה איז ביכולת צו מאכן נסים יעדן טאג,
יא איך גלייב און השגחה פרטיות
יא איך גלייב אז הקב"ה טוט חסדים פאר אידישע קינדער עושים רצונו,
אבער ניין איך גלייב נישט אז די נצחון פון די מלחמת ששת הימים איז געווען א נס שלא ע"פ דרך הטבע,
איך בין אינגאנצן כופר אין דעם,
פאר איין סיבה. אלע באווייזן טוהן דאס פעסטשטעלן.
נישט דער זון האט זיך אפגעשטעלט אזוי ווי ביי יהושע בן נון
דער ירדן האט זיך נישט געשפאלטן,
די חומות האבן נישט געזינקען דורך בלאזן שופרות,
נאר ווי חז"ל זאגן
עולם כמנהגו נוהג ושוטים שקלקלו עתידין ליתן את הדין
Ok so let's stay focused.
וויפיל מאל זעהן מיר אין נ"ך אז גאט האט יא געטוהן ניסים מיט אידן שאינם עושים רצונו??
וויפיל מאל זעהן מיר אין נ"ך אז ווען אידן זענען געגאנגן אין מלחמה, וואס אין נארמאלע אומשטענדן וואלטן די שטערקערע, מער אויסגערעכענטע, און די מערהייט, געדארפט געווינען, און האבן למעשה פארלוירן!!