דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #11554
113 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11554
אלעס וואס דו שרייבסט איז אמת. איין הערה'לע דער רז"ל האט נישט אהער געשלעפט. זיין פ.ר. קאמפאני האט גענומען טויזענטער פארווייטאגטע אידן. וואס ווייטאגען אין אמת בענין הגיוס און געשלאגן דערמיט קאפיטאל. פרעג צושטיל א באזעסענער רז"ל חסיד צו דער רבי זיינער גיבט א הוט פאר די גיוס דער ענטפער וועט זיין לא מיט א אלף
פיינע קאוועאלעס וואס דו שרייבסט איז אמת. איין הערה'לע דער רז"ל האט נישט אהער געשלעפט. זיין פ.ר. קאמפאני האט גענומען טויזענטער פארווייטאגטע אידן. וואס ווייטאגען אין אמת בענין הגיוס און געשלאגן דערמיט קאפיטאל.
ס'איז אמת ער האט גיט געניצט אלע אידן וואס ווייטיגן וועגן די גיוס געזעץ
א בושה איז געווען די עטליכע מאל וואס די ציבור האט געשפירט אז מען ניצט זייער ווילן צו אויסדרוקן ווייטאג אויף די גזירה און מען געט דערמיט קרעדיט פאר איין יחיד
די קרעדיט קומט צו יעדן איד וואס לבו ער צו הערן די ווייגעשריי פון אידן בארה"ק.
האב איך שוין געהערט די זעלבע ביים כנוס כלל ישראל אז ווען נישט רז"ל וואלט גארנישט געווען און ער האט באמת געהאט א גרויס חלק אין די כנוס ער האט אנגעצינדן די פייער ביי סאטמאר און ביי אלע נאנטע צו סאטמאר צו גיין צום כנוס
אויב שוין יא אביעקטיוו געטראכט
רז"ל האט שוין געשלאגן קאפיטאל און מסכים צום מציאות אז אליין קען ער גארנישט און ער מוז זיך אלס סומך זיין אויף א צווייטן און בעיקר רייט ער אויף דעם אז ער נעמט ארויס די באהלטענע נקודה די אהבה מוסתרת צו זיין ברודער
און דאס האט ער נאכאמאל באוויזן

גאנצלהאב איך שוין געהערט די זעלבע ביים כנוס כלל ישראל אז ווען נישט רז"ל וואלט גארנישט געווען און ער האט באמת געהאט א גרויס חלק אין די כנוס ער האט אנגעצינדן די פייער ביי סאטמאר און ביי אלע נאנטע צו סאטמאר צו גיין צום כנוס
אויב שוין יא אביעקטיוו געטראכט
רז"ל האט שוין געשלאגן קאפיטאל און מסכים צום מציאות אז אליין קען ער גארנישט און ער מוז זיך אלס סומך זיין אויף א צווייטן און בעיקר רייט ער אויף דעם אז ער נעמט ארויס די באהלטענע נקודה די אהבה מוסתרת צו זיין ברודער
און דאס האט ער נאכאמאל באוויזן
איך וויל וויסן צו איך האב גוט פארשטאנען, רזל האט יעצט געוויזען אז ער קען נישט אליין ?? די ביסט א דזשיניעס..
די פאקט איז אז די לעצטע פאר טאג האבן אלע זיינע פרענדס זיך צוגעשטעלט צו אים
איך האב נישט געמאכט קיין פארפירישע צעטיל פון אדמור מסקולען צו ציען א עולם...........
בלויז קלארער צו מאכן רז"ל האט זיך געשטעלט אויף א ליניע זינט ער איז געווארן רבי אז ער גייט צאםנעמען אלע סאטמארע וואס האבן זיך נישט צוגעשטלעט צום ברך משה און מיט זיי גייט ער פירן א הנהגה דאס האט ער געטון נאכאמאל וואס האט ער דא מחדש געווען ?

ס׳איז קלאר אז רז״ל האט נעכטן געהאט א מורא׳דיגע סוקסעס ער האט איבערגעקומען אלע שטיינער אין זיין וועג, וואס עס האט מיט קוב״ה ווייס איך נישט.
יא, אינערהאלב סאטמאר זעלבסט, האט רז"ל געוויזען אז ער איז סאטמארער רבי. די אלע וואס שטעלען זיך צו צו סאטמאר, האבען זיך צוגעשטעלט צו איהם. אבער לגבי די מחאה זעלבסט איז עס א דורכפאל. למעשה האבען קיין שום עכטע פרעמדע זיך נישט צוגעשטעלט, און קיינער האט דער זאך נישט אנגענומען ערנסט.
לדעתי, ווען קיינער קומט נישט און די זאליס זעלבסט פיהלען כאילו ס'איז אן אויסגעשפילטע זאך, וואלט ר' אהרן זיך געפיהלט גרויס. ווען אלע קרייזען קומען אן, וואלט רז"ל געפיהלט גרויס. אזוי איז יעדער אויסגעשפילט. ברוך שעקר......

די סבה מ'האט זיך נישט צוגעשטעלט פון די ליטווישע קרייזען איז ווייל מ'זעט איין אז ס'איז בלאף. קיין דרוק איז נישט געקומען און איך האב פאר דיר נייעס, יהדות החרדית עגזיסטירט נישט אויפ'ן אינטרנט. וואס פארא דרוק מ'וואלט געלייגט אויף הרב מלכיאל מאכט נישט אויס, לעיקוואוד וואלט נישט געקומען, און הרב מלכיאל ווייסט דאס. ער דארף נישט אז מ'זאל עס אויסרופען בריש גלי אז זיין פירערשאפט איז תלוי על בלימה און קיינער קימערט זיך נישט עכט מיט זיין מיינונג.
מיינע מסקנות פונעם אומגלויבליכן סוקסעס פונעם כינוס:
1. בתחבולות תעשה לך מלחמה. דער יתד און המבשר האבן געשאסן פון בויך און נישט פון קאפ, זיך צעשפילט און צולאזט קעגן דעם קנאי'שן ציבור, ווען זיי העטן ווען געשוויגן, וואלט די מערכה געווען אסאך שוואכער, די גאזעלין צום פייער האבן זיי געגאסן, און בשפע.
2. העקשן יצליח. די עקשנות פון מהרז"ל'ס מענטשן ביז די לעצטע רגע, מיט א מורא'דיגע אפטימיסטישע מהלך, טראץ די אלע מבית ומבחוץ וואס האבן זיי פרובירט צו אפשוואכן און זאגן אז זיי גייען בלייבן חוזק חזקות.
3. זיי נישט קיין גרויסער צולייגער. דעם בריוו וואס מהר"א האט ארומגעשיקט "אין אנשי שלומינו משתתפים בכינוס" ליגט דערין א טיפשות און זעלטענע אויפרייסערישע פארשטונקענע גאווה, וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א מיאוס'ע טעות, ווייל יעצט איז משמע אז יעדער רב אדער יחיד וואס איז געווען ביים כינוס האט אים אין בוידעם. (כ'האב היינט געהערט קול סאטמאר, ס'איז קאמיש און לעכערליך אבער זיי פארענטפערן זיך דארטן ווי קליינע בעיבי'ס פארוואס דער רבי איז נישט געגאנגען)
4. נאר סייעתא דשמיא און מזל. דער כינוס איז געווען באגלייט מיט אסאך סייעתא דשמיא און מזל, די פאליצייאישע איבערפאל אין מאה שערים האט אויפגעהיצט די געמיטער, דער אגודיסטישער אויסברוך אין יתד המבשר האט אויך צוגעשפילט פאר די ארגאניזירער, און האט זיי געגעבן חיזוק צו פארזעצן ווייל די פיילן האבן געטראפן צום ציהל.
5. חכמים הזהרו בדבריכם. דער גרויסער בני ברק'ער גאון ר' דוב לאנדו (וואס כבודו במקומו מונח) איז ארויס א פורים, ווען ר' לייבוש האט אים אראפגעלאזט א הילכיגן פראסק אויפן פנים, באשיינענדיג דעם כינוס, טראץ זיין שארפע בריוו צו אים.
6. די וועלט איז גענוג גרויס. דער מאיר פורוש האט אוודאי געמיינט אז טאמער ער וועט אפהאלטן די בארא פארקער רבי'ס ווי סקולען, באבוב, ראחמסטריווק, ועוד, פון צו קומען צום כינוס, וועט דער כינוס נישט איבערלאזן קיין רושם. אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די וועלט גרעסער ווי ער האט געמיינט, רז"ל האט אהערגעשטעלט א מחאה מיט א קאלירפולן אויבן אן און רעדנער'ס וועלכע קומען פון א גאר ברייטן ספעקטרום – פארשטייט זיך אלע זענען קנאיש געשטימט, אבער ס'האט זיך נישט געגלייבט ער גייט האבן די אלע וועמען ער האט געהאט.
7. פריי זיך נישט בעפאר דו זעהסט די גאנצע פיקטשער. די אהרונים האבן זיך געפרייט אז דער בי"ד אין ירושלים האט נישט געשיקט קיין בריוו צו גיין, און בריסק האט נישט געהייסן גיין. למעשה צום סוף האט דער ירושלימ'ער רב געשיקט א בריוו און אויך אויפגעטרעטן, און צו לעצט האט אויך הגאון ר' אברהם יצחק אולמאן אויפגעטרעטן ביים כינוס בשם הביד"צ, און הרמ"ד מבריסק האט גערעדט גאר שארף קעגן די וואס לאזן נישט גיין.
8. ווארף זיך נישט ארום מיט דיינע אייגענע רבנים, קיינער איז נישט ביי דיר אין טאש. די אגודיסטישע פאליטיקאנטן דארפן אויך פארשטיין אז די אמעריקאנער רבנים זענען נישט ביי זיי אויף פעיראל, די צוויי גרויסע ראשי ישיבות ר' אהרן פעלדמאן און ר' אהרן משה שעכטער ביידע חברי מועצת גדולי התורה האבן געשטיצט דעם כינוס, איינער איז פערזענליך געקומען און אויך גערעדט און איינער געשיקט א בריוו, און דערמיט האבן זיי ביידע אריינגעווארפן א פלאקן אין די הייליגע הנהגה פון שטיינעמאן.
9. ווען דו האסט פוטער אויפן קאפ גיי נישט אונטער די זון. דער וואס האט געשריבן דעם סקולענער'ס בריוו איז א שוטה וטיפש און אויך נישט קיין קליינער שקרן, דער איז עתיד ליתן את הדין פאר'ן נעמען א איד א צדיק וקדוש אין א שיבה טובה, און אים פאר'חתמ'ען אויף אזא עקל'האפטיגן בריוו. ער פאדערט דארט צו אויפשטעלן נאך מוסדות פאר די אלע נושרים (פארשטייט זיך אויסער די מוסדות חסד לאברהם וועלכע געפינען זיך אין... ספעיס) און דערמיט געט ער ארויס דעם גאנצן סוד פארוואס ער איז נישט געקומען צום כינוס, ווייל אפשר איין מגולח וועט ברענגען צען דאלער ווייניגער קוויטל געלט. גוט האבן געטוהן די קינדער און איידעמער פונעם סקולענער אז זיי זענען געקומען און געזעסן א גאנצן כינוס פון אנהייב ביזן סוף און דערמיט געוויזן אז שמואל מרדכי'לע האלט דעם טאטן פארשפארט אין א תפיסה און לאזט אים נישט קומען.
10. סאטמאר איז זייער גרויס, פיל גרעסער ווי צען יאר צוריק. מהרז"ל אליין און זיינע מענטשן האבן אין חלום נישט געמיינט אז זיי קענען אליין אנפילן די בארקלעיס, און עס איז איצט אויפגעוויזן געווארן אז נאר איין סאטמאר קען אנפילן בארקלעיס, דאס מיינט אז דער ציבור בליע"ה וואקסט אין אן אומגעהויערן שנעלן גאלאפ. אויב האבן דער בעלזער און דער וויזשניצער געמיינט אז די היינטיגע סאטמאר ווערט געפירט דורך זייער'ס א שוואגער, אין די מלחמה מיט די אגודה איז שוין נישט די זעלבע מלחמה ווי ביים סאטמאר רב אדער ביים ברך משה, איז געקומען יעצט בארקלעיס און האט זיי געשיקט א מעסעדזש, אז א קיימא לן פון אריבער צוויי טויזנט מנינים האבן אן אנדערן רבי'ן וועלכער גייט יא אן בדרכי המלחמה אן קיין שום משוא פנים.
11. נישט יעדער וואס פיינטעט מיין פיינט, איז מיין פריינט. דאס איז שוין א טיפ פאר יצחק שטערן'ען, דו האסט געהאט א קליין טעות, דו האסט געמיינט אז ווייל קאטלער און וואכטפויגל האבן פיינט שטיינעמאן זענען זיי שוין ממש סאטמארע חסידים. ניין, ניין, זיי האבן טאקע פיינט שטיינמאן אבער פון סאטמאר ווילן זיי נאך אלץ שטיין ווייט, און זיי האלטן נישט ביים קומען צו יעדע מחאה וואס בליצט דיר אויף אין קאפ.

[ציטאט אראפגענומען]
די בריוו פון די ראשי ישיבות איז יא אפגע'ענטפערט געווארען. הרב גרשון אידלשטיין מיט הרב דוב לאנדא האבען מסביר געווען במילים ספורות וואס איז דער אמת. מער ווי דעם דארף מען נישט.
הרב אהרן פלדמן האט קיין שום געוויכט נישט אין דער עולם הליטאי אין אמריקה. ער איז מחוץ למחנה, אין דער קאלעדזש ישיבה אין באלטימאר, און ער וואוינט נישט א גאנץ יאר אין אמריקה. לויט ווי איך הער האט ער עפעס א משפחה שייכות מיט דער בלאף אין א"י.
ר' יענקל הורוויץ איז נישט קיין ליטוואק, און רוב ליטוואקעס ווייסען נישט פון איהם צו זאגען. אפילו זיין נאמען איז ווייניג באקאנט. אין ב.פ. איז ער א באקאנטע, בעיקר צוליעב די וואוילע טעטיגקייטען פון זיין זוהן......
און אויפ'ן נאוואמינסקער איז דער שאלה פארקערט. אפילו נאכ'ן חתמנ'ן דער בריוו, איז ער נישט געווען און ער האט נישט געשיקט זיין תלמידים וואס וואלטען איהם געפאלגט. ווייל ער ווייסט אליינס אז זיין מיינונג איז גארנישט אין א זאך וואס ער פארשטייט נישט.
יעדער מיט וועמען איך רעד זאגט מער ווייניגער די זעלבע זאך. די ארץ ישראל'דיגע פיהרען זייער לעבען, און אז מ'קען זייער גדולים נישט טראסטען, קען מען געוויס זייער קטנים נישט טראסטען, און די אלע טומול מאכערס זענען קוים קטנים.
מיין השערה איז, אז אפילו היינט, וואלט נאר א חתימה פון הרב שמואל קמנצקי מיט ר' אליה בער צוזאמען געהאלפען אז די קלענערער ראשי ישיבות וועלען חתמנ'ן און שיקען זייער תלמידים, און פון דעם אפשר אולי די רבנים וואלטען געשיקט זייער בעליבתים. די אלע חתימות פון דער בריוו זענען דברים בטלים.
די כוואליע פון נייע ניקס לרגל המאורע איז א דבר האומר דרשני.
אבער @אחלק_שלל מעגסט פארשטייען אז ווען א יורש פון א יורש פון גארנישט מיט נישט לאזט איבער א פראסק אויף זיין רבי'ס באקען, נאכמער ווען זיין רבי איז אן אנגעזע'ענע תלמיד חכם, איז דער בזיונות נישט פאר'ן רבי נאר פאר דער תלמיד דער עז פנים, טאקע אן אלטע עז פנים און מחוצף, וואס האט זיך איינגערעדט פון יונגווייז אז ער איז גדול הדור און פון קענען אסאך מעשה ביכער און הקדמות פון ספרים זיך באקרוינט אלס הוגה דעות און רשכבה"ג. זיין נידריגקייט איז שוין א שם דבר אין די וועלט, און בלייבען וועט ער בלייבען די אויסגעשפילטע (עי' משפחתו ודו"ק)

קודם ער איז נישט זיין רבי, ער האלט זיך פאר א שטיקל תלמיד, דערפאר דארף ער אים נאכנישט אנפרעגן א מהלך אין השקפה, ווען זיינע עלטערן האבן געהאלטן פונקט דאס פארקערטע.
טראצדעם וואס דו זאגסט אויף אזוינע הייליגע אידן דעם לשון גארנישט מיט נישט, איך וועל אבער נישט עפענען א פיסק אויף לאנדו, אפי' עס איז דא וואס צו זאגן.
און איך וויל נישט ח"ו זאגן אז ער איז נישט קיין אנגעזעהענער ת"ח, נאר ליידער איז ער מלא נגיעות מכף רגל ועד ראש, און יעדער ווייסט עס, אז ער האט געהאט א אלטע פרשה מיט רב שך, און ער איז זיך ביז היינט נוקם אין אים און אים זיינע יורשים, ער וואלט געדארפט אוועקשטיין פון צו דן זיין אינעם גאנצן ענין נאר כדי שלא יאמרו הבריות. און אז ער האט יא זיך אריינגעלייגט אין די בלאטע איז זייער א געוואונטשענע זאך אז ער האט געכאפט א קלינגעדיגן פראסק. שולדיג זענען די וואס האבן אים איינגעטינקען אין די שמוציגע בלאטע.
נידעריג און אויסגעשפילט איז דער וואס רעדט אזוי אויף א איד וואס זיצט און לערנט יומם ולילה, און איז באקאנט פון יונגווייז אן מיט אפגעהיטנקייט און ערליכקייט און עבודת ה'.

[quote="אחלק_שלל"]מיינע מסקנות פונעם אומגלויבליכן סוקסעס פונעם כינוס:
2. העקשן יצליח. די עקשנות פון מהרז"ל'ס מענטשן ביז די לעצטע רגע, מיט א מורא'דיגע אפטימיסטישע מהלך, טראץ די אלע מבית ומבחוץ וואס האבן זיי פרובירט צו אפשוואכן און זאגן אז זיי גייען בלייבן חוזק חזקות.
קיין שום עקשנות. גענומען the right topic in the right time און צונויף געברענגט טויזענטער אידן וואס באדערט זייער שטארק די נושא פון גיוס. רוב אידן זענען געקומען צו די נושא נישט צו אים. און נישט ווייל *ער* האט גערופען. זיי קומען ווען זיין ברידער רופט אדער סיי וועלכע גרויסע אדמו"ר מיט גענוג געלט און p.r דרייט עס אן. ווילסט אים גיבן די קרעדיט כל הכבוד.
ווען ער וועט האבן מער פון 150 אידן ביי זיין שלוש סעודות וועלמיר רעדן ווייטער

ביי שלש סעודות דארף ער נישט מער ווי 150 אידן סאו קומען פונקט 150, ביי זיינע נעילת החג'ן דארף ער ארום צוויי טויזענט קומען 2000, זיי שטעלן זיך צו לויט וויפיל ער דארף. דא האט ער געדארפט צוואנציג טויזענט זענען זיי געקומען אין די מאסן.
זיי זענען נישט קיין בהמות אין שטאל ווי די אהרונישע קיהען, וואס וואו שמואל ווידער רופט זיי מיט רויטע אויתיות קומען זיי צו לויפן.

ליטוואק, האסט טאקע נישט גארנישט וואס צו מוסיף זיין אויף די אנדערע סעיפים, נאר דאס האט דיר געבאדערט ?
אחלק_שללקודם ער איז נישט זיין רבי, ער האלט זיך פאר א שטיקל תלמיד, דערפאר דארף ער אים נאכנישט אנפרעגן א מהלך אין השקפה, ווען זיינע עלטערן האבן געהאלטן פונקט דאס פארקערטע.
טראצדעם וואס דו זאגסט אויף אזוינע הייליגע אידן דעם לשון גארנישט מיט נישט, איך וועל אבער נישט עפענען א פיסק אויף לאנדו, אפי' עס איז דא וואס צו זאגן.
און איך וויל נישט ח"ו זאגן אז ער איז נישט קיין אנגעזעהענער ת"ח, נאר ליידער איז ער מלא נגיעות מכף רגל ועד ראש, און יעדער ווייסט עס, אז ער האט געהאט א אלטע פרשה מיט רב שך, און ער איז זיך ביז היינט נוקם אין אים און אים זיינע יורשים, ער וואלט געדארפט אוועקשטיין פון צו דן זיין אינעם גאנצן ענין נאר כדי שלא יאמרו הבריות. און אז ער האט יא זיך אריינגעלייגט אין די בלאטע איז זייער א געוואונטשענע זאך אז ער האט געכאפט א קלינגעדיגן פראסק. שולדיג זענען די וואס האבן אים איינגעטינקען אין די שמוציגע בלאטע.
נידעריג און אויסגעשפילט איז דער וואס רעדט אזוי אויף א איד וואס זיצט און לערנט יומם ולילה, און איז באקאנט פון יונגווייז אן מיט אפגעהיטנקייט און ערליכקייט און עבודת ה'.
זאגט נאר, איר זענט פון די_נארמאלע?
איך בין ב"ה פון די נארמאלע, און איך בין אויך א איש חזון, א פילאזאף בין איך נישט ב"ה.
איך בין ב"ה נישט קיין חצוף, ס'איז א מציאות, פרעג יעדן איד אין א"י וועט ער דיר זאגן די זעלבע זאך.
רבי לייבוש האט אים געגעבן אויף ביידע באקן אחת ואחת, און האפענטליך וועט ער זיך שוין נישט אזוי שנעל אריינמישן מער אין עניני השקפה וואס באלאנגען נישט צו אים.
ס'געפעלט מיר נאר, וויאזוי דער כבוד התורה שטייט נאר איין אין בני ברק, און ווי ס'זעהט אויס איז אין ירושלים נישט פארהאן אזא דין. ר' שמואל אויערבאך איז עני טיים נאך אזא תלמיד חכם ווי אים, ער האט געמאכט ספרים אויף אהלות מלא גאונות חריפות און א זעלטענע בקיאות עצומה, ער זיצט טאג טעגליך אגאנצן טאג ביז צוויי דריי ביינאכט אין זיין ישיבה אויפן באנק ווי א בחור און ער לערנט, און איך האב נישט געזעהן די אלע יפי נפש זאלן אויפגעציטערט ווערן ווען מ'רייסט אים ארונטער כאחד הריקים.
אינני מתיירא אלא מן הצבועים.

הייסט נאר פאר דער בעלזער\סאטמארער קומט זיך צו זאגען דעות אין ענייני השקפה, און נישט פאר א תלמיד חכם וואס האט פארשווארצט זיין פנים (נישט יענעמ'ס) א גאנץ לעבען. און אזוי וועט מ סתמא זיין. פון היינט גייט ער שווייגען, דער רבי ר' לייביש האט איהם דאך געפראסקעט!!
און פאר דיין וויסענשאפט, קיינער רעדט נישט מיט חוצפה אויף הרב אויערבאך (אחוץ אפשר א פאר קינדער), אפיציעל דערמאנט מען איהם נישט. און טאקע ווייל ער איז א וועלטס תלמיד חכם, נישט קיין קענער פון הקדמות פון ספרים.

זייער א שיינע הסבר אז סוכ"ס איז עס נישט אזא דורכפאל
@אנאנים דערווייל ליידט קיינער נישט דא אויף די זכרון יעדער דענקט מיט וואסערע פלעינער די כנוס האט זיך אנגעהויבן
ווילסט רעדן קינדעריש גערעדט וועל איך דיר זאגן אזוי רז"ל האט געשלעפט א דריטל עולם פונעם געפלאנטן כנוס און ר' אהרן האט אוועק געשלעפט א צוויי דריטל פונעם געפלאנטן כנוס
ר' לייבוש האט קיינמאל קיינעם נישט געשיקט קיין בריוו בעפאר יענער האט אים נישט אנגעפרעגט זיין דעת תורה, ער מעג גיין אויף מחאות און מוחה זיין אויף זאכן וואס ער האלט אז מ'דארף מוחה זיין
צו ר' דוב לאנדו וועט שווייגן צו נישט ווייס איך נישט, מן הסתם נישט, אבער פאר ר' לייבוש וועט ער מער נישט איינטיילען וואס צו טוהן, ווייל ער האט באקומען דעם מעסעדזש אז ר' לייבוש איז נישט קיין גר צדק אדער בעל תשובה, ער האט געהאט גרויסע עלטערן און גרויסע רבי'ס, און ווייסט פונקטליך וויאזוי זיך צו פירן בעניני השקפה
קיינער רעדט נישט מיט חוצפה אויף הרב אויערבאך, הלואי זאל אזוי זיין
און דו קענסט איבערחזר'ן טויזענט מאל אז ר' לייבוש איז א קענער פון הקדמות פון ספרים, ס'וועט נישט העלפן, די וועלט ווייסט אנדערש, אז ער איז א גרויסער תלמיד חכם און בקי.

ס'איז א געוואלדיגע זאך צו וואוינען אין די ווייטער אנטווערפען, ווי מ'קען נישט פארהערען. נאר נישט פאר יעדעם איז אנטווערפען אזוי ווייט.
גאנצל, הייסט עס אז ווען ר' אהרן קומט ווען וואלטן זיך באטייליגט זעכציג טויזענט מענטשן ביים כינוס ?
וואש דיך נעגל וואסער גיך.
וואש דיך נעגל וואסער גיך.
כ'פארשטיי אז ר' דוב לאנדו וואס וואוינט אין בני ברק האסטו יא פארהערט, און ער האט טאקע גוט געקענט.
משא"כ ר' לייבוש האט געפינטלט מיט די אויגן און נישט געוויסט וואס צו ענטפערן. רעד נישט ווי א קינד ביטע

אחלק_שללגאנצל, הייסט עס אז ווען ר' אהרן קומט ווען וואלטן זיך באטייליגט זעכציג טויזענט מענטשן ביים כינוס ?
וואש דיך נעגל וואסער גיך.
אין היסטאריע האט ער עס שוין באוויזן
און נאכדעם רעדט מען נישט מער פון נאך נאנט צו 20000 ווי קומסטו אן צו זעכציג........
איים סארי. מיין תגובה צו אחלק שלל איז געוואנדן צו דיר אויך (=עמעזאן). מען קען קלערן צו ער איז אפשר צו פארגלייבט אין זיינע דעות, אבער איז ער עפעס אן אויסווארף וואס טובל'ט זיך אין נגיעות??? איך ווייס אז גאר אסאך האלטן אזוי, אבער לדאבוננו טראכטן זיי נישט נארמאל, נאר מיט נ-ג-י-ע-ו-ת.
אחלק_שלל: ''יעדן איד אין א''י", עד כדי כך האלטן מיר שוין? ואנכי לא ידעתי.

גאנצל
וואו פונקט האט ער עס שוין באוויזן ? מיט פיר יאר צוריק אין מאנהעטן ? וואו אויך רז"ל איז געקומען, און אויך די ליטוויקעס זענען געקומען ?
ס'זענען געווען נעכטן צוואנציג טויזענט צו דו ווילסט צו נישט, און ס'איז א גרויסער ספק צו ר' אהרן אליין וואלט דאס צוזאמגעברענגט
זיי אויפריכטיג

אחלק_שללמיינע מסקנות פונעם אומגלויבליכן סוקסעס פונעם כינוס:
1. בתחבולות תעשה לך מלחמה. דער יתד און המבשר האבן געשאסן פון בויך און נישט פון קאפ, זיך צעשפילט און צולאזט קעגן דעם קנאי'שן ציבור, ווען זיי העטן ווען געשוויגן, וואלט די מערכה געווען אסאך שוואכער, די גאזעלין צום פייער האבן זיי געגאסן, און בשפע.
2. העקשן יצליח. די עקשנות פון מהרז"ל'ס מענטשן ביז די לעצטע רגע, מיט א מורא'דיגע אפטימיסטישע מהלך, טראץ די אלע מבית ומבחוץ וואס האבן זיי פרובירט צו אפשוואכן און זאגן אז זיי גייען בלייבן חוזק חזקות.
3. זיי נישט קיין גרויסער צולייגער. דעם בריוו וואס מהר"א האט ארומגעשיקט "אין אנשי שלומינו משתתפים בכינוס" ליגט דערין א טיפשות און זעלטענע אויפרייסערישע פארשטונקענע גאווה, וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א מיאוס'ע טעות, ווייל יעצט איז משמע אז יעדער רב אדער יחיד וואס איז געווען ביים כינוס האט אים אין בוידעם. (כ'האב היינט געהערט קול סאטמאר, ס'איז קאמיש און לעכערליך אבער זיי פארענטפערן זיך דארטן ווי קליינע בעיבי'ס פארוואס דער רבי איז נישט געגאנגען)
4. נאר סייעתא דשמיא און מזל. דער כינוס איז געווען באגלייט מיט אסאך סייעתא דשמיא און מזל, די פאליצייאישע איבערפאל אין מאה שערים האט אויפגעהיצט די געמיטער, דער אגודיסטישער אויסברוך אין יתד המבשר האט אויך צוגעשפילט פאר די ארגאניזירער, און האט זיי געגעבן חיזוק צו פארזעצן ווייל די פיילן האבן געטראפן צום ציהל.
5. חכמים הזהרו בדבריכם. דער גרויסער בני ברק'ער גאון ר' דוב לאנדו (וואס כבודו במקומו מונח) איז ארויס א פורים, ווען ר' לייבוש האט אים אראפגעלאזט א הילכיגן פראסק אויפן פנים, באשיינענדיג דעם כינוס, טראץ זיין שארפע בריוו צו אים.
6. די וועלט איז גענוג גרויס. דער מאיר פורוש האט אוודאי געמיינט אז טאמער ער וועט אפהאלטן די בארא פארקער רבי'ס ווי סקולען, באבוב, ראחמסטריווק, ועוד, פון צו קומען צום כינוס, וועט דער כינוס נישט איבערלאזן קיין רושם. אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די וועלט גרעסער ווי ער האט געמיינט, רז"ל האט אהערגעשטעלט א מחאה מיט א קאלירפולן אויבן אן און רעדנער'ס וועלכע קומען פון א גאר ברייטן ספעקטרום – פארשטייט זיך אלע זענען קנאיש געשטימט, אבער ס'האט זיך נישט געגלייבט ער גייט האבן די אלע וועמען ער האט געהאט.
7. פריי זיך נישט בעפאר דו זעהסט די גאנצע פיקטשער. די אהרונים האבן זיך געפרייט אז דער בי"ד אין ירושלים האט נישט געשיקט קיין בריוו צו גיין, און בריסק האט נישט געהייסן גיין. למעשה צום סוף האט דער ירושלימ'ער רב געשיקט א בריוו און אויך אויפגעטרעטן, און צו לעצט האט אויך הגאון ר' אברהם יצחק אולמאן אויפגעטרעטן ביים כינוס בשם הביד"צ, און הרמ"ד מבריסק האט גערעדט גאר שארף קעגן די וואס לאזן נישט גיין.
8. ווארף זיך נישט ארום מיט דיינע אייגענע רבנים, קיינער איז נישט ביי דיר אין טאש. די אגודיסטישע פאליטיקאנטן דארפן אויך פארשטיין אז די אמעריקאנער רבנים זענען נישט ביי זיי אויף פעיראל, די צוויי גרויסע ראשי ישיבות ר' אהרן פעלדמאן און ר' אהרן משה שעכטער ביידע חברי מועצת גדולי התורה האבן געשטיצט דעם כינוס, איינער איז פערזענליך געקומען און אויך גערעדט און איינער געשיקט א בריוו, און דערמיט האבן זיי ביידע אריינגעווארפן א פלאקן אין די הייליגע הנהגה פון שטיינעמאן.
9. ווען דו האסט פוטער אויפן קאפ גיי נישט אונטער די זון. דער וואס האט געשריבן דעם סקולענער'ס בריוו איז א שוטה וטיפש און אויך נישט קיין קליינער שקרן, דער איז עתיד ליתן את הדין פאר'ן נעמען א איד א צדיק וקדוש אין א שיבה טובה, און אים פאר'חתמ'ען אויף אזא עקל'האפטיגן בריוו. ער פאדערט דארט צו אויפשטעלן נאך מוסדות פאר די אלע נושרים (פארשטייט זיך אויסער די מוסדות חסד לאברהם וועלכע געפינען זיך אין... ספעיס) און דערמיט געט ער ארויס דעם גאנצן סוד פארוואס ער איז נישט געקומען צום כינוס, ווייל אפשר איין מגולח וועט ברענגען צען דאלער ווייניגער קוויטל געלט. גוט האבן געטוהן די קינדער און איידעמער פונעם סקולענער אז זיי זענען געקומען און געזעסן א גאנצן כינוס פון אנהייב ביזן סוף און דערמיט געוויזן אז שמואל מרדכי'לע האלט דעם טאטן פארשפארט אין א תפיסה און לאזט אים נישט קומען.
10. סאטמאר איז זייער גרויס, פיל גרעסער ווי צען יאר צוריק. מהרז"ל אליין און זיינע מענטשן האבן אין חלום נישט געמיינט אז זיי קענען אליין אנפילן די בארקלעיס, און עס איז איצט אויפגעוויזן געווארן אז נאר איין סאטמאר קען אנפילן בארקלעיס, דאס מיינט אז דער ציבור בליע"ה וואקסט אין אן אומגעהויערן שנעלן גאלאפ. אויב האבן דער בעלזער און דער וויזשניצער געמיינט אז די היינטיגע סאטמאר ווערט געפירט דורך זייער'ס א שוואגער, אין די מלחמה מיט די אגודה איז שוין נישט די זעלבע מלחמה ווי ביים סאטמאר רב אדער ביים ברך משה, איז געקומען יעצט בארקלעיס און האט זיי געשיקט א מעסעדזש, אז א קיימא לן פון אריבער צוויי טויזנט מנינים האבן אן אנדערן רבי'ן וועלכער גייט יא אן בדרכי המלחמה אן קיין שום משוא פנים.
11. נישט יעדער וואס פיינטעט מיין פיינט, איז מיין פריינט. דאס איז שוין א טיפ פאר יצחק שטערן'ען, דו האסט געהאט א קליין טעות, דו האסט געמיינט אז ווייל קאטלער און וואכטפויגל האבן פיינט שטיינעמאן זענען זיי שוין ממש סאטמארע חסידים. ניין, ניין, זיי האבן טאקע פיינט שטיינמאן אבער פון סאטמאר ווילן זיי נאך אלץ שטיין ווייט, און זיי האלטן נישט ביים קומען צו יעדע מחאה וואס בליצט דיר אויף אין קאפ.
נומער 12 אז ס'געלונגט דיר נישט צו מאכן א מיליאן זיי צופרידן מיט 100000
[ציטאט אראפגענומען]
דו דארפסט שוין נישט ווערן..........
איש חזון, מ'קען זיין דער גרעסטער מענטש, דורכגעווייקט בתורה ועבודה און נקי ומזוכך מכל רבב.
אבער אין דעם ספעציפישן ענין טאר ער נישט דן זיין, ווייל ער האט נגיעות אין דעם ענין, כידוע לכל.
אבער אין דעם ספעציפישן ענין טאר ער נישט דן זיין, ווייל ער האט נגיעות אין דעם ענין, כידוע לכל.
גאנצל
נומער 12 אז ס'געלונגט דיר נישט צו מאכן א מיליאן זיי צופרידן מיט 100000
מיר דארפן נישט קיין הונדערט טויזענט אויך נישט, צוואנציג טויזענט איז אונז געווען פונקט גענוג
אחלק_שללגאנצל
וואו פונקט האט ער עס שוין באוויזן ? מיט פיר יאר צוריק אין מאנהעטן ? וואו אויך רז"ל איז געקומען, און אויך די ליטוויקעס זענען געקומען ?
ס'זענען געווען נעכטן צוואנציג טויזענט צו דו ווילסט צו נישט, און ס'איז א גרויסער ספק צו ר' אהרן אליין וואלט דאס צוזאמגעברענגט
זיי אויפריכטיג
ר' אהרן האט געשיקט איצא גליק זיכער מאכן אז רז"ל זאל קומען און ווען זאלי האט געשטעלט תנאים האט מען אים עס נאכגעגעבן ווייל מ'האט פארשטאנען אז ס'איז וויכטיג ער זאל קומען פאר'ן סוקסעס
איין זאך וואס ער האט באוויזן דעס איז זיין קרעדיט
זיין רבני משמרת חומותיך זענען געזיצען עטליכע וואכן מיט די ליטווישע חדר פאר א צוזאם ארבעט און ער איז דורך געגאנגען פונקט אזויפיל שוועריקייטן אבער ער האט דאס אויך באוויזן דעס איז זיין קרעדיט
ער האט מיט זיין דעת תורה געקוקט אויפ'ן ציל און פארשטאנען דעמאלט אז ס'איז א ריכטיגע צייט ווען מ'קען האבן אלע פראקציעס כמעט דערפאר האט ער עס דעמאלט געמאכט
און ער האט באוויזן צו מאכן א סאטמארע פראטעסט אזוי ווי ס'איז אלס געווען

נו פון דעם רעד איך דאך...... זיי צופרידן מיט וואס ס'איז דיר געלונגען צו כאפן און אויף די איבריגע וויש דיך אפ די נאז
ליטוואק פון בודאפעסטדי סבה מ'האט זיך נישט צוגעשטעלט פון די ליטווישע קרייזען איז ווייל מ'זעט איין אז ס'איז בלאף. קיין דרוק איז נישט געקומען
דרוק איז יא געקומען
די ליטווישע ווי ערנסט זיי זאלן נעמען די מצב, איז ביי זיי נישט אזוי גרינג צו איבערווייזען אז ס'איז א דין אזא, צו א חובת חפצא/ גברא דאס ערשיינען אין איין מקום צוזאמען און דורך דעם משמיע זיין די מיינונג ברבים [כמדומה א איד לפ"ב האט עס לעצטענס משמיע געווען אינעם שטיבל]
רבותי, ביטע אנהאלטן א ערוואקסענע שמועס אן קיין פערזענליכע אטאקעס.
"כידוע לכל", פינטל.
גאנצלאחלק_שללגאנצל
וואו פונקט האט ער עס שוין באוויזן ? מיט פיר יאר צוריק אין מאנהעטן ? וואו אויך רז"ל איז געקומען, און אויך די ליטוויקעס זענען געקומען ?
ס'זענען געווען נעכטן צוואנציג טויזענט צו דו ווילסט צו נישט, און ס'איז א גרויסער ספק צו ר' אהרן אליין וואלט דאס צוזאמגעברענגט
זיי אויפריכטיג
ער האט מיט זיין דעת תורה געקוקט אויפ'ן ציל און פארשטאנען דעמאלט אז ס'איז א ריכטיגע צייט ווען מ'קען האבן אלע פראקציעס כמעט דערפאר האט ער עס דעמאלט געמאכט
און ער האט באוויזן צו מאכן א סאטמארע פראטעסט אזוי ווי ס'איז אלס געווען
ס'איז נאריש צו צושטעלן די איצטיגע סיטואעישען צו 4 יאר צוריק, דעמאלטס האבן אלע געוויינט זייענדיג אינדרויסען פון קאליציע
איצט איז דאך דא וואס שטייען מיט צו די רשעים, דיין אדמו"ר האלט אז אין אזא מצב טאר מען נישט אויף קיין וועג זאגן ווער און וואס שטייען מיט צו די גוזרי גזירה, כ'הער
דאס מיינט אבער אז אין אזא פאל קענסטי נישט נעמען מענטשן וואס קוקן אהן דאס גיין צו א מקום וועגן גיוס ווי פארשעמען די תוה"ק מיטן טון אנדערש ווי די פירער'ס פון די היינטיגע דור וואס זיצן אין ב"ב און זייער נעץ איז פארשפרייט בארבע כנפות הארץ צו וואס יעדער מיז צושטיין.
גאנצל
ר' אהרן האט געשיקט איצא גליק זיכער מאכן אז רז"ל זאל קומען און ווען זאלי האט געשטעלט תנאים האט מען אים עס נאכגעגעבן ווייל מ'האט פארשטאנען אז ס'איז וויכטיג ער זאל קומען פאר'ן סוקסעס
איין זאך וואס ער האט באוויזן דעס איז זיין קרעדיט
זיין רבני משמרת חומותיך זענען געזיצען עטליכע וואכן מיט די ליטווישע חדר פאר א צוזאם ארבעט און ער איז דורך געגאנגען פונקט אזויפיל שוועריקייטן אבער ער האט דאס אויך באוויזן דעס איז זיין קרעדיט
ער האט מיט זיין דעת תורה געקוקט אויפ'ן ציל און פארשטאנען דעמאלט אז ס'איז א ריכטיגע צייט ווען מ'קען האבן אלע פראקציעס כמעט דערפאר האט ער עס דעמאלט געמאכט
און ער האט באוויזן צו מאכן א סאטמארע פראטעסט אזוי ווי ס'איז אלס געווען
רז"ל איז מיטגעגאנגען דעמאלט'ס מיט אים ווייל ער האט געוואלט די מטרה, און ס'איז אים נישט אנגעגאנגען אז די אהרונים פירן אן דעם מעמד, און אז יענקל ווייס גייט זיך אויסגעבן. משא"כ איצט האט ר' אהרן געוויזן אז טאמער יצחק שטערן שטייט בראש אינטרעסירט אים דער גאנצער גיוס ווי דער פאראיעריגער שניי, און ער קומט נישט, וועלנדיג דערלאנגען א פויסט פאר יצחק שטערן.
ווידעראום די צוזאמענארבעט מיט די ליטווישע חדר איז אויך נישט געווען זיין קרעדיט, די ליטווישע זענען געווען נאך ווארעמער פון אים.
גאנצלאחלק_שללגאנצל
נומער 12 אז ס'געלונגט דיר נישט צו מאכן א מיליאן זיי צופרידן מיט 100000
מיר דארפן נישט קיין הונדערט טויזענט אויך נישט, צוואנציג טויזענט איז אונז געווען פונקט גענוג
נו פון דעם רעד איך דאך...... זיי צופרידן מיט וואס ס'איז דיר געלונגען צו כאפן און אויף די איבריגע וויש דיך אפ די נאז
ווער ס'ברויך זיך דא ווישן די נאז זענט איר, איר האלט נאך נישט ביים מודה זיין אינעם מיאוס'ן דורכפאל, ביז נעכטן נאכט האט איר געמיינט אז רז"ל איז געבליבן אליין א בודד במערכה, און היינט אינדערפריה זעהנדיג די בילדער און הערנדיג דעם אפקלאנג זענט איר געוואויר געווארן אז איר זענט נעבעך געבליבן אליין. סאטמאר איז ארויס אין א פראטעסט קעגן גיוס ווי אין אירע שענסטע צייטן און איר זענט געבליבן אינדערהיים צוליב נארישע כבוד חשבונות.
איש חזון"כידוע לכל", פינטל.
נישט איין פינטל, נאר דריי פינטלעך. און אז דו ווייסט נישט פרעג דיך נאך וועסטו הערן.
איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט, אבער שאל אביך ויגדך.
אחלק_שלל
איצט האט ר' אהרן געוויזן אז טאמער יצחק שטערן שטייט בראש אינטרעסירט אים דער גאנצער גיוס ווי דער פאראיעריגער שניי, און ער קומט נישט, וועלנדיג דערלאנגען א פויסט פאר יצחק שטערן.
דאס איז פאלש דורך און דורך
רבי אהרן האט א אישו אויב א צוזאמקום איבער גיוס ווערט א חיזוק ארט פאר רבי שמואל
לדעתו דארפן ביידע חזו"א5 און רבי שמואל אייניג בענעפיטירען און פארלירען פון אינזער א צוזאמקום נגד גיוס.
[געהערט ערשטהאנטיג פון די וואס האבן היבש געהאנדעלט מיט מהר"א צו זיין א טייל פינעם כינוס]
רז"ל האט געבעטן דריי דרשות אז נישט קומט ער נישט
רז"ל האט געבעטן אז מ'טאר נישט דערמאנען אז ר' אהרן האט דאס אנגעפירט אז נישט קומט ער נישט
מסתם די אלע זאכן האט צוטון מיט די מטרה.......
מ'האט אים אלעס נאכגעגעבן וויל מצות לאו ליהנות ניתנו
ר 'אהרן האט נישט געבעטן קיין דרשות נישט געבעטן קיין העלמת שם
אלל וואס ער האט געבעטן אז היות די זאך איז ארוםגענומען מיט אסאך וויכטיגע יסודות זאל זיין א אסיפה נישט וואס ער זאל פירן א אסיפת הרבנים און מ'האט דאס נישט נאכגעגעבן
אויך פאר די מטרה

אחלק_שללגאנצלאחלק_שללגאנצל
נומער 12 אז ס'געלונגט דיר נישט צו מאכן א מיליאן זיי צופרידן מיט 100000
מיר דארפן נישט קיין הונדערט טויזענט אויך נישט, צוואנציג טויזענט איז אונז געווען פונקט גענוג
נו פון דעם רעד איך דאך...... זיי צופרידן מיט וואס ס'איז דיר געלונגען צו כאפן און אויף די איבריגע וויש דיך אפ די נאז
ווער ס'ברויך זיך דא ווישן די נאז זענט איר, איר האלט נאך נישט ביים מודה זיין אינעם מיאוס'ן דורכפאל, ביז נעכטן נאכט האט איר געמיינט אז רז"ל איז געבליבן אליין א בודד במערכה, און היינט אינדערפריה זעהנדיג די בילדער און הערנדיג דעם אפקלאנג זענט איר געוואויר געווארן אז איר זענט נעבעך געבליבן אליין. סאטמאר איז ארויס אין א פראטעסט קעגן גיוס ווי אין אירע שענסטע צייטן און איר זענט געבליבן אינדערהיים צוליב נארישע כבוד חשבונות.
די בילדער האב איך נעכטן געזען לייוו די פארדעקטע פלעצער האב איך אויך געזען לייוו און דערפאר האב איך נישט וואס מודה צו זיין אין קיין דורכפאל עס איז געווען א שיינע כינוס התעוררות פון אנהענגער פון רז"ל
פאריאר איז עס געווען פאר אינטערנעט דעס יאר פאר גיוס
אה, כ'האב דיר נארוואס געוואלט זאגן דו זאלסט זיך פרייען מיט די פארדעקטע פלעצער, ס'איז געזונטער אזוי.
דער אמת איז איך האב עס נישט געוואטשט לייוו, אבער ווי נאר כ'האב געזעהן דעם עקל'דיגן אויסברוך אינעם שכינות'דיגן אשכול פון טאמבל-קאווע-ליטוואק האב איך פארשטאנען אז ס'איז ב"ה א גרויסע סוקסעס, כ'האב שוין נישט געדארפט זעהן קיין שום פיקטשער'ס, אוי האב איך הנאה געהאט, כ'האב זיך באלעקט די פינגער.
אחלק_שללאה, כ'האב דיר נארוואס געוואלט זאגן דו זאלסט זיך פרייען מיט די פארדעקטע פלעצער, ס'איז געזונטער אזוי.
יא אמת איז א רפואה דעקט אויף די באהאלטענע שלעכטע באצילן
אחלק_שללדער אמת איז איך האב עס נישט געוואטשט לייוו, אבער ווי נאר כ'האב געזעהן דעם עקל'דיגן אויסברוך אינעם שכינות'דיגן אשכול פון טאמבל-קאווע-ליטוואק האב איך פארשטאנען אז ס'איז ב"ה א גרויסע סוקסעס, כ'האב שוין נישט געדארפט זעהן קיין שום פיקטשער'ס, אוי האב איך הנאה געהאט, כ'האב זיך באלעקט די פינגער.
טאקע זייער נישט שיין געווען יענע אשכול און אנפאנג האב איך מוחה געווען
און נאכדעים האב איך געטראכט עס איז נישט יושר נאר די זאלי'ס מעגן האבן קאושער אינטערטעימינט ?
ליטוואק פון בודאפעסט[ציטאט אראפגענומען]
די בריוו פון די ראשי ישיבות איז יא אפגע'ענטפערט געווארען. הרב גרשון אידלשטיין מיט הרב דוב לאנדא האבען מסביר געווען במילים ספורות וואס איז דער אמת. מער ווי דעם דארף מען נישט.
הוצאת לעז אויף פילע ערליכע אידן, אז זייערע מוחות זענען גענצליך פארשפארט
שווער צו מקבל זיין אזא גראבע לשון הרע.
זאגט מיר איינער אז בשעת דער ניקלשבורגער איז געזיצען אויבן אן און פארלאזט טרערן איבער די שרעקליכע גזירה איז פלוצים אריננגעקומען דער גבאי פון ר' לייביש אין אים אנפארטרויערט אז ר' לייביש קומט נישט אריין ווי לאנג ער זיצט דארט, דער ניקעלשבורגער האט זיך זאפארט אויפגעשטעלט און ארויס.
איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת, אבער אויב דאס איז אמת איז דאס ממש א בר קמצא מעשה פון די גמרא און מען ברויך דעם ר' לייביש מחרים זיין. (ווער עס האט געליינט מיינע תגובות אויפ'ן ניקעלשבורגער ווייסט אז איך בין א קנאפע חסיד זיינער, אבער טרינקן איינעם'ס בלוט ברבים לאז איך איבער פאר די נאציס).

שוא ושקר