☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #11554

אשכול אן א טיטל #11554

113 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11554
בלאט: 1 2 3

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 12, 2017 3:05 pm

· #374692
יתרו
זאגט מיר איינער אז בשעת דער ניקלשבורגער איז געזיצען אויבן אן און פארלאזט טרערן איבער די שרעקליכע גזירה איז פלוצים אריננגעקומען דער גבאי פון ר' לייביש אין אים אנפארטרויערט אז ר' לייביש קומט נישט אריין ווי לאנג ער זיצט דארט, דער ניקעלשבורגער האט זיך זאפארט אויפגעשטעלט און ארויס.
איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת, אבער אויב דאס איז אמת איז דאס ממש א בר קמצא מעשה פון די גמרא און מען ברויך דעם ר' לייביש מחרים זיין. (ווער עס האט געליינט מיינע תגובות אויפ'ן ניקעלשבורגער ווייסט אז איך בין א קנאפע חסיד זיינער, אבער טרינקן איינעם'ס בלוט ברבים לאז איך איבער פאר די נאציס).

אזא מעשה מוז ווערן באשטעטיגט איידער ס'ווערט געליפטערט. אויב ס'איז יא אמת, שלאג איך פאר אז ער זאל זיין די הויפט רעדנער ביים צענטראלע כינוס הבא עלינו לטובה.

איסר האטלקי » מאנטאג יוני 12, 2017 3:09 pm

· #374695
ליפא
שוא ושקר

שמעתי אז מען האט אים אומבאקוועם געמאכט און נישט געזעצט גענוג מכובד'דיג, אבער נישט אז מען האט אים ארויסגעשיקט.

געוואלדיג » מאנטאג יוני 12, 2017 3:14 pm

· #374700
לא היה ולא נברא.

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 3:16 pm

· #374702
דאס איז זיכער אז ער איז ארויסגעגאנגען ווען ר' לייבוש איז אריינגעקומען וואס עס איז געווען ארום ווייס איך נישט

געוואלדיג » מאנטאג יוני 12, 2017 3:24 pm

· #374705
שוין נעכטן געהערט דעם שקר וואס די אהרונים ווילן אזוי שטארק אז עס זאל זיין אמת, אבער עס איז נישט.

גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 3:27 pm

· #374706
אוי שוין ווייטער ארונים

איך האב עס געהערט פון א ניקלשבורגער נישט נאכגעגאנגען די ווארהייט קען זיין עס איז דמיונות

signout » מאנטאג יוני 12, 2017 7:03 pm

· #374744
אחלק_שלל
ביי שלש סעודות דארף ער נישט מער ווי 150 אידן סאו קומען פונקט 150, ביי זיינע נעילת החג'ן דארף ער ארום צוויי טויזענט קומען 2000, זיי שטעלן זיך צו לויט וויפיל ער דארף. דא האט ער געדארפט צוואנציג טויזענט זענען זיי געקומען אין די מאסן.

זיי זענען נישט קיין בהמות אין שטאל ווי די אהרונישע קיהען, וואס וואו שמואל ווידער רופט זיי מיט רויטע אויתיות קומען זיי צו לויפן.
אינטערסאנט פארוואס מ'דארף פארקויפן זיצן פאר ביליג אין כולל אין יעדע איינגעשטעלט זאל באקומען פאון קאללס פין שמואל טייטלבוים אדער יוסף אלי' שלעזניגער אא''וו מ'זאל זיך באווייזן ביי כאטשיג 1 תפילה, אדער טיילן פעקלעך ביי הקפות צו ארומשיקן פראפאגאנדע אין תשרי לוח'ס אא''וו, מהר''א ספענד נישט פאר כ''א כסליו דינער פראפאגאנדע וואס מהרז''ל ספענד בעפאר יעדע יו''ט, ווער ס'האט געזעהן וויפיל עדס ס'געווען די פאר וואכען פאר שבועות אין דער איד...

signout » מאנטאג יוני 12, 2017 7:04 pm

· #374745
[ציטאט אראפגענומען]

ר' שלמה רובין איז נישט געווען אן קיין בילד, פין יעדע רביש אייניקל איז דא א בילד חוץ פין ר' שלמה...

signout » מאנטאג יוני 12, 2017 7:06 pm

· #374746
אחלק_שלל
גאנצל

ר' אהרן האט געשיקט איצא גליק זיכער מאכן אז רז"ל זאל קומען און ווען זאלי האט געשטעלט תנאים האט מען אים עס נאכגעגעבן ווייל מ'האט פארשטאנען אז ס'איז וויכטיג ער זאל קומען פאר'ן סוקסעס
איין זאך וואס ער האט באוויזן דעס איז זיין קרעדיט

זיין רבני משמרת חומותיך זענען געזיצען עטליכע וואכן מיט די ליטווישע חדר פאר א צוזאם ארבעט און ער איז דורך געגאנגען פונקט אזויפיל שוועריקייטן אבער ער האט דאס אויך באוויזן דעס איז זיין קרעדיט

ער האט מיט זיין דעת תורה געקוקט אויפ'ן ציל און פארשטאנען דעמאלט אז ס'איז א ריכטיגע צייט ווען מ'קען האבן אלע פראקציעס כמעט דערפאר האט ער עס דעמאלט געמאכט

און ער האט באוויזן צו מאכן א סאטמארע פראטעסט אזוי ווי ס'איז אלס געווען


רז"ל איז מיטגעגאנגען דעמאלט'ס מיט אים ווייל ער האט געוואלט די מטרה, און ס'איז אים נישט אנגעגאנגען אז די אהרונים פירן אן דעם מעמד, און אז יענקל ווייס גייט זיך אויסגעבן. משא"כ איצט האט ר' אהרן געוויזן אז טאמער יצחק שטערן שטייט בראש אינטרעסירט אים דער גאנצער גיוס ווי דער פאראיעריגער שניי, און ער קומט נישט, וועלנדיג דערלאנגען א פויסט פאר יצחק שטערן.

ווידעראום די צוזאמענארבעט מיט די ליטווישע חדר איז אויך נישט געווען זיין קרעדיט, די ליטווישע זענען געווען נאך ווארעמער פון אים.

דערמאן דיך די מעסעזש א שקרן דארף האבען א זיכרון "@SatmarHQ: Update: As of now isn't R'Aron Teitelbaum ready to go with Hisachdus Hurabonim for a protest, so there's no date yet. DTF" דאס איז געווען נאך וואס מ'האט אים געזאגט אז ער באקומט וויפיל דרשות ער וויל אבער בעפאר ר' יענקל האראוויץ האט אים מסביר געווען אז ער פירט זיך אויף ווי א קינד

signout » מאנטאג יוני 12, 2017 7:19 pm

· #374750
אחלק_שלל
מיינע מסקנות פונעם אומגלויבליכן סוקסעס פונעם כינוס:


7. פריי זיך נישט בעפאר דו זעהסט די גאנצע פיקטשער. די אהרונים האבן זיך געפרייט אז דער בי"ד אין ירושלים האט נישט געשיקט קיין בריוו צו גיין, און בריסק האט נישט געהייסן גיין. למעשה צום סוף האט דער ירושלימ'ער רב געשיקט א בריוו און אויך אויפגעטרעטן, און צו לעצט האט אויך הגאון ר' אברהם יצחק אולמאן אויפגעטרעטן ביים כינוס בשם הביד"צ, און הרמ"ד מבריסק האט גערעדט גאר שארף קעגן די וואס לאזן נישט גיין.

.

די פאקט אז דער גאב''ד'ס בריוו איז געווען אליין אן די גאנצע בי''ד ווי אייביג, זאגט קלאר די אפווזענהייט פין גאנצען בי''ד צום ערשטן מאל פין אזא פראטעסט, הרב אולמאן פארטערעט זיך אין זיין שקל הטהור פין אפרים שטערן, נישט אלע רבנים פין בי''ד זענען משובד פאר מהרז''ל

signout » מאנטאג יוני 12, 2017 7:21 pm

· #374752
אחלק_שלל
מיינע מסקנות פונעם אומגלויבליכן סוקסעס פונעם כינוס:

9. ווען דו האסט פוטער אויפן קאפ גיי נישט אונטער די זון. דער וואס האט געשריבן דעם סקולענער'ס בריוו איז א שוטה וטיפש און אויך נישט קיין קליינער שקרן, דער איז עתיד ליתן את הדין פאר'ן נעמען א איד א צדיק וקדוש אין א שיבה טובה, און אים פאר'חתמ'ען אויף אזא עקל'האפטיגן בריוו. ער פאדערט דארט צו אויפשטעלן נאך מוסדות פאר די אלע נושרים (פארשטייט זיך אויסער די מוסדות חסד לאברהם וועלכע געפינען זיך אין... ספעיס) און דערמיט געט ער ארויס דעם גאנצן סוד פארוואס ער איז נישט געקומען צום כינוס, ווייל אפשר איין מגולח וועט ברענגען צען דאלער ווייניגער קוויטל געלט. גוט האבן געטוהן די קינדער און איידעמער פונעם סקולענער אז זיי זענען געקומען און געזעסן א גאנצן כינוס פון אנהייב ביזן סוף און דערמיט געוויזן אז שמואל מרדכי'לע האלט דעם טאטן פארשפארט אין א תפיסה און לאזט אים נישט קומען.

שעלט נישט סקולען אזוי, האסט ס''ה פארלאנגט מ'זאל דיר באצאלען פארן זיך צוקריגן מיט דיין רעכטן לאגער ביי כינוס כלל ישראל, אין סקולען האט געזאגט אזיי האבען דיר שוין באצאלט א' קרח, ער מוז נישט אייביג בלייבן משועבד פאר דיין פאליטיק (- א''י לעבט שוין נישט), ער איז נאך קיינמאל נישט געווען ביי קיין פראטעסט אין האט יעצט אויך נישט געדארפט קומען לדעתם,

איש את רעהו » מאנטאג יוני 12, 2017 7:23 pm

· #374754
@SIGNOUT
די גאב"ד איז נישט געווען אליין
די ראבד איז געשטאנען אליין קעגן בי"ד און געשריגן אז די חסידי מהרא זאגן אים אז די מטרת העצרת איז נאר צו אויסשרייען קעגן מהרא אז ער איז נישט קיין וואזשנע יוד
די חברי הבי"ד האבן שוין גענוג עד היום געהאט חי' דעות וכו' מיטן ראב"ד זיי האבן נישט געזיכט נאך ווייטאג אויפן קאפ

חיים'ס ישיבה » מאנטאג יוני 12, 2017 7:25 pm

· #374755
.

signout » מאנטאג יוני 12, 2017 7:26 pm

· #374756
אחלק_שלל
מיינע מסקנות פונעם אומגלויבליכן סוקסעס פונעם כינוס:

10. סאטמאר איז זייער גרויס, פיל גרעסער ווי צען יאר צוריק. מהרז"ל אליין און זיינע מענטשן האבן אין חלום נישט געמיינט אז זיי קענען אליין אנפילן די בארקלעיס, און עס איז איצט אויפגעוויזן געווארן אז נאר איין סאטמאר קען אנפילן בארקלעיס, דאס מיינט אז דער ציבור בליע"ה וואקסט אין אן אומגעהויערן שנעלן גאלאפ. אויב האבן דער בעלזער און דער וויזשניצער געמיינט אז די היינטיגע סאטמאר ווערט געפירט דורך זייער'ס א שוואגער, אין די מלחמה מיט די אגודה איז שוין נישט די זעלבע מלחמה ווי ביים סאטמאר רב אדער ביים ברך משה, איז געקומען יעצט בארקלעיס און האט זיי געשיקט א מעסעדזש, אז א קיימא לן פון אריבער צוויי טויזנט מנינים האבן אן אנדערן רבי'ן וועלכער גייט יא אן בדרכי המלחמה אן קיין שום משוא פנים.
.

ווען מהרז''ל זאל טראכטן אז ער קען עס נישט אנפילן וואלט ער געקענסלט די מעמד, ס'קיין שום סורפרייז אנצופילן די וועג וויאזוי ער האט עס אגענגעפילט, פינקט ווי באבאוו 45 האט אנגעפילט א ארמארי קען מהרז''ל אנפילן א סטאדיום,

signout » מאנטאג יוני 12, 2017 7:28 pm

· #374757
איש את רעהו
@SIGNOUT
די גאב"ד איז נישט געווען אליין
די ראבד איז געשטאנען אליין קעגן בי"ד און געשריגן אז די חסידי מהרא זאגן אים אז די מטרת העצרת איז נאר צו אויסשרייען קעגן מהרא אז ער איז נישט קיין וואזשנע יוד
די חברי הבי"ד האבן שוין גענוג עד היום געהאט חי' דעות וכו' מיטן ראב"ד זיי האבן נישט געזיכט נאך ווייטאג אויפן קאפ
אינטערסאנט דאס זאגסטו יעצט שוין נאכען עצרת, אגב, ס'שוין ארויסגעקומען עטליכע בריווען אן די ראב''ד פאר זאכען וואס זענען געגאנגען אין לעבן פאר די סוקרוקים ווייניגער ווי די נעכטיגע עצרת, א שאד צו ספינען

signout » מאנטאג יוני 12, 2017 7:29 pm

· #374759
אחלק_שלל
מיינע מסקנות פונעם אומגלויבליכן סוקסעס פונעם כינוס:


11. נישט יעדער וואס פיינטעט מיין פיינט, איז מיין פריינט. דאס איז שוין א טיפ פאר יצחק שטערן'ען, דו האסט געהאט א קליין טעות, דו האסט געמיינט אז ווייל קאטלער און וואכטפויגל האבן פיינט שטיינעמאן זענען זיי שוין ממש סאטמארע חסידים. ניין, ניין, זיי האבן טאקע פיינט שטיינמאן אבער פון סאטמאר ווילן זיי נאך אלץ שטיין ווייט, און זיי האלטן נישט ביים קומען צו יעדע מחאה וואס בליצט דיר אויף אין קאפ.

הרב וואכטפויגל וואלט געקומען נעכטן פינקט ווי ער איז געקומען צו מהר''א'ס פראטעסט, ווען נישט די עגיסטישע פאליטיק פין די ארגענעזירער וואס האט גורם געווען די אפווזענהייט פין לעיקוואד ר''י טראץ וואס ער איז געווען פין די שטערקסטע שטופער פין די ערשטע מיניט - ווי צד מהרז''ל האט געשריבן

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 12, 2017 8:01 pm

· #374768
יעדער 'ווייסט' פארוואס יענער איז נישט געקומען און דער איז נישט געקומען, יעדעם לויט ווי ס'שמעקט איהם. דער וויל גלויבען אז טעראר און דרוק האט עס געטוהן, און וואונדער על גב וואונדער, ער האט א ראיה דערצו. דער וויל גלויבען אז ס'האט צוטוהן מיט די נידריגע קינדער פייט אין די סאטמארע קינדערגארטען, און זיין וואונדער איז נישט ווייניגער ווי די ערשטע, ער האט אויך צוגעטראפען. און א דריטער וויל זאגען אז דאס איז צוליעב א נסיעה קיין ל.א., לאכט מען פון איהם אין פנים. "כאכאכא, ער מיינט אז גיין נאך געלט איז עפעס וויכטיגער ווי א פראטעסט"!

חיים'ס ישיבה » מאנטאג יוני 12, 2017 8:24 pm

· #374774
רבותי! ר' יצחק שטערן האט געמאלדן אז מען האט אנגעהויבן גראבן קברים אין בית שמש
"הכוני למערכה אדירה"
"הכוני" "הכוני"

גר ותושב » מאנטאג יוני 12, 2017 10:24 pm

· #374786
איך בין נישט איבער געגאנגען אלע תגובות איך וויל אבער צולייגען מיינע צוויי סענט.

עס איז דא א מאמר אין ענגליש
u won the battle but lost the war
איר האט געוואונען די שלאכט אבער פארלוירן די מלחמה.
יא די זאלונים האבן טאקע געוואונען די שלאכט אקעיגן די ארונים איך מוז מודה זיין עס קוקט אויס אסאך שענער ווי געראכטן ער האט געהאט א גרויסע עולם און עס איז נישט באריכטעט געווארן קיין שום שלעכטע דורכפאל.
אבער די מלחמה האט ער פארלוירן די מדינה און די אגודה דערשרעקן זיך נישט פון קיין טיפיקל "סאטמערע" פראטעסט נישט קיין חילוק צו דאס איז אין ראדני אדער אין מאנהעטן אדער אין א סטעידיום.

אחלק_שלל » דינסטאג יוני 13, 2017 11:05 am

· #374850
בס"ד
היינט איז ווידער דבר נפל בישראל ווען דער יתד האט מפרסם געווען א צוריקצו פון נאווימינסקער רבין, וואו ער שרייבט אז ער האט זיך מיישב געווען אז בעסער וואלט געווען ווען ער וואלט נישט געשריבן דעם פריערדיגן בריוו בכלל, ער שרייבט אז ער קלערט אריין פארשטייט ער טאקע אז אלעס באלאנגט אויסדריקליך נאר פאר די גדולי ארה"ק און די אמעריקאנער רבנים האבן זיך נישט וואס אריינצומישן.

בלייבט נאר איבער פאר די בלאט שרייבער צו טוישן יעצט דעם גאנצן טעיפ, און אויסדרייען דעם הוט אויף די אנדערע זייט, און אונז מסביר זיין וואס איז געשעהן מיט די אטאם באמבע וואס איז געשיקט געווארן פון אמעריקע אויף א"י. אוי רבש"ע וואס וועט זיין מיט די אלע שבחים וואס דער בלאט האט אויסגעגאסן אויפן קאפ פונעם נאווימינסקער פאר'ן טוהן אזא געוואגטן שריט פון שרייבן א שארפן בריוו פאר די גדולים אין בני ברק.

א גרויסע רחמנות אויף די אהרונים זיי דארפן יעצט טוישן די אלע דרשות אויף קול סאטמאר, די ליצנות אז כאילו דער באמבע-בריוו זאל עפעס אויסמאכן האט זיך איצט אויסגעלאזט מיט גארנישט און נישט.

וואס ס'איז יא מערקווירדיג איז, אז דער צוריקצו בריוו איז דאטירט אויף יום ה' בהעלותך פאריגן דאנערשטאג, זאגט מיר היינט א אגודאי, אז די סיבה פארוואס זיי האבן עס נישט ארויסגעגעבן ביז היינט, איז כדאי צו איינרעדן דעם תמים ר' אהרן אז דער שארפער בריוו גייט שאקלען וועלטן, און אז דער כינוס גייט כאילו זיין א שטער פאר די פעולות וואס דער בריוו קען ברענגען.
נעבעך. אזויפיל פליקעס אין איין וואך ?

cictim » דינסטאג יוני 13, 2017 11:59 am

· #374859
חיים'ס ישיבה
רבותי! ר' יצחק שטערן האט געמאלדן אז מען האט אנגעהויבן גראבן קברים אין בית שמש
"הכוני למערכה אדירה"
"הכוני" "הכוני"

ביי די קברים האט מען געשמועסט אז ס'איז ממש ווי ביי איוב, יש אומרים ער איז געווען א יוד, ויש אומרים א גוי, ויש אומרים לא היה ולא נברא.
די זעלבע איז ביי די גזירה, יש אומרים ס'א גוי'אישע גזירה (זיי צו מאכן פאר גוים), ויש אומרים ס'א יוד'ישע גזירה (זיי צו מאכן פאר יודן), ויש אומרים לא היה ולא נברא.

אישתישבי » דינסטאג יוני 13, 2017 12:06 pm

· #374860
[ציטאט אראפגענומען]


האסט א פראבלעם דערמיט?

איש חזון » דינסטאג יוני 13, 2017 12:18 pm

· #374865
אחלק_שלל, מיט גרויס רעספעקט, עס זעהט אויס אז דיין ניק האטסע נישט געפיקט רענדאמלי. (כ'האב גארנישט מיט הר''א מסטמאר, בלאט, כו' כו')

גאנצל » דינסטאג יוני 13, 2017 12:29 pm

· #374868
אחלק_שלל
בס"ד
היינט איז ווידער דבר נפל בישראל ווען דער יתד האט מפרסם געווען א צוריקצו פון נאווימינסקער רבין, וואו ער שרייבט אז ער האט זיך מיישב געווען אז בעסער וואלט געווען ווען ער וואלט נישט געשריבן דעם פריערדיגן בריוו בכלל, ער שרייבט אז ער קלערט אריין פארשטייט ער טאקע אז אלעס באלאנגט אויסדריקליך נאר פאר די גדולי ארה"ק און די אמעריקאנער רבנים האבן זיך נישט וואס אריינצומישן.

בלייבט נאר איבער פאר די בלאט שרייבער צו טוישן יעצט דעם גאנצן טעיפ, און אויסדרייען דעם הוט אויף די אנדערע זייט, און אונז מסביר זיין וואס איז געשעהן מיט די אטאם באמבע וואס איז געשיקט געווארן פון אמעריקע אויף א"י. אוי רבש"ע וואס וועט זיין מיט די אלע שבחים וואס דער בלאט האט אויסגעגאסן אויפן קאפ פונעם נאווימינסקער פאר'ן טוהן אזא געוואגטן שריט פון שרייבן א שארפן בריוו פאר די גדולים אין בני ברק.

א גרויסע רחמנות אויף די אהרונים זיי דארפן יעצט טוישן די אלע דרשות אויף קול סאטמאר, די ליצנות אז כאילו דער באמבע-בריוו זאל עפעס אויסמאכן האט זיך איצט אויסגעלאזט מיט גארנישט און נישט.

וואס ס'איז יא מערקווירדיג איז, אז דער צוריקצו בריוו איז דאטירט אויף יום ה' בהעלותך פאריגן דאנערשטאג, זאגט מיר היינט א אגודאי, אז די סיבה פארוואס זיי האבן עס נישט ארויסגעגעבן ביז היינט, איז כדאי צו איינרעדן דעם תמים ר' אהרן אז דער שארפער בריוו גייט שאקלען וועלטן, און אז דער כינוס גייט כאילו זיין א שטער פאר די פעולות וואס דער בריוו קען ברענגען.
נעבעך. אזויפיל פליקעס אין איין וואך ?


אוי נעבעך די כנוס אויפוואכונג גייט שלאפן

#מעשה שטן הצליח

אין א סייד נאוט שטעל דיך פאר נאכ'ן לוי' פון ר"א זענען נאך די געווינערס פארנומען מיט אים .........

#פאר אזא געווינס

גאנצל » דינסטאג יוני 13, 2017 12:48 pm

· #374871
אוי נעבעך בושות

די ר"י פון נחלת משה שרייבט א בריוו צו ר' ז"ל פון סאטמאר

אז דער אומבאקאנטער נייע ר"י ראבי וואס מ'האט געליפערט צו מנחם זיין די צובראכענע

אז בדרשתו הנלהבת האט ער מוציא לעז געווען אויף זיין ישיבה

בה כל תלמידנו לומדים ומתעלים בישיבתנו ואף אחד לא יצא לצבא והכל בדוי מן הלב

פאר מער קוקט אויף אייוועלט

שוין נאך די בושות מיט די אפוועזנהייט פון ר"י דלעיקוואד ביים געלונגענעם הכתרה

גאנצל » דינסטאג יוני 13, 2017 12:50 pm

· #374872
[ציטאט אראפגענומען]


ווייל ס'איז בדוי מן הלב

ר' אהרן האט זיך נישט געוואלט צושטעלן צו א כנוס וואס איז מעודד דעם אגודיסט אויערבאך וואס אין סאטמאר האט מען זיי אינזין ביי ולמלשינים

גאנצל » דינסטאג יוני 13, 2017 12:55 pm

· #374874
דער גרויסער ר"י רביא כאפט נעבעך מכות און מ'דעקט אויף זיינע ליגעטס וואס ער האט געזאגט ביים עצרת

פאר מער אין אייוועלט

יו די אנשי מהרז"ל וואונטשן זיך אז די רביא זאל ווען נישט האבן גערעדט ביים עצרת

גאנצל » דינסטאג יוני 13, 2017 1:01 pm

· #374881
[ציטאט אראפגענומען]


פרעג דעם שרייבער פון די בריוו

די ר"י רביא איז דאך געווען די באמבע פון די נאכט (די צווייטע באמבע........ די ערשטע באמבע איז געווען אז ר' מלכיאל'ס ערעפלאן איז נישט אנגעקומען...........)

ליפא » דינסטאג יוני 13, 2017 1:08 pm

· #374887
בכלל קיין ליגענט געווען

signout » דינסטאג יוני 13, 2017 1:36 pm

· #374892
[ציטאט אראפגענומען]
האסט ערווארטעד אז די אנשי הפלג זאלען עס נישט לייקענען?

חכמת שלמה » דינסטאג יוני 13, 2017 2:18 pm

· #374906
<a class="postlink" href="http://actualic.co.il/%D7%9E%D7%A9%D7%92%D7%99%D7%97-%D7%A9%D7%94%D7%A9%D7%AA%D7%AA%D7%A3-%D7%91%D7%A2%D7%A6%D7%A8%D7%AA-%D7%94%D7%A8%D7%91%D7%91%D7%95%D7%AA-%D7%A4%D7%95%D7%98%D7%A8/">http://actualic.co.il/%D7%9E%D7%A9%D7%9 ... %98%D7%A8/</a>

איש את רעהו » דינסטאג יוני 13, 2017 3:05 pm

· #374922
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]


ווייל ס'איז בדוי מן הלב

ר' אהרן האט זיך נישט געוואלט צושטעלן צו א כנוס וואס איז מעודד דעם אגודיסט אויערבאך וואס אין סאטמאר האט מען זיי אינזין ביי ולמלשינים


רבי אהרן האט אינזין הרב אויערבאך ביי ולמלשינים ?

איש את רעהו » דינסטאג יוני 13, 2017 3:06 pm

· #374924
signout
[ציטאט אראפגענומען]
האסט ערווארטעד אז די אנשי הפלג זאלען עס נישט לייקענען?



הייסטעס די האסט ליבערשט ליעב צו גלויבן אנשי רב שטיינעמאן וואס לעבן גיט מיט ענק אין ב"ב?
אויב יא איז די זאך זייער קלאר
מהר"א דערווייל איז סטאק מיט שוועריקייטען אין די ב"ב סכסוך דערווייל לוינט אים צו גלויבן און שטיצן רב שטינעמאן

איש את רעהו » דינסטאג יוני 13, 2017 3:08 pm

· #374925
גאנצל
דער גרויסער ר"י רביא כאפט נעבעך מכות און מ'דעקט אויף זיינע ליגעטס וואס ער האט געזאגט ביים עצרת

פאר מער אין אייוועלט

יו די אנשי מהרז"ל וואונטשן זיך אז די רביא זאל ווען נישט האבן גערעדט ביים עצרת

@גאנצל זאגט שוין עטליכע מאל תהלים מען זאל אנטדעקן אז ס'פאלש וואס מען זאגט אז מען ארעסטירט בחורים
און ב"ה די באשעפער האט אים געהאלפן, יעצט וועט מען ווייטער גיין מיט די מלחמה קעגן גזירת בארקליעס וואס איז שוין יארן אזא גזירה נישט געווען בעולם

אחלק_שלל » דינסטאג יוני 13, 2017 3:23 pm

· #374933
וואס מיינען די בחדרי חרדים שרייבער, אז די ליינער'ס זענען אויך אזעלכע טיפשים ווי זיי, ווען מ'פלאנט אויס א נייעס דארף עס כאטש שטימען, וואס האבן זיי געמיינט אז ראבי גייט זאגן עכטע נעמען ? בהמות דאס, נו אוודאי האט ער געזאגט פאלשע נעמען, ער גייט נישט מבזה זיין גאנצע משפחות. און דאס אז אין ישיבת נחלת משה זענען דא פיר בחורים אין מיליטער דאס איז א סוד פאר גאנץ בראד, מ'קען פרעגן יעדן בחור אין ישיבה דארט, יעדער ווייסט עס, ס'דרייען זיך ארום פיקטשער'ס פון די בחורים אויך, פאר די וואס ווילן דוקא זעהן.
האסט געמיינט פאר איין רגע אז דער ראש ישיבה גייט עס נישט לייקענען?

אבער ער ענטפערט גארנישט איבער'ן צוריקצו פונעם נאווימינסקער, דער באלאן פונעם "שארפן בריוו פון די אמעריקאנער רבנים צו די גדולים אין א"י", דער גרויסער "אטאם באמבע" ווי ש"ש טעלער האט עס אנגערופן, האט געפלאצט. איצט ווערט מען געוואויר אז דער נאווימינסקער האט צוריקגעצויגן שוין פאריגע וואך, ווען די אהרונים ווידערהאלן אז דער כינוס גייט שאדן פאר די גרויסע פעולות וואס ווערן איצט געטוהן, און זיי האבן אפירגעקראצט א מעשה פון תשכ"ז אז דער רבי אין אזא צייט האט אויך אזוי געטוהן.

שטעלט זיך איצט ארויס אז יצחק שטערן בעיניו הבדולחות, האט געזעהן פיל ווייטער, ווי ר' אהרן וואס געדענקט נאך מעשיות פון תשכ"ז
אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה

I'm back » דינסטאג יוני 13, 2017 3:32 pm

· #374938
אחלק_שלל

אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה

ליפא » דינסטאג יוני 13, 2017 5:13 pm

· #374960
קודם מזל טוב צום נייעם טיטול אין עולם התורה "משגיח קטן"

איך האב שוין געזען ביי אים די קאפיס פין די ID מיט די פיקשער פין די בחורים פין נחלת משה וואס זענען אנגעקומען אין צה"ל, נאך בעפאר מען האט גערעדט פין א כינוס, מיט קלארע באווייזען אז זיי האבן זיך געפינען אין ישיבה ביז דעמאלטס אין זייער מצב יעצט, פאר יעדע בחור האט ער קלארע נעמען אין באווייזען,

ער איז א איד א בעל מסירת נפש ער האט געמאכט א ברית פאר 3 וואכן צירוק אין שוין דא געווען 2 וואכן צירוק שאפן געלט פאר א מיידל שולע פין 300 מיידלעך עט"ה

ס'איז פארשטענדליך אז במעמעד אלפי אלפים מישראל זאל ער ניצן פיקעווע נעמען אין די נעמען זענען אויך נישט איגאנצען פאלטש נאר צוגעלייגט אדער אביסל פארענדערט

אדרבא זאלן זיי פארפירן אין מען וועט מוזן גיין פאבליק וירא הקהל וישפוט ווי בעד בצע כסף לייקענט מען שמש בצהרים,

מען רעדט פין אידישע נשמות אין זיי זענען ביזי זיך משוגע מאכן ס'נישט רחמים נאר רחמן

אוי לנו שכך עלתה בימינו
Cp

בן אדם » דינסטאג יוני 13, 2017 6:00 pm

· #374962
פון ווי האט מען בכלל געכאפט דעם ראבי? נישטא נאך אזעלכע אויסווארפן אין ארץ ישראל? איך מיין אז יעדע ספרדי וואס טראגט זיך אן אלס כהן וואלט ווען אויך געקענט מאכן אזא דשאב...

אינטערסאנטער » דינסטאג יוני 13, 2017 6:09 pm

· #374964
ליטוואק פון בודאפעסט
יא, אינערהאלב סאטמאר זעלבסט, האט רז"ל געוויזען אז ער איז סאטמארער רבי. די אלע וואס שטעלען זיך צו צו סאטמאר, האבען זיך צוגעשטעלט צו איהם. אבער לגבי די מחאה זעלבסט איז עס א דורכפאל. למעשה האבען קיין שום עכטע פרעמדע זיך נישט צוגעשטעלט, און קיינער האט דער זאך נישט אנגענומען ערנסט.

לדעתי, ווען קיינער קומט נישט און די זאליס זעלבסט פיהלען כאילו ס'איז אן אויסגעשפילטע זאך, וואלט ר' אהרן זיך געפיהלט גרויס. ווען אלע קרייזען קומען אן, וואלט רז"ל געפיהלט גרויס. אזוי איז יעדער אויסגעשפילט. ברוך שעקר......


די סברא איז פונקט פארקערט, רז"ל האט געוויזן ווי מעכטיג ער איז אז "אן" קיין הילף פון אנדערע קהילות האט ער אליין געקענט באווייזן צוזאמצוברענגען אזא ריזיגע עולם, ער איז שוין גארנישט אויסגעשפילט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 13, 2017 7:28 pm

· #374971
דער פאסטען ׳משגיח קטן׳ איז אן אלטען אין א"י. מ׳רופט עס אן ביים ראשי תיבות מק"ק (אויף עברית מיינט דאס א דזשוק). אויף אידיש רופט מען אן אזעלכע פארשוינען ׳שלאף רבי׳.

גר ותושב » דינסטאג יוני 13, 2017 7:50 pm

· #374978
טעות.

חיים'ס ישיבה » דינסטאג יוני 13, 2017 8:35 pm

· #374994
[ציטאט אראפגענומען]



ניין אויסדריקליך נישט א נוטראלע מענטש, קוים א חסידישער

יואלי וואלפסאן » דינסטאג יוני 13, 2017 9:06 pm

· #375003

איסר האטלקי » מוצ"ש יוני 17, 2017 11:34 pm

· #375552
איך ווייס נישט וואו עס באלאנגט, ערהאלטן פרייטאג פון א חבר:
שבוע פרשת שלח תשע"ז האם נוכל לשכוח אותך?

מכינוס לקינות הלכנו, ממכתב למכתב, מאמת לשקר ומשקר לאמת וחוזרין חלילה, על הר
גבוה עלינו ובחדא מחתא ירוד ירדנו, כל השבוע היינו על רולר-קאוסטר, יעלו הרים
ירדו בקעות.

ראשי ישיבה בארה"ב לראשי ישיבה בארה"ק, אלו לאלו שואלים, אלו לאלו כותבים, יש
גיוס או אין גיוס, אשכנזים מתמרמרים על הספרדים, והספרדים מעוררים את
האשכנזים, עוד מכתב נכתב ונחתם, ובן שעה יש מכתב נגדי עם הכחשה, הבהרה, אזהרה.

הולכים אל בארקליס או לא, אדמורי ברוקלין שואלין ותמהין זה לזה, איה מקום
כבודינו, הלנו אתם או לצרינו, נשתתף בצערן של ירושלים או נשב בביתינו.
שוב כותבים מכתבים מהכא להתם ומהתם להכא, שלחו מתם אחינו שבגולה צאו והפגינו,
ובן שעה כותבים מסלבודקא לבלגיה שב ואל תעשה עדיף, ואנו אנה אנו באים?

הכינוס התחיל, ההצלחה עולה משעה לשעה, מדקה לדקה ומרגע לרגע, רבנים מגיעים,
זקנים עם נערים יושבים באצטדיון על האיצטבאות וצופים על הסקרינים ובין
הבינקלורים, עוד אדמור מגיע, עוד רבי חולץ את הפלץ,מראה פנים שוחקות מול
המצלמה, ועוד רב עולה על הדוכן, השיא הגיע הרבי מבלגיה עם בגדי שבת משתתף,
נצחון סוחף.

הדרשות מתקדמות, בוכים ומוחים, דרשן מבורו פרק, ודרשן מבני ברק, נואם
מארגנטינה ושוב נואם ע"י הוק-אפ מירושלים עיה"ק, ציון במר תבכה וירושלים תתן
קולה, המשגיח הקטן עולה לגדולה ונעשה ראש ישיבה בין לילה ליום, בו בלילה מוליד
שמות חדשות לבחורי חמד שנשבו ונאסרו ונסחפו, הקהל מילל ואנשי מעשה מתעוררים,
הצלחנו!

ויהי ממחרת, מאיגרא רמה לבירא עמיקתא, שקור שקרנו, הראש ישיבה כותב להאדמו"ר
שנכתר זה עכשיו מחדש, אין כאן לא רחמים ולא אסולין, לא גיוס ולא צבא, לא דובים
ולא יער, אבל יש כאן משגיח קטן, שעל פי הבחורים העיפם מהישיבה, מבכה בדמעות
שליש על אבדן בחוריו, ושוב יש לנו מכתבים רצוא ושוב, הרצים יוצאים דחופים זה
מכחיש וזה משקר, אלו בנצחנימו ואלו ברצחנימו, ואנו אין לנו על מי להישען.

הבוקר אור, דער בלאט הידוע לשמצה זה רבות בשנים פושט טלפים בשוק, ועוד גל של
מכתבים מגיעים מכל הצדדים, הפעם זה באמעריקא גופא, גלי וואטצאפ רועדים שוב
ושוב, כאב מצחיק לזה וצחוק מכאיב לאחר, אם השתתפת בהכינוס אתה מעלה חיוך ובת
שחוק, ואם השתתפת בקינות אתה בוכה ובושה, ואם אתה הרב יהודה רבי אתה שמח
ששמואל ווידער נכנס תחתיך בין שיני הלצים, זה חליפתך וזה כפרתך.

מהו האמת, יש גיוס ואין פיוס, או ההיפך אמת? מי יודע, כולנו נבוכים, כולנו
מטושטשים וכולנו מחכים על גל של מכתבים של השבוע הבאה, פרשת קורח אתה הבא
בתור, תחליף את פרשת שלח ונראה אם תוכל ליקח את מקומו בהסטוריה.

שבת שלום!

איש את רעהו » זונטאג יוני 18, 2017 12:27 am

· #375556
@איסר זייער שטארק מגדיר געווען די פארלאפענע וואך
דאהי אין מאנסי האט מען עס געקענט שפירן דעם שבת נאכמיטאג, פון גרויס דרוק פון א גאנצע וואך האט דער עולם באפאלן דעם הויפט רעדאקטאר פינעם המבשר ח"כ פרוש מען האט אים נאכגעשריגן און געהאלטן דרשות אין די גאס

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 18, 2017 4:27 am

· #375571
דאס נאכשרייען מאיר פרוש איז געטרייע עסקנים צו טרור?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » זונטאג יוני 18, 2017 6:09 am

· #375572
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס נאכשרייען מאיר פרוש איז געטרייע עסקנים צו טרור?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דאס מיינט אז טעראר איז נישט א וואן וועי, ווען די דערשטיקסט מענטשן פון משמיע זיין א מיינונג איבער דעם חק השמד
וועט עס דיר צוריקומען.

גר ותושב » זונטאג יוני 18, 2017 8:31 am

· #375575
איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס נאכשרייען מאיר פרוש איז געטרייע עסקנים צו טרור?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דאס מיינט אז טעראר איז נישט א וואן וועי, ווען די דערשטיקסט מענטשן פון משמיע זיין א מיינונג איבער דעם חק השמד
וועט עס דיר צוריקומען.

האק נישט אין קאפ אריין שוין יארן לאנג וואס מען שרייט עים נאך סיי אין ארץ ישראל און יעדע מאל וואס ער איז אין מאנסי איז אפשר איז פארקערט ווייל טעראר גייט ביידע וועיגן האט ער יעצט צוריק טעראראזירט (איך ווייס גראדע נישט וואס ער האט טערארעזירט אבער עס איז א בפירושע איש את רעהו).

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 18, 2017 8:34 am

· #375576
ס׳איז אייביג געווען ׳געטרייע עסקנים׳. יעצט האט ער מעגליך, צו מעגליך נישט, מחליט געווען צו געטרייע עסקנים׳ן צוריק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » זונטאג יוני 18, 2017 9:07 am

· #375577
גר ותושב
איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס נאכשרייען מאיר פרוש איז געטרייע עסקנים צו טרור?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דאס מיינט אז טעראר איז נישט א וואן וועי, ווען די דערשטיקסט מענטשן פון משמיע זיין א מיינונג איבער דעם חק השמד
וועט עס דיר צוריקומען.

האק נישט אין קאפ אריין שוין יארן לאנג .... יעדע מאל וואס ער איז אין מאנסי....


קען זיין, נישט וואס די עולם האט אזוי מיטגעהאלטן ווי יעצט
עס איז געווען א גרעסערע ציבור
קען זיין צוליב די צעטל
📎 המבשר מחאה.jpg
בלאט: 1 2 3