ובצאתו מן הקודש: אשרי ר' זלמן לייב שככה לו. ס'איז אים געלונגען צוצולייגען א רינגעל אין די קייט פון סיטיפיעלד-סיוםהש"ס-בארקעלי
בנוגע די גיוס. האט מען למעשה נישט איבערגעבען די פאקטן.
עס איז געווען בערך 16,000 מענטשען.
אנליין: ??
shem-tovThank you friends it was a lot of fun but let's agree this was a very successful event for the zali party... now we'll see how the aronim will respond
דערמאנט מיך פון די סארט אויפגעקלערטע בהמות. ס'א חילוק וואס מען מאכט עס פאר, דער עיקר אז מיין רבי האט א מעכטיגע פארטיי און ער קען שלעפן אן עולם. דו פערד, דיין צייט איז אזוי cheap? וואס האסטו פערזענליך פון דעם וואס דיין רבי קומט ארויס גרעיט? ער צאלט דיך א וועידזש? (כ'מיין נישט דיך שם טוב)
shem-tov now we'll see how the aronim will respond
פשוט. למעשה איז עס געווען נאר א סאטמארע עולם, נישט קיין אגודה'סיטען, ליטווישע,
ליצנות אהער ליצנות אהין, ס׳איז דער ערשטער מאל אין די היסטוריה וואס איין איינצעלע חסידות/רבי זאל אזאנס אהערשטעלן. כ׳בין ערשטוינט אז ס׳איז געווען אזא הצלחה
דעת זקניםס׳איז דער ערשטער מאל אין די היסטוריה וואס איין איינצעלע חסידות/רבי זאל אזאנס אהערשטעלן. כ׳בין ערשטוינט אז ס׳איז געווען אזא הצלחה
דו מיינסט אוודאי אין אמעריקע.
ווייל אין ארץ ישראל איז עס מעשים בכל יום.
מיט מיין זוהן זינג איך אייביג דער ניגון.
נאכדעם זינגט מען תיכף התקווה.
מולטיקולטורליזם
קאווע טרינקערדעת זקניםס׳איז דער ערשטער מאל אין די היסטוריה וואס איין איינצעלע חסידות/רבי זאל אזאנס אהערשטעלן. כ׳בין ערשטוינט אז ס׳איז געווען אזא הצלחה
דו מיינסט אוודאי אין אמעריקע.
ווייל אין ארץ ישראל איז עס מעשים בכל יום.
גערעכט, מיין כוונה איז אין אמעריקא.
ברעקינג: קומט יעצט אריין די ידיעה פון ארץ ישראל, אז די מדינה איז אינטערגעגאנגען. עס איז טויט.
אין אישי האט א ידיד מיר מעורר געווען אז כ'האב ליצנות געמאכט פון גדולי ישראל.
איך בין מודיע אז יעדע משמעות פון זלזול איז בטל מעיקר ושורש, כ'האב סתם געוואלט אונטערהאלטן די לאנגווייליגע מצב דא, איך בין געקומען אליין דא.
נאך א מזל יענער האט נישט געטענה'ט אז דו האסט געמאכט גדולים אויף ליצני ישראל.
איינערערקאווע טרינקעראיינערערקאווע טרינקערדי טרוקענע פאקטן גייען נישט געזאגט ווערן מפני שהצניעות יפה להם...
למעשה, חילול שבת איז סקילה, נישט קיין כריתות.
טעות - "וּשְׁמַרְתֶּם אֶת הַשַּׁבָּת כִּי קֹדֶשׁ הִוא לָכֶם מְחַלְלֶיהָ מוֹת יוּמָת כִּי כָּל הָעֹשֶׂה בָהּ מְלָאכָה וְנִכְרְתָה הַנֶּפֶשׁ הַהִוא מִקֶּרֶב עַמֶּיהָ" (שמות לא:יד)
ביזט א צדוקי אדער קראי?
בעדות איז עס בסקילה. אין צבא איז עס בפרהסיה!
ככלב שב... - עדים "והתראה"
גערעכט. (אז ס'דארף זיין בהתראה. די חלק פון מיר מכנה זיין בלשון גנאי, ביסטו נישט גערעכט.)
קאווע טרינקערפארוואס מאכן זיי נישט א החלטה אז די שלטון זאל אינגאנצען אויפגעבן ארץ ישראל??????
דאס לאזן זיי שוין איבער פאר די ארוינעם צו ערלעדיגן
[emoji23] [emoji23] [emoji23]
איך טוה תשובה פארן פארברענען אפאר שעה אויף דעי קרעפ. נעווער עגעין באשעפער. כ'זאג דיר צו.
berlbalagulehקאווע טרינקעראיך זעה פאפא דיין פון בארא פארק.. ווייס, ער וועט שוין כאפן פון די פאפא אגודיסטען
ער האט זיכער סאטמאר'ע קאנעקשן'ס. משפחה אדער ביזנעס...!
איך האב אויך געזען פאפא דיין פון וויליאמסבורג, ער איז געזיצן אונטער מהרז"ל.
קאווע טרינקערפארוואס מאכן זיי נישט א החלטה אז די שלטון זאל אינגאנצען אויפגעבן ארץ ישראל??????
זיי דארפן נאך היטן שבת, ניין? לאז זיי מיט די שיטהץ
אשאד, טויזענטע תלמידים זענען אריבער די חינוך און מיינען אז דאס איז אידישקייט, זיי קענען אויסלערנען ווי זיס ס'איז צו זיין א יוד.
קאווע טרינקער
גערעכט. (אז ס'דארף זיין בהתראה. די חלק פון מיר מכנה זיין בלשון גנאי, ביסטו נישט גערעכט.)
"איך בין מודיע אז יעדע משמעות פון זלזול איז בטל מעיקר ושורש, כ'האב סתם געוואלט אונטערהאלטן..."
cictimקאווע טרינקעראשאד, טויזענטע תלמידים זענען אריבער די חינוך און מיינען אז דאס איז אידישקייט, זיי קענען אויסלערנען ווי זיס ס'איז צו זיין א יוד.
גיי לערן א גוי ברטנורא...
מ׳גייט שוין אהיים אין א דערהויבענע גוסטע מיט פרייליכע הערצער?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די גרעסטע היסטאריע איז די 287 תגובות אין 4 שעה
די היסטאריע וואס די כינוס האט געבראכן איז געווען לענ"ד דאס אז עס איז געווען די סאמע ערשטע מאל אין די לעצטע פערציג יאר זיכער וואו אלע סאטמארע קרייזן זענען געווען אזוי פאראייניגט אן קיין פרעמדע (חוץ אויפן אויבן אן). עס האבן זיך פאראייניגט אלע ארויסגעפאלענע פון די לעצטע צענדליגער יארן, פון שאפראן, כונת הלב, אנאנים ביז שארמאש. חוץ איין קרייז פון קרית יואל.
כ'קען נאר יעצט ווארטן צו זעהן די "צען מיליאן" דאלער'דיגע קאמפיין צו ראטעווען בחורים פון גיוס וואס וועט נאכפאלגען, און נאך אפאר פרישע ארגעניזאציעס וואס ווועלן ארויף שווימען אויפן מארקעט צו שארן גאלד אויף דעם טרענדינג גזירה

מאנכע זאגן אז מ'האט געדינגען גוים מיטן היימישן לבוש צו אנפילן דעם כינוס.
די קינדער זענען געווען? איך הער מ׳האט, מיט עפעס א תירוץ, ארויסגעלאזט די קינדער פריה פון חדר
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
כאטש זאג עס נישט הויך, געלט וואס האט געקענט גיין פאר טעראפיסטען און מחנכים צו ראטעווען וויליאסבורגער בחורים וואס זענען עט ריסק, געלט וואס וואלט געקענט פארמיידן אלע טיי אווענטס אין שטאט פאר א גאנצע יאר, איז געגאנגען פאר נישט מער און נישט ווייניגער א פאליטישע צוזאמקום. אוי לאותו בושה!
קאווע טרינקעראיך פארשטיי נישט וויאזוי די חברה האבן נישט מורא פון די סכנה פון "אתם בכיתם של חינם..."
יעצט זעה איך אז דאס האט שוין מעורר געווען חבר כנסת המינים משה וויינגארטען <a class="postlink" href="http://mobile.kikar.co.il/article/234855">http://mobile.kikar.co.il/article/234855</a>
יעצט הער איך אויף אויערבאךס האטליין ווי איינער זאגט דארט אז די זאל איז פול עד אפס מקום און ער האט נאך קיינמאל נישט געזעהן אזאנס אין א"י, אויך זאגן זיי דארטן אז "נתונים אלקטרוניים" פונעם זאל ווייזן אז עס זענען געווען 26060 מענטשן.
קל וחומר: דער אפריקאנער-אמעריקאנער יונגערמאן האט זיכער מיט געברענגט דעם הוט וואס ער האט אוועקגעגנב'עט ביי א סאטמאר'ע בחור לכבוד המאורע...!
בושות, קיינער קען נישט קיין גוטן ענגליש?
📎 IMG_1197.JPG
איך קוק מיר אזוי איבער דעם אשכול, איך ענדיג נישט זיך אונטערשמייכלען פון קאוועלע'ס ליצנות, און טאמבעלע וואס פרובירט אים איבערצושטייגן מיט כל מיני גראביאנישע לשונות, כדרכו... גאנץ גוט, און פארוואס דען נישט, א שמייכל? עני טיים!
איז אזוי. חז"ל זאגן אונז "השנאה מקלקלת את השורה". איך פארשטיי זייער גוט די שנאה צו סאטמאר. קאווע טרינקער איז זייער אנגעווייטאגט, און מעגליך מיט רעכט. נישט אלעס וואס זיי טוען איז לרוחם פון די המון עם, און עס טוט וויי פאר אסאך מענטשן, וגם אני בתוכם. פארט קען די שנאה נישט אוועקמאכן מיט אביסל ליצנות די מעכטיגע עצרת וואס איז פארגעקומען נעכטן. אמת, עס איז נישט געווען גענוי וואס מען האט פארשפראכן. די "פאקטן" זענען קיינמאל נישט אויפגעדעקט געווארן (זיי זענען שוין געווען באשריבן בעפאר דעם אין די ספעציעלע דזשורנאלן)... די דרשות זענען געווען זייער באורינג און היבש לאנגווייליג, ממש א חזרה אויף אלע סאטמארע פראפאגאנדע, ס'האט זיך געהערט ווי א פשוט'ע כ"א כסלו פארברענג (קרעדיט @פליקער) [איין דרשה וואס האט מיר באמת געכאפט איז געווען די ענגלישע פון הרב שפירא, זייער שטארק!]... ווי אויך האט עס זיך אנגעהויבן זייער שפעט... עס איז געווען שטופעניש און כאאס מיט די טראנספארטאציע אין די ביטערע היצן, אזש מען האט ארויפגעלאזט טויזענטער אידן אויף די באנען אומזיסט.. מען האט געצויגן צו לאנג... גענומען דעם פאמעליכסטן בעל תפלה פאר די אבינו מלכנו און תהלים... "די רעזאלוציעס פונעם מעמד".... און נאך אסאך אומגעלונגענע פרטים. אבער בכלליות איז עס געווען א מעכטיגע סענזאציע העכער ווי ערווארטעט, א גרויסע הצלחה, דער ציבור איז געווען גרעסער ווי געראכטן, און זייער התעוררות'דיג. אונטערשטע שורה, דער מעסעדזש איז געלונגען און האט אפגעהילכט איבער די וועלט.
יעצט, שטייענדיג נאכ'ן כינוס, וועל איך נעמען די פאר מינוט צו באשרייבן מיינע געדאנקען. במשך די לעצטע 2 וואכן האב איך געהערט – ווי רוב אנדערע – אזויפיל שיטות און מהלכים אין די גאנצע מערכה, אז איך בין שיעור געשפרונגען פון התפעלות... מאנכע ניקס האבן מיר געמוטשעט , ברבים און אין אישי, אז איך זאל שרייבן מיינע געדאנקען. איך האב אבער געזען אז קיינער, קיינער! איז נישט אינטרעסירט צו הערן דעם צווייטן צד אז אפשר איז פאראן ביי יענעם אויך א שמץ של אמת, אלזא האב איך געשפירט פאר איבריג צו נעמען די צייט און פעדער אין האנט. כ'האב קלאר געזען אז קיינער גייט נישט איבערצייגן דעם צווייטן. יעדער גייט זיך האלטן מיט זיינע "פאקטן". און איך אויך מיט מיינס (הגם כ'בין מודה אז אויף אפאר מינדערוויכטיגע פרטים האב איך יא געטוישט מיינונג, נאכ'ן אויסהערן דעם צד השני).
ביי מיר איז נישט קיין ספק אז עס עקזיסטירט א גזירה, נאר די מדינה פארטושט עס שטילערהייט אויף כל מיני אופנים, ווי צב"ש נישט נעמען פון די גרויסע עסטאבלישד קהלות, און א גרויסע עולם קויפט עס נעבעך אפ. עס איז דא פאקטן וואס קיינער קען נישט לייקענען – ווי צב"ש ס'איז קלאר אז עס זענען פאראן א געוואלד מיט היימישע בחורים אין מיליטער, צי בכפי' צי ברצון – נאר מען פארענטפערט עס מיט תירוצים ואמתלאות שונות. עס איז אויך א פאקט אז די יעצטיגע כנסי-ה אקעגן די מ'כלומר'שטע גזירה האט ארויסגענומען פון די כלים אזויפיל קהלות, הלא דבר הוא! אלמלי די גאנצע עצרת האט נישט קיין שום פשט און די גאנצע גזירה איז בלויז פון פינגער ארויסגעזויגן, וואס איז פשט אז דאס האט אזוי געקרענקט פאר די ישראלישע צייטונגען? פארוואס האט מען אזוי געשימפט און געזידלט? יא איך ווייס, מען מיינט פשוט כבוד התורה, יע יע.
איך וועל מודה זיין אז אין געוויסע פעלער איז די מערכה געווען איבערגעטריבן, און פארשידענע "פאקטן" זענען מיט א שמוץ אריבער ווי די אמת'ע פאקט, אבער אפילו אזוי איז גאר ביטער די מצב, אויב זאל נאר האלב זיין אמת איז עס גענוג א ווייטאג און מיר מוזן העלפן אונזערע צעבראכענע ברודער.
איך וועל אויך מיטשטימען מיט די אלע "מיינונגען" (ווי המלוכה והממשלה שרייבט אין אן אנדער אשכול) אז די מצב פון אונזערע בחורים און ישיבות דא אין אמעריקע איז ליידער ווייט פון גוט, און זאל די אמעריקאנע גאווערמענט אנהויבן נעמען אלע OTD בחורים אין מיליטער, אוי וועט מען שוין טרעפן פאר זיי פלאץ אין די ישיבות.... אפשר בשכינות פון די נחמת ישראל בחורים..
אבער מען מוז אויך מודה זיין די די הצלחה פונעם נעכטיגן עצרת איז געווען העכער ווי ערווארטעט! מען דארף געבן קרעדיט ווי קרעדיט איז DUE.
עס בלייבט נאר איין דיפערענץ צווישן די סאטמארע שיטה און די איבריגע – אפילו די וועלכע זענען בשיטה אקעגן די גזירת גיוס. דער דיפערענץ איז, וואס איז בעצם דער פראבלעם פון גיוס? ביטול תורה אדער ציונות? עס כאפט א גרויסע חילוק ביי די בחורים זענען באמת פויגלעך, טראבל מעיקערס, און דער מיליטער נעמט זיי אריין און מענטשלט זיי אויס. לויט רוב קהלות איז עס נאר א טובה פאר זיי, ווייל דער עיקר פראבלעם איז דאך נאר ביטול תורה; משא"כ לויט סאטמאר טאר מען בשום אופן שבעולם נישט גיין אין מיליטער, אפילו אויב וואלט געווען צוגעשטעלט א מקוה טהרה מיט שיעורי תורה מיט מחיצות צווישן מענער און פרויען.
שמעקעדיג
איך וועל מודה זיין אז אין געוויסע פעלער איז די מערכה געווען איבערגעטריבן, און פארשידענע "פאקטן" זענען מיט א שמוץ אריבער ווי די אמת'ע פאקט, אבער אפילו אזוי איז גאר ביטער די מצב, אויב זאל נאר האלב זיין אמת איז עס גענוג א ווייטאג און מיר מוזן העלפן אונזערע צעבראכענע ברודער.
וואסי שייך איבערגעטריבן?
בשלמא אויב די ווערסיע אז וואגאנען קיין אוישוויץ זענען אויפן וועג בהסכמת בערד און פיאות איז הוילע לופט פארשטיי איך
אויב אבער איז דאס די ביטערע מציאות ?
וועלכע סארט שפראך קען זיין מוגזם'דיג אויף א פאקט אז היטלער ימ"ש פירט אידן צום פארגאזונג מיט די סמכות פון די העכסטע אויטאריטעיטען ביי געוויסע קרייזן פינעם אידנטום
א דוגמא? איבערגעטריבענע נומערן.
שמעקעדיגא דוגמא? איבערגעטריבענע נומערן.
דאס איז נארישקייטן
שטעלט אייך פאר די דייטש נעמט פון דיין שטאט חלילה און דיינע באקאנטע פינעף טויזענט משפחות טעגליך צו מיתות משונות,
קומט איינער שטורעמען די וועלט און זאגט אז וועכנטליך ווערן רח"ל פארגאזט 100 טויזענט נפשות, וואלט עמיצער געקוקט צו די נומער'ן זענען גענוי?
די וואס שטעלן זיך אפ ציילען די קעפ וואס ווערן רח"ל צושניטן, די האבן קיין השגה בכלל וואס דא גייט פאר.
שמעקעדיג
עס בלייבט נאר איין דיפערענץ צווישן די סאטמארע שיטה און די איבריגע – אפילו די וועלכע זענען בשיטה אקעגן די גזירת גיוס. דער דיפערענץ איז, וואס איז בעצם דער פראבלעם פון גיוס? ביטול תורה אדער ציונות? עס כאפט א גרויסע חילוק ביי די בחורים זענען באמת פויגלעך, טראבל מעיקערס, און דער מיליטער נעמט זיי אריין און מענטשלט זיי אויס. לויט רוב קהלות איז עס נאר א טובה פאר זיי, ווייל דער עיקר פראבלעם איז דאך נאר ביטול תורה; משא"כ לויט סאטמאר טאר מען בשום אופן שבעולם נישט גיין אין מיליטער, אפילו אויב וואלט געווען צוגעשטעלט א מקוה טהרה מיט שיעורי תורה מיט מחיצות צווישן מענער און פרויען.
א שיינעם דאנק פאר דיין רייכע און באלאנצירטע תגובה.
איך וועל מיר פראבירן אויסצוקלארן די שיטות.
צום ערשט דארף גענומען ווערן אין באטראכט און דאס איז מוסכם ביי יעדן איינעם, אז די יעצטיגע גזירה אין נישט נאר שווין בניטל, דהיינו, אז די חרידים מוזן אויך צושטייער געבן פאר די זיכערהייט פון די מדינה פון וואס זיי געניסן. די מדינה זאגט 'קלאר' (איך קען אויפזוכן די פונקטליכע לשון אז די ווילסט) אז זיי זוכן צו מאדערנעזירן די חרידים אז זיי זאלן זיין מער אויסגעמישט מיט די באפעלקערונג, די אנגעבליכע סיבה איז, אז ס'איז נישט 'געזונט' פאר די מדינה אז זיי זאלן האבן אזא גרויסע פראצענט פון 'צוריקגעשטאנענע' מענטשען. במילא, וואס איז נוגע צו די איצטיגע גזירה איז באמת נישט קיין נפק"מ וואס די חילוקי דיעות זענען איבער די טעכנישע חלק פון דינען אין מיליטער, ווייל יעצט האלט מען ביי שעת השמד ווען ס'איז דא א effort מצד די מדינה אויסצורייסן אידישקייט עז ווי קנאו איט.
לגבי דינען אין מיליטער
1) סאטמער האלט אז אפי' לו יצוייר מ'זאל צושטעלן א מקוה מיט א שיעור אין ויואל משה יעדן טאג פארן גיין צום טשעקפוינט טאר מען אויך נישט גיין.
2) די ליטאים איז נישט קלאר, אבער הגאון ר' משה הילל הירש שליט"א האט געזאגט אין דעם שמועס וואס איז פארשפרייט געווארן
(ווי מ'הערט אז ער זאגט אויך אז די מצב איז נישט אזוי גלאטיג , אנדערש ווי דער 'אפיציעלער' שטעלונג פון די קרייז וואס ער רעפרעזענטירט, אבער דאונט ווארי! באלד קומט ליטוואק זאגן אז ער איז עפעס אן אפגעפליקטער איד אן קיין מנין. כדרכו ביי יעדע ליטווישע נאמען וואס מ'דערמאנט דא) אז ענדערש זאל מען גיין אין תפיסה ווי צו זיין אין מיליטער
3)די ספרדים וואס קרעכצן אויך יעצט אויף די מצב אז מ'רייסט פון זייערע קינדער
(וואס אגב אויף די קול קורא פון זייערע רבנים נעכטן ערשיינען נעמען וואס האבן נישט קיין שייכות צו סאטמער אדער קנאות בכלל, און קיין איין סאטמערע קען מן הסתם נישט ארויסזאגן זייער נאמען..., אבער פארשטייט זיך אז ווען @קאווע שרייבט פאקטען מיט א קוועשאן מארק ווערן זיי אויך אפגעוואנדן...), גלייב איך נישט אז זיי האבן א גרויס פראבלעם צו דינען אין א 'כשרע' מיליטער, ווען ס'זאל ווען עקזיסטירן אזא זאך.
אבער ווי פריער אויסגעשמועסט איז די שאלה נישט רעלעוואנט יעצט.
הרב משה הלל האט געזאגט אז ס'איז דא פראבלעמען, אבער דער סיסטעם איז יא בסדר. ער איז גארנישט אפגעפליקט, ער איז א ריזיגע מאכט אין א"י, אבער ער האט צו גארנישט מודה געווען. ער האט געזאגט, לויט'ן תמליל וואס מ'האט דא געברענגט, אז די פראבלעמען דארפען געלעזט ווערען אונטער די ראמען פון די עגזיסטירענדיגע אנשטאלטען.
ליטוואק פון בודאפעסטהרב משה הלל האט געזאגט אז ס'איז דא פראבלעמען, אבער דער סיסטעם איז יא בסדר. ער איז גארנישט אפגעפליקט, ער איז א ריזיגע מאכט אין א"י, אבער ער האט צו גארנישט מודה געווען. ער האט געזאגט, לויט'ן תמליל וואס מ'האט דא געברענגט, אז די פראבלעמען דארפען געלעזט ווערען אונטער די ראמען פון די עגזיסטירענדיגע אנשטאלטען.
און דו זעהסט נישט אין דעם קיין סתירה צו דעם 'אין גזירה' שטעלונג?
שמעקעדיג דער דיפערענץ איז, וואס איז בעצם דער פראבלעם פון גיוס? ביטול תורה אדער ציונות? עס כאפט א גרויסע חילוק ביי די בחורים זענען באמת פויגלעך, טראבל מעיקערס, און דער מיליטער נעמט זיי אריין און מענטשלט זיי אויס. לויט רוב קהלות איז עס נאר א טובה פאר זיי, ווייל דער עיקר פראבלעם איז דאך נאר ביטול תורה; משא"כ לויט סאטמאר טאר מען בשום אופן שבעולם נישט גיין אין מיליטער, אפילו אויב וואלט געווען צוגעשטעלט א מקוה טהרה מיט שיעורי תורה מיט מחיצות צווישן מענער און פרויען.
יש מאן דאמרי אז די ישיבות, ספעציעל די סאטמערע, מענטשלען אפי' די נארמאלע בחורים נישט אויס.
די מנהיגים אין א"י קומען נישט קיין דין וחשבון פאר די אמעריקאנער. זיי זאגען אז ס'איז נישט דא קיין פראבלעם אויף וואס מ'דארף מפגין זיין. נאר דיר האט מען איינגערעדט אז ס'איז דא גאנצע ציונים, און ס'איז דא האלבע ציונים און נאר ענק זענען די קעמפער'ס קעגען ציונים. דעריבער האלטסטו אז מ'קען מפגין זיין קעגען די האלבע ציונים ווען די גאנצע ציונים ווילען מאכען צרות.
מ'קען ארומגייען דער ענין צענדליגע מאל, אבער ווען תלמידי חכמים רעדען און שרייבען, זיי טוהן דאס אין א חכמה'דיגע וועג. ווען דו ליינסט די בריווען פון גדולי א"י פארשטייענדיג וואס דא טוט זיך, וועסטו וויסען וואס זיי זאגען אויפ'ן אמת. דאס איז א האקעלע זאך, און די רשעים כים נגרש. דער איינציגסטע וועג, דער דרך הסלולה לנו, איז צו גייען פון אונטער די פאליצעס און פראבירען צו ראטעווען בקול רעש קטן, און מיט השתדלות.
דער 'אין גזירה' לאזונג, איז פון די פראפאגאנדא פון די שקרנים, נישט מדברי גדולי ישראל.
ליטוואק פון בודאפעסטדי מנהיגים אין א"י קומען נישט קיין דין וחשבון פאר די אמעריקאנער.
אויב די אמעריקאנער -וואס כמה פון זייערע תלמידים גייען אהין וואוינען און איז עווענטועל צו זיי נוגע- זעהן אז די פאליטישענס וואס פירן צייטונגען האבן אינטערעס צו זאגן און טון זאכן וואס לוינט פאר זייער פאליטיק און געלט האבן זיי די רעכט צו אויפהייבן זייער קול און פרעגן וואס גייט דא פאר
די שטארקסטע הוכחה אז זיי האבן דאס רעכט צו טון און אזוי איז ריכטיג, געב א קוק ווי צושפילט די פאליטישע מאכער'ס זענען געווארן נאך די בריוון
נישט די כבוד פון די תורה המחולל פין גדולי אר"י האט זיי געמאכט ווערן צוווילדעוועט, פון עפעס האבן זיי מורא געהאט.
איש את רעהושמעקעדיגא דוגמא? איבערגעטריבענע נומערן.
דאס איז נארישקייטן
שטעלט אייך פאר די דייטש נעמט פון דיין שטאט חלילה און דיינע באקאנטע פינעף טויזענט משפחות טעגליך צו מיתות משונות,
קומט איינער שטורעמען די וועלט און זאגט אז וועכנטליך ווערן רח"ל פארגאזט 100 טויזענט נפשות, וואלט עמיצער געקוקט צו די נומער'ן זענען גענוי?
איך וואלט מסתמא נישט געקוקט, אבער אויב איך וואלט געשריגן אז 100,000 אידן ווערן פארגאזט און איינער וואלט מיר אויפגעוויזן אז ס'איז נאר 5,000 וואלט איך געהאט די דיסענסי צו מודה זיין אז ס'איז געווען א טעות מצדי.
למשל דא ביי גיוס, איך ווייס פאר א פאקט מענטשן וואס האבן געליטן פון די גזירה, אבער איך האב נישט געוואוסט קלאר קיינע נומערן. דאס טוישט נישט דעם הארבקייט פון די גזירה, אבער גיבט נישט קיין רעכט צו פארקויפן פאלשע נומערן איינמאל איך הער אז מיין ידיעה אז איבערגעטריבן. שרייען "וואס איז א חילוק וויפיל ס'איז עכט דא" מאכט אויסקוקן ווי שקר.
קענסט בני אר"י??
אלץ ווערט געזאגט מיט א ברייטע שפראך
איש את רעהוקענסט בני אר"י??
אלץ ווערט געזאגט מיט א ברייטע שפראך
יא יא וועיגן דעים גלייב איך זיי נישט קיין איין ווארט.
1) סאטמער האלט אז אפי' לו יצוייר מ'זאל צושטעלן א מקוה מיט א שיעור אין ויואל משה יעדן טאג פארן גיין צום טשעקפוינט טאר מען אויך נישט גיין.
מקור?
גר ותושבאיש את רעהוקענסט בני אר"י??
אלץ ווערט געזאגט מיט א ברייטע שפראך
יא יא וועיגן דעים גלייב איך זיי נישט קיין איין ווארט.
די חברים פינעם בית המינים גלייבט איר